א.
מצות נר חנוכה איז גלייך צו מצות מזוזה 1
דערמיט וואס ביידע
(סיי מזוזה סיי גר חנוכה)
דארפן זיין
(א)
ביי דער טיר 2
(פון בית אדער פון חצר 3 ),
און
(ב)
מבחוץ?
ואעפ״כ איז א גרויסער אונטערשייד צווישן זיי *3
:
ערשטנס,
מזוזה דארף זיין מימין און נר חנוכה דארף זיין משמאל?
צווייטנס,
דאס וואס מזוזה דארף זיין מבחוץ איז עם
(ניט צוליב דעם חוץ,
נאר)
ווייל דארט איז דער ארט וואו עם פאנגט זיך אן דער בית אדער חצר 5 .
דאקעגן דאס וואס נר חנוכה דארף זיין מבחוץ איז — ווייל ענינו איז צו באלייכטן דעם חוץ ,
דעם רשות הרבים 6 .
און לויט דעם וואס עס איז ידוע אז
(די יניקה פון בחי׳)
רה״ר,
טורי דפרודא,
איז
(פון)
קו השמאל — י״ל אז די דאזיקע צוויי חילוקים זיינען אפהעגגיק איינער פון צווייטן?
ב.
אויף מצות מזוזה שטייט אז זי איז שקולה כנגד כל המצות — ווייל זי איז כולל אלע מצות?
דערפון איז פארשטאנדיק אז די צוויי ענינים הנ״ל שבמצות מזוזה,
איז דוגמתם פאראן אין אלע מצות,
ווארום די פרטים זיינען דאך בדומה צום כלל.
און ווי מען זעט טאקע ביי מצות,
אז רוב המצות ככולן:
א)
דארפן געטאן ווערן ביד ימין 9
(און ביי קרבנות איז עם מעכב אפילו בדיעבד 10 ).
ב)
זיינען ניט פארבונדן מיט "חוץ" 11 .
פאראן מצות וועלכע מען דארף מקיים זיין דוקא בפנים,
אפילו די מצות וואס מען קען זיי מאן אויך בחוץ,
ברה״ר — האבן זיי דאך,
ביי זייער קיום ברה״ר,
קיין שום ספעציעלע פארבונדנקייט ניט מיטן חוץ
(והראי׳ מיני׳ ובי׳: מען קען זיי טאן אויך בפנים).
און די מעגלעכקייט צו טאן זיי ברה״ר פונקט ווי בבית,
נעמט זיך דערפון וואט אט־די מצות זיינען בכלל ניט פארבונדן מיט קיין מקום מסויים.
עפ״ז קומט אויס,
אז מצות נר חנוכה,
וואס דארף זיין בשמאל און
(דוקא)
מבחוץ,
טיילט זיך אויס
(ניט נאר פון מצות מזוזה,
נאר אויך)
פח רוב המצות ככולן.
ג.
דער אונטערשייד פון נר חנוכה און די אנדערע מצות,
איז בדוגמת החילוק צווישן מצות לא תעשה און מצות עשה:
מצות עשה קען מען מקיים זיין נאר מן המותר בפיך 12
מיט דברים המותרים
(וואס זיינען מקבל חיות פון קליפת נוגה 13 ).
מצות ל״ת ווערן אויסגעפירט דוקא דורך
(ניט טאן קיין)
דברים האסורים — וועלכע נעמען זיך פון ג׳ קליפות הטמאות.
דער טעם דערויף איז: דער אור אלקי וואס ווערט נמשך דורך קיום מצות עשה איז אזא וואס איז זיך "מתלבש בכלי"
(פון דעם גופא,
וואס די מעשה המצות קען זיין א כלי צום אור וואס איז זיך מתלבש אין איר,
איז א ראי׳ אז דער אור איז אזא וואס קען אויפגענומען ווערן אין די גדרים פח א כלי 14 ).
און דערפאר קען ער ניט נמשך ווערן אזוי נידעריק — ביז צו אין די דברים האסורים פון ג׳ קליפות הטמאות 15 .
דאקעגן דער אור וואס ווערט נמשך דורך קיום מצות ל״ת,
איז א בלתי־מוגבל לגמרי
(און דעריבער איז זיין המשכה ניט דורך אן עשי׳ חיובית
(כלי),
נאר דורך דער ווירקונג פון שלילה — וואס דער מענטש איז דוחה און טוט ניט דעם איסור 14 ),
און וויבאלד אז אט־דער אור האט ניט אין זיך קיין הגבלות,
קען ער דעריבער נמשך ווערן,
אן שום באגרענעצונג,
ביז צו גאר נידעריק — און פועל זיין אויך דארט 15 .
און עד״ז איז אויך די מעלה פון מצות נר חנוכה 16
: דורכן קיום פון אט־דער מצוה ווערט נמשך אזא אור,
וואס האט בכח צו באלייכטן אויך דעם קו השמאל און רשות הרבים 17 .
ד.
אין אמת׳ן איז אין מצות נר חנוכה פאראן א מעלה אויך לגבי מצות ל״ת — ווייל אין איר איז דא אויך די מעלה פון מ״ע 18
: דורך מל״ת איז מען דוחה די דברים האסורים,
מען איז זיי אבער ניט מברר.
משא״כ דורך נ״ח באלייכט מען דעם "שמאל" און "רשות הרבים": מען פועל׳ט
(נאכ׳ן ״מסרת ..
רבים ביד מעטים" אז)
"ברבים היו עמדי",
אז אויך דער
(רשות ה)
״רבים" ווערט
(ליכטיג)
"עמדי" 19
— בדוגמת מ״ע וואס דורך איר ווערט נתברר דער דבר הגשמי מיט וועלכע מען טוט די מצוה 20 .
און דאס איז אויך די שייכות פון נר חנוכה צו ״ותורה אור" 21
— ווייל אויך תורה איז זיך מתלבש און לאזט זיך אראפ צו דן זיין אויך וועגן דברים האסורים און דברים טמאים,
און דורך דעם אור התורה וואס מען איז דארט ממשיך,
איז מען מברר 22
די ניצוצות הקדושה וואס געפינען זיך דארט און מען איז זיי מעלה אין קדושה 23 .
ה.
ס׳איז ידוע,
אז די ז׳ מצות דרבנן
(וואס נ״ח איז בכללם)
ווערן נמשך און קומען פון די מצות התורה 24 .
איז דערפון מובן אז אין מצות התורה איז פאראן א מצוה וואס באלייכט דעם ״שמאל״ און רה״ר — בדוגמת מצות נ״ח.
די מצוה וואס איז פארבונדן מיט ״שמאל״ איז מצות תפלין 25
— די תפלין של יד וואס מען דארף לייגן אויפן "יד כהה".
ובפרט לפי המבואר בזהר 26 ,
אז דאס וואס מען לייגט תפלין אויפן יד שמאל איז בכדי צו ״אײנבינדן״ דעם יצה״ר שבלב אז אויך ער זאל ווערן משועבד צו אלקות — קומט דאך אויס אז דורך תפלין טוט זיך אויף דער ענין ווי ביי נר חנוכה,
צו באלייכטן אויך דעם צד השמאל.
עד״ז איז אויך בנוגע צו תפלין של ראש 27
: דאס וואס דער של־ראש דארף זיין מגולה,
איז עס בכדי אז "וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך" 28 .
קומט דאך אויס,
אז ענינם איז צו באווייזן אלקות
(אויך)
צו עמי הארץ און פועל׳ן אין זיי "ויראו"
דערמיט וועט מען פארשטיין דעם לשון רז״ל "הוקשה כל התורה כולה לתפלין״ 29
— כאטש אז דער פארגלייך צו תפלין ווערט דארט געמיינט בנוגע מצות — ווייל וויבאלד אז מצות תפלין פועל׳ט אויך אויף דעם "שמאל" און "עמי הארץ",
האט זי אין זיר אויך די מעלה פון תורה וואס פועל׳ט א בירור אויך אין גקה״ט.
ו.
עס שטייט אז מען דארף מרבה זיין אין משך פון די חנוכה־טעג בנתינת צדקה 30 ,
״בממון וגוף״ 31
— צדקה בגשמיות און,
כמובן,
אויך צדקה ברוחניות.
איז היות אז די מצוה פון תפלין האט,
ווי געזאגט,
א שייכות מיוחדת צו מצות נ״ח
(און ס׳איז נאך דא אויך אין דעם א יתרון אין תפלין אויף נ״ח: דאס וואס נ״ח איז משמאל,
איז נאר דאן ווען ס׳איז דא מזוזה מימין 32 ,
משא״כ תפלין דארפן אלעמאל זיין אויף יד כהה און — דער של ראש — מגולה)
—
דארף מען דעריבער אויסנוצן די ימי החנוכה במיוחד,
מיט דער מעגלעכסטער השתדלות,
אויך אום צו פארשטארקן "מבצע תפלין".
און אז מען וועט פועל זיין ביי א אידן ער זאל מקיים זיין מצות תפלין,
וועט דורכדעם זיין,
כפסק חז״ל במשנה 33
(וואס טעה בדבר משנה חוזר 34
ווייל עס איז גארניט שייכות א טעות אין דעם לפשיטות הענין 35 )
"מצוה גוררת מצוה״ — און דער פסק איז דאך בנוגע יעדער מצוה; ועל אחת כמה וכמה בשייכות צו מצות תפלין וואס צו איר זיינען צוגעגליכן אלע מצות 36
(ובפרט לפי המבואר בזהר אז דורך קיום מצות תפלין איז מען משעבד דעם יצה״ר,
כנ״ל)
— אשר ע״כ איז דאך זיכער אז דאס וועט אים סוף כל סוף דערברענגען צו דעם קיום פון שאר המצות.
און כשם ווי דער נס חנוכה האט זיך אויסגעדריקט ניט בלויז אין דעם וואס "לעמך ישראל עשית תשועה גדולה ופורקן כהיום הזה״ — וואס מען איז געווארן געהאלפן און אויסגעלייזט פון די "טמאים",
"רשעים" און ״זדים״ טראץ דעם װאס זײ זײנען געווען ״גבורים״ און ״רבים״ — נאר האט אויך דערפירט דערצו אז ״ואח״כ באו בניך לדביר ביתך ופינו את היכלך וטהרו את מקדשך והדליקו נרות בחצרות קדשך":
אזוי וועט אויך די מצוה פון תפלין ניט נאד ברענגען די "תשועה" און ״פורקן״ פון די ״עמי הארץ״ — ווארום עס וועט זיין דער "ויראו ממך",
זיי וועלן נתבטל ווערן פאר אידן ביז אין אן אופן פון "וימס לבבנו ולא קמה עוד רוח באיש מפניכם 37 ,
נאר נאך מער — אז "אחר כך" וועט עס צוברענגען צום "באו בניך לדביר ביתך״ — אין ביהמ״ק השלישי וואס וועט אראפקומען און נתגלה ווערן למטה 38 ,
בקרוב ממש.
(ממאמר ושיחת שבת חנוכה תשכ״ח)