B"H
🏡

Ikar

ויקהל ב

א.

אין פסוק ויאמר משה גו׳ זה הדבר אשר צוה ה׳ לאמר 1 ,

זאגט רש״י "זה הדבר אשר צוה ה׳ לי לאמר לכם".

לערנען מפרשים 2 ,

אז רש״י׳ן ארט דא: פון פשטות לשון הכתוב איז משמע,

אז דער "זה הדבר אשר צוה ה׳" באציט זיך צום "לאמר",

ד.

ה.

אז דער אויבערשטער האט געהייסן משה׳ן ער זאל זאגן די אידן

(דעם לשון)

"קחו מאתכם תרומה גו׳".

ווערט במילא שווער: דער ציווי פון אויבערשטן איז דאך געווען "ויקחו לי תרומה" 3

(בלשון נסתר)

און ניט "קחו מאתכם תרומה"

(בלשון נוכח),

היינט ווי זאגט ער דערויף "זה הדבר אשר צוה ה׳״ — אז דאס בדיוק זיינען די רייד פון אויבערשטן?

דערפאר זאגט רש״י "זה הדבר אשר צוה ה׳ לי לאמר לכם" 4 ,

אז דער ״זה הדבר אשר צוה ה׳״,

איז ״לי״

(און עס באציט זיך ניט צום ״לאמר״)

— און דאס מיינט טאקע דער ציווי "ויקחו לי תרומה גו׳"

(בל׳ נסתר)

; און דער ״לאמר״ איז א נייער ענין: "לאמר לכם",

דאס וואס איך דארף אייך זאגן איז

(טאקע דער זעלבער תוכן,

אבער מיט אן אנדער לשון —)

"קחו מאתכם תרומה גו׳".

דער פירוש איז אבער ניט גלאטיק:

א)

אפילו ווען מען וואלט געלערנט אז דער "זה הדבר אשר צוה ה'" באציט זיך יע צום "לאמר",

וואלט אויך ניט געווען מוכרח אז דער אויבערשטער האט געהייסן זאגן דעם לשון "קחו מאתכם גו׳",

ווייל דער פירוש הפשוט פון "זה הדבר גו׳" איז

(ניט דוקא אז דאס איז דער דיבור און לשון 5

פון אויבערשטן,

נאר אז)

דאס איז די זאך

(דער ענין)

וואס דער אויבערשטער האט געהייסן.

ב)

רש״י האט געשריבן זיין פירוש אין א פשטות׳דיקן סגנון,

באופן אז אויך א "בן חמש

(למקרא)

" זאל פארשטיין זיין כוונה.

און וויבאלד אז דער פירוש הנ״ל ליגט ניט אין פשטות הלשון פון רש״י,

האט לפ״ז רש״י געדארפט מוסיף זיין און שרייבן "לאמר לכם ציווי נדבת המשכן" 6

(ד.

ה.

דעם ענין פון נדבת המשכן),

אדער אן אנדער לשון

(ברור)

כיו״ב.

ב.

איז דער ביאור אין דעם:

דער אנהויב הענין "ויקהל משה את כל עדת בני ישראל" איז

(אין פשטות)

געווען בכדי איבערצוגעבן אידן דעם ציווי אויף מלאכת המשכן.

נאר פאר דעם האט ער מקדים געװען — ע״ד א מאמר המוסגר — אזהרת שבת בכדי צו אנזאגן אז מלאכת המשכן איז ניט דוחה שבת.

ועפ״ז לייגט זיך צו זאגן,

אז דער המשך,

"אלה הדברים אשר צוה ה׳ לעשות אותם" האט משה געמיינט

(ניט בלויז "אזהרת שבת",

נאר)

אויך דעם ציווי אויף מלאכת המשכן

[ואדרבה: לכאורה גייט עס בעיקר אויף מלאכת המשכן 7

ווארום דאס איז דאך געווען די מטרה פון דעם "ויקהל"].

אבער אויב אזוי ווערט שווער: צוליב וואס האט זיי משה געזאגט נאכאמאל "זה הדבר אשר צוה ה׳",

בעת ער האט זיי שוין פריער געזאגט "אלה הדברים אשר צוה ה׳"?

אפילו אויב מ׳וועט איינלערנען

(בדוחק)

אז "אלה הדברים" גייט בלויז אויף "אזהרת שבת" 8 ,

איז ניט מובן: וויבאלד אז אויך פריער האט ער געזאגט צו אידן "הדברים אשר צוה ה׳",

איז דאך ניט מתאים צו זאגן

(אויף מלאכת המשכן)

"זה הדבר אשר צוה ה׳",

פון וואס ס׳איז משמע אזצבלויז ״זה״

[מלאכת המשכן]

איז "הדבר אשר צוה ה׳",

בעת אויך די פריערדיקע רייד זיינען "הדברים אשר צוה ה'״?

אויך איז ניט מובן: פארוואס שטייט דער ווארט ״לאמר״ דוקא אין אונזער פסוק און ניט אין "אלה הדברים אשר צוה ה׳ ״ — אויך "אזהרת שבת" האט דער אויבערשטער געזאגט צו משה׳ן ער זאל עס איבערגעבן צו אידן?

ג.

אויף דעם איז רש״י מפרש,

אז דאס וואס משה האט אויסגעטיילט "זה הדבר"

(וואס גייט נאר אויף מלאכת המשכן)

פון "אלה הדברים גו׳"

(וואו עס ווערט נכלל אויך אזהרת שבת)

איז עס דערפאר וואס ביי "זה הדבר" איז דער ציווי געווען "לאמר",

און פירושו איז "לי לאמר לכם": דער ציווי אויף שבת איז געווען אויך צו משה׳ן גופא; משא״כ דער ציווי אויף מלאכת המשכן איז געווען בלויז "לי לאמר לכם",

אז משה זאל זאגן צו אידן,

אז זיי זאלן מאכן דעם משכן.

אבער ער אליין איז אויף דעם ניט געווען מצווה.

וואס דערמיט איז פארשטאנדיק וואס רש״י זאגט שפעטער 9

"שלא עשה משה שום מלאכה במשכן".

ולכאורה תמוה: ווי קומט עס אז משה זאל ניט מקיים זיין דעם ציווי הקב״ה "קחו מאתכם תרומה גו׳" 10 ?

אבער ע״פ הנ״ל איז עס מובן.

ווייל היות אז דער ציווי איז געווען "לאמר לכם"

(אז די אידן זאלן מאכן דעם משכן),

האט עס משה ניט געטארט טאן.

ד.

אבער דאס גופא פאדערט ביאור: פארוואס טאקע איז דער ציווי אויף מלאכת המשכן געווען בלויז "לאמר לכם",

ניט ווי אלע אנדערע מצות וואס אויף זיי איז אויך משה געווען מצווה?

אויך דארף מען פארשטיין: פארוואס האט משה ניט געהאט קיין חלישות הדעת 11

דערפון וואס "לא עשה שום מלאכה בהקמת המשכן",

ניט ווי מען געפינט 12

ביי אהרן׳ען אז "חלשה דעתו" דערפון וואס ער איז ניט געווען בחנוכת הנשיאים?

איז דער ביאור אין דעם

(בפנימיות הענינים 13 )

:

ענינו של משה איז תורה 14

.

האט ער דעריבער ניט געטארט זיך עוסק זיין אין מלאכת המשכן 15 ,

בדוגמת

(ובמכש״כ מ)

הדין 16

אז ״אין מבטלין תשב״ר לבנין ביהמ״ק".

און וויבאלד אז משה האט ניט געדארפט טאן מלאכת המשכן מצד דעם וואס ער איז העכער פון משכן,

איז דאך במילא ניט שייך ער זאל האבן דערפון א חלישות הדעת.

ה.

פונדעסטוועגן,

כאטש די מלאכת המשכן האט משה ניט געדארפט טאן,

האט ער אבער געהאט דעם ציווי "לאמר לכם",

איבערגעבן צו אידן די פרשיות התורה וואס ריידן וועגן מלאכת המשכן".

און נאך מער: דער גאנצער צוועק פון "אשר צוה ה׳ לי",

וואס דער אויבערשטער האט געזאגט די פרשיות

(דעם טייל תורה)

צו משה׳ן,

איז געווען צוליב "לאמר לכם".

און ווען ניט דאס,

וואלטן די פרשיות ניט געזאגט געווארן אויך צו משה׳ן.

די הוראה דערפון איז:

עס זיינען פאראן אידן וואס מצד זייער מצב קענען זיי

(ובמילא דארפן זיי)

זיין אין אן אופן פון "תורתו אומנתו",

דארפן זיי וויסן,

אז כאטש זייער ענין איז תורה,

וואס מצד דעם דארפן זיי זיך ניט 18

פארנעמען 19

מיט עבודת הבירורים,

צו מאכן פון דברים גשמיים

(זהב,

כסף ונחושת וכו׳)

א מקדש צום אויבערשטן 20 ,

ווייל תורה איז העכער דערפון — קענען זיי דאך מיינען,

אז זיי זיינען פטור פון הפצת התורה,

אויף דעם קומט די הוראה,

אז אין "לאמר לכם",

צו זאגן פאר אידן פרשיות פון תורה,

זיינען אויך זיי מחוייב.

ואדרבה: דוקא דורך דער עבודה פון "לאמר לכם",

אפגעבן זיך אויף לערנען תורה מיט אנדערע אידן,

וועלן זיי האבן די סייעתא דשמיא

(אויך)

אין זייער אייגענעם לערנען,

עס וועט זיי צוקומען

(בכמות)

נאך חלקי תורה,

און עס וועט זיי צוקומען

(באיכות)

אין די חלקי התורה וואס זיי האבן שוין,

זיי וועלן מכוון זיין די ענינים לאמיתתם,

ביז זיי וועלן משיג זיין די ענינים אויך ווי זיי זיינען בשרשם 21

— בדוגמת ווי ס׳איז געווען ביי משה׳ן,

אז צוליב "לאמר לכם" איז געווען

(ניט נאר דער "צוה ה׳ לי",

נאר אויך)

דער "אשר הראית בהר" 22 ,

אז מען האט אים באוויזן די ענינים ווי זיי זיינען למעלה.

Reader controls and commentary are loading.