B"H
🏡

Ikar

עמוד 180

א.

אין פסוק "ויקנאו בו אחיו ואביו שמר את הדבר" 1 ,

שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "שמר את הדבר" און איז מפרש; "הי׳ ממתין ומצפה מתי יבא 2 .

וכן שומר אמונים 3

וכן לא תשמור על חטאתי 4 .

לא תמתין".

דארף מען פארשטיין:

א)

לכאורה איז דאך רש״י דא אויסן צו מפרש זיין בלויז דאס ווארט "שמר"

[אז זיין טייטש איז ניט געהיט

(ווי דער לשון שמירה ברוב המקומות)

נאר געווארט].

צוליב וואס־זשע איז ער מעתיק אויך די ווערטער ״את הדבר״?

ב)

אויב רש״י וויל נאר ברענגען א ראי׳ אז "שמירה" באדייט

(אויך)

"ווארטן",

איז דאך גענוג צו ברענגען בלויז איין פסוק וואו דער לשון שמירה מיינט המתנה.

וואס דארף ער ברענגען צוויי פסוקים?

ג)

ווען רש״י וואלט געווען געבראכט

(אין זיין צווייטער ראי׳)

דעם פסוק "לא תשמור על חטאתי" און אים ניט געווען אויסגעטייטשט — וואלט מען שוין אליין פארשטאנען אז דער פירוש פון ״לא תשמור״ איז ״לא תמתין".

היינט צוליב וואס דארף עס רש״י אויסטײטשן בפירוש?

די קשיא איז נאך שטארקער: ביים ברענגען די ערשטע ראי׳ — דעם פסוק ״שומר אמונים״ — איז ער טאקע ניט מפרש "ממתין כו׳".

טא פארוואס ביי דער צווייטער ראי׳ — ביים פסוק ״לא תשמור גו'״ — דארף ער יע אויסטייטשן און זאגן "לא תמתין"?

ב.

איז דער ביאור אין דער צוױיטער קשיא — פארוואס רש״י באגנוגנט זיך ניט מיטן פסוק "שומר אמונים" און ברענגט אויך "לא תשמור על חטאתי״:

בעת מען ווארט

(און עאכו״כ ווען מען האפט און מ׳איז מצפה,

מ׳וויל און מ׳קוקט אויס 5 )

אויף א געוויסער זאך,

שטייט מען דאן אין א תנועה פון ״נאענטקײט״ און שייכות צו דער זאך אויף וועלכער מען ווארט.

און דעריבער,

בעת דער פסוק רעדט בשייכות צום אידישן פאלק,

אז ער ווארט "לאמונתו של הקב״ה" 6 ,

אז דער אויבערשטער וועט מקיים זיין הבטחתו זיי אויסצולייזן — זאגט ער ניט "שומר את אמונים"

(וכיו״ב),

נאר ״שומר אמונים״ — דער ווארט "אמונים" שטייט בסמיכות ובקירוב צום ווארט "שומר",

ווייל זייער ווארטן אויף ״אמונים״ — "לאמונתו של הקב״ה",

איז אין אן אופן אז מ׳איז צו דעם נאענט.

און דערפאר איז פון פסוק "שומר אמונים" ניט קיין גענוגנדע ראי׳ אז אויך "שמר" אין אונזער פסוק זאל מיינען ״געװארט״ — ווארום וויבאלד אז דא שטייט "שמר את הדבר",

איז דא במילא ניט אזוי לייכט צו לערנען אז "שמר את הדבר" זאל מיינען געווארט אויפן "דבר",

ווארום בעת מען ווארט און מ׳האפט

("ממתין ומצפה")

אויף א געוויסער זאך — איז מען צו איר נאענט.

דעריבער איז רש״י מוסיף "וכן לא תשמור על חטאתי״ — וואו דאס ווארט ״על״ איז מפסיק צווישן "תשמור" און "חטאתי",

און פונדעסטוועגן איז דארטן דער טייטש פון ווארט ״תשמור״ — "תמתין"; און וויבאלד אזוי,

קען מען דאך שוין לערנען אויך ביי אונז,

אז "שמר את הדבר" מיינט "הי׳ ממתין ומצפה כו׳".

ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס רש״י איז

(פאר זיין פירוש)

מעתיק די ווערטער ״

(שמר)

את הדבר ״ — הגם אז ער איז מפרש בלויז דאס ווארט ״שמר״ — בכדי צו מדגיש זיין דערמיט,

אז כאטש דאס ווארט ״את״ איז מפסיק צווישן "שמר" און "הדבר" פונדעסטוועגן מיינט עס "הי׳ ממתין כו׳״ — אזוי ווי ביי "לא תשמור על חטאתי" וואס מיינט "לא תמתין".

ג.

עס איז אבער נאך ניט פארשטאנדיק:

וויבאלד אז לפי הנ״ל איז דער פסוק "לא תשמור גו׳" מער ענלעך צו אונזער פסוק ווי דער פסוק "שומר אמונים״ — איז צוליב וואס ברענגט רש״י אויך דעם פסוק "שומר אמונים",

און נאך מער: ער ברענגט אים פאר דעם פסוק ״לא תשמור גו׳״ 7 ?

וועט עס ווערן פארשטאנדיק דערמיט,

וואס רש״י בעת ער פארטייטשט אונזער פסוק "שמר את הדבר",

זאגט ער דעם לשון "הי׳ ממתין ומצפה כו׳״.

משא״כ

(בסיום פירושו)

ווען ער טייטשט דעם פסוק "לא תשמור גו״,

זאגט ער

(בלויז)

״לא תמתין " — און ניט "ותצפה".

די סיבה צו אט־דעם חילוק איז מובן בפשטות: דער לשון "ממתין" פאסט אויך ווען ער וויל אז די זאך וועלכע מען ערווארט זאל ניט געשען

(אבער עס היינגט ניט אפ אן עם)

; משא״כ "מצפה" מיינט,

אז ער האפט און קוקט ארויס אויף דער זאך — ווען וועט זי שוין קומען.

ובלשון רש״י " מצפה מתי יבא".

און דעריבער,

אין אונזער פסוק,

וואו מען מוז לערנען אז יעקב האט טאקע געהאפט און ארויסגעקוקט דערצו אז יוסף׳ס חלום זאל מקויים ווערן 8 ,

זאגט רש״י דעם לשון "הי׳ ממתין ומצפה כו'": משא״כ ביי "לא תשמור על חטאתי",

וואס די טענה פון איוב׳ן איז געווען אויף דעם וואס דער אויבערשטער ווארט ניט מיט זיין באשטראפן אים — פאסט דאך דארט ניט דער ענין "מצפה"* 8

[נוסף צו דעם וואס עס איז בכלל ניט שייך צו זאגן אז דער אויבערשטער זאל האפן ח״ו צו באשטראפן א מענטשן,

ווארום אדרבה: דער אויבערשטער וויל דאך און איז זיך משתדל אז דער מענטש זאל תשובה טאן און דערמיט פארמיידן די שטראף 9 ]

— זאגט דעריבער רש״י בלויז "לא תמתין " 10 .

ד.

עפ״ז איז פארשטאנדיק וואס רש״י באגנוגנט זיך ניט מיט ברענגען דעם פסוק "לא תשמור גו'" און ברענגט אויך דעם פסוק "שומר אמונים" — ווייל דוקא אין פסוק "שומר אמונים" איז דער פירוש פון "שומר" — "ממתין ומצפה "

(וואס אידן האפן און קוקן ארויס צו דער גאולה),

אזוי ווי אין אונזער פסוק.

און דערפאר ברענגט רש״י דעם פסוק "שומר אמונים" פאר "לא תשמור גו'״ — ווייל

[נוסף דערצו וואס ער שטייט אין א פריערדיקן ספר 11 ]

זיין ראי׳ פון "שומר אמונים" איז צום עצם טייטש פון ווארט "שמר",

אז ער מיינט "ממתין ומצפה"; אבער זיין ראי׳ פון "לא תשמור על חטאתי" איז בלויז דערויף אז דער

(ווארט שמירה פון)

לשון המתנה,

פאסט אויך אין פאל וואו ס׳איז פאראן א תיבה המפסקת צווישן דער "שמירה" און דער זאך וואס מען דערווארט,

כנ״ל סעיף ב׳.

און דאס איז אויך דער טעם וואט רש״י,

בעת ער ברענגט דעם פסוק "לא תשמור גו׳" טייטשט ער אויס בפירוש ״לא תמתין״ — בכדי דערמיט צו מאכן קלאר,

אז מיט זיין ברענגען דעם פסוק מיינט ער בלויז צו ברענגען א ראי׳ אויף א זייטיקן ענין

(צו באווארענען א קשיא),

אבער ניט צו זיין עצם פירוש אז "שמר" מיינט ״ממתין ומצפה״ — וויל דער טייטש פון "לא תשמור גו׳" דארט איז בלויז "לא תמתין ".

ה.

פון די ענינים פון "יינה של תורה" אין אונזער פירוש רש״י:

שוין גערעדט פיל מאל 12 ,

אז כאטש דאס וואס "גלינו מארצנו" איז געקומען "מפני חטאינו ",

איז אבער די כוונה פנימית פון דעם גלות — בכדי אז דורכדעם זאל מען צוקומען צו א העכערע דרגא לגבי ווי מ׳איז געווען פאר׳ן גלות — צו דעם מצב ווי אידן וועלן זיין אין דער גאולה העתידה,

וואס דאן וועט זיין אזא עילױ וואס איז נאך העכער ווי עס איז געווען בזמן שביהמ״ק הי׳ קיים 13 .

ועפ״ז קומט אויס,

אז כאטש בפועל קומט די גאולה נאכן גלות

[ביז אז אפילו די התחלת הגאולה — וואס "נולד מושיען של ישראל",

איז אויך געקומען

(א רגע)

נאך דעם חורבן"]

— וויבאלד אבער אז די כוונה פון גלות איז צוליב דער גאולה

(הגם אז בפועל איז דער גלות געקומען "מפני חטאינו"),

קומט דאך אויס אז אין זייער כוונה איז די גאולה פארן גלות.

און דאס איז רש״י מרמז מיטן ברענגען אין זיין פירוש אויף ״שמר את הדבר״ — פריער דעם פסוק "שומר אמונים" און ערשט דערנאך "לא תשמור על חטאתי״:

דער קיום פון יוסף׳ס חלום,

וואט רעדט זיך אין אונזער פסוק,

איז געווען בכדי עס זאל זיך אויספירן דער ״כי 15

גר יהי׳ זרעך בארץ לא להם" 16

— דער גלות מצרים וואס איז א שרש 17

אויף אלע גליות.

און אויף דעם זאגט רש״י,

אז כאטש די גליות

(וועלכע זיינען נשתלשל געווארן פון גלות מצרים)

זיינען געקומען אלס א ״פרעון״ אויף ״חטאינו״ — דער ענין פון "לא תשמור על חטאתי" 18 ,

אבער 19

די ערשטע

(און עיקר )

סיבה צום גלות,

איז די גאולה העתידה — "שומר אמונים":

דער פרעון אויפן חטא איז בלויז דער אופן ווי דער גלות איז געקומען בפועל ,

אבער דער עיקר תכלית פון גלות

[וואס ב״כוונה" איז עס געווען נאך פאר "ומפני חטאינו"]

איז,

בכדי אז דורכדעם זאל מען צוקומען סוף סוף צום ״ישובו הנה״ 20

אין אן אופן פון "קהל גדול יישובו הנה" 21

און פון ירחיב ה״א את גבולך גו׳ ונתן לך את כל הארץ 22

— מנהר מצרים עד הנהר הגדול נהר פרת את הקיני גו׳ 23

— צום עילוי וואס וועט זיין אין דער גאולה העתידה דורך משיח צדקנו,

יבא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחת ש״פ וישב תשכ״ז)

Reader controls and commentary are loading.