B"H
🏡

Ikar

עמוד 163

א.

אויפן פסוק "ואת בשמת בת ישמעאל אחות נביות״ 1

זאגט רש״י — אראפברענגענדיק די ווערטער "בשמת בת ישמעאל״ — "ולהלן קורא לה מחלת",

ד.

ה.

רש״י פרעגט: פארוואס אין פ׳ תולדות 2

רופט זי אן דער פסוק מחלת און אין אונזער סדרה בשמת?

און ער פארענטפערט עס לויט אן אגדה וואס שטייט אין מדרש ספר שמואל

(כדלקמן סעיף ב).

מיט א פסוק פריער 3 ,

וואו עס ווערט דערציילט אז עשו האט חתונה געהאט מיט עדה בת אילון החתי,

און אהליבמה בת ענה בת צבעון החוי,

זאגט רש״י: ״עדה בת אילון — היא בשמת בת אילון

(אז "עדה" בפרשתנו און "בשמת" וואס ווערט דערמאנט אין פ׳ תולדות 4

איז איינע און די זעלבע)

ונקראת בשמת על שם שהיא מקטרת בשמים לע״ז״; ״אהליבמה — היא יהודית

(וועלכע ווערט דערמאנט אין פ׳ תולדות 4 )

והוא כינה שמה יהודית לומר שהיא כופרת בע״ז כדי להטעות את אביו".

דארף מען פארשטיין:

א)

פארוואס הויבט רש״י אן,

אין אונזער פסוק,

גלייך מיט א תמי׳ "ולהלן קורא לה מחלת״ — אנדערש ווי אין פריערדיקן פסוק וואו ער איז פריער מפרש אז עדה "היא בשמת כו׳" 5

און ערשט נאכדעם טייטשט ער אויס דעם טעם פארוואס דא איז זי "נקראת בשמת"?

אין קלערערע ווערטער: מיט וואס איז אזוי פשוט בפסוק דידן אז בשמת היא מחלת און רש״י באווארנט בלויז די קשיא פארוואס זי הייסט מחלת,

ניט געפינענדיק פאר נויטיק צו זאגן אז זי איז מחלת

(אזוי ווי ביי "עדה היא בשמת" 6 )?

ב)

פארוואס דארף רש״י אנקומען צו אן אגדה בכדי צו פארענטפערן דעם שינוי השם פון בשמת אויף מחלת?

לכאורה האט מען דאך דאס געקענט מסביר זיין בפשטות פונקט ווי ביים פריערדיקן פסוק: איר אמת׳ער נאמען איז געווען מחלת,

און דאס וואס אין אונזער פסוק ווערט איר נאמען געענדערט אויף בשמת,

איז עס "על שם שהיתה מקטרת בשמים לע״ז״ 7 ?

ג)

וויבאלד רש״י נעמט אן אז עפ״י דרך הפשט דארף מען האבן א ביאור אויף דעם שינוי השמות 8

[וואס דעריבער איז ער מבאר דעם טעם השינוי פון בשמת אויף מחלת; און אזוי אויך אין פריערדיקן פסוק 3

— דעם טעם השינוי פון עדה אויף בשמת,

און פון אהליבמה אויף יהודית]

האט ער דאך געדארפט מפרש זיין דעם טעם השנוי אויך אין דעם נאמען פון דעם פאטער פון אהליבמה

(היא יהודית)

; אין פרשת תולדות 4

שטייט יהודית בת בארי החתי ,

און אין אונזער סדרה שטייט נאר אהליבמה בת ענה בת צבעון החוי 7

?

ב.

דעם טעם וואס אין פ׳ תולדות רופט מען זי מחלת

(ניט מיט איר אמת׳ן נאמען בשמת,

ווי זי ווערט גערופן אין אונזער סדרה)

איז רש״י מפרש 1

: "מצינו באגדת מדרש ספר שמואל 9

שלשה מוחלים להן עוונותיהן,

גר שנתגייר והעולה לגדולה והנושא אשה,

ולמד הטעם מכאן,

לכך נקראת מחלת שנמחלו עוונותי׳".

איז אין דעם ניט מובן:

א)

צוליב וואס דארף רש״י מציין זיין אז די אגדה שטייט אין מדרש ספר שמואל?

ב)

צוליב וואס ברענגט דא רש״י אויך די פרטים פון דער אגדה וועגן "גר שנתגייר" און "העולה לגדולה",

אין דער צייט ווען אויף דער הסברה "למה נקראת מחלת" איז נוגע בלויז דער חלק פון ״הנושא אשה מוחלין לו עוונותיו״?

ג)

נאכדעם ווי רש״י רעכנט אויס די " שלשה " וואס "מוחלים להן עוונותיהן" איינגעשלאסן גר שנתגייר און העולה לגדולה — איז ער מוסיף "ולמד הטעם מכאן" אז אויך די מחילת עונות פון גר שנתגייר והעולה לגדולה לערנט מען אפ "מכאן" פון דעם נאמען "מחלת" פון וועלכן מען וױיס אז " הנושא אשה מוחלין לו עונותיו".

ולכאורה איז אט־דער ענין ניט נוגע צו דער הבנה פון אונזער פסוק?

ג.

אויף די ווייטערדיקע ווערטער פון אונזער פסוק "אחות נביות",

איז רש״י מפרש: "על שם שהוא השיאה לו משמת ישמעאל נקראת על שמו״; דעם זעלבן אויסדרוק "מחלת בת ישמעאל גו׳ אחות נביות" געפינט מען אויך אין פ׳ תולדות 2

— און אויך דארט זאגט רש״י דעם זעלבן פירוש,

אז דער פסוק דערמאנט ״אחות נביות״ דערפאר װאס "השיאה נביות אחי׳".

היינט וויבאלד רש״י האט דאס ערשט באווארנט,

צו וואס חזר׳ט ער דאס איבער אין אונזער סדרה א צווייטן מאל?

אפילו אז מ׳זאל זאגן אז רש״י פארלאזט זיך ניט אויפ׳ן זכרון פון דעם בן חמש למקרא און זאגט דעם פירוש נאכאמאל ליתר שאת — איז אבער ניט פארשטאנדיק דער שינוי והוספה :

אין פירוש רש״י פון אונזער סדרה קומען די ווערטער "ונקראת על שמו" — וועלכע זיינען ניטא בפירושו אין פרשת תולדות.

ולכאורה,

אויב רש״י נעמט אן אז בלויז דער סיפור הענין פון "השיאה כו'״ גיט נאך ניט גענוג צו פארשטיין דעם אויספיר בנוגע "אחות נביות" און מען דארף אויסטייטשן בפירוש ״ונקראת על שמו״ — האט ער דאך די הוספה געדארפט צושטעלן אין פרשת תולדות,

וואו "אחות נביות" ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל 10 ?

ד.

דער חילוק צווישן דעם ענין הסיפור וועגן די נשי עשו ווי ער קומט צום אויסדרוק אין פ׳ תולדות און ענינו של הסיפור בפרשתנו:

אין סדרה תולדות ווערן די נשי עשו דערמאנט אלס א טייל פון דעם סיפיר וועגן זיינע ,

עשו׳ס,

מאורעות און הנהגות: זיינע ערשטע צוויי פרויען ווערן דערמאנט ערשטנס,

באווייזן זיין צביעות — ער האט ערשט חתונה געהאט אין עלטער פון פערציק יאר בכדי מ׳זאל מיינען אז ער פירט זיך בדומה צו זיין פאטער״ — און צווייטנס,

צו באווייזן זיין רשעות,

אז ער האט גענומען אזוינע פרויען וואס זיינען געווען "מורת רוח ליצחק ולרבקה" 12 .

אויך זיין דריטע פרוי ווערט דארט דערמאנט ווי א באווייז פון זיין צביעות,

אז זעענדיק "כי רעות בנות כנען בעיני יצחק אביו" איז ער ספעציעל געגאנגען צו ישמעאל׳ן 13

און גענומען זיין טאכטער,

אברהם׳ס אן אייניקל 14 ,

פאר א פרוי,

בכדי צו שאפן דעם איינדרוק אז ער זוכט צופרידן צושטעלן זיין פאטער יצחק — בעת אין דער אמת׳ן האט דאס אים כלל ניט געארט,

ווארום וויבאלד "לא גירש את הראשונות" האט ער דאך מיט זיין נעמען בת ישמעאל איבערהויפט ניט געמיינט עפעס צו פארבעסערן,

און אדרבה: "הוסיף רשעה על רשעתו" 15 .

משא״כ אין אונזער סדרה איז דער תוכן הפרשה — ווי אנגעצייגט בהתחלתה — "ואלה תולדות עשו"; און די פסוקים וועגן די נשי עשו "עשו לקח את נשיו גו׳ ואת בשמת וגו'",

זיינען בלויז א הקדמה צו " ותלד עדה גו' ובשמת ילדה גו' ואהליבמה ילדה וגו'" 16 .

ה.

עפי״ז את מובן וואס רש״י בפרשתנו דארף מפרש זיין "עדה בת אילון היא בשמת בת אילון״; ״אהליבמה היא יהודית״ — ווארום וויבאלד אז ס׳איז דא א פארשידנארטיקער תוכן אין די צוויי סיפורים וועגן נשי עשו,

אין פ׳ תולדות און בפרשתנו,

וואלט דאס געגעבן אן ארט לטעות אז די פרויען מיט די געענדערטע נעמען אין אונזער פרשה,

זיינען ניט די זעלבע וואס ווערן דערמאנט אין פ׳ תולדות.

און ביים אננעמען אזוי,

וואלט כלל ניט געארט פארוואס אין פ׳ תולדות ווערן ניט דערמאנט עדה און אהליבמה,

און אין אונזער פרשה — יהודית און בשמת,

ווייל עס קען זיין אז יהודית און בשמת האבן ניט געבוירן קיין קינדער צו עשו׳ן און דעריבער איז זיי ניט נויטיק צו דערמאנען אין אונזער פרשה וואס רעדט בלויז וועגן תולדות עשו 17

; און אזוי אויך לאידך גיסא: דאס וואס אין פ׳ תולדות פעלן די נעמען עדה און אהליבמה,

איז עס ווייל פון זייער הייראט מיט עשו׳ן,

קען מען ניט לערנען בנוגע צו זיין הנהגה

(ווארום מען געפינט ניט ערגעץ־וואו,

אז ער האט זיי גענומען צו פערציק יאר,

און ניט אז זיי זיינען געווען "מורת רוח כו׳").

דערפאר,

בכדי צו שולל זיין אט דעם טעות,

דארף דא רש״י מפרש זיין "היא בשמת" און "היא יהודית".

בנוגע אבער צו "בשמת בת ישמעאל" דארף רש״י ניט אויסטייטשן אז "היא מחלת",

ווייל דאס איז מובן מעצמו:

ישמעאל האט זיך ניט געפונען אין ארץ כנען — מקומו של עשו,

און דער פסוק איז מדגיש : וילך עשו אל ישמעאל

(כנ״ל),

איז מסתבר אז אין דער זעלבער צייט ווען "וילך עשו" צוליב דעם וואס ער האט געזעהן אז "רעות בנות כנען בעיני יצחק אביו״ — האט ער דאמאלט געטאן אלץ וואס ער האט געוואלט טאן דארט.

איז אויב "בשמת אינה מחלת" און ביידע זיינען געווארן נשי עשו — איז דאס אלץ געווען ווען וילך עשו גו׳.

איז מוקשה: וויבאלד אז אין דער צייט וואס עשו איז געגאנגען צו ישמעאל׳ן,

האט ער געהייראט מיט צוויי פון זייגע טעכטער

(מחלת און בשמת)

; און זיינע צביעות

(אז ער זוכט צופרידן צושטעלן זיין פאטער)

דריקט זיך אויס דורך זיין נעמען בשמת׳ן ניט ווייניקער ווי דורך זיין נעמען מחלת׳ן — פארוואס־זשע ווערט אין פ׳ תולדות דערציילט בלויז אז "ויקח את מחלת" אבער ניט אז ער האט גענומען אויך את בשמת?

איז דערפון מובן בפשטות - ביז אז רש״י דארף עס גארניט זאגן — אז בשמת היא מחלת.

ו.

דער טעם פון דעם וואס רש״י איז מפרש בלויז דעם טעם השינוי פון אהליבמה אויף יהודית,

און ניט פארוואס איר פאטערס נאמען איז אנדערש,

וואס אין אונזער פרשה הייסט ער ענה ,

צבעון ,

החוי און אין פ׳ תולדות — בארי ,

החתי ,

איז עס מצד דעם וואס עס ווערט שוין פארשטאנדיק דורך רש״י׳ס מסביר זיין "הוא כינה שמה יהודית ..

כדי להטעות את אביו״:

כשם ווי "יהודית" וואס אין פ׳ תולדות,

איז א נאמען וואס עשו אליין האט אויסגעטראכט,

״כדי להטעות את אביו״ — אזוי אויך איז מובן בפשטות אז עשו האט געמוזט אויסטראכטן אן אנדער נאמען פאר איר פאטער.

ער האט דאך ניט געקאנט מטעה זיין את אביו און בארימען זיך אז ער האט גענומען יהודית

(כופרת בע״א — וואס זי איז)

בת ענה בת צבעה

(ממזרת)

!

בא כינוי שם האב איז אבער ניט געווען נוגע וועלכער נאמען — אבי ניט "בת ענה בת צבעון".

ובפרט,

ווי גערעדט כמה פעמים,

אז לפרש״י איז פירוש שמות — נאר ווען עס איז דא א ראי׳ אף דעם

(און ווי בא אהליבמה)

— איז כינה שם אבי׳ בארי 18 .

ובכדי אז דער שקר זאל לײכטער נתקבל ווערן,

האט ער מוסיף געווען אז ״ויקח אשה את יהודית גו׳ ואת בשמת גו׳״ — זײ זיינען בײדע פון זעלבן פאלק ״ החתי ״ — ובפרט אז בנות חת זײנען דאך — ״בנות הארץ ״ 19 ,

װאס צום אלעם ערשטן — זוכט מען א שידוך פון די "אשר אנכי יושב בקרבו״ 20 .

ז.

עפ״י הנ״ל

(סעיף ד׳)

איז אויך פארשטאנדיק װאס בפירושו אין אונזער סדרה דארף רש״י איבער׳חזר׳ן דעם פירוש אויף די װערטער ״אחות נבױת״ — הגם ער האט דאס שוין געזאגט אין פ׳ תולדות — און נאך מיט דער הוספה: ״ונקראת על שמו״:

אין פ׳ תולדות װערט דערציילט װעגן די פאסירונגען פון עשו׳ן ״ ויקח את מחלת גו׳״.

און װיבאלד אז למעשה האט זי עשו גענומען

(ניט פון איר פאטער,

נאר)

פון איר ברודער נבױת,

דערמאנט דארט דערפאר דער פסוק ״ויקח גו׳ אחות נבױת " 21 .

קומענדיק אבער צו אונזער פסוק,

װאו בשמת בת ישמעאל װערט דערמאנט ניט בשייכות צו ויקח עשו,

דא װערט שוין שװער: פארװאס איז איר דער פסוק מייחס צו איר ברודער און באנוגנט זיך ניט מיט זאגן ״בת ישמעאל״

(אזוי װי בײ עדה און אהליבמה װאו ס׳דערמאנט זיך נאר זײער פאטער)?

און דאס פארענטפערט רש״י דערמיט װאס ער גיט צו די װערטער "ונקראת על שמו״ — װיבאלד נבױת האט זי חתונה געמאכט,

װערט זי דערפאר שטענדיק גערופן אויף זײן נאמען,

אויך בעת זי װערט דערמאנט ניט בשייכות צו איר חתונה.

ח.

עפ״י הנ״ל װעט װערן פארשטאנדיק װאס רש״י פארענטפערט די שינויי השמות פון די נשי עשו דוקא באופן זה — אז די נעמען פון אונזער פרשה זײנען די שמות העצם זײערע,

און די פון פרשה תולדות זײנען אין סוג פון שם־התואר

(באצייכענענדיק מיט זיך געװיסע ענינים און פעולות מצד די נשי עשו)

— און ניט באופן הפוך 22

:

אין אונזער סדרה,

היות די נשי עשו ווערן דא דערמאנט נאר בדרך אגב ,

נאר אין צוזאמענהאנג מיטן סיפור פון תולדות עשו

(כנ״ל סעיף ד׳)

— לייגט זיך ניט אויפן שכל אז דער פסוק זאל זיי דא רופן מיט אזוינע נעמען וואס זיינען מתאר זייערע ענינים.

מוז מען דעריבער זאגן,

אז די נעמען מיט וועלכע זיי ווערן גערעכנט אין אונזער סדרה זיינען די שמות העצם זייערע,

און די נעמען פון פ׳ תולדות באצייכענען זייערע ענינים און פעולות 23

— וויבאלד אז דאס דערמאנען דארט די נשי עשו האט צוטאן מיט ארויסברענגען די הנהגה פון עשו׳ן.

ט.

ס׳איז אבער ניט מובן:

דער נאמען "מחלת" מצד דעם וואס "נמחלו עוונותי׳" דריקט דאך לכאורה כלל ניט אויס איר ענין: יעדער פרוי בעת זי האט חתונה,

איז מען איר מוחל די עבירות.

טא פארוואס איז דער פסוק מרמז דעם ענין "נמחלו עוונותי׳" ביי ״ויקח עשו״ אין פ׳ תולדות — וואס איו דאס דארט נוגע?

מען קען ניט זאגן,

אז מיטן אנרופן זי מיטן נאמען מחלת וויל דער פסוק אונז לאזן הערן בכלל אז הנושא אשה מוחלין לו עוונותיו — כאטש אז דאס איז ניט נוגע צו עניני והנהגת עשו — ווארום אויב אזוי,

האט דער פסוק דאס געדארפט זאגן ביי די פריערדיקע נשואין,

וואס ווערן דערציילט אין די פריערדיקע פרשיות 24 ?

דעריבער זאגט רש״י אז אויך גר שנתגייר און העולה לגדולה איז מען זיי מוחל די עבירות,

און אז ביי זיי אלע איז "למד הטעם מכאן".

ד.

ה.

אז אונזער פאל פון נשואי "מחלת" קומט אונז צו לערנען אויך אויף גר שנתגייר והעולה לגדולה,

און — ״בא ללמד ונמצא למד״: כשם ווי גר שנתגייר,

וואס מחילת עוונותיו לערנט מען אפ פון "מחלת",

איז ער משנה מעשיו לטוב,

אזוי איז אויך ביים פאל פון "הנושא אשה",

אז מען איז אים מוחל די עבירות דוקא דעמאלט ווען ער איז משנה זיינע מעשים״ — ער טוט תשובה 26 .

און דערפאר שטעלט די תורה דעם לימוד אז "הנושא אשה מוחלין לו עוונותיו" דוקא ביי "ויקח

(עשו)

את מחלת ״ — ווייל דורך דעם וויל דער פסוק געבן צו הערן

(ניט בלויז דעם עצם ענין אז הנושא אשה מוחלין לו כו',

נאר אויך)

אז עשו׳ס דריטע פרוי איז געווען אן אשה כשרה 27 ,

ביז אז זי האט תשובה געטאן בעת נשואי׳ 28 .

ועפי״ז איז פארשטאנדיק וױ די נעמען פון אלע נשי עשו שבפ׳ תולדות דריקן אויס ענינו והנהגתו של עשו: דורך דעם נאמען יהודית וואס "הוא כינה שמה יהודית כו׳ כדי להטעות את אביו",

דריקט זיך אויס זיינע צביעות; דער נאמען בשמת "על שם שהיתה מקטרת בשמים לע״ז" דייטעט אן אויף עשו׳ס רשעות,

אז ער האט גענומען א פרוי וואס האט מקטיר געווען בשמים לע״ז; און אויך אין דעם נאמען מחלת "שנמחלו עוונותי'" דריקט זיך אויס זיין הנהגה — בכדי צו אויספיינען זיך מיט זיין צוליב־טאן יצחק׳ן,

האט ער גענומען א פרוי

(ניט בלױז א מיוחסת,

בת ישמעאל בן אברהם,

נאר אויך אזא)

וואס איז ניט קיין מרשעת,

וואס האט תשובה געטאן בעת נשואי׳ און נמחלו עוונותי׳,

כנ״ל.

יו״ד.

עפ״י הנ״ל וועט מען אױך פארשטיין וואס רש״י איז מציין דעם מקור הפירוש — "אגדת מדרש ספר שמואל":

דער מאמר "מוחלין להן עונותיהן" שטייט אויך אין ירושלמי 29 ,

נאר דארט לערנט מען אפ די אנדערע

(חכם

(גר)

ונשיא)

ניט "מכאן".

וואס לויט דעם קען מען זאגן,

אז "הנושא אשה" ווערט ניט פארגליכן צו גר שנתגייר,

און אים

(דעם נושא אשה)

איז מען מוחל אויך אן תשובה.

אבער אין מדרש ספר שמואל 30

(לויט דער גירסא וואס רש״י האט געהאט פאר זיך),

ווערן אלע דריי אפגעלערנט "מכאן",

וואס פון דעם איז מוכח,

אז דאס וואס "הנושא אשה" איז מען אים מוחל זיינע עבירות,

איז עס דוקא ווען ער טוט תשובה

(כנ״ל סעיף ט׳) 31 .

(משיחת ש"פ וישלח תשכ״ז)

Reader controls and commentary are loading.