B"H
🏡

Ikar

עמוד 1130

א.

דעם ציווי "והלכת בדרכיו"

(וואס עס שטייט אין פ׳ תבוא)

רעכנט דער רמב״ם 1

אין דעם מנין פון די תרי״ג מצוות.

און ער טייטשט אויס די מצוה: "להדמות בו יתעלה כפי היכולת"

(מען זאל זיך גלייכן צום אויבערשטן יתעלה לויט דער מעגלעכקייט).

ד.

ה.

מען זאל

זיך פירן לויט די מדות פון דעם אוי־ בערשטן,

און ווי דער רמב״ם ברענגט דארט די דרשה 2

: "מה הקב״ה נקרא חנון אף אתה הי׳ חנון,

מה הקב״ה נקרא רחום

אף אתה הי׳ רחום,

מה הקב״ה נקרא חסיד אף אתה הי׳ חסיד".

צווישן די שרשים וועלכע דער רמב״ם גיט בנוגע מנין המצוות,

זאגט ער 3 ,

אז א ציווי כולל,

אזוי ווי "את חקותי תשמרו גו׳" אדער "קדושים תהיו",

ווערן ניט גערעכנט אין מנין המצוות,

ווייל זיי זיינען ניט קיין ציוויים אויף א געוויסן פרט,

נאר זיי נעמען ארום די גאנצע תורה.

ולכאורה,

איז דאך אויך די מצוה "והלכת בדרכיו" א ציווי כללי,

ווארום כאטש די פרטים הנ״ל פון דער מצוה: "הי׳ חנון",

"הי׳ רחום" און "הי׳ חסיד" גייען אריין אין גמילות חסדים,

וועלכע גייט אריין אין מצות "ואהבת לרעך כמוך" 4 .

איז דאך אבער לויט דעם ווי מ׳איז מבאר דעם פירוש פון ״והלכת בדרכיו״ - "להדמות בו יתעלה כפי היכולת״ - גייט דאך דאס אויף אלע מצוות,

וואס זיי אלע זיינען "דרכיו" של הקב״ה,

ווארום דער אויבערשטער איז מקיים אלע מצוות 5

-איז דאך דער ציווי "והלכת בדרכיו" ניט קיין מצוה פרטית,

נאר ער איז כולל אלע מצות,

און פונדעסטוועגן ציילט אים דער רמב״ם אין מנין המצוות* 5 ?

מוז מען זאגן,

אז אין דעם ציווי "והלכת בדרכיו" איז פאראן א געוויסער ענין וואס איז ניטא אין אנדערע ציוויים,

און צוליב דעם חידוש אין דעם ציווי,

ווערט ער געציילט אין דעם מנין המצוות 6 .

על־דרך ווי די מצוה "ועבדתם את ה׳ אלקיכם",

וואס כאטש אז זי איז

פון די ציוויים כוללים - ווארום מיט יעדער מצוה דינט מען דעם אויבערשטן - פונדעסטוועגן,

מצד דעם חידוש וואס איז פאראן אין דער מצוה,

ווערט זי געציילט אין מנין המצוות 7 .

ב.

וואס איז דער חידוש אין דעם ציווי ״והלכת בדרכיו״ וואם שטייט ניט אין אנ־ דערע מצוות?

- "והלכת",

אז דער אופן קיום המצוות דארף זיין בדרך הליכה.

עס קען זיין אז מען זאל מקיים זיין מצוות און פונדעסטוועגן בלייבן שטיין אויפן זעלבן ארט,

אין דעם זעלבן מעמד ומצב ווי מען איז געווען איידער מען האט מקיים גע־ ווען די מצוה.

אויף דעם קומט דער ציווי "והלכת",

אז מען זאל מקיים זיין מצוות אויף אזא אופן,

אז זיי זאלן פועל׳ן א הליכה אין דעם מענטשן וואס איז זיי מקיים; ער זאל ארויסגיין פון זיין פריער־ דיקן מצב און דערהויבן ווערן אין א הע־ כערער מדריגה.

און דורך וואם פועל׳ט מען דעם ״והלכת״ - דורכן "בדרכיו": ער איז מקיים יעדער מצוה צוליב דעם וואס זי איז דרכו של הקב״ה,

ער טוט עם בכדי "להדמות בו יתעלה",

און דאן ווירקן אויף אים די מצוות דעם ענין פון - "הלכת".

און כאטש אז דער קיום המצוות פועל׳ט זיכער א זיכוך אין דעם אדם וואס איז מקיים די מצוות,

אין וועלכן אופן ער זאל זיי נאר מקיים זיין,

אויך ווען ער איז דערביי ניט מקיים דעם באזונדערן ציווי "והלכת בדרכיו"

(ביז אז אפילו ווען ער איז מקיים א מצוה אין דעם נידעריקסטן אופן פון "שלא לשמה" אויך דאן ווירקט די מצוה אין אים)

און דורך יעדער זיכוך גייט ער

דאך אוועק פון זיין פריערדיקן מצב -דאס איז אבער אן ענין שבהעלם.

דער ציווי "והלכת" איז,

צו מקיים זיין די מצוות באופן כזה אז עם זאל זיך פילן בגילוי ווי דורך דער מצוה ווערט ער והלכת.

ג.

אויפן פסוק 8

"ונתתי לך מהלכים בין העומדים האלה" שטייט אין חסידות 9

אז מלאכים,

און אזוי אויך נשמות איידער זיי נידערן אראם למטה,

ווערן אנגערופן "עומדים",

און נשמות למטה,

דורך זייער קיום פון תורה ומצוות,

ווערן גערופן "מהלכים".

און חסידות איז מבאר 10 ,

אז כאטש אויך מלאכים,

ומכל־שכן נשמות למעלה,

זיינען כסדר עולה בעילוי אחר עילוי,

פונדעסטוועגן ווערן זיי גערופן "עומדים",

ווייל זייערע עליות זיינען בסדר והדרגה - ממילא זיינען זיי בא־ גרענעצט: יעדער עלי׳ איז בערך צו דער פריערדיקער און ווי הויך עס זאל ניט זיין די מדריגה צו וועלכער זיי דערהויבן זיך,

איז זי נאך פארבונדן און האט א שייכות צו דער נידעריקסטער מדריגה ביי וועל־ כער זיי האבן געהאלטן גאר פון אנהייבס.

און דעריבער הייסן זיי "עומדים",

זיי שטייען אלץ אויף איין ארט: אויך דורך זייערע העכסטע עליות גייען זיי ניט אוועק אינגאנצן פון די פריערדיקע,

נידע־ ריקע מדריגות.

"מהלכים"

(וואס ווערט אויפגעטאן אין נשמות נאך זייער אראפ־ קומען למטה)

מיינט,

אז די עליות זיינען העכער פון סדר און אן קיין גרענעץ; דערגרייכנדיק צו דער העכערער מדריגה זיינען זיי שוין אינגאנצן ״אװעק״ און

האבן ניט קיין שייכות מיט דער דרגא אין וועלכער זיי זיינען געשטאנען פריער.

פון דעם איז מובן,

אז דער פירוש פון "והלכת בדרכיו" איז,

אז דער קיום המצוות זאל זיין אין אזא אופן,

אז ער זאל דערהויבן ווערן דורך זיי אין אן אופן בלתי מוגבל,

אן איבערגאנג פון גבול אין בלי גבול,

וואם דאן איז ער א "מהלך".

א נברא איז דאך אבער א מוגבל,

איז: א)

ווי קען ער דורך זיין באגרענעצטער עבודה עולה זיין בלי גבול?

און ב)

אויב ער דערגרייכט יא צו בלי גבול,

ווי קען ער דאן בלייבן א נברא מוגבל?

לכאורה מוז ער דאך ווערן אוים נברא.

אויף דעם זאגט ער "והלכת בדרכיו",

דו זאלסט זיך פארבינדן מיט דרכיו של הקב״ה

(דורך מקיים זיין די מצוות צוליב דעם וואס זיי זיינען דרכיו של הקב״ה,

כנ״ל).

און ווי־ באלד אז דער אויבערשטער איז "נמנע הנמנעות" 11

און איז "נושא הפכים",

קען ער יתברך פארבינדן גבול מיט בלי גבול צוזאמען,

אז א)

א נברא דורך זיין עבודה מוגבלת זאל זיך ביי אים אויפטאן דער "והלכת",

ער זאל עולה זיין בעילוי בלתי מוגבל,

און ב)

אז אויך נאך זיין אומבא־ גרענעצטער עלי׳ זאל ער פארבלייבן במציאותו המוגבלת.

ד.

מען דארף נאך אבער פארשטיין: די כוונה העליונה איז דאך,

אז אלע עילויים צו וועלכע א מענטש קומט צו,

זאלן זיין דורך עבודה דוקא.

אויב מען זאל דעם מענטשן געבן די אלע השפעות מלמעלה,

אן זיין עבודה,

איז עס ניט תכלית הטוב,

ווארום ס׳איז

דאן ״נהמא דכיסופא״

(״בושה־ברויט״) 12 .

מוז מען זאגן,

אז אויך דער עילוי פון "והלכת",

הילוך בלי גבול,

קומט דוקא דורך זיין עבודה.

לפי הנ״ל אבער קומט אוים,

לכאורה,

אז דורך זיין באגרענעצ־ טער עבודה קען ער נאר צוקומען צו מוגבל׳דיקע עליות,

און צו דעם "הילוך" בלי גבול קומט ער צו נאר ווייל דער אויבערשטער איז אים מעלה צו דעם.

און כאטש אז אט־די עלי׳ פון "הילוך" מיינט ניט אז דער מענטש בעבודתו איז עולה בהגבלה,

און נאך דעם ווי ער דערגרייכט וויפל ער קען,

הויבט מען אים אויף מלמעלה העכער,

בלי גבול -נאר דער אויבערשטער וואם ער איז "נמנע הנמנעות" גיט אריין א כח אין עבודת האדם אז די עבודה זאל אים מעלה זיין בלי גבול; פונדעסטוועגן,

ווי־ באלד אז דאס גופא וואם די עבודה טוט אויף דעם "הילוך",

קומט עם דאך ניט מצד עבודת האדם,

איז עם דאך,

לכאורה,

ניט ווי די כוונה עליונה,

אז אלע עליות זאלן קומען דורך עבודה דוקא 13 .

מוז מען זאגן אז אויך דאס גופא וואס די עבודה טוט אויף דעם הילוך אין דעם מענטשן,

איז עם פארבונדן מיט עבודת האדם.

ה.

דעם ביאור אין דעם:

בכדי אז די מצוות זאלן זיין "דרכיו" של הקב״ה,

אז זיי זאלן אין זיך האבן א כח בלתי מוגבל,

איז עם דורך דעם וואס ביי דעם אדם העובד איז זיין קיום המצוות פארבונדן מיט זיין עצם הנשמה,

וואס זי איז א "חלק אלקה ממעל ממש״ "

- בלי גבול.

און דורך דעם וראם דער אדם העובד איז ממשיך זיין עצם הנשמה אין דער מצוה פרטית,

פון חנון כו׳

(וואס דאס מיינט "אף אתה הי׳ חנון; אתה הי׳ רחום; אתה הי׳ חסיד",

אז דו אליין

(דער עצם הנפש)

זאלסט זיין א חנון רחום און חסיד).

ד.

ה.

(בעבודה)

אז ער איז מקיים די מצוות מצד אמונה פשוטה און מסירת נפש

(שלמעלה מטעם ודעת)

וואם קומט פון עצם הנשמה,

דורך דעם טוט ער אויך אויף,

אז אין די זיינע ענינים פון חנון רחום וחסיד,

ווערט נמשך דער אויבערשטער אליין - "הקב״ה נקרא

חנון,

הקב״ה נקרא רחום,

הקב״ה נקרא חסיד" קומט דאך אויס,

אז אויך דער ניט באגרענעצטער הילוך אין קיום המצוות,

טוט זיך אויף דורך

(אופן)

עבודת האדם 15 .

ו.

דער כח פון נמנע הנמנעות,

וואס איז דא אין "והלכת בדרכיו",

דריקט זיך אוים,

ווי געזאגט פריער,

אין צוויי אופנים: א)

אז די עבודה המוגבלת פון דעם אדם זאל אים קענען מעלה זיין בלי גבול.

ב)

אז נאך אלע עליות פון בלי גבול,

זאל דער אדם פארבלייבן אין א מציאות מוגבלת.

און וויבאלד,

אז אלע ענינים און עילויים דארפן קומען דורך עבודת האדם,

מוז מען זאגן אז אויך דער עילוי וואס ער פארבלייבט אין א מציאות מוגבלת,

קומט דורך זיין עבודה:

דער אמת׳ער חיות פון א אידן איז פון זיין נפש האלקית 16

(ם׳איז בלויז װאס

דער חיות גייט דורך דורכן נפש הבהמית),

הגם אז דער גוף איז א גשמי,

א מוגבל,

און נעמט זיך פון קליפת נוגה,

און די נשמה איז "חלק אלקה ממעל ממש״ - דאך איז ניט נאר וואס דער גוף ווערט ניט נתבטל דורך דער נשמה,

נאר אדרבה,

זי באלעבט אים.

זיין חיות איז פון נפש האלקית.

אבער אט־דער חיות,

וואם דער גוף לעבט פון דער נשמה,

איז - בהעלם

(מצד עצמו).

און דער אדם דורך זיין עבודה דארף עס ארויסברענגען בגילוי,

אז עם זאל זיך אין אים דערהערן,

ווי זיינע אברי הגוף לעבן פון נפש האלקית: פונקט ווי דער גוף,

וואם לעבט בגילוי פון נפש החיונית,

איז באלד ווי דער נפש וויל עפעם טאן,

פאלגן עם אוים אברי הגוף בדרך ממילא "תיכף ומיד בלי שום ציווי ואמירה להן ובלי שום שהיי׳ כלל" 17 ,

אזוי דארף עם זיין בנוגע דעם נפש האלקית; ווען א איד נעמט אראם די זאכן וואם פארשטעלן אויף דער נשמה און ער דערהערט אז זיין חיות איז פון נפש האלקית,

טוען זיינע אברים בדרך ממילא די רצונות פון נפש האלקית.

ווי דער ירושלמי 18

ברענגט: "כרע מגרמי׳"

(ווען עם קומט צו ״מודים״,

איז די קאפ כורע פון זיר אליין).

און דורך דעם וואס א איד פועל׳ט דורך זיין עבודה בגילוי דעם חיבור פון נשמה און גוף,

אז זיין גוף מוגבל

לעבט פון נפש האלקית,

איז ער ממשיך דעם כח העצמות,

אז די אלע העכסטע עליות אין אן אופן פון "הילוך" זאלן קענען זיין בגופו הגשמי,

און ער זאל זיין א כלי צו אט־די עליות.

ז.

ניט יעדער איינער קען דאך אבער פועל׳ן ביי זיך דעם ביטול אז אברי גופו זאלן טאן פון זיך אליין די רצונות פון נפש האלקית - אויף דעם קומט דער פריערדיקער ציווי

(וואס אויך דער סדר הציוויים איז בדיוק און איז נוגע צו עבודת השי״ת)

- "ובו תדבק",

און ווי דער רמב״ם ברענגט 19

פון ספרי,

אז דאס מיינט "הדבק בחכמים ובתלמידיהם",

באהעפטן זיך מיט די "חכמים",

די רואם שטייען אין א ביטול

(חכמה,

כח מה,

ביטול 20 )

אין אן אופן פון מרכבה.

און וויבאלד אז זיין יניקה איז פון די חכמים,

זיי זיינען זיין ״קאפ״ 21 ,

איז דורך דער דביקות אין זיי,

ווערט ער אויך "נדבק בשכינה ממש" 21 ,

און זיין גוף ווערט א כלי צום אור הנשמה,

כנ״ל 22 .

דער ציווי "ובו תדבק" איז אבער אן ענין כללי: ער זאל זיך באהעפטן מיטן אויבערשטן דורך דער דביקות בחכמים ובתלמידיהם; וואס דורך דעם ווערט זיין גוף בכלל א כלי צו אלקות און ער ווערט ראוי אז ביי אים זאל קענען זיין דער "והלכת",

בלי גבול.

דער הילוך בפועל אבער מוז קומען דורך מעשה המצות,

ווארום "המעשה הוא העיקר",

עשיית המצוה בפועל דוקא דערלאנגט און איז ממשיך עצמות.

און בכדי אז די המשכה זאל זיין בגילוי,

קומט אויף דעם דער ציווי "והלכת בדרכיו",

אז דער קיום המצות זאל זיין אין אן אופן פון "בדרכיו",

ער זאל זיי מקיים זיין צוליב דעם וואס זיי זיינען דרכיו של הקב״ה,

"להדמות בו יתעלה",

און דאן,

נאך דער הקדמה פון "ובו תדבק",

פועל׳ן זיי דעם "והלכת",

אז עס ווערט

דער "צדיקים אין להם מנוחה כו/ שנאמר ילכו מחיל אל חיל" 23 ,

ביז מען וועט צו

(משיחת יו״ד שבט תשכ"א)

Reader controls and commentary are loading.