B"H
🏡

Ikar

עמוד 228

א.

אויפן פסוק ובני שמעון גו׳ 1

זאגט רש״י: ״בן הכנענית — בן דינה שנבעלה לכנעני",

אז "הכנענית" מיינט דא ניט כפשוטו,

אן אשה כנענית נאר דער פסוק מיינט דערמיט דינה׳ן,

און רופט זי אן "כנענית" דערפאר וואס "נבעלה לכנעני" 2

— און דערנאך איז רש״י מוסיף: "כשהרגו את שכם לא היתה דינה רוצה לצאת עד שנשבע לה שמעון שישאנה".

אין דעם איז ניט מובן:

א)

פארוואס ברענגט רש״י פון פסוק אויך דעם ווארט ״ בן

(הכנענית)

״ — און אויך דערנאך אין זיין פירוש זאגט ער ״ בן

(דינה כו׳)

״ — בשעת זיין פירוש האט ניט צו טאן לכאורה מיט "בן",

נאר בלויז מיט "הכנענית"?

ב)

פון וואנען נעמט טאקע רש״י אט־דעם אויסטייטש,

אז מיט "הכנענית" ווערט דא געמיינט בלויז "נבעלה לכנעני" און ניט כנענית ממש 3 ?

ג)

מצד איזה טעם איז נויטיק צו דערמאנען

(אין פסוק)

ביים ענין פון "ובני שמעון גו׳",

אז דינה "נבעלה לכנעני"

און וואס צוליב דעם באצייכנט איר דער פסוק מיטן נאמען ״כנענית״ 4 ?

ד)

וואס איז רש״י אויסן מיט זיין מוסיף זיין באלד אויספירלעך די פאסירונג "כשהרגו את שכם כו'"?

ד.

ה.

וואס איז דא שווער אין דעם פירוש "בן דינה שנבעלה לכנעני" וואס א דאנק דער הוספה ווערט דער פירוש פארשטאנדיק און רעכט 5 ?

ה)

עפ״י דרך הפשט איז אחותו מן האם אסור אויך צו ב״נ 6 ,

און וויבאלד אזוי איז קשה: ווי האט שמעון גענומען דינה׳ן וואס זי איז אחותו

(אויך)

מן האם 7 ?

ב.

די ערשטע צוויי אויבנגעזאגטע שאלות — פארוואס רש״י שטעלט בפירושו אויך דעם ווארט "בן",

און פון וואנען איז משמע אז "הכנענית" איז דינה — ווערן פארענטפערט איינע דורך דער צווייטער.

ובהקדם — נאך א קשיא: צוליב וואס בכלל זאגט דער פסוק "בן הכנענית" ?

ביים רעכענען אין דער פרשה די אלע בני השבטים,

און אויך ביי די אנדערע בני שמעון גופא,

ווערט נאר דערמאנט דער נאמען פון פאטער.

דאקעגן ביי שאול׳ן דערמאנט דער פסוק אויך ווער ס׳איז געווען זיין מוטער.

פארוואס די אנדערשקייט 5 ?

די קשיא באווארנט רש״י,

אז ״בן הכנענית״ מיינט ״בן דינה״ 9

— און דעריבער דערציילט דער פסוק ווער שאול׳ס מוטער איז געווען,

בכדי אים צו מייחס זיין צו יעקב׳ן אויך דורך זיין מוטער 10 .

עפי״ז ווערט אבער נאך מער ניט פארשטאנדיק וואס דער פסוק באצייכנט דינה׳ן מיטן ווארט "הכנענית": וויבאלד דער גאנצער טעם וואס ער דערמאנט דא שאול׳ס מוטער איז בכדי צו דערציילן בשבחו פון זיין יחוס,

אז אויך זיין מוטער איז געווען יעקב׳ס א טאכטער,

טא ווי שטימט דערמיט דער אויסדרוק "הכנענית" וואס דערציילט גאר גנותה של דינה

("שנבעלה לכנעני")?

איז דער ביאור אין דעם,

אז דאס וואס דער פסוק רופט איר אן מיטן נאמען "כנענית"

(און אזוי אויך וואס רש״י איז מוסיף "כשהרגו את שכם כו׳ ")

איז דאס צוליב מסביר זיין ווי אזוי זי איז געווען מותר צו שמעון׳ען 11 ,

וכמשי״ת להלן סעיף ח׳ וט ׳ .

ג.

וועט מען עס פארשטיין בהקדים וואס רש״י זאגט אין א פריערדיקער סדרה 12

אז דאס וואס לבן האט געזאגט ״בנותי בנותי — ב׳ פעמים" איז עס צוליב דעם וואס "אף בלהה וזלפה בנותיו היו מפלגש".

וואס אויך דארטן שטעלט זיך די קשיא: יעקב האט דאך אפגעהיט אלע תרי״ג מצוות 13 ,

טא ווי האט ער גענומען בלהה און זלפה 14

וועלכע זיינען לכאורה געווען אסור צו אים מצד "ואשה אל אחותה לא תקח" 15

— סײ צוליב דעם וואס זיי זיינען געווען אחיות צו רחל ולאה,

און הן מחמת דעם וואס זיי גופא

(בלהה וזלפה)

זיינען געווען אחיות איינע צו דער צווייטער?

מען קען ניט פארענטפערן 16 ,

אז וויבאלד "בנותיו היו מפלגש",

דערפאר ווערן זיי ניט פאררעכנט ווי זיינע קינדער ובמילא ניט ווי אחיות 17

— און ווי ס׳איז אויך מוכח פון לשון הפסוק 18

״וללבן שתי בנות״ — ווייל

א)

אין פשטות דארף אויסקומען אז אויך בני פלגש האבן,

בנוגע צום פאטער,

דעם גדר היחס פון קינדער: און הגם אז זיי זיינען טאקע ניט גענוי בדומה צו די קינדער פון א פארהייראטער פרוי

[וואס דערפאר שטייט "וללבן שתי בנות",

און אויך ווען לבן האט זיי אנגערופן ״בנותי״ האט ער געזאגט "בנותי בנותי — ב ׳ פעמים",

אונטערשטרייכנדיק דערמיט,

אט־דעם חילוק צווישן רחל ולאה און בלהה וזלפה],

פונדעסטוועגן לייגט זיך ניט אויפן שכל צו זאגן אז בנות פלגש האבן לחלוטין ניט דעם יחס פון קינדער,

און דערפאר אויך ניט דעם גדר פון אחיות צווישן זיך און לגבי די אנדערע טעכטער.

[א ראי׳ אויף דעם: דער פסוק 19

דערציילט "ולבני הפלגשים אשר לאברהם נתן אברהם מתנות וישלחם מעל יצחק בנו בעודנו חי גו"׳.

און אין פשטות איז דער טעם דערפון וואס אברהם האט געדארפט אוועקשיקן די בני הפלגשים,

(און דער פסוק איז מוסיף — ולכאורה מאי קמ״ל)

בעודנו חי,

ווייל אלולי זאת וואלטן אויך זיי גע׳ירש׳נט בנכסי אברהם — און דאס באווייזט,

אז זיי האבן געהאט א דין פון בנים און דערפאר — בארעכטיקט צו זיין יורשים 20 ].

ב)

פון רש״י׳ס לשון "בנותיו היו מפלגש "

(ל׳ יחיד)

איז משמע אז ביידע בלהה און זלפה,

זיינען געווען טעכטער פון דער זעלבער פלגש.

און ד.

ה.

בכן,

אז זיי זיינען געווען אחיות מן האם

(ווייל אננעמענדיק אפילו אז בנות פלגש זיינען אויסגעשלאסן פון דער התייחסות ווי קינדער און אחיות — איז דאך אזוי שייך צו זאגן בלויז בנוגע צום פאטער,

אבער ניט ווען ס׳רעדט זיך בנוגע צו דער מוטער).

בלייבט דאך ווידער ניט רעכט: ווי האט יעקב גענומען שתי אחיות

(מן האם)?

ד.

וועט מען עס פארשטיין דורך מסביר זיין דעם פירוש פון ״פלגש״ ע״ד הפשט: דער ווארט פלגש שטייט שוין אין די פריערדיקע סדרות צוויי מאל,

איין מאל אין פ׳ וירא 21

און א צווייטן מאל אין פ׳ חיי שרה 19 .

געפינט מען דערביי אן ענין תמוה: אין פ׳ וירא וואו ״פלגש״ װערט דערמאנט דעם ערשטן מאל,

איז רש״י ניט מפרש דעם אונטערשייד צווישן ״פלגש״ און ״אשה״; און ערשט ביים צווייטן מאל אין פ׳ ח״ש,

איז רש״י מפרש: "נשים בכתובה פלגשים בלא כתובה".

פארוואס איז עס רש״י ניט מבאר פריער,

ביים ערשטן מאל?

דערפון זעט מען,

אז אין אלגעמיין פאדערט זיך ניט קיין באזונדער אפטייטש פון ווארט "פלגש".

אין פשטות מיינט דאס: ווען עמעצער האט חתונה געהאט מיט א שפחה,

איז ניט האבנדיק די חשיבות ווי זיין פרוי און בת־זוג 22 ,

איז זי גערופן געווארן ״פלגש״ 23

(דער־ פאר פארגלייכט רש״י 24

(בני)

פלגש צו

(בני)

שפחה — ווייל פלגש איז א שפחה 25 ).

און דעריבער דארף רש״י ניט מפרש זיין דעם ווארט אין פ׳ וירא.

— עס איז פארשטאנדיק פון דעם וואס ער זאגט אויף שפחה און פלגש — השוותה .

משא״כ ביים ווארט ״הפלגשים״

(ל׳ רבים 26 )

אין פ׳ ח״ש,

וואס מיט אים ווערט געמיינט הגר

[ניט נאר ווען אברהם האט איר גענומען דעם ערשטן מאל 27

בעת זי איז געווען א שפחה 28 ,

נאר אויך]

ווען "ויוסף אברהם גו׳ ושמה קטורה" 29 ,

וואס דאן איז שוין "קטורה זו הגר" ניט געווען קיין שפחה 30

(ווי עס שטייט אין א פריערדיקן פסוק 31

"וישלחה"),

מוז רש״י זיך אפשטעלן און איינלערנען אז "הפלגשם״ דא מיינט ״בלא כתובה״ — ניט ווי דער פירוש הפשוט אומעטום 33

.

(דערמיט ווערט אויך פארשטאנדיק וואס צו זיין דאזיקן פירוש ברענגט רש״י א ראי' פון דעם וואס די גמרא אין סנהדרין 32

זאגט וועגן "פלגשים דדוד ״ — כאטש אז דער ל׳ פלגש ווערט דערמאנט כמה וכמה פעמים אין תנ״ך 34

נאך פאר אט־דעם סיפור פון דוד׳ן — וױיל די פלגשים אין די אלע פריערדיקע ערטער זיינען

(אדער — מען קען זאגן אז זיי זיינען)

לגמרי ניט "אשה",

און ניט בלויז "בלא כתובה").

און לויט דעם איז מובן בנוגע לעניננו,

אז בלהה וזלפה,

וואס "בנותיו היו מפלגש",

זיינען געווען טעכטער פון א שפחה

[ווארום מיטן ל׳ ״פלגש״ בשייכות צו דער מוטער פון בלהה וזלפה בפרש"י ווערט דאך זיכער געמיינט פלגש ווי אומעטום 35 ]

— און וויבאלד אזוי,

האבן זיי ניט געהאט קיין דין פון אחיות,

כדלהלן.

ה.

ווען עשו האט געזאגט צו יצחק׳ן "הלא אצלת לי ברכה" האט אים יצחק געענטפערט ״הן גביר שמתיו לך גו׳״ 36 .

איז רש״י מפרש": "מה תועלת לך בברכה,

אם תקנה נכסים שלו הם ..

מה שקנה עבד קנה רבו".

קען מען לכאורה פרעגן: אויב ניט קיין ברכה אויף פארמעגן און רייכקייט,

האט ער דאך אבער געקענט בענטשן עשו׳ן מיט א ברכה אויף קינדער ?

דערפון זעט מען,

אז "מה שקנה עבד קנה רבו" איז גילטיק ניט בלויז אין באצוג צו "נכסים"

(פארמעגן)

נאר אויך בנוגע צו קינדער — אויך די קינדער פונעם עבד האבן ניט צו אים די געהעריקייט ווי קינדער צו זייער פאטער,

נאר זיי באלאנגען צום אדון — כאילו זיי וואלטן געווען דעם אדון'ס קינדער.

נאך קלערער געפינט מען דאס אין אן אנדער פסוק 38

: בשעת בלהה האט געבוירן א זון צו יעקב׳ן,

האט רחל וועגן אים געזאגט "ויתן לי בן",

אז דער אויבערשטער האט איר

(רחל׳ן)

געגעבן א זון.

והטעם מובן 39

: אזוי ווי בלהה איז געווען שפחת רחל,

האט אויך דער זון אירער ניט געהערט צו איר,

נאר צו רחל׳ען 40 .

אם כן איז די זעלבע זאך אויך בנוגע צו בלהה וזלפה גופא: וויבאלד זיי זיינען געבארן געווארן פון א שפחה,

האבן זיי ניט געהאט קיין דין פון קינדער צו זייער מוטער,

ובמילא אויך ניט קיין דין פון אחיות צווישן זיך.

ו.

דאס אלץ איז מסביר בלויז איין צד — וואס זיי זיינען ניט קיין אחיות מן האם ,

ווייל זייער מוטער איז געווען א שפחה.

— פארוואס האבן זיי אבער ניט געהייסן קיין אחיות מן האב ?

לכאורה וואלט מען דערויף געקענט ענטפערן — און אויך מחמת דעם זעלבן טעם: ס׳איז דאך דא דער כלל 41

אז ״אין אישות לשפחה" — און וויבאלד בנוגע שפחת לבן איז ניט געווען קיין אישות,

איז שוין אויך בנוגע בנותי׳ ניט געווען קיין יחס פון בנות לבן: זיינען זיי ניט געווען קיין אחיות אויך מן האב,

ווי רש״י זאגט אויף "ערות בת אשת אביך — שאינו חייב על אחותו משפחה" 42 .

אבער דער תירוץ האלט ניט אויס:

א)

מצד דעם פסוק "ערות אחותך" 43 ,

וואלט מען בפשטות אנגענומען אז אויך אויף אחותו משפחה איז דא דער חיוב.

וואס דערפאר דארף מען האבן א ספעציעלן לימוד פון "ערות בת אשת אביך" אז "אינו חייב על אחותו משפחה".

איז דאך דערפון געדרונגען,

אז ביי אלע אנדערע עריות וואס זיינען פארבונדן מיט אחיות — ובכללם אויך "ואשה אל אחותה גו׳ ״ — זיינען אסור אויך אחיות מן השפחה 44 .

ב)

דער כלל פון "אין אישות לשפחה" איז נתחדש געווארן נאך מ״ת,

אבער פאר מ״ת איז אויך לגבי שפחה געווען שייך דער ענין פון אישות

(באופן דפלגש)

[און דערמיט ווערט פארענטפערט בפשטות וואס אברהם האט גענומען א שפחה

(הגר'ן 45 )

און אויך וואס יעקב האט גענומען שפחות

(בלהה וזלפה 46 )

— ווייל דער טעם פון "לא יסב גברא מבני ישראל אתתא אמתא" איז צוליב דעם וואס נאך מ״ת "נעשה קדש על ידה שכל בעילותיו בעילות זנות,

שאין קדושין תופסין לו בה" 47

— אבער פאר מ״ת,

ווען ס׳איז יע געווען אישות לשפחה"

(באופן דפלגש עכ״פ),

איז ניט געווען שייך דער איסור]

:

און וויבאלד אזוי,

הייסט עס דאך אז פאר מ״ת האט אויך א שוועסטער וואס איז געבארן געווארן פון א שפחה,

געהאט דעם דין פון א שוועסטער — אפילו בנוגע דעם איסור "אחותך בת אשת אביך".

ז.

דער ביאור אין דעם וועט קלאר ווערן,

אז מען וועט פארשטיין דעם טעם פארוואס די קינדער פון אן עבד 49

װערן ניט פאררעכנט ווי זיינע אייגענע.

לכאו׳,

זאל טאקע זיין אז דערפאר וואס אן עבד איז אינגאנצן קנוי לרבו,

איז ניט שייך אז ער זאל פארמאגן עפעס א זאך וואס זאל הייסן אז די זאך איז זיינע

[ביז אז אין מפרשים 50

" ווערט דערקלערט אז "מה שקנה עבד קנה רבו",

מיינט ניט אז דער עבד איז קונה די זאך פאר זיך און דורך אים ווערט עס נקנה לרבו,

נאר אז מלכתחילה איז קונה רבו]

אבער אזוי איז פאסיק צו זאגן,

לכאו׳,

בלויז בנוגע צו פארמעגנס אד״ג,

זאכן אויף וועלכע עס לייגט זיך דער ענין פון "קנה".

בשעת ס׳האנדלט זיך אבער וועגן קינדער,

האט מען דאך ניט צו טאן מיט זאכן וואס ווערן נקנה,

נאר זיי זיינען בטבע פארבונדן מיטן עצם מציאות פון די עלטערן — טא פארוואס זאלן די קינדער פונעם עבד ניט באטראכט ווערן ווי זיינע קינדער ?

האט מען דערפון א באווייז,

אז אזוי וױיט איז אן עבד קנוי לרבו,

און אזוי שטארק איז דער קנין,

ביז אז דער עבד איז כלל ניט קיין מציאות לעצמו,

זיין גאנצער וועזן איז — רכוש פון דעם אדון.

ובלשון הכתוב 51

: " כספו הוא".

און דעריבער איז ניט שייך אז אן עבד צי א שפחה זאלן צו זייערע קינדער האבן א שייכות און א דין פון א פאטער צי א מוטער 52

— ווארום דערמיט וואלטן זיי געווען א מציאות פאר זיך 53 .

אזוי ארום וועט ווערן פארשטאנדיק פארוואס בלהה וזלפה האבן ניט געהאט קיין דין פון אחיות,

אויך ניט מן האב: ווייל אלס קינדער פון א שפחה 54

האבן זיי ניט געהאט קיין שום יחס משפחתי צו פאטער אדער מוטער: זייער גאנצער מציאות איז געווען: כספו של לבן און דערנאך — פון רחל ולאה 53 .

ח.

עפ״י כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין ווי אזוי האט שמעון געמעגט נעמען דינה׳ן:

אויף ״וישב ממנו שבי״ 56

זאגט רש״י: "אינה אלא שפחה אחת".

לכאורה,

פון וואנען נעמט רש״י צו זאגן אז די געפאנגענע איז געווען א שפחה און ניט סתם א פרוי וואס מען האט געפאנגען?

נאר דער פירוש איז: ס׳איז קיין חילוק ניט וואס זי איז געווען,

אפילו סתם א פרוי,

איז דער אריינפאלן אין שבי,

האט זי געמאכט א שפחה.

פון דעם איז מובן בנוגע צו דינה׳ן: דורך דעם וואס " ויקח אותה" 57 ,

דורך דעם וואס שכם בן נשיא הארץ,

והוא נכבד מכל בית אביו 58 ,

האט זי גענומען איבערגוואלד — הגם אז ער האט זי געצוואונגען ניט ווי א שפחה צו דער ארבעט,

וויבאלד אז ער האט זי אבער אזוי פארשקלאפט ביז צו " נבעלה לכנעני"

[וואס דאס רירט דאך אן מער ווי ארבעט־שקלאפעריי ]

— איז זי געווארן אויס מציאות לעצמה; זי איז געווארן א טייל פון דעם וואס באלאנגט צו שכם,

און זי האט באקומען דעם תואר " כנענית " 59 ,

ובמילא האט זי ניט געהאט קיין דין פון אחות צו קיינעם ניט,

אויך ניט לשמעון.

און דערפאר זאגט דער פסוק "בן הכנענית״ — ניט בכדי צו דערציילן בגנותה ח״ו,

נאר אדרבה: בכדי צו מסביר זיין אז זי איז געווען מותר צו שמעון׳ען.

ט.

קען מען דאך אבער נאך אלץ פרעגן: ביים געבוירן ווערן איז דאך דינה געווען א בת־חורין און די גאנצע צייט וואס פאר "ויקח אותה" האט זי אויף זיך געהאט דעם דין פון קרובה׳שאפט צו איר משפחה,

איז נאכן באפרייט ווערן פון שעבודה לשכם קען מען זאגן אז דער שינוי איז נאר וואס זי ווערט פריי,

מען קען אבער אויך זאגן אז זי באקומט צוריק דעם פריערדיקן גדר,

ובמילא אויך — אחותו של שמעון?

אויף דאס צו פארענטפערן איז רש״י מוסיף: "כשהרגו את שכם לא היתה דינה רוצה לצאת עד שנשבע לה שמעון שישאנה״ — וויבאלד אז דינה אליין האט איר ארויסגיין פון שכם׳ס רשות תולה געווען על מנת שישאנה און אויב ניט — גייט זי ניט ארויס,

איז דאך מובן אז איר פריי ווערן האט זיך אויפגעטאן אויף אזא אופן אז זי זאל פארבלייבן א "כנענית" און זיין מותר להנשא לשמעון.

יו״ד.

פון יעדער ענין אין תורה קען מען און מ׳דארף ארויסנעמען א הוראה אין עבודת ה',

ובפרט אז אין פרש״י איז דאך פאראן אויך "יינה של תורה" 60 ,

איז מובן אז אויך פון ענין הנ״ל — אז דאס וואס דער עבד איז קנוי לרבו איז עס ניט בלויז בשייכות צו זיין פארמעגן,

נאר אויך בנוגע צו זיין עצם מציאות — איז פאראן א הוראה אויף וויפל א איד,

אויף וועמען ס׳שטייט "עבדי הם" און "כי לי בני ישראל עבדים" 61 ,

דארף זיין משועבד צום אויבערשטן.

און אין דעם באשטייט די מעלה וואס איז פאראן אין "עבד" לגבי "בן" 62

[וואס דעם תואר "בנים" האבן אידן געהאט אויך פאר יציאת מצרים 62 ,

אבער דער תואר "עבדים" איז נתחדש געווארן ערשט ביי יציאת מצרים 64 ]

ווארום בשעת א איד איז מקיים דעם אויבער־ שטנס רצון מצד אהבה,

אזוי ווי א בן וואס דערפילט דעם רצון פון זיין פאטער מחמת דער גרויסער ליבשאפט וואס ער האט צו אים — איז דא ארייינגעמישט אויך דער הרגש פון זיין אייגענע מציאות: דאגעגן ווען ער דינט דעם אויבערשטן מצד קבלת עול,

ווי אן עבד דינט זיין אדון — דאן איז זיין עבודה ריין פון יעדער הרגש מציאותו

(וױבאלד זיין גאנצער וועזן איז בלויז "כספו של האדון״)

: דא פילט זיך נאר מציאות האדון,

דער מלך מלכי המלכים הקב״ה.

און דאס גופא וואס דורך קבלת עול ווערט ער אויס מציאות,

הויבט עס אים אויף און ער ווערט פאראייניקט מיטן מלך — ווי רש״י 65

זאגט: "עבד מלך מלך״ — אז ער ווערט דער בעה״ב,

דער מלך אויף דער גאנצער וועלט,

דורך וועמען ס׳ווערט נתגלה אומעטום די מלוכה פון אויבערשטן,

ביז צו "ויאמר כל אשר נשמה באפו ה׳ אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה" 66 .

(משיחות ש״פ מקץ וש״פ וארא תשכ״ח)

Reader controls and commentary are loading.