א.
צוזאמען מיטן ציווי פון אויבערשטן צו משה׳ן,
בפרשתנו,
אז ער זאל אויפשטעלן דעם משכן און אריינשטעלן אין אים די כלים 1 ,
האט דער אויבערשטער אים אויך אנגעזאגט ער זאל טאן דערביי געוויסע עבודות: בהמשך צו "והבאת את השלחן" האט ער אים געזאגט "וערכת את ערכו",
און ביי "והבאת את המנורה" — "והעלית את נרותי׳" 2 .
דאקעגן ביי די מזבחות — מזבח הזהב און מזבח העולה — ווערט משה בלויז אנגעזאגט צו אריינברענגען זיי אויפן ארט 3
; ס׳ווערט אבער ניט דערמאנט ער זאל טאן די עבודות אויף זיי.
אבער ווייטער אין דער סדרה,
וואו עס ווערט דערציילט וועגן דעם מילוי הציווי דורך משה,
ווערן דערמאנט ניט נאר די אנגעזאגטע צוויי עבודות הנ״ל — "ויערוך עליו ערך לחם גו׳״ און ״ויעל הנרות״ 4
— נאר אויך "ויקטר עליו קטרת סמים" נאך ״וישם את מזבח הזהב וגו׳״ 5 ,
און "ויעל עליו את העולה ואת והמנחה" נאך ״ואת מזבח העולה שם גו׳״ 6 .
משום האי טעמא,
וואס אין דעם ציווי פון אויבערשטן ווערט ניט דערמאנט אז משה זאל טאן אט־די צוויי עבודות
(קטרת און הקרבת העולה והמנחה),
זיינען דעריבער פאראן צוויי דיעות אין מפרשי התורה — וועמען דער פסוק מיינט מיט ״ויקטר״ און ״ויעל״:
פאראן מפרשים 7
וואס לערנען,
אז אויך דאס האט געטאן משה רבינו
(ווי ס׳איז משמע פון פשטות המשך הכתובים).
ווייל טראץ דעם וואס אויף די עבודות האט אים דער אויבערשטער ניט אנגעזאגט בפירוש,
האט עס אבער משה אפגעלערנט פון דעם ציווי וואס ער האט געהאט אויף ערך לחם און העלאת הנרות;
אנדערע מפרשים 8
לערנען,
אז ביי די צוויי עבודות מיינט די תורה אהרן׳ען
(וויבאלד משה איז ניט נצטווה געווארן)
— און לויט אט־דער שיטה איז דער פירוש פון די פסוקים 5
: נאכדעם ווי משה האט מקיים געווען דעם ציווי ה׳ דורך "וישם את מזבח הזהב גו׳",
האט זיך אפגעטאן דער "ויקטר עליו קטרת סמים" דורך דעם וואס זיין עבודה איז צו מקטיר זיין קטרת — אהרן.
און דאס זעלבע איז אויך בנוגע צו "ואת מזבח העולה שם גו׳ ויעל עליו את העולה ואת המנחה״ 6
; אז לאחר ווי משה האט אויפגעשטעלט דעם מזבח העולה,
האט עמעצער אנדערש אויף אים מעלה געווען "העולה" און "המנחה".
ווי איז שיטת רש״י בזה?
— אויף "ויקטר עליו קטרת" טייטשט רש״י ניט אפ װער עס האט געטאן אט־די עבודה 9
;
ער איז דא בלויז מפרש דעם זמן,
ווען מען האט מקטיר געווען: "שחרית וערבית כו׳״; דאקעגן אויף "ויעל עליו וגו׳״ זאגט רש״י: "אף ביום השמיני למילואים שהוא יום הקמת המשכן שימש משה והקריב קרבנות צבור,
חוץ מאותן שנצטווה אהרן בו ביום שנאמר 10
קרב אל המזבח וגו׳",
ד.
ה.
אז מיט "ויעל" ווערט געמיינט משה רבינו 11 .
איז דאך לפי״ז ניט מובן: פארוואס אויף "ויקטר עליו קטרת" דערמאנט רש״י ניט ווער עס האט מקטיר געווען די קטרת,
און אויף "ויעל עליו" איז ער מפרש "שימש משה כו׳"?
ב.
די קשיא ווערט נאך שטארקער: אין זיין ווייטערדיקן פירוש אויף "ויעל עליו״ — וואו ס׳ווערט נאר דערמאנט עולה און מנחה — זאגט רש״י "שימש משה והקריב קרבנות צבור",
וואס פון זיין לשון ״קרבנות צבור״ סתם 12 ,
איז דאך קענטיק כוונת רש״י צו לאזן אונז הערן אז משה האט דאן מקריב געווען
(ניט נאר "את העולה ואת המנחה" וואס שטייען אין פסוק,
נאר אויך)
אלע קרבנות צבור 13
— איינשליסנדיק אין דעם,
כמובן,
אויך די עבודה 14
פון קטרת 15 .
איז דאך נאכמער קשה: פארוואס איז עס רש״י ניט מפרש פריער אויף די ווערטער "ויקטר עליו קטרת״?
איז דערפון גופא משמע,
אז פונעם פסוק "ויקטר עליו קטרת" אליין געפינט ניט רש״י קיין הוכחה ברורה ווער עס האט מקטיר געווען די קטרת.
ערשט נאכדעם,
פון ווייטערדיקן פסוק "ויעל עליו את העולה ואת המנחה",
וואס דארט איז ביי רש״י ברור אז דער ״ויעל״ באציט זיך אויף משה׳ן — לערנט שוין רש״י אפ דערפון אויך בנוגע אלע קרבנות צבור — כולל אויך קטרת — אז אויך זיי האט משה מקריב געווען.
ווארום ס׳איז ניטא קיין סברא צו מחלק זיין צווישן די עולה ומנחה און די אנדערע קרבנות צבור,
"חוץ
(ווי רש״י פירט אויס)
מאותן שנצטווה אהרן כו׳".
דארף מען פארשטיין: מיט וואס איז,
לויט רש״י,
אין דעם "ויעל" פאראן מער הוכחה — אז דאס מיינט משה — איידער אין דעם "ויקטר"?
ג.
נוסף לזה
(וואס ס׳איז ניט קענטיק דער חילוק צווישן ״ויקטר״ מיט ״ויעל״)
איז ניט מובן יעדער פירוש בפני עצמו — סיי דער פרש״י אויף "ויקטר עליו קטרת" און סיי זיין פירוש אויף "ויעל עליו גו'":
אויף ״ויקטר עליו קטרת״ זאגט רש״י: ״שחרית וערבית כמ״ש 16
בבקר בבקר בהטיבו את הנרות וגו׳".
בהשקפה ראשונה איז קענטיק",
אז רש״י איז מיט דעם פירוש אויסן צו מסביר זיין: היות אז די אלע פריער אויסגערעכנטע פעולות אין דער פרשה
(פון "ויקם גו׳" און אזוי אין יעדן פסוק ביז "וישם גו׳")
זיינען געטאן געווארן בלויז איין מאל אין יענעם טאג 18
— דעריבער,
בכדי מ׳זאל ניט איינלערנען אויך ביי "ויקטר" בדרך זו,
באווארנט רש״י אז די קטרת האט מען אין דעם טאג מקטיר געווען צוויי מאל: שחרית וערבית.
באמת איז אבער שווער אזוי איינצולערנען:
א)
אויך די נרות המנורה האט מען זיכער אנגעצונדן נאכאמאל אין זעלבן טאג,
ווארום הדלקת הנרות דארף דאך זיין בין הערבים 19
(און "ויעל הנרות",
פון אונזער פסוק,
איז געווען אינדערפרי 20 ),
האט דאך רש״י געדארפט שטעלן אט־די באווארעניש
(אויך)
ביי "ויעל הנרות" וואס שטייט פאר "ויקטר עליו קטרת"?
ב)
צו באווארענען אז "ויקטר עליו קטרת" איז געווען צוויי מאל,
איז נויטיק דוקא לויט דעם פי׳ אז "ויקטר" באציט זיך צו משה׳ן: וויבאלד די אנדערע פעולות פון יענעם טאג האט משה געטאן בלויז איין מאל,
קען זיין א ס״ד צו פארגלייכן און זאגן אז ער האט אויך די עבודת הקטרת געטאן בלויז איין מאל,
און דעריבער איז נויטיק רש״י׳ס באווארעניש.
אויב אבער מ׳לערנט,
אז מיט "ויקטר עליו קטרת" מיינט דער פסוק ניט משה׳ן נאר אהרן׳ען — אז פון זינט "וישם
(משה)
את מזבח הזהב גו׳" האט אהרן אויף אים אנגעפאנגען צו מקטיר זיין קטרת — איז דאך אדרבה,
דאן איז פשוט אז פונקט ווי אהרן האט עס שפעטער שטענדיק געטאן צוױי מאל א טאג
(ווי ס׳שטייט אין פ׳ תצוה 21 ),
אזוי האט ער עס אויך געטאן יענעם טאג — ווארום וואס פאר א סברא איז דא צו מחלק זיין צווישן זיי?
און במילא איז ניט נויטיק דער חידוש פון "שחרית וערבית".
היינט לפי הנ״ל
(סעיף ב׳)
אז ביים פסוק "ויקטר עליו קטרת" איז נאך ניט ברור ביי רש״י׳ן אז דאס האט משה מקטיר גיווען — איז דאך נאך דערווייל ניטא קיין נתינת־מקום צו זאגן אז ס׳איז ניט געווען ״שחרית וערבית״; און אויב מצד דעם וואס פון פסוק "ויעל עליו גו׳" ווייס מען למפרע אז "ויקטר" גייט אויף משה׳ן — וויבאלד ער האט געטאן אלע עבודות צבור — איז דאך שוין ווידער ניט נויטיק צו מחדש זיין אז ער האט אויך מקטיר געווען קטרת בערבית,
וױיל אויך די הקטרה בין הערבים איז איינע פון די עבודות צבור.
איז דאך ממ״נ שווער: צו וואס דארף רש״י מפרש זיין "שחרית וערבית"?
ג)
אויך די ראי׳ וואס רש״י ברענגט צו זיין פי׳ ״שחרית וערבית״ — "כמ״ש בבקר בבקר בהטיבו את הנרות וגו׳" — איז שווער צו פארשטיין:
לויט פי׳ הנ״ל קומט דאך אויס אז דער גאנצער חידוש באשטייט
(ניט אין דער הקטרה פון "שחרית",
נאר)
אין די הקטרה פון ״ערבית״ — אבער ברענגענדיק אויף דעם די ראי׳ פון פסוק קומט עס גאר באופן הפוך: די ווערטער "בבקר בבקר" איז רש״י מעתיק בפירוש,
און די ווערטער "בין הערבים",
וואס פון זיי איז דער עיקר ראי׳ אויפן חידוש,
איז ער מרמז בלויז 22
מיט א ״וגו׳״ 23 ?
אויך איז ניט מובן: צוליב וועלכן טעם איז דא רש״י מעתיק אויך די ווערטער "בהטיבו את הנרות",
וואס זיינען דא לכאורה אינגאנצן ניט נוגע?
ד.
אויך אין וױיטערדיקן פי׳ רש״י אויף "ויעל עליו וגו׳" איז קשה:
א)
אויב רש״י וויל בלויז אפטייטשן אז מיט "ויעל עליו" מיינט דער פסוק משה׳ן,
האט ער דאך דאס געדארפט זאגן מיט צוויי ווערטער: "משה הקריב".
צו וואס די גאנצע אריכות "אף ביום השמיני ..
שימש משה״: וואס איז ביי דעם פסוק נוגע צו וויסן,
אז דער טאג פון הקמת המשכן אין געווען "שמיני למילואים" וכו'?
ב)
רש״י איז דא מעתיק פון פסוק,
בהקדם לפירושו,
נאר די ווערטער "ויעל עליו״; די ווייטערדיקע ווערטער — ״את העולה ואת המנחה״ — איז ער מרמז בלויז מיטן ווארט "וגו׳".
דער טעם דערפון איז פארשטאנדיק בפשטות: רש״י׳ס פי׳ "אף ביום השמיני כו׳ שימש משה והקריב קרבנות צבור כו׳" איז ניט בלויז בשייכות צו "את העולה ואת המנחה",
נאר אויך צום כללות הענין פון "ויעל עליו".
וואס דערפאר באנוצט זיך ניט רש״י בהמשך הפירוש מיט די ווערטער פון פסוק,
"עולה" און "מנחה",
נאר ער איז מדגיש "קרבנות צבור" סתם
(כנ״ל סעיף כ׳).
אבער עפי״ז ווערט די שאלה לאידך גיסא: וויבאלד אז זיין פירוש באציט זיך צום מובן כללי פון ,
"ויעל עליו",
ווי דאס איז כולל אויך די אנדערע קרבנות צבור — האט ער דאך לכאורה אט־די פרטים "את העולה ואת המנחה" אינגאנצן געדארפט אויסלאזן און אפילו ניט מרמז זיין אויף זיי דורכן ווארט "וגומר"?
ה.
דער ביאור בכל הנ״ל איז:
אין דער פרשה פון לחם הפנים שבסדרת אמור 24
— וואס רש״י האט שוין דערמאנט פריער 25
— ווערט געזאגט,
אז די צייט פון עריכת לחם איז ביום השבת.
קען מען פרעגן: דער זמן הקמת המשכן איז דאך ניט געווען ביום השבת 26 ,
איז וױ קומט עס אז אין דעם ניט־שבת׳דיקן טאג פון הקמת המשכן זאל פארקומען דער "ויערוך עליו ערך לחם"?
די זעלבע שאלה איז אויך בנוגע "ויעל הנרות": דער זמן פון הדלקת הנרות איז געווען אין אוונט,
ניט אינדערפרי 27
—
היינט ווי אזוי איז דער "ויעל הנרות" פון פרשתנו געטאן געווארן אינדערפרי?
מוז מען זאגן,
אז די עריכת הלחם און העלאת הנרות אין דעם יום מיוחד פון הקמת המשכן,
האבן מיט זיך פארגעשטעלט אן ענין מיוחד 28 ,
אנדערש ווי דער שטענדיקער ענין פון העלאת הנרות 29
און לחם הפנים 30 .
און דערפאר,
בשעת עס קומט צום פסוק "ויקטר עליו קטרת" האט מען געקענט א טעות האבן אז אויך די עבודה פון "ויקטר"
(ווי "ויערך" און "ויעל" בפרשתנו)
איז געווען אן ענין מיוחד,
און מען וואלט במילא געקענט אננעמען אז דער ״ױקטר״ איז געווען אנדערש פון סדר הקטרת בכלל
(און אפשר נאר איין מאל)
— דעריבער באווארנט רש״י: "שחרית וערבית כמ״ש בבקר בבקר בהטיבו את הנרות וגו׳",
אז דאס איז געווען פונקט אויפן זעלבן אופן ווי מ׳פלעגט מקריב זיין יעדן "שחרית וערבית" וואס שטייען אין פסוק "בבקר בבקר בהטיבו את הנרות וגו׳".
ועפי״ז איז אויך פארשטאנדיק װאס רש״י ברענגט ניט בפירוש 31
די װערטער ״בין הערבים״ — װײל נאכדעם װי רש״י טוט אויף אז דער ״ויקטר״ איז מיט גארניט אנדערש פון עבודת הקטרת בכלל,
איז שוין ניט נויטיק קיין ראיות אז מ׳האט יענעם טאג מקריב געװען אויך בײנאכט 32 .
דעם פסוק ברענגט ניט רש״י װי א ראי׳ ,
נאר אלס פארגלייך און הסבר,
אז אונזער ״ויקטר״ איז דאס זעלבע ווי די קטרת פון דעם פסוק "בבקר בבקר וגו׳" 33 .
ו.
עס בלייבט אבער ניט מובן:
א)
צו וואס איז רש״י אויך מעתיק די ווערטער ״בהטיבו את הנרות״,
וויבאלד אז צום הסבר פון זיין פירוש זיינען נוגע נאר די ווערטער "בבקר בבקר וגו׳״?
נאכמער: ב)
די ווערטער "בהטיבו את הנרות" זיינען גאר מעורר א סתירה צו זיין פירוש — אז דער "ויקטר עליו קטרת" אין יום הקמת המשכן איז געווען די זעלביקע עבודת הקטרת וואס מ׳האט דערנאך מקטיר געווען יעדן טאג — ווארום בהטיבו את הנרות מיינט דאך צו זאגן,
אז די הקטרה "בבקר בבקר" איז געבונדן,
און שייך צו דער פריערדיקער עבודה פון הטבת הנרות
(וואס דאס איז דער "ניקוי הבזיכין של המנורה מדשן הפתילות שנשרפו בלילה״ 34 )
; און וויבאלד אז אין דעם טאג פון הקמת המשכן איז לכאורה קיין הטבת הנרות ניט געווען
(ווייל די פריערדיקע נאכט איז נאך געווען פאר הקמת המשכן,
האט מען מן הסתם ניט געצונדן די מנורה),
דארף דאך אויסקומען אז דער "ויקטר" ביום הקמת המשכן איז געווען ניט פונעם סוג קטרת "בבקר וגו'",
נאר אן ענין מיוחד.
נאר דער ביאור אין דעם: רש״י נעמט אן בפשטות אז אויך אין די שבעת ימי המילואים,
פאר דעם טאג פון הקמת המשכן,
האט מען געטאן אלע עבודות 35 ,
ובכללם — הדלקת הנרות.
און לפי זה קומט אויס,
אז אין דעם "בקר" פון יום הקמת המשכן דר״ח ניסן,
איז אויך געווען די עבודה פון הטבת הנרות,
ובמילא איז שוין רעכט צו איינלערנען אז די קטרת וואס מען האט דאן מקטיר געווען איז ניט קיין אנדערע ווי די וואס רעדט זיך אין פסוק "בבקר בבקר בהטיבו את הנרות וגו׳".
און דערמיט וועט זיין פארשטאנדיק אז די ווערטער "בהטיבו את הנרות" זיינען ניט בלויז קיין סתירה ניט צו זיין פי׳,
נאר רש״י דארף זיי מעתיק זיין: צווישן די אלע מיני עבודה של חינוך וואס די תורה רעכנט אויס בשייכות צו די ימי המילואים,
ווערט ניט דערמאנט בפירוש אז מען האט אויך מדליק געווען די מנורה.
וואלט מען געקענט מיינען אז מחמת דעם וואס עס האט געפעלט די הדלקה און במילא די הטבה,
איז אויך דער ״ויקטר עליו קטרת״ געװען אן ענין מיוחד
(אזוי ווי דער "ויערך עליו ערך לחם״ און ״ויעל הנרות״)
— איז דעריבער רש״י מרמז אין א דיוק "כמ״ש בבקר בבקר בהטיבו את הנ רות ",
אז די קטרת פון נדון דידן איז געווען פארבונדן מיט הטבת הנרות פונקט ווי אלעמאל — "בבקר בבקר בהטיבו את הנרות" 36 .
ז.
וויבאלד אז די הערכת הלחם און העלאת הנרות,
וואס זיינען געטאן געווארן דורך משה׳ן ביום הקמת המשכן,
זיינען געווען א הוראת שעה,
איז פארשטאנדיק אז פון זיי קען מען ניט אפלערנען בנוגע די עבודות הרגילות — אז אויך זיי האט משה געטאן דאן 37 .
אדרבה: לויט פשטות הסברא דארף זיך אפלייגן,
אז די עבודות הרגילות האט משה געטאן בלויז בשבעת ימי המילואים,
אבער ווי נאר מען האט אויפגעשטעלט דעם משכן אין אן אופן קבוע
(כולל אויך דעם ערשטן טאג — שמיני למילואים),
האט געטאן די עבודות דער וואס האט זיי געטאן בקביעות — אהרן 38 .
און דערפאר איז רש״י ניט מפרש אויפן פסוק "ויקטר" אז דאס האט געטאן משה,
ווייל פון דעם פסוק גופא איז ניטא קיין שום הוכחה דערצו; און מצד פשטות הסברא דארף גאר אויסקומען,
פארקערט,
אז אהרן האט מקטיר געווען די קטרת.
נאר בעת מען קומט צום פסוק "ויעל עליו את העולה ואת המנחה״ — וואס בנוגע עולה און מנחה איז מוכח אז משה האט זיי מקריב געווען
(כדלקמן ס״ח)
— איז רש״י מרמז,
דורך דעם וואס ער זאגט "והקריב
(משה)
קרבנות צבור" סתם — אלע קרבנות פון צבור — אז צוזאמען מיט עבודות צבור דעולה ומנחה האט משה אויך געטאן די עבודה פון "ויקטר".
ווארום ס׳איז ניט מסתבר צו מחלק זיין אין קרבנות צבור גופא צווישן עולה ומנחה
(דורך איין מקריב)
און די אנדערע קרבנות
(און עבודות)
צבור
(דורך א צווייטן).
ח.
דער הכרח צו זאגן אז דער פסוק "ויעל עליו וגו׳" מיינט דערמיט משה׳ן
(און ניט אהרן,
ווי ס׳קוקט אויס בהשקפה ראשונה),
ווערט פארשטאנדיק פון דיוק הל׳ אין פירש״י אויף דעם פסוק — פון דעם וואס נאכן מעתיק זיין "ויעל עליו" פון פסוק לייגט ער צו "וגו׳",
און פון דעם וואס ער הויבט אן זיין פי׳ מיט די ווערטער "אף ביום השמיני וכו׳":
מיט זיין מוסיף זיין דעם ווארט "וגו"׳
— טראץ דעם וואס דער תוכן פון זיין פירוש גופא איז אויף דעם כללות הענין פון "ויעל עליו"
( אלע קרבנות צבור; און דערפאר איז ער דאך ניט מעתיק בפירוש ״את העולה ואת המנחה״)
— איז ער אויסן צו לאזן הערן,
אז די ראי׳ צו זיין פירוש איז פון די ווייטערדיקע ווערטער "את העולה ואת המנחה" — וואס זיינען מרומז אין דעם ״וגו׳״; און וואס איז אט־דער באווייז?
דאס פארשטייט מען פונעם אופן ווי ער הויבט אן זיין פירוש " אף ביום השמיני כו׳ "
(און ניט בקיצור ״שימש משה״ וכדומה)
:
פון די ווערטער "את העולה ואת המנחה"
(מיט א ה״א הידיעה)
איז קלאר,
אז די עולה און מנחה וואס מ׳האט מקריב געווען ביום הקמת המשכן זיינען פון זעלבן סוג עולה ומנחה וואס מען ווייס שוין פון זיי,
וואס מען האט מקריב געווען בשבעת ימי המילואים.
איז אויב מ׳זאל זאגן אז ביום הקמת המשכן האט אהרן מקריב געווען די עולה ומנחה — איז דאך ניטא קיין צד השווה צווישן אט־די עולה ומנחה
(וואס אהרן האט מקריב געווען,
און באופן תמ ידי ),
מיט די עולה ומנחה וואס משה האט מקריב געווען פריער און לשם מילואים
— דעריבער
(לערנט רש״י)
מוז מען זאגן,
אז " אף ביום השמיני כו׳ שימש משה",
וואס דעמאלט איז פאראן א התדמות צווישן די עולה ומנחה פון יום השמיני מיט די פון ימי המילואים: זיי אלע האט מקריב געווען משה רבינו.
און וויבאלד מיר וױיסן שוין אז די עולה ומנחה האט משה מקריב געווען,
איז שוין דער שכל מחייב,
אז אויך די אנדערע קרבנות צבור פון יענעם טאג — האט זיי משה געטאן.
ט.
פון די ענינים פון "יינה של תורה" פון אונזער פירש״י:
וואס איז טאקע דער טעם וואס דעם ענין "אף ביום השמיני למילואים שימש משה והקריב קרבנות צבור כו׳" איז דער פסוק מרמז דוקא ביי עולה און מנחה
(כאטש אז אזוי איז עס געווען אויך ביי די אנדערע עבודות)?
אויף צו פארשטיין דאס דארף מען מקדים זיין נאך א פי׳ 39
אויף דעם וואס דא שטייט "העולה" און "המנחה" בה״א הידיעה,
אז די עולה ומנחה זיינען באוואוסטע דערמיט וואס זיי זיינען "עולת תמיד " און "מנחת תמיד ": זייער באוואוסטקייט קומט מצד זייער תמידיות.
מיט וואס צייכענען זיך אויס די עולה ומנחה מיט זייער תמידיות לגבי די אלע אנדערע עבודות וואס מען האט זיי געטאן בכל יום ויום — האט מען שוין אמאל גערעדט בארוכה 40 ,
אז פון דעם גופא וואס צווישן אלע טעגליכע עבודות ווערט בלויז דער קרבן תמיד אליין אנגערופן מיטן נאמען "תמיד" סתם ,
איז א ראי׳ אז דער תואר "תמיד" קומט
(ניט בלויז דערפאר וואס מען האט אים מקריב געווען בכל יום,
נאר אויך,
און בעיקר)
צו מדגיש זיין אז ער האט א שטענדיקע ווירקונג
(פעולה נמשכת)
— דער אויפטו פון די קרבנות תמיד ציט זיך במשך פון דעם גאנצן מעת לעת.
און דערמיט איז אויך מבואר,
וואס ביי קטרת
(אין אונזער פרשה)
איז תורה משנה דעם אופן הביטוי און זאגט "ויקטר עליו קטרת"
( אן א ה״א הידיעה),
הגם אויך די קטרת האט מען מקטיר געווען אלע טאג — און אין ווייטערדיקן פסוק שטייט "ויעל עליו את העולה ואת המנחה": ווייל נאר עולה ומנחה זיינען פאראן
(בפעולתם)
תמיד,
בכל רגע ורגע — זיינען זיי דעריבער באזונדערס חשוב און במילא ספעציעל באוואוסט.
יו״ד.
דער ביאור פון דעם אין עבודה: דער קרבן תמיד איז אן עולה,
וואס איז כולו כליל לה׳ 41
; און צו דער עבודה פון אוועקגעבן אינגאנצן צום אויבערשטן
(כליל לה׳)
איז יעדער איד גרייט תמיד,
בכל רגע ורגע,
און ער דארף ניט האבן אויף דעם קיין ספעציעלע הכנות:
בשעת עס רעדט זיך וועגן א קרבן וואס א טייל פון אים דארף געגעסן װערן דורך מענטשן,
און דער אופן האכילה דארף זיין בקדושה וטהרה
(ווי דאס פאדערט זיך ביי אכילת קרבן)
— זיינען דערצו נויטיק באזונדערע הכנות.
ווארום בטבעו מוז א מענטש פילן דעם גשמיות׳דיקן טעם און געשמאק פון דעם מאכל,
איז אים דערפאר שווער צו פועל׳ן ביי זיך אז זיין טבע זאל זיין טבע
(עסן)
אבער "נתהפך" ווערן צו קדושה,
ער זאל דעם קרבן עסן אינגאנצן און דורכאויס לשם שמים 42
;
על אחת כמה וכמה,
ווען עס קומט צו דער עבודה פון קטרת — וואס איר ענין איז,
אז אויך ג׳ קליפות הטמאות 43
זאלן נתהפך ווערן צו קדושה — איז דאך אוודאי אז ניט יעדער איינער האלט ביי אזא מדריגה.
אבער בשעת עם האנדלט זיך וועגן "עולה",
ד.
ה.
דוקא ווען עס האנדלט זיך וועגן א "קרבן" וואס א איד דארף זיך אליין איבערגעבן "כליל לה׳",
דאס איז שייך צו יעדן איד,
מצד נקודת נשמתו,
און ער איז אויף דעם מוכן תמיד בכל רגע ורגע.
און דאס איז אויך דער טעם וואס אלע עבודות האבן זיך יעדן טאג אנגעהויבן מיטן קרבן תמיד,
ווייל דוקא נאך דער עבודה פון "כליל לה׳",
וואס א איד טוט זיך אויס פון זיין אייגענער מציאות און גיט זיך אוועק אינגאנצן צום אויבערשטן,
ערשט דעמאלט קען ער ביי זיך פועל׳ן אז אויך זיינע "מציאות״־ענינים זאלן זיין קדושה׳דיק,
ווייל אויך זיי ווערן דורכגענומען מיטן ביטול במציאות פון "עולה" וואס ער איז דערצו צוגעקומען בתחילת היום".
יא.
אלע פירושים פון תורה זיינען דאך פארבונדן צווישן זיך״ — איז פאראן א קישור צווישן די צוויי פירושים הנ״ל אין דעם ה״א הידיעה פון "העולה" און "המנחה"
(זייער זיין ידוע מצד דער פריערדיקער הקרבה בימי המילואים,
און מצד דעם ענין פון "תמיד" וואס אין זיי).
און ווי מען זעט — בינדט די תורה גופא די ביידע ענינים צוזאמען: אויפן פסוק "עולת תמיד העשוי׳ בהר סיני" 46
טייטשט רש״י
(אין זיין ערשטן 47
פירוש)
״העשוי׳ בהר סיני — כאותן שנעשו בימי המילואים".
זעט מען דאך אז דער פסוק גופא בינדט צוזאמען דעם ענין פון "עולת תמיד" מיט דעם וואס "נעשו בימי המילואים".
אין וואס באשטייט אט־דער צוזאמענבונד צווישן זיי?
איז דער ביאור: הן אמת אז יעדער איד,
מצד דעם נפש האלקית וואס אין אים
(ובפרט מצד דעם וואס זיין נשמה איז געווען במעמד הר סיני 48 ),
איז ער תמיד מסוגל צו האלטן ביי דער עבודה פון ״כליל לה׳״ 49
— פונדעסטוועגן,
מצד דעם גוף ונפש הבהמית וואס זיינען מעלים אויף דער נשמה,
דארף ער דערצו אויך האבן א נתינת כח פון משה רעיא מהימנא,
וואס ער איז מעורר דעם כח הביטול פון דער נשמה 50 ,
אז אויך געפינענדיק זיך אין גוף ונה״ב זאל זי שטענדיק האבן די יכולת זיך לגמרי צו מבטל זיין און אוועקגעבן צום אויבערשטען.
און דאס איז די שייכות פון "עולת תמיד״ צו ״העשוי׳ בהר סיני — כאותן שנעשו בימי המילואים״: די מעלה מיוחדת פון די "ימי המילואים" איז דאס,
וואס אין זיי איז "שימש משה ",
און ער,
משה
(דורך זיין אנפאנגען צו מקריב זיין די עולה אין די ימי המילואים),
האט אויפגעעפנט דעם צינור און געגעבן דעם כח צו יעדער אידן,
אז די עבודה פון ״עולה״ — כליל לה׳ — זאל ביי אים קענען זיין תמיד .
יב.
און דאס איז אויך דער ביאור וואס "אף ביום השמיני למילואים שהוא יום הקמת המשכן",
וואס דעמאלט האט זיך אנגעפאנגען די עבודה הרגילה והקבועה פאר אלע אידן,
האט משה מקריב געווען
(ניט בלויז דעם קרבן תמיד,
נאר אויך)
אלע קרבנות
(צבור 51 )
— בכדי צו ממשיך זיין דעם כח הביטול פון דעם קרבן תמיד "עולה",
אויך אין די עבודות וואס זיינען פארבונדן מיט "מציאות"
(כנ״ל סו״ס יו״ד).
אבער אעפ״כ זאגט דער פסוק דעם ענין פון "שימש משה" ביים קרבן תמיד דוקא — איז פון דעם לערנט מען דאס אפ בנוגע די אנדערע עבודות — ווייל דאס וואס מען דארף אנקומען צום נתינת כח פון משה רבינו ביי די אנדערע עבודות,
איז עס בעיקר
(ניט מצד דעם ענין המיוחד שלהם,
ווארום אדרבה: דער ענין פון די אנדערע עבודות באשטייט דאך אין דעם וואס א איד האט יע צו טאן מיט "מציאות",
נאר)
בכדי זיי זאלן זיין דורכגעדרונגען מיטן ענין פון "עולה" און ״מנחה״ — מנחת נסכים 52
וואס זיינען "כליל לה׳".
(משיחת ש״פ ויק״פ תשכ״ו ותשכ״ז)