B"H
🏡

Ikar

עמוד 261

א.

אויף "וישאו אותו בניו" 1

איז רש״י מפרש: "ולא בני בניו וכו׳ שהם מבנות כנען וכו׳"

(ד.

ה.

אז די בני יעקב האבן חתונה געהאט מיט כנעניות).

אבער אין פ׳ וישב 2 ,

אין זיין פי׳ אויף "וכל בנותיו" לערנט רש״י אז אין דעם איז דא א מחלוקת 3

: "ר׳ יהודה אומר אחיות תאומות נולדו עם כל שבט ושבט ונשאום.

ר׳ נחמי׳ אומר כנעניות היו,

אלא מהו וכל בנותיו כלותיו,

שאין אדם נמנע 4

מלקרוא לחתנו בנו ולכלתו בתו".

קומט אויס אז דעם פשט פון אונזער פסוק,

לערנט רש״י לפי שיטת ר״נ 5

אז "כנעניות היו" 6 .

איז ניט מובן: דער דיוק ״בניו — ולא בני בניו" איז דאך אין לשון הפסוק ,

מוז דאך דאס שטימען לויט אלע שיטות שבתושבע״פ,

אויך לויט שיטת ר״י,

אז די שבטים האבן חתונה געהאט מיט זייערע "אחיות תאומות" און ניט מיט קיין כנעניות

[ובפרט אז ר״י׳ס פירוש איז דער

(ערשטער — בפרש״י — ד.

ה.

דער)

עיקר׳דיקער פון רש״י׳ס צוױי פירושים אין פרשת וישב]

— און וויבאלד אזוי,

פארוואס טייטשט רש״י ניט אויס אין וואס עס באשטייט דער טעם פון "ולא בני בניו" לפי דעת ר׳ יהודה ?

דארף מען זאגן אז דאס גופא לערנט אונז,

אז די ווערטער "וישאו אותו בניו" פאדערן פירוש בלויז לדעת ר״נ; דאקעגן לדעת ר״י איז גאר ניט נויטיק קיין פירוש — ווייל דער פשט איז שוין מובן פון א פריערדיקן רש״י׳ס פי׳

(אין פ׳ וישב).

ב.

לערנענדיק דעם פרש״י אין פ׳ וישב קומט אויס,

בהשקפה ראשונה,

אז דער יתרון אין דעם ערשטן פי׳ "אחיות תאומות נולדו כו׳",

באשטייט דערין וואס לויט אים ווערט דער ווארט "בנו-תיו" געטייטשט כפשוטו — זיינע טעכ־ טער; און די מעלה אינעם צווייטן פי׳ ״בנותיו — כלותיו" איז,

וואס לויט אים דארף מען ניט אנקומען צום גרויסן חידוש אז יעקב האט געהאט א סך טעכ־ טער — א זאך וואס ווערט גארניט דער־ מאנט אין גאנץ חומש ונביאים וכתובים!

[ובפרט,

ווען מיר געפינען,

אז אין ענלעכע פאלן איז פאראן אין תורה לכל הפחות א רמז דערויף — אויף די דריי תאומות וואס זיינען געבארן געװארן מיט קין און הבל,

איז דער פסוק מרמז דורך צוגעבן

(דריי מאל)

דעם ווארט ״את״ 7

; אויך די תאומה פון בנימין׳ען

(לויט "ורבותינו דרשו")

ווערט נרמז דורכן ווארט ״גם״ 8

— וואס דער פסוק איז דארט מוסיף.

און וויבאלד ביי די אלע אנדערע שבטים געפינען מיר ניט קיין שום רמז

(אויסער שמעון,

ביי וועמען ס׳שטייט 9

"ויתן לי גם את זה") 10 ,

האבן מיר דאך דערפון גופא א באווייז,

אז זיי האבן ניט געהאט צו זיך קיין תאומות 11 ].

אבער לויט דעם פשט איז ניט פאר־ שטאנדיק:

א)

מ׳האט שוין גערעדט 12

וועגן דעם חילוק צווישן שיטת ר״י און שיטת ר״נ,

אז ר״י שטעלט דעם הויפט־דגש אויפן כללות הענין — ער איז מפרש דעם פסוק אין הסכם מיט כללות ענין המדובר,

ניט קוקנדיק וואס דער פירוש איז צוליב דעם ניט אזוי מתאים מיטן פרטיות׳דיקן אויסטייטש פון ווארט.

דא־ קעגן ר״נ זוכט בעיקר אז דער פירוש זאל שטימען מיטן פרטיות׳דיקן ווארט,

הגם אז דורך דעם וועט ער ניט אינ־ גאנצן זיין אויסגעהאלטן מיטן כללות ענין הפרשה.

— לפי ביאור הנ״ל קומט דאך אבער אויס אז בנדו״ד איז דער חילוק צווישן זיי אין א פארקערטן אופן: ר״י׳ס פי׳ שטימט מער מיטן טייטש פון ווארט "בנותיו",

און ר״נ׳ס פירוש איז מער מתאים מיט כללות תוכן הפרשה

(אין סדרה ויצא)

וואו עס געפינט זיך ניט קיין רמז אז יעקב זאל האבן געהאט נאך קינדער 13 .

ב)

אין פ׳ וישלח,

אויף ״כי גם זה״

(בנוגע לידת בנימין)

זאגט רש״י

(אין זיין פי׳ "ורבותינו דרשו")

: "עם כל שבט נולדה תאומה ועם בנימין נולדה תאומה יתירה״.

איז דאך ניט מובן: ווי־ באלד רש״י נעמט אן,

אין פ׳ וישב,

אז "אחיות תאומות נולדו" איז זייער ניט־ גלאטיק

[ביז אז ס׳איז ביי אים רעכט צוליב דעם — צוגעבנדיק א צווייטן פירוש — ארויסצונעמען דעם ווארט ״בנותיו״ פון זיין פשטות׳דיקן טייטש]

— איז דאך מכ״ש אז אין פ׳ וישלח

[וואו ס׳איז לכאורה ניטא קיין הכרח צו מחדש זיין אז יעקב האט געהאט נאך קינדער אויסער די דערמאנטע אין דער תורה 14 ]

האט ער געדארפט מפרש זיין

(לכה״פ — ווי א צווייטן פירוש)

אז בלויז מיט בנימין׳ען איז געבארן געװארן א

(איינציקע)

תאומה און ניט מיט די אנדערע ברידער?

ג)

פארוואס נויטיקט זיך רש״י,

אין דער באווארעניש פון "וכל בנותיו",

צו־ צוגעבן אין זיין ערשטן פי׳ דעם ווארט ״ונשאום״ — דער פשט פון "בנותיו" ווערט דאך שוין רעכט דערמיט וואס "אחיות תאומות נולדו וכו׳"?

און אזוי זיינען אויך לכאורה איבעריק די ווער־ טער "כנעניות היו״ לויטן צװײטן פי׳ — אויב "כלותיו" ווערן גערופן "בנותיו",

וואס איז דא נוגע ווער די "כלותיו" זיינען געווען,

כנעניות אדער ניט?

ד)

וויבאלד אז דער גאנצער טעם וואס דער צווייטער פירוש איז מחולק אויפן ערשטן איז עס צוליבן דוחק אינעם אויפטו פון "אחיות תאומות נולדו",

האט דאך דער צווייטער פירוש געדארפט שולל זיין דעם חידוש בפירוש ,

און זאגן אז מיט די בני יעקב זיינען קיין אחיות תאומות ניט געבארן געװארן 15 ?

ג.

איז דער ביאור אין דעם:

אין די ווערטער "וכל בנותיו" וואס רש״י שטעלט זיך אויף זיי,

זיינען קשה צוויי זאכן:

(א)

דער פשט פון די ווער־ טער גופא — ביי יעקב׳ן איז דאך געווען בלויז איין

(צוויי 16 )

טאכטער

(און אפילו לויט ״ורבותינו דרשו״ — נאר צוויי

(צי דריי 16 )

טעכטער),

טא ווי פאסט דא דער לשון " וכל בנותיו",

וואס באדייט א גרעסערע צאל 17 ?

און

(ב)

פארוואס ווערן דערמאנט "כל בנותיו" בלויז,

און ס׳ווערט ניט דערציילט וועגן יעקב׳ס שניר,

וואס אויך זיי זיינען געוויס גע-קומען אים מנחם זיין 18 ?

און די ביידע קשיות פארענטפערט רש״י בפירושו: א)

"אחיות תאומות נולדו עם כל שבט ושבט״ — וואס דער־ מיט ווערט רעכט דער לשון "וכל בנו-תיו"; ב)

״ונשאום״ — און דאס גיט צו פארשטיין פארוואס עס ווערן דער־ מאנט בלויז

("בניו" און)

"בנותיו" און ניט

(חתניו 19

און)

כלותיו.

און דאס וואס רש״י גיט דערנאך צו א צווייטן פירוש,

איז דאס ניט מחמת דער שוועריקייט אין ערשטן ענין

(וואס מ׳געפינט ניט קיין רמז בנוגע די תאומות פון די שבטים ווי ביי די תאומות פון קין והבל)

— ווארום דאס איז נאך ניט אזא שטארקע קשיא אז מ׳זאל צוליב דעם טייטשן

(ווי אין צווייטן פירוש)

דעם ווארט ״בנותיו״ ניט כפשוטו — נאר ווייל אים איז שווער דער צווייטער ענין ״ונשאום״:

ס׳איז דאך ידוע 20

אז די אבות האבן אפגעהיט אלע מצות התורה,

הגם זיי האבן דערויף קיין ציווי ניט געהאט.

און וויבאלד אז עס שטייט 21

(ביי אב־ רהם׳ען)

"למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו",

איז די סברא מחייב,

אז אויך בא יעקב׳ן איז געווען "יצוה את בניו״ און די בני יעקב — לכה״פ זײענ־ דיק בסמיכות מקום צו יעקב׳ן 22

— האבן אפגעהיט אלע מצות 33 .

דעריבער איז שווער צו זאגן אז זיי האבן חתונה געהאט מיט א שוועסטער מן האב,

וויבאלד אויך אחיות מן האב זיינען נאסר געווארן ביי מתן תורה 24 .

ברענגט דערפאר רש״י א צוױיטן פי׳: ״כנעניות היו" — אז די שבטים האבן חתונה געהאט ניט מיט זייערע שוועסטער,

נאר מיט "כנעניות" 25 .

נאר לויט דעם ווערט דאך שווער פארוואס שטייט אין פסוק נאר "בנותיו" און דערמאנט ניט כלותיו?

אויף דעם זאגט רש״י אז "בנותיו" מיינט

(אױך 26 )

כלותיו.

דערמיט וועט אויך ערקלערט ווערן די איינשטימיקייט אין נאך א פרט 27

— פון די פירושים פון ר׳ יהודה און ר׳ נחמי׳ בנדו״ד,

מיט זייער שיטה בכמה מקומות אין פירוש הכתובים: מ׳געפינט בכמה מקומות 28 ,

אז ר״י טייטשט איין דעם פשט פון פסוק לויט וױ ס׳איז משמע פון דער פרשה גופא,

אפילו ווען דער פי׳ דריקט אויס א מינערונג ב״כבודם של ישראל".

און אזוי לערנט ער אויך דא,

לויט ווי ס׳איז קענטיק פון דעם המשך הפרשה — ניט געקוקט וואס דאס מיינט אז די שבטים האבן ניט אפגעהיט דעם שפעטערדיקן איסור פון אחיות.

דאקעגן ר״נ האלט זיך ניט אפ פון איינלערנען א דוחק אין פסוק,

אום צו פארהיטן כבודם של ישראל; און מהאי טעמא לערנט ער ״בנותיו — כלותיו",

בכדי עס זאל ניט אויסקומען אז די בני יעקב האבן פארפעלט אין דער אפהיטונג פון די תרי״ג מצות.

ד.

עס פאדערט זיך אבער נאך אלץ ביאור 29

: ס׳איז מובן אין פשטות,

אז דאס וואס רש״י זאגט אין פ׳ וישלח "עם כל שבט נולדה תאומה ועם בנימין כו׳״ — איז בהנוגע "כל שבט" לערנט ער דאס ניט אפ פון "כי גם זה",

אויף וואס ער שטעלט זיך — ווארום אט־די ווער־ טער באציען זיך אויסשליסלעך צו לידת בנימין און האבן ניט צו טאן מיט לידת כל שבט — מוז מען אננעמען אז דאס וואס "עם כל שבט נולדה תאומה",

איז שוין א דבר ידוע; און דאס וואס רש״י דערמאנט דא אז "עם כל שבט כו׳" איז נאר בכדי צו אויפקלערן: אז דער ״גם״ װאס שטייט

(בלויז)

ביי בנימין׳ען,

איז מרבה א "תאומה יתירה " — אז מיט אים איז געבוירן געווארן א תאומה מער ווי ביי דער לידה פון די אנדערע שבטים.

איז ניט מובן:

א)

פון וואנען איז עס טאקע אזוי פשוט

(נאך איידער מען איז צוגעקומען צו לערנען דעם ענין פון ״וכל בנותיו" און דעם הכרח שמזה,

כנ״ל)

אז "עם כל שבט נולדה תאומה"?

ב)

און אויב ס׳איז שוין יע פשוט,

האט דאך רש״י ביי די ווערטער "וכל בנותיו" געדארפט ריידן נאר וועגן דעם פרט שמ-חדש,

אז די שבטים האבן חתונה געהאט מיט די אחיות תאומות

(בכדי צו פאר־ ענטפערן פארוואס עס שטייט בלויז "וכל בנותיו״)?

; און נאכמער — פון רש״י׳ס לשון "אחיות תאומות נולדו כו׳" איז מוכח,

אז דאס ווערט דא געזאגט ווי אן אויפטו,

א חידוש.

ה.

איז דער ביאור אין דעם :

בשעת ס׳איז געקומען די צייט פון יצחק׳ן צו חתונה האבן,

האט אברהם באשווארן אליעזר׳ן "לא תקח אשה לבני מבנות הכנעני" 30 .

דאס זעלבע האט דער־ נאך יצחק אנגעזאגט יעקב׳ן "לא תקח אשה מבנות כנען" 31 ,

און נאך שטארקער האט דאס רבקה אונטערשטראכן: " קצתי בחיי גו׳ — אם לוקח יעקב אשה מבנות חת גו׳ למה לי חיים ״ 32 .

אבער ביי די בני יעקב געפינט מען ניט ערגעץ־וואו אין דער תורה,

אז זיי זאלן האבן צוליב דעם צוועק געגאנגען פון זייער דעמאלטיקן וואוינארט כנען,

צו אן אנדער לאנד,

אדער אז זיי זאלן האבן געשיקט שלוחים צוליב דעם

(כשם ווי די תורה דערציילט וועגן אברהם און יעקב).

לויט דעם דארף מען דאך אנ־ נעמען אין פשטות,

אז זייערע פרויען זיינען געווען מבנות כנען 33 .

אבער אזוי איז דאך שווער צו זאגן: ווי קען מען באהויפטן אז די שבטים האבן חתונה געהאט מיט בנות כנען,

ווען דאס איז געווען אזוי אפגעפרעגט ביי די אבות 34 ?

אשר ע״כ איז משמע בפשטות,

אז די שבטים האבן געהאט

שוועסטער און מיט זיי חתונה געהאט ננ .

הייסט עס דאך: דער פשוט׳ער סיפור העניגים לערנט און לאזט אונז וויסן דעם עצם ענין,

אז זיי האבן געמוזט האבן שוועסטער מיט וועמען זיי האבן חתונה געהאט".

[דוגמא לדבר

(אף שאינו הוא הדבר ממש)

— ניט דער פסוק און אפילו אויך ניט רש״י דערמאנען מיט וועמען האבן חתונה געהאט די "בנים ובנות" פון אדם הראשון].

פונדעסטוועגן,

בשעת עם קומט צום פסוק "וכל בנותיו" דארף רש״י זאגן ״אחיזת תאומות נולדו..

ונשאום"

(הגם ס׳איז א דבר הפשוט כנ״ל)

! נאך מער: ער ברענגט אויך א צוויימן פי׳ "כנעניות היו״ — און דאם איז ודיל פון לשון הפסוק "וכל בנותיו" איז משמע אז די שבטים האבן חתונה גער,

אט מיט אנדערע פרויען

(כדלהלן סעיף ו׳).

ו.

פונעם לשון הפסוק "וכל בנותיו" איז משמע אז ער איז מרבה אזוינע בנוח וואס ווען עם שטייט נאר "בנותיו" וואלטן זיי ניט נכלל געווארן — עס זיינען געווען מער ווי איין סוג בנות.

אח די שאלה: וואס פארא פארשידענע סוגים זיינען שייך אין בנות" ?

דאס וואס עס שטייט "כל בניו" איז מובן — דאס מיינט אז אלע זין,

אויך יענע וואם האבן פארקויפט יוםף׳ן,

זיי־ נען געקומען טרייסטן יעקב׳ן.

פארוואם שטייט אבער דער אויסדרוק "וכל" ביי די בנות?

מוז מען דעריבער זאגן,

אז "בנותיו" דא מיינט אויך "כלותיו",

און אז דאם מיינט אזעלכע וואס זיינען ניט בנותיו

(ד.

ה.

אז די שבטים האבן חתונה געהאט מיט כנעניות יי,

ניט מיט זייערע שוועם־ טער),

און זיי איז דער פסוק מרמז און כולל אין ״וכל בנותיו״: צוויי סוגי בנות — טעכטער ממש און אזעלכע וואס זיי־ נען אזוי נוי טעכטער — כלותיו.

און דערפאר לערנט רש״י אין "וכל בנותיו״ צוויי פירושים — "ר״י אומר אחיות תאומות נולדו כו׳ ונשאום; ר״נ אומר כנעניות היו״ — ווייל ר״י,

וואם זיק שיטת הלימוד איז צו אפשטעלן זיך בעיקר אויף כללות הענק,

לערנט ער דעריבער אז די שבטים האבן חתונה גע־ האט מיט זייערע שוועסטער,

וויבאלד אז פון כללות הפרשיות

(וואם דערציילן צוויי מאל — !ובפירוש און באריכות — אז מ׳זאל גיק זוכן אין אן אנדער לאנד אבי ניט "בנות הארץ")

איז שווער צו אעעמען דעם אנדער מעגליכן אופן

(אז זיי האבן חתונה געהאט מיט כנעניות)

; און ר״נ,

וויבאלד ער שטעלט זיך אפ בעיקר אויפן פרט,

אויפן ווארט״י,

לערנט ער "מעניות היו",

וואדום דער־ מיט איז מדוייק דער לשון פון די פרטיות׳דיקע ווערטער "וכל בנותיו".

ז.

עפ״י הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין פארוואס "וישאו אותו בניו" פא־ דערט א פירוש בלוק לדעת ר״ג און ניט לדעת ר״י:

רש״י׳ם דיוק "בניו ולא בני מיו" איז ניט פונעם עצם ווארט "בניו",

ומיל דער באדייט פון ״מים״ קען אין זיך ארײנ־ נעמען אויך בני ■מים ״>; און ווי ס׳איז אויך פארשטאנדיק■* פון דעם וואס רש״י זאגט דא אויפן ארט,

אז אמך מנשה ואפרים האבן געטראגן יעקב׳ם ארון — און געווען זיינען זיי דאך בני בניו של יעקב.

רש״י׳ס חכרה איז פון דעם וואס דער ווארט "בניו" איז בכלל איבעריק: נאכדעם ווי דער פסוק דער־ ציילט שוין פריער "ויעשו בניו לו בן כאשר צום" וואלט דאם שוין גענוג גע־ ווען צו פארשטיין אז "וישאו אותו ארצה כנען גו׳" מיינט עס "בניו"

(אויך אן דעם ווארט "בניו").

וויבאלד אבער דער פסוק חזר׳ט איכער דעם ווארט "בניו" נאכאמאל,

איז רש״י מדייק,

אז דאם ווערט געזאגט לשם הדגשה: דווקא בניו — און דערמיט מיינט ער צו שולל זיין "בני בניו" וועלכע זיינען די קינדער פון בנות כנען.

דער דיוק אבער איז בלױז לויט ר״נ וואם שטעלט זיך אפ בעיקר אויפן פרט־ יות׳דיקן ווארט.

דאקעגן לדעת ר״י,

ווי־ באלד ער שטעלט דעם הויפט־דגש אויף דעם ענין בכללותו,

פאדערט זיך במילא ניט נאויף אזוי פיל)

קיין הסברה אויף דער איבער׳חזר׳ונג פון ווארט "בניו": און וויבאלד אז מצד דעם כללות הענין קומט אוים אז אויך בני בניו האבן גע־ טראגן דעם ארון — ווארום לדעתו

(אז די בגי בנים זיינען געבארן געווארן פון זיינע טעכטער)

איז ניטא קיין סברא זיי צו שולל זיין — לערנט ער דערפאר אז דער איבער׳חזר׳ן "בניו",

איז דאס ליתר ביאור וכיו״ב,

און ווי אין אנהייבם קאפיטל: ויפול יוסף גו׳ ויצו יוסף.

ובכמה מקומות.

ח.

מען דארף נאד אבער פארשטיין: וויבאלד אז לאחרי מ״ת זיינען נאסר גע־ ווארן אויר אחיות מן האב ",

האט מען דאך געקענט לכאורה זאגן אויך לדעת ר״י,

אז יעקב׳ם אנזאג "אל ישאו ממתי לא אחד מבניכם" איז געווען מחמת דעם טעם וואם זיי זיינען געווען קינדעד פון אזא חיתון וואם ער,

יעקב,

האט עם אויף זיך געהאט אנגענומען ווי אן איסור

(עריות)?

אמת טאקע,

אז לגבי די שבטים גופא,

וויבאלד זיי האבן אויף זיך ניט מקבל געווען די אפהיטונג פון כל התורה עד שלא ניתנה,

הייסט עט ניט אז זיי זיינען באגאנגען אן איסור דורך זייער חתונה האבן מיט די אחיות: ובמילא איז שוין אויך ניט געווען קיין חסרון אין זייערע קיגדעד מצד דעם — איז עס אבער דאך ניט מספיק צו פארענטפערן לפי שיטת ר״י,

ווייל

אויך לדעת ר״נ האבן די בני יעקב,

דורך זייער מתחתן זיין זיך מיט די כנעניות,

ניט געטאן קיין איסור — און פונדעסטוועגן לערנט רש״י

(לדעת ר״נ)

אז יעקב האט אנגעזאגט "אל ישאו מטתי לא אחד מבניכם שהם מבנות כנען״: מח מען דאך אעעמען,

אז טראץ דעם וואס פאר זיך,

איז דער חיתון מיט די מעניות ניט געווען פארבוגדן מיט קיין איסור,

איז עם אבער בא יעקב׳ן געווען א טעם אז זייערע קינדער זאלן ניט זיין ראוי צו טדאגן זיין ארון.

— קען מען דאם זעלבע זאגן

(און מיט א כל־שכן••)

לפי שיטת ר״י,

אז זייענדיק קינדער פון אח ואחות,

האט עם אוודאי געקענט באטראכט ווערן ווי א חסרון בעיני יעקב.

בלייבט די קשיא: פארוואס וויל רש״י ניט לערנען אז אויך לשיטת ר״י האט יעקב מקפיד געווען אז בלויז "בניו" זאלן זיין די נושאי המטה י

נאר אין אמת׳ן איז עס עפ״י דרך הפשט גאר קיק קשיא ניט,

ווייל אין דעם פאל וואו ס׳איז ניטא קיין איסור חיתון — ניט ביי כנעניות און ניט ביי אחיות — קען מען זיי כלל ניט פאר־ גלייכן; און דער אונטערשייד צווישן זיי איז באופן הפוך מהנ״ל: דוקא דער חיתון מיט בנות כנען איז א זאך וואס איז א פגם,

א חסרון,

ווייל כנעניים זיינען פאר זיך אליין ניט ראוי זיך צו מתחתן זיין מיט זיי מצד דעם וואם "ארור כנען״ ״

(אויך אן אן איסור דערביי ")

; משא״כ ביי אח ואחות איז דאס אפגע־ פרעגט נאר ווייל די תורה האט עס פאר־ באטן,

און דעריבער איז בעצם אין דעם ניט געווען קיין שום פגם וחסרון אין יענעם זמן פאר מתן תורה " וועט אט־ דער ציווי איז נאך ניט געקומען.

ט.

ומיינה של תורה וואס איז בפירוש רש״י:

בפנימיות הענינים איז דא נאך אלץ ניט מובן; פון דעם גופא וואם די אבות האבן אפגעהיט אלע תרי״ג מצות אויך פאר מ״ת,

איז דאך פארשטאנדיק לבאר,

אז אויך דעמאלט האבן די שפעטערדיקע איסורים געהאט אן ארט — עכ״פ א שמץ,

בדקות דדקות.

אשר על כן איז דאך ווידער פאראן אן ארט צו זאגן

(אויך לדעת ר״י)

אז משום האי טעמא זאל יעקב וועלן אויסשליסן די בני אח ואחות פון די נושאי ארונו,

והדרא קושיא לדוכתא.

נוסף לזה: ווי איז עס בכלל מעגלעך אזא זאך,

אז דער רוב פון כלל ישראל

(אויסער שבט יהודה,

מנשה ואפרים)

זאלן שטאמען פון אזוינע וואם לאחרי מ״ת איז עס איסורי עריות"?

!

נאר דער ביאור אין דעם: עם ווערט ארומגערעדט אין חסידות “ ומיוסד בזהר ום׳ קבלה,

אז דער טעם פון איסור עריות באשטייט אין דעם וואם אין רוחניות ווייזן זיי אויף יחודים נעלים ביותר

[אזוי ווי דער יחוד פק ז״א ומלכות וואס ויעה אויך אנגערופן אח ואחות"],

וואס מצד זייער הויכקייט קען זיי-די וועלט דא למטה ניט צונעמען; און בשעת מען איז מגלה אט ־די אורות נעלים ביותר דא למטה,

קען דערפון ארויסקומען א היזק

(בקדושה — ע״ד ווי עם שטייט ביי בן זומא״־: ״הציץ ונפגע״,

וױיל ניט קע־ נענדיק פארנעמען אזא ריבוי אור,

האט אים דער "הציץ" פארשאדט,

אדער נאך נידעריגער.

וכידוע הדוגמא אז איינער וועט קוקן אף דער זון אן א פארשטעל)

— און דערפאר איז בא מתן תורה,

וואס איז באופן אז תורה אחת יהי׳ לכם,

זיינען אט־די ענינים נאסר געווארן דא למטה פאר אלעמען גלייך.

איז דערפון מובן,

אז קודם מתן תורה,

איידער זיי זיינען נאסר געווארן,

איז בא די וואם האבן געקענט מקבל זיין אט די אורות נעלים ביותר,

זיינען אזעלכע עניני יחוד קיין חסרון ניט; ואדרבה,

ס׳איז גאר א מעלה

(ובדוגמת ר״ע"",

וואם אים האט די כניסה לפרדס ניט פארשאדט ן נאר אדרבה,

עם האט אים געבראכט לעילוי נעלה ביותר).

און דעריבער איז עס קיין תמי׳ ניט ווי אזוי קומען די אידן ארויס דורך נישואי התאומות — ווייל אדרבה,

ווי־ באלד די שבטים האבן געקענט מקבל זיין די אורות נעלים,

איז עס געווען למעל־ יותא — אז איח קומען גאר ארוים דורך יחודים נעלים ביותר".

(משיחות חורף תשכ״ח,

וש״פ וישב תשכ״ט)

Reader controls and commentary are loading.