B"H
🏡

Ikar

עמוד 105

א.

אין פסוק ויתן לי את מערת המכפלה וגו׳ 1

שטעלט זיך רש״י אויף "המכפלה" און איז מפרש: "בית ועלי׳ על גביו" 2 .

בהשקפה ראשונה איז דער פשט פון זיין פירוש,

אז די מערה ווערט אנגערופן "מכפלה" מחמת דעם וואס זי איז א טאפעלטע: זי באשטייט פון צוויי מערות איינע אויף דער צווייטער.

לויט דעם איז אבער ניט מובן:

א)

דער תואר "מערת המכפלה " באצייכנט נאר אז דאס איז א צווייענדיקע מערה; ס׳איז אבער פונעם תואר ניטא קיין הוכחה אז אט־די צוויי מערות זיינען איינע אויף דער צוױיטער.

מ׳קען דאך פונקט אזוי איינטייטשן אז זיי זיינען "זה לפנים מזה" 3 .

פון וואנען נעמט רש״י צו זאגן,

אז "המכפלה" מיינט "בית ועלי׳ על גביו"?

ב)

דער לשון "מכפלה" פאסט צו זאגן אויף איין זאך וואס אנטהאלט אין זיך א טאפלדיקייט,

אבער ניט אויף צוויי באזונדערע זאכן וואס האבן ניט קיין געמיינזאמקייט.

לויט דעם איז דאך לכאורה מער סברא צו זאגן,

אז די צוויי מערות זיינען "זה לפנים מזה",

ווייל דוקא אויף דעם אופן איז פאראן אן איינהייטלעכע שייכות צווישן ביידע מערות

[וויבאלד איינע איז אפהענגיק פון דער צווייטער — מען קען ניט אריינגיין אין דער מערה הפנימית סיידן דורך דער מערה החיצונית],

און דערפאר איז מובן וואס די צוויי מערות ווערן אנגערופן מיט דעם פאראיינציקטן נאמען "מערת המכפלה" — איין טאפלטע מערה.

משא״כ לויטן פירוש אז די צוויי מערות זיינען איינע אויף דער צווייטער,

האבן זיי צווישן זיך ניט קיין שייכות וואס זאל זיי מאכן ווי איין איינהייט

(ווארום וויבאלד אז א מערה איז אין דער ערד,

דארף דאך במילא די אויבערשטע מערה ניט אנקומען צו דער אונטערשטע און זי קען זיך האלטן אויך ווען ס׳איז ניטא א מערה אונטער איר — ואדרבה,

זי איז דאמאלס שטארקער,

ניט האבענדיק א חלל אונטער זיך) 4 .

טא ווי אזוי לערנט רש״י אז מיט ״מכפלה״ ווערט געמיינט — "בית ועלי׳ על גביו"?

ג)

"בית" און "מערה" זיינען ניט בלויז צוויי פארשיידענע באגריפן,

נאר אויך — קעגנזייטיקע: בית מיינט א הויז וואס איז געבויט אויף דער ערד און מערה איז א הייל אין דער ערד.

האט דאך רש״י,

אויסטייטשנדיק די טאפלדיקייט פון די מערות,

געדארפט זאגן " מערה ועלי׳ על גבי׳״ און ניט ״ בית ועלי׳ על גביו״ 5 ?

ב.

וױיטער איז רש״י ממשיך אין זיין פירוש אויף ״המכפלה״: "דבר אחר שכפולה בזוגות״ 2

— אז ס׳איז דא נאך א פשט אויף דעם וואס די מערה ווערט אנגערופן ״מכפלה״,

וױיל זי איז געווען געטאפלט מיט עטליכע זוגות,

ווי רש״י זאגט פריער — אויף ״בקרית ארבע״ 6

— אז דארט זיינען נקבר געווארן פיר זוגות: אדם וחוה,

אברהם ושרה,

יצחק ורבקה,

יעקב ולאה.

איז אויך אין דעם ניט מובן: די ווערטער "מערת המכפלה" פון אונזער פסוק זיינען דאך

[ניט א נאמען מיט וועלכן דער פסוק רופט אן די מערה,

אזוי ווי ביי "ותמת שרה בקרית ארבע" וואו דער פסוק באצייכנט די שטאט מיטן נאמען "קרית ארבע",

און בפסוק קען זיין אויך על שם העתיד 7 ,

נאר ס׳איז]

דער לשון וואס אברהם האט גענוצט אין זיינע רייד צו די בני חת; זיי זאלן בעטן ביי עפרון׳ען אז ער זאל אים געבן די מערת המכפלה — און זיי,

די בני חת און עפרון,

האבן דאך זיכער ניט געוואוסט אז אין דער מערה וועלן שפעטער ליגן פיר זוגות

[ומסתבר 8

אז זיי האבן אפילו ניט געוואוסט אז אדם וחוה ליגן אין איר — ווייל ווען עפרון וואלט דערפון געוואוסט,

וואלט ער ניט מסכים געווען צו פארקויפן די שדה פאר בלויז פיר הונדערט שקלים — די ווערט פון די פעלד גופא 9 ,

ווארום ער וואלט דאן זיכער זיך געקענט פארשטעלן ווי געוואלדיק טייער די מערה איז ביי אברהם׳ען,

און דאס אויסנוצן אויף צו אויפהויבן איר פרייז פיל העכער; און אוודאי וואלט ער ניט אנגעבאטן פריער אוועקצושענקען די מערה אינגאנצן אומזיסט.

ובפרט אז בא אלע פעלקער האט אדם הראשון געהאט א חשיבות,

ווי מיר געפינען אז ער האט מורא געהאט אז "לאחר מותי יקחו אותי ואת עצמותי ויעשו להם דמות ע״ג״ 10 ]

טא וואס פאר א סימן האט עס אברהם געגעבן צו די בני חת און עפרון׳ען זאגנדיק אז מען זאל אים געבן אט־די מערה וועלכע איז "כפולה בזוגות"?

זיינען מפרשים 11

מבאר אז דאס וואס די מערה האט געהייסן דאן מיטן נאמען ״המכפלה — שכפולה בזוגות" איז עס מצד דעם ווייל אין איר איז געווען ארט פאר פיר זוגות.

איז עס אבער נאך אלץ ניט מובן:

דער גודל השטח פון דער מערה ווערט דאך באצייכנט דורך דעם אלגעמיינעם מספר פון מענטשן וועלכע קענען ליגן אין איר,

האט מען דאך לפי״ז געדארפט אנרופן די מערה מיט אזא נאמען וואס זאל באדייטן אז זי קען ארייננעמען אין זיך אכט מענטשן.

פארוואס האט מען זי גערופן "המכפלה",

וואס דאס באצייכנט נאר געטאפלטקייט.

ואפילו אז מ׳זאל זאגן אז די דאפעלקייט דארף זיין אין אן ענין כפול

(פון דעם מ פון ווארט "מכפלה" 12 )

— זוגות — איז דאס פיר מענטשן ניט אכט.

ועוד — וואס איז נוגע בענינינו אז זיי זיינען זוגות 13 ?

בנוגע די כמות פון שטח איז דאך ניט וויכטיק צי די אכט מענטשן זיינען פיר זוגות אדער אכט באזונדערע יחידים.

ג.

אויסער די קושיות אף אן ארט דא בנוגע יעדן פון רש״י׳ס צוויי פירושים

(און נוסף צו דער שוועריקייט: פארוואס דארף רש״י בכלל אנקומען צו צוויי פירושים),

איז פאראן א קשיא מלהלן 14

:

מיט עטלעכע פסוקים ווייטער זאגט דער פסוק: "שדה עפרון אשר במכפלה" 15

— איז דאך דערפון קלאר,

אז דער גאנצער שטח וואו די שדה האט זיך געפונען האט געהייסן "מכפלה" 16

; דארף דאך לכאורה אויסקומען,

אז דער פי׳ פון "מערת המכפלה" וואס אין אונזער פסוק איז אויך אויפן זעלבן אופן — די מערה וואס געפינט זיך אין "מכפלה" 16 .

מאיזה טעם זאל דא רש״י טייטשן,

אז די מערה גופא איז געווען א כפולה?

און כאטש אז פון דעם פסוק "שדה עפרון אשר במכפלה" איז נאך ניטא קיין סתירה צו פירש״י — ווייל מען קען לערנען אז דאס גופא וואס דער גאנצער שטח ארום דער מערה ווערט גערופן "מכפלה",

איז עס טאקע על שם דער מערה כפולה וואס געפינט זיך דארט — איז אבער דערביי ניט מובן:

א)

ווי דער רמב״ן פרעגט,

אז

(עפ״י דרך הפשט)

"אין צורך לבקש טעם לשם המקומות".

וואס אזוי איז אויך רש״י׳ס דרך,

ווי ס׳איז מוכרח פון רש״י׳ס ניט מפרש זיין 17

: מען זעט בכמה וכמה מקומות,

אז רש״י טייטשט ניט אויס דעם טעם הלמאי אן ארט אדער א מענטש וכיו״ב ווערט גערופן מיט א באשטימטן נאמען,

אע״פ וואס אויך ע״ד הפשט קען מען זאגן א טעם 18 .

נאכמער: אפילו אויך דאמאלס ווען רש״י אליין זאגט א טעם אויפן נאמען — זאגט ער אים אויף דעם פסוק וואו ס׳איז נוגע צום פשט הכתוב און ניט בא די פריערדיקע פסוקים וואו דער נאמען ווערט דערמאנט,

ווי מיר געפיגען עס באם נאמען "אברם" 19 .

ב)

פון דעם לשון "מערת שדה המכפלה" 20

(און אזוי אויך "במערה אשר בשדה המכפלה״ 21 )

איז לכאורה קענטיק,

אז דאס וואס דער שטח האט געהייסן "מכפלה" איז עס ניט מצד די מערה וואס אין אים,

נאר מחמת אן אנדער טעם: ווארום אויב די מערה כפולה וואלט געווען די גאנצע סיבה צום אנרופן אויך די פעלד "שדה המכפלה" — וואלט דאן ניט געפאסט צו זאגן דעם לשון " מערת שדה המכפלה",

וואו דער תואר "מכפלה" באלאנגט איבערהויפט גאר צום ״שדה״

(ועאכו״כ װאלט ניט מתאים געווען דער לשון: "במערה אשר בשדה המכפלה").

ד.

איז דער ביאור אין דעם:

פון דעם לשון הפסוק "מערת המכפלה אשר לו אשר בקצה שדהו״ — וואו דער פסוק שטעלט דעם ווארט "המכפלה" גלייך נאכן ווארט מערת,

נאך איידער ער דערמאנט ווייטער די שדה — איז משמע אז "המכפלה" באציט זיך אויסדריקלעך צו דער מערה.

דעריבער וויל רש״י ניט לערנען אז דער תואר "המכפלה" פון אונזער פסוק איז עס דער נאמען פון דעם שטח אזוי ווי באם ווארט "המכפלה" פון די ווייטערדיקע פסוקים.

היות אבער אז פון די וױיטערדיקע פסוקים איז פארט מוכח,

אז אויך דער גאנצער שטח ארום האט געהייסן "מכפלה" און אז אט־דער נאמען פונעם שטח איז ניט געקומען דירעקט מצד דער מערה

(כנ״ל סעיף ג),

לערנט דעריבער רש״י ״בית ועלי׳ על גביו״ — דאס מיינט אז בסמיכות,

לעבן דער מערה איז געווען א בית כפול,

א צוױי שטאקיקע הויז 22 .

און לויט דעם פירוש ווערן פארשטאנדיק אלע שינויי הלשונות פון די פסוקים: ס׳איז רעכט דער לשון "מערת שדה המכפלה" וואס לאזט אונז הערן אז דער נאמען "מכפלה" פון דער שדה איז ניט געווען צוליב דער מערה — ווייל די מערה איז טאקע ניט געווען קיין כפולה,

און געטראגן אויף זיך דעם נאמען "מכפלה" האט גאר די שדה צוליב דעם בית כפול וואס איז דארט געשטאנען; און ס׳שטימט אויך דער לשון "מערת המכפלה אשר בקצה שדהו" פון וועלכן ס׳איז מוכח אז "המכפלה" איז זיך מתייחס צו דער מערה — ווייל אט־דער בית כפול האט זיך געפונען בסמיכות צו דער מערה,

און צוליב דעם האט די מערה באקומען אט־דעם נאמען בעיקר.

ה.

נאך א הסבר אויף דעם וואס רש״י לערנט אז לעבן דער מערה איז געווען א בית כפול און ניט אז די מערה גופא איז געווען א כפולה:

ווען מ׳זאל לערנען אז די מערה גופא איז געווען א כפולה,

ד.

ה.

אז אין איר זיינען געווען צוויי מערות,

מוז מען דאן זאגן אז די צוויי מערות זיינען געווען זה לפנים מזה — ניט אין אן אופן פון איינע אויף דער צווייטער,

כנ״ל סעיף א׳.

אבער אויך דעם אופן פון "זה לפנים מזה״ איז שווער איינצולערנען אין פסוק: אין פסוק שטייט דאך אז די מערה האט זיך געפונען "בקצה שדהו",

ביים ברעג פון פעלד,

און אויב די צוויי מערות זיינען געווען זה לפנים מזה — איינע נאך דער אנדערער — קענען זיי דאך ניט זיין ביידע ביים ברעג פעלד,

נאר איינע ביים ברעג און די צווייטע טיפער אין פעלד .

ואפילו אם תמצי לומר

(א)

אז די צוויי מערות זיינען ביידע געשטאנען ביים זייט פון שדה,

און דער פירוש פון "בקצה" איז

( ניט ביים ברעג,

ווינקל,

נאר)

ביים זייט ; אדער

(ב)

אז אויך די מערה וועלכע איז געווען טיפער אין פעלד קען אנגערופן ווערן " בקצה שדהו" מצד דעם וואס זי איז בסמיכות צום ברעג פעלד —

וויבאלד אבער אז אברהם מיט זיין זאגן "אשר בקצה שדהו" איז געווען אויסן,

כמובן,

צו מקטין זיין דעם ווערט פון דער מערה 23 ,

איז שווער צו זאגן אז באותה שעה זאל ער זי אנרופן "המכפלה" און מיינען דערמיט צוויי מערות זה לפנים מזה,

וואס אונטערשטרייכט איר גודל השטח.

און דעריבער לערנט רש״י " בית ועלי׳ על גביו",

אז דאס וואס די מערה האט געהייסן "מערת המכפלה",

איז עס מצד דעם וואס זי האט זיך געפונען לעבן א בית כפול,

כנ״ל.

ו.

מיט דעם פירוש באנוגנט זיך אבער רש״י ניט און ברענגט נאך א פירוש,

ווייל לויטן פירוש פון "בית ועלי׳ על גביו" איז ניט מובן: צוליב וואס האט אברהם געדארפט געבן צוויי סימנים אויף דער מערה: אז זי געפינט זיך לעבן דעם בית כפול און אויך אז זי איז בקצה שדהו?

דערפאר דארף רש״י אנקומען צום צווייטן פירוש "כפולה בזוגות",

וואס דאס מיינט אז די מערה איז געווען כפולה

[ ניט מיט א באשטימטן מספר פון זוגות קברים

(ווייל דאס איז ניט מוכח פון ווארט "המכפלה" — ראה לעיל סוס״ב),

נאר]

דערמיט גופא וואס אירע קברים זיינען — יעדער פון זיי — "זוגות",

געטאפלטע,

צווייענדיקע קברים פאר א מענטשן מיט זיין בן־זוג — איש ואשתו 24 .

און עפי״ז איז מובן וואס אברהם האט געדארפט צוגעבן דעם ווארט "המכפלה" — ווייל דורך דער הוספה האט ער אויפגעקלערט דעם טעם פארוואס ער וויל דוקא די מערה: די בני חת האבן דאך אים געזאגט " במבחר קברינו קבור את מתך גו׳",

איז וואס פארלאנגט ער פון זיי אז זיי זאלן פאר אים בעטן דוקא עפרון׳ס מערה?

דערפאר האט ער מוסיף געווען "המכפלה",

וואס דערמיט האט ער געמאכט קלאר דעם טעם פארוואס ער וויל ניט אננעמען דעם אנבאט פון די בני חת "במבחר קברינו קבור את מתך "

(נעמען פון זיי איין ארט צו מקבר זיין שרה׳ן) 25 ,

נאר ער וויל מקבר זיין שרה׳ן אין עפרון׳ס מערה — ווייל אין איר איז יעדער קבר א דאפעלטער ארט,

אויך פאר איר בן־זוג

(אברהם).

דאס איז אבער ניט מספיק

(און דערפאר שטייט אויך ניט מערת הכפל וכיו״ב),

ווייל די בני חת האבן געקענט לייכט אפפרעגן דאס דורך פארלייגן אז זיי וועלן אים געבן אן ארט א כפול — פאר צוויי קברים.

האט אברהם געזאגט מכפלה — שכפולה בזוגות — אז ער וויל ניט אז דער קבר לזוג זאל זיין צווישן פרעמדע,

נאר אין אן ארט וואס כפול בזוגות,

עס זאל זיין בית קברות למשפחתו 26 .

לויט דעם פירוש אבער איז א סתירה בסגנון המשך דברי אברהם: ער הייבט אן,

ובנוסח דבקשה : וישתחו לעם הארץ גו׳ וידבר גו׳ אם יש את נפשכם גו׳

(און וואס בעט ער)

לקבור את מתי

(ל׳ יחיד)

מלפני

(א צער גדול,

בעט ער וואס פריער מבטל זיין עם,

און דערפאר)

ויתן לי גו׳ המכפלה

(ניט ווייניקער ווי אכט קברים!).

ועוד ועיקר: פי׳ הפשוט פון מכפלה

(דער מ״ם מיט א פתח)

— איז מלשון מכפיל

(מאכיל וכו׳)

— מאכט 27

דאפעלדיק

(מאכט עסן וכו׳),

קיין שייכות ניט לכאורה מיט "כפולה בזוגות".

דערפאר איז דער פי׳ הראשון,

העיקרי: בית ועלי׳ על גביו — דער בית האלט אויף די עלי׳ וכנ״ל.

און די דערמאנטע שוועריקייט פון פירוש "בית ועלי׳ על גביו" איז ניט אזוי שטארק — ווארום מען געפינט אין נאך ערטער אז מען גיט אויף א זאך צוויי סימנים .

ז.

אין פירוש רש״י איז דאך פאראן אויך "יינה של תורה" 28 .

עס שטייט אין זהר 29

אז "המכפלה" — ה׳ מכפלה — מיינט די צוױי ההי״ן וואס אין שם הוי׳.

און דערמיט איז דער צמח צדק מבאר 30

דעם פירוש פון "בית ועלי׳ על גביו" אז "בית" איז בחי׳ ה׳ תתאה,

און עלי׳ — בחי׳ ה׳ עילאה.

וואס איז די שייכות פון די צוויי ההי״ן פון שם הוי׳,

וועלכע זיינען מרומז אין ווארט "המכפלה",

צום ענין פון מערת המכפלה כפשוטה?

איז איינער פון די ביאורים אין דעם:

דער תכלית פון ירידת הנשמה למטה איז,

אז דורך איר עבודה דא למטה זאל זי צוקומען צו תשובה: די נשמה וױ זי איז למעלה,

איידער זי קומט אראפ למטה,

איז זי בבחינת צדיק,

און דורך איר עבודה למטה,

ווערט זי בבחינת בעל תשובה 31 .

וויבאלד אז עבודת הנשמה למטה איז בכדי זי זאל צוקומען צו תשובה,

איז מובן אז כל זמן די נשמה האט נאך ניט פארענדיקט איר עבודה בעלמא דין,

איז זי נאך ניט צוגעקומען צו שלימות התשובה.

דוקא אין דעם זמן פון "ותמת שרה בקרית ארבע גו׳" 32 ,

ווען די נשמה שיידט זיך פון גוף און זי פארענדיקט איר עבודה ״בארץ כנען״

(מלשון 33

מסחר),

אין עוה״ז דאס לאנד פון מסחר,

וואו די נשמה ״האנדלט״ איין די העכסטע עליות 34 ,

ערשט דאן קומט זי צו שלימות התשובה 35 .

און דאס איז די שייכות פון "מערת המכפלה" כפשוטה,

אין וועלכער די אבות ואמהות זיינען געקומען לאחרי גמר עבודתם,

בשעת זיי זיינען צוגעקומען צו שלימות התשובה 36 ,

צו די צוויי ההי״ן

[ה׳ תתאה און ה׳ עילאה]

וואס זיינען מרומז אין מערת המכפלה — ווייל כללות ענין התשובה באשטייט פון צוויי בחינות: תשובה תתאה — תשוב ה׳ תתאה,

און תשובה עילאה — תשוב ה׳ עילאה 27 .

ח.

אעפ״י אז בכללות זיינען פאראן נאר צוויי בחי׳ תשובה: תשובה תתאה און תשובה עילאה — שטייט אבער אין לקו״ת 38

אז בפרטיות זיינען פאראן פיר בחינות אין תשובה.

ווייל אין יעדער איינער פון די צוויי בחינות,

תשובה תתאה און תשובה עילאה,

איז פאראן צוויי אופנים: העלאה און המשכה 39 .

אין תשובה תתאה איז פאראן ווי דער ה״א תתאה איז עולה צום וא״ו,

און ווי דער וא״ו ווערט נמשך צום ה״א; און אזוי אויך אין תשובה עילאה זיינען דא צוויי אופנים: ווי דער ה״א עילאה איז עולה צום יו״ד,

און ווי דער יו״ד ווערט נמשך צום ה״א.

און דאס איז דער ביאור בפנימיות הענינים — פון רש״י׳ס צוויי פירושים אין "המכפלה".

אין ערשטן פירוש זאגט רש״י די כללות פון די צוויי בחי׳ שבתשובה: בית — תשובה תתאה,

און עלי׳ — תשובה עילאה.

(און רש״י איז מוסיף "על גביו",

אז די "עלי׳" האלט זיך אויפן "בית" דוקא — ווייל דער סדר העבודה איז,

אז צו ערשט מוז זיין תשובה תתאה און ערשט דאן קען מען קומען צו תשובה עילאה 40 .

וגם כשהוא באופן דתשו״ע — צ״ל וחטאתי נגדי תמיד 41 ).

און אין זיין צווייטן פירוש — "שכפולה בזוגות",

וואס דאס מיינט געטאפלט אין דעם ענין הזוגות,

איש ואשתו

(כנ״ל סעיף ו׳)

— איז ער מבאר די צוויי אופנים פון העלאה און המשכה וועלכע זיינען דא סיי אין "בית"

(תשו״ת)

סיי אין ״עלי׳״

(תשו״ע).

כידוע אז ״אשה״ ווייזט אויף עבודה באופן העלאה מלמטה למעלה,

און ״איש״ — אויף המשכה מלמעלה למטה.

(משיחת ש״פ חיי שרה תשכ״ט)

Reader controls and commentary are loading.