א.
עם איז מבואר אין חסידות 1 ,
אז די אלע ענינים וועלכע זיינען פאראן ר״ה
(און די פנימיות דר״ה - יום כיפור) 2
בהעלם - "בכסה",
קומען זיי ארויס בגילוי - "ליום חגינו",
סוכות.
פון די ענינים העיקריים פון ר״ה
(און יו״כ)
איז די התאחדות פון אלע אידן 3 .
ווארום די עבודה דאמאלס איז דאך מיט פנימיות הנשמה,
"בקשו פני",
און מצד פנימיות הנשמה זיינען דאך אלע אידן גלייך 4 ,
וואס דערפאר פאראייניקן זיי זיך אלע צוזאמען - "נצבים היום כולכם" פון "ראשיכם שבטיכם" ביז "חוטב עציך ושואב מימיך" 3 .
און די התאחדות פון אלע אידן,
קומט ארויס בגילוי,
ווי אלע ענינים פון ר״ה ויו״כ,
אין חג הסוכות.
ווי ער זאגט אין מדרש 5 ,
אז די ד׳ מינים שבסוכות זיינען מרמז אויף אלע פארשידענע סוגים אידן: "פרי עץ הדר אלו ישראל,
מה אתרוג זה יש בו טעם ויש בו ריח כך ישראל יש בהם בנ״א שיש בהם תורה ויש בהם מעשים טובים"
("פרי עץ הדר",
אן אתרוג,
וואס האט אין זיך טעם און ריח,
איז מרמז אויף דעם סוג אידן וואם האבן אין זיך תורה - טעם,
ווייל לימוד התורה דארף זיין מיט הבנה והשגה,
אין וואס דער מענטש האט א געשמאק,
און מעשים טובים - ריח,
ווייל קיום המצוות דארף זיין בעיקר מיט קבלת עול).
"כפות תמרים אלו ישראל,
מה התמרה הזו יש בו טעם ואין בו ריח כך הם ישראל יש בהם שיש בהם תורה ואין בהם מעשים טובים"
("כפות תמרים" א לולב,
ווייזט אויף דעם סוג אידן,
וואס האבן אין זיך טעם - תורה - און ניט ריח - מעשים טובים,
ווי טייטלען,
וואס האבן אין זיך א טעם און ניט קיין ריח).
"וענף עץ עבות אלו ישראל מה הדס יש בו ריח ואין בו טעם כך ישראל יש בהם שיש בהם מעשים טובים ואין בהם תורה"
("ענף עץ עבות",
א הדם,
האט אין זיך ריח און ניט טעם,
אזוי זיינען אויך פאראן אידן וואס האבן אין זיך מעשים טובים און ניט קיין תורה),
"וערבי נחל אלו ישראל מה ערבה זו אין בה טעם ואין בה ריח כך הם ישראל יש בהם בני אדם שאין בהם לא תורה ולא מעשים טובים"
(ערבה,
וואס פארמאגט ניט אין זיך ניט קיין טעם און ניט קיין ריח,
אזוי זיינען צווישן אידן פאראן אזעלכע וואס איז ניט פאראן אין זיי ניט קיין תורה און ניט קיין מעשים טובים).
"אמר הקב״ה יוקשרו כולם אגודה אחת והן מכפרים אלו על אלו" 6
(זאגט דער אויבערשטער: זאלן זיי צוזאמענגעבונדן ווערן אלע אין איין אגודה,
און זיי וועלן מכפר זיין איינע אויף די אנדערע).
נאך מער: עם ווערט אויפגעטאן אין דער התאחדות פון סוכות אויף דער התאחדות פון ר״ה ויו״ב: אין דער התאחדות פון ר״ה מיט יו״כ הערט זיך ניט אן די פאראייניקונג פון אט־די אלע פארשידענע סוגים פון אידן.
אין דער עבודה פון תקיעת שופר בר״ה און אין דער תשובה פון יו״כ הערט זיך בלויז דער ענין כללי,
ווי אלע אידן זיינען גלייך,
מצד דער עבודה פון פנימיות הנפש,
און ס׳איז מלכתחילה ניט קענטיק די פארשידנקייט פון די סוגים,
עס איז "בכסה".
אבער בחג הסוכות קומען די אלע חילוקי הסוגים ארויס בגילוי: עם הערט זיך אן דער אתרוג,
דער לולב וכו׳ - אדרבה,
די מצוה באשטייט דאך אז מען זאל נעמען דוקא פיר מינים - און פונדעסטוועגן ווערט פון די פיר באזונ־ דערע סוגים אן אגודה אחת 7 .
ב.
עפ״י המבואר במדרש,
קומט אוים אז דער העכסטער פון אלע פיר מינים איז דער אתרוג,
ווארום ער האט דאך ביידע מעלות: טעם און ריח.
און ער איז אויך מרמז אויפן העכסטן סוג צווישן אידן: די וועלכע האבן אין זיך תורה און מצוות.
לויט דעם איז אבער ניט מובן: פארוואם מאכט מען די ברכה "על נטילת לולב"?
שטייט אויף דעם דער טעם 8 ,
אז מען מאכט די ברכה אויפן לולב,
ווייל ער איז העכער פון די איבעריקע מינים.
מען דארף דאס אבער פארשטיין: אלע זאכן,
ובפרט עניני מצוה,
זיינען אזוי ווי זיי זיינען בגשמיות,
ווייל אזוי איז עס אין זייער שורש ברוחניות,
פון וואנען זיי נעמען זיך.
איז דאך דאס גופא וואס לולב איז דער העכסטער בגשמיות בא־ ווייזט,
אז ברוחניות האט ער א מעלה אויף אלע אנדערע מינים.
לכאורה,
וואס איז די מעלה פון לולב אויף אתרוג,
וויבאלד אז לולב האט אין זיך בלויז טעם און אתרוג האט טעם און אויך ריח?
וועט מען עס פארשטיין בהקדים דעם חילוק צווישן תורה און מצוות 9 .
אויף מצוות שטייט אז זיי זיינען "אברים דמלכא" 10
; אויף תורה שטייט: "אורייתא וקוב״ה כולא חד" 11 .
די אברים פון גוף זיינען ניט איין זאך מיט נפש; זיי זיינען טאקע בטל צום נפש,
ביז אז זיי פירן אויס דעם רצון הנפש בדרך ממילא,
באלד ווי דער נפש וויל דאס 12 ,
אבער דאך זיינען זיי ניט נפש.
און אזוי איז עם אויך ביי קיום המצוות: זיי ווייזן און דריקן אוים דעם ביטול פון א אידן צום אויבערשטן,
אז ער טוט און פאלגט אויס דעם רצון העליון; אבער דאך פארבלייבט דער מקיים המצוה אין זיין אייגענער מציאות,
און ער ווערט ניט איינם,
כביכול,
מיט בורא.
משא״כ דורך לערנען תורה מיט הבנה והשגה,
וואס דער שכל פון דעם אידן באגרייפט,
כביכול,
חכמתו של הקב״ה,
ביז אז זיין שכל ווערט תורה־שכל - ווערט ער דורך דעם פאראייניקט 13
מיט חכמתו של הקב״ה,
וואס "הוא וחכמתו אחד".
וויבאלד,
אז די מעלה מיוחדת פון לימוד התורה איז דער יחוד מיט דעם אויבערשטן וואס ווערט דורך דעם,
איז דאך פארשטאנדיק,
אז וואס מער א איד גיט זיך אפ מיט לערנען און פארשטיין תורה,
אלץ מער ווערט ער מיוחד מיט אלקות.
און דעריבער איז דער וואס איז אינגאנצן אפגעגעבן צו לימוד התורה -״לולב״ - "שיש בהם תורה ואין בהם מעשים טובים",
(זיכער איז ער אויך מקיים מצוות,
ווארום אויב ניט,
פאלגט ער דאך ניט אויס וואס ער לערנט,
און אויף אזא שטייט "ולרשע אמר אלקים מה לך לספר חוקי" 14
; נאך מער,
אפילו אז זיין ניט טאן איז ניט באופן דאיסור ע״פ שלחן ערוך,
נאר ער האט ניט סתם מעשים טובים,
איז דאך כל האומר אין לי אלא תורה - איז אפילו תורה אין לו 15
; דא מיינט מען אזא,
וואם איז יא מקיים מצוות,
ער האט מעשים טובים,
אבער בלויז אויף אזוי פיל,
אויף וויפל ער איז מחוייב עפ״י דיני השו״ע און אפגעגעבן איז ער און ליגט אין תורה),
איז ער מער מיוחד מיט אלקות ווי דער וואס איז אין סוג "אתרוג",
וואס ער איז אפגעגעבן סיי צו תורה און סיי צו מצות.
ווארום וויבאלד אז ער איז אי־ בערגעגעבן ניט בלויז צו תורה אליין
(אפילו ווען די אנדער זאך איז קיום רצון העליון),
איז ער דאך צייטענווייז אין דעם אופן פון צוותא וחיבור מיט אלקות ווי דורך מצות,
כנ״ל,
און ניט אין דעם יחוד מיט אלקות וואס דורך תורה 16 .
און דעריבער איז מען מדגיש אין דער נטילת ד׳ מינים די מעלה פון לולב - די מעלה פון תכלית ההתאחדות מיטן אוי־ בערשטן וואס איז פאראן ביי די אידן וואם גיבן זיך אינגאנצן אוועק צו תורה -ווייל די כוונה פון נטילת ד׳ מינים איז די פאראיינציקונג פון אלע אידן צווישן זיך,
וואס קומט דורך דער התאחדות פון אידן מיטן אויבערשטן 17 ,
אחדות הפשוטה.
ג.
לויט דעם וועט מען פארשטיין,
וואם ביי לולב געפינען מיר א בא־ זונדער ענין וואס איז ניטא ביי די אנדערע מינים - דער ענין פון נענועים.
הגם אז די הולכה והובאה צו אלע ששה קצוות ווערט געטאן מיט אלע פיר מינים,
ווערן אבער די נענועים,
דער טרייסלען כפשוטו,
געפראוועט נאר מיטן לולב.
ובפרט על פי מנהג רבותינו,
אז נאך יעדער הולכה פלעגן זיי געבן א טרייסל דעם לולב,
און ערשט נאך דעם האבן זיי געטאן די הובאה.
און אויף אזוי פיל איז נרגע דער טרייסלען מיטן לולב,
אז צוליב דעם מוז דער לולב האבן דער שיעור פון פיר טפחים - א טפח מער פון די הדסים וערבות "כדי נענוע" 18 .
די נשמות ווי זיי זיינען למעלה ווערן זיי אנגערופן "עומדים",
בכללות שטייען זיי אויף איין מדריגה
(ווארום די עליות וואם זיי האבן דארט,
זיינען זיי אין א סדר און הדרגה),
און דורך דעם וואם די נשמה קומט אראפ למטה בגוף און זי טוט איר עבודה אין תורה ומצות,
קומט זי צו צו א הילוך ועלי׳ שלא בהדרגה -וואס דאס איז אמיתית מדריגת "מהלך" 19 .
אט־דער אופן פון הילוך ועלי׳ בלי גבול,
וואס א נשמה דערגרייכט דורך איר עבודה למטה,
דריקט זיך אויך אוים אין דעם וואס אידן זיינען זיך מתנענע ביי זייער דאוונען און לערנען תורה.
(ועל דרך ווי עם שטייט אין זוהר 20
דער טעם אויף דעם וואס אידן שאקלען זיך בעת לימוד התורה - ווייל "נר הוי׳ נשמת אדם",
א נשמה איז געגליכן צו א נר,
פונקט ווי א נר שאקלט זיך ווייל ער ציט זיך צו זיין שורש 21 ,
אזוי שאקלט זיך אויך די נשמה בשעת לימוד התורה,
וואס דאם ווייזט אז דורך תורה ציט זיך די נשמה און באהעפט זיך מיט אלקות.
און כאטש אז תורה דארף געלערנט ווערן מיט הבנה והשגה,
און בכדי קלאר צו פאנאנדערקלייבן אן ענין אין תורה דארף מען זיך פארטיפן מיט ישוב הדעת,
וואם דאס איז היפך פון נענוע* 21
- פונדעסטוועגן דארף זיין דער נענוע ביים לימוד התורה,
צו באווייזן אז אויך תורה ווי זי איז אנגעטאן אין השגה,
איז חכמתו של הקב״ה,
און אויך בעת דער איד איז פארנומען אין השגת התורה דארף זיין קענטיק די פנימיות דערפון,
די דביקות בהקב״ה).
און די מדריגת ההילוך בלי גבול,
קומט דורך דער דביקות בהקב״ה,
וואס ער איז דער אמת׳ער בלי גבול 22 .
וויבאלד אז אמיתית הדביקות בהקב״ה איז דורך לימוד התורה,
כנ״ל,
אז דורך תורה איז דער עיקר ההילוך בלי גבול,
דעריבער איז דער ענין הנענוע שייך צו תורה - לולב.
און אט־די דביקות פון תורה טוט אויף דעם הילוך אויך אין מעשה המצוות - ווי דורך דעם מנענע זיין דעם לולב ווערט א נענוע אויך אין די איבעריקע מינים 23 .
ד.
דער נענוע פון תורה מיינט ניט נאר דער הילוך בלי גבול וואס ווערט דורך לימוד התורה,
נאר אויך אז אין דעם לימוד התורה גופא איז פאראן אן ענין פון נענוע,
און דאס - אין צוויי פרטים:
א)
לימוד התורה דארף זיין אין אן אופן פון "לאפשא לה בכל יומא" 24
(צו מוסיף זיין אין איר אלע טאג),
ביים לומד תורה דארף צוקומען אין לימוד התורה.
וואם דאס איז איינער פון די אונטער־ שיידן צווישן תפלה און תורה: אין תפלה איז יעדן טאג דער זעלבער נוסח
(אין די זעלבע וואכן־טעג,
שבתים א.
א.
וו.)
אבער אין תורה מוז יעדן טאג צוקומען.
ב)
"אין אדם עומד על דברי תורה אלא אם כן נכשל בהן" 25 .
בכדי צו פאר־ שטיין ריכטיק אן ענין פון תורה דארף פריער דערביי זיין א שקלא וטריא: פריער קומט אויס אין שכל הלומד,
אז די סברא איז באופן כזה,
דערנאך קומט ביי אים אוים,
באופן אחר,
שפעטער זעט ער אין דעם א דריטן אופן,
און אזוי איז ער "מנענע",
ער באוועגט די סברא צו אלע "ששה קצוות" 26 ,
ביז ער דערגייט צו דעם אמת פון דעם ענין וואם ער לערנט.
ה.
על פי הנ״ל וועט מען פארשטיין א דבר פלא: לויט דעם מדרש,
אז לולב איז מרמז אויף בעלי תורה,
צוליב דעם וואס "יש בו טעם ואין בו ריח",
האט מען דאך לכאורה געדארפט נעמען ניט די כפות תמרים נאר די תמרה אליין,
ווייל אין דער פרי איז פאראן דער טעם און געשמאק אבער ניט אין די כפות תמרים.
והביאור:
ווי גערעדט פריער,
איז דער ענין פון מצות נטילת ד׳ מינים - די התאחדות פון אלע סוגים שבישראל.
בכדי אז איין איד זאל זיך פאראיינציקן מיט א צווייטן אידן,
דארף ער שטיין אין ביטול,
ווייל ישות און גאוה,
שטערט צו פאראייני־ קונג מיט א צווייטן אידן 27 .
און ווי דאס איז ברוחניות,
אזוי איז עם אויך בגשמיות: אין יעדערן פון די ד׳ מינים דארף זיין נרמז דער ענין הביטול 28 ,
וואס דורך דעם קען זיין די התאחדות פון אים מיט די אנדערע מינים.
ביי וועמען דארף מען בעיקר באווא־ רענען אז ער זאל האבן ביטול - ביי דעם העכסטן.
וואס גרעסער ער איז,
אלץ מער איז ער עלול צו האבן ישות,
און אלץ מער דארף מען עס ביי אים באווארע־ נען 29 .
דעריבער איז אין אתרוג,
וואס ער איז דער חשוב׳סטער פון די ד׳ מינים -יש בו טעם ויש בו ריח - איז אויך אין זיין נאמען מרומז דער ענין הביטול -אתרג איז ר״ת: "אל תבואני רגל גאוה" 30 .
און ווי אויבן גערעדט,
אז אין לולב איז פאראן א מעלה אפילו אויף אתרוג - דוקא דערמיט וואס ער האט נאר טעם און ניט ריח - דעריבער דארף אויך אין לולב זיין א רמז מיוחד אויף דעם ענין הביטול,
און דאס דריקט זיך אויס אין דעם וואס מען נעמט ניט די פירות פון תמר נאר זיינע עלים.
ו.
א מענטש איז געגליכן צו א בוים,
און שכל,
וואס אין אים באשטייט דער עיקר מעלה פון דעם מענטשן,
איז געגליכן צו פירות,
וועלכע זיינען דער עיקר מעלה פון א בוים ,30 .
באזונדערס איז שכל געגליכן צו א תמר,
וואס זיין ענין איז טעם
(ניט - ריח).
און ווי כנ״ל במדרש,
ווייזט דער תמר אויף תורה.
די עלים,
די בלעטער פון א בוים,
באשטייט זייער מעלה אין דעם וואט זיי באשיצן די פירות 31 .
אזוי איז עם אויך אין שכל גופא: די אמת׳קייט פון דער סברא,
די מסקנא - דאם איז די פרי,
און די שקלא וטריא פון דער סברא,
וואט זיי נעמען אראפ די קושיות און באשיצן פון סתירות אויפן ענין - דאס איז ווי די בלע־ טער וואס באשיצן די פירות.
בטבע האדם איז,
אז דער תענוג פון א שכל איז ווען דער מענטש דערגרייכט די מסקנא,
דעם אויספיר פון דער סברא.
בעת דער מענטש האלט אינמיטן דער שקלא וטריא,
איידער ער האט זיך פא־ נאנדערגעקליבן און אראפגענומען די קושיות און סתירות,
האט ער ניט קיין עונג,
אדרבה,
ער האט יסורים דערפון וואט דער ענין איז פאר אים ניט קלאר.
ער האט ניט דאן קיין שביעת רצון און דעריבער איז ניט שייך אז ער זאל דער־ פון האבן ישות.
און דאס איז דער רמז פון "כפות תמרים": מען דארף אלע מאל וויסן אז מען האלט ערשט ביי די "עלים".
ווי הויך און ווי טיף מען זאל צוקומען אין תורה,
דארף מען וויסן,
אז דאם אלץ איז נאר כטיפה מן הים,
און נאך ווייניקער,
ווארום די תורה איז "ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים" 32 ,
און אמיתית התורה איז "נעלמה מעיני כל חי" 32 .
און אט־די הנחה,
אז מען האלט ערשט ביים אנהויבס,
איז שולל די ישות וגאוה וואט קען קומען פון ידיעת התורה.
אדרבה,
דאם וואט מען ווייסט ווי מען איז ווייט פון תכלית אמיתית התורה,
רופט עם ארוים א ביטול און העדר הישות.
דאס איז אויך דער רמז אין כפות תמרים,
כפות מלשון כפות 33
(צוזאמענ־ געבונדן)
- ער איז ניט קיין אפגעזונ־ דערטער און א נפרד ח״ו,
נאר ער איז,
דורך דעם ביטול,
צונויפגעבונדן און פאראייניקט מיט דעם אויבערשטן.
און דוקא דורכן ביטול פון לולב איז ער דער העכסטער,
ווארום וואס מער ער איז בטל,
אלץ העכער דערגרייכט ער און קומט צו צו מכוון זיין די הלכה לא־ מיתתה,
ווי מרז״ל אויף די בית הלל,
אז צוליב דעם וואס ״נוחין ועלובין הױ״ איז הלכה כמותם 34 .
ז.
די הוראה פון דעס אלעם איז: מען דארף לערנען אין אן אופן פון "לולב",
אפגעבן זיך אינגאנצן צו תורה,
און בעת דער פאראיינציקונג מיט תורה זאל ער ניט טראכטן וועגן קיינע אנדערע זאכן.
און דערמיט מיינט מען ניט בלויז די תלמידי הישיבות און יושבי אוהל,
נאר,
ווי געזאגט פריער,
אז די אלע ד׳ מינים דארפן ווערן אן אגודה אחת; זיי זאלן זיין אזרי פאר־ אייניקט,
ביז אז יעדער סוג זאל פאר־ מאגן די מעלות פון אלע אנדערע סוגים אידן,
ד.
ה.
אז אפילו די וועלכע זיינען אין סוג ערבה,
דארפן ביי זיי זיין זמנים קבועים ווען זיי זאלן זיין אין דער בחינה פון לולב - לערנען תורה אין אן אופן פון התאחדות גמורה.
און די זמנים ווען זיי לערנען תורה באופן הנ״ל,
פועל׳ן אז זיי זאלן ארויס־ גיין פון זייער מעמד ומצב,
אז עס זאל ביי זיי זיין הילוך בלי גבול אויך אין די איבעריקע ענינים - ווי דער נענוע פון לולב וואס פועל׳ט א נענוע אויך אין די איבעריקע דריי מינים כנ״ל - אין קיום המצוות וכו/ ביז אז אויך די עבודה פון עניני הרשות,
פון "בכל דרכיך דעהו" במשך כל היום,
זאל ביי זיי זיין אין אן אופן פון הילוך.
די התחלה פון דעם אלעמען איז דער הארעווען און פארטיפן זיך אין תורה און - "לאפשא לה",
גיין אלע טאג העכער און העכער.
און בשעת מען הארעוועט איז דא די הבטחה 35 ,
אז דער "יגעת" וועט ברענגען צו "מצאת",
ניט לפי ערך היגיעה,
ווי א מציאה וואס קומט "בהיסח הדעת".
און דורך דעם וועט מען סוף כל סוף צוקומען אויך צום גילוי פון פנימיות התורה דורך משיח צדקנו - וואם ביאת המשיח איז אויך אן ענין פון מציאה,
וכמ״ש 36
"מצאתי דוד עבדי",
וואס דאס גייט אויף משיח׳ן,
וואס ער איז בא בהיסח הדעת 37
- און די ענינים אויף וועלכע מען האט איצט געהארעוועט און גענומען בלויז די בחינת הגליא וואס אין זיי - וועט מען דאן זוכה זיין צו פארשטיין אויך זייערע טעמים - טעמי תורה 38 ,
בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.
(משיחת שמחת ביה"ש תשכ"ג)