B"H
🏡

Ikar

ברכה א

א.

דער פסוק "תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב",

וואס שטייט אין פרשת ברכה,

איז די ערשטע זאך פון תורה,

וואס מען הויבט אן צו לערנען מיט א אידיש קינד,

ווי חז״ל זאגן 1

: "קטן כו׳ יודע לדבר אביו לומדו כו׳ תורה צוה לנו משה".

דער פסוק "תורה צוה לנו משה" רעדט וועגן דער תורה ווי זי איז געקומען פון משה רבינו,

וואס ער האט זי מקבל געווען פון סיני,

אז די "תורה" וואם "צוה לנו משה",

אנטהאלט אין זיך די גאנצע תורה,

אויך "כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש" 2 ,

און אפילו די פנימיות התורה וואם משיח וועט מגלה זיין.

בלויז אין דעם גילוי פון תורה זיינען פאראן חילוקים: עם זיינען דא ענינים פון תורה וועלכע זיינען שוין אנטפלעקט געווארן און עס זיינען פאראן ענינים וואס וועלן נתגלה ווערן ערשט שפעטער.

אבער אויך דאס וואס וועט נתגלה ווערן שפעטער וועט ניט זיין קיין נייע תורה ח״ו

(נאף אמאל מתן תורה וועט ניט זיין),

נאר דער גילוי פון דער תורה וואס ״צוה לנו משה״.

ד.

ה.

אז דער אינ־ האלט פון דעם פסוק איז - געבן צו וויסן,

אז ״תורה״ - וויפל מען האט געלערנט און מען וועט לערנען און וויפל מען האט און מען וועט פארשטיין,

- איז דאם אלץ אין דעם וואם "צוה לנו משה".

ובמילא איז פארשטאנדיק אז עס איז אלץ נאר גאר א קליינער טייל פון דער תורה,

ווייל אין איר איז דא טיפער און טיפער 3 .

לויט דעם: ווי קומט עס,

וואס אזעל־ כע טיפע ענינים לערנט מען

(על כל פנים - ברמז)

מיט גאר א קליין קינד,

וועלכער הויבט ערשט אן צו לערנען תורה?

דער געוויינטלעכער סדר פון לערנען איז דאך "מן הקל אל הכבד"

(פון גרינגער צו שווערער).

צום ערשטן לערנט מען גרינ־ גערע,

איינפאכערע ענינים,

דערנאך שווערערע און העכערע,

ביז נאכן צוקו־ מען צו דער שלימות פון פארשטאנד אין ידיעת החיוב,

הויב טמען אן צו לערנען אין דעם סדר פון ידיעת השלילה: מען לערנט צו וויסן ווי אזוי אמיתית התורה איז לגמרי העכער און מושלל פון אונ־ זער השגה און אז אלץ וואס מען האט געלערנט און פארשטאנען איז נאר אן אפס קצהו פון תורה.

אבער וואם פאר אן ארט האט עם צו ריידן וועגן אט־די העכסטע ענינים פון תורה מיט א קטן באלד ווי ער איז "יודע לדבר"?

דער ביאור אין דעם: די עצמות פון תורה וואס "צוה לנו משה",

איז ניט קיין זאך וואס איז שייך צו השגה; דאס געהערט צו דער נשחה און איז געגעבן געווארן צו יעדער אידן.

דעריבער האט עצמות פון תורה א שייכות צו אלע אידן,

אפילו צו א קטן.

דער כלל וועגן סדר הלימוד "מן הקל אל הכבד" איז אין ענינים פון השגה,

משא״כ תורה - איר עצמות איז כלל ניט קיין ענין פון השגה.

אין עצמות פון תורה האט דער אויבער־ שטער אפגעגעבן,

כביכול,

זיף אליין,

זיין עצמות,

און דורך דעם וואס א איד לערנט תורה איז - ״אותי אתם לוקחים״ 4 ,

איר נעמט כביכול מיר אליין.

און דאס האט דער אויבערשטער אפגעגעבן אין דעם לימוד התורה פון יעדער אידן: מצד הנבראים אליין,

איז פונקט ווי דער שכל הקטן איז ניט קיין כלי צו עצמות שבתורה אזוי איז אויך שכל הגדול ניט קיין כלי דערצו; און נאר ווייל "בחר בנו מכל העמים" דערפאר איז ״ונתן לנו את תורתו״ - ער

(דער כל יכול)

האט אונז אוועקגעגעבן זיין תורה,

ווי זי איז שעשועים עצמיים של הקב״ה - און ווייל דער אויבערשטער האט זיך אליין אוועקגעגעבן אין תורה,

איז פונקט ווי ער האט זיך אריינגעשטעלט אין דעם שכל התורה וואם עס לערנט א גדול,

אזוי האט ער זיך אריינגעשטעלט אין דעם דיבור התורה פון א קטן,

אז אין דעם הבל פון א תינוק וואס זאגט די ווערטער פון תורה - שטייט עצמות.

און דאס איז דער סיום פון דעם פסוק - "מורשה קהלת יעקב".

"מורשה" לשון ירושה 5 ,

וואו ס׳איז ניט נוגע דער מעמד און מצב פון דעם יורש,

אפילו א "תינוק בן יום א׳ נוחל" 6

- אויב ער איז נאר א בן פון דעם מנחיל,

באקומט ער דאס גאנצע אייגענטום און ער איז במקום המוריש ממש 7 .

און אזוי איז עם אויך ביי אידן: וויבאלד אז זיי זיינען בנים להקב״ה,

ווערן זיי אוועקגע־ שטעלט במקום המוריש ממש,

ד.

ה.

אז דורך תורה נעמען זיי עצמות אליין.

און די "מורשה" איז צו אלע אידן,

אפילו צו די וואם זיינען אין דער בחינה פון "קהלת יעקב"

(יעקב פון לשון עקביים) 8 ,

אויך זיי נעמען דורך תורה - עצמות.

ב.

עס איז אבער נאך ניט מובן: אמת טאקע אז די עצמות פון תורה איז פאראן אויך אין דער תורה וואס עס לערנט א תינוק,

צוליב וואם אבער מוז מען דאס מודיע זיין דעם תינוק?

וואס וואלט אוים־ געמאכט ווען אט־די ידיעה זאל ער בא־ קומען שפעטער,

ווען ער וועט גרעסער ווערן און קענען עם גרונטיק פארשטיין,

און דערוויילע זאל מען מיט אים לערנען נאר די ענינים וואס זיינען לפי ערכו?

איז דער ביאור אין דעם: ביי א אידן דארף זיין אפגעלייגט אז עצמות ואמיתית התורה איז ניט קיין ענין פון שכל און פארשטאנד.

די עצמות פון תורה איז דאס וואס זי איז חכמתו של הקב״ה "שהוא וחכמתו אחד" 9

; און אויב עם פעלט אט־דער אפלייג,

פעלט דאן דער גאנצער יסוד פון תורה.

אט דער ענין,

אז תורה מיט דעם אויבערשטן זיינען איינם,

איז ניט קיין באזונדער פרט אין לערנען און פאר־ שטיין תורה,

ביי וואס עם זאל זיין שייך צו זאגן אז פריער,

פאר אים,

דארף מען לערנען א גרינגערן ענין.

דאס איז די נקודה העצמית פון גאנץ תורה וואס "צוה לנו משה".

איז דאך מובן אז צום ערשטן דארף מען האבן דעם יסוד און ערשט דאן קען מען בויען אויף אים דעם בנין - די השגה פון תורה.

און נאך אין דעם: לבד זאת וואס אויב מען זאל אפלייגן אט־די ידיעה

(אז תורה איז חכמתו של הקב״ה און "הוא וחכמתו אחד")

אויף שפעטער,

וועט דאך פעלן דער יסוד ביי די אלע עניני תורה וואס ער וועט לערנען ביז ער וועט באקומען די ידיעה,

נוסף על זה: אויב מען וועט זיך איינגעוואוינען צו נעמען תורה בלויז מיט השגה,

וועט שפעטער שווער זיין צו איינקארבן ביי זיך די הנחה אז תורה איז לגמרי העכער פון שכל,

כידוע אז שכל פארשטעלט אויף דער בחינה עצמית וואם איז העכער פון שכל.

דעריבער דארף מען איינפלאנצן אט־דעם אפלייג ווען דער איד איז נאך א תינוק.

און דאן איז - "גם כי יזקין לא יסור ממנה" 10

; אויך שפעטער,

ווען ער וועט לערנען תורה בהשגה,

וועט די השגה זיין דורכ־ גענומען מיט יראת שמים און קבלת עול,

וואס אט־די הנחה ברענגט.

ג.

ס׳איז א מנהג ישראל - וואם ״מנהג ישראל תורה היא״ 11

- צו פרייען זיך מיט דער תורה בשמחת תורה אין א באשטימטן אופן: מען נעמט א ספר תורה ווי זי איז איינגעוויקלט אין איר מענטעלע,

מען פראוועט הקפות ארום דעם שולחן הקריאה און מען טאנצט מיט דער תורה.

לכאורה: דער ענין פון תורה איז דאך לערנען איר ובשכל שבראש,

האט דאך די שמחה פון שמחת תורה געדארפט באשטיין אין דעם,

אז מען זאל דאן זיך פארנעמען מיט לערנען מער תורה,

מער בכמות און מער באיכות - לערנען בעיון,

און די הבנה אין תורה וואלט געבראכט שמחה.

פארוואם האט מען איינגעפירט אויסצודריקן די שמחה פון תורה דורך ריקוד ברגלים און דערצו נאך איז דער ריקוד מיט דער תורה ווי זי איז פארמאכט און איינגעוויקלט אין א מענטל -באופן אז מען קען גאר אין איר ניט אריינקוקן?

און כאטש אז אויך בשמחת תורה דארף מען האבן שיעורים קבועים אין לערנען תורה - איז עם ווייל יעדער טאג איז מען מחוייב אין לימוד התורה.

מען געפינט אבער ניט אז צוליב דער שמחה פון דעם טאג זאל זיך פאדערן א ספעציעלע הוספה אין לערנען.

ניט אין דעם באשטייט די שמחה פון שמחת תורה.

איז דער ביאור אין דעם: אמיתית ענין התורה איז,

כנ״ל,

ניט איר שכל והבנה,

נאר די קדושה פון תורה

(וואם צוליב איר קדושה זיינען אויך עמי הארץ שייך צו תורה 12

און אויך זיי פרייען זיך בשמחת תורה).

נאר ווייל תורה דארף דורכנעמען דעם מענטשן אין א פנימיות,

דורך און דורך,

און זאל ניט בלייבן נאר בבחינת מקיף,

מוז מען דערצו האבן די הבנה והשגה אין תורה.

דורך השגה איז מען ממשיך אין א פנימיות אויך דעם עצם ענין התורה,

און דעם פארבונד צווישן עצם התורה מיט עצם הנשמה,

וואס איז העכער פון שכל.

און דעריבער טאנצט מען שמחת תורה מיט דער תורה ווי זי איז איינגע־ וויקלט אין א מענטעלע באופן אז מען קען איר ניט לייענען - דאס אונטערש־ טרייכט בחינת התורה ווי זי איז העכער פון השגה,

און דערמיט איז מען זיך משמח.

די שמחה איז ניט מיט דער השגה פון תורה,

נאר מיט דעם וואם דורך

(לימוד וקריאה ב)

תורה נעמט מען עצמות 13 .

און דאס איז אויך וואם די שמחה דריקט זיך אויס אין ריקוד ברגלים -ווייל ברגלים דוקא,

בחינת אמונה 14 ,

דריקט זיך אויס דער עצם.

און אט דעם ענין פון ריקוד ברגלים און זיך פרייען מיט דער תורה ווי זי איז אין איר מענטעלע,

טוט מען דוקא אלם אנהויב פון דער עבודה פון יאר: נאך דער תשובה,

פארריכטן און צוגרייטונג פון אלול,

ר״ה,

עשי״ת,

יו״כ,

סוכות און שמע״צ,

ווען עס הויבט זיך אן דער נייער יאר פון "ארבעט",

זיינען דאן אלע אידן ווי א תינוק וואס מען דארף אים מחנך זיין,

און מחנך זיין דארף מען מיטן ענין פון ״תורה צוה לנו משה״ 15

- בחינת קבלת עול,

און דאס פועל׳ט,

אז אויך שפעטער,

במשך כל השנה,

ווען מען לערנט תורה מיט שכל און פארשטאנד,

זאל מען זיין דורכגענומען מיט אמונה און קבלת עול.

ד.

על פי הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין וואם כ״ק מו״ח אדמו״ר האט געזאגט וועגן דעם ריקוד פון הקפות,

אז די תורה וויל ארומגיין בהקפות מסביב לשולחן הקריאה,

און אזוי ווי די תורה אליין האט ניט קיין פיס,

ווערט א איד די רגלים של הספר תורה,

וועלכע פירן די תורה ארום די בימה,

כרגלים המוליכים את הראש.

וואס איז דער פשט פון די ווערטער,

אז א איד ווערט די פיס פון דער ספר תורה?

דער ענין איז: דער ריקוד פון שמחת תורה דריקט אויס די החלטה וואס א איד איז מחליט ביי זיך צו נעמען אויף זיך קבלת עול מלכות שמים אויף אזוי פיל,

ביז ער זאל ניט זיין קיין מציאות פאר זיך; ער איז אזוי ווי פיס וואס זיינען בטל צום קאפ - ווי נאר דער ראש וויל עפעס,

טוען עם די רגלים באלד,

פון זיך אליין 16 .

אויב די "רגלים" הערן אן זייער אייגענע מציאות,

און הויבן אן איבער־ צוטראכטן צי זיי זאלן אויספאלגן דעם רצון פון "ראש",

איז עס א באווייז אז אין זיי איז דא א חולאת ר״ל.

און דאס מיינט אז א איד ווערט די רגלים של הספר תורה - די קבלה און החלטה על כל השנה,

אז ער זאל זיין בטל לגמרי צו תורה,

ביז אז אלע הוראות פון תורה זאלן זיך ביי אים טאן מעצמו ובדרך ממילא.

און אזוי ווי אין דעם משל פון ראש און רגלים,

ברענגען דאך די רגלים א שלימות אויך אין דעם ראש,

מיט דעם וואם זיי פירן אים אין א ארט צו וועלכן ער אליין קען ניט צוקומען 17 ,

אזוי איז עם אויך בנוגע אידן מיט תורה: דורך דעם וואס אידן זיינען מקבל אויף זיך דעם יאך פון תורה מיט שמחה,

ווערט אן עילוי אויך אין דער תורה.

און דאס איז דער פירוש פון "זמן שמחתינו",

לשון רבים: אידן פרייען זיך מיט דער תורה און די תורה פרייט זיך מיט אידן,

און די ביידע שמחות שטייען אין איין ווארט,

ווארום ס׳איז הא בהא תליא: דורך דעם וואס אידן פרייען זיך מיט דער תורה,

פרייט זיך די תורה מיט אידן,

ווייל דורך דעם ווערט אויך זי אליין נתעלה.

ה.

הגם אז די שמחה פון שמחת תורה דריקט זיך אויס בעיקר דורך ריקוד ברגלים,

כנ״ל,

איז מען אבער דאן מקיף מיט דער ספר תורה סביב לשולחן הקריאה,

מען פארבינדט די שמחה מיט קריאה

(לימוד) 18

פון תורה.

נאך מערער: פאר הקפות זאגט מען די פסוקים פון ״אתה הראת״ - פסוקים פון תורה.

ולכאורה,

ווי בינדט זיך צוזאמען דער ענין פון ריקוד ברגלים,

קבלת עול,

מיט קריאה

(לימוד)

אין תורה?

איז דער ביאור אין דעם: חודש תשרי איז א חודש כללי,

דארף מען מיטנעמען דעם כח וואס דער חודש גיט אויף תורה ומצוות פון א גאנצן יאר.

און דעריבער מוז דער חודש אין זיך

(בעניניו הכללים)

כולל זיין אויך דעם לימוד התורה פון דעם גאנצן יאר - ניט נאר דעם יסוד פון לימוד התורה - קבלת עול וואס דריקט זיך אוים דורך ריקוד ברגלים -נאר אויך דעם בנין,

דעם לימוד בפועל ממש.

נאר וויבאלד אז מען האלט דאן ביי דעם יסוד,

איז דער עיקר עבודה פון שמחת תורה בגילוי - ריקוד ברגלים,

קבלת עול,

און ענין הלימוד בתורה איז ברמז.

ו.

עוד יש לפרש: אזוי ווי קבלת עול ווירקט אויף דער השגה,

אז בכדי די השגה זאל זיין מכוון אל האמת איז עס דורך דעם וואס זי איז מיוסד אויף קבלת עול - דורך דעם וואס זיין עצם איז פארבונדן מיט קדושה,

פועל׳ט עס אויף אלע זיינע כוחות הנפש,

אזוי איז עס אויך לאידך גיסא: דורך דעם אראפ־ ברענגען זיין קבלת עול אויך אין השגה,

ווערט נתגלה און נשלם זיין עצם 19 .

אויב ער בלייבט בלויז ביי אמונה פשוטה און קבלת עול און ער ברענגט עס ניט אראפ אין השגה,

איז דאן א ראי׳ אז ער איז א באזונדער זאך פון אלקות,

זיינע ענינים פנימיים זיינען ניט דאם וואס ער גלויבט,

וואס דערפאר קען זיך אלקות ביי אים ניט לייגן אין השגה און עס בלייבט בבחינת מקיף.

בשעת אבער ער איז מיוחד מיט דעם וואס ער גלויבט,

ער איז איין זאך מיט אלקות,

דאן איז זיין אמונה באופן כזה אז זי קומט אויך אין השגה,

ביז אפילו אין זיינע דברים הגשמיים.

און דעריבער פארבינדט מען דעם ריקוד ביי הקפות מיט פסוקי התורה און מיט קריאה ולימוד בתורה,

ווייל דוקא דורך לימוד און השגת התורה איז דער ריקוד פון הקפות כדבעי 20 .

ז.

דער תוכן פון דעם אויבנגעזאגטן - אז צוזאמען מיט דער נקודת האמונה,

שלמעלה מהשגה,

מוז אויך זיין השגה -איז מרומז גלייך אין דעם ערשטן פסוק וואס מ׳זאגט פאר הקפות: "אתה הראת לדעת כי הוי׳ הוא האלקים״.

״הראת״,

ס׳איז פאר דיר בארויזן געווארן - וואם ראי׳ איז למעלה מהשגה - אז יעדער איד זעט בראי׳ מוחשית ווי "הוי׳ הוא האלקים אין עוד מלבדו״; און - ״הראת״ בדרך ממילא,

ניט "ראית"

(דו האסט געזען),

אז דו זאלסט זיך דארפן נעמען די מי און דעם רצון צו קוקן,

נאר "אתה הראת",

ס׳איז פאר דיר באוויזן גערוארן - וראם איז גאר ניט תלוי אין דיין רצון,

וואס דאס

(הראת)

קומט מצד דעם יחוד עצמי פון עצם הנשמה מיט עצמות 21 .

און נאך ״הראת״ זאגט ער באלד "לדעת",

אז דער "הראת",

די ראי׳ דארף אראפקומען אין "לדעת",

אין ידיעה,

הבנה והשגה,

ווארום אויב די ראי׳ זאל ניט אראפקו־ מען אין "לדעת",

פעלט עס דאן אויך אין דעם "הראת",

עס פעלט אין דעם יחוד.

בעת ער איז מיוחד מיט אלקות,

מוז עם דאן אראפקומען אין אלע זײנע כוחות און ענינים,

ביז אויך אין די ענינים הגשמיים 22

און דאס װערט אויך נרמז אין דעם םױם הפסוקים פון פאר הקפות: ״כי מציון תצא תורה ודבר הוי׳ מירושלים" "ציון",

"ירושלים"

(ואין מקרא יוצא מידי פשוטו)

איז דאך א שטאט במקום גשמי; איז וואס מיינט עם,

אז פון גשמיות זאל ארויסקומען "תורה" און "דבר הוי'"?

- נאר דאס איז דער אויפטו פון תורה,

ממשיך צו זיין פון דעם "אתה הראת",

ראי׳ עצמית,

ביז אין שכל אנושי,

ביז אויך אין גשמיות,

אז די גשמיות ווערט א ״ציון״ - סימן 23 ,

גשמיות איז קיין מציאות ניט פאר זיך,

איר מציאות איז וואס זי איז א "סימן" צו אלקות,

ווייל עם ווערט אין איר דערהערט ווי "אין עוד מלבדו"; גשמיות ווערט "ירושלים" - ״ירא שלם" 24

- אז אויך די גשמיות איז דורכגעדרונגען מיט יראת שמים שלימה.

דורך תורה ווערט דער־ הערט ביז אויך אין גשמיות אז "אין עוד מלבדו".

(משיחת ליל שמח״ת תשכ״ב)

Reader controls and commentary are loading.