B"H
🏡

Ikar

שמות ג

אויפן פסוק וילך איש מבית לוי ויקח את בת לוי 1 ,

פרעגט די גמרא 2

: פון פסוק 3

"אשר ילדה אותה ללוי במצרים" לערנט מען אפ,

אז יוכבד איז געבארן געווארן בין החומות — "לידתה במצרים והורתה שלא במצרים" 4 ,

קומט דאך במילא אויx,

אז בעת עמרם האט גענומען יוכבד׳ן

(צום צווייטן מאל 2 )

— איידער משה רביbו איז געבארן געווארן,

איז זי אלט געווען הונדערט און דרייסיק יאר

(ווארום 5

די אידן זיינען געווען אין מצרים צוויי הונדערט און צען יאר 6 ,

און בעת זיי זיינען ארויס פון מצרים איז משה אלט געווען אכציק 7

יאר)

'

היינט פארוואס שטייט אין פסוק "ויקח את בת לוי" וואס דער לשון ״בת״ מײנט אז זי איז געווען יונג?

און די גמרא ענטפערט: ״מלמד 8

שנולדו בה סימני נערות,

נתעדן 8

הבשר נתפשטו הקמטים וחזר היופי למקומו".

זאגט אויף דעם דער רשב״ם 9 ,

אז דאס וואס די גמרא לערנט אפ אז "לידתה במצרים והורתה שלא במצרים",

איז עס פון דעם וואס דער פסוק "אשר ילדה אותה ללוי במצרים" איז "קרא יתירא הוא,

דהא כבר כתיב בת לוי".

שוין גערעדט פיל מאל 10 ,

אז בשעת מען לערנט אפ איין ענין פון א צווייטן,

איז כאטש אז לכאורה קען מען זאגן,

אז דער לימוד איז בלויז א ראי׳ פאר אונז

(אז בכדי מיר זאלן וויסן דעם ענין מוזן מיר אים אפלערגען פון צווייטן ענין),

איז אבער,

אריינטראכטנדיק זיך אין שלימות התורה

(ובמילא — תכלית הדיוק אין אלע אירע פרטים)

מוז מען אננעמען אז בפנימיות הענינים 11 ,

איז דער ענין המלמד וואס באשטימט ווי און וואס דער ענין הנלמד איז — איז ער דער טעם אדער די סיבה פון דעם ענין הנלמד 12

(גופא,

אדער עכ״פ פון זיין המשכה און גילוי צו אונז).

פון דעם איז פארשטאנדיק בנוגע לעניננו:

וויבאלד אז די ראי׳ צום פירוש אין ״ויקח את בת לוי״ — אז ״נולדו בה סימני נערות כו״׳ — איז פון דעם וואס "לידתה במצרים והורתה שלא במצרים"

(וואס ווייזט דאך,

כנ״ל,

אז זי איז דאן שוין אלט געווען הונדערט און דרייסיק יאר),

איז דערפון געדרונגען,

אז דאס וואס "נולדו בה סימני נערות" בעת עמרם האט גענומען יוכבד׳ן צום צווייטן מאל,

האט עס א שייכות צו דעם בדוגמת פון סיבה ומסובב ד.

ה.

אז עס איז מצד דעם וואס "הורתה שלא במצרים".

לאידך גיסא: וויבאלד אז דער דיוק אין פסוק "אשר ילדה אותה ללוי במצרים״ — אז בלויז לידתה איז געווען במצרים — קומט מצד דעם פסוק "ויקח את בת לוי" וועלכער איז פארבונדן מיט לידת משה 13

(וואס צוליב דעם פסוק* 13

איז "אשר ילדה אותה ללוי" א "קרא יתירא")

— איז פארשטאנדיק אז דאס וואס "הורתה שלא במצרים" איז עס בכדי אז משה רבינו,

מושיען של ישראל,

זאל געבארן ווערן פון אזא מוטער וואס "הורתה שלא במצרים".

היות אז דער פסוק "אשר ילדה אותה ללוי במצרים"

(וואס ווייזט אונז אז "הורתה שלא במצרים 14 ,

ובמילא אויך "שנולדו בה סימני נערות" 15 )

שטייט ביי דעם מנין פון די באי הארץ — פארשטייט מען דערפון,

אז די ביידע ענינים

("הורתה שלא במצרים" און "נולדו בה סימני נערות")

האבן א שייכות פנימית צום ענין הכניסה לארץ.

וועט מען עס פארשטיין בהקדים וואס דער מדרש 16

זאגט אויפן פסוק "ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה"

(הבאים לשון הווה 17 )

: עס איז דאך "ימים רבים היו להם שבאו למצרים״ — נאר "כל זמן שיוסף הי׳ קיים,

לא הי׳ להם משוי של מצרים,

מת יוסף נתנו עליהם משוי,

לפיכך כתיב הבאים כאילו אותו היום נכנסו למצרים".

און דאס איז דאך אויך דער ביאור פון דעם אלטן רבי׳ן אין תורה אור 18 ,

אז דאס וואס אין פרשת שמות ווערט איבערגע׳חזר׳ט נאכאמאל דער ענין פון בואם מצרימה — הגם דאס ווערט שוין פריער דערציילט אין פרשת ויגש 19

— איז עס ווייל דער "הבאים מצרימה" פון סדרה שמות איז א פיל גרעסערע ירידה ווי דער "הבאים מצרימה" וואס שטייט אין פרשת ויגש,

ביז אז זי רעכנט זיך פאר א באזונדער ירידה

(ביאה)

אין מצרים.

און דער אלטער רבי איז מבאר,

אז כשם ווי אין גלות מצרים זיינען געווען צויי ירידות — די ירידה וואס שטייט אין פ׳ ויגש און די וואס שטייט אין פ׳ שמות

[וואס ביידע זיינען מרומז אין דעם כפל הלשון בפסוק — ״ירוד ירדנו" 20 ]

— "ירידה אחר ירידה",

אזוי זיינען אויך אין דער יציאה וגאולה ממצרים פאראן צוויי עליות

[וכמרומז בפסוק ״ואנכי אעלך גם עלה" 21

; ובפסוק ״עלה נעלה״ 22

— א כפל פון עליות]

— "עילוי אחר עילוי": איין עילוי איז געווען ארויסגייענדיק פון מצרים — "אעלה אתכם מעני מצרים גו׳ אל ארץ זבת חלב ודבש" 23

און דער צווייטער עילוי וועט זיין אין דער גאולה העתידה.

אט דער צווייטער "הבאים מצרימה" וואס ווערט דערציילט אין אונזער סדרה,

האט זיך אנגעפאנגען

(ווי דער מדרש זאגט)

גלייך ווען "מת יוסף " 24 ,

פאר דער פטירה פון "כל אחיו וכל הדור ההוא".

און הגם אז "כל זמן שהי׳ אחד מהם קיים מאותן שירדו למצרים לא שעבדו המצרים בישראל״ 25

— איז דער דיוק אין דעם אז "לא שעבדו ",

אבער דער " משוי של מצרים" איז אויף זיי געגעבן געווארן באלד ווי ״מת יוסף" 26 .

דערפון וואס דעם ״ משוי של מצרים",

גלייך נאך דעם ווי "מת יוסף",

רופט אן תורה "הבאים מצרימה" און דאס ווערט גערעכנט אלס א צווייטע ירידה — ניט ווי דער שעבוד מצרים,

לאחרי ווי "וימת גו׳ וכל הדור ההוא",

וואס ווערט דערציילט בלויז ווי א מאורע און א פרט וואס איז אין דער צווייטער ירידה גופא — איז פארשטאנדיק,

(א)

אז די ירידה בעת מיתת יוסף,

איז באין ערוך צו דער ערשטער ירידה וואס איז געווען פריער,

וואס דערפאר קען זי ניט גערעכנט ווערן ווי א פרט אין דער פריערדיקער ירידה,

נאר זי איז א ירידה בפני עצמה 27 .

(ב)

אז דער גודל הריחוק צווישן די צוויי דאזיקע ירידות,

איז בדוגמת דעם ריחוק הערך צווישן דער עלי׳ בעת יצי״מ לגבי דער עלי׳ וואס וועט זיין אין דער גאולה העתידה 28

(וכנ״ל בשם דעם אלטן רבי׳ן,

אז די צוויי עליות זיינען כנגד די צוויי ירידות).

ו.

איז דער ביאור אין דעם:

דער ענין פון "מצרים"

(פון לשון מיצרים און גבולים 29 )

איז,

אז זי גיט ניט קיין ארט פאר גילוי אלקות וואס איז למעלה מהטבע 30 .

וואס דערפאר האט יוסף געזאגט צו פרעה מלך מצרים " אלקים יענה את שלום פרעה" 31 ,

"אשר האלקים עושה הראה את פרעה״ 32

— ווייל דאס וואס עס קען זיך אפלייגן ביי פרעה מלך מצרים איז בלויז די בחינה פון שם אלקים בגימטריא 33

הטבע 34 .

און בשעת משה רבינו איז געקומען צו פרעה׳ן און אים געזאגט "כה אמר הוי׳ גו׳ שלח את עמי גו׳״ — האט פרעה געענטפערט "מי הוי׳ אשר אשמע בקולו גו׳ לא ידעתי את הוי׳ 35

— פון דעם ענין פון הוי׳ שלמעלה" 36

מהטבע ווייס ניט פרעה און ער וויל אויך ניט מודה זיין אין דעם 37 .

און אין דעם איז באשטאנען די ערשטע ירידה אין מצרים וואס ווערט דערציילט אין פ׳ ויגש 38

: פריער זיינען די אידן געווען אין ארץ־ישראל,

וואו מען זעט בגילוי ווי דער אויבערשטער איז משגיח על כל פרט ופרט — "ארץ אשר הוי׳ אלקיך דורש אותה תמיד עיני הוי׳ אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה" 39 ,

איז בשעת מען קומט אין א לאנד וואו " לא ידעתי את הוי'",

איז עס א ירידה גדולה ביותר.

איינער פון די ענינים אין וואס עס דריקט זיך אויס דער חילוק הנ״ל צווישן ארץ־ישראל מיט ארץ מצרים איז,

אז אין מצרים גייט ניט קיין רעגן און די צמיחת התבואה וכו׳ קומט דארט פון טייך נילוס; משא״כ ארץ־ישראל 40

איז "למטר השמים תשתה מים" 41 .

פארוואס האט דער אויבערשטער איינגעשטעלט אזוי,

"שלא תהא הארץ שותה אלא מלמעלן"?

איז איינער פון די טעמים אויף דעם בכדי "שיהיו הכל תולין עיניהם כלפי מעלה" 42

: בעת א מענטש ווייס אז ער מוז אנקומען צו "מטר השמים",

איז אפילו ווען ער האט א ריבוי השפעה,

"תאכל ושבעת גו׳ וכל אשר לך ירבה",

וועט עס אים פונדעסטוועגן אפהאלטן 43

(אין א געוויסער מאס)

פון "ורם לבבך ושכחת את הוי׳ אלקיך" 44 ,

ווייל ער ווייס,

אז וויפל ער זאל ניט טאן כל הענינים התלויים בו — חרישה זריעה וכו׳,

מוז ער אלץ אנקומען צו דעם אויבערשטן 45

;

בשעת ער געפיגט זיך אין מצרים אבער,

וואו דער אויבערשטער האט איינגעשטעלט אז די הנהגה זאל זיין בטבע ,

אז בתקופה מסויימת איז נילוס עולה און איז משקה די פעלדער — וויבאלד אז בעיני בשר זעט ער ניט אז ער דארף אנקומען צום אויבערשטן,

קען ער זיך איינרעדן 46

אז "כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה" און פארגעסן ח״ו אז " הוא 47

הנותן לך כח לעשות חיל" 48 .

דערמיט וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם טעם פארוואס יעקב,

קומענדיק קיין מצרים,

האט ער געגעבן פרעה׳ן א ברכה "שיעלה נילוס ברגלו" 49

ולכאורה: נילוס איז דאך געווען די ע״ז פון מצרים 50 ,

איז ווי קומט עס אז יעקב זאל בענטשן פרעה׳ן מיט אן ענין וואס האט צו טאן מיטן נילוס,

וואס איז זיין ע״ז

(ובפרט,

אז דאס האט פארגרעסערט 51

פרעה׳ס גאוה ביז צום זאגן "לי יאורי")?

איז דער ביאור אין דעם,

אז אדרבה,

היא הנותנת: מצרים האט דאך געדינט צום נילוס דערפאר וואס ער איז ״עולה ומשקה את הארץ״ 52 ,

האט יעקב דעריבער געבענטשט פרעה׳ן "שיעלה נילוס ברגלו",

וואס מיט דער ברכה האט ער אפגעשוואכט די ע״ז פון נילוס,

ווייזנדיק,

אז אויך דער נילוס איז תלוי אין

[יעקב׳ן וואס גיט א ברכה ב]

כחו של הקב״ה.

אבער אעפ״כ פארשטײט מען,

אז אפילו נאכדעם ווי מ׳האט געזען אז אויך דער נילוס איז משועבד צום אויבערשטן,

קומט עס ניט צו דער הנהגה פון "למטר השמים תשתה מים",

ווייל

[אויסער דעם וואס אויך לאחרי ברכת יעקב איז עס דאך ניט קיין "מטר השמים",

איז]

דער ענין פון "יעלה נילוס ברגלו" וואס האט זיך אויפגעטאן דורך יעקב׳ס ברכה איז בלויז אן ענין וואס פארגרינגערט און פארקלענערט א טרחא,

דאס איז אבער ניט מוכרח פאר דעם קיום פון מצרים — ניט ווי דער "למטר השמים תשתה מים" אין ארץ־ישראל,

וואס עס איז מוכרח פאר איר קיום.

און וויבאלד אז אויך לאחרי ברכתו של יעקב איז דער הרגש פון מצרים געווען אז זייער עצם קיום איז

(ח״ו)

ניט פון אויבערשטן,

איז דאס קומען אהין א ירידה גדולה ביותר.

עפ״ז וועט מען פארשטיין ווי לאחרי מיתת יוסף האט זיך אנגעהויבן א נייע ירידה — א צווייטן מאל "הבאים מצרימה",

און אזא וואס איז באין ערוך צו דער ירידה וואס איז געווען ביז דאן:

עס שטייט אין חסידות 53 ,

אז מדריגת יעקב

(מצד עצמו)

איז אין אצילות,

און בכדי אז די עניני יעקב זאלן אנקומען אויך אין נידעריקערע עולמות — אין בי״ע,

ביז אין "עוה״ז הגשמי והחומרי ממש" "שאין תחתון למטה ממנו" ו״מלא קליפות וסט״א" 54 ,

איז אט־די המשכה קומט דורך יוסף׳ן.

און דאס איז דער טעם הפנימי אויף דעם וואס יעקב׳ס ברכה צו פרעה׳ן — "שיעלה נילוס ברגלו" איז געקומען דורך "ויבא יוסף את יעקב אביו ויעמידהו לפני פרעה" 53 ,

ווייל יעקב

(מצד עצמו)

און אלע זיינע ענינים — זיינען אין אצילות,

און בכדי אז עניני יעקב זאלן זיך ״אנהערן״ אויך למטה,

ביז אז אפילו אין נילוס — ע״ז של מצרים — זאל זיין נרגש אז פעולתו

(בשלימות)

איז תלוי׳ בברכתו של יעקב — דאס קומט דוקא דורך יוסף׳ן ,

וואס ער האט אראפגעבראכט

(און ממשיך געווען)

די ענינים פון יעקב׳ן "לפני פרעה".

פון דעם איז מובן,

אז דער גילוי אור וואס יעקב האט ממשיך געווען אין מצרים — אז אויך דארט זאל זיך אנהערן די שליטה וממשלה פון אויבערשטן,

ציט זיך כל זמן חיי יעקב און

(אויך)

חיי יוסף.

אבער נאכדעם וואס וימת יוסף,

איז דער גילוי נפסק געווארן,

ובמילא איז מצרים געבליבן ווי זי איז מצד עצמה.

און דערפאר זאגט דער מדרש "מת יוסף ..

כאילו אותו היום נכנסו למצרים": ביז דאן,

ווען אין מצרים האט נאך מאיר געווען בגילוי דער אור וואס איז נמשך געווארן דורך

(יעקב ו)

יוסף

(הגם אז אויך דעמאל איז מצרים געווען פיל נידעריקער ווי ארץ־ישראל,

כנ״ל סעיף ח׳),

איז עס נאך ניט געווען דער אמיתית הענין פון "מצרים": דוקא ווען "מת יוסף" און דער גילוי הנ״ל איז נפסק געווארן,

דאן איז "כאילו אותו היום נכנסו למצרים".

כאטש אז אויך לאחרי מיתת יוסף האט מען נאך געדענקט,

אז די ברכה וועלכע איז אריינגעקומען אין מצרים איז געווען פון

(יעקב און דורך)

יוסף 56

[און די מציאות פון א "מלך חדש ..

אשר לא ידע את יוסף״ — האט געקענט זיין ערשט נאכדעם וואס "וימת יוסף וכל אחיו וכל הדור ההוא " 57 ]

דאס איז אבער געווען בלויז אן ענין פון ידיעה און השגה,

וואס דאס איז כלל ניט בדומה צו דעם ווי עסאיז געווען פאר מיתת יוסף,

ווען דער אור איז געווען בגילוי.

און היות אז ידיעה והשגה איז בלויז אן ענין חיצוני 58 ,

אבער דער עיקר

(ופנימיות)

הענין פון המשכת יעקב ויוסף איז שוין דאן סיי ווי ניט געווען,

קומט דאך אויס,

אז מיטן "וימת" פון "כל אחיו וכל הדור ההוא" — וואס דאס האט געבראכט צו "ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף"

(בידיעה אויך ניט),

האט זיך אבער קיין ענין עיקרי אין דער ירידה ניט אויפגעטאן

און דעריבער ווערט דער ענין גערעכנט בלויז ווי א מאורע און א פרט אין דעם צווייטן "הבאים מצרימה" גופא,

כנ״ל סעיף ה׳.

ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין די שייכות פון "נולדו בה סימני נערות" מיט "הורתה שלא במצרים״:

ס׳איז א כלל אז "אין חבוש מתיר עצמו" 59 .

און דעריבער האט משה רבינו מושיען של ישראל געדארפט זיין דוקא פון שבט לוי 60 ,

וואס זיי האבן ניט געהאט אויף זיך "מלאכת שעבוד מצרים״ 61

— ווייל דערפאר וואס ער איז ניט געווען משועבד,

האט ער געהאט בכח ארויסצונעמען די אידן פון מצרים.

היות אבער אז משה האט געדארפט ארויסנעמען די אידן ניט בלויז פון שעבוד מצרים,

נאר אויך פון זייער ירידה במצרים,

און אויך פון דער ערשטער ירידה שבפ׳ ויגש — איז דאך פארשטאנדיק אז משה האט געדארפט שטיין אין אזא מצב וואס איז ניט אונטערגעווארפן

(ניט בלויז צו שעבוד מצרים,

נאר אויך ניט)

צו "הבאים מצרימה",

און אפילו ניט צום ערשטן "הבאים מצרימה".

און דערפאר האט דער אויבערשטער געמאכט אז הורתה של יוכבד אמו של משה זאל זיין " שלא במצרים" 62 ,

וואס מצד דעם ווערט זי ניט געציילט

(בפירוש)

צווישן "הבאים מצרימה" 63 ,

בכדי אז איר זון משה זאל קענען זיין "מושיען של ישראל".

און דער זעלבער ענין האט זיך אויסגעדריקט אויך אין דעם וואס איידער יוכבד האט געדארפט געבוירן משה׳ן,

"נולדו בה סימני נערות" 64

—אן ענין שלמעלה מהטבע 65

- ווארום היות אז דער עיקר ענין פון גלות מצרים איז דער העלם והסתר פון לבושי הטבע,

איז בשעת מען דארף געבוירן דעם "מושיען של ישראל",

דארף זיין דער ביטול פון לבושי הטבע 66 .

און דאס איז דער ביאור דערפון וואס דעם ענין פון "נולדו בה סימני נערות״ לערנט מען אפ פון "הורתה שלא במצרים" און דעם ענין פון "הורתה שלא במצרים" לערנט מען אפ פון "ויקח את בת לוי": בכדי עס זאל קענען זיין דער גילוי פון למעלה מהטבע לגמרי ביז צו "נולדו בה סימני נערות",

האט געמוזט פריער זיין "הורתה שלא במצרים"; און דאס וואס "הורתה

(איז געווען)

שלא במצרים",

איז עס צוליב "ויקח את בת לוי",

וואס איז פארבונדן מיט לידת מושיען של ישראל,

כנ״ל.

און דאס איז אויך די שייכות צווישן די צוויי ענינים — "הורתה שלא במצרים" און "נולדו בה סימני נערות" — מיט ביאת הארץ

(וואס דערפאר לערנט מען אפ די צװײ ענינים פונעם פסוק "אשר ילדה אותה ללוי במצרים" וואס שטייט ביי דעם מנין פון די באי הארץ)

:

ווייל דער גמר פון יציאת מצרים איז געווען ערשט ביי דער כניסה לארץ ישראל",

אין דעם "ארץ אשר הוי׳ אלקיך דורש אותה גו׳״ — דער סאמע היפך פון מצרים,

און דאס איז דאך דער ענין פון "הורתה שלא במצרים" און "נולדו בה סימני נערות" — דער גילוי שלמעלה מהטבע,

כנ״ל.

(משיחת ש״פ שמות תשכ״ב)

Reader controls and commentary are loading.