B"H
🏡

Ikar

תרומה א

א.

אין דעם סוג הדומם וואס איז באנוצט געווארן

(צווישן אנדערע סוגים)

פאר עשיית המשכן און זיינע כלים,

זיינען געווען דריי מינים: זהב,

כסף און נחשת 1 .

עס איז דאך ידוע,

אז "משכן אקרי מקדש" און "מקדש אקרי משכן" 2 .

דערפון איז מסתבר אנצונעמען,

אז די מעלות און עניני חשיבות וואס זיינען געווען אין בית המקדש,

זיינען זיי

(אין אן ענליכן אופן)

געווען אויך אין משכן.

דארף מען פארשטיין: מען געפינט דאך,

אז אין ביהמ״ק איז יעדער זאך געווען

(אויף וויפל ס׳איז נאר מעגליך)

אין אן אופן פון עשירות 3

; און דאס — ביז צו אזא פארנעם,

אז "השקו את התמיד בכוס של זהב״ 4

— ווייל "אין עניות במקום עשירות" 5 .

דאס מיינט: אפילו אזא כלי,

וואס האט בלויז גענוצט אויף צו אנטרינקען די בהמה פאר איר שחיטה אלס קרבן,

איז אויך געווען פון זהב —

[הגם אז דער "כוס" איז ניט געווען פון די "כלי המקדש",

נאר בלויז א כלי צוליב א בהמה וואס מ׳האט איר דערנאך מקריב געווען; און נאכמער: דער שימוש גופא האט ניט גענוצט פאר אן עבודה,

נאר צוליב הפשט און אין הפשט — נאר אלס סיבה אף א תועלת

(ניט אן עיקר)

אין דער הפשט: דורך דער השקאה ווערט לייכטער די הפשטת העור פון קרבן 6 ]

היינט אויב אפילו אזא ניט־עיקר'־דיקער פרט אין ביהמ״ק האט געדארפט זיין מיט דער עשירות פון זהב,

האט דאך געדארפט לכאורה אויסקומען,

אז דער משכן און אלע זיינע כלים האבן אוודאי געדארפט ווערן געבויט און אויסגעארבעט בלויז פון זהב.

ווי קומט עס,

אז אין דעם זאל האבן א חלק דער מין פון כסף און אפילו נחשת?

בנוגע "כסף",

קען מען נאך פארענטפערן 7

: היות ווי אין א געוויסן פרט איז אין כסף דא א מעלה לגבי זהב

(ווי דער מדרש 8

זאגט אין דער התחלה פון היינטיקער סדרה),

דעריבער האט אויך

(מעלת ה)

כסף געדארפט זיין אין משכן.

עס בלייבט אבער די קשיא בנוגע צו נחשת?

מען קען עס ניט פארענטפערן בפשטות,

אז דעמאלט האבן די אידן ניט געהאט גענוג זהב

(וכסף)

און דערפאר האט זיי דער אויבערשטער אנגעזאגט צו נוצן אויך נחשת — ווארום דעמאלט איז דאך ביי די אידן געווען

(ווי די גמרא 9

זאגט)

"כל כסף וזהב שבעולם״ — און אזא כמות פון זהב וכסף איז דאך זיכער געווען גענוג אויף כל עניני המשכן 10 .

ב.

וועט מען עס פארשטיין דורך מקדים זיין,

אז עס זיינען פאראן דריי דעות ווען מ׳איז נצטווה געווארן אויף עשיית המשכן און ווען עס איז געווען די נדבת המשכן:

איין דיעה איז — אין זהר 11

— אז ניט בלויז דער ציווי,

נאר אויך די פעולה פון נדבת המשכן,

זיינען געווען

(גלייך נאך מתן תורה)

פאר דעם חטא העגל.

און דערמיט איז דער זהר דארט מבאר וואס עס שטייט אין פסוק

(ביים חטא העגל)

"ויתפרקו כל העם את נזמי הזהב אשר באזניהם "12

[דלכאורה: די אידן האבן דאך מיטגענומען פון מצרים א סך זהב,

פארוואס־זשע האבן זיי געדארפט אפגעבן צוליבן עגל די תכשיטי זהב וואס זיי האבן געטראגן אויף זיך אליין — "נזמי הזהב אשר באזניהם"?]

— ווייל זיי האבן שוין פריער,

בעת נדבת המשכן,

אפגעגעבן דאס גאנצע גאלד פארן משכן,

ובמילא איז ביי זיי שפעטער,

ביים חטא העגל,

געבליבן נאר דער זהב פון די תכשיטים וואס זיי האבן געטראגן אויף זיך.

א צווייטע דיעה איז פאראן — פארקערט: ניט בלויז נדבת המשכן בפועל ממש,

נאר אויך דעם אויבערשטנס ציווי "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" 13 ,

איז געווען ביום הכפורים

(ד.

ה.

נאך חטא העגל),

"כדי שידעו כל האומות שנתכפר להם מעשה העגל" 14 .

און ס׳איז דא א דריטע דיעה וואס האלט,

אז פון דעם אויבערשטן,

איז דער ציווי "ועשו לי מקדש" געזאגט געווארן פארן חטא העגל,

אבער די אידן האבן

[געהערט דעם ציווי פון משה רבינו און)

געבראכט די נדבות המשכן ערשט נאך יום הכפורים 15 .

וויבאלד אז "אלו ואלו דברי אלקים חיים" 16 ,

איז פארשטאנדיק: הגם אז ביים משכן גשמי איז פארגעקומען בלויז ווי איינע פון די דריי דיעות,

זיינען אבער אלע דריי דיעות אמת

("דברי אלקים חיים")

און זיי זיינען פאראן אין דעם עיקר און דעם פנימיות פון משכן — אין דעם משכן רוחני,

אין "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם ״ — וכדלקמן.

ג.

לאחר מ״ת

( פאר דעם חטא העגל)

זיינען אלע אידן געווען אין דער מדריגה פון צדיקים.

ווארום טראץ דעם וואס פריער — אין מצרים — זיינען זיי געווען אין א מצב וואס ״אלו עובדי ע״ז ואלו בו׳״ 17

— האט אבער יציאת מצרים און מ״ת אין זיי אויפגעטאן דעם ענין פון גירות 18 .

און וויבאלד אז "גר שנתגייר כקטן שנולד״ 19

— איז ניט פארבליבן ביי זיי קיין שום רושם פון דעם ניט־גוטן עבר.

[און נאך מער: אפילו דער רושם לא טוב פון דעם גאר ווייטן עבר,

די זוהמא וואס איז געווען בא אלע מענטשן פון זינט חטא עה״ד,

איז בא זיי נפסק געווארן בעת מתן תורה״ 20 ].

דערנאך,

זיינען זיי באגאנגען א חטא און נאך א חטא חמור ביותר — דעם חטא העגל וואס איז דער שרש 21

צו אלע

(שפעטערדיקע)

חטאים.

ובכן קומט אויס,

אז נאך יוהכ״פ

(ווען דער אויבערשטער האט געזאגט "סלחתי כדברך" 22 )

זיינען זיי געווארן אין דער מדריגה פון בעלי תשובה.

און אין דעם באשטייט דער חילוק צווישן די דריי דיעות הנ״ל:

לויט דער דיעה,

אז אויך נדבת המשכן איז פארגעקומען פארן חטא העגל,

קומט אויס,

אז עשיית המשכן ווערט דורכגעפירט דורך צדיקים;

לויט דער דיעה וואס זאגט,

אז אויך דער ציווי איז געווען ערשט ביום הכפורים ״כדי שידעו ..

שנתכפר להם כו'",

קומט אויס אז דער גאנצער ענין פון אויפמאכן א משכן — איז פון אנהויב ביזן סוף פארבונדן מיט בעלי תשובה;

און לויט דער דיעה אז דער חטא העגל איז פארגעקומען צווישן דעם ציווי אויף עשיית המשכן און דעם דורכפירן עס בפועל — ד.

ה.

אז דער ציווי איז געבליבן בתקפו אויך דעם גאנצן משך הזמן וואס צווישן דעם חטא און יוהכ״פ

(װארום אויב דער ציווי וואלט צוליבן חטא בטל געווארן,

וואלט שפעטער געמוזט קומען א נייער ציווי 23 )

— קומט אויס אז אויך רשעים האבן א שייכות צו מאכן א "מקדש" און דורך דעם פועל זיין דעם ענין פון "ושכנתי בתוכם".

ד.

די הוראה אין עבודה,

וואס מ׳קען ארויסלערנען פון יעדער איינע פון די דריי דיעות:

ווען א איד דערגרייכט צו דער מדריגה פון א צדיק,

וואס "אין לו יצה״ר״ 24

(בדוגמא ווי די אידן זיינען געווען בעת מ״ת,

וואס "פסקה זוהמתן"),

קען ער ביי זיך טראכטן: וויבאלד ער שטייט אין אזא דרגא נעלית,

וועט ער זיך בעסער פארנעמען בלויז מיט ענינים רוחניים און זיך אפזונדערן פון ענינים גשמיים —

אט די אידן וואס זיינען נידעריקער פון זיין מדריגה

(מדריגת צדיק),

היות אז זיי האבן צו טאן מיט עניני העולם,

דארף ביי זיי זיין די עבודה פון ״ועשו לי מקדש״ — אויפמאכן פון זייערע ענינים גשמיים א דירה צום אויבערשטן,

דורך "בכל 25

דרכיך דעהו".

ווארום ווען זיי זאלן עס ניט טאן,

קענען זיי ח״ו איינגעזונקען ווערן אין די ענינים פון עוה״ז — פריער אין דברים המותרים — און פון זיי דערנאך אראפפאלן אין עניני איסור ח״ו 26 .

ער אבער איז אנדערש: ער איז דאך א ״צדיק״ — טא צוליב וואס זאל ״ער״ זיך פארנעמען מיט דער עבודה פון "ועשו לי מקדש" פון די דברים הגשמיים?

— מה לו ולגשמיות!

אויף דעם איז די הוראה פון דער ערשטער דיעה,

אז אויך ווען אידן זיינען געשטאנען אין דער מדריגה פון "פסקה זוהמתן",

האט זיי דער אויבערשטער אנגעזאגט "ועשו לי מקדש״ — אז מען זאל זיך פארנעמען מיט עניני עוה״ז בכדי צו שאפן פון זיי א דירה לו ית׳.

און בעת מען זונדערט זיך אפ פון גשמיות,

איז לבד זאת וואס דערמיט פארפעלט מען צו מקיים זיין דעם ציווי פון "ועשו לי מקדש"

(און מען פירט במילא ניט אויס די כוונה פון "נתאווה הקב״ה להיות לו ית׳ דירה בתחתונים״ 27

)

— קען עס אויך ברענגען צו נאך ערגער:

היות אז זיין נשמה איז פארט אנגעטאן אין א גוף גשמי און ער מוז בעל כרחו אנקומען צו ענינים גשמיים — איז וויבאלד זיין גאנצע אריינגעטאנענקייט איז נאר אין "רוחניות" און פארנעמט זיך אינגאנצן ניט מיט בירור וזיכוך פון די דברים גשמיים — דאן קען זיין גשמיות סוכ״ס ווערן א זאך וואס איז אויך היפך ח״ו פון תכלית הרצוי׳.

אזוי ווי מען געפינט ביים זהב וואס מ׳האט געגעבן פארן משכן,

אז ווען מ׳וואלט עס ניט אוועקגעגעבן אין משכן — וואלט מען אים ר״ל וח״ו גענוצט פארן עגל.

קען מען דאך מיינען,

לאידך גיסא,

אז דוקא א צדיק מוז אנקומען צו דער עבודה פון "ועשו לי מקדש",

בכדי צו באווארענען אז זיינע ענינים גשמיים זאלן ח״ו ניט ווערן דער היפך פון טוב וקדושה;

משא״כ א בעל תשובה,

וויבאלד ער שטייט אין א תנועה פון תשובה,

פון דערווייטערן זיך פון רע,

און ער זאגט דערויף

(אויף די דברים האסורים)

״אי אפשי״ 89

— ער דארף קיין באווארעניש ניט האבן —

אויף דעם קומט די הוראה פון דער צווייטער דיעה,

אז אדרבה: דוקא ביוהכ״פ,

אין דעם ערשטן זמן פון ״סלחתי כדברך״ — ערשט דאן איז געקומען דער ציווי פון עשיית המשכן,

ווייל אין דעם איז תלוי די שלימות

(התשובה ו)

הכפרה.

מען קען נאך אבער אלץ טראכטן,

אז בכדי צו אנהויבן טאן די עבודה פון "ועשו לי מקדש",

דארף מען פריער טאן א תשובה שלימה און פועל׳ן דעם ״סלחתי כדברך״; אבער ביז דאן — איז "ולרשע 29

אמר אלקים מה לך לספר חוקי".

אויף דעם איז די הוראה פון דער דריטער דיעה,

אז דער ציווי "ועשו לי מקדש" איז ניט נתבטל געווארן אויף קיין איין רגע ח״ו,

און אויך קודם התשובה קען מען און מ׳דארף מקיים זיין דעם ציווי "ועשו לי מקדש" און דורכדעם פועל זיין סוכ״ס דעם קיום פון "ושכנתי בתוכם".

וכפסק אדמו״ר הזקן 30 ,

אז אויך א רשע דארף לערנען תורה

(און מקיים זיין מצות),

ווארום סוכ״ס איז "המאור 31

שבה מחזירו למוטב".

ה.

דער פנימיות׳דיגער פירוש פון "אלו ואלו דברי אלקים חיים" מיינט ניט בלויז,

אז יעדער פון די

(דריי)

דיעות איז אמת,

נאר אויך,

אז בפנימיות זיינען זיי אלע איין ענין — ווייל "נתנו מרועה אחד א־ל אחד נתנן כו״ 32

איז במילא פארשטאנדיק,

אז די דריי דיעות הנ״ל זיינען ניט בלויז דריי באזונדערע הוראות פאר די דריי סוגים פון אידן — א באזונדער הוראה פאר צדיקים,

וכו׳: נאר נאך מער: די אלע דריי דיעות

(און הוראות)

זיינען אויך פאראן אין איין און דעם זעלבן משכן.

דערפאר זעט מען,

אז אין ארון — וואס "עיקר החפץ במשכן הוא מקום מנוחת השכינה שהוא הארון 33

— האבן זיך אויסגעדריקט אט די אלע דריי ענינים הנ״ל: אין ארון זיינען געווען די

(שברי)

לוחות הראשונות 34

— די דרגא פון אידן ווי זיי זיינען געווען קודם החטא

(צדיקים)

; אבער,

פון דער צווייטער זייט,

זיינען עס דאך געווען שברי לוחות,

וואס שבירת הלוחות איז געקומען צוליב דער סיבה פון חטא העגל* 34

— דעריבער ווייזט עס אז אין ארון איז דא אן ארט אויך פאר די אידן וואס בא זיי זיינען צובראכענע לוחות,

ווי אידן זיינען געווען לאחרי החטא; און אין ארון זיינען געווען אויך די לוחות שניות 34

שניתנו ביוהכ״פ,

די דרגא

(פון בעלי תשובה 35 )

ווי אידן זיינען געווען נאך דעם זמן פון "סלחתי כדברך".

און דאס איז אויך דער ביאור וואס דער משכן וכליו האבן געמוזט זיין ניט אויסשליסלעך פון זהב,

נאר אויך פון כסף און אפילו פון נחשת — ווייל אט די דריי מינים זיינען מרמז אויף די דריי סוגים הנ״ל פון אידן

(כדלהלן ס״ט),

און זיי אלע דארפן זיין און זיינען פארבונדן מיטן משכן,

כנ״ל.

ו.

דער חילוק צווישן אט די דריי מינים: זהב,

כסף און נחשת — ווי ער איז מוסבר בפנימיות הענינים — שפיגלט זיך אפ

(װי אלע ענינים פון פנימיות התורה)

אויך אין נגלה דתורה,

ביז אין א הלכה למעשה:

בנוגע צו זהב און כסף זאגט די גמרא 36 ,

אז יעדערער פון זיי פארמאגט אין זיך א מעלה לגבי דעם צווייטן: די מעלה פון זהב איז אין דעם וואס ער איז מער "חשוב" פון כסף; און די מעלה פון כסף איז וואס ער איז ״חריף״ — ״יוצא 37

בהוצאה ועובר לסוחר".

און דעריבער זיינען פאראן צוויי דיעות,

ווען מען שאצט כסף וזהב איינער לגבי דעם צווייטן.

ווער פון זיי

(וועגט איבער און)

איז ״טבעא״,

און ווער ״פירא״: איין דיעה איז,

אז ווייל זהב איז ״חשוב׳ער״ הייסט ער דערפאר ״טבעא״ — לגבי כסף; און א צווייטע דיעה האלט

(און אזוי איז די הלכה 38 ),

אז אויך לגבי זהב איז כסף טבעא דערפאר וואס ער איז "חריף".

[און אויסער דעם,

וואס די הלכה בלייבט ווי די צווייטע דיעה אז כסף איז ״טבעא״ לגבי זהב

(ווייל צו "טבעא" איז בעיקר נוגע דער פרט פון "חריף"),

איז נוסף דערצו פאראן א לכל־הדיעות'דיקע צד־מעלה אין כסף לגבי זהב: ווארום אפילו לויט דער דיעה אז כסף איז ״פירא״ לגבי זהב,

איז אבער א דבר פשוט אז לגבי

(פירות ממש אדער לגבי)

זיך אליין הייסט ער נאך אלץ ״טבעא״ 39

: משא״כ בנוגע זהב,

איז פאראן א דיעה 40

אז ער איז ״פירא״ אפילו

(לגבי פירות ממש אדער)

לגבי זיך אליין].

אט די צוויי דיעות זיינען בלויז בנוגע דעם יחס פון זהב און כסף צווישן זיך.

בנוגע נחושת,

אבער,

האלטן אלע אז נחושת איז ״פירא״ לגבי כסף 41

און

(לויט כמה שיטות 42 ,

און אזוי איז אויך די הלכה 43 )

אויך לגבי זהב — נחושת איז נידעריקער אין מעלה פון זיי ביידע 44 .

און הגם נחשת איז מער חריף פון זהב,

פונדעסטוועגן קען די "חריפות" פון נחשת ניט איבערוועגן די חשיבות פון זהב

— ווארום דאס וואס בנוגע דער הגדרה פון ״טבעא״ איז להלכה "חריף" וויכטיקער ווי ״חשיב״,

כנ״ל — איז דאס דוקא ביי כסף,

וואס אויסער די "חריפות" פארמאגט ער אויך א חשיבות

(הגם ניט אזא גרויסע ווי ביי זהב — אבער צוזאמען מיטן יתרון פון חריפות איז דאס מכריע).

משא״כ נחשת,

וואס האט כלל ניט קיין חשיבות

(מיוחדת),

איז דא בלויז "חריפות" און דאס איז ניט גענוג צו איבערוועגן די "חשיבות" פון זהב 45 .

ז.

אלע ענינים אין גשמיות נעמען זיך פון דעם וואס זיי זיינען פאראן,

אין א רוחניות׳דיקן אופן,

אין זייער מקור — און ווי דער לשון פון אלטן רבי׳ן 46

: "שנשתלשלו מהן".

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז דער חילוק הנ״ל

(בגשמיות)

צווישן זהב און כסף

(וואס די מעלה פון זהב איז בלויז אין חשיבות,

ער איז אבער ניט "עובר לסוחר"; דאקעגן איז כסף ניט אזוי חשוב ווי זהב,

אבער ער האט דער־פאר די מעלה פון "עובר לסוחר")

שטאמט דאס פון דעם וואס אין רוחניות הענינים איז בחינת ״זהב״ חשוב׳ער ,

העכער פון וועלט

[און ווי עס שטייט אין מדרש 47

: לא הי׳ העולם ראוי להשתמש בזהב כו׳],

און דערפאר איז ער ניט אזוי "עובר לסוחר"; און די בחינה פון "כסף" איז ניט אזוי חשוב,

ד.

ה.

א מדריגה נעלית אבער ניט העכער פון עולמות — און ווייל די מעלה וחשיבות פון בחי׳ כסף האט א שייכות צו וועלט,

דערפאר איז עס "עובר לסוחר".

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז בחי׳ נחושת,

וואס האט אין זיך ניט קיין חשיבות,

אויך ניט די חשיבות פון "כסף",

איז זי אין עולם גופא א נידעריגע מדריגה.

און דאס איז אויך מתאים דערמיט וואס ״נחושת״ איז פון לשון ״נחש״ 48 ,

וועלכער האט געבראכט דעם חטא עה״ד

(דער שרש פון אלע חטאים)

— ווייל דער ענין פון "נחושת" ווייזט א נידעריקייט אין עניני העולם גופא 50 .

ח.

מען דארף אבער פארשטיין: לפי הנ״ל,

אז דאס וואס זהב איז ניט "חריף" איז עס גאר מצד זיין מעלה און חשיבות

(וואס ער איז א גאר הויכע מדריגה — ביז אז,

כנ״ל,

לא הי׳ העולם

(כולל אויך כסף )

ראוי להשתמש בזהב)

— פארוואס ווערט ער גערעכנט בלויז ווי ״פירא״ לגבי כסף וואס איז אזוי פיל נידעריגער פון אים?

איז דער ביאור אין דעם:

דער חילוק צווישן זהב און כסף אין די ״ספירות״ למעלה — און אין מדות הנפש: "זהב" איז בחי׳ גבורה און ״כסף״ בחי׳ חסד און אין עבודת האדם,

איז עס דער אונטערשייד צווישן עבודת הצדיקים און עבודת הבעלי תשובה: עבודת הצדיקים איז המשכה 25

מלמעלה למטה — חסד און כסף; און עבודת הבעלי תשובה איז העלאה 52

מלמטה למעלה — גבורה און זהב 53 .

וואס דאס איז אויך מתאים מיט דעם וואס בחי׳ זהב איז העכער פון וועלט און בחי׳ כסף איז דער תכלית העילוי וואס אין וועלט גופא: עבודת התשובה

(העלאה מלמטה למעלה)

איז ענינה בכללות — ארויסגיין פון וועלט 54

אומקערן זיך צום מקור; און עבודת הצדיקים איז — צו ממשיך זיין

(דורך תומ״צ)

אלקות אין וועלט 55 .

און היות אז די כוונה עליונה ווערט אויסגעפירט דוקא אין המשכת אלקות למטה

[וואס דערפאר שטייט "נשמתן 56

של צדיקים שבהם נמלך כו"׳],

דעריבער ווערט אפגע׳פסק׳נט אין תורה אז די "חריפות" פון כסף וועגט אריבער די "חשיבות" פון זהב.

ונוסף לזה: די תנועה פון העלאה מלמטלמ״ע,

וואס אין תשובה,

איז ניט אויסגעשטעלט אין אן אופן קצוב,

ווארום

[לבד זאת וואס זי איז תלוי אין דעם הרגש פון יעדן אדם פרטי,

איז אויך]

ענינה איז — ארויסצוגיין פון הגבלה; משא״כ עבודת הצדיקים,

די עבודה פון תומ״צ,

איז אין אן אופן פון מדידה וכו׳ 57 .

און דערפאר איז דער דין אז ״זהב״ איז ״פירא״ און ״כסף״ איז ״טבעא״,

װײל 58

די תכונה פון ״טבעא״ באשטײט אין דעם וואס זיין ווערט איז קצוב 59 ,

באשטימט,

אומגעענדערט 60 .

ט.

און דאס איז אויך דער ביאור פון דער שייכות צווישן די דריי סוגים — זהב כסף און נחושת — צו די דריי דרגות האדם פון אידן: ווי זיי זיינען געווען קודם חטא העגל,

לאחרי החטא און לאחרי יוהכ״פ:

"זהב",

וואס איז מרמז אויף תשובה,

איז די בחינה ווי אידן זיינען געווען נאך יוהכ״פ: "כסף",

עבודת הצדיקים — דאס איז די דרגא ווי זיי זיינען געווען קודם החטא; און נחשת,

פון לשון ״נחש״ — וױיזט אויפן מצב ווי זיי זיינען געווען אין דעם זמן וואס צווישן חטא העגל און יוהכ״פ,

ווייל דער חטא העגל איז בדוגמת חטא עה״ד 61

וואס איז געקומען דורכן נחש הקדמוני.

י.

די הוראה דערפון בעבודתנו איז:

עס זיינען פאראן אזעלכע וואס האלטן

(אדער ס׳איז באמת אזוי)

אז זיי זיינען אין דער דרגא פון "זהב" און "כסף",

און דעריבער ווילן זיי זיך אפזונדערן פון אנדערע אידן וועלכע זיי האלטן פאר מדריגת "נחשת".

איז לו יהא כדבריהם,

אז זיי זיינען דער "זהב" און "כסף",

און די אנדערע זיינען "נחשת",

דארפן זיי אבער וויסן אז בכדי ביי זיי זאל זיך אויספירן דער ענין פון "ושכנתי בתוכם",

מוזן זיי זיך פארבינדן און פאראייניקן 62

מיט די אידן וועלכע זיינען אין דער בחינה פון "נחשת"; פון זהב און כסף אליין קען מען קיין משכן ניט אויפשטעלן.

ולאידך גיסא,

איז דא פאראן א הוראה פאר די אידן וועלכע האלטן זיך פאר בחי׳ "נחשת".

זיי קענען דאך טראכטן: מי אני ומה אני לגשת אל הקודש?

דארפן זיי וויסן,

אז אויך ״נחשת״ איז געװען א טייל פון משכן,

ואדרבה: ס׳איז נאך פאראן א מעלה אין ״נחשת״ לגבי "כסף" און "זהב":

א)

די אדנים וועלכע האבן אויפגעהאלטן דעם חצר המשכן

[וואס דערמיט האט זיך אנגעהויבן און אויפגעטאן די הבדלה בין קודש לחול 63

(משא״כ די חילוקי המדריגות פון חצר און אינווייניג,

ביז צום קדשי־קדשים,

זיינען אלץ אין קדושה גופא)

— און דער איבערגאנג פון חול צו קודש איז דאך א מעלה גדולה ביותר "]

זיינען געווען פון נחשת 65 .

ב)

אויך די יריעות המשכן האבן זיך געהאלטן דורך "יתדות" פון נחשת",

וואס דוקא דורך זיי אין געווען דער משכן אין אן אופן פון "אהל 67

בל יצען בל יסע יתדותיו לנצח״ 68

.

(משיחות ש״פ שמיני תשכ״ב,

ש״פ ויקהל תש״ל)

Reader controls and commentary are loading.