B"H
🏡

Ikar

ויצא א

א.

די קביעות פון ט׳ כסלו — יום ההילולא פון כ^ק אדמו״ר האמצעי — פאלט אויס

(ברוב השנים)

אין פרשת ויצא.

שלכן י״ל?

אז אין אט דער סדרה קען מען געפינען הוראות 2

און רמזים בנוגע ענין ההילולא של כ״ק אדמו״ר האמצעי.

אין דעם אלטן רבי׳נס סדור" איז מבואר,

אז אין פסוקי "עד הגל הזה" איז פאראן א רמז אויפן ענין פון ל״ג בעומר,

דער יום ההילולא פון רשב״י.

און עפ״י הידוע־ אז די הסתלקות פון מיטעלן רבי׳ן איז געווען בדומה צו הסתלקות הרשב״י,

איז פארשטאנדיק,

אז דער תוכן פון "עד הגל הזה"

(וואם אין פ׳ ויצא)

האט אויך א שייכות צו דער הילולא פון ט׳ כסלו.

ב.

אין א ״גל״ געפינט מען צוויי היפך׳דיקע אייגנשאפטן: פון איין זייט איז דער צוועק פונעם גל צו דינען ווי א הפסק צווישן איין זייט און דעם צוויי־ טן,

אבער לאידך גיסא,

וויבאלד אז דער גל ווערט אויפגעשטעלט פון אנגעוואר־ פענע שטיינער

(וועלכע זיינען ניט בא־ העפט צוזאמען,

אזוי ווי אץ א חומה),

מיינט עס ניט קיין הפסק אמיתי.

דערפאר זעט מען ווי דער גל אליין שליסט ניט אוים אז לפעמים מעג מען אים יע אי־ בערגיין — און וויי רש״י* איז מפרש,

אז בלויז "לרעה אי אתה עובר אבל אתה עובר לפרקמטיא".

און דאם איז די שייכות פון ״גל״ צו הסתלקות הרשב״י:

דער אויפטו פון רשב״י לגבי אנדערע תנאים •,

איז באשטאנען אין דעם,

וואם דוקא ערי האט גענומען חין דאורייתא

[מעשה מרכבה

(אויף וואם די משגה" זאגט "אין דורשין במרכבה

(אפילו)

ביחיד אלא א״כ כו׳ "),

און נאך העכער]

און זיי געבראכט לידי גילוי

(משא״כ אנדערע תנאים,

וואם האבן זיך עוסק געווען אין די ענינים — האבן זיי עם אבער ניט מגלה געוועזי).

וע״ד ווי רשב״י האט מחלק געווען אין זיינע תלמידים בחין דאורייתא: יכתוב..

ילעי

(און)..

ירח־ שון בלבייהו".

און אט די מעלת הרשב״י האט זיך אויסגעדריקט ביהוד און אויפן העכסטן אופן אין דעם טאג פון זיין הסתלקות,

וואס דאן איז ניט בלויז ער אליין צוגע־ קומען צו די העכסטע השגות אין רזין דאורייתא״,

נאר ער האט אױך צו זיינע תלמידים מגלה געווען "מלין קדישין דלא גליאן עד השתא"".

און הגם אז ער האט דעמאלט מגלה געווען בלויז צו זיינע תלמידים! און גאך מערער: אפילו וואס שייך זיינע תלמידים,

איז — "נפקו כולהו" און עם זיינען דערביי איבערגעבליבן בלויז געציילטע,

און אויך צווישן די איבערגעבליבענע איז געווען חילוקים כנ״ל —

ווערט דאך אבער דערציילט דארט אין זהר,

אז רשב״י האט דאן אנגעזאגט אז מען זאל פארשדייבן די "מילין קדישיר; איו דורך דעם רואם מען האט זיי דאן פארשריבן זיינען זיי דערנאך נתגלה געווארן צו אלע אידן,

את אין אן אופן פון "יתפרנסו!"",

וואם דאם מיינם — פארשטיין און באגרייפן אין א פנימיות.

ג.

שטעלט זיך דאך אבער די שאלה: דעם חלק פון פנימיות התורה האט דאך תורה אנגערופן ״חין דאורייתא״ — וואס דאם מיינט אז עפ״י תורה דארף אט דער חלק פח תורה זיין אין אן אופן פח ״ח״ !

(סוד והעלם),

ביז אז אפילו אין זהר גופא.

" שטייט "צריך לכסאה רזין דאורייתא״ — איז וױ האט אים דער רשב״י מגלה געווען?

אויף דעם איז דער ענטפער — "עד הגל הזה״ :

אט די מחיצה וואם טיילט פאנאנדער צווישן גליא דתורה און פנימיות התורה

(אז פנימיות התורה דארף פארבלייבן בהעלם אח ניט קומען לידי.

גילוי),

איז זי אין אן אופן פון "גל",

וואם גיט אן ארט אויף אריבערגיין די מחיצה

(ווי־ באלד ער איז ניט אויפגעשטעלט ווי א חומי׳)

• אח דערמיט טראגט דער ״גל״ גופא אין זיך דעם אנוױיז אז מען זאל אים מעגן אח דארפן איבערגיץ — אויב נאר דער ביטול המחיצה איז ניט לרעה,

ח״ו,

נאר לטובה.

אח כשם ווי דער ענין איז לעתיד לבא: אז דעמאלט,

בעת דעם קיום היעוד" פון "ואת חוח הטומאה אעביר מן הארץ" און עם וועט מער ניט זיין קיץ שום נתינת מקום "לרעה" ח״ו,

וועט צרזאמען דערמיט לגמרי בטל ווערן די מחיצה צווישן פנימיות התורה אח גליא דתורה,

און אויך פנימיות התורה וועט קומען בגילוי ",

אה בדוגמא אה אויך געווען ביים רשב״י״ — ווארום שרשו איז ראך מבחי׳ משיח״ — האט ער דערפאר ממשיך געווען פנימיות התורה בגילוי,

און פארבונדן איר מיט גליא דתורה באופן כזה,

אז ס׳איז ניטא קיין חשש פאר היפך הטוב ח״ו! ואדרבה,

וער גילוי פנימיות התורה וואם ער האט אויפגע־ טאן,

וועט ברענגען19 די טובה הכי גךולה — די גאולה העתידה דורך משיח צדקיגו.

ד.

און דאס איז אויך די שייכות פון "עד הגל הזה" צום יום ההסתלקות פון מיטעלן רבי׳ן:

בשעת ס׳איז געקומען די צייט אז פנימיות התורה זאל נתגלה ווערן אין הבנה והשגה — תורת חסידות חב״ד,

איז דאס אראפגעקומען לויט די חילוקי האופנים פון א המשכה מסודרת: דעד אלטער רבי

(דער מייסד פון חסידות חב״ד)

האט אחויסגעבראכט די ענינים פון חסידות אין אן אופן פון נקודה,

נקודה! און דער מיטעלער רבי האט זיי מבאר געווען אין אן אופן פון התפשטות והתרחבות.

וכידוע" אז דער הפרש צווישן דעם אלמן רבי׳ן און דעם מיטעלן רבי׳ן לויט עגינם בסדר הספירות

[כאטש די רביים זיינען דער ענין פון ״מאור״ וואו ם׳איז ניט שייך דער עגין פון "השתלשלות" וואס איז דא אין אור והארה וכר,

פוג־ דעסטוועגן,

איז ביי זיי אויך פאראן ווי זיי שטייען אין סדר השתלשלות הספירות],

אז דער אלטער רבי איז ספירת החכמה וואם ענינה איז נקודה,

און דער מיטעלער רבי את ספירת הבינה " וואס איר ענין איז — התפשטות והתרחבות.

שטעלט זיך לכאורה די זעלבע שאלה: וויבאלד דער אלטער רבי האט ניט מגלה ומבאר געווען די ענינים,

הייסט עם דאך אז אפילו מצד חסידות חב״ד דארפן זיי בלייבן בהעלם,

היינט פארוואם האט זיי דער מיטעלער רבי יע מגלה ומבאר געװעןז

את אויף דעם דער זעלבער ענטפער - "עד ועל הזה": דאם וואם דער אלטער רבי האט זיך געהיט פון מגלה ומבאר זיין את געווען צוליב דער סיבה וואס בזמנר את נאך געווען א חשש להיפך".

בשעת אבער אז דאס את אראפ,

האט דער מיטעלער רבי אראפ־ גענומען די מחיצה און מגלה געווען חסידות בהתפשטות והתרחבות.

און איצט,

ווען מען את שוין אריבערגעגאנגען אט דעם ״גל״ לטובה,

את שוין דא די הכנה צו "גל עיני ואביטה נפלאות מתור־ תיך״ ״,

צו די טעמי תורה שיתגלו לעתיד",

בביאת משיח צדקינו בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ ויצא תשכ״ט)

Reader controls and commentary are loading.