א.
אויפן פסוק אלקי אברהם אביך ואלקי יצחק 1 ,
שטייט אין מדרש 2
— און רש״י ברענגט עס בפירושו על התורה,
אז כאטש דער אויבערשטער איז ניט מייחד שמו על הצדיקים בחייהם,
ווארום אויך ביי זיי איז מען ניט זיכער 3
"שלא יטעה אותן היצר הרע",
פונדעסטוועגן האט דער אויבערשטער געזאגט "ואלקי יצחק"
(הגם דאס איז געווען נאך בחייו),
ווייל "הואיל ונתייסם בעיניו כאילו הוא מת לפי שהי׳ גנוז לתוך הבית ויצה״ר פסק ממנו".
איז אין דעם ניט מובן: הן אמת אז א סומא איז חשוב כמת,
ווי די גמרא זאגט 4
"ארבעה חשובין כמת,
עני ומצורע וסומא ומי שאין לו בנים",
און בנוגע צו א סומא געפינט מען נאך מער א פארגלייך צו מת: פונקט ווי א מת איז פטור מן המצות,
ווי עס שטייט ״במתים חפשי״ 5 ,
אזוי איז אויך בנוגע א סומא,
פאראן א דיעה,
אז ער איז פטור מכל המצות 6
— איז דאס אבער אלץ ניט קיין הסברה אויף די רייד פון דערמאנטן מדרש אז "יצה״ר פסק ממנו": מ׳זעט דאך במוחש ומעשים בכל יום אז א סומא האט א תאוה
(א יצה״ר)
און ער קען זינדיקן 7
א.
ז.
וו.?
איז ווי זאגט דער מדרש ״הואיל ונתייסם בעיניו..
יצר הרע פסק ממנו",
און אז מצד דעם האט דער אויבערשטער מייחד געווען זיין נאמען אויף יצחק׳ן אויך בחייו?
ב.
וועט מען עס פארשטיין בהקדים וואס די גמרא 8
דערציילט וועגן רב יוסף׳ן — וואס ער איז געווען 6
א סגי־נהור״ *8
— אז בעת ער איז אלט געווארן זעכציק יאר,
האט ער געמאכט א "יומא טבא לרבנן" און געזאגט דעם טעם דערויף,
אז דאס איז ווייל "נפקי לי מכרת".
האט אויף דעם אביי אים געפרעגט "נהי דנפק לי׳ מר מכרת דשני מכרת דיומי מי נפיק מר",
און רב יוסף האט אים געענטפערט "נקוט לך מיהא פלגא בידך".
וואס אין דעם מאמר רז״ל דארף מען פארשטיין:
א)
ווען ביי א אידן איז פאראן א שמחה 9 ,
מאכט ער א סעודה
("יומא טבא")
פאר אלע זיינע גוטע פריינט.
היינט פארוואס דערציילט די גמרא אז רב יוסף האט געמאכט א "יומא טבא
(דוקא)
לרבנן ״ 10 ?
ב)
אין דעם ענין פון כרת איז דאך לכאורה ניטא קיין נפקא־מינה פון "כרת דשני" און "כרת דיומי": ווען איינער שטארבט ר״ל א "מיתה חטופה" 11
מצד אן איסור כרת וואס ער האט עובר געווען נאכדעם ווי אים איז געווארן זעכציק יאר — איז עס לכאורה די זעלבע זאך 12
ווי ווען איינער שטארבט פאר זעכציק יאר איבערן דורכפאלן אין אן איסור כרת פריער.
איז דאך ניט מובן: וויבאלד אז פון "כרת דיומי" איז רב יוסף ניט ארויס און ס׳איז נאך אלץ פארבליבן דער חשש "שמא ימות מיתה חטופה״ 13
— היינט וואס האט ער געהאט וואס צו מאכן א "יומא טבא" און א שמחה דערפון וואס ער איז ארויס פון "כרת דשני"?
ג)
ווען רב יוסף האט אנגענומען אז "כרת דשני" און "כרת דיומי" זיינען טאקע יע צוויי באזונדערע ענינים
[וואס דעריבער האט ער געמאכט א "יומא טבא" אויף דעם וואס ער איז ארויס לכה״פ פון ״כרת דשני״ — כאטש פון "כרת דיומי" איז ער ניט ארויס],
האט ער געדארפט זאגן אביי׳ן "נקוט לך מיהא חדא בידך" 14
און ניט ״נקוט ..
פלגא בידך״ — וואס דער לשון "פלגא" גופא ווייזט,
אז "כרת דשני" און "כרת דיומי" זיינען
(צוויי האלבע זאכן פון)
איין ענין,
און אז מיט זיין אלט ווערן שיתין שנין איז ער ארויס
(בלויז)
פון א האלבן ענין פון כרת?
ג.
נוסף צו די שאלות אין דעם סיפור פון רב יוסף׳ן גופא,
איז אויך ניט פארשטאנדיק:
א)
פארוואס ברענגט זיך ניט אין שו״ע וכו׳ אז בעת איינער ווערט אלט זעכציק יאר זאל ער מאכן א "יומא טבא״ ?
ובמכל־שכן וק״ו: אויב בנוגע צו א סיום מסכת,
וואס אויף דעם האט אביי געזאגט " תיתי לי " וואס דאן איז ״עבידנא יומא טבא לרבנן״ 15
— וואס דער לשון "תיתי לי" ווייזט אויף אן ענין וועלכן מען טוט בלויז מצד מדת חסידות 16
— פונדעסטוועגן ווערט עס אפגע׳פסק׳נט אין רמ״א 17
(מיוסד אויף דער גמרא)
"כשמסיים מסכת מצוה לשמוח ולעשות סעודה"; איז דאך עאכו״כ אז אזוי האט געדארפט זיין אפגע׳פסק׳נט דער דין
(אדער מנהג)
בנוגע צו "שיתין שנין" אז מען זאל מאכן א ״יומא טבא״ — ווארום דאס דערציילט דאך די גמרא מיט א פשיטות
( ניט אלס אן ענין פון "תיתי לי"),
אז "רב יוסף כי הוה בר שיתין עביד להו יומא טבא לרבנן",
און אעפ״כ ברענגט זיך אט־דער ענין לגמרי ניט אין פוסקים 18 .
פארוואס טאקע?
ב)
רב יוסף איז געווען אין דעם דריטן דור פון אמוראים".
פאר אים זיינען געווען פיל אמוראים במשך פון כמה דורות,
און פאר זיי — פיל תנאים אין משך פון כמה דורות.
און ס׳איז א דבר פשוט,
אז צווישן די פילע תנאים ואמוראים וואס פאר רב יוסף׳ן,
זיינען געווען א סך וואס האבן דערגרייכט צו שיתין שנין 20 .
ווערט דאך די שאלה — פארוואס געפינט מען ניט ביי קיינעם פון יענע תנאים ואמוראים אז זיי זאלן האבן געמאכט א "יומא טבא" ביים דערגרייכן דעם עלטער פון זעכציק יאר?
ד.
איז דער ביאור בכל הנ״ל:
דעם טעם פון דעם וואס בזמן הבית,
בעת איינער האט עובר געווען ר״ל אויף אן איסור כרת פלעגט ער שטארבן פאר פופציק יאר,
און אויף אן איסור מיתה בידי שמים — פאר זעכציק יאר 21
[וואס דער עונש
(ווי אלע עונשים וואס קומען מלמעלה 22 )
איז מסובב בטבע פון דער עבירה גופא 23 ]
— איז מבאר דער אלטער רבי אין אגרת התשובה 24 ,
אז דאס איז ווייל דורכן עובר זיין אויף די דאזיקע איסורים ווערט "נכרת ונפסק חבל ההמשכה משם הוי׳ ב״ה".
און היות אז ביי אידן איז אויך דער חיות פון דעם גוף פון נפש האלקית — וואס איז מקבל די שפע פון שם הוי׳ ב״ה,
דעריבער,
ווען דער "חבל" ווערט "נכרת ונפסק״ — ווערט במילא נפסק אויך דער חיות הגוף
(און דאס וואס אויך חייבי כריתות ומיתה בידי שמים קענען ביז פופציק אדער זעכציק יאר יע לעבן,
איז עס דערפאר וואס ביז דאן בלייבט נאך ביי זיי איבער א "רשימו" פון דעם נפש האלקית 24 ).
און דערמיט פארענטפערט דער אלטער רבי 25
דאס וואס בכל דור זיינען פאראן "כמה וכמה חייבי כריתות ומיתות והאריכו ימיהם ושנותיהם בנעימים״ 25
— ווייל בזמן הגלות איז די השפעה פון דער שכינה מלובש אין די י׳ ספירות פון "נוגה".
און דעריבער 27
קען אויך א חייב כרת ומיתה בידי שמים מאריך ימים זיין
(און אפילו "בנעימים")
מער ווי נ׳ אדער ס׳ שנה
(כאטש ביי אים איז " נכרת ונפסק
(געווארן דער)
חבל ההמשכה משם הוי׳ ב״ה")
— ווייל דאן איז ער מקבל חיות פון היכלות הסט״א ר״ל.
און דאן,
בזמן הגלות,
קען מען אויך דערפון לעבן.
ה.
עפ״ז איז פארשטאנדיק בפשטות פארוואס עס ברענגט זיך ניט אין שולחן ערוך אז בעת מען דערגרייכט דעם עלטער פון שתין שנין זאל מען דארפן מאכן א "יומא טבא",
ווייל
[אויסער דעם וואס מען איז נאך לגמרי ניט באווארנט פון "כרת דיומי" 28 ,
איז נאך מער]
אויך ווען מען דערגרייכט דעם עלטער פון שתין שנין,
איז אינגאנצן קיין ראי׳ ניט
(ביי א סך מענטשן)
אז "נפק מכרת דשני״ אפילו — ווייל בזמן הגלות קען דאך מאריך ימים זיין מער ווי זעכציק יאר אויך אפילו אזא וואס זיין "חבל ההמשכה" איז יע ר״ל נכרת און נפסק געווארן.
און דערמיט איז אויך פארשטאנדיק וואס עס ווערט ניט דערציילט אז די אנדערע תנאים
(וואס נאכן חורבן ביהמ״ק 29 )
און אמוראים,
וואס זיינען געווען פאר רב יוסף׳ן,
זאלן האבן געמאכט א "יומא טבא" ווען זיי זיינען געקומען צום עלטער פון זעכציק יאר — ווארום מצד גודל ענוותנותם האבן זיי מורא געהאט — בל׳ הידוע — איני יודע באיזו דרך מוליכין אותי 30 ,
ובמילא איז דאך א מקום לספק אז זייער חיות קומט אפשר ר״ל גאר ניט פון היכלות הקדושה.
און דאס וואס רב יוסף האט יע געמאכט א "יומא טבא" צו דער געלעגנהייט 31 ,
איז עס דערפאר וואס בנוגע צו אים איז געווען א הוכחה ברורה אז זיין חיות איז נאר פון היכלות הקדושה ,
וכדלקמן.
ו.
וועגן רב יוסף׳ן דערציילט די גמרא 32 ,
אז ער איז געווען "סיני"
("שהיו משניות וברייתות סדורות לו כנתינתן מהר סיני" 33 ),
און רבה איז געווען אן "עוקר הרים"
(א "חריף ומפולפל בתורה" 33 ).
בעת מען האט געדארפט אננעמען א ראש־ישיבה און מ׳האט געקלערט וועמען פון די צוויי מען זאל ממנה זיין,
האט מען געשיקט קיין ארץ־ישראל צו אנפרעגן "איזה מהם קודם".
און מ׳האט פון דארט געענטפערט ״סיני עדיף ..
הכל צריכין למרי חטיא".
אף על פי כן,
דערציילט די גמרא",
האט רב יוסף ניט געוואלט אננעמען די התמנות און רבה איז געווארן דער ראש־ישיבה.
און די גמרא איז מסיים: "וכל שני דמלך רבה,
רב יוסף אפילו אומנא לביתי׳ לא חליף".
טייטשט דער רמ״ה 34 ,
אז דערפאר וואס ר״י האט זיך משפיל געווען און האט ניט געוואלט פירן קיין "שררה" בפני רבה,
האט דער זכות פון זיין ענוה מגין געווען אויף אים און אויף אנשי ביתו — וואס במשך פון די אלע יארן — צוויי און צוואנציק יאר וואס מלך רבה,
איז קיינער פון זיין הויז־געזינד ניט געווען קראנק,
ביז זיי האבן אפילו ניט געדארפט אנקומען צו אן "אומן" להקיז דם.
וואס דאס איז דאך א הנהגה שלמעלה מהטבע: דער דין איז 35 ,
אז א תלמיד־חכם טאר ניט לעבן אין א שטאט וואו ס׳איז ניטא קיין "אומן"
(מקיז דם).
ווייל מצד הטבע וואס דער אויבערשטער האט מטביע געווען אין גוף האדם,
מוז מען אנקומען צו הקזת דם.
היינט ווי איז שייך אז במשך פון גאנצע צוויי און צוואנציק יאר האט רב יוסף מיט זיינע בני בית ניט געדארפט אנקומען דערצו ?
איז דערפון געדרונגען,
אז ביי אים איז דער חיות הגוף געווען אין אן אופן פון למעלה מהטבע: זיין חיות איז געווען בגילוי מצד ענוה און ביטול
(בדוגמת מלאכים,
וואס זייער חיות איז מצד יראת ה׳ און ביטול 36 ).
ועפ״ז איז פארשטאנדיק וואס ר״י האט געזאגט מיט א פשיטות "נפקי לי מכרת״ — הגם אז בזמן הגלות קען אויך א חייב כרת ר״ל,
מאריך ימים זיין מער ווי זעכציק יאר
(מצד זיין מקבל זיין חיות פון היכלות הטומאה)
— ווייל ביי רב יוסף׳ן האט מען געזען בגילוי,
לעיני בשר,
אז זיין חיי הגוף "אינם חיים בשרים* 36
כ״א חיים רוחניים״ 37
— "יראת 38
ה׳ לחיים".
נאר פונדעסטוועגן,
איידער אים איז געווארן זעכציק יאר,
האט ער חושש געווען אז ביי אים איז אפשר יע געווען אן ענין פון איסור כרת — ווייל אויך א חייב כרת קען מקבל חיות זיין פון קדושה ביז פופציק אדער זעכציק יאר,
ווארום ביז דאן בלייבט נאך איבער ביי אים א "רשימו" פון זיין נפש האלקית,
ווי געבראכט פריער
(סעיף ד׳)
פון אגרת התשובה.
ז.
מען דארף נאך אבער פארשטיין:
ס׳איז דאך א דבר פשוט,
אז דער כח הבחירה איז פאראן ביי יעדן אידן,
ובמילא איז אפילו אזא וואס ווייס זיכער אז זיין חיות איז ניט קיין "חיים בשרים" נאר "חיים רוחניים" קען
(מצד בחירתו)
עובר זיין אויף אן איסור.
וואס דערפאר זאגט אן תורה 39
א הוראה פאר יעדן אידן "ואל תאמין בעצמך עד יום מותך".
און וויבאלד אזוי בלייבט דאך די שאלה: וואס איז געווען די שמחה ביי רב יוסף׳ן ווען ער האט דערגרייכט שיתין שנין,
בשעת ער איז נאך ניט ארויס פון "כרת דיומי״?
איז דער ביאור אין דעם:
עס ברענגט זיר אין ראשונים 40
(פון "אגדה"),
אז רב יוסף האט ביי זיך ניט געקענט פועל זיין ניט צו קוקן לחוץ פון זיינע ד׳ אמות,
און דאס האט אים געבראכט צו זיין ווערן א סגי־נהור "סמי נפשי׳".
און וויבאלד אז ער האט גע׳פועל׳ט ביי זיך ער זאל ניט האבן דעם "העין רואה" וואס ברענגט 41
צו ״והלב חומד״ — וואס פון דעם קומען ארויס אלע 41
ענינים בלתי־רצויים — איז במילא פארשטאנדיק,
אז דורך דעם וואס זיין רצון ניט צו קוקן חוץ לד׳ אמותיו האט באווירקט אויך זיין גוף ביז ניט צו קענען זעען — האט ער דערמיט עוקר געווען פון זיך אויך דעם "הלב חומד" וואס קען קומען ניט דורך ראיית העין,
ובמילא איז ער געווען באווארנט אויך פון "כרת דיומי".
נאר פונדעסטוועגן האט ער געזאגט צו אביי׳ן "נקוט לך מיהא פלגא בידך",
ווייל מצד גודל הענוה איז ער נאך ניט געווען אינגאנצן זיכער אין דעם,
ווארום סוכ״ס איז דאך "אל תאמין בעצמך עד יום מותך".
אבער מאידך גיסא,
זעענדיק אז פון "כרת דשני" איז ער שוין זיכער ארויס
(כנ״ל ס״ו),
האט עס עם מחזק געווען בבטחון אז ביי אים וועט שוין קיין "כרת דיומי" אויך ניט זיין.
און דעריבער האט ער דאן געמאכט א "יומא טבא".
און דאס איז אויך דער ביאור פון דעם וואס רב יוסף האט געזאגט "נקוט לך מיהא פלגא בידך"
(און ניט "חדא"),
וואס דער לשון "פלגא" ווייזט
(כנ״ל סוף סעיף ב׳)
אז זיין ארויסגיין פון "כרת דשני" איז
(ניט נאר איין ענין בפני עצמו,
נאר אויך)
א העלפט פון ארויסגיין פון כרת בכלל
(כולל אויך פון "כרת דיומי")
— ווייל זיין ארויסגיין פון "כרת דשני",
דאס האט אים מחזק געווען דעם בטחון
(עכ״פ),
אז ביי אים וועט שוין קיין "כרת דיומי" אויך ניט זיין ח״ו.
אין אנדערע ווערטער: ביידע זאכן
[זיין ארויסגיין פון "כרת דשני" און
(דער בטחון)
אז ביי אים וועט ניט זיין קיין ענין פון "כרת דיומי"]
זיינען מסובב פון איין ענין — פון דעם וואס זיין יצר הרע איז בטל געווארן.
ח.
ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין דעם טעם,
פארוואס רב יוסף האט געמאכט א יומא־טבא דווקא לרבנן:
עס שטייט אין גמרא 42
: "אפילו לא קרא אדם אלא קריית שמע שחרית וערבית קיים לא ימוש.
ודבר זה אסור לאומרו בפני עם הארץ״ — ווייל ניט וויסנדיק דעם דין לפרטיו,
וועט דער עם הארץ דאס אננעמען כפשוטו אין אלע פאלן.
ולכאורה,
פארוואס טאר מען עס ניט זאגן "בפני עם הארץ": מען קען דאך אים אויסטייטשן דעם דין קלאר,
ווי ער איז לאמיתתו 43 ,
און דעמאלט וועט דאך,
בפשטות,
דערפון קיין קלקול ניט ארויסקומען?
איז דער ביאור אין דעם: בטבע פון א מענטשן איז,
אז ווען ער הערט א געוויסן ענין וועלכן אים ווילט זיך הערן און אים איז דאס געשמאק,
ווערט עס ביי אים דאן נקלט גוט.
אויב אבער דער ענין וועלכן ער הערט איז אזא וואס אים ווילט זיך ניט הערן — ווערט עס ביי אים ניט נקלט,
סיידן דורך השתדלות וכו'.
און דאס איז דער טעם וואס "דבר זה אסור לאומרו בפני עם הארץ 44
— אפילו אויב גלייך דערנאך וועט מען אים מסביר זיין די פרטים שבזה
(ווי ק״ש שחרית וערבית אליין איז ניט גענוג וכו')
— ווייל דער עיקר וואס ביי אים וועט נחקק ווערן איז — אז מיט ק״ש אליין איז מען אויך מקיים דעם "לא ימוש".
דאס זעלבע איז בנדו״ד: ווען רב יוסף וואלט איינגעלאדן אויך ניט "רבנן"
(עמי הארץ)
צו דער סעודה וואס ער מאכט דערפאר וואס אים איז געווארן שיתין שנין,
און מען וואלט אויך מסביר געווען אז דאס איז מצד דעם וואס רב יוסף האט פון זיך עוקר געווען אינגאנצן דעם "הלב חומד"
(און אפילו ביי אים ,
איז עס בלויז אן ענין פון בטחון וואס איז אבער ניט שולל דעם "אל תאמין בעצמך עד יום מותך"),
וואלט זיך ביי זיי,
די עמי הארץ,
געקענט אפלייגן אז
(ביי יעדן איינעם)
נאכדעם ווי מען ווערט אלט זעכציק יאר,
דארף מען שוין מער קיין התחזקות ניט האבן אנטקעגן דעם יצר הרע.
און דעריבער האט רב יוסף געמאכט די סעודה נאר "לרבנן".
ט.
ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין וואס דער מדרש זאגט בנוגע צו יצחק׳ן "הואיל ונתייסם בעיניו ..
ויצה״ר פסק ממנו":
אויפן פסוק "ותכהין עיניו מראות" 45 ,
זאגט רש״י אין זיין ערשטן פירוש "בעשנן של אלו
(שהיו מעשנות ומקטירות לע״ז 46 )
״.
ולכאורה: אמת טאקע אז רויך
(עשן)
שאדט צו די אויגן
(וכמ״ש 47
כעשן לעינים)
— מוז מען דאך אבער זאגן,
אז דער עשן וואס די נשי עשו האבן מעשן געווען און מקטיר געווען איז ניט געווען אזוי שטארק ביז ער זאל קענען בלינד מאכן יעדן איינעם,
ווארום אויב יע,
וואלטן דאך — לכל לראש — די נשי עשו גופא
(און עשו אליין)
בלינד געווארן.
היינט פארוואס האט עס יצחק׳ן יע געשאדט?
איז דער ביאור אין דעם,
אז דאס וואס ביי יצחק׳ן איז געווען דער "ותכהין עיניו מראות",
איז עס טאקע ניט געווען בלויז מצד דעם עשן גופא,
נאר דערפאר וואס דער עשן איז געווען "לע״ז" : יצחק איז געווען ״טהור עינים מראות ברע״ 48 ,
האט ער דעריבער ניט געקענט פארליידן אן ענין פון ע״ז,
און אויף אזוי פיל ביז "ותכהין — נתייסם בעיניו".
[ובדוגמת ווי ס׳איז ידוע 49
די מעשה מיט ר׳ נחום טשערנאבילער,
אז ע״פ טעות האט מען אים אמאל דערלאנגט חלב עכו״ם,
און ער האט די מילך ניט געזען.
דערנאך האט ר׳ נחום דאס מסביר געווען מיט דער משנה 50
"חלב שחלבו עובד כוכבים ואין ישראל רואהו",
אז דער פירוש אין "אין ישראל רואהו״ איז — אז א איד זעט עס ניט.
ווייל 51
דאס וואס ער דארף ניט זען,
זעט ער ניט].
און וויבאלד אז דאס וואס יצחק איז געווען א סגי־נהור איז עס געקומען מצד דעם וואס ער האט בתכלית ניט געקענט פארליידן אן ענין פון ע״ז,
דעריבער איז דורך דעם וואס "נתייסם בעיניו" איז פון אים אוועקגענומען געווארן די גאנצע מציאות פון רע 52
— "יצה״ר פסק ממנו".
און דערפאר האט דער אויבערשטער אויף אים מייחד געווען זיין נאמען אויך בחייו,
און געזאגט "ואלקי יצחק".
(משיחת י״א ניסן תשכ״ב — חגיגת סיום — שנת הששים *)