א.
צווישן די ענינים וואָס תורה דערציילט וועגן יוסף און זיינע ברידער
[וואָס דער טעם אויף דער תורה׳ס דערציילן "כל הני מילי" איז ווייל "לית לך מלה באורייתא דלאו אית בה רזין עילאין וקדישין וארחין לבני נשא לאתתקפא בהו" 1 ],
ווערט אויך דערציילט אַז יוסף האָט געשפּייזט די ברידער מיט זייערע בני־בית – "ויכלכל יוסף גו׳ את אחיו גו׳ לחם לפי הטף" 2 .
און אָט דער ענין וואָס יוסף האָט זיי געשפּייזט איז אַזוי וויכטיק,
ביז אַז אידן בכלל ווערן אָנגערופן אויף שטענדיק מיטן נאָמען "יוסף",
ווי מפרשים טייטשן עס אין פּסוק 3
"נוהג כצאן יוסף".
דאַרף מען פאַרשטיין: ווען תורה רופט אימעצן אָן מיט אַ געוויסן נאָמען,
איז עס מצד דעם וואָס יענער נאָמען דריקט אויס דעם תוכן פון דעם גערופענעם מיטן באַטרעפנדן נאָמען 4 .
ד.
ה.
אַז יענער נאָמען ווייזט און שטעלט פאָר
[ניט בלויז געוויסע מאורעות וואָס האָבן פּאַסירט מיטן בעל השם,
נאָר אויך]
זיין תוכן אמתי.
איז ניט מובן: הלמאי זאָלן אידן אָנגערופן ווערן
(און שטענדיק)
מיטן נאָמען "יוסף" דערפאַר וואָס יוסף האָט זיי געשפּייזט אין מצרים בשני הרעב,
בעת אַז אָט־די פּאַסירונג איז לכאורה בלויז אַ זייטיקער ענין וואָס איז ניט פאַרבונדן מיטן מהות פון אידן.
ובפרט,
אַז אָט־דער מאורע איז געשען מיט פיל יאָרן צוריק און בלויז במשך פון אַ גאָר קורצע צייט?
אַפילו אויב מען זאָל געפינען אַ הסברה,
אַז דער "ויכלכל גו׳" וואָס יוסף האָט מפרנס געווען די שבטים בשני הרעב,
איז יע פאַרבונדן מיטן תוכן אמתי פון אידן און – בכל הזמנים 5 ,
איז נאָך אַלץ ניט מובן:
אָט דאָס וואָס אַ נאָמען באַווייזט אויפן תוכן פון דער זאַך וואָס ווערט גערופן מיטן נאָמען,
מיינט דאָך,
אַז דער תוכן ווערט אויסגעדריקט
[ניט אין ענינים וואָס קומען אַרויס פונעם תוכן וואָס דער נאָמען טראָגט אין זיך,
נאָר]
אין דעם נאָמען גופא מיט וועלכן די זאַך ווערט גערופן;
אָבער בנוגע דעם שם "יוסף" איז לכאורה ניט שייך אַזוי צו זאָגן: יוסף איז דאָך געווען בלויז דער וואָס האָט מפרנס געווען די אידן,
אָבער ניט אַז ער גופא איז געווען זייער פּרנסה.
במילא – אַפילו אויב מען וועט אָננעמען אַז אָט־די פּרנסה איז פאַרבונדן מיטן מהות פון אידן – פּאַסט נאָך אַלץ ניט צו אָנרופן אידן מיטן נאָמען יוסף,
בשעת אַז זייער פּרנסה איז
[בלויז געקומען פון יוסף׳ן אָבער זי איז]
ניט יוסף?
ב.
וועט מען עס פאַרשטיין,
בהקדים דעם פּירוש הפּנימי אין "נצחיות התורה",
אַז דאָס באַשטייט ניט נאָר אין דעם וואָס די מצות התורה
(וועלכע דער אויבערשטער האָט געגעבן ביי מ״ת)
זיינען ציוויים בזמנם אויף מקיים זיין זיי שטענדיק "לעולם ולעולמי עולמים" און אַז אין זיי וועט קיינמאָל ניט זיין קיין שינוי גרעון און תוספות 6 ,
נאָר אויך – אַז די ציוויים גופא זיינען שטענדיק פאַראַן 7 .
וואָס דאָס איז דער פּירוש פון "ודבר אלקינו יקום לעולם״ 8
און "ודבריו חיים וקיימים לעד" 9 ,
אַז די רייד פון אויבערשטן
(וואָס שטייען אין תורה 10 )
זיינען זיי גופא "לעולם" און "לעד" 11 .
און דאָס גופא איז דער טעם הפּנימי וואָס די מצות התורה וועלן קיין מאָל ניט געביטן ווערן ח״ו: וויבאַלד אַז "ודבר אלקינו יקום לעולם ודבריו חיים וקיימים לעד",
איז דאָך במילא "לא יחליף 12
ולא ימיר דתו לעולמים" 13 .
ג.
פּונקט ווי דאָס איז בנוגע די מצות התורה,
אַזוי איז עס אויך בנוגע די סיפּורים פון תורה,
אַז זייער נצחיות באַשטייט ניט בלויז אין דעם וואָס זיי אַנטהאַלטן אין זיך הוראות וואָס יעדער איד,
בכל דור ודור,
קען און דאַרף אָפּלערנען פון זיי,
נאָר
(אויך)
לאידך גיסא: אָט דאָס וואָס די סיפּורים אַנטהאַלטן אין זיך שטענדיקע הוראות,
אין עס מצד דעם וואָס זיי,
די סיפּורים גופא – ווי זיי זיינען ברוחניות הענינים 14 ,
זיינען דאָ שטענדיק.
און אַזוי איז עס אויך בנוגע דעם סיפּור הנ״ל,
״ויכלכל יוסף גו׳ את אחיו גו׳": אָט דאָס וואָס בכל דור ודור דאַרף יעדער איד זיך אָפּלערנען פון אים געוויסע הוראות
– כולל,
כמובן,
די הוראה
(עיקרית 15 )
וואָס דער אַלטער רבי ברענגט אין תניא 15
* פון זהר,
אַז כשם ווי יוסף האָט געטאָן גוטס מיט זיינע ברידער טראָץ דעם אַלעם וואָס זיי האָבן געטאָן צו אים 16 ,
אַזוי דאַרף יעדער איינער זיך פירן מיט די וואָס באַגייען אַנטקעגן אים אַן עולה,
אַז ניט נאָר זאָל ער זיי ניט אָפּצאָלן כפעלם ח״ו,
נאָר אַדרבה ״לגמול לחייבים טובות״ –
איז עס מצד דעם וואָס דער "ויכלכל יוסף גו׳״ – ווי עס איז ברוחניות הענינים,
קומט פאָר שטענדיק.
ד.
נאָך אַן ענין בנוגע צו די לימודים און הוראות פון תורה:
ווען מען לערנט אָפּ אַ דין צי אַ הוראה פון אַ געוויסן ענין בתורה – וויבאַלד אַז קיינע ענינים פון תורה זיינען ניט באקראי ח״ו נאָר ב
(תכלית ה)
דיוק – איז פון דעם וואָס תורה האָט אויסגעשטעלט אַז דעם דין אָדער די הוראה זאָל מען אָפּלערנען פון דעם ענין,
איז אַ ראי׳ אַז אָט דער ענין בתורה איז דער טעם אָדער מקור וואָס פון אים לערנט מען אָפּ דעם דין און הוראה.
ובנוגע לענינינו: פון דעם וואָס תורה האָט אויסגעשטעלט אַז די הוראה "לגמול לחייבים טובות" זאָל מען אָפּלערנען
(א)
פון יוסף׳ן,
און
(ב)
פון דעם וואָס ער האָט געשפּייזט זיינע ברידער בשני הרעב,
איז געדרונגען:
(א)
אַז דאָס וואָס יעדער איד קען זיך פירן אין דער הנהגה "לגמול לחייבים טובות",
באַקומט ער דעם כח דערויף פון יוסף׳ן.
ד.
ה.
אַז די הנהגה "לגמול לחייבים טובות" איז ענינו של יוסף 16
*,
און דאָס וואָס די הנהגה קען זיין ביי יעדער אידן קומט עס דערפון וואָס יוסף איז אין זיי משפּיע זיינעם אַן ענין 17 .
(ב)
אַז דער נתינת כח הנ״ל איז געקומען דורך דעם וואָס יוסף האָט געשפּייזט די אידן בשני הרעב: מיטן ״ויכלכל יוסף גו׳ את אחיו גו׳״ – האָט ער זיי געגעבן
(ניט בלויז דעם גשמיות׳דיקן מזון,
נאָר אויך)
דעם כח ומדה טובה 18 ,
אַז אויך זיי
(און זייערע קינדער וכו׳ בכל הדורות)
זאָלן קענען מכלכל זיין אידן אין דעם אופן ווי ער האָט עס געטאָן – לגמול לחייבים טובות.
ועפּ״ז וועט זיין פאַרשטאַנדיק וואָס אידן ווערן שטענדיק אָנגערופן מיטן נאָמען "יוסף" דערפאַר וואָס "הוא פּרנסם וכלכלם בשני הרעב״ – ווייל די מדה טובה "לגמול לחייבים טובות" איז אַן ענין עיקרי וואָס איז נוגע צום מהות פון אידן
(כדלקמן סעיף יג),
און היות אַז די מדה איז ענינו של יוסף
(וואָס ווערט נשפּע צו אַלע אידן,
דורך דעם שטענדיקן "ויכלכל יוסף גו׳ את אחיו")
דעריבער ווערן זיי אָנגערופן – יוסף.
ואע״פּ אַז פון דעם וואָס בעיקר ווערן אידן גערופן "ישראל" אָדער "יעקב",
איז מוכח אַז ענינם העיקרי איז פאַרבונדן דערמיט וואָס זיי זיינען מקבל ענינו של ישראל ויעקב 19
– זיינען דאָך אָבער פאַראַן כמה ענינים וועלכע קומען און דריקן אויס דעם מהות פון אידן,
און אין דעם פּסוק "נוהג כצאן יוסף" איז נוגע דער ענין וואָס זיי זיינען מקבל פון יוסף׳ן.
ה.
כל הנ״ל ביתר ביאור,
וועט מען פאַרשטיין בהקדים וואָס עס שטייט אין מדרש 20
אויפן פּסוק הנ״ל "נוהג כצאן יוסף",
אַז מיט די ווערטער מיינט דער פסוק
(ניט בלויז אַז דער אויבערשטער פירט
[אידן וואָס הייסן]
"יוסף",
נאָר)
אַז דער אויבערשטער זאָל מיט זיי,
די אידן,
זיך פירן ווי יוסף.
וז״ל המדרש: יוסף כנס משנות השבע לשנות הרעב,
אף אנו כנס לנו מחיי העולם הזה לחיי העוה״ב; מה יוסף כלכל כל אחד לפי מעשיו שנאמר ויכלכל יוסף את אביו 21 ,
אף אנו כלכלנו לפי מעשינו.
אמר ר׳ מנחם בשם ר׳ אבין מה יוסף גמלוהו אחיו רעה והוא גמלם טובה,
אף אנו גמלנוך רעה גמול אותנו טובות.
דאַרף מען אין דעם פאַרשטיין:
א)
בנוגע דעם מזון וואָס יוסף האָט צונויפגעזאַמלט בשנות השבע בכדי ער זאָל גאַנץ זיין בשנות הרעב,
איז פאַרשטאנדיק אַז עס האָט געדאַרפט זיין דער "ויקבוץ את כל אוכל שבע שנים גו' ויצבור גו' " 22 ,
ווייל ווען יוסף וואָלט די תבואה ניט צוזאַמענגעקליבן און זי ניט געהיט,
וואָלט זי פאַרלוירן געגאַנגען און מ׳וואָלט פון איר שפּעטער קיין נוצן ניט געהאַט; אָבער בנוגע צו מעשים־טובים וואָס אידן טוען בעוה״ז,
איז דאָך לכאורה ניט שייך אַז זיי זאָלן פאַרלוירן גיין.
היינט וואָס איז די בקשה "כנס לנו מחיי העוה״ז לחיי העוה״ב" – צוליב וואָס פאָדערט זיך דאָ אַ צונויפזאַמלונג?
ב)
עולם הזה און עולם הבא זיינען געגליכן צו אַ "פּרוזדור" און אַ "טרקלין" 23 .
היינט ווי קען מען פאַרגלייכן עוה״ז צו "שנות השבע" און עוה״ב צו ״שנות הרעב״ – אדרבה,
עוה״ז איז "דומה לפּרוזדור בפני העוה״ב״?
ג)
די גדלות פון יוסף אין "ויכלכל גו׳" איז דאָך באַשטאַנען
(ווי ר׳ מנחם זאָגט אין דעם מדרש גופא בשם ר׳ אבין)
אין דעם וואָס ער האָט מיט די ברידער גומל טוב געווען טראָץ דעם וואם "גמלוהו אחיו רעה",
הייסט עס דאָך,
אַז ער האָט זיך געפירט מיט זיי ניט לפי זייערע מעשים.
ווי־זשע זאָגט פריער דער מדרש "כלכל כל אחד לפי מעשיו"
(ניט "לפי צרכיו" וכיו״ב)?
ד)
ווען מען בעט דעם אויבערשטן ער זאל פאַרקוקן אויף אונזערע מעשים,
איז פאַרשטאַנדיק אַז אין אַזאַ הנהגה איז פאַראַן אַ חידוש.
אָבער אין "כלכלנו לפי מעשינו" איז דאָך לכאורה קיין חידוש ניטאָ: אויך מצד שורת הדין דאַרף מען זיך פירן מיט יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.
וואָס איז די בקשה מיוחדת "כלכלנו לפי מעשינו",
און צוליב וואָס דאַרף מען אָנקומען דערביי צו ״מה יוסף גו'״ 24 ?
ו.
שוין גערעדט פיל מאָל בנוגע צו מצות,
אַז זיי זיינען ניט קיין מיטל וואָס פירט צו אַן אַנדער ענין,
נאָר דער תכלית איז אין זיי גופא.
וואָרום דער רצון אויף מצות איז אין עצמות
(וכמאמר 25
"כל המצות מתייחסים אל העצמות"),
און בנוגע צו עצמות
(און זיין רצון)
– איז דאָך ניט שייך צו זאָגן וועלכן־עס־איז אַנדערן תכלית ח״ו אויסער אים אַליין;
וואָס דערמיט איז דער אַלטער רבי מבאר 26
דעם מאמר המשנה 27
"יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעוה״ז מכל חיי העוה״ב״ – כאָטש עוה״ב איז דער תשלום שכר אויף דער עבודה
(תשובה ומע״ט)
פון עוה״ז,
וואָס דער שכר מוז דאָך לכאורה זיין גרעסער ווי די עבודה,
און ווי ער זאָגט אין דער משנה גופא "יפה שעה אחת של קורת רוח בעוה״ב מכל חיי העוה״ז"
איז בנוגע צום מענטשן,
וויבאַלד אַז דער גילוי פון דעם תענוג
(צו אים)
וועט זיין אין עולם הבא דוקא,
דערפאַר זאָגט מען אַז לגבי אים איז "יפה שעה אחת של קורת רוח בעוה״ב מכל חיי העוה״ז"; ס׳איז דאָך אָבער פאַרשטאַנדיק,
אַז דער גילוי התענוג
(צום מענטשן)
– שכר מצוה,
האָט ניט קיין ערך צום עצם התענוג
(פון אויבערשטן)
– די עצם המצוה וואָס מען טוט בעוה״ז.
אין אַנדערע ווערטער 28
: דער שכר מצוה – עולם הבא,
איז דער עונג און נח״ר פון דעם נברא,
אָבער דער עונג און נח״ר פון דעם אויבערשטן כביכול,
איז – דער קיום המצות גופא.
און וויבאַלד אַז בין נברא לבורא איז אין ערוך,
פאַרשטייט מען אַז "כל חיי העוה״ב" וואו דער נח״ר איז פון נבראים,
האָט ניט קיין ערך צו "תשובה ומעשים טובים בעוה״ז" – דער נח״ר פון בורא.
ז.
עפּ״י הנ״ל דאַרף מען אָבער פאַרשטיין:
א)
וויבאַלד אַז עוה״ב איז בלויז דער נח״ר פון נברא,
וואָס איז כלל ניט בערך צו די מצות גופא – נח״ר לבורא,
קומט דאָך אויס לכאורה,
אַז דערמיט וואָס דער אויבערשטער גיט צו אידן עוה״ב,
ווערט ח״ו ניט אָפּגעצאָלט דער פולער שכר פאַר זייער קיום המצות!
ב)
פון דעם גופא וואָס עוה״ב קומט נאָך ובהמשך לעוה״ז,
איז משמע אַז די
(עניני עוה״ז ובתוכם די)
כוונה פון קיום המצות בעוה״ז ווערט נשלם ערשט אין עולם הבא
[און ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין תניא 31 ,
אַז "תכלית ושלימות בריאת 32
עוה״ז" וואָס "לכך נברא מתחילתו" איז "ימות המשיח 33
ובפרט כשיחיו המתים"].
אָבער ע״פּ הנ״ל
(ס״ו)
קומט גאָר אויס,
אַז דער תכלית המכוון טוט זיך גאָר אויף איצטער בעת׳ן קיום המצות,
און קבלת שכר בעוה״ב איז אַ זייטיקער ענין
[ווייל "אין הקב״ה מקפח שכר כל ברי' "],
וואָס איז ניט נוגע לכאורה צו דער עצם הכוונה?
ח.
איז דער ביאור אין דעם:
מצד דעם וואָס עצמות איז ניט מוגדר ח״ו אין די גדרים פון "העלם" און "גילוי",
קומען אַרויס צוויי ענינים:
א)
אַז דורכן קיום המצות בעוה״ז,
היות אַז דאָס איז דער רצון העצמות,
״נעמט״ מען אים – "עצמות".
ואע״פּ אַז די המשכת העצמות וואָס ווערט אויפגעטאָן איצט בעוה״ז איז בהעלם – וויבאַלד אָבער אַז ער איז ניט מוגדר ח״ו אין העלם וגילוי,
איז דאָך ניט שייך צו זאָגן אז אָט־דער העדר הגילוי זאָל זיין אַ גרעון ח״ו אין המשכת העצמות.
ואדרבה,
מטעם זה איז די המשכת העצמות דוקא אין עוה״ז: עוה״ב,
וואָס ענינו איז ״גילוי״ – זיינען "גילויים" קיין "כלים" ניט צו עצמות.
נאָר דוקא אין אַן אָרט וואו די המשכה איז בהעלם – אין עוה״ז,
איז דורך קיום המצות פאַראַן די המשכת העצמות 34 .
ב)
לאידך גיסא: וויבאַלד עצמות איז ניט מוגדר אין קיין שום הגדרות ח״ו,
קען מען דאָך ניט זאָגן אַז ער מוז שטיין דוקא בהעלם,
און ער קען אַוודאי קומען אויך בגילוי
(כאָטש גילויים זיינען ניט בערך צו עצמות).
ועפּ״ז איז פאַרשטאַנדיק ווי עוה״ב וועט זיין אַ "פולער" שכר אויף דעם קיום המצות בעוה״ז,
ווייל דאַן וועט צו אידן נתגלה ווערן
(ניט נאָר אַן ענין פון ״גילויים״ – נח״ר לנברא,
נאָר)
אויך דער נח״ר לבורא 35 ,
די המשכת העצמות וואָס מען טוט אויף איצטער.
און אָט דער גילוי איז נוגע
(ניט נאָר צום ענין וואָס "אין הקב״ה מקפח שכר כל ברי׳" כנ״ל,
נאָר אויך)
צו דעם רצון
(און המשכת העצמות)
פון מצות 36
:
דוקא דורך דעם וואָס בעוה״ב וועט זיין דער גילוי העצמות,
וועט זיך אויסדריקן די המשכת העצמות וואָס מען טוט אויף איצטער.
(וואָרום ווען די המשכה פון איצטער וואָלט געמוזט בלייבן בהעלם,
וואָלט דאָס גופא געווען אַ ראי׳ אז דאָס איז ניט
(המשכת ה)
עצמות 37 ,
היות אַז לגבי עצמות זיינען קיין שום גדרים ח״ו ניטאָ,
כנ״ל 38 ).
ט.
דער טעם להנ״ל,
אז בעוה״ב וועט צו אידן נתגלה ווערן אויך דער נח״ר לבורא
(וועלכער איז העכער ווי דער ענין פון עוה״ב מצד עצמו),
איז – ווייל אידן זיינען כביכול איין זאַך מיטן אויבערשטן,
כדלקמן:
אַלע נבראים זיינען בלויז אַן אמצעי,
אַ מיטל – צוליב דורכפירן די כוונה העליונה
(אָבער ניט אַז זיי אַליין זיינען די כוונה).
איז אויב אויך אידן וואָלטן אַזוי געווען,
איז דאַן,
כמובן,
ניט שייך אַז אין זיי זאָל נתגלה ווערן דער נח״ר לבורא וואָס איז באין ערוך העכער פון נבראים; דער אמת איז אָבער אַז "ישראל וקוב״ה כולא חד" 39 ,
קומט דאָך אויס,
אַז כאָטש "אני נבראתי לשמש את קוני",
זיינען אידן אָבער ניט קיין מיטל,
צוליב דער כוונה העליונה,
נאָר אין זיי גופא איז פאַראַן די כוונה 40 ,
[וואָס דעריבער האָבן אידן אַ חיות און אַ געשמאַק אויך אין די מצות פון "חוקים",
כאָטש אַז דער קיום פון חוקים איז מצד קבלת עול וואָס ענינו איז ביטול – איז ווי קען מען דאָס האָבן אַ לעבעדיקייט און געשמאַק אין דעם – נאָר ווייל אויך דער "אני נבראתי לשמש את קוני",
וואָס דריקט זיך אויס אין דעם ביטול פון קב״ע,
איז ניט קיין ענין וואָס איז מבטל די מציאות פון אידן.
אדרבה,
דאָס איז זייער אמת׳ע מציאות 41 ],
און דערפאַר וועלן זיי ״נעמען״ – און בגילוי – דעם נח״ר לבורא.
י.
דערמיט וועט מען אויך האָבן אַ ביאור אין דעם מאמר המדרש הנ״ל אויפן פּסוק "נוהג כצאן יוסף".
צום ערשטן זאָגט ער "יוסף כנס משנות השבע לשנות הרעב אף אנו כנס לנו מחיי העוה״ז לחיי העוה״ב":
כשם ווי די "שנות הרעב",
אע״פּ אז אין זיי וואַקסט ניט קיין תבואה האָט יוסף אויפגעטאָן אַז אויך דאַן זאָל זיין תבואה,
דורך אויפזאַמלען די תבואה "בשנות השבע" און זי באַהאַלטן פאַר די "שנות הרעב";
אַזוי אויך "אנו
(וואָס אַלע אידן ווערן גערופן "יוסף" כנ״ל סעיף א׳)
כנס לנו מחיי העוה״ז לחיי העוה״ב" – אַז די המשכת העצמות,
דער ענין פון "נח״ר לבורא",
וואָס "וואַקסט אויס" 42
דורך דער עבודה בעוה״ז,
זאָל דאָס זיין בגילוי אויך לעוה״ב.
קען דאָך אָבער מדת הדין קומען מיט אַ טענה; דער טעם וואָס דער נח״ר לבורא וועט נתגלה ווערן צו אידן לעוה״ב איז
(כנ״ל סעיף ט׳)
– ווייל זייער אופן קיום המצות איז מיט אַ חיות און אַ געשמאַק
(וואָס ווייזט אַז די כוונה איז אין זיי,
די אידן,
גופא – כנ״ל שם).
אָבער בעת אַ איד איז מקיים מצות אָן חיות
[אפילו ווען ער איז זיי מקיים מצד קבלת עול מלכות שמים
(נאָר אָן דעם חיות פון אהבה ויראה 43 )
; און מכל־שכן ווען ער טוט עס בדרך "מצות 44
אנשים מלומדה״,
און ווער רעדט – אויב זיין קיום המצות איז מצד פּניות]
איז דאַן לכאורה ניט שייך אַז דורכדעם זאָל עצמות נתגלה ווערן לעוה״ב.
ואע״פּ אַז "המעשה הוא העיקר" 45 ,
וואָס במילא איז אויך דורך אַזאַ סאָרט עבודה איז מען ממשיך עצמות – איז דאָך אָבער דער "עצם" וואָס ווערט נמשך דאַן אין אַזאַ אופן אַז עס האָט קיין שייכות ניט צו "גילוי״ 46 .
טענה׳ט מדת הדין אַז די המשכת העצמות זאָל טאַקע ניט נתגלה ווערן לעוה״ב
– אויף דעם קומט די צווייטע בקשה "מה יוסף כלכל כל אחד לפי מעשיו ..
אף אנו כלכלנו לפי מעשינו״:
יוסף האָט געזאָגט זיינע ברידער,
אז כאָטש "חשבתם עלי רעה",
וויבאַלד אָבער "אלקים חשבה לטובה למען עשה כיום הזה להחיות עם רב" 47 ,
קומט אייך צוליב דער פּעולה
(כאָטש זיי האָבן ניט מכוון געווען די טובה וואָס איז פון דעם אַרויסגעקומען)
– מדה כנגד מדה – דער שכר אַז "אנכי אכלכל אתכם ואת טפכם" 48 .
איז כשם ווי יוסף האָט מכלכל געווען זיינע ברידער לויט זייערע מעשים
(ניט רעכענענדיק זיך מיט זייערע מחשבות),
"אף אנו כלכלנו לפי מעשינו",
אַז דער אויבערשטער זאָל זיך רעכענען בלויז מיט אונזערע
(גוטע)
מעשים – וואָס אין מעשה בפּועל זיינען דאָך אפילו "פּושעי ישראל מלאים מצות כרמון״ 49
– און מצד דעם געבן אונז דעם שכר הנ״ל.
וי״ל יתרה מזו: געבן דעם שכר כאילו ווי עס וואָלט אין דער מעשה געווען אויך די כוונה,
און ע״ד ווי די גמרא 50
זאָגט בנוגע לצדקה
(וואָס צדקה איז עיקר המצות 51 )
: "האומר סלע זו לצדקה בשביל שיחי׳ בני ..
הרי זה צדיק גמור",
אַז כאָטש בחיצוניות טוט ער די מצוה מיט אַ פּני׳,
וויבאַלד אָבער בפּנימיות איז ״לבו לשמים״ 52
[וואָרום יעדער איד איז "רוצה הוא לעשות כל המצות״ 53 ]
– איז ניט נאָר וואָס די מעשה הצדקה
(כשלעצמה)
איז בשלימות,
נאָר נאָך מער,
זי טוט אויף אויך אין דעם מענטשן,
ובפּנימיותו – הרי זה
(דורך דער מעשה)
צדיק גמור.
יא.
לאחרי כל זה האָט מדת הדין נאָך אַלץ אַ טענה:
ווען אַ איד אין מקיים מצות,
נאָר וואָס דען – שלא לשמה,
איז דאַן שייך צו זאָגן אַז דער רצון און כוונה פּנימית פון דער נשמה,
כאָטש זיי זיינען בהעלם,
זאָלן זיי פונדעסטוועגן נצטרף און נתלבש ווערן אין דער קיום המצוה 54 ,
כנ״ל סעיף יו״ד.
בעת מען איז אָבער עובר אַן עבירה ר״ל – איז כאָטש אַז דורך תשובה
(מאהבה)
ווערן דערנאָך די זדונות נהפך צו זכיות 55
און אויך מצד אָט־די ״זכיות״ קומט אַ אידן עולם הבא 56
– איז דאָך אָבער ניט שייך צו זאָגן אויף דעם אַז דאָס איז געטאָן געוואָרן ברצונה
(הפּנימי)
של הנשמה
[וואָרום אדרבה: מצד הנשמה איז דאָך דער מענטש רוצה "להתרחק מן העבירות" 53
און דאָס וואָס ער איז דורכגעפאַלן,
איז עס גאָר מצד דעם וואָס ״יצרו הוא שתקפו״ 53
– היפך פון זיין רצון].
און וויבאַלד אַז דער "כנס לנו מחיי העוה״ז לחיי העוה״ב" איז מצד דעם וואָס די מע״ט שבעוה״ז זיינען פאַרבונדן מיט דעם געשמאַק און רצון פון דעם מענטשן
(כנ״ל ס״ט),
היינט ווי איז שייך אַזוי צו זאָגן בנוגע די "זכיות" וועלכע קומען אַרויס פון "זדונות" וואָס זיינען היפך רצון הנשמה?
אויף דעם איז דער מדרש ממשיך
(און דאָ איז עס בתורת חידוש – אמר ר׳ מנחם כו׳ 57 )
"מה יוסף גמלוהו אחיו רעה והוא גמלם טובה,
אף אנו גמלנוך רעה גמול אותנו טובות":
כשם ווי יוסף האָט מכלכל געווען זיינע ברידער דערפאַר וואָס זיי האָבן געטאָן אַזאַ פּעולה וואָס פון איר איז אַרויסגעקומען אַ ״טובה״ – הגם אַז פריער,
בעת זיי האָבן זי געטאָן,
איז עס געווען אַן ענין פון ״גמלוהו רעה״;
"אף אנו גמלנוך רעה גמול אותנו טובות״ – וויבאַלד אַז פון דעם "גמלנוך רעה" קומט אַרויס סוכ״ס אַ ״טובה״ – דער עילוי פון עבודת התשובה
(בחילא יתיר 58 ),
איז "גמול אותנו טובות",
כאילו ווי די כוונה פון מענטשן וואָלט מלכתחלה
(בעת׳ן טאָן די עבירות)
געווען נאָר בכדי זיי זאָלן צוברענגען צו דעם עילוי 59 .
יב.
דער ביאור השייכות פון די אַלע דריי בקשות
["כנס לנו מחיי העוה״ז לחיי העוה״ב"; "כלכלנו לפי מעשינו"; און "גמלנוך רעות גמול אותנו טובות״]
צו יוסף׳ן – וואָס צוליב אָט דער שייכות איז דער לשון אין די אַלע דריי בקשות "מה יוסף כו׳":
דער חילוק צווישן יעקב׳ן און יוסף׳ן בפּנימיות הענינים באַשטייט אין דעם 60
וואָס מדריגת יעקב
(מצד עצמו)
איז אין אצילות; מדריגת יוסף איז אָבער אַראָפּצוטראָגן עניני יעקב אין עולמות בי״ע,
ביז אין עולם הזה הגשמי,
"המלא קליפות וסט״א" 61 ,
אַז אויך דאָרט זאָל זיך דערהערן בחינת יעקב – אצילות.
דער ענין דערפון אין עבודת האדם: עצם הנשמה
(חי׳ יחידה)
איז בחי׳ אצילות,
און דאָס וואָס קומט אַראָפּ פון דער נשמה אין בי״ע איז בלויז א הארה – בחי׳ נר"נ.
און דאָס איז דער אויפטו פון יוסף׳ן,
וואָס ער גיט דעם כח אַז דער עצם הנשמה זאל זיך אָנהערן און פּועל זיין אויך אין השגת השכל
(בחי׳ נשמה – בריאה),
און אין מדות אהוי״ר
(בחי׳ רוח – יצירה),
ביז אפילו אין מעשה בפּועל
(בחי׳ נפש – עשי׳),
ביז אפילו אין דעם קיום המצות ווי ער איז מצד פּניות וואָס קומען פון נה״ב
(עוה״ז הגשמי המלא קליפות וסט״א).
און דאָס איז די שייכות פון "מה יוסף כו׳" צו די אַלע דריי בקשות הנ״ל,
ווייל אָט דאָס וואָס יוסף האָט גע׳פּועל׳ט אַז אויך למטה זאָל זיך הערן דער עצם הנשמה אַזוי ווי זי איז למעלה 62
– דאָס איז גורם אַז דער נח״ר לבורא,
די המשכת העצמות
[וואָס עצם הנשמה איז פאַרבונדן מיט עצמות],
זאָל זיין אויך אין עבודת האדם דאָ למטה – וואָס ברענגט צום "כנס לנו מחיי העוה״ז לחיי העוה״ב"
(כנ״ל סעיף ט־י),
און דורך דעם וואָס יוסף האָט ממשיך געווען דעם עצם הנשמה אויך אין עולם העשי׳,
ווערט נמשך דער נח״ר לבורא אויך אין קיום המצות במעשה,
אפילו ווען אין זיי איז ניטאָ קיין חיות – "כלכלנו לפי מעשינו",
און דורך זיין ממשיך זיין דעם עצם הנשמה אפילו אין עוה״ז הגשמי המלא קליפות וסט״א,
קומט די המשכת העצמות אויך אין די "זכיות" וואָס ווערן נהפך פון ״זדונות״ – "גמלנוך רעה גמול אותנו טובות".
יג.
און דאָס איז דער תוכן הפּנימי פון ״ויכלכל יוסף גו׳ את אחיו״ 63
ווי ער איז ברוחניות הענינים:
דורך דעם וואָס יוסף האָט מכלכל געווען די שבטים לפי מעשיהם און גומל געווען צו זיי טוב טראָץ דעם וואָס "גמלוהו רעות",
האָט ער באַוויזן דעם וועג און געגעבן דעם כח צו אַלע אידן עד סוף כל הדורות,
אַז אויך יעדערער פון זיי זאָל קוקן אויף אַ צווייטן אידן
(ניט ווי ער איז אין זיין חיצוניות,
נאָר)
ווי ער איז מצד זיין עצם,
און במילא וועט ער אים מכלכל זיין לפי מעשיו און גומל זיין לחייבים טובות,
און דורך דעם וואָס מען קוקט אַזוי אויף אַ צווייטן אידן,
איז מען מעורר אַזוי אויך ביי זיך,
אַז אין אַלע ענינים זאָל מאיר זיין דער עצם הנשמה
[וואָס דערפאַר איז די הנהגה "לגמול לחייבים טובות" אַן ענין עיקרי וואָס איז נוגע צום מהות פון אידן]
און דאָס ברענגט דעם מילוי הבקשה כנס לנו כו׳ כלכלנו לפי מעשינו כו׳ גמלנוך רעות גמול עמנו טובות.
(משיחת ש״פ חו״ב – יב תמוז תשי״ט*.
ועוד)