א.
חי אלול איז דער ירם הולדת פון מורנו הבעש״ט
(בשנת נח״ת)
און פון כ״ק רבינו הזקן
(בשנת קה״ת).
ס׳איז ידוע 1
אז דער אלטער רבי פלעגט רופן דעם בעש״ט "זיידע".
כפשוטו איז עס צוליב דעם וואס דער אלטער רבי איז געווען תלמיד תלמידו פון בעש״ט,
און חז״ל זאגן 2
: "כל המלמד בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו"
(דער וואס לערנט זיין חבר׳ס זון תורה,
איז ווי ער האט אים געבוירן).
אבער אין דעם מאמר חז״ל שטייט "כאילו
(אזוי ווי)
ילדו",
מיט א כ״ף הדמיון,
און ניט אז ער האט אים טאקע געבוירן.
אזוי רעדט זיך אויך אין חסידות 3 ,
אז יעדער השפעה פון שכל איז בלויז א הארה פון דעם משפיע,
ניט קיין המשכה פון זיין עצם ווי ס׳איז ביי הולדה,
און דעריבער איז עס נאר "כאילו ילדו".
דער אלטער רבי אבער האט גערופן דעם בעש״ט "זיידע",
אן א כ״ף הדמיון,
און נאך מער: ס׳איז ידוע 4
וואס ער האט געזאגט בנוגע ר׳
ברוך מעזבוזשער,
וועלכער איז געווען דעם בעש״ט׳ס אן אייניקל
(און ער איז געווען אן אייניקל דורך א טאכטער,
וואס אין בן בתו איז א געוויסע מעלה אויף בן בנו) 5 ,
אז ער - ר׳ ברוך - איז דעם בעש״ט׳ם אן אייניקל אין גשמיות,
און איך - האט דער אלטער רבי געזאגט אויף זיך - בין אן אייניקל ברוחניות - און ער האט עם געזאגט למעליותא.
ד.
ה.
אז דער אלטער רבי האט גענומען די פנימיות פון דעם בעש״ט: ניט בלויז השפעת השכל וואס איז א הארה,
נאר אפילו אט־די פנימיות וואס גיט זיך ניט איבער אין דער השפעה עצמית פון הולדה.
דער ביאור אין דעם בקצרה: "הצדיקים דומים לבוראם" 6 .
על־דרך ווי דער אוי־ בערשטער זאגט "אנא נפשי כתבית יהבית" 7 ,
אז ער האט אריינגעגעבן זיין עצמות אין תורה,
אזוי איז אויך ביי צדיקים,
אז זיי גיבן אריין זייער עצמות אין תורה.
אין תורת החסידות האט דער בעש״ט אריינגעגעבן זיין עצם,
אויך דאס וואס ווערט ניט איבערגעגעבן אפילו צו א קינד.
און וויבאלד אז דער אלטער רבי האט
גענומען די פנימיות פון תורת הבעש״ט 8 ,
האט ער דערמיט גענומען די פנימיות ועצמיות פון דעם בעל שם טוב 9 ,
און דעריבער איז ער דער אמת׳ער אייניקל.
ביז אז דער יחוד פנימי ועצמי פון דעם אלטן רבי׳ן מיטן בעש״ט האט זיך אויסגעדריקט אויך אין דעם וואם לידתם בגוף הגשמי,
וואם גוף איז פארבונדן מיט עצמות 10
- ביידנס יום הולדת - איז אין דעם זעלבן טאג - ח״י אלול.
ב.
דער יחס פון א זיידן מיט אן איי־ ניקל איז א צווייענדיקער: דער אייניקל איז מקבל פון זיידן,
און ער איז משלים דעם זיידן.
וכמאמר רז״ל ע״פ״ ״לא ימוש גו׳ זרע זרעך גו׳ תורה מחזרת על אכס־ ניא שלה".
ונאמר עטרת זקנים בני בנים 12 .
וויבאלד אז דער אלטער רבי האט זיך מייחס געווען אלם אייניקל פון בעש״ט איז מובן,
אז ביי אים זיינען פאראן ביידע ענינים: א)
ער האט גענומען די עצמות פון בעש״ט,
כנ״ל.
ב)
ער איז משלים דעם בעש״ט: די כוונה פון תורת הבעש״ט ווערט נשלם דורך תורת חסידות חב״ד.
חסידות חב״ד גיט א דערהויבונג אויך אין חג״ת און נהי״ם,
וכמבואר במקום אחר וואס חסידות חב״ד האט אויפגע־ טאן,
אז אפילו אנשים פשוטים,
וועלכע זיינען,
לכאורה,
ניט שייך צו הבנה והשגה,
קענען אויך זיי נתעלה ווערן דורך חסידות חב״ד,
העכער אפילו ווי דורך תורת החסידות הכללית.
אויסער דעם וואס דער אלטער רבי און די נשיאי חב״ד נאך אים,
האבן אנטפלעקט,
אראפגעטראגן און מלביש געווען תורת הבעש״ט אין שכל דקדושה,
ביז אז יעדערער זאל עם קענען פאר־ שטיין אפילו אין שכל אנושי; נוסף לזה,
האבן זיי דורך דעם אויך אויפגעטאן א שלימות אין תורת הבעש״ט,
ווארום בכדי צו קענען אראפטראגן אין שכל תורת הבעש״ט וואס איז העכער פון שכל,
מוז מען דערצו האבן א גאר טיפערן כוח,
און דורך דעם ווערט נמשך א העכערער אור,
וואס ברענגט אריין שלימות.
ג.
על פי הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין וואס דער צמח צדק שרייבט 13
וועגן דעם אלטן רבי׳ן: "גם מזקיני נ״ע שמענו עתידות קולע אל השערה"
(אויך פון מיין זיידן נ״ע האבן מיר געהערט עתידות - פינקטלעך ווי אריינטרעפן אין א האר).
ולכאורה איז דאס ניט מובן: מיינט דען דא דער צמח צדק משבח זיין דעם אלטן רבי׳ן מיט ענינים חיצוניים,
ענינים פון מופתים? 14
צי איז דען
דאס דער שבח פון דעם אלטן רבי׳ן? 15
נאר דער פירוש איז: דאס קומט בהמשך צו דעם וואס ער זאגט דארט פריער: "שהוא
(הבעש״ט)
ותלמידו הרב המגיד נ״ע היו רואים מסוף העולם ועד סופו ממש בעין ראי׳...
והיינו ע״י שהי׳ גלוי לפניהם אור שנברא ביום ראשון שהשי״ת גנזו בתורה" 6,
(אז ער
(דער בעש״ט)
און זיין תלמיד הרב המגיד
(פון מעזריטש)
נ״ע האבן געזען מסוף העולם ועד סופו ממש מיט א זעעוודיק אויג...
דורך דעם וואס עס איז פאר זיי געווען אנטפלעקט דער אור וואס איז באשאפן געווארן אין ערשטן טאג
(פון דער בריאה)
וואס השי״ת האט אים באהאלטן אין תורה)
; און אויף דעם זאגט דער צ״צ: "גם מזקיני נ״ע שמענו עתידות כו"׳.
וואס פון דעם לשון ״גם״ איז מוכח אז די "עתידות" פון אלטן רבי׳ן איז דאס דער זעלבער ענין וואס ער האט פריער גע־ זאגט בנוגע דעם בעש״ט און הרב המ־
גיד: די התגלות פון דעם "אור שנברא ביום ראשון",
נאר ביים אלטן רבי׳ן איז דערביי געווען - "קולע אל השערה".
"אור שנברא ביום ראשון" איז עס דער אור שלמעלה מהשתלשלות 7, ,
און נאך העכער - דער אור שקודם הצמצום 18 ,
און דארט גופא - דער אור שלגלות עצמותו 19 .
הגם אז פאר דעם בעש״ט מיטן מגיד,
האט אט־דער אור געלויכטן אויך בנוגע גשמיות העולם,
וואס דערפאר האבן זיי געזען בראי׳ ממש 20 ,
איז ביי דעם אלטן רבי׳ן צוגעקומען 21
: דער אור האט מאיר געווען בהתיישבות - "קולע אל השערה".
און בכדי אז אן אור שלמעלה מהשתלשלות זאל קענען קומען אין וועלט בהתיישבות,
איז עם ניט מצד דעם אור,
נאר מצד עצמות,
וואס ער איז נושא אלע הפכים 22 .
אזוי וועט אויך זיין לעתיד לבוא,
ווען עם וועט זיך אויספירן די כוונה עליונה פון דירה בתחתונים - דירה לעצמותו,
וואם מצד עצמות וועלן נתחבר ווערן די צוויי הפכיים פון גשמיות מיט רוחניות,
אז עס וועט זיין "ונגלה כבוד הוי׳ וראו כל בשר",
אז דער בשר הגשמי וועט זען אלקות,
און דאס וועט ביי אים זיין בהתיישבות.
ויש לומר,
אז דאס איז דער פירוש הפנימי פון דעם צמח צדק׳ם ווארט "גם
מזקיני נ״ע שמענו עתידות": מיטן ווארט "עתידות" איז ער דא מרמז אויך אויף די גילויים דלעתיד.
און דאס אלץ האט דער אלטער רבי אריינגעשטעלט אין חסידות חב״ד: דורך לערנען חסידות ״נעמט מען״ די העכסטע ענינים ביז צום "אור הגנוז" און נאך העכער,
און דאס קומט אין שכל פון נפש האלקית - אין אן אופן פון התיישבות אור בכלי - ביז צו הבנת שכל פון נפש הבהמית,
ביז עס וועט זיין "ונגלה כבוד הוי׳ וראו כל בשר" אפילו,
בביאת משיח צדקנו,
בקרוב ממש.
(משית ח"י אלול תשי"ז)