B"H
🏡

Ikar

בא א

א.

בתחלת הסדרה שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער ׳"ויאמר ה׳ אל משה בא אל פרעה״ און איז מפרש: "והתרה בו״.

לערנען מפרשים 1

: אזוי ווי אין פסוק שטייט נאר אז דער אויבערשטער האט משה׳ן געזאגט "בא אל פרעה".

עס שטייט אבער ניט דערביי אז ער זאל צו פרעה׳ן ריידן — אנדערש ווי אין דער פריערדיקער סדרה,

וואו נאך די ווערטער ״לך אל פרעה״ 2 ,

"בא אל פרעה״ 3

אדער ״והתייצב לפני פרעה״ 4

שטייט אױך ״ואמרת אליו״ 5

און ״ודברת אליו 6

— קען מען מיינען אז דער אויבערשטער האט צו משה׳ן טאקע ניט מער געזאגט ווי "בא אל פרעה כי אני הכבדתי גו׳ ולמען תספר גו׳ ",

און פון אט־די ווער־ טער האט משה אליין פארשטאנען און געזאשגט "כה אמר ה׳ גו׳ הנני מביא מוזר ארבה גו׳",

אז דער אויבערשטער װעט ברענגען די מכת ארבה אויף מצרים 7

— דעריבער שרייבט רש״י "ויאמר ה׳" און איז מוסיף "והתרה בו",

אז אויך די התראה וועגן מכת ארבה איז געקומען בפירוש פון דעם אויבערשטן 8 .

און רש״י נעמט עס — בדרך הפשט — דערפון וואס משה ואהרן האבן געזאגט צו פרעה׳ן " כה אמר ה׳ גו׳ ".

(און דאס וואס בתחילת הפרשה שטייט ניט "ואמרת אליו גו׳״ — געפינט מען אזוי בכמה וכמה מקומות,

אז געוויסע ענינים שטיי־ ען נאר בדברי משה און פון דעם איז מובן אז אזוי האט אים געזאגט דער אויבערשטער: און אויך לאידך גיסא: כמה וכמה ענינים שטייען נאר בדברי הקב״ה למשה און פון דעם וויס מען אז משה האט אזוי געטאן 9 ).

מען דארף אבער פארשטיין: דרכו של רש״י בכלל איז צו באנוצן זיך מיט לשונות פון פסוקים,

ובפרט אין פאל דוען זיין פירוש איז מיוסד אויף פסוקים.

ובמיוחד דא אז רש״י׳ס אויסטייטש "והתרה בו"

(קומט אויף "בא אל פרעה" און)

איז מיוסד אויף די ווערטער "ויאמר אליו כה אמר ה׳ גו׳ ",

האט דאך רש״י געדארפט זאגן

(ע״ד ווי דער פסוק זאגט אין פ׳ וארא אפ׳ן זעלבן אויסדרוק "בא אל פרעה")

"ואמרת אליו".

פארוואס איז רש״י משנה און זאגט "והתרה בו"?

איז דערפון פארשטאנדיק,

אז מיט זיין פירוש ושינוי "והתרה בו" מיינט רש״י אויך צו אונטערשטרייכן אז די אמירה זאל זיין א התראה.

ב.

וועט מען עס פארשטיין בהקדים פירוש רש״י אין דער פריערדיקער סדרה 10

"שהיתה המכה משמשת רביע חדש ושלשה חלקים הי׳ מעיד ומתרה בהם".

פון דעס וואס רש״י זאגט צוויי לשונות — ״מעיד״ און ״מתרה״ 11

— איז מוכרח,

אז מיטן לשון "מעיד" דא מיעט ער

[ ניט התראה,

וױ ״העד העיד" 12

וואס רש״י איז מפרש "לשון התראה",

נאר]

ענין עדות כפשוטו — עדות־ זאגן.

און כאטש אז אמירת עדות אין אל ־ געמיין איז אױף א זאך וואס האט שוין פאסירט 13 ,

און די "שלשה חלקים" אין וועלכע משה האט מעיד

(און מתרה)

געווען זיינען געווען בתחלה,

איידער די מכה אה געקומען 14

— איז אבער דער ענין פון עדות־זאגן ניט באגרע־ ניצט צו זיק פארבונדן מיט עבר אדער עתיד: אויב נאר מען איז זיכער אין א געוויסער זאך,

אפילו ווען די זאך איז נאך ניט געקומען נאר זי וועט זיכער קומען שפעטער,

קען מען אויף איר מעיד זיין.

און אין דעם באשטייט דער אונטער־ שייד צווישן ״מעיד״ און ״מתרה״: "מתרה" ורהט אויף א ניט־זיכערקייט.

ביים ווארענען אימעצן אז צוליב טאן א געוױסן חטא וועט מען אים מעניש זיין,

איז מען ניט זיכער אז דער עונש וועט קומען

[ואדרבה: מיטן ווארענען גופא דריקט מען דאך אויס אז דער עונש איז תלוי אין דער הנהגה פון דעס מותרת און אויב ער וועט דעס חטא ניט טאן,

װעט מען אים ניט מעניש זיין]

: דאקעגן "מעיד" מיינט אז מען איז זיכער אין דער זאך אויף וועלכער מען זאגט עדות,

כנ״ל.

און דערפאר,

בשעת רש״י איז מפרש

(גלייך ביי דער ערשטער מכה)

דעס סדר פון כללות המכות,

זאגט ער ביידע לשונות

(״מעיד״ און ״מתרה״)

וױיל אין די מכות זיינען געווען צורי סוגים צו װעלכע ס׳האבן געפאסט צוױי באזונדערע אויסדרוקן:

געווען מכות וואס זיינען געקומען אלס עונש פאר דעם וואס פרעה האט ניט ארויסגעלאזט די אידן פריער — אזױ וױ די ערשטע — מכת דם,

וואס איז געקומען אלס עונש פאר פריער,

כל׳ הפסוק 15

"והנה לא שמעת עד כה".

— איז בנוגע צו דעס סוג מכות זאגט רש״י דעס לשון "מעיד",

וואס באדייט אז משה האט געזאגט מיט א זיכערקייט אז זיי וועלן קומען,

היות אז זיי זיינען אן עונש פאר פרעה׳ס פריערדיקע חטאים".

(און דער צוועק פון משה׳ס מעיד זיין ביי די מכות את געווען — בכדי צו מודיע זיין פרעה׳ן אז דאס איז ניט קיין מקרה,

נאר אן עונש פון דעם אויבערשטן פאר זיין ניט ארויסלאזן די אידן 17 ).

געווען מכות וואס זיינען געקומען פאר זיין ניט ארויסלאזן די אידן בהווה ומכאן ולהבא — אזוי ווי דערציילט גלייך נאך דעס פסוק — בא דער צוױיטער מכה — מכת צפרדע,

וואס עס שטייט״ ״ ואם מאן אתה לשלח — איצט — הנה אנכי נוגף את כל גבולך בצפרדעים״ — דעריבער זאגט רש״י אויך דעס לשון "מתרה".

און דאס איז דער הסבר וואס רש״י זאגט בתחלת פרשתנו "והתרה בו",

וויל ביי מכת ארבה האט משה מתרה געווען

(ניט מעיד געווען),

ווי עס שטייט ווי־ טער "כי אם מאן אתה לשלח את עמי

(פון איצטער און ווייטער —)

הנני מביא מחר ארבה גו׳ ".

גץ ס׳איז נאך אבער ניט אינגאנצן גלאט: צו די ווערטער "מאמר ה׳ אל משה בא אל פרעה" אויף וועלכע רש״י שטעלט זיך און וויל באווארענען,

כנ״ל,

אז ניט נאר אף׳ן גיין צו פרעה׳ן איז געווען דער אנזאג,

איז נויטיק לכאורה בלויז צו מוסיף זיין "ואמרת אליו גו׳ "

(אז ניט נאר זאל ער קומען צו פרעה׳ן,

נאר ער זאל אים אויך אנזאגן וועגן מכת ארבה).

וואס איז אבער נוגע אין דעם פסוק צו מדגיש זיין אז דער ריידן צו פרעה׳ן זאל זיין אין אן אופן

(ניט פון ״מעיד״ נאר)

פון התראה ?

וועט מען עס פארשטיין בהקדים וואס ס׳איז שווער אין כללות תוכן הפסוק:

אויפן ציווי "בא אל פרעה" האט דער אויבערשטער געגעבן א טעם "כי אני הכבדתי את לבו גו' ".

דארף מען פאר־ שטיין:

א)

ביי אלע פריערדיקע מכות האט דער אויבערשטער ניט געגעבן משה׳ן קיין טעס אויפן ציווי צו "מעיד" זיין אדער "מתרה" זיין פרעה׳ן וועגן זיי.

פארוואס עפעס ביי מכת ארבה האט ער אים יע געגעבן א טעם 19 ?

ב)

מיט וואס איז דער "אני הכבדתי את לבו״ א טעם אויף ״בא אל פרעה״ ?

דער טעס אויף "בא אל פרעה" איז לכאו׳ בכדי צו ווארענען אים וועגן מכת ארבה און פועל׳ן ביי אים ער זאל די אידן ארויסלאזן פון מצרים,

אבער "אני הכבדתי את לבו" איז גאר אדרבה אין פלוג א טעס אויף ניט גיין צו פרעה׳ן; ווארום וויבאלד אז "הכבדתי את לבו" וועט דאך אים די התראה ניט העלפן!

[פאראן מפרשים 20

וואס לערנען: ווען משה האט געזען אז אפילו די מכת ברד

(וואס איז געווען פיל שווערער פון די פריערדיקע מכות 21 )

האט ניט גע׳פועל׳ט אויף פרעה׳ן,

האט ער דאך געקענט טראכטן: וואס איז די תועלת פון גיין צו פרעה׳ן,

ער וועט דאך סיי וױ ניט פאלגן?

דעריבער האט אים דער אויבער־ שטער געזאגט "כי אני הכבדתי את לבו",

אז דאס וואס מכת ברד האט אים ניט דערנומען,

איז עס

(ניט מצד דעס וואס פרעה מצד עצמו איז אזוי הארט,

נאר)

ווייל "אני הכבדתי את לבו",

ובמילא,

ווען דער אויבערשטער וועט אראפנעמען דעס כובד הלב וואס ער האט געמאכט,

וועט פרעה פאלגן.

דער פירוש איז אבער ניט מובן: אויך די התראה אויף מכת ארבה

(און אפילו די מכה בפועל)

האט אויף פרעה׳ן ניט געווירקט ער זאל באפרייען די אידן.

טא ווי קען מען זאגן אז מיט "אני הכבדתי את לבו" ווערט געמיינט אז

(כאטש מכת ברד האט ניט געהאלפן,

אבער)

די התראה אויף מכת ארבה וועט יע העלפן — זי האט דאך אין אמת׳ן טאקע ניט געהאלפן ?

!]

מוז מען לערנען,

אז דער טעם אויף "בא אל פרעה" איז ניט וואס "הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו",

נאר "למען שתי אותותי אלה בקרבו"

[און דער פשט פון "כי אני הכבדתי גו׳"

(וואס ווערט געזאגט אלס א טעם אויף ״בא אל פרעה״)

איז: ווארום דאס וואס "אני הכבדתי גו׳ " איז עס ״למען שתי אותותי אלה בקרבו״ ]

: אז כאטש טאקע דאס גיין צו פרעה׳ן וועט ניט וױרקן אויף אים ער זאל ארויסשיקן די אידן,

אזוי ווי די מכות ביז איצט האבן ניט גע׳פועל׳ט אויף אים,

דארף מען גיין צו אים און ווארענען וועגן דער מכת ארבה "למען שתי אותותי אלה בקרבו״ 22 .

ד.

עפי״ז ווערט דאך אבער שווער: בדרך כלל,

ווען מען איז אימעצן מתרה אז פאר זיין טאן כך וכך וועט מען אים מעניש זיין מיט א געוויסן עונש,

איז

(א)

מען איז דערמיט אויסן אז ער זאל דעם חטא ניט באגיין און אזוי ארום אויסמיידן דעם עונש!

(ב)

מען ניט אים עכ״פ א ברירה אויף אויסצומיידן דעם עונש,

דורך אויספאלגן די ווארנונג און ניט באגיין דעם חטא.

אין אונזער פאל אבער,

(א)

איז די כוונה געווען אז פרעה זאל ניט פאלגן און טאקע באקומען דעם עונש — "למען שתי אותותי אלה בקרבו",

און נאך מער:

(ב)

וויבאלד אז "אני הכבדתי את לבו" האט מען אים גאר קיין ברירה ניט געגעבן אויף אויסצומיידן דעם עונש.

האט מען דערפאר לכאורה געדארפט לערנען,

אז מיט "כה אמר ה׳ גו׳ הנני מביא מחר ארבה גו"׳ האט משה

(ניט — פרעה׳ן מתרה געווען בנוגע להבא,

נאר)

אים "מעיד" געווען אף זיין הנהגה בעבר אז עס וועט אויף אים קומען אן ארבה פאר זיין ניט פאלגן דעם אויבער־ שטען פריער — "עד מתי מאנת ליענות מפני״ ״.

און דאס וואס פאר "הנני מביא מחר ארבה גו׳ " האט ער געזאגט "שלח עמי ויעבדוני כי אם מאן אתה לשלח את עמי",

איז עס נאר צו קלאר מאכן אז אויב ער וועט די אידן יע באפרייען,

וועט ער דורך דעם עכ״פ פארמיידן דעם עונש פון ארבה וואס קומט אים בודאות פאר זיין פריערדיקן חטא — "מאנת".

נאר ער קען מאכן א שינוי און עס מבטל זיין דורך "לשלח את עמי".

ובכדי צו שולל זיין פון אט־דעם פי׳,

איז רש״י מדגיש "והתרה בו",

אז דער אנזאג צו פרעה׳ן וועגן מכת ארבה איז געווען א התראה,

וכפשטות לשון הכתוב 24

אז דאס וואס "הנני מביא מחר ארבה" איז צוליב דעם ווייל "מאן אתה לשלח את עמי" ;:

(און ס׳איז קיין סתירה ניט צו דעם פירוש פון "כי אני הכבדתי גו׳ למען שתי גו׳ ״ — כדלהלן סעיף ה׳).

ה.

רש״י׳ס הכרח צו לערנען

(ניט "והעד בו" נאר)

"והתרה בו",

איז אין אמת׳ן

(ניט נאר פון פשטות לשון הכתוב "כי אם מאן אתה לשלח גו׳ " וואס שטייט ווייטער,

נאר אויך)

פון דעם פסוק גופא אויף וועלכן ער שטעלט זיך.

ווייל אויב מ׳זאל לערנען "והעד בו" איז שווער:

א)

עפ״י הנ״ל איז דער טעם אויף "בא אל פרעה" נאר "למען שתי גו׳ " אבער ניט "אני הכבדתי את לבו גו׳ ".

אבער פון פשטות לשון הכתוב "בא אל פרעה כי אני הכבדתי גו׳ " איז משמע,

אז "אני הכבדתי" גופא איז א טעם אויף "בא אל פרעה" ?

ב)

נאך פאר דעד ערשטער מכה

(דם)

האט דער אויבערשטער געזאגט צו משה׳ן "ואני אקשה את לב פרעה" 26 .

האט דאך משה שוין פון פריער געוואוסט אז כמה

(אדער אלע)

מכות

(ביז צו מכת בכורות 27 )

וועלן ניט פועל׳ן אויף פרעה׳ן,

און פונדעסטוועגן,

ווען דער אויבערשטער האט אים געשיקט צו פרעה׳ן צו אנזאגן אויף אלע פריערדיקע מכות — אפי׳ אויף מכת ברד,

וואס איז געווען שוין נאך דעם ווי ״ויחזק ה׳ את לב פרעה" 28

בפועל

(ביי מכת שחין)

— האט ער אים ניט געדארפט געבן קיין טעם אויף דעם וואס ער שיקט אים צו פרעה׳ן.

היינט פאר־ וואס האט ער אים ביי מכת ארבה יע געדארפט זאגן א טעם?

ג)

די קשיא איז נאך גרעסער: בעת דער אויבערשטער האט אים געזאגט "ואני אקשה את לב פרעה" האט ער מוסיף געווען "והרביתי את אותותי גז׳ " וואס דאס מיינט "למען הרבות בו אותותי״ 29 .

האט דאך שוין משה געוואוסט אז דער צוועק פון שווער מאכן לב פרעה און פון די מכות איז "למען הרבות בו אותותי",

היינט וואס איז אים שווער געווארן ווען מ׳האט אים געהייסן גיין צו פרעה׳ן און אים אנזאגן וועגן מכת ארבה ?

און וואס האט אים דער אויבערשטער מחדש געזוען מיט "כי אני הכבדתי גי׳ למען שתי אותותי גו׳ " בעת אז ער האט עס שוין געוואוסט פון פריער?

איז אט־די אלע קשיות פארענטפערט רש״י מיט זיין מוסיף זיין ״והתרה בו״:

די איינציקע מכה ביי וועלכער דער אויבערשטער האט געהייסן משה׳ן מתרה זיין פרעה׳ן,

נאך דעם וואס "ויחזק ה׳ את לב פרעה",

איז געווען די מכה פון ארבה 30 .

און דעריבער,

איז דוקא ביי דער מכה האט אים דער אויבערשטער געדארפט געבן א טעם,

וױיל אין פשטות איז כלל ניט פארשטאנדיק דער מתרה זיין פרעה׳ן,

בעת דער אויבערשטער אליין האט געמאכט שווער זיין הארץ אז ער זאל ניט נתפעל ווערן פון דער התראיז

(׳וכנ״ל סעיף ד׳),

אויף דעם האט דער אויבערשטער געגעבן א טעם "כי אני הכבדתי גו׳ למען שתי גו׳ ולמען תספר גו׳ את אשר התעללתי במצרים גו׳ ״: "התעללתי" מיינט

(ווי רש״י טייטשט)

"שחקתי",

אז דער אױבערשטער האט געמאכט א געלעכטער

פון מצרים: פון איין זייט האט ער מכביד געווען זייער הארץ און האט

(כאילו ווי)

צוגענומען ביי זיי די בחירה; און צוזאמען דערמיט איז ער זיי מתרה און ווארנט אז אויב זיי וועלן אים ניט פאלגן וועט ער זיי מעניש זיין.

און דע־ ריבער איז דא נויטיק אויך וואס "אני הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו",

וויל אין דעם באשטייט דער "התעללתי" כנ״ל 31 .

ו.

קען מען דאך אבער לכאורה פרעגן: וויבאלד אז "ויחזק ה׳ את לב פרעה",

און פרעה איז געווען מוכרח אין ניט ארויסשיקן די אידן,

איז בפשטות ניט פארשטאנדיק כלל ווי האט מען אים געקענט מעניש זיין אויף דעם — "השופט כל הארץ לא יעשה משפט"

(בתמי') 32 ?

אפילו א קליין קינד פארשטייט אז אויב מען איז מכריח איימעצן טאן א זאך — טאר מען עס ניט באשטראפן דערפאר.

ובפרט — דער וואס האט עס מכריח געווען!

באווארנט רש״י די קשיא שוין פרי־ ער: אויפן פסוק 26

"ואני אקשה את לב פרעה וגו' " זאגט רש״י "מאחר שהרשיע והתריס כנגדי וגלוי לפני שאין נחת רוח באומות לתת לב שלם לשוב,

טוב שיתקשה לבו למען הרבות בו אותותי כו׳ ".

ד.

ה.

אז בתחלה האט פרעה טאקע געהאט בחירה,

נאר לאחרי ווי "הרשיע והתריס כנגדי" האט מען אים מעניש געווען דער־ מיט גופא וואס מען האט ביי אים די בחירה צוגענומען 33 .

און דער עונש איז געווען מדה כנגד 34

מדה״: פרעה איז ארויס מיט א ברייט־ קייט אנטקעגן דעם אויבערשטן און גע־ זאגט ״מי ה׳ אשר אשמע בקולו״ 36 ,

אז ער ווערט ניט נתפעל פון דעם אויבערשטען און וועט טאן וואס ער וויל.

האט מען אים דערויף " געוויזן,

אז ער איז כלל ניט ברשותו און אז אלץ וואס ער טוט — אפילו דאס וואס אנדערע האבן די גאנצע בחירה — איז בא עם נאר כפי רצונו של הקב״ה.

ז.

עפי״ז וועט מען אויך פארשטיין וואס דוקא ביי דער התראה פון מכת ארבה האבן די "עבדי פרעה" געזאגט "עד מתי יהי׳ זה לנו למוקש גו׳ הטרם תדע כי אבדה מצרים",

און פרעה האט אנגענומען די טענה,

וואס דערפאר האט ער דאך צוריקגערופן את משה ואת איזרן צו זאגן זיי "לכו עבדו את ה׳ אלקיכם" 38 .

ולכאורה,

פארוואס ביי אלע פריער־ דיקע מכות,

אויך ביי די ערשטע פינף — פאר "ויחזק ה׳ את לב פרעה" 39

האט די התראה גארניט געווירקט,

ניט אויף די עבדים און ניט אויף פרעה׳ן

(נאר ערשט לאחרי ווי ס׳איז געקומען א מכה בפועל האט פרעה געזאגט אז ער וועט ארויסשיקן די אידן).

און דוקא די התראה אויף מכת ארבה,

וואס איז געווען נאכדעם ווי "אני הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו" 40

?

האט די עבדים אזוי שטארק דערנומען די התראה ביז צום מאנען "שלח את האנשים",

און פרעה אליין איז באווירקט געווארן פון זייער טענה ביז "ויושב את משה ואת אהרן אל פרעה ויאמר אליהם לכו עבדו את ה׳ אלקיכם״ 41 ?

עפ״י הנ״ל איז דאס מובן גאר בפשטות: וויבאלד אז ״בא אל פרעה — והתרה בו" איז געווען "למען

(צוליב)

תספר גו׳ את אשד התעללתי במצרים",

דערפאר האט דער אויבערשטער געמאכט אז שוין אין דער התראה זאל דאס זיין קענטיק אז ״התעללתי — שחקתי",

ווי פרעה האט כלל קיין דיעה ניט איבער זיך: ער איז טאקע שטארק נתפעל גע־ ווארן פון דער טענה "הטרם תדע כי אבדה מצרים"

[ביז אז נאך איידער די מכה איז געקומען בפועל האט ער ספע־ ציעל געשיקט שלוחים נאך משה ואהרן צו זאגן זיי "לכו עבדו את ה׳ אלקיכם" — א זאך וואס האט ניט פאסירט ביי קיין איינע פון די אנדערע מכות,

אפילו ניט ביי דער התראה אויף

(חשך און)

מכת בכורות וואס "שקולה כנגד כל המכות״ 42 ]

— ואעפ״כ,

האט ער בעת מעשה גופא ניט געהאט דעם כח צו פועל׳ן ביי זיך נאכצוגעבן משה׳ן — כאטש אז מצד דער טענה "כי אבדה מצרים"

(וואס ער האט אליין באוויזן ווי ער רעכנט זיך מיט איר)

האט ער יע געדארפט נאכגעבן.

און דאס איז נאר ווייל "אני הכבדתי את לבו גו׳ " און ער אליין איז שלא ברשותו כלל.

ועפי״ז קומט אויס אז דאס וואס ״התעללתי — שחקתי" האט זיך אנגעזען אין צוויי ענינים: א)

סיי אין דעם עצם־ ענין האבן אלע געזען ווי פרעה האט כלל ניט קיין בחירה און דיעה איבער זיך און ווי ער איז בלויז א שחוק — שפיל ־ געצייג דורך וועמען דער אויבערשטער פירט דורך וואס ער וויל — קעגן רצונו של פרעה.

ב)

און אויך שוין פריער אין דער התראה האט מען געזען וױ מען מאכט פון אים א שחוק,

כנ״ל סוף סעיף ה׳.

ח.

פין די ענינים פון "יינה של תורה" וואס אין דער רש״י:

לאחרי כל אריכות הנ״ל פאדערט זיך נאך ביאור: דער פירוש פון "כי אם מאן אתה לשלח את עמי הנני מביא מחר ארבה בגבוליך"

(לויט פירש״י "והתרה בו")

איז דאך

(כנ״ל סעיף ד׳),

אז "הנני מביא מחר ארבה בגבולך" איז אן עונש פאר דעם וואס "מאן אתה לשלח את עמי" איצטער.

איז ניט מובן: הן אמת אז "אני הכבדתי גו׳ " איז אן עונש וואס האט אים געקומט צוליב דעם וואט "הרשיע והתריס כנגדי" פריער בבחירתו,

וויבאלד אבער אז שפעטער איז ער פארט אן אנוס,

ווי קען מען אים מעניש זיין פאר דעם איצטיקן ״מאן אתה״ — א זאך אין וואס ער האט ניט קיין בחירה 43 ?

נאר דער ביאור אין דעם איז: דער אלטער רבי זאגט אין אגרת התשובה 44 ,

אז אפילו די וואס אויף די שטייט "אין מספיקין בידו לעשות תשובה" איז "אם דחק ונתחזק ונתגבר על יצרו ועשה תשובה — מקבלין תשובתו״,

וויל ״אין מספיקין" מיינט נאר אז מען איז אים ניט מסייע,

און נאך מער — מען מאכט אים געוויסע שוועריקייטן צו טאן תשובה,

ביז ער דארף אנקומען צו "דחק".

ער איז אבער ניט מוכרח ח״ו אין ניט תשובה טאן,

און אויך ער האט די בחירה צו שטארקן זיך אויף אלע מניעות און תשובה טאן 45 .

און אזוי איז אויך בנוגע צו פרעה׳ן: אפילו לאחרי ווי "ויחזק ה׳ את לב פרעה" און אפילו לאחרי ווי דער אויבערשטער האט געזאגט בדיבור 46

"כי אני הכבדתי את לבו",

האט ער נאך אלץ געהאט בחירה צו שטארקן זיך און טאן תשובה 47

.

ט.

פון יעדער ענין דארף מען דאך ארויסנעמען א הוראה אין עבודת ה׳ 48

— ובפרט אז די כוונה אין "בא אל פרעה והתרה בו" איז "למען תספר באזני בנך ובן בנך גו׳ ״ — איז די הוראיז דערפון מובן גאר אין פשטות:

מה־דאך פרעה,

וואס זייענדיק פון אוה״ע איז זיין חיות געווען פון גקה״ט 49 ,

האט ער אבער געהאט בכח צו תשובה טאן אפילו לאחרי ווי "הכבדתי את לבו" — עאכו״כ א איד,

וואס זיין חיות איז פון קדושה — פון נפה״א 50

וואס "גם בשעת החטא היתה באמנה אתו ית׳ ״ 51 ,

וואס מצד עצמו איז דאך אלע מאל "ולבי ער" אפילו בזמן הגלות 52 ,

און דאס וואס לפעמים איז ביי אים דא טמטום הלב איז דאס בלויז וױיל צו אים האט זיך ״צוגעקלעפט״ בחי׳ ״פרעה״ 53

— איז דאך זיכער אז ער האט אלע מאל די בחירה צו אנטפלעקן זיין הארץ,

וואס זי איז אין אמת׳ן אלע מאל וואך

(ער דארף זי אפילו ניט מעורר זיין,

ער דארף נאד אראפנעמען די זאכן וועלכע פאר־ שטעלן אויף איר),

און תשובה טאן — ווארום "אין לך דבר העומד בפני התשובה" 54 .

און נאך מער: וויבאלד אז "וחשב מחשבות לבלתי ידח ממנו נדח״ 55

און דער אויבערשטער איז מצפה אויף יערער אידן ער זאל תשובה טאן,

איז דאך מובן בפשטות,

אז אפילו אין פאל ווען "ואתה הסבות את לבם אחורנית",

וואס חורה טייטשט אויף דעם — "מנעת מהן התשובה" 56 ,

איז עס בלויז בחיצוניות.

ווארום עס איז דאך ניט שייך אז מלמעלה זאל מען מאכן אן ענין פון היפך הכוונה.

נאר אדרבה: דער "הסיבות את לבם אחורנית" גופא איז בכדי 57

ארויסצורופן א טיפערע תשובה,

די תשובה פון "דחק".

יו״ד.

עפ״י הנ״ל איז אויך פארשטאנדיק וואס אין פסוק גופא שטייט נאר "בא אל פרעה" און עס שטייט ניט "והתרה בו": וויבאלד אז בגילוי איז "הכבדתי גו׳" אן ענין וואס איז מונע די תשובה,

איז די כוונה

(ווי עס הערט זיך בחיצוניות)

אין דעם "בא אל פרעה" — אז ער זאל ניט פאלגן,

"למען שתי אותותי גו׳ ולמען תספר גו׳ את אשד התעללתי".

און אויף דעם קומט רש״י און איז מגלה די כוונה פנימית אין דעם ",

אז "בא אל פרעה" מיינט "והתרה בו",

וואס בשעת מען איז אימעצן מתרה און מען ווארנט אים,

איז מען דאך אויסן מיט דער התראה

(וואס מען שרעקט אים מיט א שווערן עונש),

אז ער זאל פאלגן וואס מען הייסט אים.

און ווי רש״י זאגט אין א פריערדיקער סדרה 59

"ומתרה בו לשוב".

יא.

בעניני תורה זיינען דאך אלע פרטים בדיוק 60

— זעט מען אז פרשת בא

(כולל די הוראה הנ״ל)

לייענט מען אלע מאל אין דעם שבת 41

וואס פאר יו״ד שבט אדער אין דעם שבת פון יו״ד שבט גופא 62

— דער יום ההילולא פון כ״ק מו״ח אדמו״ר:

אעפ״י אז אין דער אמירה פון דעם אויבערשטן צו משה׳ן שטייט באר "בא אל פרעה" און דער "והתרה בו שטייט ניט בפירוש אין פסוק,

איז אבער אין משה׳ס רייד צו פרעה׳ן שטייט בפירוש

(בגילוי)

״כי אם מאן אתה גו׳״ — אן ענין פון התראה,

וואו די כוונה איז אז דער מותרה זאל פאלגן און אויסמיידן דעם עונש.

און דאס איז די הנהגה פון א רועה ישראל — אנהייבנדיק פון משה רבינו רעיא מהימנא און אתפשטותא דילי׳ בכל דרא ודרא 63

ביז צו כ״ק מו״ח־ אדמו״ר בעל ההילולא — אז אפילו צו אזא אידן וואס לבו מטומטם ר״ל,

ביז אז דורך זיינע הטעות האט ער גורם געווען צו "ויחזק ה ׳ את לבו" און וואס תורה פסק׳נט ״מנעת מהן התשובה״ — גייט מען אפילו צו אים און מען איז אים מתרה — בדרכי נועם — ער זאל חוזר זיין בתשובה.

און אט־די הנהגה האט דער בעל ההילולא געמאנט בא זיינע חסידים,

בא זיינע מקושרים און אפילו אויך בא די וואס זיינען נאר הולכים בעקבותיו,

אז מען זאל ניט מאכן קיין חשבונות אין וועלכן סוג דער איד גייט אריין,

צי ער איז ״רעך״ ועמיתך 64

עמך 65

בתומ״צ אדער ער איז ווייט דערפון,

ביז אפילו ער איז פון דעם סוג אויף וועמען עס שטייט דער היפך פון ״מעלין״ 66

— אז אויך אים 67

זאל מען מתרה זיין אז ער זאל תשובה טאן,

און — דווקא בדרכי נועס,

דורך אויפקלערן אים ווי דורך די תשובה וועט ער פארשפארן זיך אלע יסורים ר״ל.

און "ברית כרותה לעבודה ותעמולה שאינן חוזרת ריקם" 68 ,

אז די התראה בדרכי נועם וױרקט

(א וויילע פריער אדער א וויילע שפעטער,

אבער סוכ״ס ווירקט עס אויף יעדן איינעס)

אז עס גייט פון אים אראפ די כבדות הלב,

און ער איז גרייט — עומד הכן — צום ארויסצוגיין פון גלות

(וואס גלות מצרים איז שרש לכל הגליות 69 )

ער ווערט איינער פון "כל צבאות ה׳ " וואס גייען ארוים פון איצטיגן גלות "כימי צאתך מארץ מצרים״ 70

— ווארום עד האט אין זיך די אלע ענינים פון ״צבא״ — ווי מבואר בארוכה במאמרי יום ההילולא 71 ,

צו מקבל זיין פני משיח צדקינו,

יבוא ויגאלנו בקרוב ממש,

בעגלא דידן.

(משיחת ש״פ בא תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.