א.
אין פסוק "וימח את כל היקום גו׳ וישאר אך נח גו׳" 1 ,
שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "אך נח" און איז מפרש: "לבד נח".
ווי מען לערנט די רש״י בהשקפה ראשונה קומט אויס,
אז רש״י׳ן איז דא שווער די איבעריקייט פון ווארט "אך": אויך ווען עס וואלט געשטאנען נאר "וישאר נח גו׳" וואלט געווען קלאר די כוונה אין פסוק.
פארוואס־זשע שטייט ״ אך נח״?
אויף דעם ענטפערט רש״י און איז מחדש א נייעם טייטש אין אך,
אז דער פירוש פון ״אך״ דא איז
(ניט ״רק״ ווי אומעטום,
נאר)
לבד
(אליין) 2 .
דארף מען פארשטיין:
א)
מיט וואס ווערט פארענטפערט די איבעריקייט פון װארט ״אך״ לויט דעם פירוש אז ״אך״ מײנט "לבד"?
ב)
וויבאלד אז רש״י איז מפרש דעם ווארט אך,
האט ער דאך געדארפט שטעלן זיך בלויז אויף דעם ווארט און מפרש זיין לבד.
פארוואס איז ער מעתיק די ווערטער "אך נח ",
און אויך אין זיין פירוש שרייבט ער "לבד נח״ 3 ?
ב.
דערנאך איז רש״י ממשיך: "זהו פשוטו ומדרש אגדה 4
גונח וכוהה 5
דם" — אז דער פירוש הנ״ל איז "פשוטו",
און לויטן מדרש אגדה איז דער פירוש פון ״אך נח״ — אז נח איז פארבליבן אין אן אופן פון ״אך״ לשון מיעוט,
ער איז געווען א געמינערטער 6 .
צוליב וואס ברענגט דא רש״י מדרש אגדה: ענינו פון פירש״י עה״ת איז דאך פשט?
איז יש לומר בפשטות אז דאס איז מצד די אויבנדערמאנטע קשיא — וואס דער ווארט אך איז איבעריק 6 .
על פי זה אבער
(וויבאלד אז דער "פשוטו" פארענטפערט כלל ניט צוליב וואס עס דארף שטיין דער ווארט "אך"),
האט רש״י געדארפט מקדים זיין דעם פירוש המדרש פאר דעם פירוש הפשוט — און ווי מען זעט בתחילת פירושו על התורה 7 ,
אז וויבאלד "אין המקרא הזה אומר אלא דרשני" שטעלט רש״י פריער דעם פירוש פון מדרש און ערשט דערנאך לערנט ער איין דעם פסוק לפי פשוטו?
ג.
איז דער ביאור אין דעם:
די קשיא וואס רש״י׳ן ארט אין ״אך נח״ — וואס מצד דעם איז ער מחדש אז דער פירוש פון ״אך״ דא איז ״לבד״ — איז,
ווייל לויט ווי מען לערנט אין פשטות אז ״אך״ דא מײנט ״רק״ ווי אומעטום,
איז שווער דער ווארט ״אך״ גופא
(און ניט בלויז אז ער איז איבעריק)
:
לויטן פירוש אז ״אך״ מײנט ״רק״,
קומט אויס אז דער ווארט קומט ממעט זיין און ארויסנעמען "נח ואשר אתו בתבה" פון דעם פריערדיקן כלל "כל היקום" אויף וועלכן ער זאגט "וימח גו׳ וימחו מן הארץ".
און לפי"ז,
באציט זיך דער ווארט ״אך״ צו ״ וישאר ״: אז טראץ דעם וואס "וימח את כל היקום" איז אבער "וישאר נח וגו׳".
דער פירוש אבער איז שווער.
ווייל דער לשון ״אך״ װאס קומט ממעט זיין
(אז דאס ווייטערדיקע גייט ניט אריין אין דעם פריערדיקן כלל און איז אנדערש פון אים),
פאסט בלויז דארט וואו עס איז דא א חידוש דערביי לגבי פריער,
[ווי צום ביישפיל "אך בשר בנפשו דמו לא תאכלו" און "ואך את דמכם לנפשותיכם אדרוש״ 8
— וואו מצד דעם פריערדיקן פסוק 9
"כל רמש אשר הוא חי לכם יהי׳ לאכלה גו׳ נתתי לכם את כל" קען מען מיינען אז אויך "בשר בנפשו דמו"
(אבר מן החי און דם מן החי 10
")
און "דמכם לנפשותיכם"
(שופך דם עצמו און חונק עצמו 11 )
זיינען ניט אסור,
און די תורה איז מחדש "
(בשר בנפשו דמו)
לא תאכלו" און "
(את דמכם לנפשותיכם)
אדרוש ״ — דארט זאגט עס די תורה מיטן לשון אך ],
און וויבאלד אז אין ״וישאר נח״ איז ניטא קיין חידוש
[ווארום דער תוכן פון דער גאנצער פרשה ביז אהער איז דאך,
אז דער אויבערשטער האט געהייסן נח׳ן מאכן א תיבה און אריינגיין אין איר מיט כל אשר אתו בכדי צו געראטעוועט ווערן פון דעם מבול,
פון דעם "לשחת כל בשר" "ומחיתי את כל היקום" 12 ],
פאסט דאך ניט צו זאגן אויף ״וישאר נח״ דעם לשון "אך" 13 .
לערנט דעריבער רש״י אז דער פירוש פון ״אך״ דא איז ״לבד״,
װאס מײנט
(ניט אויסער וכיוצא בזה,
נאר)
אליין
(אזוי ווי "לא טוב היות האדם לבדו"")
און ער באציט זיך
(ניט צו "וישאר",
נאר)
צו נח ,
אז נח איז איבערגעבליבן איינער אליין 15 .
און דערמיט איז אויך מובן וואס דער ווארט ״אך״ איז ניט איבעריק: ווען א מענטש געפינט זיך "לבדו" איז ער לגמרי אין אן אנדער מצב ווי בעת ער איז מיט נאך מענטשן 16 ,
ווארום בשעת א מענטש איז איינזאם,
איז עס פאר אים א גרויסער צער 17 .
דעריבער איז דער פסוק מדגיש "וישאר אך נח",
אז נח איז געבליבן לבדו 18 .
אעפ״כ באנוגנט זיך ניט רש״י מיט "פשוטו"
(כאטש אז אויך לויט אים איז דער ווארט "אך" ניט איבעריק,
כנ״ל),
ווייל זאגן אז נח איז געבליבן לבדו,
וואלט דער פסוק געשריבן ווי ערשט ביי אדם׳ן 14
״וישאר נח לבדו ".
פארוואס שטייט ״וישאר אך נח״?
לערנט דעריבער רש״י אז מיטן אויסשפראך אך — לשון מיעוט,
איז דער פסוק אויך מרמז אז נח איז געווען א ממועט,
א געמינערטער.
און אז דער מיעוט און חסרון זיינער איז געווען
(ניט נאר מצד זייטיקע זאכן,
וואס אים האט געפעלט דער ארום וכדומה,
נאר)
אין אים גופא — "גונח וכוהה דם".
ד.
מען דארף נאך אבער פארשטיין: דער ווארט ״אך״ װײזט לכאורה נאר אז אין נח׳ן האט עפעס געפעלט
(און אז דער חסרון איז געווען אין אים גופא),
עס ווייזט אבער ניט אין וואס זיין חסרון איז באשטאנען.
איז פון וואנען נעמט עס רש״י אז ער איז געווען "גונח וכוהה דם" 19 ?
די קשיא איז נאך שטארקער: אין "גונח וכוהה דם" זיינען פאראן דריי פרטים,
וואס יעדער איינער פון זיי מאכט דעם מענטשן פאר א חסר: ווען א מענטש איז בלויז "גונח",
ער קרעכצט,
איז ער א געמינערטער; אויך ווען א מענטש איז בלויז ״כוהה״
(אפילו ווען ער שפייט מיט עפעס אנדערש,
ניט מיט בלוט),
איז ער ניט געזונט; און זעלבסטפארשטענדליך,
אז ווען עס גייט בלוט פון א מענטשן
(אויך ווען ס׳איז ניט פארבונדן מיט "כוהה",
נאר עם רינט וכדומה)
איז ער א חולה.
איז פארוואס איז רש״י מעתיק די אגדה בשלימותה — וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז אויך בדרך הפשט איז דא עפעס א לימוד אז נח׳ס מיעוט איז געווען אין אלע דריי זאכן: גונח,
כוהה און דם ?
ה.
איז דער ביאור אין דעם:
וויבאלד אז מיט׳ן לשון ״אך״ װיל דער פסוק מרמז זיין וואס עס האט פאסירט מיט נח׳ן,
אז ער איז געווען א ממועט,
לייגט זיך צו זאגן אז ער איז מיט דעם אויך מרמז אין וואס זיין חסרון איז באשטאנען.
זאגט דעריבער רש״י "גונח וכוהה",
ווייל דאס זיינען צוויי פרטים וועלכע קענען זיין מרומז
(עפ״י דרך הפשט)
אינעם ווארט אך : דער אל״ף פון אך איז מרמז אויף גונח,
ווארום בשעת א מענטש
(וואס רעדט בלשון הקדש 20 )
קרעכצט שרייט ער ״אוי״ 21 ,
וואס הויבט זיך אן מיט אן אל״ף; און דער כ״ף איז מרמז אויף כוהה,
וואס הויבט זיך אן מיט א כ״ף.
און ס׳איז קיין חידוש ניט וואס רש״י בפירושו עה״ת באנוצט זיך מיט א רמז פון ראשי תיבות — מען געפינט דאס שוין אין דער פריערדיקער סדרה 22
: דעם ווארט ״שמים״ טייטשט רש״י אפ מיט פארשידענע ראשי תיבות
(און נאך מער: דארט איז ער אזוי מפרש לויטן דרך הפשט,
ניט אלס "מדרש אגדה").
ו.
דער "בן חמש למקרא" פרעגט אבער א קשיא: די ווערטער "וישאר אך נח" קומען בהמשך צו תחילת הפסוק "וימח את כל היקום גו׳",
אז אויך נח — כאטש ער איז געבליבן לעבן און איז ניט אפגעווישט געווארן פון דער ערד,
איז ער אבער געווען א נשאר פון דעם כל היקום וואס איז געווען וימח
(זיין צושטאנד האט געהאט א שייכות מיט וימח 23 )
— ער איז געווען עכ״פ א חסר,
טענה׳ט דער בן חמש למקרא: דער חסרון פון נח׳ן מוז דאך האבן עפעס א דמיון צו "וימח את כל היקום".
וואס פאר א שייכות האט דער גונח וכוהה
(ביי נח׳ן)
צו וימח
(ביי כל היקום)?
זאגט דעריבער רש״י אז נח איז געווען "גונח וכוהה דם ",
און בשעת א מענטש שפייט מיט בלוט ר״ל,
פעלט דאן אין זיין עיקר מציאות
("כי הדם הוא הנפש" 24 ),
און וויבאלד אזוי,
איז שוין פארשטאנדיק דער דמיון און די שייכות פון ״וישאר אך נח״ צו ״וימח את כל היקום".
ז.
עס איז אבער ניט פארשטאנדיק: וואס פאר א פארבונד האט נח'ס געזונדצושטאנד ״גונח וכוהה דם״ — מיט וימח גו׳ וישאר גו׳ און צום מבול בכלל?
איז רש״י ממשיך ומבאר אז דער גונח כו׳ איז געקומען דורך׳ן מבול כו׳.
און ברענגט צוויי פירושים־סיבות וואס האבן געבראכט דערצו 25
:
(א)
"מטורח הבהמות והחיות״ 26 .
(ב)
"ויש אומרים שאיחר 27
מזונות לארי והכישו 28 .
ועליו נאמר 29
הן צדיק בארץ ישולם" 30 .
איז אין דעם ניט מובן:
א)
וואס דארף רש״י אנקומען צו ביידע פירושים?
ב)
פון וואנען איז די ראי׳ — אויך בדרך הפשט — אז אים האט געביסן אן ארי דוקא?
ג)
אין מדרש שטייט " שהה מזונות כו׳".
פארוואס איז רש״י משנה און שרייבט " שאיחר" 31 ?
ד)
צוליב וואס איז רש״י מסיים "ועליו נאמר הן צדיק בארץ ישולם": רש״י איז דאך אויסן צו מפרש זיין די ווערטער ״אך נח״ פון אונזער פסוק
(ניט צו מפרש זיין א פסוק אין משלי ).
איז וואס פאר א ביאור קומט צו אין " אך נח " דורך זאגן אז "הן צדיק בארץ ישולם" איז געזאגט געווארן אויף נח׳ן?
ח.
איז דער ביאור אין דעם:
עס איז מובן,
אז א מצב פון "גונח וכו׳" קען קומען דורך דער ארבעט אין דער תיבה: די הארעוואניע טורח הבהמות והחיות,
האט צוגעבראכט דערצו — אדער אז א חי׳ האט מזיק געווען איבער דעם פארשפעטיקן צו שפײזן זי 32 .
ס׳איז אבער ניט מובן: בני נח זיינען דאמאלס געווען שוין קארגע הונדערט יאר אלט — האבן זיי דאך זיכער אויך פארנומען זיך מיט די בהמות וחיות ובפרט שם ״שהוא צדיק״ 33 ,
און ספעציעל מצד כיבוד אב 34
האבן נח׳ס קינדער
(עכ״פ — שם ויפת)
געוויס ארויסגעהאלפן זייער פאטער אין זיין ארבעט 35 .
איז דאך קשה: פארוואס איז נאר נח געווען "גונח וכוהה דם״ 36 ?
ברענגט דעריבער רש״י אויך דעם פרט פון דער אגדה "שאיחר מזונות לארי כו׳״: וויבאלד אז ארי איז דער חשוב׳סטער שבחיות,
בלשון רז״ל מלך שבחיות 37 ,
האט אים נח דער חשוב׳סטער שבתיבה געשפייזט.
און דעריבער האט דער ארי געביסן בלויז נח׳ן,
ווייל ער האט אים פארשפעטיקט געבן זיין שפייז.
לויטן טעם "מטורח כו׳" פאסט ניט דער תירוץ
(ווארום שפייזן אן ארי איז ניט קיין גרעסערער טורח ווי שפייזן אנדערע חיות),
מוז דערפאר רש״י אנקומען צום פירוש "שאיחר כו׳ והכישו".
ט.
ברענגענדיק דעם פי׳ "שאיחר מזונות לארי והכישו",
ברענגט רש״י די גירסא ולשון "שאיחר"
(ניט "שהה"),
ווייל לויט דעם לשון קומט אויס אז אויך די סיבה וואס האט צוגעבראכט צו "גונח וכוהה" איז מרומז אין די אותיות פונעם ווארט ״אך״ 38
: דער אל״ף װײזט אויף א ׳יחר און א ׳רי,
און דער כ״ף — אויף כ ׳ישו 39 .
און כאטש אז דער ווארט הכישו הויבט זיך אן מיט א ה״א,
איז אבער דער עיקר פון דעם ווארט — כישו,
וואס איז מרומז אין דעם כ״ף 40 .
ע״ד ווי רש״י זאגט אין פ׳ בראשית 22 ,
אז דער שי״ן פון "שמים" ווייזט אויף אש — כאטש אש הויבט זיך אן מיט אן אל״ף — ווייל דער עיקר וואס הערט זיך אין ״אש״ איז דער שי״ן.
יו״ד.
דער פירוש "שאיחר כו׳ והכישו" איז אבער בכלל שווער: פון אלע לייבן וואס זיינען געווען פארן מבול,
האט דער אויבערשטער אליין אויסגעקליבן דעם איינציקן ארי
(ובת זוגו),
אז דוקא ער מצד זיינע מעלות,
זאל געראטעוועט ווערן פון מבול 41 .
היינט ווי קומט עס אז איבער נח׳ס פארשפעטיקן מיטן עסן איין מאל,
זאל אזא אויסדערוויילטער לייב אים בייסן?
! די גאנצע הצלה פון דעם ארי איז געווען דורך נח׳ן; דערצו האט ער אים געשפייזט די גאנצע צייט פון מבול; און אפילו אט דעם איינציקן מאל וואס ער האט זיך פארשפעטיקט מיט זיין געבן אים עסן,
איז דאך דאס געווען ניט צוליב דעם וואס ער איז געווען פארנומען מיט זיינע פריוואטע זאכן,
נאר צוליב זיין טרדא און ארבעט אין דער תיבה 42
— איז ווי קומט עס אז צוליב דעם זאל אים דער ארי בייסן?
פארענטפערט דאס רש״י מיטן פסוק "הן צדיק בארץ ישולם",
אז ווען א צדיק טוט עפעס אמאל שלא כדבעי אפילו בדקות דדקות,
ווערט ער באשטראפט "בארץ",
דא אויף דער וועלט
(בכדי אים זאל ניט פעלן אין זיין שכר אויף יענער וועלט.
ובמילא קומט אויס,
אז דאס וואס דער ארי האט אים געביסן איז געווען צוליב זיין,
נח׳ס טובה)
43
.
דער פירוש איז אבער מוקשה: אמת טאקע נח׳ן האט געקומט דער "ישולם" — ווי קען אבער דער ארי אים בייסן — היפך המפורש "ורדו גו' בכל חי׳״ 44 ?
אפילו ווען דער בן חמש וועט וויסן וואס רש״י ברענגט שפעטער 45
אז דערפאר וואס חטאו דור המבול הופקרו לחיות כו׳,
איז עס דאך אבער א דוחק הכי גדול זאגן אזוי אף נח איש צדיק תמים און צוליב איחר מזונות?
מוז דעריבער רש״י אנקומען צום פירוש "מטורח הבהמות והחיות".
און וויבאלד אז די שוועריקייט אין דעם פירוש "שאיחר כו׳" איז א סך גרעסער ווי דאס וואס ס׳איז קשה אין דעם פי׳ "מטורח כו׳"
(פארוואס דער טורח האט ניט געווירקט אויך אויף בני נח 46 )
— דעריבער שרייבט רש״י דעם פי׳ "מטורח כו׳" פריער,
וואס דייט אן אז ער איז דער פירוש העיקרי.
יא.
אין פירש״י איז דאך פאראן אויך ״יינה של תורה״ 47
— איז די הוראה דערפון אין עבודת הוי׳:
בשעת א איד איז זוכה און ווערט אויסגעקליבן צו זיין א שליח פון רבי׳ן
(שאין לו,
ח״ו,
פני׳ בזה,
כ״א — להפצת היהדות.
ואמחז״ל "צדיקים דומין לבוראן" 48 )
אויף שפייזן די וועלט במזון רוחני,
און ער טרעפט אן גרויסע שוועריקייטן אין זיין ארבעט,
ביז אז לפעמים פעלט אים אפילו אין דברים המוכרחים לצורך קיום גופו ווי אכילה ושתי׳ וכדומה,
וואס קען אים שאטן אין געזונט ר״ל,
קען ער ביי זיך קלערן:
פון דעם גופא וואס מ׳האט מיר אויסגעקליבן צו זיין דער שליח,
איז דאך פארשטאנדיק אז איך האב געוואלדיקע מעלות.
איז דאך צוליב דעם אליין וואס איך בין זיך אזוי שטארק משפיל און פארנעם זיך מיט שפייזן די וועלט,
ביז צו אזוינע וואס זיינען אין דעם סוג פון "בהמות וחיות" לגבי מיר,
האט מען מיר געדארפט געבן גרויס כבוד.
איז מילא דעם כבוד — בין איך מוחל.
פארוואס קומט מיר אבער איך זאל נאך האבן שוועריקייטן אין מיין ארבעט,
ובפרט נאך אז מיר זאל פעלן דורך דעם אין אכילה ושתי׳ וואס קען ווירקן דעם היפך פון בריאות הגוף,
וואס "היות הגוף בריא ושלם מדרכי
(עבודת?)
השם הוא״ 49 .
און וויבאלד אזוי — טענה׳ט ער — איז מה לי וכו׳,
איך וועל אפלאזן די שליחות און דורך דעם פארשפארן פיל צער און יסורים!
אויף דעם ענטפערט מען אים — כבר הי׳ לעולמים:
אויף נח׳ן זאגט די תורה 50
עדות,
אז טראץ דעם וואס ער איז געווען אין א דור פון רשעים
(בדורותיו),
איז ער געווען א "צדיק תמים".
נוסף לזה,
איז בזכותו געראטעוועט געווארן די גאנצע וועלט,
און ער איז אויסגעקליבן געווארן פון דעם אויבערשטן צו זיין דער שליח צו שפייזן זי.
און פונדעסטוועגן איז ער געווען ״גונח וכוהה דם״; און וואס האט אים געבראכט דערצו — טורח הבהמות והחיות: אט די הייליקע ארבעט פון שפייזן די וועלט,
האט אים געבראכט צו ווערן קראנק,
ביז צו שפייען מיט בלוט ר״ל.
און אעפ״כ איז ער װײטער אנגעגאנגען מיט זיין ארבעט,
און ווייטער אין אן אופן פון "טורח".
און תורה
(מלשון הוראה 51 )
דערציילט דאס אונז — בכדי מיר זאלן זיך אפלערנען דערפון א הוראה בעבודתנו.
אז די שליחות וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף יעדער אידן,
מוז ער זי דורכפירן אונטער אלע אומשטענדן.
יהי מה — צו דער שליחות האט עס קיין שייכות ניט! ובפרט אז זיינע שוועריקייטן קומען ניט,
ת״ל,
צו גונח וכו׳.
אי איז דאך די קשיא: אויב דער אויבערשטער וויל ער זאל טאן די שליחות,
איז פארוואס מאכט ער אז דער שליח זאל האבן שוועריקייטן?
איז דער ענטפער אויף דעם,
אז "חנם" איז א סדר פון מצרים 52 .
אין קדושה אבער,
איז ניטא קיין גרינג ,
ענינים פון קדושה קומען דוקא דורך יגיעה 53 .
איז דאך אדרבה: וואס מער שוועריקייטן ער טרעפט אן אין זיין ארבעט,
איז אלץ מער ראי׳ אז זי איז א גאר הייליקער ענין
(און אז זי איז מער נוגע צו אים 54 ).
יב.
בשעת א איד פועל׳ט שוין ביי זיך צו פארטזעצן ווייטער זיין קיום השליחות
(ניט קוקנדיק אויף די שוועריקייטן וואט ער האט דערביי),
קען ער דאך עס טאן אין אן אופן פון "גונח",
טראכטנדיק: וויבאלד אז תורה זאגט מיר אז איך זאל מיין ארבעט בשום אופן ניט אפלאזן,
האב איך ״נעבאך״ קיין ברירה ניט
— זאגט אויף דעם רש״י,
אז דער גאנצער ענין פון "גונח כו׳",
איז נאר לויטן צווייטן פירוש,
וואס ער איז דער פירוש הטפל.
לויטן פי׳ הראשון והעיקרי אבער,
איז ניטא די גאנצע מציאות פון "גונח".
ד.
ה.
אז אויך אין דער צייט ווען מצד הגוף ליידט ער יסורים,
ר״ל,
איז מצד זיין נפש — וואס זי איז דער עיקר פון דעם מענטשן 55
— קרעכצט ער גארניט 56 .
אדרבה: ער איז בשמחה גדולה פון דעם וואס ער האט זוכה געווען צו טאן אזא ארבעט 57 ,
ובמה נחשב הוא די שוועריקייט וכו׳ — לגבי דעם ענין מילוי השליחות 58 .
קען מען דאך מיינען,
אז אזא עבודה נעלית — טאן דעם אויבערשטנ׳ס שליחות בשמחה אין דער צייט ווען דאס איז פארבונדן מיט יסורים און עגמ״נ,
איז שייך נאר צו יחידי סגולה — האט רש״י אריינגעשטעלט אט די הוראה אז ס׳איז כלל ניטא דער ענין פון גונח כו׳
(ניט אין פי׳ וואס איז גענומען פון מדרש אגדה,
נאר)
אין "פשוטו",
און פשוטו של מקרא איז דאך שייך אפילו צו די וואס זיינען נאך
(ברוחניות)
קינדער.
יג.
פרעגט אבער א איד א קשיא: מילא טאן די שליחות מיט דער גרעסטער טרחא ביז צו גונח כו׳,
קען ער ביי זיך פועל׳ן: א איד איז דאך א קבלת עול׳ניק״ 59 ,
וועט ער דאס טאן מצד קב״ע.
אבער שמחה — דארף ער דאך דאס פילן — מרגיש זיין,
מוז ער דאך האבן א הסברה וואס זאל זיך לייגן אין זיין שכל פון וואס ער זאל זיין בשמחה;
וואלט ער געווען א בעל מדריגה נעלית — האט ער א גאר פשוט׳ע הסברה: וויבאלד אז דער גוף האט ניט קיין באטרעף לגבי דער נשמה,
קענען די יסורי הגוף הנבזה ניט שטערן צו דער שמחת הנשמה פון איר מקיים זיין דעם רצון העליון 60 .
וויבאלד ער איז אבער אן איש פשוט
(וכנ״ל אז רש״י האט אריינגעשטעלט די הוראה אין "פשוטו"),
וואס דער גוף איז ביי אים בפירוש יע תופס מקום,
איז בכדי ער זאל זיין בשמחה,
מוז ער האבן אזא הסברה וואס זאל דערנעמען אויך דעם גוף.
ובמילא טענה׳ט ער: וויבאלד מצד הגוף איז ער צובראכן,
ער איז "גונח",
איז ווי קען ער זיין בשמחה?
אויף דעם זאגט מען,
אז דעם גאנצן ענין פון ״גונח כו'״ לערנט מען אפ דערפון וואס ״אך נח״ קומט בהמשך צו "וימח את כל היקום"
(כנ״ל סעיף ו׳)
און פון דעם לשון " אך נח"
(כנ״ל סעיף ג׳ וה׳).
יד.
בשעת ער טראכט זיך אריין אין דעם "וימח גו׳" פון אונזער דור,
ווי א גאר חשוב׳ע טייל וועלט איז אפגעווישט געווארן דורכן "מבול"
(פון אונזער דור)
— אפגעווישט בגשמיות
(וואס דאס איז דאך נוגע צום גוף)
; אויך איז ער זיך מתבונן אין דעם "וישאר אך נח״,
וואס דער לשון ״אך״
(אין אלגעמיין),
דריקט אויס אן ענין של חידוש כנ״ל — אז דאס וואס ער איז געראטעוועט געווארן פון דעם מבול איז עס א חידוש,
ווארום ס׳איז דאך ידע אינש בנפשי׳ ווער ער איז און אז כמה גדולים וטובים ממנו זיינען ניט ניצול געווארן,
איז בשעת ער טראכט זיך אין דעם אריין,
וועט זיך ביי אים אפלייגן אויך מצד הגוף,
אז ער האט ניט וואס צו קרעכצן 61 ,
אדרבה: ער דארף זיין בשמחה הכי גדולה וואס דער אויבערשטער האט אים געראטעוועט פון ״מבול״ — ווען הרבה גדולים וטובים ממנו זיינען דערטרונקען געווארן,
און דערצו האט מען אים נאך מזכה געווען מיט אזא געהויבענער שליחות.
טו.
קען מען דאך מיינען,
אז וויבאלד א איד דארף זיין בשמחה אפילו ווען ער איז גונח,
מאכט ניט אויס אז זיין הנהגה מיט א צווייטן וועט אויך זיין על דרך זה
— אויף דעם קומט די הוראה אין ווייטערדיקן פי' פון רש״י "שאיחר מזונות לארי — והכישו״: צום צווייטן מוז מען צושטעלן אלץ אין צייט,
און אויב ניט — באקומט מען ר״ל אן עונש.
פון דיר אליין מאנט מען אז אפילו אויף דיינע הכרחיות זאלסטו פראווען "אתכפיא",
און ווי דער אלטער רבי ברענגט אין תניא 62
אז תלמידי חכמים היו מרעיבים עצמם שתי שעות — אעפ״י שמובן אז ת״ח האבן ניט געגעסן קיין מותרות.
דעם צווייטן אבער,
מוזטו צושטעלן אלץ וואס ער דארף
(ניט אריינגייענדיק אין חשבונות צי ס׳איז הכרחיות צי מותרות 63 ),
און בעתו ובזמנו.
אי וואס דו טענה׳סט אז דו ביסט א "צדיק תמים" און יענער איז בגדר "בהמה וחי'" לגבי דיר,
היינט פארוואס זאלסטו זיך משתדל זיין פאר יענעם מער ווי פאר דיר אליין?
— איז שתי תשובות בדבר:
ערשטנס,
קענסטו ניט אפשאצן יענעמס מדריגה.
עס קען גאר זיין אז יענער איז אן "ארי",
א "מלך" 64 .
און צווייטנס,
לו יהי כדברך אז דו ביסט דער "צדיק",
איז דאך אדרבה: "הן צדיק בארץ ישולם".
א צדיק,
בכדי ער זאל צוקומען צו עוה״ב
(ועד״ז — מדריגות נעלות בעוה״ז,
בדוגמת ענין "עולמך תראה בחייך" 65 ),
מוז אפקומען אויף דער וועלט.
בנוגע צום צוױיטן אבער,
וואס לדברך איז ער ניט קיין צדיק,
קומט דאך אים כל טוב גשמי.
טז.
אין תורה איז דאך יעדער פרט מדויק.
איז דאס וואס די צוויי הוראות הנ״ל
—
(א)
אז מען דארף זיך אוועקגעבן צו טאן דעם אויבערשטנס שליחות אויך ווען מען איז גונח,
און אויך דאן טאן עס בשמחה,
(ב)
צושטעלן א צווייטן אידן אלץ וואס ער דארף און בעתו ובזמנו —
שטייען אין די ווערטער "אך נח ",
ווייזט עס,
אז דורכן קיום הוראות הנ״ל וועט זיין דער נח ווי בתחלת וראש
(קאפ)
פון דער גאנצער סדרה נח נח צוויי מאל ״נייחא דעילאי״ און "נייחא דתתאי" 66 ,
ביז מען וועט קומען צו דער מנוחה האמיתית אין דעם "יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים" 67 .
(משיחת ש״פ נח תשכ״ח)