א.
ביים סיום פון דער סדרה,
איז רש״י מבאר וועגן יתדות 1
(א)
ווי אזוי די יתדות זעען אויס — "כמין נגרי נחושת",
(ב)
צו וואס זיי האבן גענוצט — "עשויין ליריעות האהל ולקלעי החצר קשורים במיתרים סביב סביב בשיפוליהן כדי שלא תהא הרוח מגביהתן".
דערנאך איז רש״י ממשיך: ,
"ואיני יודע* 1
אם תחובין בארץ או קשורין ותלויין וכובדן מכביד שפולי היריעות שלא ינועו ברוח.
ואומר אני ששמן מוכיח עליהם שהם תקועין בארץ לכך נקראו יתדות.
ומקרא זה 2
מסייעני אהל בל יצען בל יסע יתדותיו לנצח".
איז אין דעם ניט מובן:
א)
וואס רש״י זאגט "ששמן מוכיח עליהם שהם תקועין בארץ"; וואס איז די הוכחה פון דעם נאמען "יתדות" אז זיי זיינען "תקועין בארץ" 3 ?
און אויב רש״י נעמט אן,
אז פונעם נאמען "יתדות" האט מען יא א קלארן באווייז אז זיי זיינען "תקועין בארץ",
ווי אזוי זאגט ער אליין פריער " ואיני יודע אם תחובין בארץ",
זאגענדיק בפירוש אז דאס איז ניט באוואוסט?
לויט אייניקע נוסחאות איז אט דער גאנצער המשך — אנהויבענדיק פון ״ואומר אני״ ביז צום סיום — ניט דער לשון פון רש״י אליין,
נאר א הוספה וואס איז צוגעגעבן געווארן דורך זיינעם א תלמיד 4 .
אבער אויך לויט די נוסחאות קען מען ניט פארענטפערן,
אז ביי רש״י איז טאקע ניט באוואוסט * 4
צי די יתדות זיינען געווען תחוב בארץ,
און ביי זיין תלמיד איז געווען ברור מיט א פשיטות אז דער יתד איז תקוע בארץ — ווארום וויבאלד אז מיט די צוגעגעבענע ווערטער "ואומר אני ששמן מוכיח עליהם כו׳" האט דער תלמיד געמיינט ארויסצוברענגען א בירור אין דעם וואס רש״י זאגט " ואיני יודע כו׳ ",
פאדערט זיך דאך ער זאל מבאר זיין ווי אזוי דאס איז מוכח פון "שמן" און ניט בלויז זאגן סתם בפשיטות אז ס׳איז דא אזא הוכחה.
ב)
נאך דעם ווי רש״י
(אדער זיין תלמיד)
זאגט "ששמן מוכיח עליהם שהם תקועין בארץ",
איז ער נאך מוסיף: "ומקרא זה מסייעני כו׳".
ולכאורה,
אויב ער האט שוין יע דעם באווייז
(פון "שמן")
אז יתד איז א זאך וואס ווערט אריינגעזעצט אין דער ערד,
איז דאך ניטא קיין הכרח עס זאל זיין א סיוע 5
פון פסוק 6 ?
ג)
פארוואס טאקע זאל מלכתחילה זיין א ספק ביי רש״י צי די יתדות זיינען געווען "תחובין בארץ"
(ובפרט לויטן נוסח אז אט־די ווערטער "ואומר אני כו׳״ שטאמען ניט פון רש״י אליין — ביי אים איז דאס געבליבן בגדר ספק)
— בשעת ס׳איז פאראן אויף דעם א בפירוש׳ע ראי׳ פון דעם געבראכטן פסוק ״אהל בל יצען גו׳" ?
ד)
אז יתדות שטעלן מיט זיך פאר די זאך פון "תקועין"
(אריינגעזעצט,
אריינגעפעסטיקט),
זעט מען בפירוש אין כמה וכמה פסוקים ״ותתקע את היתד״ 7
; ״ותקעתיו יתד במקום נאמן״ 8
— האט דאך לכאורה רש״י
(אדער תלמידו)
געדארפט ברענגען די ראי׳ פון אט־די פסוקים,
ערשטנס,
ווייל זיי שטייען
(אין תנ״ך)
פריער פון דעם געבראכטן פסוק "אהל בל יצען גו׳ "; און,
והשנית,
ווייל אין זיי שטייט בפירוש ״ותתקע״; "ותקעתיו " אין צוזאמענהאנג מיט ״יתד״ — בעת פון דעם פסוק "אהל גו׳ בל יסע יתדותיו לנצח" ווערט געבראכט די ראי׳
(אז די יתדות זיינען "תקועין")
ניט מצד א בפירוש׳ן לשון,
נאר מצד דער משמעות התוכן פון פסוק
(וויבאלד עס ווערט געזאגט "בל יסע יתדותיו",
אז די יתדות ווערן ניט אפגערוקט פון ארט,
איז מוכח אז זיי זיינען "תקועין")?
ב.
פון דעם וואס רש״י
(א)
זאגט בפשיטות "ששמן מוכיח עליהם" און
(ב)
ער ברענגט ניט קיין ראי׳ פון "ותתקע את היתד" אדער "ותקעתיו יתד",
איז א הוכחה,
אז בנוגע די אייגנשאפט פון יתדות אין אלגעמיין — איז ביי רש״י׳ן קיין ספק ניט.
ד.
ה.
מען ווייס אז יתד בכלל איז א זאך וואס ווערט ערגעץ אריינגעשטעקט
(אף צו גראבן),
אדער אריינגעהאקט און אריינגעפעסטיקט 9
און דערפאר,
איז אויך בנוגע צו די יתדות המשכן,
זאגט ער בפשיטות
(אויך לויטן פירוש אז די יתדות זיינען ניט געווען תחובין בארץ),
אז זיי זיינען געווען ״כמין נגרי נחושת״ וואס נגרים — אין לשון הקודש — זיינען אזוינע זאכן וועלכע מען איז ערגעץ־וואו תוקע 10
— ווייל דאס איז דער פירוש פון יתדות,
דער ספק איז נאר,
צי זיינען זיי — ביים משכן — אויך בפועל געווען תחובין בארץ אדער ניט.
און זיין סברא צו זאגן אז זיי זיינען ניט געווען תחובין — כאטש אז ביי אים איז פשוט אז אויך די יתדות המשכן זיינען געווען כמין "נגרי",
ד.
ה.
זיי האבן אזא צורה
(פארם)
אז מעז קען זיי תוקע זיין:
היות דער משכן איז
(אין מדבר)
ניט געשטאנען בקביעות אויף איין ארט 11
און מ׳האט אים געדארפט פאנאנדערנעמען 12 ,
איז מער מסתבר אז בכדי אויסצומיידן טרחא יתירה,
זאל מען די יריעות און קלעים איינהאלטן דורך דער שווערקייט פון הענגענדיקע יתדות — איידער דורך אן אופן וואס די יתדות זיינען "תחובין בארץ",
און מ׳זאל דארפן,
ביי יעדער פאנאנדערנעמען,
ארויסרייסן די יתדות פון דער ערד און זיי ווידער אמאל אריינזעצן ביים צווייטן מאל צונויפשטעלן.
ס׳איז אבער לויט דעם ניט פארשטאנדיק:
א)
אויב מ׳נעמט אן,
אז איינהאלטן די יריעות המשכן,
האט דער כובד פון די יתדות,
האט מען דאך צוליב דעם צוועק איבערהויפט ניט געדארפט נוצן קיין "יתדות" וואס זייער זאך איז צו טאן אט־די פעולה דורך זיין תקוע בארץ — נאר דורך שווערע זאכן — וואס פאר א צורה זיי זאלן ניט האבן ?
ב)
וויבאלד אז דער ספק איז
( ניט בנוגע די צורת היתדות,
נאר)
צי בפועל זיינען זיי געווען תחובין,
היינט וואס העלפט דא די ראי׳ פון
("שמן",
און עאכו״כ פון)
דעם פסוק "אהל בל יצען בל יסע יתדותיו לנצח" וואו עס רעדט זיך כלל ניט וועגן משכן ?
ג.
וועט עס ווערן פארשטאנדיק בהקדים וואס רש״י זאגט פאר דעם
(אין פריערדיקן דיבור המתחיל אין אונזער פסוק)
* 12
: "מקבות לתקוע יתדות ועמודים".
ולכאורה,
ביי רש״י איז עס דאך
(נאך)
ניט מוחלט צי די יתדות זיינען געווען תחובין אדער תלויין — ווי אזוי זאגט ער פריער מיט א פשיטות " לתקוע יתדות"?
מוז מען דאך זאגן,
אז עס זיינען געווען במשכן 13
צוויי מיני ״יתדות״ — און ווי רש״י אליין זאגט עס בפירוש אין פרשת נשא * 13 .
"ויתדות ומיתרים היו ליריעות ולקלעים מלמטה כו׳
(וואס בא זיי איז דער ספק בפירש״י דא)
ויתדות ומיתרים היו לעמודים סביב לתלות בהם הקלעים בשפתם העליונה״ — און בנוגע אט־די לעצטע יתדות,
איז ביי רש״י קיין ספק ניט אז זיי זיינען געווען ״תקועין״ — און צו אט־די יתדות איז עס רש״י מכוון אין פריערדיקן דיבור.
ווארום ס׳איז פשוט אז די יתדות העמודים — וואס אויף זיי האט מען
(באמצעות "הכלונסות וקונדסין״ 14 )
אויפגעהאנגען דעם אויבערשטן ברעג פון די קלעים — זיינען זיי געווען " תקועין " אין די עמודים און באופן כזה אויפגעהאלטן די הענגענדיקע קלעים.
ופשוט אז דאס האט לחלוטין ניט צו טאן מיט כובד היתדות.
און ווי רש״י אליין איז עס מצייר אין אונזער סדרה 15
און פירט אויס אז די "אונקליות"
(וואס לפי משמעות הענין מוז מען זאגן אז דערמיט מיינט מען די יתדות 16 )
וואס אויף זיי איז געווען תלוי דער "קונדס דרך טבעתו",
זיינען געווען תקוע אין דעם עמוד.
ועפי״ז קען מען זאגן,
אז די
(אונטערשטע)
יתדות פון די יריעות און קלעים
(שבפרשתנו)
זיינען טאקע ניט געווען תחוב בארץ,
נאר זיי האבן איינגעהאלטן די יריעות וקלעים מיט זייער כובד
(לויט ווי ס׳איז מער מסתבר צו זאגן,
כנ״ל סעיף ב׳)
; אי,
פארוואם עפעס האט מען אויף דעם גענוצט יתדות און ניט אנדערע שווערע זאכן — איז עס מצד דעם ווייל היות אז צו די זעלבע קלעים בשפתם העליונה האט מען גענוצט יתדות
(און דארט האט מען דאך געמוזט האבן יתדות,
כנ״ל),
האט מען דעריבער אויך גענוצט יתדות צו די קלעים בשיפוליהן ובמילא אויך צו די יריעות בשיפוליהן 17
כאטש אז מען האט געקענט נוצן אויך אנדערע זאכן.
ד.
און נאך דעם ווי רש״י טייטשט אויס,
אז מצד הענין איז דא ניט ברור,
פירט רש״י אליין אויס: "ואומר אני",
אז זיי זיינען געווען תחובין בארץ,
און ברענגט אויף דעם צוויי ראיות :
א)
"ששמן מוכיח עליהם שהם תקועין בארץ לכך נקראו יתדות״: וויבאלד דער פסוק רופט זיי דא פארט אן מיטן נאמען יתדות ,
איז דערפון גופא משמע,
אז דאס איז ניט בלויז צוליב זייער ציור פון יתדות און דערביי האט זייער ציור קיין ראלע ניט געהאט — נאר דער כובד אליין,
נאר אז זיי זיינען טאקע גענוצט געווארן בהתאם מיט זייער נאמען 18 .
היות אבער אז דאס איז דאך ניט קיין שטארקע ראי׳
(ווארום סוף־כל־סוף איז ניטא קיין קלארער באווייז אז דער פסוק רופט זיי אן יתדות מחמת זייער פועל׳דיקן באנוץ אלס יתדות)
— ובפרט נאך אז לויט ענין המשכן,
איז פאראן קעגן דעם א סברא להיפך,
כנ״ל,
אז זיי זיינען ניט געווען תקועין,
וויבאלד מ׳האט געקענט אויסקומען אן דעם — ברענגט דעריבער רש״י נאך א ראי׳:
ב)
"ומקרא זה מסייעני אהל בל יצען בל יסע יתדותיו לנצח״ — וואס פון דעם פסוק זעט מען אז דער שטייגער צו אויפהאלטן אן אהל
(וואס ענינו איז דאך העתקה פון ארט צו ארט 19 )
איז דורך יתדות וואס מ׳קען ניט אוועקרוקן פון ארט,
דאס מיינט אז זיי זיינען תחוב בארץ.
ובמילא
(ניט נאר פאלט אפ די סברא הנ״ל אז מ׳האט זיך באנוגנט מיט יתדות תלויים,
נאר אדרבה )
— "ומקרא זה מסייעני ": דערפון וואס דער פסוק לערנט אונז,
אז אן אוהל חשוב
(אוהל בל יצען)
איז דער סדר צו באפעסטיקן אים דורך יתדות התחובין בארץ 20 ,
איז פאראן א סיוע צו הנחת רש״י בנוגע צו אהל המשכן,
אן אוהל הכי חשוב,
אז דארט זיינען זיי געווען תקועין בארץ.
דאך איז אבער מובן,
אז נאך דעם אלעם איז עס ניט קיין הוכחה גמורה,
און סוכ״ס איז ניט אויסגעשלאסן,
אז ביים משכן בפרט
(לויט מהותו ותנאיו המיוחדים* 20 )
איז געווען אנדערש — דערפאר זאגט רש״י ביים צוטרעטן צום ענין
(מלכתחילה)
: " ואיני יודע "; און אויך זיין שפעטערדיקן בירור זאגט ער אין א לשון פון "ואומר אני",
אז אזוי לייגט זיך אפ ביי אים,
מיינענדיק דערמיט אז קיין בירור גמור איז עס ניט.
ה.
מ׳האט שוין פיל מאל גערעדט,
אז אין פירוש רש״י עה״ת — אפילו דארט וואו ער איז אויסן צו מפרש זיין נאר דעם פשט און ניט קיין הלכות — זיינען פאראן אויך ענינים פון הלכה און
(מכ״ש 21 )
ענינים פון פנימיות התורה,
ובלשון רבותינו 22
— "יינה של תורה".
דער דין ביי שבת איז,
אז דאס וואס מלאכת בנין איז אסור מן התורה בשבת איז עס בלויז די מלאכה פון א בנין קבע,
אבער די מלאכה פון א בנין ארעי,
איז אסור נאר מדרבנן 23 .
וואס איז דער גדר פון א בנין קבוע ?
— איז דאס אויך שייך און תלוי אין דעם חילוק צווישן אט־די צוויי מעגליכע אופנים אינעם אפטייטשן "יתדות" וואס רש״י לאזט אונז הערן בפירושו לפרשתנו:
אויב מ׳זאל אננעמען,
אז די יתדות האבן פעסטגעהאלטן די יריעות וקלעים דורך זייער כובד,
פארשטייט מען דערפון — וויבאלד אלע מלאכות פון שבת לערנט מען אפ פון מלאכת המשכן 24
— אז אפילו ווען מ׳בויט אן אהל וואס איז ניט פארפעסטיקט אין אן אופן פון "תקועין"
(דורך יתדות וכדומה),
אויב נאר ער איז גענוג פעסט ניט צו זיין "נע ונד ברוח מצוי׳ ״ 24 ,
הייסט עס שוין א בנין קבוע און אסור מה״ת; אויב אבער מ׳וועט אננעמען ווי דער פירוש אז די יתדות זיינען געווען תחובין,
דארף אויסקומען,
אז דער איסור פון בונה בשבת מה״ת — איז דווקא ביים בויען אן אהל אין אן אופן פון "תקועין".
ו.
כאמור לעיל,
איז אין פירוש רש״י פאראן "יינה של תורה".
פון די ענינים של פנימיות התורה וואס זיינען מרומז אין אונזער פירש״י:
ס׳איז מבואר אין חסידות 26 ,
אז דער ביהמ״ק איז געווען געבויט בעיקר פון דומם,
און דער משכן — פון צומח און חי.
און הגם ס׳איז פשוט,
אז די השראת השכינה — דער ענין פון "ושכנתי בתוכם" 27
— האט זיך אויפגעטאן אויך אין דעם עפר
(דומם)
שבקרקע המשכן 28 ,
איז אבער פארט ניט גלייך די קדושה פון קרקע המשכן צו דער קדושה פון די יריעות און די קרשים: די יריעות און קרשים זיינען געווען קדוש מצד עצמם,
משא״כ דער עפר פון קרקע המשכן — זיין קדושה איז געקומען בלויז מצד דעם משכן
(די יריעות וקרשים)
וואס איז געשטאנען אויף אים.
און נאכדעם ווי מ׳האט פון דעם ארט צוגענומען דעם משכן — איז אין דער קרקע,
וואו דער משכן איז געשטאנען,
ניט פארבליבן פון דער פריערדיקער קדושה 29 .
וואס דאס איז די מעלה אין ביהמ״ק לגבי דעם משכן.
אין ביהמ״ק איז די קדושה וואס אין דעם דומם — אפילו אין דעם דומם פון קרקע ביהמ״ק — א קדושה מצד עצמו.
און אויך לאחרי החורבן — נאכן חורבן בית ראשון 30 ,
אדער נאכן חורבן בית שני,
וואס איז געווען אינעם אופן "ערו ערו עד היסוד בה 31
— מען האט חרוב געמאכט ביז די יסודות 32
אדער — אויך 33
די יסודות 34
— איז דאך לכמה דעות פארבליבן קדושה אין דעם מקום המקדש 35 .
ז.
די שאלה איז אבער: ווי שטארק און ווי טיף ס׳איז געווען די קדושה פון קרקע המשכן אין דער צייט וואס דער משכן איז דארט געשטאנען — און דאס איז תלוי אין די צוויי אופני הפירוש פון "יתדות" וואס רש״י ברענגט דא ארויס:
לויט דעם אופן אז די יתדות האבן אויפגעהאלטן דעם משכן בלויז דורך זייער כובד,
דארף אויסקומען אז אט־די קדושה וואס ווערט נשפע פון משכן אין קרקע המשכן איז דאס נאר א מסובב,
האט דורכגענומען דעם עפר נאר אין חיצוניות,
עס איז ניט פארבונדן מיט דעם שטח הקרקע אלס פרט ,
נאר אלס קרקע סתם,
היות אז אויך ווען ער איז געשטאנען איז דער משכן ניט געווען איינגעפעסטיקט דורך חיבור ותקיעה בקרקע,
נאר זיך אויפגעהאלטן אויף דער קרקע דורך אן אנדער זאך — כובד היתדות 36 .
משא״כ לויטן פירוש אז די יתדות זיינען געווען " תחובין בארץ ",
האט די קדושה פון משכן אריינגעדרונגען אין דעם שטח קרקע אין א פנימיות.
נאכמער — דאס וואס דער משכן איז געווען קבוע במקומו,
אהל בל יצען — איז דאס געקומען פון דעם קרקע המשכן; דער שטח פרטי ,
קרקע המשכן איז די סיבה פון קביעות המשכן
(שאז קדושתו יותר — ווי ווען דער משכן איז פאנאנדערגענומען.
און ס׳איז נוגע לכמה דינים) 37 .
ח.
ס׳איז ידוע,
אז די קדושה פון
(משכן און)
ביהמ״ק האט מאיר געווען אויך בכל העולם 38 .
פון דעם איז מובן,
אז דורך בנין ביהמ״ק איז געגעבן געווארן יעדן אידן א כח
(אין זייער "ועשו לי מקדש״ בנפש 39 )
צו ממשיך זיין קדושה בכל העולם כולו און אין אן אופן פנימי וקבוע — בדוגמא ווי די קדושה פון בית המקדש.
און דערפון קומט ארויס א הוראה,
אז יעדער איד,
וואו ער זאל ניט זיין — אפילו ווען ער געפינט זיך אין ארץ העמים וואס תורה פסק׳נט אז אוירה און גושה זיינען טמא 40
— האט ער בכח צו מברר זיין חלקו בעולם און דארט ממשיך זיין קדושה באופן פנימי וקבוע,
בדוגמת הקדושה דביהמ״ק.
וואס דאס איז דער ביאור אויפן מאמר רז״ל 41
אז די בתי כנסיות ובתי מדרשות שבחו״ל זיינען "מקדש מעט" און מען וועט זיי לע״ל מיטנעמען קיין ארץ ישראל — ווייל דורך זייער תפלה און תורה זיינען אידן ממשיך קדושה אויך אין די הייזער גופא וואס זיינען פון אבנים ועצים ועפר 42
און וועלכע געפינען זיך אין חוץ לארץ — און די קדושה פארבלייבט אין זיי,
ביז אז סוכ״ס נעמט מען זיי מיט קיין ארץ ישראל.
און אזוי,
לאידך גיסא: דורך דעם וואס יעדער איד איז איצט ממשיך קדושה בחלקו בעולם,
ווערט אויפגעטאן די הכנה צו "עתידה ירושלים שתתפשט בכל ארץ ישראל 43
ועתידה א״י להתפשט בכל הארצות״ 44
— און איבעראל,
אין דער גאנצער וועלט,
וועט נתפשט ווערן א מעין פון דער קדושה פון ביהמ״ק 45;
ענינו איז דאך ״בית זבול לך״ 46
— וועט מען דאן זען ווי די גאנצע וועלט איז א דירה לו ית׳,
ואדרבא עיקר דירה — בתחתונים 47 .
און אזוי ווי אין ביהמ״ק היו קוראין את השם ככתבו 43
— אז דער שם הוי׳ איז געווען אין אן אופן פון קריאה
(בגילוי)
— אזוי וועט זיין אויך בכל העולם ״הוי׳ אחד ושמו אחד — נקרא ביו"ד ה"י
(כמו ש)
ונכתב ביו"ד ה"י" 49
— אין דער גאולה האמיתית והשלימה,
דורך משיח צדקנו,
יבוא ויגאלנו בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ תרומה תשכ״ה)