א.
אויפן פסוק וימררו את חייהם בעבודה קשה בחומר ובלבנים ובכל עבודה בשדה את כל עבודתם וגו׳ 1 ,
זאגט די גמרא 3
: "בתחילה בחומר ובלבנים,
ולבסוף ובכל עבודה בשדה,
ולבסוף 3
את כל עבודתם".
און די מפרשים 4
ערקלערן דעם פשט פון דער גמרא: היות אז מ׳קען פרעגן פארוואס דער פסוק טיילט אויס באזונדער די ארבעט "בחומר ובלבנים",
בעת דאס ווערט נכלל אין "כל עבודתם" וואס שטייט ווייטער?
און דאס באווארנט די גמרא,
אז דער שעבוד "בחומר ובלבנים" איז געווען "בתחילה"; דער אנהויב פון דער גאנצער "עבודה בשדה" וואס איז געקומען "לבסוף",
און דערפאר ווערט עס דערמאנט
(פריער און)
באזונדער.
אין תורה ועניני׳ איז דאך אלעס בתכלית הדיוק.
איז דערפון פארשטאנדיק אז דאס וואס די ארבעט "בחומר ובלבנים" איז געווען "בתחילה"
(און "לבסוף" — "כל עבודתם"),
מיינט עם ניט בלויז פריער אין מובן פון זמן,
נאר אויך "תחילה" אין תוכן,
אין וואגיקייט און הארבקייט פון שעבוד; ד.
ה.
אז אין "חומר ולבנים" איז באשטאנען דער עיקר און דער כלל פון דעם שעבוד,
און דערפון זיינען דערנאך ארויסגעקומען
(בדוגמת פרטים פון א כלל)
די כל מיני שעבוד פון "כל עבודתם".
דערפאר זעט מען,
אז אויך "לבסוף" ווען די אידן האבן שוין געארבעט ביי "כל עבודתם",
איז זייער עיקר עבודה נאך אלץ באשטאנען אין אויסארבעטן לבנים* 4 .
ווי דאס איז מוכח פון דעם וואס עם ווערט דערציילט ווייטער 5
: בשעת פרעה האט געוואלט דורכפירן דעם "תכבד העבודה על האנשים"
[וואס דאס איז דאך שוין געווען ביים סוף פון זמן גלות מצרים,
נאכדעם ווי משה ואהרן זיינען בשליחותו של הקב״ה געקומען צו פרעה און אים געזאגט "שלח את עמי"],
האט ער דאס געטאן
(ניט דורך אן אנ־ דער סארט ארבעט,
נאר)
דוקא דורך דער ארבעט פון מאכן לבנים
(אנזאגנדיק מען זאל זיי ניט געבן קיין תבן פאר דעם,
און צו דער זעלבער צייט זאל ניט פעלן פון דעם פריער־באשטימטן סכום לבנים).
נאך מער: אויך אין משך פון דעם גאנצן זמן השעבוד,
איז זייער ארבעטס־ טאג בעיקר געווען פארנומען מיט אויס־ ארבעטן לבנים
(כאטש זיי האבן אויך געטאן אנדערע ארבעט).
דאס איז מוכח דערפון וואס ס׳ווערט געזאגט אין מדרש 6
אויפן פסוק 7
"ויעבידו מצרים את בנ״י בפרך — בפה רך" 8 ,
אז פרעה אליין האט גענומען א ״סל ומגריפה״ און געמאכט לבנים 9
און דורכדעם איינ־ גערעדט אידן: "עשו עמי היום בטובה",
אז אויך זיי זאלן אים נאכטאן און מאכן לבנים.
האבן די אידן געארבעט מיט אים "בכל כחן",
און ווען ס׳איז געקומען די נאכט האט פרעה געהייסן איבערציילן די אויסגעארבעטע לבנים פונעם טאג און האט זיי געזאגט "כזה אתם מעמידים בכל יום ויום".
היינט וויבאלד אז טאג־נאך־טאג האבן אידן דערנאך געדארפט צושטעלן דעם זעלבן סכום לבנים וואס זיי האבן אויסגעארבעט במשך פון יענעם גאנצן טאג ווען זיי האבן געארבעט בכל כחן ,
איז דאך פארשטאנדיק אז אויך אין משך פון זייער ווייטערדיקן זמן השעבוד זיינען זיי דעם רוב היום ככולו 10
געווען באשעפטיקט ביים אויס־ ארבעטן לבנים 11
; און די אנדערע כל מיני עבודה וואס זיי האבן געטאן,
איז דורכגעפירט געווארן אין די ווייניקע שעות נוספות
(אין דער נאכט) 12 .
דערמיט ווערט גוט פארשטאנדיק וואס די תורה טיילט אויס באזונדער די ארבעט פון חומר ולבנים — ווייל אפילו דערנאך ווען זיי האבן אויך געטאן "כל עבודתם",
איז אבער זייער עיקר בא־ שעפטיקונג נאך אלץ געווען ביים מאכן לבנים.
ב.
דער ביאור פון דעם וואס דער הויפט שעבוד 13
איז באשטאנען פון חומר ולבנים:
שוין אמאל גערעדט באריכות 14
אין דעם פירוש פון "ויעבידו מצרים את בנ״י גו' וימררו את חייהם בעבודה קשה גו׳",
אז דער לעבן און די כוחות פון אידן,
וואס זייער אמת׳ער חיות און כחות נעמען זיך פון קדושה 15
(נפש האלקית 16 ),
האבן די מצריים אויסגע־ נוצט אויף צו בויען די ערי מסכנות — לפרעה .
אנשטאט דעם וואס אידן דארפן זיך פארנעמען מיט אויפמאכן א דירה לו ית׳,
בויען דעם "עיר אלקינו" 17 ,
זיינען זיי געצוואונגען געווארן פון די וואס זיינען זייערע מצירים 18
ומעיקים צו פארווענדן די הייליקע כחות צו אויפשטעלן א דירה פאר קליפה ר״ל,
"ערי מסכנות לפרעה".
און "זה לעומת זה": כשם ווי דער "עיר אלקינו״ ווערט ״געבויט״ פון אבנים
(ע״ד דוגמא ווי א שטאט באשטייט פון ריבוי בתים און א בית ווערט גע־ בויט פון שטיינער 19
— עיקרו ותוקפו של בית זיינען די אבנים וואס אין אים 20 )
— אזוי איז אויך,
להבדיל,
געווען ביי די ערים דקליפה אין מצרים
(ווארום קליפה וויל זיך גלייכן צו קדושה — כקוף בפגי אדם 21 )
: דער עיקר השעבוד פון די אידן איז געווען צו אויסארבעטן די ציגל
(ותהי להם הלבנה לאבן 22 ),
די שטיינער,
פאר די מצרים־שטעט.
און דערמיט איז מבואר וואס די עבודה "בחומר ובלבנים" שטעלט מיט זיך אויך פאר דעם כלל פון "כל עבודתם"
(כנ״ל סעיף א׳),
ווארום יעדער ארבעט און פעולה וואס מען זאל ניט טאן,
איז תוכנה הפנימי — בויען א "הויז",
וואס א הויז באשטייט הויפטזעכלעך פון אבנים כנ״ל: בשעת מען טוט א דבר טוב,
צי דאס איז א מצוה,
צי דאס איז עשיית דברי הרשות לשם שמים אדער אין אופן פון "
(בכל דרכיך)
דעהו" 23 ,
איז מען דערמיט מוסיף א שטיין אין דעם בנין פון קדושה; און בשעת מען טוט א דבר לא־טוב,
איז מען דורכדעם מוסיף א ציגל אין דעם בנין דקליפה.
די פאר־ שידנקייט פון די פעולות און עבודות דריקט זיך אויס אין דעם תוכן הבנין,
אבער בחיצוניות,
האבן די אלע פעולות א צד השווה — בנין
(פעולות טובות — בנין ירושלים; פעולות לא טובות — בנין צור 24 ).
ג.
אין שטיינער גופא,
וואס מיט זיי ווערט בעיקר אויפגעשטעלט דער בנין,
זיינען פאראן צוויי סארטן: אבנים וואס זיינען א בריאה בידי שמים; און לבנים וואס ווערן אויסגעארבעט פון מענטשן 25 .
און די ארבעט פון אידן אין מצרים איז באשטאנען
(ניט אין אבנים,
נאר)
אין מאכן לבנים.
וואס איז דער חילוק צווישן אבנים און לבנים?
"אבנים",
זייענדיק א בריאה בידי שמים ,
זיינען מרמז אויף א הוי־ כער מדריגה פץ קדושה 26 .
דעריבער האט מען דעם בית המקדש געדארפט בויען
(לכתחילה)
פון אבנים 27
און אויך ארץ־ישראל אין אלגעמיין ווערט אנגערופן "ארץ אשר אבני ׳ ברזל" 28 .
לבנים אבער ווערן געשאפן דורך מעשה ידי אדם,
זיי זיינען מרמז אויף רשות 29
און עס היינגט אפ פון דעם מענטשן וואס דערפון וועט ווערן: קדושה,
אדער דער היפך,
[וואס דערפאר געפינט מען,
אז דער איסור פון השתחוי׳ בפישוט ידים ורגלים איז גילטיק דווקא ביי רצפת אבנים און ניט ביי רצפת לבנים 30
— ווייל דער דאזיקער איסור איז מצד דעם טעם וואס אין אן אנדער ארט טאר ניט גע־ טאן ווערן א זאך וואס איז בדוגמא צו דעם וואס מ׳טוט אין בית המקדש 31
— השתחוי׳,
און וויבאלד אז לבנים מצד עצמם פארמאגן ניט קיין אנדייט אויף אן ענין פון קדושה,
איז דעריבער די השתחוי׳ אויף רצפת לבנים ניט קיין דוגמא צו דער עבודת ההשתחוי׳ אין בית המקדש]
;
לבנים האבן אין זיך אויך
(אן אפשריות אויף),
היפך הקדושה 32
ווי די גמרא 33
זאגט בנוגע ע״ז 34 "
זקף לבינה" 35
.
און דאס איז די הסברה וואס רש״י 36
זאגט "שאין אבנים בבבל,
שהיא בקעה" — ווייל בבל
(ובכלל א "בקעה" 37 )
איז נידעריק — אן ארט פון העלם האור אלקי,
פון חשך,
ביז אז אויך בנוגע דער תורה ווי זי איז אין בבל זאגן חז״ל 38
: ״במחשכים הושיבני — זה תלמוד בבלי".
דעריבער איז דארטן ניט שייך די מדריגה פון "אבנים" וואס בריאתם בידי שמים.
ד.
עפי״ז וואלט מען געקענט מסביר זיין דעם טעם פארוואס די עבודה קשה פון די אידן אין מצרים איז געווען ביי לבנים — און ניט ביי אבנים — ווארום היות דער צוועק דערפון איז געווען צו בויען "ערי מסכנות לפרעה "
( היפך פון "עיר אלקינו",
כנ״ל),
איז דערפאר אויך דער בנין זייערער בא־ שטאנען ניט פון "אבנים" וואס דייטן אן אויף קדושה,
נאר פון "לבנים" וועלכע זיינען בהתאם צו "ערי פרעה".
אבער אין אמת׳ן איז דער ביאור ניט מספיק: וויבאלד אז די כוונה פון די מצריים איז געווען צו אויסנוצן אין דער בויאונג פון ערים דקליפה דווקא — די כחות און חיות פון קדושה
(ווי דער פסוק איז עס מדגיש: "ויעבידו מצרים את בני ישראל גו׳ וימררו את חייהם גו'",
כנ״ל תחילת סעיף ב׳),
האבן זיי דאך לכאורה געדארפט זוכי אויך
(ואדרבה — ביתר שאת 39 )
דעם אויסנוץ פון אבנים פאר זייערע ערים,
בכדי זיי זאלן קענען געניסן און האבן א יניקה אויך פון דער קדושה פון די ענינים שבריאתם בידי שמים 40 .
מוז מען זאגן,
אז אדרבה: ניט גע־ קוקט אויף דעם גודל העילוי אין דער בחינה פון אבנים,
האבן די לבנים אין זיך נאך א העכערע מעלה.
און טאקע צוליב אט דער מעלה האבן זיך די מצריים אזוי שטארק באמיט צו בא־ שעפטיקן די אידן
(הויפטזעכלעך און די מערסטע צייט)
דווקא ביי לבנים,
בכדי אריינצוקריגן אין רשות הקליפה אויך די הויכע מדריגה וואס איז אין "לבנים".
ה.
לכאורה וואלט מען געקענט מבאר זיין,
אז די מעלה וואס איז פאראן אין די נידעריקע "לבנים" לגבי די העכערע "אבנים"
(וואס צוליב אט דער מעלה האבן די מצריים געוואלט בויען די "ערי מסכנות לפרעה" דווקא פון ״לבנים״)
— באשטייט טאקע אין זייער נידעריקייט:
ס׳איז דאך ידוע 41 ,
אז "נתאווה הקב״ה להיות לו
(ית׳ 42 )
דירה בתחתונים״ — און ווי דער אלטער רבי
(דער בעל ההילולא פון כ״ד טבת 43 )
איז מדגיש 44
״שאין תחתון למטה ממנו״ — ד.
ה.
אז וואס מער תחתון עס איז די בחינה וואס ווערט א "דירה" צום אויבערשטן אלץ מער און טיפער ווערט אויסגעפירטזיין רצון און כוונה.
קומט דאך אויס,
אז בשעת מען בויט דעם "עיר אלקינו" פון "לבנים" וואס זיינען נידעריקער,
פירט מען דורך די כוונה פון "דירה בתחתונים" מער ווי ווען מען טוט דאס דורך "אבנים" 45 .
און בדוגמא ווי ביי דער מעלה פון ביהמ״ק לגבי דעם משכן: אז דער משכן,
וואס איז געווען א "דירת עראי" צום אויבערשטן 46 ,
איז בעיקר געווען געבויט פון
(קרשים)
ארזים — צומח ,
און דער ביהמ״ק,
וואס איז געווען א "דירת קבע" של הקב״ה 47 ,
איז געווען געבויט בעיקר פון אבנים 48
— דומם ,
וואס איז נידעריקער 49
פון סוג הצומח 50 .
אין אמת׳ן אבער,
איז דער הסבר ניט גענוגנדיק: אויב מצד דעם עילוי הנ״ל וואס איז דא אין לבנים
(אז ווען דער "עיר אלקינו" ווערט געבויט פון זיי ווערט דורכגעפירט די כוונת פון "דירה בתחתונים" באופן יותר נעלה),
— האבן די מצריים
(זוכנדיק די העכסטע ענינים אין קדושה צו פאר־ ווענדן אין קליפה,
להבדיל)
בלויז געדארפט וועלן אז די בויאונג פון די ערי פרעה,
ערים דקליפה,
זאל געטאן ווערן
(דורך אידן און)
פון לבנים; אבער ניט לייגן השתדלות אז אויך דאס אויסארבעטן
פון די "לבנים" זאל זיין דורך אידן.
וויבאלד אז די מצריים האבן גע־ צוואונגען די אידן צו מאכן די לבנים — ואדרבה: דער עיקר פון דעם "ויעבידו" איז געווען אץ עשיית לבנים 51 ,
איז דערפון משמע אז אין דעם דריקט זיך טאקע אויס דער תכלית העילוי
(און דערפאר האבן זיך די מצריים אזוי פארלייגט אויף דעם אז אידן זאלן "מאכן לבנים" פאר ערי פרעה,
בכדי צו האבן א יניקה פון אט דעם ענין נעלה וואס טוט זיך אויף דורך " עשיית לבנים").
ו.
בכדי צו פארשטיין אט דעם עילוי אין עשיית לבנים,
פאדערט זיך פרי־ ער צו מבאר זיין גרינטלעכער דעם חילוק הנ״ל צווישן דעם משכן און בית המקדש — וואס דער משכן איז געווען געבויט בעיקר פון צומח,
און דער בית המקדש — פון דומם.
ווען דער משכן וואלט אין זיך אינ־ גאנצן ניט געהאט דעם סוג הדומם,
וואלט מען דאס געקענט פארשטיין בפשטות — אז אין אים האט זיך נאך אי־ בערהויפט ניט אויפגעטאן די "דירה בתחתונים " אין דעם דומם וואס "אין תחתון למטה ממנו״
(און דאס האט זיך אויפ־ געטאן ערשט אין ביהמ״ק).
דער אמת איז דאך אבער,
אז אויך דער סוג הדומם איז געווען א טייל פון משק: דער קרקע המשכן איז געווען פון עפר,
און פונקט ווי אין משכן בכלל,
אזוי אויך דארט,
אין דעם קרקע המשכן,
האט זיך אויפגעטאן דער "ושכנתי בתוכם".
— ווי פארשטאנדיק אויך פון דעם פסק דין "ומן העפר אשר יהי׳ בקרקע המשק יקח הכהן 52 ,
און וויבאלד אזוי,
אז אויך אין משכן איז געווען המשכת אלקות אין אזא תחתון "שאין תחתון למטה ממנו",
פארוואס איז ער טאקע געווען געבויט פון "צומח" און ניט ווי דער ביהמ״ק — פון ״דומם״?
ז.
נאר דער ביאור אויף דעם איז: אט דער עילוי וואס טוט זיך אויף דורך המשכת אלקות למטה,
בתחתונים,
דריקט זיך אויס אויף צוויי אופנים:
א)
דורך אזא המשכה זאגט זיך ארויס דער תוקף בלתי מוגבל פון דעם אויבערשטנס אור,
אז ער איז "אין סוף" — ער האט אויף זיך ניט קיין שום הגבלות,
ביז ער ווערט נתפשט און איז מאיר אויך אין דעם סוג היותר תחתון
(ווארום ווען דער אור וואלט געהאט אויף זיך וועלכע־ס׳איז הגבלות,
וואלט ער ניט קענען דערגרייכן אזוי נידעריק).
[ובדוגמא ווי דאס איז ביי אן איש החסד: וואס גרעסער זיין חסד איז,
דערגרייכט זיין פעולת הטוב צו אלץ נידעריקערע מענטשן.
און ווי מען זעט ביי אברהם אבינו,
וואס זיין מדת החסד איז געווען בלי גבול 53 ,
האט ער משפיע געווען אפילו צו א)
ערביים ב)
שהשתחוו
(און צו וואס)
ג)
לאבק שעל גבי רגליהם 54 ].
ב)
דורך דעם,
וואס דורך אט דער המשכה ווערט גדולתו ית' דערקענט "בתחתונים",
דריקט זיך אויס
(ניט בלויז די אומבאגרעניצטקייט פון דעם אור ,
וואס ער דערגרייכט אויך למטה,
נאר אויך)
די אמת׳קייט פון אלקות,
דערמיט וואס אויך דער מטה,
נבראים תחתונים
(וואס זיינען ניט אלקות)
האבן אין אים א הכרה 55 .
און דער אויפטו אז נבראים זיינען מכיר אלקות,
שטעלט מיט זיך פאר א פיל גרעסערן
(חידוש ובמילא —)
מעלה ווי דאס וואס דער אור אלקי דערגרייכט אויך למטה.
ווארום דא ווערט אמיתיות האלקות באוויזן אויף אזוי פיל,
אז אויך א זולת דערזעט און אנערקענט דעם אמת.
וע״ד מ״ש הרלב״ג 56
: וזה מסגולת האמת שהוא מסכים לעצמו מכל צד.
און וויבאלד עס רעדט זיך וועגן א הכרה אין דער אמת׳קייט פון אלקות מצד די נבראים למטה,
איז ברור,
אז דאס ווערט בעיקר ובאופן נעלה דער־ גרייכט דורך ראיות פון עניני הבריאה
(מלמטלמ״ע),
אז די בריאה תחתונה גופא באווייזט דעם אמת פון אלקות.
אבער אויך דאן ווען די הכרה קומט מצד דעם גילוי פון דעם אור אלקי מלמעלה צו די נבראים — וואס דאן איז די הכרה ניט אזוי שטארק און דורכדרינ־ גענדיק — איז דאך,
אין דעם וואס זיי זיינען מקבל דעם אור און באנעמען דעם אמת אלקי,
פאראן א גרעסערע מעלה ווי אין עצם הגילוי פון דעם אור פאר זיך.
ווארום קבלת ההשפעה איז טיפער פון דער השפעה גופא 57 ,
ובלשון הקבלה והחסידות: דער שרש הכלים איז העכער ווי דער שרש האור.
[און אויך אויף דעם איז דא די דוגמא פון איש החסד 58
— זיין רצון צו טאן טוב מיט אנדערע מענטשן קומט
(ניט בלויז מחמת דער נויטווענדיקייט פון יענע וואס דארפן אנקומען צו זיין פעולת הטוב,
נאר אויך)
מצד זיין טבע: וויבאלד ער איז אן איש הטוב,
מאנט זיך ביי אים,
פון דער נאטור,
צו משפיע זיין און מטיב זיין.
און ווי מען געפיגט ביי אברהם אבינו,
אז בשעת ער האט ניט געהאט קין אורחים וועמען צו משפיע זיין חסדים,
האט ער דערפון געהאט צער 59 .
ווייל זייענדיק בעצם א איש החסד,
האט דאס זיך ביי אים געפאדערט מצד זיין טבע 60
; און דעריבער,
איז כשם ווי דער גילוי פון זיין טבע בהשפעת הטוב האט אים פארשאפט תענוג,
אזוי האט דער העדר ההשפעה פון זיין מדת החסד אים גורם געווען צער.
און דאך זעט מען,
אז בשעת דער איש החסד איז משפיע טוב צו א צווייטן און יענער איז מקבל די השפעה,
רופט דאס ביי אים ארויס נאך א גרעסערן תענוג,
מער ווי דער פארגעניגן וואס אים פארשאפט זיין השפעת החסד — ווייל די קבלת ההשפעה דערלאנגט טי־ פער ווי די השפעה גופא].
ח.
און דאס איז דער חילוק צווישן דעם משכן און דעם ביהמ״ק: אין משכן איז געקומען צום אויסדרוק די אומ־ באגרעניצטקייט פון דעם אור אלקי,
ווי ער קומט אראפ מלמעלה און ווערט נמשך אויך למטה מטה,
ביז אין סוג הדומם; און אין ביהמ״ק האט זיך אויפ־ געטאן,
אז דער תחתון גופא — דער סוג הדומם — איז געווארן א כלי צו אלקות.
און דערפאר איז אין משכן געווען אויסגעשטעלט דער סדר בדרך מלמעלה למטה: דער דאך פון משכן אזי געווען מלמעלה למטה — פון אילים ותח־ שים ועזים וצמר 61
— פון סוג החי,
די ווענט
(נידעריקער פון דאך)
— פון סוג הצומח,
און קרקע המשכן וואס איז גאר למטה — איז געווען עפר
(דומם).
אין ביהמ״ק אבער איז געווען פאר־ קערט: דער עיקר און הויפטזאך פון זיין בנין 62
איז געווען דער סוג פון דומם — פון אים איז געווען געבויט דער גאנצער ביהמ״ק — און די כלונסאות של ארז
(צומח)
וואס זיינען אין אים געווען איינגעבויט,
זיינען בלויז געווען א טפל 63 ,
נאר בכדי צו אונ־ טערשפארן די ווענט וכיו״ב 64 .
בשעת דער עילוי פון דעם "תחתון" באשטייט בלויז דערין וואס דורך אים דריקט זיך אויס דער בלי גבול פונעם אור אלקי,
ווייזנדיק אז ער ווערט נמשך אפילו למטה
(אבער ניט אז דער תחתון גופא ברענגט מיט זיך ארויס דעם עילוי),
דאן באקומט ער
(דער תחתון)
די השפעה צום סאמע ענדע,
דאס מיינט אין א נידעריקע דרגא.
ווארום וויבאלד דא רעדט זיך דאך וועגן המשכת האור,
און זיין המשכה איז דאך אין דעם סדר פון "מלמעלה למטה"; פריער ווערט ער נמשך אין העכערע מדריגות,
און דערנאך — אין נידעריקערע מדריגות,
קומען די נידעריקע מדריגות נאך
(אויך במעלה)
די העכערע.
און אזוי איז געווען אין משכן.
בעת אבער אז דער עילוי באשטייט אין דעם תחתון גופא,
וואס ער ווערט א כלי צו אלקות,
ער איז מכיר גדולתו ית׳,
איז דאך מובן,
אז דער עיקר החשיבות איז אין דעם תחתון וואס ״אין תחתון למטה ממנו״ 65 .
און דער־ פאר איז אין ביהמ״ק געווען דומם דער עיקר 66 .
ט.
אעפ״י אז אין ביהמ״ק האט זיך אויפגעטאן דער ענין אז תחתונים גופא זאלן זיין כלים צו אלקות
(ניט בלויז וואס דער אור ווערט נמשך אין זיי),
פונדעסטוועגן האט זיך אין אים נאך אלץ ניט אויפגעטאן דער אמת׳ער ענין פון "דירה בתחתונים".
דער תכלית האמיתי פון דירה בתחתונים וועט ערשט דערגרייכט ווערן לעתיד לבוא,
אין דעם זמן פון ימות המשיח ובפרט אין דעם זמן פון תחיית המתים 44 ,
אבער אין ביהמ״ק איז די "דירת קבע של הקב״ה" געווען בלויז ״מעין עולם הבא״ 67
— ניט די תכלית השלימות און אמיתיות פון דירה בתחתונים.
וועט מען עס פארשטיין לויט דעם ידוע׳דיקן ווארט 68
פון דעם אלטן רבי׳ן — בעל ההילולא — אויף דעם וואס ס׳ווערט געזאגט: " נתאווה הקב״ה להיות לו ית׳ דירה בתחתונים",
אז "אויף א תאוה איז קיין קשיא ניט".
ד.
ה.
אז דאס וואס דער אויבערשטער האט געוואלט האבן א "דירה בתחתונים" איז עס ניט מצד א טעם 69 ,
נאר דאס איז בבחי׳ ״תאוה״,
כביכול,
וואס איז הע־ כער פון צו האבן אויף זיך א טעם 70 .
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז אט־די ״דירה בתחתונים״ — אלס תכלית פון " נתאווה הקב״ה"
(למעלה מהטעם),
מיינט ניט אז דערמיט ווערט דערגרייכט אן אויפטו פון א געוויסער מעלה און שלימות — ווארום אויב יע,
הייסט עס דאך דאן אז די מעלה גופא איז א טעם אויפן רצון צו דער ,
״דירה״ — נאר דווקא אזא אויפטו וואס קען ניט בא־ נומען ווערן ווי א מעלה און שלימות 71
; און דווקא דאס איז די אמת׳ע דירה בתחתונים דורך וועלכער עס ווערט אויסגעפירט די תכלית הכוונה פון " נתאווה הקב״ה כו׳".
און דערפאר איז ביי דעם
(משכן און)
ביהמ״ק נאך ניט צוגעקומען צו דעם אמת׳ן תכלית פון "דירה בתחתונים",
וואס צו דעם איז נתאווה הקב״ה — וויבאלד דאס איז געווען אזא "דירה" וואו ס׳האט זיך יע אויסגעדריקט א באשטימטע מעלה 72
— וואס
(דער אור איז נמשך געווארן ביז למטה מטה,
אדער וואס אויך)
די נבראים תחתונים זיינען דערהויבן געווארן צו ווערן א כלי צו אלקות.
י.
אין וואס באשטייט יע דער אמת׳ער אופן פון "דירה בתחתונים" וואו עם פירט זיך אויס דער תכלית פון " נתאווה הקב״ה״?
זאגט דער אלטער רבי 44 ,
אז דאס איז אין דער נידעריקסטער נידעריקייט,
אין דעם "תחתון שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית׳ וחושך כפול ומכופל עד שהוא מלא קליפות וסט״א שהן נגד ה׳ ממש לומר אני ואפסי עוד״ — דאס מיינט: אין אזא תחתון וואס האט כלל קיין שייכות ניט צו אלקות
[ס׳איז ניט שייך אז אין אים זאל מאיר זיין קיץ אור און אוודאי ניט אז ער זאל זיין א כלי צו אלקות]
און אדרבה: ער איז פול מיט קליפות וסטרא אחרא וואס זייער גאנצער וועזן שטעלט מיט זיך פאר דעם הרגש פון "אני ואפסי עוד",
דעם סאמע היפך פון אלקות — נגד ה׳ ממש ,
און דארט האט דער אויבערשטער געוואלט האבן זיין "דירה לו ית׳".
ווען א איד נעמט די ענינים "תחתונים" וואס זיינען פול מיט קליפות וסט״א וועלכע זיינען מנגד צו אלקות,
און דארט מאכט ער אויף א דירה לו ית׳
( ניט דורך זוכן מגלה זיין דעם טוב און קדושה וואס זאל זיין באהאלטן אין זיי פון פריער,
ווייל אדרבה,
זייער גאנצער וועזן איז "נגד ה׳ ממש",
נאר)
דורך צעברעכן און מבטל זיין די סט״א אינגאנצן,
אזוי אז די "דירה" צום אויבערשטן ווערט געשאפן אויס־ שליסלעך מצד דער עבודה פון אידן אין אן אופן פון התחדשות 73
- דאס איז די ״דירה״ וואס ״נתאווה 74
הקב״ה 75 .
און אט־דער ענין,
אויפצומאכן א דירה לו ית׳ אויך דארט וואו די נבראים תחתונים זיינען " נגד ה׳ ממש",
האט ניט קיין טעם אין שכל און עס האט ניט קיין ארט מצד בחי׳ הגילויים 76
— היות אז דא איז ניט שייך צו פועל זיין אין זיי ניט דורך המשכת האור און אפילו ניט דורכן שרש הכלים
(וויבאלד אז זיי קענען ניט זיין קיין כלים צום אור,
כנ״ל)
; דאס קען אויפגעטאן ווערן בלויז מיטן כח וואס קומט פון עצמותו ית׳ אליין 77
(וואס ער איז דאך דער וואס "נתאווה" צו דער דא־ זיקער דירה)
— ווארום "הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין ואפס המוחלט ממש״ 78
— און אט־דעם כח האט ער געגעבן כביכול צו אידן,
אז אויך זיי זאלן קענען אויפמאכן א דירה לו ית׳ בתחתונים אין אן אופן פון א נייער שאפונג לגמרי,
כנ״ל 79 .
יא.
עפ״י הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם טעם וואס דער עיקר עבודה אין גלות מצרים איז באשטאנען אין "עשיית לבנים":
דער סדר פון עשיית לבנים איז,
אז נאכדעם ווי מען לייגט אריין דעם גע־ קנאטענעם ליים אין דעם "מלבן" וואס פורעמט אויס דעם ציור פון לבנים,
ווערן זיי דורכגעברענט אין א קאלכאויוון 80 ,
בכדי זיי זאלן װערן פארהארטעוועט און שטארק אזוי ווי אבנים,
און ווי עס שטייט
(ביים דור הפלגה 81 )
: "נלבנה לבנים ונשרפה לשריפה ותהי להם הלבנה לאבן״ 34
— דורך "ונשרפה לשריפה" איז "ותהי להם הלבינה לאבן ",
אז די לבנים באקומען די הארטקייט און שטארקייט פון אבנים
(שבידי שמים)
און מען קען פון זיי בויען א בנין
(דקדושה) 82 .
און וויבאלד אז אט־די שטארקייט פון די לבנים קומט דוקא דורך דעם וואס מען ברענט זיי אין פייער — וואס ביי כלי הרס איז דער דין 83 ,
אז נאכן דורכ־ ברענען די כלי הייסט זי א נייע מציאות,
״פנים חדשות״ 84
— איז עס דאך
[ניט קיין שטארקייט וואס איז פאראן אין זיי און דער מענטש איז דאס בלויז מגלה דורכן דורכברענען זיי,
נאר]
א נייע שאפונג וועלכע ווערט אויפגעטאן בעיקר דורכן מענטשן — וואס ברענט זיי דורך און איז מבטל זייער פריער־ דיקע מציאות.
און דערפאר ווייזט עשיית לבנים
(ווען דאס ווערט געטאן מיטן צוועק צו בוי־ ען מיט זיי דעם "עיר אלקינו")
אויף דער עבודה פון אויפמאכן א דירה לו ית׳ בתחתונים:
כשם ווי "עשיית לבנים" באשטייט פון די צוויי ענינים:
(א)
דורכברענען און מבטל זיין דעם ציור פון "לבנים",
וואס ווייזט אויף ״סטרא דמסאבותא" 85
און
(ב)
אז דאס וואס די לבנים ווערן ״קשים וחזקים כאבנים״ — די קדושה׳דיקע שטארקייט אזוי ווי אבנים שבידי שמים — איז עס לגמרי א נייע מציאות וואס ווערט געשאפן דורך דער ארבעט פונעם אדם;
אזוי זיינען אויך ביי דער עבודה פון "דירה בתחתונים" פאראן ביידע עני־ נים:
(א)
דאס ווערט אויפגעטאן דורך צעברעכן און מבטל זיין די קליפה וסט״א וואס די וועלט איז געווען פול מיט זיי,
און
(ב)
דאס איז לגמרי א נייע שאפונג וואס קומט דורך עבודת האדם.
און דאס איז דער טעם וואס דער עיקר עבודה אין זמן הגלות,
אנהויבנ־ דיק פון גלות מצרים
(שרש לכל הגליות 86 ),
באשטייט אין עשיית לבנים — ווייל היות אז דער תכלית השלימות פון דירה בתחתונים וואס וועט זיין בימות המשיח ותחיית המתים איז "תלוי במעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות" 87 ,
דארף דעריבער בדוגמא לזה אויך אונזער עבודה אין וועלט בזמן משך הגלות באשטיין אין "עשיית לבנים" —
יעדער ענין אין וועלט הייבט זיך דאך אן אין תורה,
תורת חיים — איז דאס — "דא ליבון הלכתא" 88 ,
וואס דורך דעם וועט מען זוכה זיין אין תורה — "לגילוי פנימי׳ התורה לע״ל להיות אראנו נפלאות״ 89 ,
און אין וועלט,
אז די וועלט וועט זיין בתכלית שלימות בריאתו" 90 ,
דער תכלית השלימות פון דירה בתחתונים,
בביאת משיח צדקינו,
בקרוב ממש.
(משיחות ש״פ בלק תשכ״ד וש״פ שמות תשכ״ו)