B"H
🏡

Ikar

וירא א

א.

שבת פרשת וירא — כ׳ מ״ח 1

תרצ״ג,

האט כ״ק מו״ח אדמו״ר דערציילט א סיפור 2

וואס האט פאסירט מיט זיין פאטער דעם רבי׳ן

(מהורש״ב)

נ״ע,

ווען ער איז געווען א קינד פון פיר אדער פינף יאר.

(אז ער איז דאן ניט געווען עלטער פון פינף יאר,

איז מוכרח פון דעם וואס דער רבי נ״ע איז געבארן געווארן כ׳ מ״ח שנת כתר״א 3

און ביי דער הסתלקות פון צ״צ — י״ג גיסן תרכ״ו — איז ער נאך ניט געװען קיין בן שש; און אז ער איז שוין דאן אלט געווען פיר יאר,

איז פארשטאנדיק דערפון וואס מען האט אים אריינגעגעבן אין חדר צו דריי מיט א האלב יאר 4 ,

און דער סיפור האט דאך צו טאן מיט זיין לימוד אין חדר).

בשבת קדש פרשת וירא

(ביום הולדתו,

אדער דעם שבת וואס פאר 5

דעם 6 ),

האט אים זיין מוטער הרבנית רבקה אריינגעפירט צו זיין זיידן כ״ק אדמו״ר הצ״צ מקבל זיין די ברכה בשייכות מיט זיין יום הולדת.

ארײנ־ גייענדיק צום צ״צ האט זיך דאס קינד פאנאנדערגעוויינט.

אז דער צ״צ האט אים געפרעגט וואס וױינט ער,

האט ער געענטפערט,

אז ער האט געלערנט אין חדר אז דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו

(פון דעם זעט מען אז ער האט שוין דאן געלערנט אין חדר ניט נאר עברי און סידור נאר אויך חומש)

איז אויף דעם וויינט ער וואס צו אברהם אבינו האט זיך דער אויבערשטער יע באוויזן און צו אונז באוױיזט ער זיך ניט.

האט אים דער צ״צ געענטפערט: אז א איד,

צו ניין און ניינציק יאר,

איז מחליט אז ער דארף זיך מל זיין,

איז ער ווערט אז דער אויבערשטער זאל זיך באוױיזן צו אים.

נאך א נוסח 7

: אז א איד א צדיק,

צו ניין און ניינציק יאר איז מחליט אז ער דארף זיך מל זיין,

איז ער ווערט אז דער אויבערשטער זאל זיך באווייזן צו אים.

כ״ק מו״ח אדמו״ר האט דאמאלסט מסביר געווען די סיבה פון צוויי נוסחאות: דער רבי נ״ע האט עס אליין ניט געדענקט

(ווייל כאמור,

איז ער דאן געװען א קליין קינד),

און די מספרים האבן עס דערציילט אין די צוויי נוסחאות.

ב.

די כללות ההוראה פון דעם מאמר הצ״צ

(לויט ביידע נוסחאות)

איז 8 ,

אז אפילו א איד וואס איז אלט ניין און ניינציק יאר

— און ניט נאר וואס לויטן ״קאלענדאר" איז ער אזוי אלט,

נאר וואס עבד עבודתו ניין און ניינציק יאר,

און ווי עס שטייט 9

אויף אברהם אבינו אז ער איז געווען "בא בימים",

ביי אים זיינען געווען ״יומין שלמין״ —

אויך ער דארף זיך מל זיין 10 ,

ד.

ה.

אויך ער דארף זיך באווארענען פון דעם צודעק און העלם וואס קען קומען פון וועלט

(עולם — ל׳ העלם 11 )

און אראפנעמען עם.

ווייל דוקא אויף ״בן מאה״ שטייט 12

"כאילו מת ועבר ובטל מן העולם",

אז וועלט איז אים ניט מעלים.

בשעת ער איז אבער נאר ניין און ניינציק יאר,

ער האלט

(אפילו נאר מיט איין דרגא)

נידעריקער ווי "בן מאה",

דארף ער זיך באווארענען פון דעם העלם העולם.

ג.

נאך אן ענין אין דעם:

אדם הראשון איז נצטווה געווארן אויף זעקס מצות.

נח׳ן איז צוגעקומען א זיבעטע מצוה.

אברהם אבינו האט מען געגעבן מצות מילה 13 .

און וויבאלד אז מצות מילה האט זיך אויפגעטאן דורך אברהם אבינו,

איז מובן אז די מצוה איז עיקר ענינו של אברהם.

פון דעם איז מובן,

אז אברהם׳ס החלטה צו ניין און ניינציק יאר אז ער דארף זיך מל זיין,

איז

[ניט אז ער דארף נאך ״עפעס״ מוסיף זיין אויף זיין עבודה וואס ער האט געטאן במשך פון ניין און ניינציק יאר נאכאנאנד,

נאר]

אז לאחרי כל עבודתו,

פעלט נאך אן ענין עיקרי.

און נאכמער: פון איצט אן וועלן אלע זיינע מעשים,

וואס פאר אן עבודה עס זאל ניט זיין — זיין באופן אחר לגמרי,

וכמאמר חז"ל 14

: והי׳ תמים כו׳ בדבר הזה

(ע״י המילה)

תהי׳ תמים שכל זמן שהערלה בך אתה בעל מום לפני — וואס דער עילוי פון א תמים אויף א בעל מום,

איז דאך אין אלעם 15 ,

ניט נאר אין דעם אבר אין וועלכן עס איז דער מום.

ד.

א טיפערער ענין אין דעם:

שוין גערעדט פיל מאל 16 ,

אז טראץ דעם וואס די מצות וועלכע מיר זיינען מקיים לאחרי מ״ת זיינען פיל העכער פון די מצות וואם די אבות האבן מקיים געווען ובלשון המדרש 17

כל המצות שעשו לפניך האבות ריחות היו אבל אנו שמן תורק שמך,

[די מצות וואס די אבות האבן מקיים געווען,

וויבאלד אז זיי האבן עס געטאן בכח עצמם

(וואס דאס איז אויך כולל — וואס אברהם התפלל שחרית ויצחק הפריש מעשר וכו׳ 18 ),

איז

(א)

דורך זיי נמשך געווארן בלויז א הארה פון אלקות,

ניט עצמות און דעריבער

(ב)

האבן די מצות ניט קובע געווען די קדושת המצוה בפנימיות ובגלוי 19

אין די דברים הגשמיים מיט וועלכע זיי האבן די מצות געטאן,

באופן אז די קדושה זאל אין זיי פארבלייבן בגלוי אויך לאחרי קיום המצוה.

משא״כ די מצות שלאחרי מ״ת,

איז

(א)

זיי האבן אין זיך דעם כח העצמות,

ווארום דער ציווי אויף זיי איז געקומען פון " אנכי 20

הוי׳ אלקיך",

און דעריבער

(ב)

זיינען זיי קובע די קדושת המצוה אין די דברים הגשמיים מיט וועלכע די מצות ווערן געטאן,

ביז אז די קדושה פארבלייבט אין זיי בפנימיות ובגלוי אויך לאחרי קיום המצוה],

פונדעסטוועגן,

איז "מעשה אבות סימן לבנים" 21 ,

אז דער כח וואס מיר האבן אויף דעם קיום המצות לאחרי מ״ת,

נעמט זיך פון די מצות שקיימו האבות לפני מ״ת.

און בכדי אז די מצות פון די אבות זאלן האבן א שייכות און א חיבור צו די מצות שלאחרי מ״ת,

האט געדארפט זיין צום ווייניקסטן איין מצוה פון די אבות בדוגמת 22

המצות שלאחרי מ״ת,

און דאס איז מצות מילה

— וואס

(א)

אויף איר איז אברהם נצטווה געווארן פון דעם אויבערשטן 23 ,

און דעריבער איז

(ב)

די קדושה פון דער מצוה

(אויך פאר מ״ת),

פארבליבן אין דעם דבר גשמי אויך לאחרי קיום המצוה 24

וואס זי האט פארבונדן אלע אנדערע מצות וואס די אבות האבן מקיים געווען מיט די מצות שלאחרי מ״ת,

אז די "מעשה אבות" זאלן זיין "סימן לבנים" 25 .

ה.

עפי״ז איז פארשטאנדיק אז דאס וואס אברהם אבינו האט מחליט געווען,

לאחרי זיין עבודה אין פארלויף פון ניין און ניינציק יאר,

אז ער דארף זיך מל זיין,

האט עס געמיינט אז

(ניט נאר וואס אים פעלט נאך א געוויסער ענין,

און אן ענין עיקרי ,

און אז פון איצט אן וועלן אלע זיינע מעשים וואט ער וועט טאן זיין בשלימות,

נאר אז)

עס פעלט אים אויך אין אלע זיינע פריערדיקע עבודות; ער דארף זיך מל זיין בכדי איבערצושטעלן אלע זײנע פריערדיקע עבודות,

אז זײ זאלן זיין בשלימות.

און דאס איז א הוראה לכל אחד ואחד,

אז ווי גרויס ער זאל ניט זיין,

(כל זמן ער האלט נאך ניט ביי דער עבודה פון "בן מאה")

איז ניט נאר וואס ער האט נאך ניט פארענדיקט זיין עבודה; ער דארף טאן נאך אן עבודה און אן עבודה עיקרית,

נאר ער דארף נאך אריינברענגען שלימות בכל עבודתו הקודמת.

ו.

כאמור לעיל,

זיינען אין דעם מאמר הצ״צ פאראן צװײ נוסחאות.

און וויבאלד אז ביידע נוסחאות זיינען דער־ ציילט געווארן דורך א רבי׳ן,

א נשיא בישראל,

איז מוכרח אז אין יעדן נוסח

(כאטש ער איז מפי המספרים)

איז דא אן אויפטו,

א באזונדערע הוראה אין עבודת האדם.

איז ניט פארשטאנדיק,

וואס פאר אן אויפטו איז דא אין דעם ערשטן נוסח

(א איד — סתם)

אויפן צוױיטן

(— א צדיק)

: וויבאלד אז מען זאגט

(אין צווייטן נוסח)

אז אפילו א איד א צדיק דארף האבן די החלטה אז ער דארף זיך מל זיין,

איז דאך שוין מובן במכל שכן אז א איד וואס איז ניט קיין צדיק דארף א ודאי האבן די החלטה,

ווארום — יש בכלל מאתים מנה.

היינט וואס איז דער אויפטו אין דעם ערשטן נוסח 26 ?

ובכלל — ווי איז בכלל שייך דער ערשטער נוסח — אברהם איז דאך געווען א צדיק אויך קודם המילה 27 ,

בלויז דער תואר "תמים" איז אים צוגעקומען ע״י המילה?

איז דער ביאור אין דעם:

וויבאלד אז דער אויפטו פון מצות מילה לגבי די מצות וואס אברהם האט מקיים געווען פריער איז,

אז אויף דער מצוה איז ער נצטווה געווארן פון דעם אויבערשטן,

ובמילא האט ער זי מקיים געווען ניט בכח עצמו נאר

(בדוגמת המצות שלאחרי מ״ת)

מצד כח המצווה,

כח הבורא,

כח המאציל

(כנ״ל סעיף ד),

דארף דעריבער די החלטה צו מקיים זיין די דאזיקע מצוה קומען פון דעם ארט אין נפש וואו ס׳איז ניט שייך קיין חילוקי דרגות פון צדיק און ניט צדיק

(און אזוי איז אויך געווען בא אברהם׳ן).

און דעריבער זאגט ער ניט דעם ווארט "צדיק" אין דעם ערשטן נוסח,

ווייל

[נוסף אויף דערויף וואס לגבי דעם ענין פון גילוי כח המאציל וואס דארף זיך אויפטאן ע״י המילה,

איז קיין חידוש ניטא אין דעם וואס אויך א צדיק דארף זיך מל זיין 28 ,

ווארום לגבי המאציל,

איז אצילות

(און אפילו א״ק 29 )

גלייך מיט עשי׳ 30 ,

איז נוסף לזה]

בכדי צו נעמען גילוי בחי׳ מאציל

(וואס דאס קומט דורך גילוי הבחי׳ שבנפש שהיא למעלה מחילוקי דרגות),

דארף ער נתבטל ווערן פון זיינע מדריגות.

(ובמכל שכן פון דעם וואס עם שטייט 31

אויף ר׳ זירא׳ן,

אז ער האט געדארפט פארגעסן תלמוד בבלי בכדי צו קענען לערנען תלמוד ירושלמי,

אעפ״י וואס ביידע זיינען בהבנה והשגה דוקא,

מוזן זיי דאך האבן אן ערך זה לזה).

און דאס איז דער ביאור פון ביידע נוסחאות: דער ערשטער נוסח רעדט וועגן דעם ענין ווי ער איז לאמיתתו — מצד המאציל,

וואס לגבי אים איז אצילות ועשי׳

(שבעולם ושבאדם)

שוין.

און דער צוױיטער נוסח רעדט ווי ס׳איז מצד הרגש הנבראים,

און אין הרגש הנבראים איז אן אויפטו,

אז אפילו א צדיק דארף זיך מל זיין.

ז.

די הוראה פון דעם מאמר הצ״צ

(לויט ביידע נוסחאות)

צו אונז — נאך מ״ת — איז:

דורך יעדער מצוה — מלשון צוותא וחיבור 32

— ווערט מען למעלה מיוחד מיטן אויבערשטן אויף אייביג,

ווי דער אלטער רבי זאגט 33

"ויחוד זה למעלה הוא נצחי לעולם ועד".

און דער יחוד איז דא ביי יעדער אידן.

ווי די גמרא זאגט 34

"אפילו פושעי ישראל מלאים מצות ״ — מלשון צוותא וחיבור.

וואס דערפאר זאגט יעדער איד דעם נוסח ברכת המצות

[און זאגט עס מיט א שם ומלכות,

ווייל אין דעם נוסח איז ניטא קיין ספק און ספק ספיקא 35 ]

— ניט נאר "מלך העולם" נאר אויך ״אלקינו״

(אלוקה שלנו )

און "אשר קדשנו במצותיו וצונו " .

(מלשון צוותא וחיבור).

איז וויבאלד אז יעדער איד איז "פול" מיט מצות,

וואס דורך דעם איז ער מיוחד מיטן אויבערשטן לעולם ועד,

קאן ער דאך מיינען אז ער איז שוין א פארטיקער — אויף דעם האט מען די הוראה,

אז מען דארף אלע מאל וױסן אז מען דארף זיך מל זיין.

און בשעת ער האט די החלטה,

איז ער ווערט — כסיום מאמר הצ״צ — אז דער אויבערשטער זאל זיך באוױיזן צו אים,

ביז אין אן אופן ווי ער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו,

בחינת נבואה 36

— וואס איז העכער פון חכמה — ראיית המהות 37 .

(משיחת ש״פ וירא תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.