B"H
🏡

Ikar

תשא ב

א.

אין פסוק "ראשית בכורי אד-מתך גו׳ לא תבשל גדי בחלב אמו" 1 .

שטעלט זיך רש״י

(אין צווייטן דיבור)

אויף "לא תבשל גדי" און איז מפרש: "אזהרה לבשר בחלב

[אז די אזהרה איז ניט בלויז אויף "גדי",

נאר אז יעדן מין בשר טאר מען ניט מבשל זיין ״בחלב״ 2 .

אין רש״י איז ממשיך:]

ושלשה פעמים כתוב בתורה 3

אחד לאכילה ואחד להנאה ואחד לאיסור בישול" 4 .

אי אפ״ל דתיבת "בחלב" היא מדברי רש״י בפי ׳ הכתוב — דאס כן הוי לי׳ להעתיק מהכתוב

(בתחלת הדבור)

תיבת "בחלב".

איז אין דעם ניט פארשטאנדיק:

א)

דאס וואס רש״י איז מפרש "אז-הרה לבשר״ — כאטש אין פסוק שטייט ״לא תבשל גדי ״ — קען מען ניט זאגן אז ער נעמט עס מצד הסברא,

ווייל ס׳איז ניטא קיין טעם צו מחלק זיין צווישן בשר "גדי" און אן אנדער מין בשר — ווארום דאן וואלט עס רש״י געזאגט פריער אין פ׳ משפטים,

וואו דער איסור "לא תבשל גדי" שטייט צום ערשטן מאל; וויבאלד אז אין פ׳ מש-פטים זאגט ניט רש״י "אזהרה לבשר",

איז מוכח אז מצד הסברא קען מען יע מאכן א חילוק צווישן "גדי" און אן אנדער בשר 5 .

דארף מען זאגן,

אז רש״י׳ס ראי׳ איז דערפון וואס "לא תבשל גדי" אין אונזער פרשה ווערט געזאגט שוין צום צווייטן מאל,

וואס דערמיט איז דער פסוק אויסן

(ניט "להרבות בלאוין" 6 ,

נאר)

מוסיף צו זיין נאך אן ענין אין דעם לאו — "אזהרה לבשר ".

אבער רש״י אליין זאגט דאך אין זעלבן דיבור אז דער חידוש פון אונזער פסוק לגבי פ׳ משפטים באשטייט אין דעם וואס ער קומט לאיסור הנאה.

היינט פון וואנען נעמט ער צו מחדש זיין אויך ״אזהרה לבשר״ ?

ב)

דעם פירוש "ושלשה פעמים כו'"

(אז די דריי מאל וואם עס שטייט אין דער תורה "לא תבשל גו'" איז דאס איין מאל צו אסר׳ן אכילה,

איין מאל להנאה און איין מאל לבישול)

האט שוין רש״י געזאגט פריער בא דעם ערשטן פון די ג׳ פעמים,

אין פ׳ משפטים 7 .

וואס דארף עס רש״י מפרש זיין דא נאכאמאל?

ב.

דערנאך שטעלט זיך רש״י אויף "גדי" און איז מפרש: "כל ולד רך במשמע,

ואף עגל וכבש.

ממה שהוצרך לפרש בכמה מקומות גדי עזים למדת שגדי סתם כל יונקים במשמע" 8 .

איז אין דעם ניט מובן:

א)

דעם פירוש אז "גדי" מיינט "כל ולד רך" אויך עגל וכבש,

ווי אויך די ראי׳ וואס בכמה מקומות דארף דער פסוק אויסטייטשן "גדי עזים ",

האט שוין רש״י געזאגט פריער אין פ׳ משפטים 7 .

פארוואס דארף ער עס דא איבער׳חזר׳ן נאכאמאל?

ב)

אין אונזער פסוק איז רש״י בפי-רושו מוסיף" 9

אן ענין וואס ער זאגט ניט פריער

(אין פ׳ משפטים)

: דארט זאגט רש״י "שאין גדי אלא לשון ולד רך"; דאקעגן אין אונזער פסוק איז ער מוסיף דעם ענין " יונקים ",

וואם ווייזט אויף א גאר יונגן ולד.

איז דאך ניט מובן: וויבאלד אז אין זיין פירוש בפ׳ משפטים

(וואס איז פאר פ׳ תשא)

שרייבט ער ניט "יונקים",

הייסט עס דאך אז יעדער ולד רך,

אויך אזא וואס האט שוין אויפגעהערט צו זויגן,

ווערט אנגערופן "גדי".

היינט פון ווא־ נעט איז די ראי׳ אין אונזער פסוק אז דאס מיינט "יונקים"?

אויך: מאי נפקא מינה

(צי רך צי יונק)

בכלל און — אין פשוטו של מקרא בפרט ?

ג.

דערנאך שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "בחלב אמו" און איז מפ-רש : "פרט לעוף שאין לו חלב אם,

שאין איסורו מן התורה אלא מדברי סופרים״ 10

— אז מיט די ווערטער "בחלב אמו " קומט דער פסוק

( ניט צו מבאר זיין אין וועלכן חלב מען טאר ניט קאכן דעם בשר,

נאר)

צו אפטייטשן וועלכן בשר מ׳טאר ניט מבשל זיין בחלב,

אז דער איסור איז דוקא אויפן בשר פון אזא בעל חי וואס האט חלב־אם

[און דעם בשר טאר מען ניט מבשל זיין אין קיין חלב,

אויך אין אזא חלב וואס איז ניט חלב אמו* 10 ],

אבער בײ בשר עוף,

וואס ער האט דאך ניט קיין חלב־אם — גייט ניט אן דער איסור "לא תבשל" מערניט ווי מדברי סופרים.

איז אין דעם ניט מובן: דער פירוש הפשוט פון "לא תבשל גדי בחלב אמו" איז,

אז דער צוגעלייגטער ווארט "אמו" גייט אויף דעם ווארט בחלב אין וועלכן מען טאר ניט קאכן קיין בשר.

פארוואס לערנט רש״י אז ער קומט גאר צו אפ־ טייטשן דעם בשר,

אבער ס׳איז ניטא קיין אונטערשייד אין וואס פאר א חלב מ׳קאכט אים ?

די קשיא איז נאך שטארקער: אויך אין פ׳ משפטים 7

שטייט "בחלב אמו ",

און דארט איז רש״י ניט מפרש "פרט לעוף כו'"

[און דארט קען מען גאר ניט זאגן אז מיט "בחלב אמו" מיינט דער פסוק צו ממעט זיין ״עוף״ — ווארום די אזהרה "לא תבשל גדי" אין פ׳ משפטים איז בלויז אויף "גדי",

"ולד רך" פון א ב המה 11

(ערשט אין אונזער פרשה,

וואו דער "לא תבשל גדי" שטייט צום צווייטן מאל,

איז ער מוסיף "אזהרה לב-שר ",

יעדן סארט בשר),

און בדרך ממי-לא איז בשר עוף אויסגעשלאסן פון דעם איסור — דארף מען דאך ניט דערויף דעם מיעוט פון "בחלב אמו"],

איז דאך דערפון משמע אז "בחלב אמו" פון פ׳ משפטים לערנט רש״י כפשוטו ,

אז דער איסור דארט איז בלויז אויף חלב אמו,

ניט אויף אנדערע מילך.

היינט פארוואס זאל ער אזוי ניט לערנען אויך "בחלב אמו" פון אונזער סדרה 12 ?

אויך דארף מען פארשטיין וואס רש״י איז מסיים "שאין איסורו מן התורה אלא מדברי סופרים״: וואס איז נוגע צום פירוש פון פסוק וואס איז אין תורה — דאס וואס בשר עוף בחלב איז אסור מדרבנן 13 ?

בדוחק קען מען פארענטפערן: ווי־ באלד דער תלמיד ווייס דאך

(צוזעענ־ דיק די הנהגה פון זיינע עלטערן)

אז אויך בשר עוף טאר מען ניט עסן מיט מילך — קען ער זיך וואונדערן: ווי זאגט עס רש״י "פרט לעוף כו׳" אז בשר עוף איז מותר?

דערפאר זאגט רש״י,

אז מדרבנן איז עס טאקע אסור.

אבער צו איינטייטשן אז רש״י לייגט צו א זייטיקע באווארעניש וואס האט ניט צו טאן מיטן פירוש הכתוב — איז א דוחק גדול 14 .

א סך גלאטער איז צו זאגן,

אז אויך דער סיום פון רש״י׳ס פירוש "שאין איסורו מן התורה אלא מדברי סופרים" האט צו טאן מיטן עצם פירוש פון פסוק.

ד.

איז דער ביאור אין דעם:

די שוועריקייט אין פסוק "לא תבשל גדי" פון אונזער סדרה

(וואס רש״י נעמט אראפ מיט זיין פירוש "אזהרה לבשר בו׳")

איז 15

: וויבאלד אז דער טייטש פון ווארט "תבשל" און אונזער פסוק איז ניט אכילה ווי אין פ׳ מש-פטים,

נאר הנאה

(ווי רש״י האט עם שוין מפרש געווען פריער אין פ׳ משפ-טים)

— איז פארוואס שטייט אין דער תורה ביידע מאל דער זעלבער אויס־ שפראך ?

ווען דער לשון "לא תבשל " וואלט גע־ שטאנען בלויז אין אונזער סדרה,

וואלט קיין קשיא ניט געווען פארוואס דער פסוק נוצט "לא תבשל " אויף איסור הנאה — היות אז בישול איז דער ערש־ טער מיטל וואס דערפירט צו הנאה ׳

(וואס דעריבער איז רש״י׳ן אויך ניט שווער דער לשון "לא תבשל " אין פ׳ משפטים וואס רעדט וועגן אכילה) 16 .

וויבאלד אבער אז אין פ׳ משפטים רעדט דער פסיק וועגן אכילה און אין אונזער פסוק — וועגן הנאה,

האט די תורה אין די צוויי ערטער געדארפט נוצן צוויי פארשידענע אויסשפראכן.

פארוואס שטייט אין ביידע ערטער דער לשון "לא תבשל" 17 ?

דעריבער לערנט רש״י,

אז די תורה זאגט אין אונזער פסוק,

ביים איסור הנאה,

דעם לשון ״לא תבשל ״ — פונקט ווי ביי די אנדערע צוויי איסורים; אכי-לה און בישול — ווייל אין אונזער פסוק ווערט צוגעגעבן

(ניט בלויז דער איסור הנאה,

נאר אויך)

אן ענין אין דעם אל ־ געמיינעם איסור פון "לא תבשל",

וואס איז נוגע אלע דריי פרטים : אכילה,

הנאה און בישול.

און וויבאלד אז די איינציקע זאך וואו מ׳קען צוגעבן אין דעם אלגעמיינעם אי-סור,

איז עס אין דער געקאכטער זאך גופא — לערנט דעריבער רש״י "אזהרה לבשר

(בחלב)

",

אז דער "לא תבשל גדי" פון אונזער פסוק

(גיט צו און)

איז אן אזהרה פאר יערער מין בשר 18 ,

כל בהמה הי׳ ועוף* 18

(נאר עוף איז דער פסוק גלייך שולל דא 19

זאגנדיק בחלב אמו — ווי רש״י איז מפרש דא דעם "בחלב אמו").

און אויף דעם איז רש״י ממשיך "אחד לאכילה וא׳ להנאה וא׳ לאיסור בישול" — כאטש ער האט עס שוין מפרש געווען אין פ׳ משפטים — בכדי צו מסביר זיין,

אז די "אזהרה לבשר " וואס ווערט צוגעגעבן אין אונזער פסוק,

איז

(ניט בלויז בנוגע לאיסור הנאה,

נאר)

שייך צום כללות האיסור פון "לא תבשל",

אין אלע זיינע דריי פרטים : אכילה,

הנאה און בישול — אז די אלע דריי זאכן זיינען אסור ביי יעדן מין בשר.

ה.

לכאורה קען מען פרעגן: הן אמת אז דער פסוק איז דא מוסיף אן ענין אויך אין דעם דבר המבושל וואס גייט אן סיי ביי אכילה און סיי ביי הנאה און סיי ביי בישול — איז דאך אבער אין דער געקאכטער זאך פאראן צוויי חלקים: "גדי" און "בחלב אמו".

איז פון ווא־ נען ווייס רש״י אז די הוספה איז צום חלק ״גדי — אזהרה לבשר ",

אפשר וויל דער פסוק מוסיף זיין צו "בחלב אמו" און די כוונת הפסוק איז "אזהרה לחלב " אז דער איסור גייט אן ביי יעדן סארט חלב?

די קשיא איז נאך שטארקער: פון רש״י׳ס פירוש ״בחלב אמו — פרט לעוף כו׳" זעט מען ווי ער לערנט אז דער איסור פון אונזער פסוק איז טאקע אויף יעדער חלב

(ניט ווי אין פ׳ משפטים פון וועלכן מען ווייס נאר דעם איסור אויף חלב אמו).

קען ער דאך שוין אויך לערנען,

אז אין דעם באשטייט דא די הוספה בנוגע צום כללות האיסור פון "לא תבשל״ 20 ?

איז דער ביאור אין דעם: די ווער־ טער און די עשי׳ " לא תבשל

(גדי בחלב אמו)

" גייט ניט אויף "חלב אמו" נאר אויף ״גדי״ — די ווערטער " ב חלב אמו" זיינען בלויז מבאר אין וואס מען טאר דעם "גדי" ניט מבשל זיין,

אז דאס איז "בחלב אמו".

און דער־ פאר לערנט רש״י "אזהרה לבשר" און ניט ״אזהרה לחלב״ — ווייל ס׳איז מסתבר צו זאגן אז די הוספה באיסור וואס דער פסוק איז מרמז מיטן לשון "לא תבשל ",

באלאנגט צו דער עיקר זאך אויף וועלכער ס׳איז די אזהרה "לא תבשל״ 21 .

ו.

לויט ווי ערקלערט פריער קען "אזהרה לבשר" נכלל ווערן אין לא תבשל גדי ,

ווייל ״גדי״ דא — מיינט

(ניט מין הגדי,

נאר עס קומט אלם)

שם המושאל אויף ״בשר״ 22 ,

ווייל בשר איז דער ״רך״ — בערך די אנדערע טיילן פון גוף 23 .

ס׳איז נאך אבער שווער,

ובפרט — לפי פשוטו של מקרא: פארוואס זאגט דער פסוק די "אזהרה לבשר " אין דעם לשון "לא תבשל גדי ",

וואס דער פירוש פון "גדי" מצ״ע איז דער מין פון "גדי"?

מוז מען זאגן,

אז דער ווארט "גדי" דא טראגט אין זיך ביידע ענינים 24

: אז מיט אים ווערט געמיינט "דבר רך"

(און דער לשון "גדי" איז נאר א שם המושאל) 25

; און

(בעיקר)

אז ער מיינט אויך כפשוטו — דעם מין פון גדי.

איז דאך אבער שווער: ווי קען מען איינלערנען "גדי" כפשוטו בשעת די אזהרה איז אויף יעדער מין בשר?

אויף דעם איז רש״י מפרש "גדי כל ולד רך במשמע ואף עגל וכבש כו׳ כל יונקים במשמע״: וויבאלד דער פסוק דא רעדט וועגן קאכן "בחלב אמו",

און דער הווה

(שטייגער)

צו נוצן "חלב אמו" איז בעיקר ביים בישול פון "יונקים"

(בשעת מען וויל קאכן דאס פלייש פון א גאר יונגער בהמה — א זויגלינג — בחלב,

איז נאטירלעך אז מען זאל זי קאכן אין דעם מילך פון איר מוטער און ניט גיין זוכן מילך פון ערגעץ אנדערש 26 ),

אבער ניט ביים בישול פון פלייש אפילו פון א ולד רך וואס האט שוין אויפגעהערט צו זיין א יונק

(ובמילא געפיגט ער זיך שוין ניט,

בכלל,

צו־ זאמען מיט ״אמו״)

— דערפאר זאגט דער פסוק דעם לשון "גדי",

וואס כל יונקים במשמע,

ווייל "דיבר 27

הכתוב בהוה" 28 .

און דעריבער איז רש״י מוסיף דא דעם ביאור אין ולד רך — "יונקים" 29

און באנוגנט זיך ניט מיט "ולד רך"

(ווי אין פרשת משפטים),

ווייל דוקא אין "יונקים" באשטייט די גאנצע הסברה אויפן לשון ״גדי״ וואס שטײט דא

(אע״פ וואס דא איז מען מרבה — " בשר " אלערליי בשר),

כנ״ל.

ז.

עס בלייבט אבער אלץ ניט פארשטאנדיק דער סיום הפסוק "בחלב אמו״:

אין פ׳ משפטים,

וואו די אזהרה איז בלויז אויף ״גדי — ולד רך",

איז פארשטאנדיק וואס דער איסור ה״בישול״

(עסן)

איז דוקא בחלב אמו: ווייל דער בישול פון א יונגן ולד אין זיין מוטערס מילך איז אן אכזריות 30 .

בעת עס קומט אבער צום צווייטן "לא תבשל" וואו די אזהרת הכתוב איז אויף יעדן בשר — אויך אויף בשר פון אן עלטערער בהמה,

מוז מען דאך שוין זאגן אז דער איסור הבישול פון אזא בשר,

איז אין יעדן חלב — היינט פארוואס זאגט די תורה "בחלב אמו "?

און בנוגע צו "בחלב אמו" קען מען שוין ניט פארענטפערן אז דער דאזיקער לשון איז מטעם וואס "דיבר הכתוב בהוה" 31

: וואלט דער לשון "גדי" דא געװען מצ״ע,

אז בלויז ביי אים איז דא דער איסור "לא תבשל" האט מען געקענט זאגן אז דער לשון "בחלב אמו" איז ווייל דער שטייגער ביים בישול פון א גדי בחלב,

איז חלב אמו — דיבר הכתוב בהוה; וויבאלד אבער אז דער לשון גדי דא שטייט בלויז מחמת דעם וױיטערדיקן לשון ״בחלב אמו ״

(כנ״ל סעיף ו')

— האט דאך ניט קיין ארט צו תולה זיין דעם לשון "בחלב אמו" אין דעם פריערדיקן ווארט "גדי".

דעריבער לערנט רש״י "בחלב אמו — פרט לעוף שאין לו חלב אם",

אז מיטן צוגעלייגטן ווארט "אמו" קומט דער פסוק צו ממעט זיין בשר עוף.

אבער ביים חלב איז טאקע קיין נפקא מינה ניטא און דער איסור "לא תבשל" גייט אן אויף יעדער חלב.

ח.

עס בלייבט נאך אבער אלץ שווער:

א)

דער סגנון והמשך הכתוב,

אז מיטן ווארט ״אמו״ — א צוגעגעבענער צו "בחלב",

מיינט דער פסוק אפצו־ טייטשן ניט וואס פאר א חלב דאס איז — נאר דעם מין הבשר?

ב)

פארוואס דייט אן דער פסוק דעם מיעוט "פרט לעוף" דורכן ווארט "אמו",

וואס גיט אן ארט לטעות אז וויבאלד דער ווארט באציט זיך צום "בחלב",

מיינט ער ניט דערמיט ממעט זיין

( בשר )

עוף! ער האט געדארפט מרמז זיין דעם מיעוט "פרט לעוף" דורך צוגעבן א ווארט צו "גדי" וכיו״ב?

דערפאר איז רש״י מוסיף "שאין איסורו מן התורה אלא מדברי סופרים",

אז מדברי סופרים איז דער בישול פון בשר עוף בחלב יע אסור.

און דערפאר דייט אן דער פסוק דעם מיעוט "פרט לעוף" דורכן ווארט "אמו" 32 ,

טאקע צוליב דעם וואס דאס גיט אן ארט לערנען אז ער קומט ניט ממעט זיין בשר עוף,

בכדי דער-מיט צו מרמז זיין דעם איסור מדברי סופרים וועלכער איז דא אויך ביי עוף 33 .

ט.

אין פירוש רש״י זיינען דאך פאראן אויך ענינים פון הלכה ווי אויך ענינים פון פנימיות התורה — איז פון די עניני הלכה 34

וואס אין אונזער רש״י:

וועגן דעם איסור בשר עוף בחלב מדרבנן,

זיינען דא צוױי דיעות: איין דיעה האלט אז רבנן האבן גע׳אסר׳ט בשר עוף בחלב נאר באכילה 35 ,

די צווייטע דיעה האלט אז דאס איז אסור אויך בהנאה ובבישול 36 .

איז לויט פירוש רש״י,

אז דעם איסור בשר עוף בחלב שמדברי סופרים איז די תורה מרמז אין "לא תבשל גדי גו׳" פון פרשת תשא וואס רעדט וועגן איסור הנאה ,

איז פארשטאנדיק אז — לפרש״י — איז דער דאזיקער איסור ניט נאר באכילה נאר אויך בהנאה.

אבער אין אמת׳ן קומט אויס נאך מערער — אז לויט פרש״י איז בשר עוף בחלב אסור אויך בבישול:

וויבאלד אז דעם איסור בשר עוף בחלב שמדברי סופרים איז די תורה מרמז אין דעם פסוק וועלכער איז מחדש "אזהרה לבשר ",

הייסט עס דאך,

אז אין אט־דער אזהרה זיינען פאראן צוויי ענינים: ווי ס׳איז מן התורה אז מיט "בחלב אמו" איז דער פסוק מגלה אויף דער "אזהרה לבשר",

אז אין דעם כלל גייט ניט אריין בשר עוף; און ווי ס׳איז מדברי סופרים — אז אין דער "אזהרה לבשר" גייט אריין אויך בשר עוף

(וואס דער פסוק גופא איז מרמז,

אז מד״ס — איז בחלב אמו ניט ממעט בשר עוף),

איז דאך פארשטאנדיק אז כשם ווי די "אזהרה לבשר" פון אונזער פסוק גייט אויף דעם איסור "לא תבשל" אין אלגעמיין,

כולל אלע דריי פרטים: אכילה,

הנאה און בישול,

און די תורה אסר׳ט יעדן בשר

(אויסער עוף)

אויך בבישול — אזוי איז אויך די "אזהרה לבשר" ווי זי איז מדברי סופרים צו אסר׳ן בשר עוף,

אז זי איז אויף אלע דריי פרטים,

און אויך בישול בשר עוף איז אסור מדברי סופרים.

י.

פון די ענינים פון "יינה של תורה״ אין אונזער רש״י:

די "אזהרה לבשר בחלב"

(אין פ׳ תשא)

זאגט די תורה מיט די ווערטער "לא תבשל גדי בחלב אמו".

און כאטש אז בדרך הפשט לערנט מען אז ״אמו״ קומט למעט בשר עוף — איז אבער וויסנדיק אז אלע ענינים שבתורה זיינען בתכלית הדיוק,

מוז מען זאגן אז בפנימיות הענינים איז " גדי בחלב אמו " דער שורש און די סיבה אויף יעדן בשר בחלב,

וואס דאס איז מטעם אכזריות.

און דאס ווייזט אונז נאך מער 37

ווי ווייט מ׳דארף זיין אויסגעהיט פון אכזריות און פון צער בעלי חיים.

און דערפון קען מען אפלערנען אויף וויפל עס מוז זיין די זהירות בנוגע דעם צער פון א מענטשן,

ועאכו״כ בנוגע דעם צער פון א אידן,

ווארום מען זעט דאך דא,

אז מצד דעם סרך פון אכזריות וואס אין אכילת

(והנאת)

"גדי בחלב אמו" האט די תורה גע׳אסר׳ט ניט בלויז "גדי בחלב אמו" גופא,

נאר אויך יעדער בשר בחלב — און ניט בלויז אין אכילה והנאה,

נאר אויך אין בישול — בכדי צו דערוױי־ טערן זיך פון פעולות וואס קענען ברענגען צו אכזריות ר״ל.

און מאידך גיסא גיט עס א באגריף ווי ווייט ס׳איז די טייערקייט פון אהבת הבריות בכלל,

און פון אהבת ישראל — בנים אתם לה׳ אלקיכם 38

— על אחת כמה וכמה.

(משיחת ש״פ תשא תשכ״ח)

Reader controls and commentary are loading.