עס איז ידוע וואס דער אלטער רבי דער היינטיקער בעל ההילולא גופא,
איז מבאר אין דעם ענין פון הסתלקות והילולא,
אז דעמאלט,
בשעת ההסתלקות
(פון א צדיק),
ווערן נכלל און זיינען עולה למעלה "כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו" 1 ,
און דאס ווערט דאן אויך "מתגלה ומאיר בבחי׳ גילוי מלמעלה למטה״ 2
;
און אזוי ווי דאס איז בשעת ההסתלקות,
עד״ז איז עס אויך יעדן יאר אין דעם טאג פון יארצייט,
ווארום ס׳איז דאך ידוע 3
אז בכל שנה ושנה זיינען חוזר וניעור — עס ווערן דערוועקט און איבערגע׳חזר׳ט — די ענינים וואס האבן זיך אויפגעטאן אינעם ערשטן מאל,
און נאך ביתר שאת" 4 .
אלע מועדי השנה
(ועד״ז ימי הולדת און הילולא פון צדיקים וכיו״ב)
זיינען מרומז אין די פרשיות התורה וואס ווערן געליינט אין די זמנים אין וועלכע זיי זיינען חל 5 .
און היות אז די קביעות פון כ״ד טבת,
דער יום ההילולא פונעם אלטן רבי׳ן,
פאלט אויס
(ברוב השנים)
אין דער וואך פון פ׳ וארא 6
— דארף מען זוכן — ובפרט לויט דעם אנזאג פון בעל ההילולא אז מען בעדארף לעבן מיט דער סדרה פון דער וואך 7
— אין אט דער סדרה א שייכות און אן אפ לערנונג — עכ״פ ברמז — בנוגע דעם ענין,
חשיבות און מעלה פון דעם יום ההילולא,
דאס מיינט: "כל מעשיו תורתו ועבודתו" פונעם אלטן רבי׳ן.
די גדלות מיוחדת פונעם אלטן רבי׳ן קען מען וויסן און פארשטיין פון זיין נאמען: סיי פון זיין אייגנט־ לעכן נאמען — שניאור זלמן,
וואס זיינע עלטערן האבן אים געגעבן
(און ווי ס׳איז ידוע אז דער נאמען פון א מענטשן 8
ווייזט אויף זיין מהות 9
— און אזוי איז עס דאך אפילו ווען ביים געבן דעם נאמען האבן די עלטערן ניט מכוון געווען צו אויסטייטשן 10
מיטן נאמען דעם מהות פון זייער קינד 11
— על אחת כו״כ איז דאס אזוי אין דעם פאל: וויסנדיק די גרויסקייט פון די עלטערן פון כ״ק אדמו״ר הזקן 12 ,
מסתבר לומר,
אז הגם זיי האבן דעם אלטן רבי׳ן א נאמען געגעבן נאך זיין זיידן,
האבן זיי אבער דערביי אויך געהאט נאך א באזונדערע כוונה: זיי האבן "גע־ זעען" אז דער נאמען שטעלט מיט זיך פאר די מעלת המהות פון זייער זון 13 )
;
און סיי פון דעם נאמען מיט וועלכן ער ווערט גערופן פון כלל ישראל — "בעל התניא והשלחן ערוך" 14 .
און הגם אז דאס איז בלויז א שם התואר
(ע״ש פון זיינע ספרים)
— וויבאלד אבער אז מיט דעם נאמען ווערט ער גערופן בכל תפוצות ישראל,
איז עס במילא א תורה׳דיקער נאמען 15 ,
און ס׳איז דעריבער זיכער,
אז אויך אין דעם נאמען דריקט זיך אויס דעם אלטן רבי׳נס ענינו המיוחד.
און וויבאלד אז דאס ווערט אויס־ געדריקט דורך אט די ביידע נעמען,
"שניאור זלמן" און "בעל התניא והשלחן ערוך",
איז פארשטאנדיק אז די צוויי פארשידענע נעמען דייטן אן,
אויף דעם זעלבן תוכן וואס שטייט אין דעם נאמען וואס מען גיט "בבואך" — אין וועלט — בכח ובהעלם און קומט ארויס בפועל ובגלוי במשך ימי חייו — ביז אין א גילוי וואס דערגרייכט "בכל ישראל" און ווערט אויס־ געדריקט אין דעם נאמען וואס מען ווערט אנגערופן בכל ישראל.
ס׳איז ידוע* 15
אז דער טייטש פון ״שניאור״
(דער ערשטער נאמען פון דעם אלטן רבי׳ן 16 ),
איז: שני אור
(צורי אורות)
; און ווי דער בעש״ט האט געזאגט וועגן דעם אלטן רבי׳ן 18
(צו זיין אלט ווערן דריי יאר),
אז ער וועט באלייכטן די וועלט מיט די צוויי ליכטיקייטן פון תורת הנגלה און תורת הנסתר 19 .
און דער זעלבער ענין דריקט זיך אויס אויך אין דעם נאמען "בעל התניא והשלחן ערוך״ — ווארום תניא
(פנימיות התורה)
און שלחן ערוך
(נגלה דתורה)
זיינען די צוויי אורות מיט וועלכע דער אלטער רבי האט באלויכטן די וועלט.
און הגם אז אויך פאר דעם אלטן רבי׳ן זיינען געווען גדולי ישראל וואס זיינען געווען גרויס אין ביידע חלקי התורה,
סיי אין נגלה דתורה סיי אין נסתר דתורה — אבער דער אויפ־ טו פון ״שניאור״ איז,
אז ביידע אורות — פון תורת הנגלה און תורת הנסתר — זיינען אין איין און דעם זעלבן ווארט 17
; ד.
ה.
אז ביים אלטן רבי׳ן זיינען נגלה און נסתר געווארן און געווען לאחדים ממש.
און דאס איז אויך די שייכות פון דעם יום ההילולא פונעם אלטן רבי׳ן צו פ׳ וארא: ווייל אויך דער תוכן
(פון תחלת וראש)
הסדרה איז דער יחוד פון למעלה מן השכל — נסתר,
מיט שכל — נגלה,
וואס איז נתגלה געווארן דורך משה רבינו,
כדלקמן.
וועט דאס ווערן פארשטאנדיק נאך דעם ווי מ׳וועט מבאר זיין וואס רש״י שרייבט בפירושו עה״ת 20 ,
אז אויף דעם וואס משה האט גע׳טענה׳ט צום אויבערשטן ״למה הרעתה גו׳״ 21 ,
האט אים דער אויבערשטער געזאגט: "חבל על דאבדין ולא משתכחין,
יש לי להתאונן על מיתת האבות ..
ולא הרהרו אחר מדותי ואתה אמרת למה הרעתה".
איז אין דעם ניט מובן: איינער פון די יסודי האמונה איז,
אז משה רבינו איז געווען דער "נבחר מכל מין האדם״ 22
; סיי פון דעם גאנצן "מין האדם" וואס קומט נאך אים און סיי פון די אלע וואס זיינען פאר אים,
איינגעשלאסן אויך די אבות — און ווי ער זאגט וועגן דעם אויך אין מדרש 23
: כל השביעין חביבים באבות ..
משה
[און דער עילוי פון משה רבינו לגבי די אבות איז געווען אויך מצד זיין מדריגה פון פאר מתן תורה,
ווי דער פסוק דא גופא ברענגט דאס ארויס
(בנוגע צום זמן פון פאר מ״ת)
אז דער גילוי צו די אבות איז געווען דורכן שם א־ל שד־י,
און צו משה רבינו — אויך דער גילוי פון שם הוי׳]
היינט ווי איז שייך צו זאגן,
אז משה רבינו איז ח״ו געווען א "מהרהר אחר מדותיו של הקב״ה",
ובפרט נאך אונטערשטרייכנדיג אז די אבות האבן ניט מהרהר געווען?
אין די רשימות פון כ״ק אד־ מו״ר הצ״צ אויפן פסוק וארא גו׳ 24 ,
איז מבואר,
אז משה רבינו איז בחי׳ "חכמה" און די אבות זיינען בחי׳ "מדות".
און היות אז דער שורש פון מדות איז העכער פון חכמה,
דער־ פאר איז דוקא ביי די אבות געווען דער ענין פון ״לא הרהרו כו'" — ווייל ביי זיי האט מאיר געווען די "בחי׳ שלמעלה מהשכל והדעת".
עס פאדערט זיך נאך אבער ביאור:
א)
אפילו אויב מען זאל אננעמען אז די העכערקייט פון משה׳ן איז געווען נאר אין דעם ענין פון חכמה און השגה 25
(און נבואה 26 ),
אבער אין דעם ענין פון ביטול
(וואס איז פארבונדן מיט למעלה מהשכל)
זיינען די אבות געווען העכער פון אים — קען מען פארט בשום אופן ניט זאגן,
אז עס האט משה׳ן עפעס גע־ פעלט ח״ו אין דער שלימות פון ביטול וכו׳,
און אז דערפאר האט ער מהרהר געווען.
ב)
דער עילוי פון שם הוי׳ לגבי שם א־ל שד־י
(ווי דאס דריקט זיך אויס אין עבודת האדם)
באשטייט אין דעם,
וואס דער גילוי פון שם א־ל שד־י,
וויבאלד ער איז אן אור וואס האט א שייכות צו עולמות,
רופט ער ארויס אין עבודה די מדה פון אהבה,
וואס זי האט א שייכות מיט דער ״מציאות״ פון מענטשן — "לאהבה את הוי׳ אלקיך גו׳ כי הוא חייך״ 27
; און דער גילוי פון שם הוי׳,
וואס ווייזט אויף ,
עצמיות אוא״ס ..
שאינו בגדר עלמין כלל",
מאנט ארויס דעם ענין פון ביטול און מס״נ שלמעלה מהטעם
לפי זה,
וויבאלד אז צו משה׳ן איז נתגלה געווארן דער שם הוי׳,
האט ער דאך געהאט א מעלה אויף די אבות אויך אין דעם ענין הביטול שלמעלה מהשכל 29
— איז ווי קומט עס אז ער זאל מהרהר זיין,
בעת די אבות האבן ניט מהרהר געווען?
ו.
איז דער ביאור אין דעם:
דאס וואס דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן משה רבינו,
אז דוקא ער זאל זיין דער גואל פון די אידן,
איז דאך דאס גופא דער באווייז אז אט די שליחות איז באזונדערס פאר־ בונדן מיט ענינו של משה — די מדריגה פון חכמה.
ד.
ה.
ס׳איז געווען דעם אויבערשטן׳ס רצון,
אז די גאולה זאל דורכגעפירט ווערן לויטן סדר פון חכמה ושכל דקדושה.
און דער־ פאר האט ער בוחר געווען אין משה רבינו,
בחינת חכמה.
דעריבער,
איז הן אמת אז משה רבינו איז געווען אויך אין דעם ענין פון ביטול שלמעלה מהשכל אויף א גאר הויכער מדריגה,
האט זיך אבער דא געפאדערט — מצד דער שליחות גופא
(אויסצולייזן די אידן דורך בחינת משה,
חכמה)
— צו פארשטיין מיט שכל דקדושה די פרטים און דרכים וואס אין דער דורכפירונג פון דער שליחות.
און דערפאר 30
האט משה רבינו — חכמה דקדושה — גע־ פרעגט: "למה הרעתה גו׳ למה זה שלחתני״ — ווי האלט עס אויס לויט בחי׳ החכמה?
און הגם אז לויט דעם קומט אויס,
אז די שאלה פון משה רבינו למה הרעתה גו׳ איז
(נוסף דערצו וואס ס׳איז קיין חסרון ניט געווען ח״ו,
איז נאך אדרבה ,
ס׳איז)
געווען א חלק פון מילוי תפקידו ושליחותו — פונ דעסטוועגן האט אים דער אויבערשטער געזאגט "חבל על דאבדין כו׳ ואתה אמרת למה הרעתה",
ווארום יציאת מצרים איז דאך געווען א הכנה צו מתן תורה 31
וואו עס האט זיך אויפ־ געטאן "חיבור עליונים ותחתונים" 32 ,
אז אין שכל
("תחתונים")
זאל דער־ הערט ווערן און זיך אפלייגן דער ביטול ואמונה שלמעלה מהשכל
("עליונים")
און ווי דער אלטער דבי בעל ההילולא,
טייטשט עס
(אין תו״א 33 ),
אין פסוק 34
"וידעתם כי אני הוי׳ גו'"
(וואס איז געווען אן ענטפער אויף דער שאלה "למה הרעתה גו׳" 35 ),
אז מ״ת האט געדארפט אויפטאן אז אויך דער "אני הוי׳" וואס איז העכער פון חכמה זאל קומען אין ידיעה —
האט דעריבער אויך ביי יצי״מ געדארפט זיין דער חיבור פון חכמה — ענינו של משה,
מיט
[מדות ששר־ שן]
למעלה מהחכמה — ענין האבות 30 ,
אז אין חכמה של משה האט געדארפט מאיר זיין און זיך אפלייגן דער ענין שלמעלה מהשכל
("לא הרהר כו׳״) 36 .
און דאס איז אויך די שייכות פון התחלת פ׳ וארא מיט כ״ד טבת,
דער יום ההילולא פונעם אלטן רבי׳ן,
ווייל אויך דעם אלטן רבי׳נס תפקיד איז געווען,
אויפצוטאן דעם ענין פון " וידעתם כי אני הוי׳ ",
ד.
ה.
ממשיך זיין דעם הוי' שלמעלה מהשכל אין ידיעה.
וכידוע 37
אז תורת החסידות הכללית,
ווי זי איז נתגלה געווארן דורכן בעש״ט און מגיד,
איז געווען אין אן אופן פון אמונה שלמעלה מהשכל; און דער אלטער רבי,
דורכן מגלה זיין תורת חסידות חב״ד,
האט אויפ־ געטאן אז אויך אין שכל גופא זאלן זיך אפלייגן און דערהערן די ענינים שלמעלה מהשכל.
ח.
עפ״ז ווערט אויך פארשטאנדיק,
אז דער חיבור פון אור הנסתר מיטן אור הנגלה,
וואס איז נתחדש געווארן דורך דעם בעל ההילולא
(און וואס איז אויך מרומז אין זיין נאמען "שניאור",
כנ״ל סעיף ג׳),
דריקט זיך אויס ניט בלויז אין דעם וואס ער איז געווען דער מחבר פון תניא
(פנימיות התורה)
און פון שלחן ערוך
(נגלה דתורה),
נאר אויך אין דעם תניא גופא 38
:
תניא איז די תושב״כ פון חסידות חב״ד 39 ,
און פון די ענינים וואס האבן זיך אויפגעטאן אין תורת חסידות חב״ד איז דאך — אז אויך דער חלק פון נסתר דתורה,
רזין דאורייתא.
איז געקומען בגילוי צו יעדער אידן,
ביז אין אן אופן פון "לבאר היטב ",
ווי דער לשון פון דעם בעל ההילולא אין דעם שער־בלאט פון תניא.
ט.
אין דעם ספר תניא
(ווי ער איז ארויסגעגעבן געווארן דעם ערשטן מאל)
זיינען געווען
(נאר)
צוויי חלקים:
דער ערשטער חלק איז "לבאר היטב איך הוא קרוב מאד",
ווי צו יערער אידן איז "קרוב מאד בפיך ובלבבך לעשותו" 40
; און דער ענין פון דעם צווייטן חלק איז: "להבין מעט מזעיר ..
יחו״ע
(און)..
יחו״ת".
און וויבאלד אז "קרוב מאד בפיך ובלבבך לעשותו" איז אן ענין וואס איז נוגע צו אידן
(ווי יעדער איד קען דינען דעם אויבערשטן אויך 41
"בלבבך")
; און דער ענין פון יחו״ע און יחו״ת איז שייך צו וועלט ,
ווי אויך "בשמים ממעל ועל הארץ מתחת" איז ״אין עוד״ 42
—
איז דעריבער פארשטאנדיק אז אין צווייטן חלק תניא,
וואו דער אלטער רבי האט ממשיך געווען דעם "אין עוד״ אויך אין וועלט — " ב שמים ממעל ועל הארץ מתחת" 37 ,
האט ער ממשיך געווען דעם אור פון פנימיות התורה נאך מער בגילוי און למטה יותר.
און די צוויי ענינים זיינען מרומז אין די צוויי נעמען פונעם בעל ההילולא — ״שניאור״ און "זלמן":
דער נאמען ״שניאור״,
אע״פ אז אויך ער ווייזט אויף "חיבור עליונים ותחתונים",
כנ״ל,
וויבאלד אבער אז דער טייטש פון ״שניאור״ איז צוויי אורות ,
הייסט עס דאך אז אויך דער "תחתון" איז אן ענין פון אור וגילוי : דאגעגן דער נאמען "זלמן" אותיות "לזמן 43 ,
איז פארבונדן 44
מיט עולם 45
לשון העלם 46 .
און דער אויפ־ טו פון דעם בעל ההילולא איז,
אז ער האט מחבר געווען דעם ״שניאור״ צום ״זמן״ — ל זמן,
אז אויך אין עולם לשון העלם זאל שטיין בגילוי "אין עוד".
(משיחות ש״פ וארא תשכ״ח־ט)