אין פסוק "ויקח עמרם את יוכבד דדתו" 1 ,
שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "יוכבד דודתו" 2
און איז מפרש: "אחת אבוהי,
בת לוי אחות קהת".
זאגן מפרשים אז היות ווי דער טייטש פון "דודתו" אומעטום,
איז ניט אחות אביו,
נאר אשת אחי אביו
[און ווי מען געפינט אין דער פרשה פון עריות,
אז ביי "ערות אחי אביך גו׳ אל אשתו לא תקרב" שטייט "דודתך היא" 4 ,
משא״ב ביי "ערות אחות אביך״ 5
שטייט ניט "דודתך"],
וואלט מען קע״ גען לערנען אז אויך דא מיינט עס אשת אחי אביו ׁ איז דעריבער רש״י מחדש אז דער פירוש פון "דודתו" אין אונזער פסוק איז "אחת אבוהי".
און רש״י ברענגט דערצו א ראי׳ ׁ "בת לוי אחות קהת": היות אז יוכבד איז געווען בת לוי
[ווי עס שטייט "ושם אשת עמרם יוכבד בת לוי" 6 ],
קומט דאך במילא אויס אז זי איז געווען "אחות קהת"
[ווי מען האט געלערנט מיט עטלעכע פסוקים פריער 7
״בני לוי גו׳ קהת״]
ׁ איז דאס א באווייז אז דער פירוש פון "דודתו" דא איז "אחת אבוהי".
ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק 8
וואס רש״י איז מעתיק פון פסוק
(נוסף צו "דודתו")
אויך דעם ווארט "יוכבד": ווייל דער הכרח צו זיין פירוש אז ״דודתו״ מיינט דא ״אחת אבוהי״ ׁ ניט ווי דער טייטש פון דעם ווארט בכל מקום ׁ איז פון דעם וואס יוכבד איז געווען אחות קהת,
כנ״ל.
לויט דעם וואלט מען אויך גע״ קענט מסביר זיין דאס וואס רש״י שרייבט "אחת אבוהי"
(בלשון תרגום ׁ פון תרגום אונקלוס)
און ניט "אחות אביו": וויבאלד אז דער פירוש פון דעם ווארט ״דודתו״ אומעטום איז ׁ אשת אחי אביו,
און דא איז ער מחדש אז אין אונזער פסוק מיינט עס אחות אביו,
ברענגט ער א ראי׳ לפירושו אז אויך דער תרגום אונקלום איז אזוי מפרש ׁ "אחת אבוהי".
מען דארף אבער פארשטיין:
ווען רש״י נוצט זיך מיטן תרגום אונקלוס,
זאגט ער בפירוש "כתרגומו" 9
(וכיו״ב)
ׁ האט ער דאך אויך דא געדארפט זאגן "כתרגומו" והדומה,
און ניט באנוגענען זיך מיט בלויז שרייבן זיין פירוש אויף תרגום״לשון?
נוסף להנ״ל,
איז אויך ניט מובן: א)
וואס רש״י טוט דא אויף מיט זיין פירוש איז דאך כנ״ל,
נאר דעם טייטש פון ווארט "דודתו",
אז דא מיינט עס אחות אביו.
און דער סיום זיינער "בת לוי אחות קהת",
איז בלויז אלס ראי׳ אויף דעם ענין אז זי איז געווען אחות אביו.
ׁ ולכאורה דאס
(דעם ענין)
ווייס דער תלמיד אויך ווען רש״י וואלט עס ניט געשריבן,
ווארום ער האט שוין פריער גע״ לערנט" אז יוכבד איז געווען "בת לוי" ובמילא איז זי "אחות קהת"
(אביו של עמרם)?
דאס וואס רש״י שרייבט "בת לוי",
האט מען נאך ווי״עס״איז געקענט פארענטפערן
(בדוחק עכ״פ )
: וויבאלד אז דעם ענין האט דער תלמיד גע״ לערנט אין א פריערדיקן ספר
(בראשית),
דערמאנט עס רש״י דעריבער דא נאכאמאל 11
; אבער 12
דאס וואס קהת איז געווען לוי׳ס זון,
שטייט דאך אין דער פרשה,
ובמילא,
בשעת רש״י זאגט "בת לוי",
פארשטייט דאך שוין דער תלמיד אליין אז זי איז געווען "אחת אבוהי".
צוליב וואס״זשע איז רש״י מוסיף אויך ״אחות קהת״ 13
?
ב)
וויבאלד אז דער פירוש פון דעם ווארט אומעטום איז אשת אחי אביו,
האט דאך רש״י געקענט לערנען אז אויך דא מיינט "דודתו" אשת אחי אביו: פון דעם וואס יוכבד איז געווען
(בת לוי)
אחות אביו,
איז דאך נאך ניט קיין ראי׳ אז זי איז ניט געווען אויך אשת אחי אביו; ווארום עס קעןדאך זיין אז לוי האט געהאט צוויי פרויען,
און אייגער פון קהת׳ס ברידער ׁ וואס איז געווען א ברודער מיט יוכבד'ן בלויז מן האב ׁ האט מיט איר חתונה געהאט,
און דערנאך האט ער זי מגרש געווען 14
און עמרם האט מיט איר חתונה געהאט.
און הגם אז אויך לויט דעם דארף מען אויפטאן א חידוש אז לוי האט געהאט צוויי פרויען 15 ,
און אז יוכבד האט חתונה געהאט א פריערדיקן מאל
(פאר איר חתונה מיט עמרם׳ען)
ׁ איז עם אבער אלץ גרינגער אזוי צו זאגן איידער צו אויפמאכן א נייעם טייטש אין ווארט "דודתו",
וואס
(כב״ מפרשים הנ״ל)
מען געפינט ניט אין תנ״ך אזא טייטש,
אז דודתו זאל מיי״ נען אחות אביו ׁ פארוואס לערנט ניט אזוי רש״י?
ג)
לויט אן אנדער נוסחא 16
איז רש״י,
פאר זיין פי׳,
מעתיק פון פסוק
(ניט בלויז די ווערטער "יוכבד דודתו"׳ נאר)
" את
(יוכבד דודתו)
".
איז ניט מובן: צוליב וואס איז עם רש״י מעתיק אויך דעם ווארט "את"?
ד)
אין פסוק גופא איז ניט פארשטאנדיק: פארוואס נוצט דא דער פסוק דעם תואר "דודתו"
(און מיט א תוכן אנדערש ווי בכל מקום)
ׁ ער האט דאך ערשט
(בפ׳ שמות 17 )
איר מתאר געווען "בת לוי"?
דער ביאור בכל זה:
מיט די ווערטער "יוכבד דדתו" מיינט בפשטות דער פסוק ארויסצו״ ברענגען א מעלה אויף יוכבד׳ן,
אז זי איז געווען א מיוחסת.
שטעלט זיך ביי רש״י במילא די שאלה: לויט ווי מען לערנט אין פשטות
(ווי אומעטום),
איז דער פירוש פון "דודתו" אשת אחי אביו,
ד.
ה.
אז זי איז פריער געווען די ווייב פון איינעם פון די ברידער פון קהת ׁ איז ניט מובן: וואס פאר א יחוס איז פאראן אין דעם
(ואדרבה: לפ״ז קומט דאך אויס אז זי איז געווען א גרושה)?
דעריבער זאגט רש״י,
אז דער פירוש פון ״דדתו״ דא איז ״אחת אבוהי״ ׁ וואס לויט דעם פי׳ איז פארשטאנדיק דער יחוס פון ״דודתו״,
פון עמרם ׁ א מיוחסת ווי עמרם,
ווי רש״י איז מסיים אז זי איז געווען "אחות קהת " 18 ,
וואס צווישן די בני לוי גופא איז קהת געווען מער חשוב 19
ווי די אנ״ דערע ברידער 20 .
און דער ענין היחוס איז דאך דער עיקר פון די פסוקים דוקא,
ווי רש״י 21
זאגט ׁ דערפאר איז ער דא מתאר ״דודתו״ ׁ ער האט איר גענומען ווייל זי איז פון זיין יחוס,
ווי מיר געפינען בא אברהם׳ן די הדגשה: אל בית אבי תלך ואל משפחתי גו׳ ממשפחתי ומבית אבי 22 .
און הגם אז דער ווארט "דודתו" שטייט אין תנ״ך בלויז אויף אשת אחי אביו ׁ איז עס ניט קיין ענין פון "לא מצאתי לו חבר",
ווארום היות אז אויף א פאטערס ברודער געפינט מען דעם לשון "דוד" 23 ,
איז דערפון פארשטאנדיק אז אחות האב הייסט
(בלשון נקבה)
דודה ׁ וכמש״נ 24
: לזאת יקרא אשה כי מאיש לוקחה זאת.
פונדעסטוועגן,
וויבאלד אז בפירוש געפינט מען פארט ניט דעם לשון דודה אויף אחות אביו,
זאגט דערפאר רש״י "אחת אבוהי" בלשון תרגום,
מיינענדיק דערמיט
(ליתר תוקף)
צו ברענגען א ראי׳ דערצו פון תרגום אונקלוס; ער דארף אבער ניט מוסיף זיין
(כרגיל)
"כתרגומו",
ווייל אויך מצד פשטות הענין איז מובן אז אחות אביו קען הייסן דודתו ׁ פונקט ווי אחי אביו הייסט דודו.
ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס רש״י שטעלט זיך
(לויט א נוסחא אחרת)
אויף די ווערטער " את יוכבד דודתו״,
ווייל דורכן ווארט ״את״ איז מער מודגש אז "יוכבד דודתו" קומט בהמשך צו די פריערדיקע ווערטער "ויקח עמרם",
וואס אין דעם ענין פון "ויקח גו׳" איז דאך נוגע אן אשה מיוחסת,
ממשפחתו,
כנ״ל.
ס׳איז נאך אבער נאך אלץ ניט פארשטאנדיק:
דער עיקר יחוס פון יוכבד׳ן איז דאך,
דאס וואס זי איז געווען "בת לוי",
ווארום דער יחוס מצד דעם פאטער איז דאך מער נוגע 25
ווי דער יחוס מצד א ברודער.
היינט ווי קומט עס וואס דער פסוק זאגט בלויז ״דודתו ׁ אחות קהת" און זאגט ניט
(דעם עיקר)
"בת לוי"?
די קשיא איז נאך שטארקער: אומעטום וואו עס ווערט דערציילט וועגן אימעצן אז ער האט געהייראט א פרוי,
זאגט דער פסוק ״בת פלוני״ 26 ,
ד.
ה.
ווער עס איז געווען איר פאטער
(ובפרט ביי יוכבד׳ן גופא,
אין דער פריערדיקער סדרה,
שטייט "ויקח את בת לוי").
פארוואס שטייט אין אונזער פסוק בלויז "דודתו"
(אחות קהת),
און עס ווערט כלל ניט דערמאנט אז זי איז געווען "בת לוי"?
איז דעם ענין הנ״ל באווארנט רש״י מיט די ווערטער "בת לוי",
מיינענדיק דערמיט צו אפטייטשן די ווערטער פון פסוק 27
: יוכבד
(בת לוי 28
ׁ און ניט פון אנאנדער פאטער ווי ״אבוהי״ ׁ קהת)
אחות קהת
(פון דער זעלבער מוטער).
דערמיט ווערט אויך פארשטאנדיק וואס דער פסוק זאגט ביידע זאכן: "יוכבד" וואס אנטהאלט אין זיך די מעלה פון ״בת לוי״,
און ״דודתו״ ׁ די מעלה פון "אחות קהת".
(משיחת ש״פ וארא תשכ״ח)
(משיחת ש״פ וארא תשכ״ח)