א.
אויף די ווערטער "כי באפם הרגו איש" 1
איז רש״י מפרש: "אלו חמור ואנשי שכם,
ואינן חשובין כולם אלא כאיש אחד כו'".
איז אין דעם ניט מובן:
א)
פארוואס דערמאנט ניט רש״י שכם.
ואדרבא ער האט דאך געבראכט דעם גאנצן ענין.
ב)
פון רש״י׳ס לשון " אלו חמור ואנשי שכם״ 2
איז משמע,
אז ווען ער וואלט דעם פירוש ניט געזאגט,
וואלט מען אליין ניט געוואוסט
(אדער מען וואלט געלערנט אן אנדער פירוש)
וועמען דער "
(הרגו)
איש" מיינט — און דערפאר דארף רש״י אויסטייטשן אלו ,
דאס זיינען "חמור ואנשי שכם".
אבער לכאורה געפינט מען ניט אז די תורה זאל ערגעץ דערציילן אז שמעון ולוי זאלן האבן ווען עס איז עמעצן גע׳הרג׳עט,
אויסער די "אנשי שכם״ — ובמילא וואלט מען דאך לכאורה פארשטאנען,
אויך אן פירוש רש״י,
אז מיט "
(כי באפם)
הרגו איש" מיינט תורה די אנשי שכם 3 .
וואס איז דא דער אויפטו פון רש״י אז "אלו חמור ואנשי שכם״ 4 ?
ג)
ס׳איז זעלבסטפארשטענדלעך,
אז אין דעם כלל פון "אנשי שכם" איז דאך איינגעשלאסן אויך ״חמור״ — פארוואס נעמט אים רש״י ארויס פונעם כלל און דערמאנט אים באזונדער?
מען קען ניט זאגן אז דערפאר טוט עס רש״י ווייל אויך דער פסוק,
דערציילנדיק ווי שמעון ולוי האבן אויסגע׳הרג׳עט אלע אנשי שכם
(ויהרגו כל זכר 5 ),
דערמאנט אים באזונדער: "ואת חמור ואת שכם בנו הרגו לפי חרב״ 6
— ווארום אויב דאס איז צוליב דעם,
ווערט נאך שטארקער די ערשטע קושיא — אז רש״י דארף דערמאנען אויך "שכם"?
ד)
שוין פריער 7 ,
אויפן לשון הפסוק "ויהי לי שור וחמור",
זאגט רש״י : "דרך ארץ לומר על הרבה שוורים שור".
ומובן,
אז אן ענלעכן הסבר קען מען לכאורה זאגן אויך אין אונזער פסוק: אז דער ווארט "איש" מיינט טאקע די מערערע אנשים פון שכם און זיי קומען בלשון יחיד ווייל ס׳איז "על שם המין " 8 ?
איז קשה לפ״ז פון וואנעט לערנט רש״י אפ דעם חידוש 9
— אז "אינן חשובין כולם אלא כאיש אחד״?
ה)
צוליב זיין פירוש "אלו חמור ואנשי שכם ואינן כו׳ אלא כאיש אחד" וואלט געווען גענוג אז רש״י זאל מעתיק זיין פון פסוק בלויז דעם ווארט ״איש״,
אדער לכל היותר — "הרגו איש".
פארוואס ברענגט ער אראפ דערביי אויך די ווערטער "כי באפם" 10 ?
ב.
דערנאך איז רש״י ממשיך אין זיין פירוש: "וכן הוא אומר בגדעון 11
והכית את מדין כאיש אחד וכן במצרים 12
סוס ורוכבו רמה בים".
דאס וואס רש״י מיינט צו זאגן מיט די צוויי ראיות; און דאס וואס ער איז מקדים די ראי׳ פון א פסוק אין נביאים
("והכית גו׳ כאיש אחד")
פריער פארן פסוק אין חומש
("סוס ורוכבו רמה בים״)
— איז פארשטאנדיק אין פשטות:
ביי מענטשן — אפילו גרויסע גבורים — וואס זייער כח איז א באגרענעצטער,
מוז 13
לכאורה זיין אן אונטערשייד צווישן דער גבורה וואס זיי ווענדן אן ביים קעמפן קעגן א רבים וביותר — קעגן א גאנצער שטאט,
און דער גבורה וואס זיי באנוצן קעגן בלויז איין מענטשן" 14 .
און דעריבער ווען רש״י איז מחדש "ואינן חשובין כולם אלא כאיש אחד",
וואס דאס מיינט אז לגבי שמעון ולוי האט
(דאס אויס׳הרג׳ענען)
גאנץ שכם באטראפן ניט עפעס מער ווי
(ווען זיי טוען דאס צו)
איין מענטש 15
(ד.
ה.
אז דער פארגלייך פון גאנץ שכם "כאיש אחד" ווערט געמיינט — ווי דער באטרעף פון זייער
(שמעון ולוי גופא)
הרג׳ענען איין מענטש; און ניט אז גאנץ שכם לגבי שמעון ולוי האט באטראפן אזוי ווי "איש אחד" לגבי סתם מענטשן,
שוואכערע פון שמעון ולוי,
ביי שמעון ולוי אבער איז "איש אחד" געווען לייכטער און אנדערש ווי גאנץ שכם — ווארום 16
פון לשון הפסוק " הרגו איש " איז משמע,
אז זיי האבן דא גע׳הרג׳עט
[אלעמען ווי]
איין מענטש),
מוז ער צום אלעם ערשטן ברענגען א ראי׳ אז ס׳איז בכלל שייך א מציאות פון אזא גבורה ביי מענטשן 17
: "וכן הוא אומר בגדעון והכית את מדין כאיש אחד״,
וואס אויך ביי גדעון'ען 18
געפינט מען אז גאנץ מדין האט ביי אים באטראפן ווי איין מענטש.
און נאכדעם ווי רש״י ברענגט א ראי׳ צום עצם ענין,
אז מ׳געפינט אזא פאל פון "ואינן חשובין כולם אלא כאיש אחד",
פאדערט זיך ערשט א ראי׳ צום לשון הכתוב — אז רבים ווערן גערופן בלשון יחיד אויב זיי באטרעפן אזוי — פון "סוס ורוכבו רמה בים",
לשון יחיד,
דערפאר 19
וואס אלע סוסים און רוכבים פון מצרים זיינען "חשובים" בלויז ווי איין סוס ורוכבו 20 .
מען דארף אבער פארשטיין:
א)
פארוואס ברענגט רש״י די צווייטע ראי׳ פון "סוס ורוכבו רמה בים",
און ניט פון דעם פריערדיקן פסוק "ויבאו אחריהם כל סוס פרעה" 21
וואו רש״י אליין זאגט דעם זעלבן הסבר: "וכי סוס אחד הי׳ אלא מגיד שאין כולם חשובין לפני המקום אלא כסוס אחד״ 22 ?
ב)
צוליב וואס איז רש״י מדגיש "וכן במצרים כו׳": וואס איז די נפקא־מינה,
בנוגע דער הוכחה וואס רש״י ברענגט פון "סוס ורוכבו גו׳",
צי דער פסוק רעדט וועגן מצרים 23
אדער וועגן עמעצן אנדערש?
ג)
אט די הוכחה
(אז רבים החשובים כאחד ווערן גערופן בלשון יחיד)
איז דאך לכאורה בלויז פון די ווערטער "סוס ורוכבו",
און פארוואס ברענגט רש״י אראפ אויך די ווערטער "רמה בים״?
ג.
נאכדעם ווי רש״י פארענדיקט דעם פירוש "ואינן חשובין כו׳",
איז ער מוסיף: "זהו מדרשו ופשוטו כו'" — אז דער פירוש הנ״ל
(אז דערפאר שטייט "איש" בלשון יחיד ווייל "אינן חשובין כולם אלא כאיש אחד")
איז " מדרשו ",
אבער לפי פשוטו איז דערויף פאראן אן אנדער טעם
(כדלקמן סעיף ד׳).
איז ניט מובן: פארוואס שטעלט רש״י דא "מדרשו" פאר "פשוטו",
אין דער צייט ווען דער עיקר פון זיין פירוש על התורה איז " פשוטו של מקרא״ 24 ?
ד.
דער טעם לויט פשוטו ,
פארוואס דא שטייט "איש" בלשון יחיד,
זאגט רש״י ווייטער: "אנשים הרבה קורא איש כל אחד לעצמו באפם הרגו כל איש שכעסו עליו.
וכן וילמד 25
לטרף טרף אדם אכל".
וואס דער מיין פון דעם פירוש
("פשוטו")
איז,
אז די "אנשים הרבה" ווערן גערופן אין פסוק "איש" בלשון יחיד,
ווייל דאס באציט זיך
(ניט אויף זיי אלעמען צוזאמען ,
נאר)
אויף "כל אחד לעצמו",
אויף יעדן איינצלנעם פון זיי באזונדער.
און דער טעם וואס דער פסוק רעדט וועגן "כל אחד לעצמו" און איז ניט כולל אלעמען צוזאמען
(וואס דערפאר זאגט ער "איש" און ניט "אנשים"),
איז בכדי צו לאזן הערן,
אז "באפם הרגו כל איש שכעסו עליו": ס׳איז ניט געווען,
כרגיל,
אז זייער צארן האט זיך אויסגעלאזט ביים הרג׳ענען דעם עיקר,
דער רוב פון אנשי שכם און די איבעריקע מענטשן האבן זיי גע׳הרג׳עט שוין אן א כעס אויף זיי
(נאר עס איז געקומען ווי א המשך פון דעם רוב),
נאר דער "באפם" באציט זיך צו יעדערן באזונדער: כל אחד ,
אפילו דעם לעצטן איז " באפם הרגו".
און אויף דעם גיט רש״י א דוגמא פון "וילמד לטרף טרף אדם אכל",
וואס אויך דער ווארט "אדם"
(ל׳ יחיד)
אין יענעם פסוק קומט דערפאר וואס ביי יעדער אדם וואס דער כפיר פארצוקט איז דא א באזונדער "פעולה".
דארף מען פארשטיין:
א)
ס׳איז דאך לכאורה א דבר פשוט,
אז דער "באפם" באציט זיך אויף יעדן איש פון די אנשי שכם — ווארום אויב ניט,
וואלטן זיי דאך ניט גע׳הרג׳עט סתם מענטשן אויף וועמען זיי זיינען ניט אין כעס — היינט צוליב וואס דארף דאס דער פסוק באווארענען דורך זאגן ״איש״ — לשון יחיד?
ב)
ווי א ראי׳ צו רש״י׳ס פירוש
("אנשים הרבה קורא איש כל אחד לעצמו כו׳")
וואלטן לכאורה גענוג געווען בלויז די ווערטער "אדם אכל".
פארוואס איז ער מעתיק אויך די ווערטער "וילמד לטרף טרף"?
ה.
איז דער ביאור בכל הנ״ל:
אויפן פסוק 26
"כי נבלה עשה בישראל גו׳ וכן לא יעשה"
(בשייכות צו מעשה שכם)
זאגט רש״י "שהאומות גדרו עצמן מן העריות כו'".
פון דעם איז מובן,
אז די פעלקער
("יושב הארץ״ 27 )
האבן ניט געקענט האבן קיין תביעה צו שמעון ולוי,
פארוואס זיי האבן גע׳הרג׳עט שכם,
וויבאלד אז ער האט עובר געווען אויף דעם וואס " האומות גדרו עצמן" 28 .
און דאס וואס יעקב האט גע׳טענה׳ט צו שמעון ולוי "עכרתם אותי להבאישני ביושב הארץ גו'",
איז עס געווען אויף דעם וואס "ויהרגו כל זכר ואת חמור".
[און הגם אז אויך זיי האבן אויף זיך געהאט א חיוב מיתה 29
— ווארום לולא זאת וואלטן שמעון ולוי זיי זיכער ניט גע׳הרג׳עט
(ובפרט אז אלע זיינען דאן געווען מצווה אויף שפיכת דמים 30 )
— פונדעסטוועגן איז מובן אז בנוגע זיי,
חמור און אנשי שכם,
איז פארט געווען אן ארט פארן "יושב הארץ" צו האבן א טענה און מאנען].
דערפון וועט אויך ווערן פארשטאנדיק בנוגע אונזער פסוק "כי באפם הרגו איש",
אז דערמיט האט זיי יעקב אבינו ניט אויסגערעדט פארוואס זיי האבן גע׳הרג׳עט שכם׳ען,
ווייל
(א)
אויף דעם האט ער צו זיי קיין טענה ניט געקענט האבן,
כנ״ל;
(ב)
זייער הרג׳ענען שכם איז ניט געווען קיין תוצאה פון "באפם",
נאר מחמת א חיוב גמור.
און דערמיט איז פארשטאנדיק דער אויפטו פון רש״י מיט זיין פירוש " אלו חמור ואנשי שכם": דורך דעם וואס ער דערמאנט חמור באזונדער,
הגם אז ער איז דאך איינער פון די אנשי שכם,
און דאך איז ער משמיט שכם,
מאכט ער קלאר אז מיט "
(באפם הרגו)
איש" ווערט געמיינט נאר חמור און די אנשי שכם און ניט שכם גופא
(וואס מ׳וואלט עס ניט געוואוסט ווען רש״י זאגט גארניט אויף דעם,
אדער ווען ער זאגט "אלו אנשי שכם" סתם).
ו.
אבער לויט דעם קען נאך ווערן שווער,
פארוואס שטייט "איש" לשון יחיד: אויב מ׳וואלט געלערנט אז מיט "באפם הרגו איש" ווערן געמיינט אלע מענטשן וואס זיי האבן דאן גע׳הרג׳עט
(אויך שכם בן חמור),
וואלט מען דעמאלט געקענט זאגן אז דער לשון "איש"
(ל׳ יחיד)
ווערט געזאגט ״על שם המין״ — דעם גאנצן מין פון "איש" אין שכם "הרגו באפם"; אבער וויבאלד אז ניט דער גאנצער מין פון "איש" איז דארט אומגעקומען מצד "אפם",
קען מען דאך שוין במילא ניט אננעמען אז דער לשון "איש" קומט על שם המין?
דערפון לערנט רש״י אפ דעם טעם וחידוש: "ואינן חשובין כולם אלא כאיש אחד",
אז דער לשון יחיד פון "איש" שטייט דא דערפאר וואס די אלע מענטשן,
וואס שמעון ולוי האבן גע׳הרג׳עט "באפם",
האבן ביי זיי באטראפן בלויז "כאיש אחד".
ז.
אבער אויף דעם קען מען דאך פרעגן: יעקב מיט זיינע רייד "כי באפם הרגו איש" איז דאך ניט אויסן געווען ארויסצוברענגען די מעלה פון שמעון ולוי,
נאר אדרבה ,
צו מוכיח זיין זיי — היינט ווי שטימט עס אז מיטן לשון פון די מוסר־רייד זאל ער גאר מיינען דעם שבח וואס "אינן חשובין כולם אלא כאיש אחד" 31 ?
פארענטפערט דאס רש״י אליין מיט דעם וואס ער איז ממשיך ווייטער "וכן במצרים סוס ורוכבו רמה בים": בנוגע צו "ה׳ נלחם להם במצרים" 32
(וואס איז געווען פאר "וישב הים גו׳ לאיתנו" 33 ),
וויבאלד אז דאמאלס האט דער אויבערשטער געפירט כביכול אין דער דוגמא ווי א
(מענטש האט)
מלחמה
(ניט ווי "וה׳ הכה כל בכור" 34
וכיו״ב),
איז פאראן א נתינת מקום פאר א ס״ד,
אז דא קען זיין עפעס א חילוק צווישן דער מלחמה מיט א ריבוי,
און דער מלחמה מיט איינעם — און דעריבער איז דער פסוק 21
" מגיד שאין כולם חשובין לפני המקום אלא כסוס אחד";
אנדערש איז אבער ביים פאל פון "סוס ורוכבו רמה בים" 12 ,
וואס איז געקומען דורך דעם וואס "וישב ה׳ עליהם את מי הים" 35
(בעת די מצריים זיינען שוין אריין אין ים)
— דארט איז מלכתחלה ניטא קיין שום ארט מאכן א חילוק צווישן א רבים און א יחיד: ס׳איז דאך פשוט,
אז דורך "וישב הים לאיתנו" זיינען זיי אלע,
ממש פונקט ווי עס וואלט געווען איינער,
געווארן ״ארײנגעװארפן״,
איינגעשלונגען אין ים.
קומט דאך במילא אויס,
אז אין דעם,
וואס די אלע סוסים ורוכבים האבן באטראפן ווי בלויז איין סוס ורכב,
איז ניטא קיין חידוש און רבותא 36
— און פונדעסטוועגן שטעלט זיי דער פסוק בלשון יחיד נאר דערפאר וואס בפועל זיינען זיי
(חשובים כ)
אחד,
און אף ״אחד״ — מוז דאך שטייען לשון יחיד.
און וויבאלד אזוי,
איז פארשטאנדיק אז אויך אין אונזער פסוק מוז שטייען "הרגו איש" בל׳ יחיד,
דערפאר וואס בפועל זיינען אלע געווען חשובין בלויז כאיש אחד — ניט מיינענדיק דערמיט וועלכן עס איז אויפטו
(ומעלה — אויף שמעון ולוי)
אין די דברי מוסר פון יעקב.
און דערפאר ברענגט רש״י אויך די ווערטער "רמה בים",
און באגנוגנט זיך ניט בלויז מיט "סוס ורוכבו" — ווייל פון "רמה בים" איז,
כנ״ל,
די ראי׳ אז רבים החשובין כאחד ווערן גערופן בלשון יחיד אויך דאן ווען דאס איז ניט נוגע אלס א הדגשה און רבותא אין תוכן פון דעם ענין.
ח.
נאך א טעם וואס רש״י ברענגט די ווערטער "רמה בים":
לכאורה וואלט מען געקענט זאגן,
היות ווי דער מלך איז דער עיקר און דער וואס באשטימט דעם מהלך פון דער מלחמה,
דעריבער זאגט דער פסוק "סוס ורוכבו" לשון יחיד,
מיינענדיק דערמיט בלויז פרעה מלך מצרים —
דעריבער איז רש״י מעתיק אויך די ווערטער "רמה בים": ס׳איז דא ניט נוגע צו ארויסהויבן דעם מלך באזונדער,
וויבאלד דא רעדט זיך שוין ניט וועגן גאנג פון דער מלחמה
(כנ״ל סעיף ז׳),
נאר וועגן דעם פרט פון "רמה בים" וואס איז געווען: א)
ניט בדרך מלחמה,
נאר דורך "וישב ה׳ עליהם את מי הים״ — איז דער מלך גלייך צו אלעמען.
ב)
נאך דער מפלה פון ה׳ נלחם לכם.
ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס רש״י זאגט "וכן במצרים סוס ורוכבו רמה בים״ — בכדי צו מדגיש זיין אז דער פסוק ״סוס ורוכבו"
(לשון יחיד)
רעדט וועגן אלע מצריים און ניט בלויז וועגן פרעה׳ן.
ט.
ווי גערעדט פריער
(סעיף ב׳),
איז ע״פ טבע אוממעגלעך צו זאגן,
אז א גאנצע שטאט מיט מענטשן זאלן זיין ״חשובין״ בלויז כאיש אחד.
טענה׳ט במילא דער "בן חמש
(למקרא)
": אמת,
מ׳קען פארשטיין ווי אזוי ס׳איז מעגלעך די עצם זאך,
אז חמור ואנשי שכם זיינען ביי שמעון ולוי געווען כאיש אחד,
מצד דעם וואס זיי האבן דאס געטאן ניט מיט זייער נאטירלעכן כח,
נאר "בכחו של זקן" און ס׳איז טאקע געווען אין אן אופן פון למעלה מהטבע 37
— אבער בכדי צו איינלערנען אין פשטות אזא אויפטו פאדערט זיך א מקור,
א משמעות אין תורה,
אז ס׳איז געווען אזוי: און ס׳איז ניט גענוג יסוד צו אויפטאן דעם חידוש נאר מחמת דעם אליין וואס אין פסוק שטייט "איש" לשון יחיד.
דעריבער זאגט רש״י "זהו מדרשו",
אז דער פירוש איז ניט אינגאנצן אין דרך הפשט,
נאר ער איז גענומען פון "מדרש אגדה" 38 .
מאנט אבער ווידער דער "בן חמש למקרא״: דער פסוק איז דאך גלאטער אז ער האט א פירוש אויך לויטן דרך הפשט?
ענטפערט אויף דעם רש״י און איז ממשיך: " ופשוטו כו'",
אז אויך ע״פ פשט איז דא א הסבר פארוואס עס שטייט איש ל׳ יחיד,
ווייל דער ווארט "איש" מיינט "כל אחד
(פון אלע אנשי שכם)
לעצמו"; אז יעדער מענטש באזונדער איז "באפם הרגו",
מיטן זעלבן צארן; ד.
ה.
אזוי שטארק איז געווען זייער פארדרוס,
פון דעם וואס "נבלה עשה בישראל" 26 ,
אז אויך נאכן הרג׳ענען דעם רוב פון אנשי שכם האט זיך זייער ״אף״ לחלוטין ניט איינגעשטילט,
און דער פולער צארן,
מיטן זעלבן תוקף,
האט אנגעהאלטן ביז דעם לעצטן מענטשן פון אנשי שכם.
און אויף דעם ברענגט רש״י א דוגמא פון ״וילמד לטרף טרף אדם אכל״: ווען עס האנדלט זיך אין סתם אן איינצלנעם פאל,
וואס א הונגעריקע חי׳ פארצוקט אן אדם און שטילט איר הונגער,
איז ניטא קיין מוז — אז ביים צווייטן מאל טורף זיין א מענטשן זאל ביי איר זיין די זעלבע צעקאכטקייט; בעת אבער " וילמד לטרף טרף",
אז זי איז ״איינגעלערנט״,
אײנגעוויינט אין פארצוקן מענטשן,
דאן איז זי טורף יעדער מענטשן
(באזונדער)
אויפן זעלבן אופן.
י.
אבער אויך דער פירוש איז זייער שווער.
ווייל:
א)
עס לייגט זיך ניט אויפן שכל צו זאגן,
אז די בני יעקב — וואס ״כולן צדיקים״ 39
— זאלן זיין באהערשט פון אזא שטארקן כעס
(אפילו אויב דער כעס איז געקומען פון קדושה,
צוליב דעם וואס "נבלה עשה בישראל")
וואס האט זיי ניט אפגעלאזט ביזן הרג׳ענען דעם לעצטן איש פון שכם.
ב)
מיטן ווארט "איש" ווערט דאך געמיינט אויך חמור,
פונקט ווי יעדער אנדערער פון די אנשי שכם
(כנ״ל ס״ה)
— און וויבאלד אז "באפם הרגו כל איש שכעסו עליו"
(אלעמען מיטן זעלבן כעס)
קומט דאך במילא אויס,
אז הריגת חמור איז געווען מיט ניט קיין גרעסערן כעס ווי אלע אנדערע אנשי שכם —
אבער פשטות השכל איז מחייב אנצונעמען,
אז זייער כעס אויף חמור אבי שכם,
צוליב זיין גרעסערע שולד אין דער מעשה,
האט געדארפט זיין פיל שטארקער ווי אויף די אנדערע אנשי שכם; און אויך פון דעם וואס דער פסוק אין פ׳ וישלח 6
איז מפרט באזונדער ״ואת חמור גו׳ הרגו״
(נאכדעם ווי ער זאגט "ויהרגו כל זכר"),
איז מוכח,
אז ביים הרג׳ענען חמור איז געווען דער ״הרגו״ מיט אן אנדערשקייט 40 .
און מצד די שוועריקייטן באנוגנט זיך ניט רש״י מיטן פירוש פון "פשוטו" און דארף אנקומען צום פי׳ פון "מדרשו": אז דאס וואס עס שטייט "איש" לשון יחיד,
איז ווייל "אינן נחשבין כולן אלא כאיש אחד".
און נאכמער: היות אז לויט "פשוטו" — "באפם הרגו כל איש שכעסו עליו" — זיינען די שוועריקייטן אינעם פשט גופא כנ״ל,
משא״כ לויטן פי׳ "אינן נחשבין כו׳" בלייבט שווער
(בעיקר)
בלויז דאס וואס ער איז "מדרשו",
דאס וואס פון פשטות הכתובים איז ניטא קיין אפענע משמעות אז אלע אנשי שכם זיינען געווען כאיש אחד — דעריבער שטעלט רש״י פריער,
און ווי אן עיקר,
דעם פי׳ פון "מדרשו" 41 .
יא.
שוין גערעדט מערערע מאל 42 ,
אז דארט וואו רש״י ברענגט צוויי פירושים און ביידע האבן שוועריקייטן פון זעלבן סוג,
ברענגט ער דאן אויך א דריטן פירוש,
וואו עס זיינען ניטא אט די קשיות וואס ביי די צוויי פריערדיקע — הגם אז מאידך גיסא,
איז ער פיל שווערער ווי זיי מצד אן אנדער פרט.
ובנוגע לעניננו: וויבאלד אז די שוועריקייט אין די צוויי פירושים איז פון זעלבן סוג — וואס דער מיין פון ״הרגו איש״
(ל׳ יחיד)
— סיי לויטן פירוש "ואינן חשובין כולן אלא כאיש אחד",
סיי לויטן פירוש "כל אחד לעצמו באפם הרגו״ — איז ניט מתאים מיט דעם וואס דער שכל און דער חוש איז מחייב
— וואלט לכאורה געווען אן ארט צו איינלערנען אין "באפם הרגו איש" א דריטן פירוש 43
: אז ס׳איז געווען א פאל ווען שמעון ולוי האבן גע׳הרג׳עט סתם א מענטשן,
ווי די אומנות פון עשו 44
וואס "חמסתם אותה הימנו"
(ווי רש״י ערקלערט בפסוק שלפניו)
— חאטש דאס ווערט אין ערגעץ ניט דערציילט,
און אויף דעם האט זיי יעקב מוכיח געווען.
און הגם אז ס׳איז ניט גלאטיק צו זאגן,
אז תורה זאל דערציילן אז יעקב האט זיי מוכיח געווען פאר א מעשה,
בעת די תורה דערמאנט אין ערגעץ ניט אז דאס האט פאסירט — האט דאך אבער דער פירוש אין זיך א מעלה וואס דוקא לויט אים איז גלאטיק דער ווארט "איש" לשון יחיד.
ובפרט אז מיר געפינען עד״ז
(און מיטן זעלבן לשון)
ביי למך,
וואס האט געזאגט "כי איש הרגתי" 45
און תורה
(שבכתב)
דערמאנט ניט די פאסירונג.
און דעם טעם דערויף,
וואס רש״י איז שולל לגמרי דעם פירוש — ביז צו ניט ברענגען אים אפילו אלס דריטן פירוש — דייטעט ער אן דורכן מעתיק זיין פארן פירוש אויך דעם ווארט "כי
(באפם הרגו איש)
",
וואס לכאו׳ איז ער איבעריק:
דער לשון " כי באפם הרגו איש" מאכט קלאר,
אז דער "באפם הרגו איש"
(איז ניט קיין אנפאנג פון א נייעם ענין,
נאר ער)
קומט בהמשך און ״כי״ — אלס טעם צו "בסודם אל תבא נפשי בקהלם אל תחד כבודי".
און וויבאלד אזוי,
קען מען שוין ניט לערנען אז מיט "באפם הרגו איש" ווערט געמיינט אן אנדער ענין
(וואס זיי האבן סתם גע׳הרג׳עט איין מענטשן),
ווארום דאן וואלט זיך געשטעלט די שאלה 46
: ווי קומט עס אז אלס טעם אויף "בסודם אל תבא נפשי גו׳" האט יעקב דערמאנט
(בלויז)
דעם פאל פון זייער הרג׳ענען איין מענטשן,
ניט דערמאנענדיק דעם פיל הארבערן פאל פון זייער אויס׳הרג׳ענען א גאנצע שטאט — שכם 47 ?
און דערפון וואס תורה זאגט דעם לשון " כי באפם הרגו איש",
איז רש״י מכריח אז "אלו חמור ואנשי שכם" 48 .
יב.
פון דעם וואס לשון הכתוב לאזט אן ארט פאר א ס״ד 49
— וואס אויך א ס״ד פון תורה איז דאך תורה מלשון הוראה — אז שמעון ולוי האבן אמאל גע׳הרג׳עט נאך א מענטשן,
קען מען ארויסלערנען דערפון א הוראה פאר יעדן איינעם:
בעת איינער ברענגט שאדן צו א צווייטן ח״ו,
אפילו ווען דאס נעמט זיך ביי אים פון קדושה־געפילן
(אז ער איז אויפגערודערט געווארן צוליב א סיבה ווי "הכזונה יעשה את אחותינו״)
— קען דורך דעם ביי אים אנטוויקלט ווערן די מדה פון טאן שאדן 50 ,
ביז עס קען זיין א קס״ד און א חשש אז ער זאל דאס זעלבע טאן צו נאך און נאך מענטשן 51 .
ומרובה מדה טובה כו׳: בעת איינער טוט גוטס מיט א מענטשן,
אפילו ווען אין אנהויב טוט ער דאס
(בגלוי 52 )
מיט פניות,
ווערט ביי אים דורכדעם אלץ מער איינגעקארבט און נקנה די מדת הטוב שבנפשו,
ביז ער איז משפיע צו אלעמען בלויז טוב.
ובמדה שאדם מודד בה מודדין לו 53
— אז אויך צו אים איז מען משפיע מלמעלה אך טוב וחסד,
בכל המצטרך לו,
בבני חיי ומזוני,
ובכולם — רויחי.
(משיחות ש"פ ויחי,
וארא תשכ״ז)