א.
שוין גערעדט פיל מאל,
אז דער פירוש פון רש״י על התורה,
הגם אז ער קומט צו מפרש זיין פשוטו של מקרא — ווי רש״י אליין איז מדגיש כמה וכמה פעמים און גלייך אין די ערשטע סדרה 1
: "ואני לא באתי אלא לפשוטו״ 2
— אנטהאלט ער אבער אויך "ענינים מופלאים"* 2
פון די אנדערע חלקי התורה,
אפילו 3
אויך "רזין דאורייתא",
וכידוע 4
דער ווארט פון אלטן רבי׳ן,
אז "פירש״י אויף חומש איז יינה של תורה".
נאר בכדי צו קענען דערגרונטעווען זיך צו די ,
"ענינים מופלאים" און "יינה של תורה" וואס אין פירש״י,
מוז מען פריער דורכלערנען און פארשטיין
דעם פירוש הפשוט.
ווייל אויך זיי,
די ענינים מופלאים און יינה של תורה,
האט רש״י אריינגעשטעלט אין דעם פירוש לויט "פשוטו של מקרא" 5 .
ויש לומר,
אז אזוי ווי רש״י האט ניט געשריבן קיין באזונדערע הקדמה צו זיין פירוש
(ווי עס האבן געטאן אנדערע מפרשי התורה),
איז די סברא מחייב,
אז ער האט זי עכ״פ אנגעדייטעט,
ברמז,
אין זיין ערשטן דיבור "אמר ר׳ יצחק לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא מהחדש הזה לכם שהיא מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל
ומה טעם פתח בבראשית כו׳ ":
דורך דעם אונטערשטרייכן דעם סדר אז פריער קומט בראשית ברא גו׳ און ערשט דערנאך החודש הזה גו׳ און דורך זיין אפטייטשן דעם טעם פארוואם תורה הויבט זיך אן מיט "בראשית"
(בכדי "שאם יאמרו אומות העולם לישראל לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים",
זאלן אידן וויסן וואס זיי צו ענטפערן),
גיט ער אויך די הקדמה וואס ווייזט דעם סדר אין לימוד התורה 6 .
אז צום ערשטן דארף מען לערנען פשוטו של מקרא וואס איז ענלעך צו "בראשית ברא גו׳" — פשטות פון דער וועלט,
און ערשט דערנאך קען מען צוקומען צו די
"ענינים מופלאים" און "יינה של תורה" וואס זיינען געגליכן צו "החדש הזה לכם" די מצות און הייליקייט וואס אין דער וועלט
(ראה לקמן סעיף יג).
ב.
אויף דער שאלה פון רש״י "לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא מהחדש הזה לכם",
פרעגט דער רמב״ן: "בראשית ברא אלקים" איז דאך דער שרש האמונה; און דער וואס גלויבט ניט אין דעם
(און דענקט אז דער עולם איז א קדמון ח״ו)
איז ער א כופר בעיקר און איז דערמיט אפגעריסן פון דער גאנצער תורה — טא ווי איז שייך צו זאגן אז די תורה האט זיך געדארפט גאר אנהויבן פון "החדש הזה לכם" און עס זאל אין איר אינגאנצן ניט 7
דערמאנט ווערן 8
אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט 9?
עד״ז קען מען אויך פרעגן אפילו בנוגע די סיפורים אינעם חלק התורה וואס פאר "החדש הזה לכם": אויך אין די וױיטערדיקע פרשיות התורה,
נאך החדש הזה לכם
(װען מ׳וױיס שוין דעם ענטפער פאר אומות העולם),
געפינען זיך דאך
(אויסער מצות און דינים)
כמה וכמה סיפורים; און ס׳איז במילא פארשטאנדיק
(אויך אין דרך הפשט 10 )
אז אויך סיפורי התורה אנטהאלטן א סך נויטיקע הוראות פאר יעדער אידן — היינט וואס איז רש״י'ס שאלה "לא הי׳ צריך כו׳" 11 ,
און וואס צוליב דעם נעמט ער אן אז די סיפורים וואס שטייען אין דער תורה ביז החדש הזה לכם זיינען אויסן צו לערנען אידן וואס צו אפענטפערן די אומות העולם ,
און ניט הוראות וואס אידן דארפן פון זיי ארויסלערנען פאר זיך גופא?
די קשיא ווערט נאך הארבער: עס זיינען דאך פאראן אין ספר בראשית אנזאגן אויף א צאל מצות,
ווי פרי׳ ורבי׳,
מילה,
און גיד הנשה — איז ווי קען מען זאגן,
אז די תורה וואלט זיך געדארפט אנהויבן ערשט פון "החדש הזה לכם" בעת אז דורכדעם וואלטן פון איר אוועקגענומען ווערן אויך אט די דערמאנטע מצוות 12 ?
ג.
דאס וואס אין תורה שטייען יע די אלע פרשיות וואס ביז "החדש הזה לכם",
זאגט רש״י אז דער טעם דערפון איז: ״משום כח 13
מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים,
שאם יאמרו אוה״ע לישראל לסטים אתם 14
שכבשתם ארצות שבעה גוים הם אומרים להם כל הארץ של הקב״ה היא הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו".
אויך דאס איז שווער צו פארשטיין: א)
אט די נקודת ההסברה,
אז "כל הארץ של הקב״ה היא
(ווייל)
הוא בראה״,
ווערט דאך פאר אונז אינגאנצן
קלאר שוין נאר פון דער התחלה פון פ׳ בראשית — און וויבאלד אזוי,
צוליב וואס דארפן שטייען אין תורה אויך אלע אנדערע פרשיות וואס צווישן מעשה בראשית און "החדש הזה לכם" 15 ?
ב)
אין וואס באשטייט איבערהויפט די טענה פון אוה״ע?
מ׳געפינט דאך 16 ,
אז מלכתחלה
(ווען נח האט פאנאנדערגעטיילט
די לענדער צו זיינע זין)
איז ארץ־ישראל געווען בחלקו של שם,
נאר דערנאך האבן די כנענים
(בני חם)
איר איינגענומען פאר זיך.
איז וואס פאר אן ארט האט די טענה פון די אוה״ע צו אידן: "לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים",
אין דער צייט אז,
אדרבה,
א״י האט גאר מלכתחלה געהערט צו די קינדער פון שם 17
,
און די כנענים זיינען די וואס האבן דאס צוגע׳גזל׳ט פון זיי 18
?
ג)
גזל איז איינע פון די ז׳ מצות בני נח 19 .
און אויב כיבוש מלחמה
(ווי עם איז געווען בא יהושע׳ס אייננעמען א״י)
מיינט גזל,
שטעלט זיך די שאלה: פארוואס געפינט מען ניט אין ערגעץ אז א געוויסע אומה 20
זאל נענש ווערן פאר דעם וואס זי האט כובש געווען א לאנד
(און מענטשן)
פון א צווייטער
אומה?
דערפון איז קענטיק אויך אין פשטות 21 ,
אז כיבוש מלחמה גייט ניט אריין אינעם גדר פון גזילה און עס פאלט במילא אפ דער גאנצער יסוד פון דער טענה "לסטים אתם שכבשתם כו׳".
ד.
אויך אין דעם ענטפער אויף דער טענה פון די אוה״ע — "כל הארץ כו׳ הוא נתנה כו׳ ״ — פאדערט זיך ביאור:
א)
צו וואס איז רש״י מדגיש אין דער פארענטפערונג,
אז " כל הארץ של הקב״ה היא",
בעת אז די טענה פון אוה״ע איז בלויז אויף די "ארצות שבעה גוים"?
ב)
צום המשך און אויספיר פון "ונתנה לאשר ישר בעיניו כו׳" זיינען לכאורה נויטיק בלויז די ווערטער "כל הארץ של הקב״ה היא"
(וואס קלערן אויף,
אז וויבאלד "כל הארץ" געהערט צום אויבערשטן — האט ער דעריבער די ״רעכט״ זי צו געבן וועמען ער וויל)
; און דאס וואס רש״י איז מוסיף "הוא בראה",
איז עס לכאורה נאר א הסברה אויף "כל הארץ כו׳ "
(זי געהערט צו אים,
ווייל ער האט זי באשאפן" ).
אבער לויט דעם האט רש״י געדארפט זאגן דעם לשון אין א פארקערטן סדר: "הקב״ה ברא את הארץ והיא שלו".
פארוואס שטעלט ער אוועק די ווערטער "הוא בראה" נאך "כל הארץ של הקב״ה היא" ובסמיכות צו "ונתנה כו׳ ",
וואס דערפון איז משמע אז "הוא בראה" באציט זיד
(אויך)
צו "ונתנה כו׳"
(ובפרט אז ער שרייבט " ו נתנה" מיט א וא״ו החיבור)?
ג)
מיט די ווערטער "ונתנה לאשר ישר בעיניו" מיינט רש״י לכאורה דעם זעלבן תוכן ווי אין דעם וואס ער זאגט ווייטער "ברצונו נתנה להם וברצונו..
נתנה לנו".
נאר פריער זאגט ער בכללות — אז דער אויבערשטער האט געגעבן א״י צו דעם וואס איז אים געווען געפעלן,
און דערנאך טייטשט ער אויס בפרטיות — מיט זיין ווילן האט ער זי
(פריער)
געגעבן "להם" און מיט זיין ווילן האט ער זי געגעבן
(דערנאך)
"לנו".
איז ניט מובן": צוליב וועלכן טעם דארף רש״י זאגן צווי מאל די זעלבע זאך
(פריער בכללות און דערנאך בפרטיות)?
ד)
בכדי צו קענען ענטפערן אויף דער טענה "לסטים אתם" איז לכאורה
נויטיק צו וויסן בלויז ווי אזוי ס׳איז געקומען די בעל־הבתישקייט פון אידן אויף די "ארצות שבעה גוים",
אז דאס איז ניט מחמת דעם וואס אידן אליין האבן אט די לענדער כובש געווען,
נאר ווייל דער אויבערשטער
(וואס "כל הארץ של הקב״ה היא")
האט זיי געגעבן צו אידן.
וואס איז אבער דא נוגע דער פרט פון "ברצונו נתנה להם " וואס רש״י זאגט בפירושו?
אין פלוג קען מען איינלערנען,
אז רש״י איז דערמיט אויפן צו שולל זיין א טענה וואס קען געמאנט ווערן מצד אוה״ע: ווי אזוי האט מען פארט רעכט אוועקצונעמען פון זיי דאס לאנד וואס האט געהערט צו זייו און דערויף איז רש״י מדגיש,
וויבאלד אז די געהעריקייט פון א״י צו אוה״ע איז נאר מצד דעם וואס דער אויבערשטער " ברצונו נתנה להם",
האט ער שוין במילא אויך די ״רעכט״ זי צוצונעמען פון זיי און אוועקגעבן צו אידן.
איז אבער אזוי שווער צו זאגן,
ווייל אי משום הא איז אדרבה : ווען רש״י שרייבט ניט ברצונו נתנה להם
(נאר זיי האבן דאס,
כאילו,
אליין גענומען)
— איז נאכדעם ווי ס׳איז שוין באווארנט געווארן אז "כל הארץ
של הקב״ה היא",
און טראץ דעם וואלטן די אומות ״ אלײן ״ גענומען א״י פאר זיך,
ניט לויטן רצון פון אויבערשטן כביכול,
וואלטן זיי דאך דעמאלט איבערהויפט ניט געהאט קיין שום בעל־הבתישקייט אויף א״י — און דאן וואלט נאכמער געווען פארשטאנדיק
פארוואס מ׳קען זי צונעמען פון זיי.
ה)
מיטן לשון "ברצונו" מיינט רש״י צו זאגן,
אז דאד וואס א״י איז פריער געווען ביי די שבעה גוים און דערנאד ביי אידן,
איז עם ניט בלויז אן אויסדרוק פון השגחה פרטית
מאתו ית׳ ווי אלע מאורעות וואס פאסירן אין וועלט,
נאר אז אויף דעם איז געווען א רצון מיוחד 24 .
דארף מען פארשטיין: בנוגע צו "ונתנה לנו" איז פארשטאנדיק די הדגשה פון "וברצונו",
ווי מען געפינט אין פיל ערטער,
אנהויבנדיק פון ברית בין הבתרים,
אז דער אויבערשטער
האט געוואלט אז א״י זאל זיין ביי אידן; אבער דאס וואס רש״י זאגט "ברצונו" ביי "נתנה להם " איז קשה: וואו געפינט מען 25
אז דער אויבערשטער האט געוואלט אז בני חם זאלן כובש זיין ארץ־ישראל פון זרעו של שם?
ה.
איז דער ביאור בכל זה:
דאס וואס אידן זיינען אויסגעטיילט
געווארן לגמרי פון אלע פעלקער בנוגע תורה ומצות,
האט זיך אויפגעטאן
(בעיקר)
ערשט ביי מ״ת,
וואס דאן איז געווארן דער "והייתם לי סגולה מכל העמים״ 26
; און אין א מער כללות׳דיקן אופן איז די אויסטיילונג פארגעקומען ביי יציאת מצרים,
וואס איז פארבונדן מיט מ״ת 27 ,
ווען זיי זיינען אנגעזאגט געווארן אויף דער מצוה פון "החדש הזה לכם ".
און אע״פ אז אויך די מצוות מילה און גיד הנשה,
אויף וועלכע מ׳איז נצטווה געווארן נאך א סך פריער פון יצי״מ,
זײנען געגעבן געװארן בלויז צו בני אברהם יצחק ויעקב 28
— וויבאלד אבער אז דער ציווי פון די דאזיקע מצות איז ניט געווען אין א זמן און ביי א געלעגנהייט וועלכע
האבן א פארבונד מיט מ״ת,
קומט אויס אז אט־די מצות זיינען צו זיי געגעבן געווארן ניט אלס צו אויסגעטיילטע אידן ,
נאר אלס א באזונדער סוג אין בני־נח 29
( בדוגמא ווי די אנזאגונגען
(צו די בני ישראל)
בנוגע צו בני עשו,
עמון און מואב 30
— וואס דערמיט זיינען זיי,
בני עשו וכו׳ אויסגעטיילט געווארן פון צווישן די אומות העולם גופא).
לויט דעם ווערט מובן די קשיא פון רש״י,
אז די תורה האט זיך געדארפט אנהויבן פון "החדש הזה לכם": וויבאלד אז "תורה" באדייט — ציוויים און הוראות 31
וועלכע זיינען
געגעבן געווארן צו בני ישראל אלס אידן ,
דארף במילא אויסקומען,
אז די אלע פריערדיקע ציוויים און הוראות דורך וועלכע אידן זיינען נאך ניט ארויס פון
(זייער באזונדער סוג צווישן)
די בני־נח ,
האבן געדארפט אדער פארשריבן ווערן אין א ספר בפני עצמו,
אדער פארבלייבן במסורה
(אזוי ווי די ז׳ מצות ב״נ ביז מ״ת),
אבער ניט זיין פארשריבן אין תורה ווי א הוראה צו אידן אלס אידן .
ו.
אויף דעם ענטפערט רש״י,
אז דאם וואס די תורה הויבט זיך אן פון בראשית,
איז עס צוליבן טעם וואס דערמיט גיט תורה א הוראה פאר אידן וואס צו אפענטפערן אויף דער טענה פון אוה״ע "לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים".
און הגם אז כיבוש מלחמה איז ניט קיין גזילה
(כנ״ל ס״ג)
— פונדעסטוועגן,
ווען ניט דער ענטפער פון "כח מעשיו כו׳",
וואלטן די אוה״ע נאך אלץ אין א געוויסער מאס געקענט טענה׳ן ׳"לסטים אתם כו׳",
ווייל ביים אייננעמען ארץ ישראל דורך אידן איז איר איבערגיין פון רשות האומות צום רשות פון די אידן,
להבדיל׳ געווען אין א ספעציעלן אופן אין א פיל טיפערן אופן ווי דער כיבוש־איבערגאנג מרשות לרשות ביי אנדערע לענדער,
כדלהלן.
ז.
ווען א געוויסע זאך גייט איבער פון איין מענטשן צו א צווייטן,
דורך וואס פאר א קנין עם זאל ניט זיין
(מכירה,
מתנה,
כבוש מלחמה,
א.
א.
וו.),
ווערט דער עצם מהות פון דער זאך ניט באווירקט אדער געענדערט דורך דעם איבערגאנג: די זאך אליין דריקט ניט אויס קיין באזונדערע שייכות צום רשות פון דעם אדער יענעם מענטשן,
אדער אן ענדערונג אין דעם; ס׳איז ניט מער וואס איר אויסערלעכע* 31
צוגעהעריקייט בייט זיך ביים איבערגיין פון איין מענטשן צום צווייטן.
אנדערש איז אבער דער כיבוש פון א״י,
וואס זינט אידן האבן איינגענומען די "ארצות שבעה גוים" איז פארגעקומען א שינוי אין דעם עצם מהות פון דער לאנד: פריער איז עס געווען א לאנד גלייך ווי אלע לענדער 32 ,
וואס האט געקענט געהערן צו יעדן פאלק,
און זינט דעם כיבוש פון אידן איז דאס לאנד גופא פארוואנדלט געווארן אין ארץ־ישראל ,
ס׳איז געווארן א אידיש לאנד דורך און דורך און במילא אויף שטענדיק ,
אזוי אז דאס קען מער ניט געהערן צו אן אנדער פאלק* 32
; באמת — קען זי שוין קיין מאל ובשום אופן ניט צוגענומען ווערן פון אידן.
און דעריבער,
אפילו בזמן הגלות,
ווען " גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו" 33 ,
ווערט זי גערופן "ארצנו" *33
און "אדמתנו"
( אונזער לאנד און אונזער ערד)
; און נאך מער: לא ישבו בארצך,
א גוי טאר ניט באזעצן זיך אין א״י 34 .
ווען דער בן
(חמש ל)
מקרא לערנט אין מקרא
(חומש)
וועגן דער שייכות פון אידן און ארצות שבעה גויים: ודור 35
רביעי ישובו הנה גו׳ לזרעך נתתי את הארץ הזאת — ווייס ער שוין פון פריער * 35
אז דאס איז "לזרעך עד עולם".
און אין דעם גופא באשטייט די סיבת הטענה פון די אוה״ע "לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים": אויך אוה״ע ווייסן,
אז ווי נאר די אידן האבן דעמאלט איינגענומען די "ארצות שבעה גוים",
זיינען די ארצות געווארן ארץ־ישראל אויף שטענדיק ,
אזוי אז דאס לאנד קען שוין מער ניט געהערן צו זיי,
צו אומות העולם 36 .
און טאקע מחמת דעם טענה׳ן זיי "לסטים אתם": וויבאלד אז איידער די אידן האבן זי כובש געווען,
איז זי געווען א לאנד ווי אלע לענדער 32
וועלכע קענען געהערן צו יעדן פאלק,
האבן דעריבער אידן גיט געהאט קיין רעכט איינצונעמען א״י אויף אזא אופן אז זי זאל פון די אוה״ע צוגענומען ווערן לחלוטין — דאס איז א גזילה,
רויבעריי,
טענה׳ן זיי.
און אויף דעם קומט דער ענטפער " כל הארץ של הקב״ה היא,
הוא בראה ": וויבאלד אז דער אויבערשטער האט זי באשאפן און אויפגעמאכט איר גאנצע מציאות,
איז דאך זעלבסטפארשטענדלעך אז " כל הארץ של הקב״ה היא״,
אז די גאנצע ערד
(ד.
ה.
אינעם מובן פון איכות * 36
— ניט בלויז אויסערלעך,
נאר אויך איר פנימיות און עצם מהות)
איז דעם אויבערשטנס — און וויבאלד אזוי,
האט ער דאך די רעכט אומצובייטן איר עצם וועזן פון אזא וואט קען גערופן ווערן "ארצות הגוים" אויף אזא וואס איז אויסשליסלעך ארץ־ישראל 37 .
ח.
אבער אויך דער הסבר פון "כל הארץ של הקב״ה היא" איז נאך ניט אינגאנצן גענוג צו מבטל זיין זייער טענה "לסטים אתם כו׳":
ווען די תביעה פון "לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים" וואלט באשטאנען ניט מער ווי דאס,
וואס די אידן האבן צוגענומען פון די " שבעה גוים" א לאנד וואס בפועל האט עס פריער באלאנגט צו זיי — וואלט דאן געווען פארשטאנדיק,
אז היות ווי די געהעריקייט פון לאנד איז צו זיי געקומען פון אויבערשטן,
האט ער דעריבער די ״רעכט״ צוצונעמען עס צוריק פון זיי;
וויבאלד אבער אז די טענה פון די אוה״ע באציט זיך אויף דעם,
וואס אידן האבן צוגענומען דאס לאנד פון אלע אומות העולם 38 ,
ד.
ה.
דאס וואס זיי אלע האבן געהאט א געוויסן "זכות" בכח אינעם לאנד
(אזוי ווי אויף אלע לענדער וועלכע קענען געהערן צו יעדן פאלק)
און אט דער זכות איז דאך צו זיי געקומען גלייך ביים באשאף פונעם לאנד,
אז מלכתחלה איז עס באשאפן געווארן אלס א
(וואכעדיקע 32 )
לאנד וואס קען געהערן צו יעדן פון אלע פעלקער — קומט דאך אויס,
אז דער דאזיקער זכות איז ביי זיי ניט קיין געגעבענער ,
נאר אזא וואס ווערט פון זיך אליין,
בדרך ממילא,
מצד דעם עצם מהות פון ארץ ווי דאס איז מצד הבריאה;
און דאס גיט זיי שוין אן ארט צו טענה׳ן "לסטים אתם": ווי אזוי האט מען געהאט די רעכט צוצונעמען פון זיי דעם "זכות" אין לאנד וואס "קומט" זיי מצד עצם מהות פון יעדער לאנד?
!
און בכדי צו באווארענען די טענה,
איז רש״י מוסיף "הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו",
אז דער אויבערשטער,
באלד ווי ער האט באשאפן ארץ ישראל — ״בראה ונתנה״ — האט ער איר דאן אפגעגעבן
(במחשבה)
"לאשר ישר בעיניו״,
ד.
ה.
צו אידן *38 .
הייסט עס,
אז דער "זכות" וואס די אוה״ע האבן פריער געהאט איבער א״י,
איז
( ניט מצד דעם עצם מהות פון א״י,
נאר)
בלויז ווייל
(דערנאך 39 )
"ברצונו נתנה להם״ — און דאס וואס ער האט זיי געגעבן,
האט ער דערנאך ״רעכט״ אפצוגעמען פון זיי — "נטלה מהם ונתנה לנו".
ט.
אבער דא שטעלט זיך די שאלה לאידך גיסא: אויב אז מלכתחלה,
בעת הבריאה,
האט דער אויבערשטער אפגעגעבן א״י "לאשר ישר בעיניו",
ד.
ה.
אז ער האט זי באשאפן אלס ארץ־ישראל,
וואס איר עצם וועזן איז שולל זכויות פון אלע אוה״ע,
קומט דאך אויס,
אז דערמיט וואס דערנאך "נתנה להם" האט ער ח״ו בא׳עולה׳ט די אידן מיט דעם וואס ער האט ביי זיי צוגענומען
(זאל זיין אפי' נאר צייטווייליק)
זייער עצמיות׳דיקן זכות פון לאנד; און וויבאלד אז אזוי קען מען ניט זאגן,
איז דאך דערפון לכאורה געדרונגען אז בעת הבריאה איז די נתינה
ניט געווען "לאשר ישר בעיניו" — בלייבט דאך טענת האומות,
— דעריבער איז רש״י מדגיש: " ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו״ — דער זעלבער רצון — דער ערשטער "ברצונו" מיינט דאס זעלבע ווי דער צווייטער "וברצונו",
ד.
ה.
דער אויבערשטער איז מלכתחלה געווען "ברצונו",
אז די צייטווייליקע נתינה פון א״י "להם" זאל צופירן צו דער מטרה פון דער נתינה "לנו" ; אז זי זאל ווערן ארץ ישראל
(בפועל ובגילוי)
ערשט נאכדעם ווי זי וועט דורכגיין דעם רשות פון די גויים און וועט דערנאך פון זיי צוגענומען ווערן.
און דער טעם דערויף איז,
ווייל
(כך עלה)
ברצונו ית׳,
אז דוקא פון אן ארץ הגויים 40
זאלן אידן,
דורך זייער עבודה,
אויפמאכן אן ארץ ישראל,
אן ארץ הקדש * 40 .
איז דעריבער מובן,
אז "נתנה להם" איז ניט אין סתירה צו "ונתנה לאשר ישר בעיניו",
נאר פארקערט: מיט דער נתינה "להם" ווערט גאר דורכגעפירט די כוונה פון דער נתינה ״לאשר ישר בעיניו״ — אז די ארצות הגרים זאלן אידן פארוואנדלען אין אן ארץ ישראל.
י.
לויט דעם וועט ארך זיין פארענטפערט פארוואס אין דער "תורה" ווערט אריינגענומען ניט בלויז דער סיפור פון מעשה בראשית,
נאר אויך אלע אנדערע פרשיות וואס ביז "החדש הזה לכם"׳ ווארום דורך די אלע פרשיות ווערט פארשטאנדיק אז דאס וואס דער אויבערשטער האט אוועקגעגעבן א״י "לאשר ישר בעיניו" איז געשען תיכף ווען "הוא בראה"; און אז "נתנה להם" איז נאר געווען א מיטל צו דורכפירן דעם איינציקן רצון פון "נתנה לנו":
כשם ווי בנוגע כללות הבריאה,
לערנט אונז די תורה באלד אין די ערשטע ווערטער "בראשית ברא",
אז די בריאה איז געווען "בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית" 41 ,
און פונדעסטוועגן זיינען ביז דאן,
ביז צו מתן תורה ווען ס׳איז געווארן עם ישראל,
געווען אזויפיל דורות וועלכע זיינען ניט ״חשובים לפני המקום״ *41
״ — ווייל כך עלה ברצונו ית׳ אז די "מרגליות" זאל ארויסגענומען ווערן דוקא פונעם ״חול״ *41?
אזוי איז עס אויך בשייכות צו ארץ ישראל: דאס וואס "נתנה לאשר ישר בעיניו״ — איז געווען במחשבתו של הקב״ה גלייך ביי בריאת הארץ,
ביז אז דערנאך ווען "נפרדו איי הגוים בארצותם איש ללשונו" 42 ,
איז א״י "נפלה בחלקו של שם" ; און אויך נאכדעם דערציילט די תורה "והכנעני אז בארץ" בסמיכות צום אויבערשטנס הבטחה "לזרעך אתן את הארץ הזאת״ 48
— אז בעת דער כנעני האט געהאלטן אין אייננעמען 44
א״י "מזרעו של שם",
האט דער אויבערשטער באלד באווארנט דורך אן אנזאג צו אברהם אבינו,
אז ער איז דערמיט ניט מבטל ח״ו די נתינה לזרעו של שם,
נאר "עתיד אני להחזירה לבניך" 45 ,
היות אבער אז מען קען דערביי פרעגן: זאל טאקע זיין אז ביז דער נתינה "לנו" דארף א״י דורכגיין די נתינה "להם",
אבער דערויף וואלט דאך געווען גענוג אז א״י זאל זיך ביי זיי געפינען בלויז א קורצע צייט.
פארוואס איז א״י געקומען "לנו" ערשט נאכן אפזיין ביי די כנענים אזויפיל יארן?
— אויף דעם קומט תורה מיטן ענין פון ברית בין הבתרים,
און גיט צו פארשטיין,
אז כך עלה ברצונו ית׳: אזוי איז דער רצון הוי , ,
אז די נתינה
(בפועל)
פון א״י צו אידן זאל קומען דווקא נאכדעם ווי "גר יהי׳ זרעך בארץ לא להם ועבדום וענו אותם ארבע מאות שנה" 46 .
און אלס המשך צו דעם קומען די ווייטערדיקע פרשיות וואו עס ווערן דערציילט די פרטים ווי די גזירה איז פארגעקומען לפועל אינעם גלות מצרים; און דערנאך — דער סיפור וועגן יצי״מ,
ווי דער אויבערשטער האט ארויסגענומען די אידן פון מצרים בכדי זיי צו פירן "אל ארץ טובה ורחבה,
אל ארץ זבת חלב ודבש" 47 .
יא.
לאחרי כל הנ״ל פאדערט זיך נאך ביאור — בפנימיות הענינים 48
: הן אמת,
אז ווייל אידן דארפן וויסן
(ניט בלויז ווי זיי גופא זאלן זיך פירן,
נאר אויך)
וואס אפצוענטפערן די אוה״ע,
דערפאר שטייען אין תורה אויך די פרשיות פון בראשית ביז החדש הזה לכם,
וואס אין זיי געפינט זיך דער ענטפער אויף דער טענה פון אוה״ע ״לסטים אתם״; ס׳איז אבער דאך שווער צו באנעמען: נאך דעם אלעם איז דאך תורה פארט,
בעיקר,
א לערנונג פאר אידן בנוגע זייער אייגענער הנהגה — איז ווי שטימט עס דערמיט וואס " פתח בבראשית",
אז די פתיחה פון תורה איז גאר מיט ענינים וואם זיינען פאר אידן נויטיק צו וויסן בלויז בכדי צו ענטפערן די אוה״ע,
און ערשט נאכדעם ווי מער פון א גאנצן ספר לערנט אידן וואס צו זאגן " להם ",
הויבט זיך ערשט אן די פרשה פון החדש הזה לכם און די ווייטערדיקע מצות און הוראות וועלכע זיינען נוגע צו אידן גופא?
!
מוז מען דעריבער זאגן,
אז אט דער סדר לויט וועלכן תורה איז אויסגעשטעלט געווארן,
איז אויך א טייל פון תורה — א הוראה *48 .
אין דעם סדר איז אנגעוויזן א הוראה בנוגע צום סדר פון לימוד התורה:
דער תכלית פון לימוד התורה איז,
אז א איד זאל זי לערנען אין אזא אופן ווי זי איז העכער פון וועלט — וואס האט ניט קיין שייכות צו אוה״ע".
ובדוגמא צו די מצות און הוראות וואס פון "החדש הזה לכם " וועלכע זיינען געגעבן געווארן צו אידן זייענדיק שוין אן עם "סגולה מכל העמים"; נאר בכדי צוצוקומען צו דער מדריגה,
פאדערט זיך פריער דער לימוד וואס איז צוגעפאסט צום נפש הבהמית,
"הגוי שישנו בכאו״א מישראל 50
— בדוגמא ווי די פרשיות וואס ביז החדש הזה לכם וואס מיט זיי קענען אידן אויפקלערן דעם אמת צו די אומות העולם.
און דעם טעם דערויף,
ווייזט תורה אן אין דעם סדר וואס איז געווען בנוגע צו א״י,
כדלקמן.
יב.
וועט מען עס פארשטיין דורך מקדים זיין דעם מאמר רז״ל אין גמרא 51 ,
אז א אידיש קינד,
זייענדיק "במעי אמו",
"מלמדין אותו כל התורה כולה",
און דערנאך,
בעת ער קומט ארויס "לאויר העולם",
קומט א מלאך און "משכחו כל התורה כולה".
פרעגט מען די שאלה: וויבאלד אז סיי ווי מאכט מען אים פארגעסן אלץ וואס ער האט געלערנט — צוליב וואס לערנט מען דאס מיט אים פריער?
איז דער ביאור אין דעם: תורה דארף זיין ביי אידן דורך לימוד ועסק ויגיעה,
ניט אין אן אופן פון "נהמא דכסופא".
דערפאר מוז ער פארגעסן די לייכט דורכגעלערנטע "תורה כולה",
בכדי אז ער זאל צו דעם דערגרייכן מיט זיין אייגענער הארעוואניע,
— על דרך דוגמא ווי ארץ־ישראל 52 ,
וואס דער אויבערשטער האט געוואלט אז פריער זאל זי זיין אן ארץ־הגויים — "נתנה להם" 53
און אידן בעבודתם זאלן זוכה זיין און פון איר מאכן ארץ־ישראל —
און דאך לערנט מען מיט אים פריער "כל התורה כולה",
ווארום ווען דער גאנצער לימוד התורה וואלט זיך ביי אים אנגעהויבן נאר פון זיין אייגענעם לימוד,
איז זייענדיק א נברא
(ובפרט נאך אז די נשמה איז מלובש אין א גוף און א נפש הבהמית)
וואלט ער גענומען תורה אויך בלויז ווי א נברא,
ווי זי איז בהגבלה אין גדר הבריאה,
ד.
ה.
אזא דרגא אין תורה וואס איז שייך אויך צו "אומות העולם",
— בדוגמת א״י,
אז ווען איר שייכות צו אידן וואלט זיך אנגעפאנגען ערשט ביי איר כיבוש
(און ניט פריער דורכן "נתנה
(במחשבה)
לאשר ישר בעיניו" בעת הבריאה),
איז אמת טאקע אז אויך דערמיט וואלט זי נקנה געווארן צו אידן,
אבער דאן וואלט דער קנין ניט אויסגעשלאסן לחלוטין די אלע אומות העולם פון צו האבן עפעס א זכות און שייכות צו ארץ־ישראל,
און דעריבער לערנט מען די תורה מיטן ולד ווי ער איז נאך במעי אמו — ד.
ה.
מיט דער נשמה ווי זי איז בבחי׳ "עיבור" אין מלכות דאצילות 54
,
איידער זי ווערט א נברא — וואס דאן איז דער אופן הלימוד אן די הגבלות פון א נברא 55
און עס ווערט אים געגעבן די תורה ווי זי איז בלי גבול; און דורכדעם האט א איד בכח 56 ,
אז דערנאך דורך זיין לערנען דא בעולם הזה זאל אים מאיר זיין אויך יענע בחינה פון תורה וועלכע מען האט מיט אים געלערנט זייענדיק במעי אמו וואס איז העכער פון גדר הנבראים,
— בדוגמת א״י,
אז דערפאר וואס איר נתינה צו אידן
(במחשבה)
איז געווען נאך פריער,
גלייך בתחלת הבריאה,
גיט זיי אט די נתינה א כח אין דער עבודה פון " כבשתם ארצות שבעה גוים",
אז דורכדעם זאל זי ווערן א״י אין אזא אופן וואס איז לגמרי שולל פון די אומות יעדן זכות אויף איר,
אפילו א זכות בכח .
יג.
דער סדר הנ״ל — "נתנה לאשר ישר בעיניו",
דערנאך "נתנה להם" און דערנאך "נטלה מהם ונתנה לנו״ — באווייזט ניט נאר דעם אופן פון לימוד התורה
[אז צום אנהויבס איז "מלמדין אותו כל התורה כולה" מלמעלה ,
דערנאך קומט דער לימוד דורך יגיעה פון דעם מענטשן
(ביז אז דער אויבערשטער האט איינגעשטעלט 57 ,
אז דער תחלת הלימוד איז ״ שלא לשמה״ 58 ),
און ערשט דערנאך איז אים מאיר דער "אור התורה" בדוגמת די תורה וואס מלמדין אותו מלמעלה],
נאר אויך פון סדר השתלשלות פון תורה גופא:
תורה מצד עצמה איז חכמתו ורצונו של הקב״ה 59
— איז עס על דרך דוגמא פון "נתנה לאשר ישר בעיניו" וואס האט נאך ניט קיין שייכות אויסער צו "ישר" און טוב פון קדושה;
דערנאך איז די תורה "נסעה וירדה" 60
און זיך אראפגעלאזן אין די עולמות בריאה יצירה ועשי׳; דער חלק הדרוש והרמז פון תורה — אין די עולמות בריאה ויצירה 61 ,
און דער חלק הפשט — אין עולם העשי׳ 62 ,
וואס דערמיט איז עס בדוגמת "נתנה להם ",
ווארום אין די עולמות בי״ע איז שוין פאראן אויך רע 63 ,
ובפרט עולם העשי׳
(הגשמי)
וואס ער איז ״רובו ככולו רע״ 64
— ס׳האט א שייכות ״להם״ ;
אבער פונדעסטוועגן איז דאך "נעוץ תחלתה בסופה״ 65
— אז דוקא דורכן לימוד הפשט שבעולם העשי׳ ווערט נתגלה דער עצם פון תורה
(וואס איז העכער 66
אויך פון דעם חלק הסוד וואס איז ניט אראפ בירידה אין בי״ע און געבליבן באצילות 67 )
— און דאס איז על דרך ווי "נתנה לנו" וואס קומט דורך "נטלה מהם ",
אז דוקא דורך ארויסנעמען פון "זיי",
אין עולם העשי',
ווערט אונז געגעבן די פנימיות ועצמות התורה.
און דאס איז רש״י מרמז גלייך בתחלת פירושו על התורה,
אין זיין ערשטן דיבור,
וואס דינט אויך ווי א הקדמה
(כנ״ל בתחלת השיחה)
צו אלע זיינע פירושים אויף חומש: אז צום ערשטן דארף מען פארשטיין דעם "פשוטו של מקרא"
(וואס איז אויך כוונת ודרך פירוש רש״י),
און דוקא דורך דעם קומט מען דערנאך צו "יינה של תורה",
צו "רזין דאורייתא" און ״רזין דרזין״
(װאס זיינען אויך דא אין זיין פירוש),
ביז אז גאר בקרוב ממש וועט מען קומען צו די טעמי תורה שיתגלו לעתיד 68
דורך משיח צדקנו,
און דאן וועט אויך זיין די שלימות פון "נטלה מהם ונתנה לנו" בנוגע צו ארץ־ישראל כפשוטה,
אז אידן וועלן באקומען גאנץ ארץ־ישראל — אויך קיני קנזי וקדמוני",
און נאך מער: אז ארץ־ישראל וועט נתפשט ווערן בכל הארצות",
אין דער גאולה האמיתית והשלימה,
דורך משיח צדקנו,
יבא ויגאלנו בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ בראשית תשכ״ו)