א.
פון דעם פסוק 1
"ויקחו שני בני יעקב שמעון ולוי אחי דינה איש חרבו גו׳״ — וואו שמעון ולוי ווערן אנגערופן "איש" דערפאר וואס זיי זיינען דעמאלט אלט געווען דרייצן יאר 2
— לערנט מען אפ 3 ,
אז ווען מען ווערט אלט דרייצן יאר ווערט מען אן "איש" און מ׳איז מחוייב אין אלע מצות.
אין תורה זיינען דאך אלע ענינים בתכלית הדיוק.
דארף מען פארשטיין: ווי קומט עס אז אזא עיקר־ענין אין אידישקייט — דער זמן ווען דער יצר טוב קומט אריין באם אידן 4 ,
דער גמר ועיקר כניסת נפש הקדושה באדם 5 ,
וואס דאן הויבט זיך ביי אים אן דער קיום המצות 6
— זאל מען דאס אפלערנען פון "ויקחו שני בני יעקב גו׳ איש חרבו",
וואס איז לכאורה געווען א הנהגה בלתי רצוי׳?
אמת טאקע: אויך אין פשטות איז מובן,
אז דערמיט וואס "ויהרגו כל זכר" זיינען זיי ניט באגאנגען קיין איסור ח״ו
(ווארום עס האט זיי
(די אנשי שכם)
געקומט מיתה" *6 ,
דערפאר 7
וואס זיי האבן ניט גע׳משפט שכם׳ען פאר זיין פארברעכן 8 ,
אדער פאר זייערע אייגעגע זינד וואס זיי זיינען באגאנגען נאך פאר מעשה דינה 9 ),
פונדעסטוועגן געפיגט מען דאך אז אט־די הנהגה פון שמעון ולוי איז יעקב אבינו ניט געפעלן געווארן,
ביז ער האט זי באצייכנט ווי א זאך פון "כלי חמס ": אז "אומנות זו של רציחה",
כאטש זי איז דעמאלט געווען אויסגעהאלטן לויטן דין,
איז זי צו זיי געקומען פון עשו׳ן 10
און דאס ווערט דאך אנגעדייטעט אין די ווערטער פון דעם פסוק גופא "ויקחו שני בני יעקב גו'"
(ווארום וויסנדיק שוין פון פריער אז שמעון ולוי זיינען בני יעקב,
דארף מען בכן זאגן אז דערמיט ווערט געמיינט)
: טראץ דעם וואס זיי זיינען געווען "בני יעקב",
האבן זיי זיך אבער געפירט "כשאר אנשים שאינם בניו שלא נטלו עצה הימנו״ 11
— קומט דאך לכאורה אויס,
אז אויך דער פסוק מיינט דערמיט צו זאגן דעם היפך פון שבח — און פונדעסטוועגן האט תורה אויסגעקליבן דווקא אט־דעם פסוק וענין אויף אפצולערנען פון אים דעם זמן פון התחלת החיוב במצות וכו׳.
איז דערפון גופא געדרונגען,
אז די הנהגה פון "ויקחו גו' איש חרבו" האט אין זיך
(אויך)
א מעלה גדולה וביותר — און ווי דאס ווערט ערקלערט ווייטער
(סעיף ב׳.
יו״ד).
ב.
ויובן בהקדים וואס דער מדרש זאגט 12
אויף די ווערטער "כי באפם הרגו איש" 13
: "וכי איש אחד הרגו והרי כתיב ויהרגו כל זכר,
אלא שלא היו כולם לפני הקב״ה 14
אלא כאיש אחד".
לכאורה קען מען פרעגן: דער לשון "הרגו איש"
(ע״פ ביאור המדרש)
וואלט געפאסט בלויז דאן,
ווען די פעולה פון שמעון ולוי
("ויהרגו כל זכר")
וואלט געווען לויטן רצון פון דעם אויבערשטן — און היות אז "לפני הקב״ה" זיינען זיי בלויז "כאיש אחד",
האבן זיי דעם זעלבן באטרעף אויך ביי שמעון ולוי וועלכע זיינען מקיים דעם רצון של הקב״ה און באקומען דערפאר פון אים זיין כח 15
;
געפינט מען דאך אבער,
אז יעקב אבינו האט זיי גאר געשטראפט פאר דעם וואס "באפם הרגו",
אננעמענדיק אז זיי האבן געטאן א דבר בלתי רצוי — ביז צו זאגן
(ווי געבראכט פריער אין סעיף א׳)
אז דאס איז א תכונה וואס שטאמט גאר פון עשו׳ן — היינט ווי קען מען זאגן אז דערפאר שטייט ביי דעם זעלבן ״הרגו״ — " איש ",
ווייל " לפני הקב״ה " האבן זיי אלע באטראפן "כאיש אחד"?
מוז מען זאגן: יעקב אבינו האט געהאלטן אז דער אופן פון זייער באשטראפן די אנשי שכם איז ניט געווען ווי עס דארף זיין
(אבער עס האט זיי געקומט דער עונש מיתה כנ״ל ס״א),
ווייל דאס האט געבראכט צו "עכרתם אותי להבאישני ביושב הארץ" 16
[און דעם טעם פון יעקב׳ן,
קען מען מבאר זיין אויף צוויי אופנים:
א)
וויבאלד אז דער איינציקער נאטירלעכער וועג,
ווי אזוי צו דורכפירן אט־די שטראף אויף די אנשי שכם,
האט דעמאלט געקענט זיין נאר דורך באנוצן זיך מיט א מיטל וואס זעט אויס 17
ווי ״מרמה״ — פריער איינריידן זיי אז אויב זיי וועלן זיך מל זיין איז מען זיי מבטיח אז "וישבנו אתכם והיינו לעם אחד" 18 ,
און דאס — מיט דער כוונה אז שפעטער וועט מען די הבטחה ניט מקיים זיין און נאך טאן פארקערט דערפון
(אזוי ווי די בני יעקב האבן טאקע געטאן),
— דערפאר האט יעקב געהאלטן,
אז מען דארף זיי בכלל ניט הרג׳נען בכדי אויסצומיידן דעם חילול השם וואס קען דערפון קומען
(ובדוגמא ווי מען געפינט 19
בשייכות די גבעונים,
אז מען האט געענדערט פון דעם וואס תורה האט אנגעזאגט וועגן דער הנהגה מיט זיי,
בכדי ניט צו עובר זיין אויף דער הבטחה וואס מען האט זיי געגעבן — ווארום דאס וואלט גורם געווען א חילול השם).
ב)
אדרבה: יעקב האט געהאלטן אז מען דארף זיי טאקע יע הרג׳נען,
אבער ניט דורך אן אופן פון "מרמה"
(וואס קען גורם זיין צו חילול השם),
נאר בריש גלי ,
ווארום וויבאלד אז לפני הקב״ה זיינען זיי כאיש אחד 20 ,
איז כלל ניטא וואס מורא צו האבן פאר זיי 21 ]
;
אבער טראץ דעם האט אויך יעקב געוואוסט,
אז שמעון ולוי — לויט זייער מהות — האבן פארט ניט געדארפט און ניט געקאנט זיך רעכענען מיטן חשבון פון "עכרתם אותי גו׳" 22 .
ווארום דאס וואס "הכזונה יעשה את אחותינו" 23 ,
האט בא זיי ארויסגערופן א קנאה גדולה 24
(דקדושה — בדוגמא פון בקנאו את קנאתי בא פנחס׳ן,
קנאי בן קנאי — לוי 25 ),
וואס קנאה דערלאנגט דאך גאר טיף בנפש וכמש״נ קשה כשאול קנאה 26,
ביז אין עצם החיים 27 ,
אין עצם הנפש,
ובפרט א קנאה גדולה 28
— און אין עצם הנפש איז ניטא קיין ארט פאר חשבונות 29 .
און וויבאלד אז ביי שמעון ולוי,
שטייענדיק אין דער תנועה פון קנא את קנאתי ,
א מצב שלמעלה מחשבון ושכל,
האט געמוזט זיין דער אופן פון "ויקחו איש חרבו ויהרגו כל זכר" אין דעם אופן,
איז במילא פארשטאנדיק אז אין זייער פעולה האט זיך אויסגעדריקט כחו של הקב״ה,
און דערפאר שטייט אויף דעם "
(הרגו)
איש".
ג.
לכאורה קען מען פרעגן אויף דעם:
וויבאלד אז מעשה דינה האט זיי אנגערירט אין עצם הנפש,
וואו ס׳איז קיין ארט ניטא פאר "חשבונות",
כנ״ל,
איז וואס פאר א טענה קען מען צו זיי האבן פארוואס "לא נטלו עצה הימנו" — נטילת עצה איז דאך א זאך וואס האט צו טאן דווקא מיט שכל און ניט מיט העכער פון שכל?
איז דער ביאור אין דעם,
אז דערפאר איז טאקע דער פסוק מרמז די טענה אויף זיי מיט די ווערטער "שני בני יעקב"
(אז כאטש "בניו היו" און "אעפ״כ נהגו עצמן שמעון ולוי כשאר אנשים שאינם בניו")
:
אמת,
מען קען פון זיי ניט מאנען,
אז זיי האבן זיך געדארפט מיישב זיין מיט יעקב׳ן דערפאר וואס ער איז געווען גרעסער פון זיי אין שכל,
עצה וכו׳ — ווייל ווען עס האנדלט זיך וועגן עצם הנפש איז ניטא קיין ארט אויף נטילת עצה; עס קען אבער פון זיי יע געמאנט ווערן,
אז זיי האבן געדארפט נעמען אן עצה פון אים מצד דעם וואס " בניו היו" — מצד כיבוד אב .
ס׳איז אבער נאך אלץ ניט מובן:
אויב דאס וואס "לא נטלו עצה הימנו" איז געווען א חסרון אין כיבוד אב — וואס אין דער מצוה איז מען געווען מחוייב אויך פאר מתן־תורה
[ווי מען זעט פון דעם וואס תורה דארף באווארענען אז מען זאל ניט זאגן "לא קיים אברם את כבוד אביו שהניחו זקן והלך לו" 30
; און אזוי שטארק איז דער חיוב,
ביז אז יעקב חאטש ער האט ניט עובר געווען אויף דעם חיוב,
איז ער נענש געווארן 31
אויף דעם וואס ער האט
(במשך פון צוויי און צוואנציק יאר)
ניט געטאן אויף מקיים זיין בפועל די מצוה פון כיבוד אב 32 ]
— דארף דאך אויסקומען לכאורה,
אז דער "ויקחו גו׳ ויהרגו כל זכר",
איז געווען ניט כפי רצון העליון.
איז דאך הדרא קושיא לדוכתא: ווי אזוי האט דערביי געקענט זיין דער אופן פון "
(הרגו)
איש "?
ד.
בכדי צו פארשטיין דאס,
דארף מען פריער מקדים זיין נאך א קשיא: עס שטייט אין גמרא 33 ,
אז אין מרה זיינען אידן נצטווה געווארן אויף צען מצות: "שבע שקבלו עליהן בני נח והוסיפו עליהן דינין ושבת וכיבוד אב ואם ".
איז דערפון 34
קלאר 35 ,
אז בני נח זיינען ניט נצטווה געווארן אויף כיבוד אב ואם — היינט פארוואס איז יעקב נענש געווארן צוליב זיין פארפעלן אין כיבוד אב,
און אויך פארוואס דארף דאס תורה באווארענען בנוגע אברהם׳ען בכדי מען זאל ניט זאגן "לא קיים כו׳"?
בנוגע צו דעם וואס חם איז נענש געווארן צוליב דעם וואס "ביזה את אביו" 36 ,
און אויך דאס וואס לבן ווערט גערופן "רשע" דערפאר וואס ״קפץ להשיב לפני אביו״ 27
— קען מען ענטפערן,
א הגם בני נח זיינען טאקע ניט מצווה אין כיבוד אב ואם,
האבן זיי אבער דעם איסור פון ביזוי אב 38 .
[וי״ל,
אז דער מקור צו דעם איסור איז 39
: בטבע פון עורבים איז אז "עין תלעג לאב גו׳ יקרוה עורבי נחל גו'" 40 .
און וויבאלד אז אפילו "אלמלא לא ניתנה תורה"
(ח״ו 41 ),
איז פאראן דער חיוב זיך אפצולערנען געוויסע הנהגות פון בעלי־חיים וואס זיי פארמאגן בטבע 42
– זיינען דעריבער אויך בני נח מחוייב
(צו אפלערנען פון עורבים און)
אפהיטן — ניט אפצולאכן און מבזה זיין די עלטערן 43 ].
אנדערש איז אבער בנוגע אברהם און יעקב,
וואס עס רעדט זיך
(ניט וועגן בזיון ח״ו,
נאר)
בלויז וועגן ניט־כיבוד,
שטעלט זיך בכן די שאלה: האבנדיק דאן דעם גדר פון ב״נ,
זיינען זיי דאך ניט געווען מצווה אויף כיבוד אב?
ה.
עד״ז איז אויך די שאלה בנוגע צו דעם חטא און עונש פון סדום: דער חטא פון אנשי סדום,
צוליב וועלכן זיי זיינען
(בעיקר 44 )
באשטראפט געווארן,
איז באשטאנען אין דעם וואס זיי האבן ניט געגעבן קיין צדקה צו נויט־באדערפטיקע און ווי עס שטייט בפירוש אין פסוק " זה הי׳ עון סדום *44
גו׳ ויד עני ואביון לא החזיקה" 43 .
און הגם אז דעם פסוק "זעקת סדום ועמורה כי רבה״ 86 ,
טייטשט אפ די גמרא 47
: ״על עסקי ריבה ״ — אז דארט האט זיך געפונען א מיידל וואס האט געגעבן שפייז צו ארימעלייט,
און דערפאר האבן איר די אנשי סדום ארויפגעפירט אויף א דאך אויסגעשמירט זי מיט האניק און איבער־געלאזן זי פאר די בינען ביז זיי האבן איר צוביסן אויף טויט; און מחמת דער עבירה מיט דער "ריבה",
האט זיי דער אויבערשטער מעניש געווען מיט דער "מהפיכת סדום ועמורה" וכו׳ 48
— איז דאס אבער ניט קיין סתירה צום פריער געזאגטן,
אז די שטראף איז אויף זיי געקומען דערפאר וואס ״יד עני ואביון לא החזיקה״ — ווארום אויך דער חטא פון שפיכת דמים ביי "עסקי ריבה" איז שרשו און ער שטאמט פון זייער ניט טאן חסד און צדקה.
ד.
ה.
די הנהגה פון "יד עני ואביון לא החזיקה" איז ביי זיי געווען אין אזא שרעקליכער מאס און איז דערגאנגען אזוי ווייט,
אז צוליב איר טאן א פעולה פון צדקה,
האבן זיי פארפייניקט די "ריבה" מיט א מיתה משונה,
און צוליב דעם וואם דער "יד עני גו׳ לא החזיקה" איז געווען באופן קיצוני,
דאס 49
האט געבראכט צום "כלה".
דערפון גופא איז לכאורה געדרונגען,
אז די בני נח האבן אויף זיך געהאט דעם חיוב פון צדקה 50 ,
ווארום אויב ניט,
וואלט מען זיי דאך איבערהויפט ניט באשטראפט
(און בפרט נאך אזא הארבן עונש פון "כלה")
פאר זייער ניט דערלאזן צו טאן א זאך וואס זיי זיינען אויף דעם ניט אנגעזאגט 51 .
אבער דא ווערט די שאלה: פארוואס זאל "יד עני ואביון לא החזיקה" פאררעכנט ווערן פאר אן עון ובפרט פאר אזא הארבע עבירה אז צוליב איר זאל קומען אזא גרויסער עונש — וויבאלד די מצוה פון צדקה איז ניטא צווישן די שבע מצוות בני נח?
ו.
לויטן דרך הפשט וואלט געקענט אויסקומען,
אז דער פסוק "כי ידעתיו
(לשון חיבה)
למען אשר יצוה גו׳ לעשות צדקה ומשפט״ 52
מיינט צו זאגן: די באזונדערע חיבה צו אברהם אבינו קומט דערפון וואס אברהם איז דער וואס ״יצוה ..
לעשות צדקה וגו׳",
ד.
ה.
וואס ער זאגט אן "בניו" און "ביתו" צו טאן צדקה,
הגם אז ווי בני נח זיינען זיי אין דעם ניט מחוייב —
זאגט אבער די גמרא 53 ,
אז אויר בני נח זיינען מחוייב "לעשות צדקה ומשפט"; ובפרט צדקה — איז מחוייב סיי א "בן נח" סיי א " בת נח".
ווי די גמרא 53
זאגט ״בניו לדין; ביתו,
לצדקה".
און דערמיט פארענטפערן ראשונים 54
פארוואס סדום איז נענש געווארן פארן חטא פון "יד עני ואביון לא החזיקה",
ווייל אין צדקה זיינען אלע בני נח געווען מחוייב.
און דאס וואס צדקה ווערט ניט גערעכנט צוזאמען מיט די שבע מצות ב״נ,
איז דאס דערפאר וואס די ז׳ מצות ב״נ אנטהאלטן בלויז דעם סוג ציוויים פון "שב ואל תעשה",
און די מצוה פון צדקה איז אן ענין פון "קום עשה".
אבער דער תירוץ פארענטפערט בלויז לויט דער מסקנא פון דער גמרא 55 ,
וואס נעמט אן אז אין די שבע מצות ב״נ רעכנט זיך בלויז ענינים פון "שב ואל תעשה"; אבער לויטן ס״ד פון דער גמרא,
אז מען דארף רעכענען אויך מצות פון "קום עשה",
איז דאך ווידער שווער: פארוואס רעכנט מען ניט אויך מצות הצדקה?
און מצד אט־דער קשיא,
ברענגט טאקע דער מהרש״א 56
א ראי׳ צו שיטת רש״י 57 ,
וואס לערנט אז דער ווארט "צדקה" אין פסוק "כי ידעתיו גו׳״ מיינט ״ פשרה ״ — ד.
ה.
דער חיוב צו געפינען א "גערעכטע" פשרה אין משפט גופא — און דאס מיינט ניט צדקה כפשוטה,
אין וועלכער בני נח זיינען טאקע ניט מחוייב; ווארום אויב יע,
וואלט צו די ז׳ מצות ב״נ געדארפט צוגערעכנט ווערן
(לויטן ס״ד)
אויך מצות הצדקה.
אויך פון רמב״ם 58
איז מוכח,
אז ער נעמט אן להלכה אז ב״נ זיינען ניט מחוייב אויף צדקה — ווארום בעת ער רעדט וועגן דעם דין "בן נח שרצה לעשות מצוה משאר מצות התורה כדי לקבל שכר כו׳",
גיט ער דערביי א דוגמא — "נתן צדקה כו'".
איז דאך קשה לויט ביידע שיטות: לויט דער שיטה,
אז ב״נ זיינען יע מחוייב אין צדקה — פארוואס ווערן גערעכנט
(לויטן ס״ד)
בלויז שבע מצות ב״נ און ניט שמונה מצות?
און לויט דער שיטה,
אז זיי זיינען ניט מחוייב אין צדקה — פארוואס איז זייער אויפפירונג פון "יד עני ואביון לא החזיקה"
(פון סדום)
א חטא,
צו באשטראפן זיי פאר דעם?
ז.
בנוגע צו דער מצוה פון "דינין" — וואס איז
(לכל הדיעות)
איינע פון די ז׳ מצות ב״נ 59
— איז פאראן א פלוגתא צווישן רמב״ם מיטן רמב״ן: דעת הרמב״ם איז 8 ,
אז מצות "דינין מיינט נאר דעם באשטימטן פרט פון "חייבין להושיב דיינין ושופטים כו׳"; דאקעגן דער רמב״ן 60
האלט,
אז מיט מצות "דינין" ווערט געמיינט ניט בלויז "להושיב דיינין כו׳",
נאר אויך "דיני גניבה ואונאה ועושק ושכר שכיר ודיני השומרים ואונס ומפתה ואבות נזיקין וחובל בחבירו ודיני מלוה ולוה ודיני מקח וממכר וכיוצא בהן.
ד.
ה.
אז "דינין נעמען ארום אלע מיני אנגעלעגנהייטן
(בין אדם לחבירו)
וואס האבן צו טאן מיט אויפהאלטן ישובו של עולם.
ועפ״ז קען מען זאגן
(לשיטת הרמב״ן)
אז דערפאר ווערט צדקה ניט גערעכנט צווישן די מצות ב״נ — ווייל אויך זי איז איינגעשלאסן אין דעם כלל פון "דינין" היות אז אויך דאס טאן צדקה איז נויטיק פאר ישובו של עולם.
און דערפאר איז סדום נענש געווארן 61
פאר דעם וואס "יד עני ואביון לא החזיקה" 50 .
עס בלייבט אבער שווער לדעת הרמב״ם,
וואס האלט אז ב״נ זיינען ניט מחוייב אין צדקה — פארוואס האט מען זיי מעניש געווען צוליב דעם וואס "יד עני ואביון לא החזיקה",
כנ״ל?
ח.
בכדי צו פארשטיין דאס דארף מען פריער מבאר זיין דעם כללות החילוק וואס איז דא צווישן די ז׳ מצות ב״נ און די מצות אויף וועלכע אידן זיינען אנגעזאגט געווארן — אנהויבנדיק פון מצות מילה כו׳ און
(מכ״ש)
די מצות וואס נאך מתן־תורה:
די וועלט,
אריינגערעכנט אויך
(כמובן)
דער מין המדבר,
איז באשאפן געווארן צוליב אנאנדער זאך — "בשביל ישראל ובשביל התורה" 62 .
און וויבאלד אז די מציאות פון די בני נח איז צוליב אידן און תורה
(וועלכע זיינען העכער פון וועלט),
איז פארשטאנדיק,
אז אויך די "מצות" זייערע
(פון די ב״נ)
זיינען
(ניט אין אן אופן אז די מטרה דערפון געפינט זיך אין זיי אליין
(ווי דאס איז ביי די מצות אויף וועלכע אידן זיינען אנגעזאגט געווארן),
נאר אויך זיי
(די מצות)
זיינען)
"בשביל ישראל ובשביל התורה".
צוליב אידן און תורה איז נויטיק אז די וועלט זאל מתאים זיין צום " לשבת יצרה" 63
(ישוב העולם),
עס זאל ניט זיין א סביבה והשפעה* 63
בלתי רצוי׳,
ואדרבה די וועלט זאל ווערן אויסגעאיידלט און שלימות'דיק ,
דעריבער דארפן די ב״נ מקיים זיין זייערע מצות
— סיי די וואס בין אדם לחבירו,
בכדי אז די וועלט זאל זיך פירן מיט צדק ויושר,
און אויך די וואס זיינען נוגע צו בין אדם למקום
(אזוי ווי ע״ז און ברכת השם),
— ווייל דערמיט גרייטן זיי צו די וועלט צו דעם,
אז אידן זאלן דערנאך טאן כדבעי זייער עבודה פון תורה ומצות און אויפהויבן די אויסגעאיידלטע וועלט צו העכער פון וועלט און מאכן פון איר א תורה וועלט,
א דירה לו ית׳.
און דאס איז אויך דער טעם וואס ווען א ב״נ איז עובר אויף איינע פון זיינע מצות איז ער חייב מיתה 64
— ווייל היות אז די גאנצע מציאות און אויפגאבע פון די ב״נ איז צו אויפטאן אז דער ישוב העולם זאל זיין כדבעי,
דעריבער,
ווען זיי טוען דעם היפך דערפון
(דורך עובר זיין אויף זייערע מצות),
פארלירן זיי דעם יסוד פון זייער קיום אין וועלט: אז עס ווערט בטל די סיבה ווערט בדרך ממילא בטל דער מסובב 65 .
און לויט דעם ווערט פארשטאנדיק,
פארוואס ס׳האט געקומט מיתה די אנשי סדום — אויך לדעת הרמב״ם 66
:
מת טאקע,
אז ווי ב״נ זיינען זיי ניט געווען מחוייב אין מצות הצדקה און זייער ניט אפהיטן די מצוה קען דעריבער ניט גערעכנט ווערן ווי אן "עון",
אבער בשעת דער "יד עני ואביון לא החזיקה" איז אין אזא אופן קיצוני,
אז אויך א צווייטן דערלאזן זיי ניט צו געבן צדקה,
און וואס נאכמער,
אז דערפאר זיינען זיי יענעם דן למיתה — אזא סארט הנהגה איז זיכער אן "עון" ווייל ס׳איז היפך פון ישובו של עולם.
און דערפאר איז אויב נאר "הכצעקתה עשו" קומט די "כלה".
ט.
ע״פ כל הנ״ל קען מען מסביר זיין
(לשיטת הרמב״ן עכ״פ),
אז דערפאר געפינט מען דעם חיוב פון כיבוד אב אויך ביי בני נח,
ווייל כיבוד אב איז א זאך וואס רירט אן ישובו של עולם 67 .
ד.
ה.
די מצוה פון כיבוד אב,
בשלימותה און ווי א באזונדער ענין,
איז געגעבן געווארן צו אידן אין "מרה"; אבער אויף וויפל כיבוד אב איז נוגע צו ישובו של עולם,
איז מען דערויף געווען אנגעזאגט אויך פון פריער 68 .
און וויבאלד אז דער דעמאלטיקער כיבוד אב איז ניט געווען קיין ענין פאר זיך,
נאר בלויז ווי א חלק פון דעם וואס עם פאדערט זיך צוליב הנהגת וישובו של עולם,
וועט שוין זיין פארשטאנדיק,
אז שמעון ולוי זיינען ניט באגאנגען קיין חטא דערמיט וואס "לא נטלו עצה" פון זייער פאטער: ווייל אדרבה,
דווקא ווען אזא זאך ווי ״נבלה עשה בישראל״ 69
דערנעמט ביז אז ס׳בלייבט קיין ארט ניט אויף נטילת עצה און אפילו ניט פונעם פאטער — אזא הנהגה איז דער אמת׳ער קיום פון ישובו של עולם.
אין אנדערע ווערטער: ווען כיבוד אב וואלט דעמאלט געווען א מצוה בפני עצמה — איז אויך ווען אן ענין רירט אן אין עצם הנפש און במילא,
אלס תוצאה דערפון,
קומען די פעולות אין ניט קיין אויסגערעכנטן און אויסגעמאסטענעם אופן — מוז מען פארט דערביי מקיים זיין דעם ציווי הקב״ה
(כיבוד אב)
;
וויבאלד אבער אז קיין ציווי מיוחד אויף כיבוד אב איז דאן ניט געווען,
מען האט דאס געדארפט אפהיטן
(בדרך כלל)
צוליב "ישובו של עולם",
איז בעת ס׳קומט צו א פאל וואס איז יוצא מן הכלל און ס׳רירט אן אין עצם הנפש
(וגם מטעם ישובו של עולם)
— דאן איז אדרבה: דער ישובו של עולם ווערט אויסגעפירט דורך " לא נטלו עצה הימנו",
כנ״ל 70 .
י.
ע״פ כל הנ״ל איז מובן דער גודל העילוי פון "ויקחו גו׳ איש חרבו":
דער ענין פון "הכזונה יעשה את אחותנו" האט זיי דערנומען אזוי שטארק,
אז "נהגו עצמן כשאר אנשים שאינם בניו"
(של יעקב)
; זיי זיינען געווען דורכגענומען אינגאגצן מיט דעם געפיל ובמילא איז ביי זיי ניט געבליבן קיין ארט אויף קיין שום אנדער זאך אויסער "ויקחו איש גו׳" 71 .
און דאס איז אויך דער טעם וואס דעם זמן פון התחלת החיוב במצות לערנט מען אפ
(כנ״ל בתחילת השיחה)
פון אט־דעם פסוק,
ווייל דאס איז א הוראה פאר יעדער בר־מצוה,
ד.
ה.
פאר יעדן איד ווען ער האלט ביי תחלת העבודה,
אז בשעת עס האנדלט זיך וועגן ״הכזונה״
— וואס דאם מיינט באמת יעדער עבירה,
וואס קומט דאך פון תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים אחריהם 73 ,
און דורך וועלכע מען ווערט אפגעריסן ר״ל פון אויבערשטן אין דער דוגמא ווי א "זונה" וואס איז "אסורה לבעלה"
("זה הקב״ה״) 73
—
דארף מען זיך ניט רעכענען מיט קיין שום חשבונות און מדידות,
אפילו ניט מיט מדידות פון תורה,
נאר מען דארף ביי זיך ארויסרופן דווקא די תנועה פון מסירת־נפש.
נאכדעם ווי מען האט ביי זיך שוין מעורר געווען דעם כח המס״נ — דאן דארף מען טאקע יעדער זאך טאן ע״פ טעם ודעת,
במדידה והגבלה,
על פי תורה; אבער בכדי אז די עבודה שע״פ טעם ודעת זאל זיין ווי עס דארף צו זיין,
מוז זיין צום אלעם ערשטן,
גלייך ווי מען ווערט נאר אן "איש",
דער ענין פון מסירת־נפש שלמעלה מטעם ודעת 74 .
(משיחת ש"פ וישלח תשכ״ה)