א.
אויפן פסוק "האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי",
זיינען פאראן אין ספרי כמה פירושים: אז משה רבינו האט געמאכט עדות,
זיי זאלן מעיד זיין וועגן דער עבודה פון אידן,
און בכדי אז קיינער זאל ניט קענען אפלייקענען,
האט משה רבינו אויסגעקליבן פאר עדות שמים וארץ,
ווייל זיי זיינען קימים לעולם.
דער לעצטער ענין וואס דער ספרי זאגט "משה העיד כו'" איז ניט נאך א פירוש
(וואס דעריבער שטייט ניט ביי דעם די ווערטער "דבר אחר" אזוי ווי ביי די פריערדיקע פירושים),
נאר ער איז דער סך־הכל פון די פריערדיקע פירושים: אין די פריערדיקע פירושים ווערן אויסגעטייטשט די סוגי העבודה,
יעדער פירוש רעדט וועגן אן אנדער סוג עבודה,
און נאך דעם וואס ער איז מבאר די פרטי סוגי העבודה אין די פירושים
(וועלכע זיינען ניט מחולק איינער מיטן צווייטן נאר "מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי" – יעדער פירוש איז מבאר אן אנדער סוג),
זאגט ער דעם ענין בכללות – "משה העיד כו'".
וכדלקמן.
און דאס איז אויך דער טעם וואס רש"י אין זיין פירוש אויף חומש –
(וואס ס'איז ידוע אויף וויפל רבותינו נשיאינו האבן מפליא געווען פירוש רש"י 1 ,
ווייל רש"י אין זיין פירוש ברענגט ארויס די פנימיות פון תורה)
– ברענגט בלויז דעם לעצטן ענין פון ספרי,
ווייל דאס איז דער כלל און סך־הכל פון די פירושים.
ב.
צווישן די אנדערע פירושים אויף דעם פסוק זאגט דער ספרי: דבר אחר האזינו השמים,
על שם שנתנה תורה מן השמים
(וואס די תורה איז געגעבן געווארן פון שמים),
שנאמר אתם ראיתם כי מן השמים דברתי עמכם,
ותשמע הארץ אמרי פי,
שעליה עמדו ישראל ואמרו כל אשר דבר ה' נעשה ונשמע
(וואס אויף איר,
אויף דער ארץ,
זיינען אידן געשטאנען און געזאגט "נעשה ונשמע").
דבר אחר האזינו השמים,
שלא עשו מצות שנתנו להם מן השמים,
ואלו הם מצות שנתנו להם מן השמים
(אז זיי האבן ניט געטאן מצוות וואס זיינען געגעבן געווארן מן השמים און דאס זיינען די מצוות וואס זיינען געגעבן געווארן מן השמים:)
עבור שנים וקביעות חדשים שנאמר והיו לאותות ולמועדים ולימים ושנים,
ותשמע הארץ,
לא עשו מצות שנתנו להם בארץ
(זיי האבן ניט געטאן מצוות וואס זיינען געגעבן געווארן בארץ:)
לקט ושכחה ופאה תרומות ומעשרות שמטים ויובלות.
דבר אחר האזינו השמים,
שלא עשו כל מצות שנתנו להם מן השמים ולא עשו כל מצות שנתנו להם בארץ"
(אז זיי האבן ניט געטאן אלע מצוות וואס זיינען זיי געגעבן געווארן מן השמים און זיי האבן ניט געטאן אלע מצוות וואס זיינען זיי געגעבן געווארן בארץ).
דארף מען פארשטיין,
וואס גיט צו
(אין דעם אפטייטש פון פסוק)
דער דריטער פירוש אויפן צווייטן?
לכאורה זאגט דער דריטער פירוש די זעלבע זאך וואס דער צווייטער,
אז שמים וארץ זאלן זיין עדים צי אידן זיינען מקיים מצות וועלכע זיינען זיי געגעבן געווארן מן השמים און מצוות וועלכע זיינען זיי געגעבן געווארן בארץ.
זאגן אז דער דריטער פירוש איז ניט קיין ריכטיקע גירסא 2
– איז אבער אויך אין אלטע כתבי־יד און דפוסים ישנים געפינט זיך דער זעלבער לשון אין דעם דריטן פירוש.
דער אונטערשייד אין לשון צווישן דעם צווייטן פירוש און דעם דריטן איז: אין צווייטן פירוש רעכנט ער אויס וועלכע מצוות זיינען שייך צו שמים און וועלכע צו ארץ; אין דריטן פירוש רעכנט ער ניט אויס און ער טיילט ניט פאנאנדער זייער שייכות צו שמים אדער צו ארץ,
און דערצו איז ער נאך מוסיף דעם ווארט "כל",
סיי ביי די מצוות "שנתנו להם מן השמים" און סיי ביי די מצות "שנתנו להם בארץ",
וואס אין דעם איז אויך א רמז,
אז אלע מצות האבן א שייכות סיי צו שמים און סיי צו ארץ.
דארף מען פארשטיין דעם אונטערשייד צווישן דער עבודה פון מצוות וועגן וועלכער עס רעדט זיך אין צווייטן פירוש – וואס אין דער עבודה זיינען די מצוות פאנאנדערגעטיילט: מצוות וועלכע האבן א שייכות צו שמים און מצות וועלכע האבן א שייכות צו ארץ – און דער עבודה וואס אין דריטן פירוש,
וואס אין איר האבן אלע מצוות א שייכות סיי צו שמים און סיי צו ארץ.
אויך דארף מען פארשטיין: לויטן צווייטן פירוש פון ספרי,
אז ביי "האזינו השמים" רעכנט ער נאר די מצוות וועלכע האבן א שייכות צו שמים און ביי "ותשמע הארץ" רעכנט ער נאר די מצות וועלכע האבן א שייכות צו ארץ,
קומט דאך אויס,
אז אויף יעדער מצוה איז פאראן בלויז איין עדות – שמים איז מעיד נאר אויף די "מצות שנתנו להם מן השמים" און ארץ איז מעיד נאר אויף די "מצות שנתנו להם בארץ" – און עס מוזן דאך זיין צוויי עדים.
אויך דארף מען פארשטיין אין אלע דריי פירושים: תורה און מצוות זיינען דאך געגעבן געווארן פון דעם אויבערשטן,
וואס ער איז דאך באין ערוך העכער פון שמים וארץ,
איז בשעת מען וויל מעורר זיין א אידן און דערנעמען אים אז ער זאל מקיים זיין תורה ומצוות,
וואלט מען דאס ביי אים גיכער גע'פועל'ט מיטן באטאנען אז די תורה ומצוות זיינען געגעבן געווארן פון דעם אויבערשטן
(און ווי מען זאגט אין ברכת התורה און ברכות המצוות: "ונתן לנו את תורתו",
ער האט אונז געגעבן זיין תורה; "אשר קדשנו במצותיו" ער האט אונז געהייליקט מיט זיינע מצוות)
און ניט דערמיט וואס "נתנו להם מן השמים" און "נתנו להם בארץ".
אמת טאקע אז מיט "האזינו השמים גו' ותשמע הארץ" מיינט ער אויך צו זאגן אז ווען מ'וועט מקיים זיין תורה און מצות וועט מען באקומען דעם שכר פון דעם אויבערשטן דורך שמים און ארץ 3
– צי איז דען אבער דאס די התבוננות וועלכע דארף מעורר זיין די נשמה פון א אידן צו דער עבודה פון קיום התורה ומצוות,
בפרט אין די טעג פון עשרת ימי תשובה אדער צווישן יום כפור און סוכות
(ווען מען לייענט פרשת האזינו),
ווען עס דארף זיין "בקשו פני" 4 ,
די עבודה מצד פנימיות הנשמה?
ג.
ווי שוין גערעדט פיל מאל 5 ,
מאנט זיך ביי א אידן אן עבודה וואס באשטייט פון צוויי קצוות: פון איין זייט מאנט מען ביי אים צו דינען דעם אויבערשטן מיט אמונה פשוטה און קבלת עול וועלכע קומען פון עצם הנשמה,
העכער פון טעם ודעת; און צוזאמען דערמיט דארף די עבודה דורכנעמען זיינע כוחות פנימיים,
שכל און מדות,
אז אויך אין זיי זאל זיך הערן ג־טלעכקייט,
דאס הייסט ממשיך זיין און פארבינדן די עצם הנשמה מיט די כוחות פנימיים,
אז ניט בלויז זאל ער דינען דעם אויבערשטן מיט אמונה פשוטה,
נאר ער זאל אויך "פארשטיין" אלקות,
ליב האבן דעם אויבערשטן,
מורא האבן פאר אים,
און אזוי ווייטער.
און ניט בלויז דארף אזוי זיין ביי דער עבודה פון תורה ומצוות אין אלגעמיין,
נאר אויך תשובה – וואס איר ענין איז וואס זי קומט פון פנימיות הנפש,
בקשו פני – אויך זי דארף דורכדרינגען אלע כוחות פנימיים,
וואס דעריבער זיינען פאראן עשרת ימי תשובה – קעגן די עשר כוחות הנפש 6 ,
וועלכע תשובה דארף דערנעמען 7 .
און אזוי ווי ביי דעם מענטשן דארף זיין דער סדר עבודה צו ממשיך זיין פון זיין עצם הנשמה אין זיינע כוחות פנימיים,
וועלכע טיילן זיך בכללות אין צוויי סוגים,
שכל און מדות,
אזוי איז אויך דער סדר ווי אזוי עס ווערט נמשך אלקות מלמעלה אין תורה ומצוות: "אנכי הוי' אלקיך",
"אנכי" איז עצמות אליין,
"אנכי מי שאנכי דלא אתפס בשם ולא אתרמיז בשום אות וקוצא כלל" 8 ,
וואס דער פארבונד פון א אידן מיט "אנכי" איז דורך זיין עצם הנשמה; "הוי'" איז א שם,
אבער דאך א שם העצם און שם המיוחד,
און דער פארבונד פון א אידן מיט "הוי'" איז דורך זיינע העכערע כוחות,
שכל און מדות; און "אלקיך" איז דער שם אלקים,
ווי דער אויבערשטער איז זיך כביכול מצמצם און מגביל לפי ערך הנבראים,
און א כלי צום שם אלקים איז די עבודה פון מעשה בפועל.
און דעריבער,
בשעת משה רבינו האט געוואלט מעורר זיין די אידן אויף קיום התורה ומצוות,
וואס דער קיום דארף זיין אויך מיט כוחות פנימיים,
דערמאנט ער אז תורה ומצוות זיינען געגעבן געווארן דורך שמים וארץ,
בכדי צו מעורר זיין אויך ביי אידן די עבודה אין זייער שמים וארץ: די העכערע כוחות
(שכל און מחשבה)
און די נידעריקערע כוחות
(דיבור און מעשה) 9 .
ד.
די דריי דרגות – עצם הנשמה,
"שמים" פון דער נשמה און "ארץ" פון דער נשמה – דריקן זיך אויס בכלל אין דריי סוגי עבודה: לימוד התורה,
וואס דער עיקר פון לערנען תורה איז צו פארשטיין זי מיט שכל – "שמים"; קיום המצוות,
וואס איז בעיקר די עבודה פון מעשה – "ארץ",
און עבודת התשובה,
וואס עיקרה איז "בקשו פני" – פנימיות און עצם הנשמה
(נאר ווייל אין קדושה איז דאך אלץ בהתכללות איז יעדערע פון די דריי כולל אויך די אנדערע צוויי).
און אט־די דריי סוגי עבודה זיינען מרומז אין די דריי אויבנדערמאנטע פירושים פון ספרי.
דער ערשטער פירוש פון ספרי
("על שם שנתנה תורה מן השמים כו'")
רעדט וועגן תורה,
וואס עיקרה איז השגה 10
– "שמים".
נאר צוליב דער התכללות וואס אין תורה איז אין איר אויך פאראן די בחינת "ארץ"
(דיבור פון תורה)
און בחינת עצם הנשמה
(די השגה איז – בהקדמת נעשה – מיוסד אויף אמונה פשוטה און קבלת עול),
אבער עיקרה איז – "שמים".
דער צווייטער פירוש רעדט וועגן מצוות,
וואס ביי מצוות איז "המעשה הוא העיקר" – "ארץ",
נאר מצד דער התכללות וואס אין מצוות,
איז פאראן מצוות 11
וועלכע האבן א שייכות 12
צו שמים – "עבור שנים וכו'",
(נוסף אויף דעם וואס אין אלע מצוות,
אפילו אין די מצוות וואס "נתנו להם בארץ",
איז פאראן אויך בחינת "שמים" – כונת המצוות) 13 .
און פשיטא,
אז אלע מצוות דארפן זיין מיוסד אויף קבלת עול – בחינת עצם הנשמה.
– און דאס זיינען די צוויי עדים שמים און ארץ,
וואס זיינען פאראן ביי יעדער מצוה,
ווארום אין יעדער מצוה דארף דאך זיין ביידע זאכן: כונה
(שמים)
און מעשה בפועל
(ארץ).
און זיי זיינען ניט קיין צוויי באזונדערע ענינים
(ווייל דעמאלט וואלט דאך אויסגעקומען,
אז אויף יעדער חלק באזונדער,
כונה אדער מעשה,
איז דא בלויז איין עדות),
נאר אין דער מעשה איז ניכר צי זי איז בכונה,
און די כונה איז אנדערש
(טיפער)
אויב זי קומט אראפ במעשה.
דער דריטער פירוש רעדט וועגן תשובה,
און דעריבער זאגט ער דעם לשון: "שלא עשו כל מצות כו' מן השמים ולא עשו כל מצות כו' בארץ".
דא פעלט אין דעם קיום פון אלע מצוות – און סיי אין "שמים"
(כונה),
סיי אין "ארץ"
(מעשה).
דער פירוש רעדט וועגן דער עבודה פון תשובה,
וואס קומט פון פנימיות הנשמה,
און ווייל נשמות ישראל האבן אין זיך א מעלה אויף תורה ומצוות 14 ,
נעמט תשובה אראפ די אלע פגמים,
וואס ווערן דורך דעם חסרון אין קיום המצוות.
און כאטש אז עבודת התשובה איז בעיקרה פון פנימיות הנשמה,
"בקשו פני",
איז זי אבער אין זיך אויך כולל די ביידע בחינות פון "שמים" און "ארץ".
נאר דא טיילן זיי זיך ניט אין באזונדערע סוגים,
ווייל ביי עבודת התשובה איז מאיר דער עצם הנפש,
וואו אלע כוחות זיינען דארט בהתאחדות.
ה.
דורך דעם וואס משה רבינו האט געמאכט שמים וארץ פאר עדות בנוגע די עבודה פון אידן,
איז דאס אליין פארהיט דאך פון א חטא
(בדוגמת ווי רבי יוחנן בן זכאי האט געזאגט 15
שלא יראני אדם)
און גיט א כח אויף די אלע דריי סוגי עבודות פון תורה,
מצוות און תשובה.
און אזוי ווי אין חדש תשרי דארף מען זיך אננעמען מיט כחות אויף דער עבודה שבכל השנה,
און אלע המשכות קומען דורך תורה,
דעריבער לייענט מען דאן פרשת האזינו,
וואס דורך דעם איז מען קורא 16
און ממשיך פון אויבערשטן דעם נתינת כח אויף די אלע סוגי עבודות,
און דורך דעם באקומט מען אויך דעם שכר פון אויבערשטן וועלכן ער איז משפיע דורך די שמים וארץ,
במשך כל השנה.
(משיחת ש״פ האזינו תשכ״ג)