B"H
🏡

Ikar

עמוד 1139

א.

ס׳איז ידוע 1

וואס דער אלטער רבי האט געזאגט וואס ער האט געהערט פון מגיד אין נאמען פון דעם בעש״ט נ״ע

(א טעם אויף דעם וואס מען בענטשט ניט דעם חודש תשרי אין דעם שבת שלפניו,

אזוי ווי אלע חדשי השנה),

וז״ל: "החדש השביעי שהוא החדש הראשון לחדשי השנה 2 ,

הקב״ה בעצמו מברכו בשבת מברכים שהוא השבת האחרון דחדש אלול,

ובכח זה ישראל

מברכים את החדשים 3

י״א פעמים בשנה,

כתיב אתם נצבים היום,

דהיום קאי על ר״ה 4

שהוא יום הדין,

וכמ״ש 5

ויהי היום וגו׳ ותרגם והוה יום דינא רבא,

ואתם

נצבים קיימים ועומדים 6 ,

והיינו שזוכים בדין,

ובשבת שלפני ר״ה שהוא השבת האחרון דחדש אלול קורץ אז פרשת אתם נצבים 7 ,

דזהו ברכתו של הקב״ה,

בשבת מברכים חדש השביעי שהוא המושבע והמשביע 8

ברוב טוב לכל ישראל על כל השנה"

(דעם זיבעטן חודש,

וואס ער איז דער ערשטער חודש פון די חדשי השנה,

בענטשט אים דער אויבערשטער אליין אין שבת מברכים,

וואס ער איז דער לעצטער שבת פון חודש אלול,

און מיט דעם כח בענטשן אידן די חדשים עלף מאל אין יאר.

עס שטייט "אתם נצבים היום״,

וואס ״היום״ גײט עס אויף ראש השנה וואם ער איז דער יום הדין כו׳ און ״אתם נצבים - קיימים ועומדים",

ד.

ה.

אז זיי זיינען זוכה בדין.

און אין שבת וואס פאר ראש השנה,

וואס ער איז דער לעצטער שבת פון חדש אלול,

לייענט מען דאן פ׳ אתם נצבים,

וואם דאם איז די ברכה פון דעם אויבערשטן אין דעם שבת מברכים פון "חדש השביעי",

וואס ער איז דער "מושבע" און דער "משביע"

(דער זאטער און דער וואס מאכט זאט)

ברוב טוב לכל ישראל אויף א גאנץ יאר).

די מפרשי התורה טייטשן די פסוקים "אתם נצבים גו׳ לעברך בברית גו"׳,

אז משה רבינו האט אריינגעבראכט אידן אין ערבות,

אז איין איד זאל זיין ערב און פאראנטווארטלעך פאר א צווייטן אידן - "כל ישראל ערבים זה בזה".

דארף מען פארשטיין א)

דעם קישור פון דעם פירוש

מיטן פירוש הבעש״ט 9 .

ב)

מיר געפינען 10 ,

אז הגם די ערבות איז געקומען דורך דער כריתת ברית וואם משה רבינו האט דאן געמאכט מיט די אידן,

איז אבער די ערבות בפועל ממש

(אין כמה פרטים)

האט זיך אנגעפאנגען ערשט מיט זייער אריינקומען אין ארץ ישראל.

פארוואס האט זיך די ערבות ניט אנגעהויבן בפועל שוין גלייך ביי דער כריתת ברית?

ב.

בכדי דאס צו פארשטיין דארף מען פריער מבאר זיין א כללות׳דיקן ענין אין דער ערבות פון אידן איינער פארן צווייטן:

על פי שכל איז דער ענין פון ערבות אז דער גרעסערער

(בנוגע דעם פרט אין וועלכן עם פאדערט זיך זיין ערבות)

ווערט אן ערב פאר א קלענערן פון אים.

ווי לדוגמא ערבות ביי געלט־זאכן: בשעת מען האט צו טאן מיט אן עני און מען פארלאזט זיך ניט אויף אים אז ער וועט האבן מיט וואס צו באצאלן,

פארלאנגט מען דאן די ערבות פון אן עשיר.

עס האט אבער ניט קיין ארט אין שכל,

אז א קלענע־ רער זאל זיין ערב פאר א גרעסערן פון אים.

דער כלל אבער פון "ישראל ערבים זה בזה" איז,

אז יעדער איד,

אפילו א קטן שבקטנים

(במדריגה),

איז ערב פאר יעדער אידן,

אפילו פאר דעם גדול שבגדולים

(וואס דערפאר איז דאך דער דין,

אז מיט ברכת המצוות איז יעדער איד,

אפילו א קטן ופחות בישראל - הגם ער אליין האט שוין יוצא געווען - קען ער מוציא זיין א צווייטן אידן מיט דער ברכה,

אויך

ווען יענער איז א סך גרעסער פון אים,

ווייל "כל ישראל ערבים זה בזה״) 11 .

ג.

אויפן פסוק "אתם נצבים גו׳ כלכם״,

זאגט דער אלטער רבי 12 ,

אז אלע אידן זיינען א "קומה אחת שלימה"

(איין גאנצע געשטאלט).

און פונקט ווי אין דעם מענטשלעכן קערפער איז פאראן א געוויסע מעלה אין די פיס אויף דער קאפ און ס׳איז ניט פאראן קיין שלימות אין ראש אן די רגלים,

אזוי איז אויך ביי דער "קומה" פון כל ישראל: אויך דער איד פון דעם נידעריקען סוג,

"חוטב עציך ושואב מימיך",

האט א מעלה אויף די אידן פון דעם סוג "ראשיכם",

זיי מוזן אנקומען צו די "חוטב עציך ושואב מימיך" און האבן ניט קיין שלימות אן זיי.

לויט דעם וועט מען פארשטיין ווי "כל ישראל ערבים זה בזה",

ווייל יעדער איד איז א ראש און איז העכער,

אין א געוויסן פרט,

און צוליב אט־דעם פרט דארפן כל ישראל אנקומען צו זיין ערבות.

ד.

ווען דער אלטער רבי איז מבאר,

אין דעם אויבנדערמאנטן מאמר,

די אחדות פון אלע אידן,

ברענגט ער דעם פסוק "בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל",

און ער פארטייטשט "שכולם מתאספים יחד להיות לאחדים כאחד"

(אז זיי אלע פארזאמלען זיך צוזאמען צו זיין פאראיינציקט ווי איינס).

און ער איז דאס מבאר מיט דעם משל פון אברי גוף האדם,

אז יעדער אבר האט א מעלה וואס צוליב איר דארף דער צווייטער אבר אנקומען צו אים; אזוי האט אויך יעדער איד א מעלה אויפן צווייטן און דעריבער

"וכולם צריכין זה לזה"

(זיי אלע דארפן אנקומען איינער צום אנדערן),

און דאן לייגט ער אויך צו די ווערטער "כל ישראל קומה אחת שלימה".

דער לשון פון אלטן רבי׳ן איז זיכער בדיוק,

און זעלבסטפארשטענדלעך אז ביי אים זיינען ניטא קיין איבעריקע ווערטער.

אין פסוק שטייט דער לשון "יחד",

און דער אלטער רבי באנוגנט זיך ניט מיטן ווארט "יחד" און ער איז מוסיף "להיות לאחדים",

און אויך דערמיט איז ער זיך ניט מסתפק און ער לייגט נאך צו דעם ווארט "כאחד".

און דאס איז ער מסביר מיט צוויי אלגעמיינע הסברים: א)

"וכולם צריכין זה לזה",

ב)

"כל ישראל קומה אחת שלימה".

קען מען עס מבאר זיין: אין דער התאחדות פון אידן זיינען פאראן פארשידע־ נע מדריגות: "יחד"

(וועלכע שטייט בפירוש אין פסוק)

; "לאחדים" און "כאחד".

און די צוויי מדריגות - "לאחדים" און ״כאחד״ - וועלכע דער אלטער רבי איז מוסיף,

איז ער מבאר מיט די צוויי הסברים: ״וכולם צריכין זה לזה״ - א ביאור אויף "לאחדים"; "כל ישראל קומה אחת שלימה״ - א ביאור אויף "כאחד".

דער פשוט׳ער אפטייטש פון דעם ווארט ״יחד״ איז ״צוזאמען״,

א צונויפזא־ מלונג פון פארשידענע זאכן,

וועלכע קו־ מען זיך צונויף צוליב א געוויסן צוועק.

די זאכן אליין זיינען פארשידענע און אפגעטיילט איינע פון דער צווייטער; זיי האבן ניט קיין אינערלעכע שייכות צווישן זיך,

ס׳איז בלויז וואס זיי זיינען צונויפגע־ זאמלט צוזאמען.

דעריבער לייגט צו דער אלטער רבי "לאחדים כאחד",

אז די התאחדות פון אידן איז ניט בלויז וואס אלע

קומען זיך צוזאמען און פארבינדן זיך אין איין אגודה צוליב א צוועק,

צוליב "לעשות רצונך בלבב שלם",

נאר זיי האבן צווישן זיך א אינערלעכן פארבונד,

וואם אין דעם גופא זיינען פאראן צוויי אלגע־ מיינע מדריגות: "לאחדים" און "כאחד".

״לאחדים״ איז דער טייטש - פאר־ איינציקט.

ס׳איז ניט בלויז וואם זיי זיינען געקומען אין איין ארט צוליב איין צוועק,

אבער צוליב זייער פארשידנקייט,

צוליב דעם עני! הפרטי פון יעדן איינעם,

זיינען זיי באזונדערע זאכן

(אזוי ווי דער פשוט׳ער טייטש פון יחד),

נאר אויך,

אז זייערע פארשידענע פרטים זיינען צווישן זיך פארבונדן,

ווארום יעדערנס ענין פרטי ווערט נשלם דורכן צווייטן.

און דאם איז דער אלטער רבי מבאר - ווייל "וכולם צריכין זה לזה".

דאך איז אויך "לאחדים"

(לשון רבים)

- א התאחדות פון מערערע

(אפילו בשעת דעם צוזאמענקומען)

זאכן.

זאגט ער נאך מער "כאחד": זיי ווערן ווי איין זאך: די פאראייניקונג פון די באזונדערע זאכן -מאכט פון זיי א ״קומה אחת״׳ אײן קערפער.

דער פארבונד פון אלע אברי האדם באשטייט ניט בלויז אין דעם וואס זיי דארפן אנקומען איינער צום צווייטן,

נאר זיי זיינען איין זאך,

ווייל יעדער אבר מיט אלע זיינע פרטים איז א טייל פון דעם מענטשן; ער האט ניט אין זיך קיין אייגע־ נעם,

באזונדערן אינהאלט מחוץ פון דעם וואס ער איז א חלק פון גוף האדם,

ובמילא זיינען זיי דאך אלע איין זאך - "כאחד" 13 .

ה.

לכאורה איז ניט מובן: וויבאלד אז דער אלטער רבי איז דא מבאר דעם "כאחד",

ווי אלע אידן זיינען א "קומה אחת שלימה",

וואם אט־די התאחדות איז דאך א סך טיפער ווי די התאחדות פון ״לאחדים״ - איז צוליב וואם דארף ער אויך זאגן "לאחדים" און מבאר זיין אז "כולם צריכין זה לזה",

און נאך מאריך זיין דעם ביאור המשל פון ראש און רגלים?

מוז מען זאגן אז ס׳איז אויך דא א מעלה אין "לאחדים" אויף "כאחד": כאטש אז אלע אברים צוזאמען זיינען איין קערפער,

פונדעסטוועגן איז די שלימות פון א קערפער דוקא דורך דעם וואס ער האט אין זיך פארשידענע רמ״ח אברים,

און אויב עם וואלט אין אים גע־ פעלט דער ענין פרטי פון איין אבר,

וואלט ער דאן ניט געווען קיין גוף שלם 14 .

און וויבאלד אז די אברים מוזן האבן די פאר־ שידנקייט פון איין אבר לגבי דעם צווייטן,

איז דא א מעלה אין "לאחדים" אויף "כאחד".

"כאחד" מיינט אז דער תוכן הפנימי פון אלע אברים איז איינער; דער עיקר ענין פון יעדן אבר איז ניט דאם

אין וואס ער איז אנדערש פון א צווייטן אבר,

נאר דאס וואם ער איז א טייל פון דעם גוף האדם,

אבער עס הערט זיך ניט אן אז אויך אין זייער חיצוניות

(וואם דאס בלייבט דאך פארשידן און אפגעטיילט)

- זיינען זיי פארבונדן צווישן זיך.

אבער "לאחדים" מיינט,

אז אויך אין חיצוניות זיינען די ענינים פרטים - אין וואס די אברים זיינען אנדערש איינע פון די אנדערע - צווישן זיך פארבונדן און זיינען משלים איינער דעם צווייטן 15 .

און בעיקר איז דער אלטער רבי מאריך אין "לאחדים",

ווארום אין דעם באשטייט דער עיקר העבודה 16

: יעדער איד ווי ער שטייט אין זיין מציאות הפרטית,

א נשמה אין א גוף,

דארף זיין "שפל רוח בפני כל אדם",

וויסנדיק אז יענער האט א מעלה לגבי אים און ער דארף אנקומען צו יענעם.

ו.

די צוויי סוגים התאחדות -״לאחדים״ און ״כאחד״ - זיינען תלוי זה בזה: דורך "לאחדים",

וואס אויך אין זייער חיצוניות און אין זייערע פרטיו־ ת׳דיקע ענינים זיינען זיי פאראייניקט,

קען זיין דער "כאחד",

אז אין זייער פנימיות זיינען זיי איין זאך

(ווארום אויב בחיצוניות וואלטן זיי געווען "ענפין מתפרדין",

וואלטן זיי ניט קענען זיין איין זאך בפנימיות: דער ביטול חיצוני,

דאס וואם זיי זיינען מקבל זה מזה,

איז א כלי צום ביטול הפנימי,

אז יעדער איינער איז זיין גאנצע זאך ניט ער,

נאר דער ענין הכללי)

; און דורך דעם וואס בפנימיותם

זיינען זיי "כאחד",

זיינען זיי אויך בחיצוניותם - "לאחדים",

און זיי גיבן שלימות איינער דעם אנדערן 17 .

ווארום אויב די עיקר זאך פון יעדן איינעם וואלט געווען זיין ענין הפרטי,

וואלט ער צוליב אט־דעם פרט - וואס ער איז זיין עיקר - ניט געדארפט אנקומען צום צווייטן; און נאר ווייל בפנימיות זיינען זיי איין זאך,

דערפאר איז אויך אין זייער חיצוניות׳דיקער איינטיילונג,

דארפן זיי מקבל זיין זה מזה.

ז.

דערמיט וועט מען אויך פארשטיין פארוואס דער ענין פון ערבות האט זיך אנגעהויבן ערשט מיט זייער כניסה לארץ: דאס וואס יעדער איד איז ערב פארן צווייטן,

איז עס צוליב דעם פני־ מיות׳דיקן פירוש פון "כל ישראל ערבים זה בזה״

(״ערבים״ - אויסגעמישט),

אז אלע אידן זיינען אויסגעמישט איינער מיטן אנדערן - די צוויי סוגים התכללות פון אידן,

"לאחדים" און "כאחד".

און ווייל התכללות בכלל קען זיין נאר ווען עם לייכט אן אור עליון 18 ,

און אט־דער אור עליון האט מאיר געווען ערשט בכניסתם לארץ,

צוליבן משלים זיין די כוונה עליונה פון דירה בתחתונים -״טובה הארץ מאד מאד״ 19

- דעריבער האט זיך דוקא דאן,

מצד דער התכללות פון אידן,

אנגעהויבן דער שלימות הענין פון ערבות 20 .

ח.

על פי כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין די שייכות צווישן דעם פירוש הפשוט פון "אתם נצבים" מיטן פירוש הבעש״ט: ״אתם נצבים״ - אז אידן זיינען זוכה בדין,

״היום״ - אין דעם טאג פון ראש השנה:

דורך דעם וואס "אתם נצבים גו׳

כולכם" כפירוש הפשוט,

אז יעדער איד איז זיך כולל מיטן כלל ישראל אין אן אופן פון "לאחדים כאחד",

מען מאכט ניט קיין חשבונות ווער ס׳איז העכער און ווער נידעריקער; מען גייט ארוים פון דעם אייגענעם מציאות און מען ווערט א טייל פון כלל ישראל - דאן האט מען די הבטחה אז מען איז זוכה בדין,

ווארום כלל ישראל איז דאך אודאי און אודאי גוט,

און מען באקומט א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

(משיחות ש־פ נצו"י תשח"י ותשי״ט)

Reader controls and commentary are loading.