א.
אין דער היינטיקער סדרה 1
שטייט געשריבן דער ציווי אויף מאכן דעם כיור.
וואס דערמיט איז דער כיור אפגעטיילט פון אלע אנדערע כלי המשכן,
וועגן וועלכע עס רעדט זיך אין די פריערדיקע צוויי סדרות 2
— הגם אז אויך דער כיור איז אן "עיקר בבנין הבית" 3 ,
און בנוגע משיחה ב-שמן המשחה ווערט ער ווייטער אין דער סדרה גערעכנט צוזאמען מיט די אנדערע כלים און אויף זיי אלע צוזאמען זאגט דער פסוק "והיו קודש קדשים" 4 .
היינט פארוואס שטייט דער ציווי עשיית הכיור,
באזונדער פון די אנדערע כלים?
זאגן מפרשים 5 ,
אז דאס איז דערפאר וואס ער איז
( ניט קיין ענין ל-עצמו,
נאר)
א הכנה צו "בבואם אל אהל מועד" און "בגשתם אל המזבח".
און אט דער חילוק צווישן דעם כיור און אלע אנדערע כלי המשכן קומט צום אויסדרוק
(ניט בלויז אין דעם ארט פונעם ציווי על עשיית הכיור אין תורה ,
"ועשית כיור",
נאר אויך)
אין דעם ארט וואו דער כיור איז געשטאנען אין משכן :
דער ארט פון אלע כלי המשכן איז געווען אין אהל מועד.
אויך דער מזבח הנחושת,
וואס ער איז געווען אין חצר,
איז ער אבער געשטאנען "פתח משכן אהל מועד״ 6 .
משא״כ דער כיור איז ניט געשטאנען בפתח המשכן נאר איז געווען אפגערוקט אין א זייט,
ביז אז — ״אין כיור לפני אהל מועד״ 7
(וואס דערפאר האט מען געקענט צו אים צוגיין צוליב רחיצת ידים ורגלים,
כאטש "בין האולם למזבח" האט מען
(לכמה דיעות 8 )
ניט געטארט אריינגיין פאר קידוש ידים ורגלים 9 ).
ב.
אט דער ענין,
אז כיור איז א הכנה צו כללות עבודת המשכן,
דריקט זיך אויס אויך אין דעם שיעור פון דער מאס פון כיור:
פון פסוק "ורחצו ממנו משה ואהרן ובניו" 10
(וואו עס ווערן גערעכנט פיר מענטשן: "משה ואהרן תרין ובניו תרין" 11 )
לערנט אפ די גמרא 12
: "כל כיור שאין בו כדי לקדש ארבעה כהנים ממנו אין מקדשין בו".
ולכאורה: משה האט זיך געדארפט וואשן פון כיור נאר אין די ימי המילואים
(לויט דער דעה 13
אז דערנאך לא שמש בכהונה),
און שפעטער איז דער כיור נוגע בלויז צו אהרן ובניו,
איז פארוואס זאל דער כיור לדורות מוזן קענען האלטן וואסער פאר פיר מענטשן,
אויך כנגד משה
(און ווי געבראכט די קשיא במפרשי הש״ס דארט)?
וי״ל דעם ביאור אין דעם 14
: די ימי המילואים זיינען געווען א הכנה צו דער כללות העבודה פון אהרן ובניו שפעטער.
און היות אז אויך דער כיור איז ענינו הכנה לכללות העבודה,
כנ״ל,
דארף שיעורו דעריבער זיין "כדי לקדש ארבעה כהנים",
ניט נאר "כנגד אהרן ובניו",
וואס האבן מקדש געווען פון כיור נאך די ימי המילואים,
נאר אויך "כנגד משה",
( אלע 15
כהנים אין דער צייט פון חנוכת המשכן,
אלע )
וואס האבן מקדש געווען פון אים אין די ימי המילואים,
זמן ההכנה.
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז כאטש דער כיור איז געווען בלויז א הכנה לעבודה,
איז אבער אין אים געווען א מעלה מיוחדת,
העכער פון די אנדערע כלי המשכן,
וואס מטעם דער מעלה איז דוקא אין אים געווען אן ענין וואס איז מרמז אויף משה׳ן,
וואס ער איז דאך העכער אויך פון אהרן.
ויתרה מזו: אויף משה׳ן צוזאמען מיט אלע כהנים וואס זיינען דאמאלס געווען.
ג.
אט די צוויי קצוות פון דעם כיור
— אז פון איין זייט איז ער בלויז א הכנה,
און מאידך גיסא איז דוקא אין אים פאראן ענינו של משה
(וכל הכהנים)
בגלוי
(וואס דאס איז ניטא אין די אנדערע כלי המשכן)
—
זיינען מרומז אויך אין די "מראות הצובאות",
וואס פון זיי איז דער כיור געמאכט געווארן:
פון איין זייט,
זיינען די מראות הצובאות א גאר נידעריקער ענין,
ביז אז אפילו משה רבינו,
חאטש ער איז "אוהב ישראל" 16 ,
האט אין זיי מואס געווען "מפני שעשוים ליצר הרע"
[און זיי ווערן ניט גערעכנט צווישן די אלע נדבות המשכן פון פ׳ פקודי,
זיי זיינען גאר ניט אין כלל פון ״פקודי המשכן״]
; ואעפ״כ,
איז דוקא אויף די "מראות הצובאות" האט דער אויבערשטער געזאגט "אלו חביבין עלי מן הכל "* 16 .
ד.
דער ביאור אין דעם איז:
שוין גערעדט פיל מאל 17 ,
אז דער חידוש פון "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם״* 17
באשטייט אין דעם,
אז אידן זאלן נעמען דברים גשמיים און פון זיי מאכן א מקדש פאר דעם אוי־ בערשטן,
ביז אז אין די
(דרייצן 18
צי פופצן 19 )
דברים גשמיים זאל זיין "ושכנתי בתוכם ",
וואס דורך דעם וועט נשלם ווערן דער ענין פון "נתאוה 20
הקב״ה להיות לו ית׳ דירה בתחתונים ".
און וויבאלד אז די כוונה פון "דירה בתחתונים" איז דאך ביז צום תחתון ביותר "שאין תחתון למטה ממנו״ 21 ,
האט דעריבער געדארפט זיין אין משכן אויך אן ענין פון "מראות הצובאות",
וואס זיינען "עשויים ליצר הרע ",
בכדי אז אויך דער תחתון זאל ווערן א דירה לו ית׳.
אבער פונדעסטוועגן האט משה מואס געווען אין דעם,
ווארום משה "נתנבא בזה " 22 ,
דאס מיינט,
אז ביי אים איז געווען ראיית מהות אלקות,
האט ער געוואלט אז דער גילוי פון "ושכנתי בתוכם" זאל זיין אין אן אופן פון ראיית המהות .
און וויבאלד אז די זאכן וועלכע זיינען פארבונדן מיטן נה״ב און יצה״ר,
אפילו לאחרי ווי זיי ווערן נתברר,
זיינען מעלים ומסתיר אויף ראיית המהות
[וכידוע 23
בענין "אספקלריא שאינה מאירה"
(א זכוכית מיט א כיסוי פון א ״דבר דק וקלוש״ — א שפיגל),
וואס הגם אז דוקא דורך דער פארמיטלונג פון דעם צודעק וואס אויף איר,
קען דער מענטש זען מאחוריו,
וואס דורך אן "אספקלריא המאירה" קען מען עס ניט זען — איז אבער דאס געזעענע דורך אן אספקלריא שאינה מאירה ניט די זאך גופא,
נאר א ״דמות״,
אן ״אפשפיגלונג״ פון דער זאך.
ועד״ז איז אויך בנוגע דעם בירור פון נפש הבהמית: אע״פ אז דוקא דורכן בירור פון נה״ב
(בחי׳ אספקלריא שאינה מאירה)
ווערט נמשך אן אור חדש וואס איז העכער פון דעם אור הנמשך דורך מעשה המצות
(בחי׳ אספקלריא המאירה),
איז אבער דער אור ניט בגילוי כ״כ און ער איז מאיר בלויז אין אן אופן פון "דמות"],
האט דעריבער משה
(וואס "נסתכל באספקלריא המאירה״ 24 )
ניט געוואלט אז אין משכן זאלן זיין די מראות הצובאות
(בחינת אספקלריא שאינה מאירה 25 ),
בכדי אז דער "ושכנתי בתוכם" זאל זיין אין אן אופן פון "זה",
גילוי המהות 26 .
אי וואס די כוונה איז "דירה בתחתונים " — איז אבער לגבי מדריגת משה
(וואס צו דער מדריגה האט ער געוואלט אויפהויבן אלע אידן),
זיינען שוין אויך די אנדערע זאכן פון נדבת המשכן
(ובפרט ״נחושת״ 27 )
גענוג "תחתון",
דורך וועלכע עס וועט נשלם ווערן די כוונה פון "דירה בתחתונים" 28 .
אויף דעם האט אים דער אויבערשטער געענטפערט,
אז אין משכן דארף מען האבן אויך אזא "תחתון" וואס איז ״עשוי ליצר הרע״,
ואדרבה 29
: ווען מען נוצט אויס דעם תחתון ביותר אויף צו אויפשטעלן "צבאות ה׳״ — ווי דורך די "מראות הצובאות" האט מען אויפגעשטעלט "צבאות רבות במצרים״ 15
— וואס צבא ווייזט אויף דער עבודה פון "קבלת עול" 30 ,
וואס די עבודה איז מאיר בגילוי,
דוקא ווען ס׳איז דא יצר הרע וכו און דאן שטארקט מען זיך 31
אויף אים בדרך קבלת עול 32
— דאס איז "חביבין עלי מן הכל".
ה.
כשם ווי די "מראות הצובאות",
כאטש בגילוי זיינען זיי נידעריקער פון די נדבות המשכן
(וכנ״ל ס״ג אז זיי ווערן ניט גערעכנט צווישן די "פקודי המשכן"),
זיינען זיי אבער "חביבין מן הכל";
אזוי איז אויך דער כיור
(וואס איז פון דעם געמאכט געווארן)
: כאטש ער איז בלויז א הכנה,
וואס מצד דעם איז ער בגלוי נידעריקער פון אלע אנדערע כלי המשכן
(און דער ציווי פון עשיית כיור ווערט ניט גערעכנט צוזאמען מיט די ציוויים אויף די אנדערע כלי המשכן 33 ),
איז אבער די הכנה פון "ורחצו את ידיהם ואת רגליהם״ — וואס א איד וואשט זיך אפ פון די ענינים הבלתי רצויים — איז אט די רחיצה חביב ביי דעם אויבערשטן מער ווי די עבודה גופא וואס ער טוט שפעטער אויפן מזבח אדער אין אהל מועד 34 ,
ווייל דוקא אין דער רחיצה איז דא דער ענין פון ״אתכפיא סט״א״ — בדוגמת די "צבאות הוי׳"
(קבלת עול)
וואס קומט ארויס דורך די "מראות הצובאות".
און דאס איז אויך דער טעם וואס דוקא ביים כיור איז מרומז 35
אויך ענינו של משה
(וכל הכהנים) 36
—
ווייל דוקא אין דעם ענין פון אתכפיא וקב״ע ווערט נתגלה די אמיתיות
(ושלימותו בכל הפרטים — ד)
ענין הביטול 37 ,
ענינו של משה 38
(ובצירוף אהרן וכל הכהנים — דעבודתם בחשאי 39
— ביטול — ויבדל אהרן קד״ק 40
— דקאי על כל הכהנים).
(ממאמר ושיחת ש״פ ויקהל תשי״ט)