אויפן פסוק "לקוח את ספר התורה הזה" זאגן רז״ל 1 ,
אז משה רבינו האט אנגעשריבן בכתב ידו דרייצן ספרי תורה,
צוועלף פאר די צוועלף שבטים,
און איין ספר תורה וואס זאל זיך געפינען אין ארון,
"שאם יבקש לזייף דבר שיהיו מוצאים אותה שבארון"
(אז אויב מ׳וועט זוכן צו פעלשן א זאך
(אין דער תורה)
זאל מען ארויסנעמען אט־די וועלכע איז אין ארון).
תורה איז א נצחית און אויך די סיפורים פון תורה זיינען נצחיים און הוראות פאר אלע דורות.
די הוראה פון דעם געבראכטן מאמר רז״ל איז:
דאס וואס בנוגע געוויסע פרטי דינים און בפרט מנהגים איז פאראן אן אונטערשייד צווישן איין ארט און א
צווייטן,
אז מען פסק׳נט און מ׳פירט זיך לויט די פוסקים פון דעם ארט,
ווארום ״אלו ואלו דברי אלקים חיים״ - איז דער טעם אויף דעם,
ווייל די תורה איז גע־ געבן געווארן צו ווערן גע׳דרש׳נט "בכלל ופרט ופרטי פרטיות",
פאר יעדער נשמה פרטית פון אידן וואס איז מושרש אין דעם פרט פון תורה 2 ,
און יעדער איד דארף זיך פירן לויט דעם חלק אין תורה,
אין וועלכן זיין נשמה איז מושרש.
די זעלבע זאך און נאכמער איז בנוגע פרטי חובת הלבבות,
די עבודה פנימית פון אהבה ויראה,
אז אין דעם זיינען פאראן א סך חילוקים 2 ,
און יעדער איי־ נער האט זיך זיין שער,
דורך וועלכן ער דערהויבט זיך און פארבינדט זיך מיט אלקות.
דאס איז אבער נאר בנוגע פרטים,
און נאר געוויסע פרטים.
און אזוי ווי אין דעם ענין פון תפלה,
איז דאך ידוע אז די פארשידענע נוסחאות התפלה נעמען זיך דערפון וואס "י״ג השתחויות היו במקדש נגד י״ג שעריו שנרמזו לעתיד אי״ה״ - די צוועלף שערים פאר די י״ב שבטים "שער ראובן וגו׳" און דער דרייצנטער שער איז דער "שער הכולל" פאר אלע שבטים,
דער נוסח התפלה וואם איז פאר אלע אידן גלייך.
און הגם אז ס׳איז פאראן א מעלה אין די שערים הפרטים פאר יעדן שבט באזונדער און אין דער צייט ווען ס׳איז געווען באוואוסט צו אלעמען צו וועלכן שבט וועלכער יעדער איד באלאנגט איז געווען בעסער אז יעדערער זאל ארײנ־ גיין דורך זיין שער ...
אבער בזמן הזה ווען מ׳ווייסט ניט די שבטים
(איז בעסער אז אפילו די וואם ווייסן יא זייער שבט ווי כהנים ולווים)
זאלן אריינגיין דורך דעם שער הכולל - וואס דאס איז דער נוסח וואם דער אריז״ל האט מתקן געווען 3 .
על דרך זה איז אויך אין תורה,
סיי גליא דתורה,
סיי פנימיות התורה - צוליב דעם וואס מען ווייסט ניט צו וועלכן
שורש מען איז שייך - דארף מען גיין דורך דעם שער הכללי.
דעם אלטן רבי׳ן האט מען אויסגעקליבן און ער האט מחבר געווען דעם שו״ע,
מברר זיין די הלכות אין גליא דתורה; מייסד געווען תורת חסידות חב״ד,
אין פנימיות התורה ודרכי העבודה; און מברר געווען דעם נוסח התפלה,
א נוסח כללי צוגעפאסט פאר יעדער אידן 5
- וואס די אלע דריי ענינים זיינען צוגעפאסט פאר אלע אידן און פאר יעדער אידן - און דורך זיי קען בא יע־ דערן דורכגיין אלע העלאות
(בתפלה)
און אלע המשכות
(אין תורה און דורך תורה).
ויהי רצון,
אז מען זאל גיין אין דעם דרך הסלולה וועלכן מען האט פאר אונז אויסגעטראטן,
און מען זאל עס מפיץ זיין צו אלע אידן
(אויך עניני השולחן ערוך און נוסח התפלה גייען אריין אין הפצת המעיינות),
און מיר האבן די הבטחה,
אז דורך הפצת המעיינות חוצה וועט זיין דער קא אתי מר,
דא מלכא משיחא,
בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ נצו״י תשט״ו)