B"H
🏡

Ikar

עמוד 1114

א.

אויפן פסוק "כי האדם עץ השדה" שטייט אין ספרי 1

: "מלמד שחייו של אדם אינו אלא מן האילן"

(דער פסוק לערנט אונז אז דאס לעבן פון דעם מענטשן איז נאר פון דעם בוים).

ולכאורה,

איז ניט מובן: א מענטש לעבט דאך שפייזנדיק זיך אויך פון אנדערע מאכלים,

ניט נאר פון די וואס קומען פון אן אילן?

אין לקו״ת 2

איז דער אלטער רבי מבאר דעם פסוק 3

"ולחם לבב אנוש יסעד",

אז כאטש א מענטש ווערט געשפייזט אויך פון פלייש,

דאך ווערט ער ניט זאט מיט פלייש אזוי ווי מיט ברויט.

דער טעם וואם דומם,

צומח און חי קענען שפייזן דעם מענטשן - כאטש דער אדם,

מדבר,

איז העכער פון זיי - איז עם צוליב דעם וואס זייער שורש איז העכער פון דעם שורש האדם,

און ווייל זייער שורש איז העכער,

דערפאר טאקע זיינען זיי אראפגעקומען נידעריקער.

און צוליב דעם וואם צומח איז נאך נידעריקער פון חי - וואס באווייזט אז ער האט א העכערן שורש - דעריבער זעטיקט ער דעם מענטשן מערער ווי חי.

(דאס איז אויך דער טעם וואם אין די צוויי סוגים חי און צומח - ווערט חי געשפייזט און באקומט זיין חיות בעיקר פון צומח).

לויט דעם קען מען מבאר זיין דעם אויבן געבראכטן ספרי "שחייו של אדם אינו אלא מן האילן": ווייל דער עיקר חיות פון אדם איז,

ווי געזאגט,

דוקא פון צומח,

און וויבאלד אז תכלית הגדלות וואס איז דא אין צמיחה איז אין אילנות 4 ,

דערפאר 5

זאגט דער ספרי,

אז דאס לעבן פון א מענטשן איז מן האילן.

ב.

די גמרא זאגט 6

: "מאי דכתיב כי האדם עץ השדה וכי אדם עץ שדה הוא,

אלא משום דכתיב כי ממנו תאכל ואותו לא תכרת וכתיב אותו תשחית וכרת,

הא כיצד,

אם תלמיד חכם הגון ממנו תאכל ואותו לא תכרות ואם לאו אותו תשחית וכרת"

(וואס מיינט דער פסוק ״כי האדם עץ השדה״ - צי דען איז דער מענטש א בוים פון פעלד?

נאר ווייל אין איין פסוק שטייט

(וועגן א בוים),

אז פון אים זאלסטו עסן און אים

(אליין)

זאלסטו ניט פארשניידן און עס שטייט אין אן אנדער פסוק,

אז דו זאלסט אים פארדארבן און פארשניידן,

ווי אזוי

(שטימען זיי)?

- אויב ער איז א ת״ח הגון זאלסטו פון אים עסן

(רש״י: לערן פון אים),

און אויב ניט זאלסטו אים פארדארבן

(רש״י: קער אפ פון אים)

וכו').

זעט מען פון דער גמרא אז דער פירוש פון דעם פסוק כי האדם עץ השדה איז,

אז א מענטש גופא איז געגליכן צו אן עץ

(ניט נאר אז ער ווערט געשפייזט פון דעם עץ).

און דעריבער פרעגט די גמרא,

"וכי אדם עץ שדה הוא",

מיט וואס איז א מענטש געגליכן צו א בוים?

און די גמרא ענטפערט,

אז אין א געווי־ סע זאך גלייכן זיי זיך.

דארף מען פארשטיין: א)

וואס פרעגט מלכתחילה די גמרא מיט א תמי׳ "וכי אדם עץ שדה הוא",

עם זיינען דאך פאראן א סך פרטים אין וועלכע א מענטש איז געגליכן צו א בוים?

אויך אין משנה 7

איז מבואר די שייכות פון א מענטשן צו א בוים.

פון אט־דער קשיא און פון איר לשון אין גמרא "וכי אדם עץ שדה הוא" זעט מען אז די גמרא נעמט אן דעם פירוש הכתוב,

אז ס׳איז ניט סתם פאראן א דמיון בעלמא צווישן אדם און עץ השדה,

נאר אז די גאנצע זאך פון אדם איז עץ השדה.

איז אבער לויט דעם שווער,

מיט וואס ווערט שוין רעכט די קשיא פון גמרא אויב מען געפינט נאך א פרט אין וועלכן זיי גלייכן זיך?

סוף־כל־ סוף איז דאך דאס א פארגלייך נאר אין איין פרט און ניט אין אלע פרטים; מיט וואס דריקט אויס דער דמיון,

מער ווי אלע אנדערע,

די עיקר׳דיקע שייכות צווישן אדם און עץ השדה?

ב)

נאך מער: דער דמיון פון אן אדם צו אילן - איז דאך נאר בנוגע א תלמיד חכם - ווי קען דאס אויסדריקן די שייכות צווישן כללות מין האדם מיט עץ השדה?

ג)

צי איז דא א שייכות צווישן פירוש הספרי מיטן פירוש פון גמרא? 8

ג.

א מענטש ווערט אנגערופן "עולם קטן" 9 .

ד.

ה.

אז אלע זאכן וועלכע זיינען פאראן אין וועלט,

אין עולם גדול,

זיינען זיי אויך פאראן אין דעם מענטשן.

אזוי איז אויך אז פונקט ווי די וועלט איז איינגעטיילט אין פיר סוגים: דומם,

צומח,

חי און מדבר,

אזוי איז אויך ביים אדם פאראן די איינטיילונג אין די פיר סוגים,

ווי ס׳איז מבואר בכמה מקומות 10 .

און די מדות פון דעם מענטשן זיינען בחינת הצומח שבאדם,

ווייל ביי מדות איז פאראן צמיחה,

זיי וואקסן מקטנות לגדלות 11 .

דער יתרון פון אן אדם אויף א חי באשטייט אין דעם שכל וואס דער מענטש האט 12 .

און כאטש אויך די בחינות דומם,

צומח,

חי וואס אין אדם זיינען פיל העכער ווי די זעלבע סוגים וואס אין עולם גדול 13 ,

איז אבער ניט אין דעם באשטייט מעלת האדם.

זיין מעלה איז וואס ער איז א בעל שכל.

און דאס פרעגט די גמרא: "וכי אדם עץ שדה הוא״ - אמת טאקע אז אין א מענטשן איז דא אויך דער ענין פון "עץ שדה״ — צומח,

מדות - צי דען איז אבער דאם די מעלה פון אן אדם?

נאף שטארקער איז די קשיא פון גמרא,

על־פי הידוע 14 ,

אז א מענטש ווערט אנגערופן מיט פיר תוארים: אדם,

איש,

גבר און אנוש.

דער העכ־ סטער תואר פון די אלע פיר איז -אדם 15

(ווייל דער תואר ״איש״ װײזט אויף די מדות פון דעם מענטשן,

און דער תואר ״אדם״ - אויף זיין שכל 16 ).

פרעגט די גמרא,

"וכי אדם עץ שדה הוא״ - צי דען זיינען מדות דער תכלית המעלה והשלימות פון א מענטשן,

צוליב וועלכן ער ווערט אנגערופן מיט זיין העכסטן תואר,

"אדם"?

אויף דעם ענטפערט די גמרא,

אז דער תכלית פון דעם מענטשנם שכל איז,

אז ער זאל אראפקומען און ווירקן אויף זיינע מדות,

אז די מדות זאלן זיך פירן לויטן שכל.

און דאס דוקא איז די שלימות האדם 17 .

שכל אליין ברענגט ניט קיין שלימות דעם מענטשן; דער תכלית פון "וידעת היום",

פון פארשטיין און וויסן אלקות,

איז בכדי צוקומען דורך דעם צום ״והשבות אל לבבך״ - דער שכל׳דיקער פארשטאנד זאל ווירקן אויף דער הארץ

(מקום המדות).

און די גמרא גיט עס צו פארשטיין מיט א משל פון א בוים: פונקט ווי די מעלה פון א בוים באשטייט אין די פירות וואם ער גיט ארויס 18 ,

אזוי איז אויך בנוגע "אדם"

(דער תואר פון שכל),

תלמיד חכם: די מעלה פון תלמיד חכם איז דאן וועז ער איז א "הגון",

דער שכל זאל באווירקן זיינע מדות,

וועלכע גיבן דערנאך א חיות אין קיום המצוות - "מאי פירות מצות" 19 .

ד.

דער עולם קטן

(דער מענטש)

איז ענלעך צום עולם גדול: פונקט ווי אין עולם גדול ווערט דער מענטש בעיקר געשפייזט פון צומח,

ווייל צומח האט א העכערן שורש פון מדבר

(און אפילו פון חי)

; נאר ווייל ער איז נידעריקער געפאלן דארף אים דער אדם מעלה זיין.

אבער נאך דעם ווי דער אדם איז אים מעלה איז דער צומח משפיע צום אדם און גיט חיות דעם מענטשן,

צוליב זיין הויכן שורש -אזוי איז עם אויך אין "אדם" און "צומח" וואם אין עולם קטן: די מדות האבן א העכערן און טיפערן שורש ווי שכל 20

; נאר ווייל בגילוי זיינען די מדות נידערי־ קער,

דארף דער שכל אויף זיי משפיע זיין,

בכדי זיי צו מברר זיין און אויסאייד־ לען,

וואס דאן זיינען די מדות משפיע אין דעם שכל און ברענגען אן עילוי אין אים 21

און ער קומט צו צו זיין תכלית,

ווי געזאגט פריער,

אז די שלימות פון "וידעת" איז בעת ער ברענגט דעם "והשבות אל לבבך".

דאס איז אויך דער קישור פון פירוש הספרי מיט פירוש הגמרא: אין ביידע פירושים איז די זעלבע נקודה - דער עילוי אין דעם מדבר וואם ווערט דורך דעם צומח.

נאר דער ספרי רעדט וועגן אדם און צומח פון עולם גדול,

און די גמרא רעדט וועגן "אדם" און "צומח" פון עולם קטן.

ה.

א טיפערע ערקלערונג אין דעם אויבנגעבראכטן מאמר: וויבאלד אז דער יתרון פון אדם אויף חי באשטייט אין זיין שכל,

אז שכל איז דער עיקר פון אדם,

איז פארשטאנדיק,

אז דאס וואם דער אדם איז אן עולם קטן און ער איז כלול פון אלע סוגים דומם,

צומח,

חי און מדבר,

איז עס ניט בלויז אז דער מענטש,

אין אלגעמיין,

פארמאגט די פיר סוגים,

נאר אויך אז דער שכל,

עיקר האדם,

איז אן עולם קטן וועלכער האט אין זיך די אלע פיר סוגים 22 .

ס׳איז פאראן "דומם" שבשכל,

"צומח" שבשכל,

"חי" שבשכל און "מדבר" שבשכל.

און דער חילוק צווישן די תוארים "איש" און "אדם" איז אין שכל גופא: "איש" איז מתאר א נידעריקערן סוג פון שכל,

דער טייל פון שכל וואס איז שייך צו מדות 23 ,

און "אדם" איז מתאר דעם עצם השכל,

וואס איז העכער פון צו האבן א שייכות צו די מדות 24 .

און דאם פרעגט די גמרא: "וכי אדם עץ שדה הוא"?

אמת טאקע אז ס׳איז ווייניק דער "וידעת",

מען מוז האבן אויך דעם "והשבות אל לבבך",

אבער אויף דעם איז גענוג דער שכל השייך למדות - איש,

און מען דארף אויף דעם ניט אויסנוצן דעם עצם השכל - בחינת אדם שבשכל; עצם השכל איז דאך,

לכאורה,

ניט זיין ענין צו ווירקן אויף די מדות.

און די גמרא פארענטפערט עס מיט די פסוקים "ממנו תאכל ואותו לא תכרות וגו"׳,

"אותו תשחית וכרת":

פונקט ווי ביי א בוים,

כאטש אז בפועל וואקסן די פירות בלויז פון די פרחים וועלכע קומען ארוים פון די צווייגן,

ניט אויפן גוף האילן ומכל־שכן ניט אויף זיינע ווארצלען

(ווארום זיי זיינען פיל העכער פון צו מצמיח זיין פירות) 25 ,

פונדעסטוועגן,

איז פאר שטאנדיק,

אז בכדי די פירות זאלן וואקסן,

מוזן זיי אנקומען אויך צום גוף און שורש האילן,

און אויך זייער תכלית איז צוליב די פירות,

וואס דערפאר איז א בוים וועלכער גיט ניט ארויס קיין פיחת - ״תשחית וכרת״

(דעם שורש וגוף)

-דאס זעלבע איז אויך בנוגע אדם שבשכל: כאטש דער עצם השכל איז העכער פון צו זיין א מקור און האבן א דירעקטע שייכות צו מדות,

דאך ווירקט אויך דער אדם פון שכל אין די מדות,

און נאך אין א פיל טיפערן אופן ווי די ווירקונג פון בחינת איש שבשכל,

און נאך מער: דער תכלית פון עצם השכל איז צו אויפטאן אין מדות.

ו.

דער אויפטו פון דער ווירקונג אויף מדות מצד עצם השכל - אויף דער ווירקונג אויף מדות מצד דעם שכל השייך למדות,

איז אין צוויי זאכן: א)

שכל השייך למדות,

וויבאלד אז מדות שבלב פארנעמען אן ארט ביי אט־דעם שכל,

קענען זיי גורם זיין א העלם אויפן אור השכל - בשעת ביים מענטשן איז דא טמטום הלב,

קען דער שכל ניט ווירקן אויף די מדות 26 .

מה שאין כן עצם השכל,

וויבאלד ער איז העכער פון כללות ענין המדות,

איז ניט שייך אז זיי זאלן קענען אויף אים מעלים זיין - איז ער מאיר אויך אין לב 27 .

ב)

אפילו ווען דער שכל השייך למדות באווירקט די מדות,

קען ער אבער זיי ניט איבעראנ־ דערשן אינגאנצן,

וויבאלד אז זיי זיינען תופס מקום בא אים,

וויפל ער זאל זיי ניט אויסאיידלען,

פארבלייבן זיי אלץ אין זייער טבע.

משא״כ דער עצם השכל,

קען משנה זיין אויך טבע המדות.

און דאס איז דער תכלית פון עצם השכל,

ער זאל משנה זיין טבע המדות 28 .

על דרך זה איז דער כללות החילוק צווישן גליא פון תורה און פנימיות התורה: גליא דתורה,

וויבאלד אז זי איז אנגעטאן געווארן אין ענינים גשמיים,

איז

(א)

שייך אז דער לימוד התורה זאל דעם מענטשן ניט אויסאיידלען,

כמאמר רז״ל 29

"לא זכה כו׳",

(ב)

אויך ווען די תורה פועל׳ט יא א זיכוך אין דעם אדם הלומדה,

פארבלייבט אבער אלץ דער מענטש אין די ראמען פון זיין "טבע",

אייגענע מציאות; ווייל גליא דתורה איז דאך געגעבן געווארן צו אים,

אז ער זאל זי באנעמען מיט זיין שכל.

משא״כ פנימיות התורה

(א)

באווירקט סוף־כל־סוף יעדן איינעם וואם לערנט זי,

כמאמר רז״ל 30

: "המאור שבה

(פנימיות התורה) 31

מחזירו למוטב" 32 .

(ב)

זי איידלט אויס דעם מענטשן,

אין אן אופן וואס ער גייט ארויס פון זיין "טבע" און מציאות 33

; ניט בלויז בעסערט פנימיות התורה אויס און איידלט אויס די מדות,

נאר זי איז אויך משנה די טבע פון די מדות 28 .

ז.

די הוראה דערפון איז: "יפוצו מעינותיך חוצה" 34 ,

און די הוראה איז א צווייענדיקע: א)

עם זיינען פאראן אזעלכע וואם טענה׳ן: צוליב וואס דארף מען אין דעם "חוצה" מפיץ זיין דוקא די מעיינות?

יעדן איינעם דארף מען געבן לפי ערכו,

און פאר די וועלכע געפינען זיך אין "חוצה",

איז גענוג אויב מען וועט זיי געבן "מים שאובין״ אדער ״מי מקוה״ על כל פנים,

אבער ניט די מעיינות.

אויף דעם איז דער ענטפער - אדרבה,

בכדי צו דערנעמען אויך דעם "חוצה",

מוז מען זיי געבן דוקא די מעיינות,

ווארום מעיינות זיינען ניט מקבל קיין טומאה והעלם,

אדרבה,

זיי זיינען אלץ מטהר 35 .

ב)

אנדערע טענה׳ן: פארוואס זאל איך זיך פארנעמען מיטן "חוצה"?

איך וועל זיך געפינען אין מײנע אייגע־ נע ד׳ אמות,

און דארט זיך עוסק זיין אין די מעיינות פון פנימיות התורה; מה לי ולחוצה?

איז דער ענטפער אויף דעם,

אז דוקא דורבן "יפוצו חוצה",

דורך פארשפרייטן פנימיות התורה או־ מעטום,

וועט עס ווערן "מעיינותיך",

דיינע מעיינות.

אן דעם איז - אז די מעיינות קומען אן צו עם - ווערן זיי אויס מעיינות 36 .

ווי גערעדט פריער,

אז דער תכלית פון עצם השכל איז ווען ער ווערט נמשך און טוט אויף אין מדות.

(משיחת ש״פ בשלח תשכ״ב)

Reader controls and commentary are loading.