B"H
🏡

Ikar

עמוד 1108

א.

אויפן פסוק 1

"כי ירחיב ה׳ אלקיך את גבולך כאשר דבר לך ואמרת אכלה בשר כי תאוה נפשך לאכל בשר וגו"/ זאגט די גמרא 2

"ר׳ ישמעאל אומר,

לא בא הכתוב אלא להתיר להם בשר תאוה,

שבתחילה נאסר להם בשר תאוה,

משנכנסו לארץ הותר להם בשר תאוה"

(דער פסוק קומט נאר צו מתיר זיין בשר תאוה,

אז אידן זאלן מעגן עסן אויך סתם פלייש,

ניט פון קדשים,

ווארום פון אנפאנג,

אין מדבר,

איז פאר זיי געווען אסור בשר תאוה.

פון זינט זיי זיינען אריין אין ארץ ישראל,

איז עס פאר זיי מותר געווארן).

אזוי ברענגט אויך רש״י אין זיין פירוש על התורה 1

: "אבל במדבר נאסר להם בשר חולין"

(אבער אין מדבר איז פאר זיי געווען אסור פלייש פון חולין).

אט־דער פירוש פון פסוק איז נאר לויט ר׳ ישמעאל׳ן,

דער דין בלייבט אבער ווי ר׳ עקיבא,

וואם האלט 3 ,

אז אריינקומענדיק אין ארץ ישראל איז ניט צוגעקומען קיין היתר בנוגע אכילת בשר,

ווייל אויך אין מדבר האט מען געמעגט עסן בשר תאוה - אדרבה,

לויט ר׳ עקיבא׳ן איז אריינקומענדיק אין ארץ ישראל צוגעקומען אן איסור: "שבתחילה הותר להן בשר נחירה,

משנכנסו לארץ נאסר להן בשר נחירה"

(פריער,

אין מדבר,

איז פאר זיי געווען מותר בשר נחירה,

ניט קיין גע׳שחט׳ן פלייש,

און פון זינט זייער אריינקומען אין ארץ ישראל איז פאר זיי אסור געווארן בשר נחירה).

לויט ר׳ עקיבא׳ן איז דער פשט 4

פון פסוק "כי ירחיב גו׳ תאכל בשר",

אז דער פסוק קומט צו לערנען "דרך ארץ",

אז מען זאל ניט גלוסטן צו עסן פלייש,

נאר "מתוך רחבת ידים ועושר".

אויך די דרשה ברענגט רש״י אין זיין פירוש על התורה 5 .

דאס וואס רש״י ברענגט די דרשה פון ר׳ ישמעאל׳ן,

אז "במדבר נאסר להם בשר חולין",

הגם אז די הלכה בלייבט ניט ווי ער,

איז קיין פלא ניט,

ווארום ״אלו ואלו דברי אלקים חיים״ 6

- און רש״י,

וואס איז ניט קיין פוסק נאר א מפרש 7

ובפרט אין זיין פירוש אויף תנ״ך,

האט ער צוליב א געוויסן טעם דא אויסגעקליבן די דרשה פון ר׳ ישמ־ עאל׳ן.

ס׳איז אבער ניט מובן,

ווי אזוי ברענגט רש״י ביידע דרשות,

סיי פון ר׳ ישמעאל און סיי פון ר׳ עקיבא,

גלייך איינע נאך די אנדערע,

כאטש זיי זיינען לכאורה קעגנגעזעצטע פירושים אויפן פסוק: אויב דער "כי ירחיב" מיינט הרחבת גבולים כפשוטה,

וואס דאם גייט אויף דער כניסה לארץ ישראל -כדרשת ר׳ ישמעאל - ווי קען מען דערפון גלייכצייטיק ארויסלערנען,

אז מ׳קען עסן פלייש אויך אין חוצה לארץ

(אבער נאר)

"מתוך רחבת ידים".

און אויב דער פסוק גייט אויף רחבת ידים,

איז דאך קיין נפקא מינה ניט צי די רחבת ידים איז אין מדבר,

אין ארץ ישראל,

אדער ערגעץ אנדערש - אויב ס׳איז נאר דא "רחבת ידים ועושר",

האט מען גע־ דארפט מעגן עסן בשר תאוה,

ניט ווי דעת ר׳ ישמעאל אז בשר תאוה איז מותר געווארן נאר בכניסה לארץ 8 .

פון דעם וואס רש״י ברענגט ביידע פירושים צוזאמען - איז משמע אז בפנימיות זיינען זיי ניט בסתירה,

אדער נאכ־ מער - אז ביידע פירושים זיינען איין ענין.

און דעת ר׳ ישמעאל אז "משנכנסו לארץ הותר להם בשר תאוה",

און דעת ר׳ עקיבא אז "משנכנסו לארץ נאסר להן בשר נחירה",

איז אין ביידע דעות די נקודת הסברא די זעלבע 9 .

זיי זיינען מחולק נאר אין פרטיות הסברא,

וואס צוליב זיי קומט אויס,

אז לויט ר״י האט דאם אריינקומען אין א״י אויפגעטאן א היתר,

און לויט דעת ר״ע - אן איסור,

דאך אבער שטאמען ביידנם סברות והלכות פון דער זעלבער נקודה.

און כאטש אז די הלכה איז ווי ר״ע,

ברענגט רש״י דא די דיעה פון ר׳ ישמעאל׳ן,

ווייל די הוראה פון פסוק בנוגע אונזער עבודה איצט

(וואם דערפאר האט דאך כ״ק מו״ח אדמו״ר מפרסם געווען די אלטע תקנה צו לערנען יעדן טאג די פרשה חומש מיט פירש״י,

ווייל יעדן טאג דארף מען "לעבן",

ארויסלערנען א הוראה אין עבודה בפועל פון אט־דער פרשה)

איז כדעת ר׳ ישמעאל.

ב.

מ׳האט שוין גערעדט כמה פעמים 10

וועגן דעם חילוק צווישן מדבר און ארץ ישראל,

אז אין מדבר זיינען די אידן געווען אויסגעטאן פון עניני העולם,

און קומענדיק אין ארץ ישראל האט זיך ביי זיי אנגעהויבן די עבודה צו מאכן פון וועלט אן "ארץ נושבת".

און אט־דער חילוק האט זיך אויסגעדריקט אין אלע זייערע באדערפענישן פון מזון,

לבוש און בית,

ווי ס׳איז מבואר בכמה מקומות.

בנוגע לענינינו - אכילת בשר: דער מזון שבמדבר איז געווען מן,

לחם מן השמים,

א זאך וואם איז העכער פון תענוגי עולם הזה.

כאטש אז אין מן האט מען געקענט פילן אלע טעמים,

איז עס אבער ניט געווען אין א אופן מגושם,

ווארום ביים מן איז דאך ניט געווען דער "עין רואה" 11 ,

וואס ברענגט צום "הלב חומד״ 12

- מען האט דאך ניט געזען די מיני מאכל וועמענס טעמים מ׳האט גע־ פילט - ביז אז דערפאר האט דאך דער מן ניט משביע געווען

(אזוי ווי לחם מן הארץ).

זייענדיק אין מדבר,

אפגעטראגן פון וועלט,

האט בשר תאוה דארט קיין ארט ניט געהאט.

ס׳איז דארט שייך געווען בשר,

אבער נאר בשר קדשים און ניט בשר תאוה.

ערשט אריינקומענדיק אין ארץ ישראל,

וואו עס האט זיך אנגעהויבן א סדר פון עבודת הבירורים - און יעדער מברר מוז זיך אנטאן אין די לבושים פון דער זאך וואם ער דארף מברר זיין -איז אויר געווען אכילת בשר תאוה 13 ,

ווייל אן דעם קען ניט זיין דער בירור פון דעם מזון,

און די עבודת הבירור דארף זיין - צו עסן אויך דעם בשר לשם שמים ביז אין אן אופן פון "בכל דרכיך דעהו" 14 .

און דאס איז אויך וואס ער זאגט ווייטער אין המשך פון די פסוקים: "רק חזק לבלתי אכול הדם"

(נאר שטארק זיך ניט צו עסן דאם בלוט)

- ד.

ה.

אז הגם אין עבודת הבירורים איז דא אכילת בשר תאוה,

זאל ביים עסן זיין נאר בלויז דאס וואם עם איז מוכרח לויט טבע,

עם טאר אבער ניט זיין דער קאך

(דם)

אין דעם 15 .

דער קאך פון א אידן דארף זיין נאר אין קדושה,

וואם דאם איז דער ענין פון זריקת הדם אויפן מזבח; אבער ווען דער קאך איז ניט אין קדושה

(אויך אויב דער קאך איז אין דברים המותרים,

און אפילו בעת ער נוצט די זאכן לשם שמים ביז -בכל דרכיך דעהו,

וויבאלד אבער דער קאך איז ניט אין דעם דעהו נאר אין דעם דבר היתר),

זאגט די תורה וועגן אט־ דעם דם: "על הארץ תשפכנו",

א איד דארף צו דעם קיין שייכות ניט האבן.

ג.

על פי הנ״ל קומט אוים,

אז דאם וואס אריינקומענדיק אין ארץ ישראל האט מען די אידן מתיר געווען בשר תאוה,

איז עם פאר זיי געווען א ירידה; דער אמת איז אבער,

אז דאס האט אויך א מעלה,

ווייל דוקא דורך דעם קען מען צוקומען צו א העכערער עלי׳.

ווי שוין גערעדט 10 ,

אז דוקא דורך זייער כניסה לארץ האבן זיי געקענט דערגרייכן דעם "עלה נעלה"; ועוד: דורך דעם וואס זיי זיינען געווארן דערהויבן העכער ווי זיי זיינען געווען אין מדבר,

מצד דעם עילוי האבן זיי געקענט אראפלאזן זיך צו טאן אויך די עבודת הבירורים.

אזוי איז עס אויך בנוגע אכילת בשר תאוה: זייענדיק אין מדבר,

פאר דעם "עלה נעלה",

האבן זיי ניט געהאט דעם כח צו אראפלאזן זיך אזוי נידעריק ביז בשר תאוה און מברר זיין עם.

דעריבער האלט ר׳ ישמעאל אז אין מדבר "נאסר להם בשר תאוה",

ווייל זיי האבן עם ניט געקענט מברר זייף 5

׳.

ערשט בכניסתם לארץ,

"כי ירחיב ה׳ אלקיך את גבולך",

"רחבת ידים ועושר",

בשעת די אידן האבן באקומען די הרחבה פון כוחות רוחניים - ביז אז דאס האט זיך אויסגע־ דריקט אויך אין גשמיות,

אין דער הרחבה פון די גבולי ארץ ישראל כפשוטם - דאן האבן זיי געקראגן דעם כח צו מברר זיין אויך בשר תאוה.

דער ביאור אין דעם:

מצד דער הרחבה אין די כוחות הנשמה,

האבן זיך אט־די כוחות גע־ קענט מתפשט זיין און אראפלאזן ביז צו דער נידעריקסטער מדריגה - די תאוה צו אכילת בשר - און אויך דאס צו פארבינדן מיט דער ג־טלעכער נשמה.

ד.

ה.

אז דאס וואס דער גוף גלוסט צו בשר,

קומט עם,

בפנימיות,

פון דער נשמה וואס גלוסט צו מברר זיין דעם ניצוץ אלקי פון דעם בשר 16

; און אט־די פארבינדונג פון ביידע צוזאמען,

אז די כוחות הנשמה זאלן זיך אנהערן אין די תאוות הגוף,

און דורך דעם מעלה זיין די תאות הגוף,

איז געווארן מיט זייער כניסה לארץ דורך דער הרחבה פון די כוחות הנשמה.

און דאם איז וואם דער פסוק זאגט: "ואמרת אכלה בשר כי תאוה נפשך לאכול בשר״ — דאם וואם "ואמרת אכלה בשר",

דער עסער

(דער גוף)

זאגט אז ער וויל עסן בשר,

איז עם כי,

ווייל,

"תאוה נפשך",

ווייל דיין נפש

(האלקית)

גלוסט צו עסן און מברר זיין דעם בשר.

ד.

לויט דעם,

אז בכניסתם לארץ האט זיך אנגעהויבן די עבודה פון "ארץ נושבת",

צו אראפלאזן זיך און טאן מיט דברים גשמיים,

קומט אוים,

אז אין ארץ ישראל האט געדארפט צוקומען נאר אין דעם היתר פון די גשמיות׳דיקע זאכן.

איז דאך ניט פארשטאנדיק דעת ר׳ עקיבא,

וואם אזוי איז די הלכה כנ״ל,

אז ניט נאר וואס אין ארץ ישראל איז ניט צוגעקומען קיין היתר

(ווייל לויט אים איז בשר תאוה אויך אין מדבר ניט געווען אסור),

נאר אדרבה,

ס׳איז נאך דארט צוגעקומען אן איסור,

וואס "משנכנסו לארץ נאסר להם בשר נחירה"?

איז דער ביאור אין דעם:

כאטש אין מדבר האבן זיך די אידן געשפייזט מיטן מן וואם האט ניט געהאט קיין פסולת,

דאך זאגט די גמרא 17

אויפן פסוק 18

"ויתד תהי׳ לך על אזנך",

אז אידן פלעגן קויפן שפייז ביי די סוחרים פון די אומות העולם.

ומובן,

אז לגבי זייער מדריגה אין מדבר,

זייענדיק מופשט פון וועלט,

איז דאם געווען זייער א גרויסע ירידה.

כאטש עם איז ניט געווען אסור,

אבער א ירידה איז דאך זיכער ניט לויטן סדר הראוי בכלל,

ובפרט ווי עם האט געדארפט זיין ביי דעם דור המדבר,

דור דיעה 19 .

נאר מצד דעם וואם מען נעמט ניט צו קיין בחירה ביי אידן,

האבן זיי געהאט א ברירה צו קויפן לחם מן הארץ,

לחם שיש בו פסולת,

און שפייזן זיך דערפון.

פונדעסטוועגן,

וויבאלד אז עם רעדט זיך וועגן א דור דעה און אידן וואם זייער מזון לבוש און בית

(ענני הכבוד)

זיינען געווען ריין פון פסולת,

איז אין אלע זייערע טואונגען,

אפילו אין ענינים פון ירידה,

געווען א געוויסע איידלקייט.

און דעריבער זאגט ר׳ עקיבא אז אויך אין מדבר איז פאר די אידן געווען מותר בשר תאוה

(כאטש דער סדר הראוי איז צו שפייזן זיך פון דעם מן,

לחם מן השמים),

ווייל ר׳ עקיבא,

דער מזכה ישראל 20 ,

האלט אז די איידלקייט פון א אידן איז פאראן און דריקט זיך אוים אויך דאן ווען ער נידערט אראפ פון זיין מדריגה און עסט בשר תאוה.

אפילו אין דעם מצב פון ירידה פועל׳ט ער אויך א געוויסן בירור

(עם איז דאך געווארן - בהיתר - דם ובשר כבשרו פון אן אדם).

נאר היות אז אכילת בשר איז ניט געווען אין דעם באשטימטן סדר עבודה פון די אידן אין מדבר,

דער סדר קבוע על פי תורה איז דאן געווען אכילת מן,

-און נאר אויב עמעצער האט בוחר געווען צו יורד זיין אין אכילת בשר תאוה,

האט ער גע׳פועל׳ט א קצת בירור אויך אין דעם בשר - דעריבער האט דער בשר ניט געדארפט האבן קיין שחיטה.

דער טעם וואס מען דארף האבן שחיטה איז ווייל ״דרכי׳ דרכי נועם״ - בכדי צו אויסמיידן צער פון די בעלי חיים 21 .

אבער אין מדבר,

וואו ס׳איז ניט געווען א דרך התורה צו עסן בשר תאוה,

עם איז געווען א יוצא מדרך הרגיל,

האט מען נאך ניט איינגעשטעלט דעם מוז פון דרכי נועם פון שחיטה - בדוגמת מילתא דלא שכי־ חא וואס מען מאכט ניט צוליב דעם קיין גדרים וגזירות 22 ,

און דערפאר איז "הותר להם בשר נחירה".

ה.

נאך א טעם פארוואס אין מדבר "הותר להם בשר נחירה": אויף שחיטה זאגט די גמרא 23

"אין ושחט אלא ומשך",

אז שחיטה איז דער ענין פון משיכה.

משיכה מיינט,

צו אריינציען א זאך פון איין ארט אין א צווייטן ארט,

און דאס באדייט שחיטה

(משיכה)

אין רוחניות; צו אריינציען און ארייננעמען פון רשות הרבים,

"טורי דפרודא"

(עולם הקליפות)

אין רשות היחיד,

יחידו של עולם 24 .

און אין מדבר איז אויך ר׳ עקיבא וואס האלט,

אז אויך דארטן האט מען דורך אכילת בשר געקענט פועל׳ן א געוויסן בירור,

איז מודה אז מ׳האט ניט געהאט דעם כח צו דעם שטארקן בירור פון "ומשך",

ארייננעמען דעם בשר תאוה אין דעם רשות פון יחידו של עולם

(ובפרט ווי דאס - די שייכות פון "יחיד" מיט ״עולם״ - איז געווען בגלוי במדבר),

און דערפאר איז ניט געווען ״ושחט״ נאר -הותר להם בשר נחירה.

(דערמיט קען מען אויך מבאר זיין וואס דער רמב״ם זאגט 25 ,

אז אין מדבר איז געווען אסור בשר שחיטה,

און נאר בשר נחירה איז געווען מותר - וויבאלד אז ענין השחיטה איז משיכה פון רשות הרבים אין רשות היחיד

(קדושה).

און דערפאר איז בא קדשים אויך במדבר געווען,

ובדוקא,

שחיטה

(משיכה)

- נאר בא בשר תאוה

(חולין)

האט מען עם ניט געקענט פועל׳ן.

- וואלט די שחיטה פון בשר תאוה דאן געווען בדוגמת מכניס ושוחט חולין בעזרה,

וואס אין דעם איז דאך דא א ענין איסור מן התורה) 26 .

און דוקא בכניסתם לארץ,

וואס צוליב דער הרחבת כוחות הנשמה,

איז דאן געווארן א סדר פון עבודת הבירורים,

ביז צו מברר זיין אויך בשר תאוה - נאסרה להם בשר נחירה,

ווייל דעמאלט דארף שוין זיין די עבודה פון שחיטה,

און דער סדר העבודה איז,

אז יעדער זאך וואס א איד טוט,

אויך אכילת בשר תאוה,

זאל ער אין דעם דערהערן ווי דאס געהערט לרשות יחידו של עולם.

ו.

ווי געזאגט פריער,

קומען ארויס ביידע דיעות,

די דיעה פון ר׳ ישמעאל און די דיעה פון ר׳ עקיבא,

פון דער זעלבער נקודה.

ביידע האלטן אז בכניסתם לארץ איז געווארן א הרחבה אין ענינים הרוחניים,

וואם דוקא צוליב דער הרחבה קען זיין דער בירור פון בשר תאוה.

די מחלוקת זייערע איז נאר אין דעם,

וואם ר׳ ישמעאל האלט אז אין מדבר,

איידער די הרחבה,

האט אינגאנצן ניט געקענט זיין קיין בירור אין דעם,

און דעריבער זאגט ער,

אז "נאסר להם בשר תאוה,

משנכנסו לארץ הותר להם כר׳".

ר׳ עקיבא האלט,

אז אויך איידער די הרחבה האט מען געקענט פועל׳ן א געוויסן בירור,

אבער ניט בדומה צו דעם בירור וואם נאך דער הרחבה.

דערפאר זאגט ר׳ עקיבא,

אז דער אונטערשייד צווישן מדבר און ארץ ישראל באשטייט אין דעם,

וואם אין מדבר האט ניט געדארפט

(אדער ניט גע־ טארט)

זיין קיין שחיטה,

און אין ארץ ישראל האט געמוזט זיין שחיטה,

כנ״ל.

דורך דעם וועט ווערן רעכט פארוואם רש״י ברענגט ביידע דרשות,

ווייל אויך לדעת ר׳ ישמעאל,

אז "כי ירחיב" גייט אויף הרחבת גבולי ארץ ישראל,

איז די פנימיות דערפון - "לימדה תורה דרך ארץ",

אז אכילת בשר זאל זיין נאר "מתוך רחבת ידים ועושר",

נאר לויט אים קומט עס ארויס להלכה בנוגע כלל ישראל

(ניט נאר די רחבת ידים פון א איש פרטי),

אז זייענדיק אין מדבר איי־ דער כלל ישראל איז צוגעקומען צו דער הרחבה,

איז "נאסר להם בשר תאוה".

ז.

ווי געזאגט פריער,

איז דאס וואס רש״י איז מפרש כדעת ר׳ ישמעאל אז "במדבר נאסר להם בשר תאוה",

הגם אז די הלכה איז ניט אזוי,

איז עס,

ווייל דער סדר העבודה איצט איז אין דעם אופן ווי עם קומט אויס לדעת ר״י.

די צוויי ענינים פון מדבר און ארץ ישראל זיינען דא אין רוחניות אין דער עבודה פון יעדער אידן יעדן טאג: אין אנהויב פון טאג קען ער נאך ניט האבן צו טאן מיט עניני עולם

(מדבר).

און נאר נאך דער הרחבה וואס קומט דורך עבודת התפלה און לימוד התורה וואם נאכן דאוונען

(א״י),

דאן איז - "מבית המדרש לצרכיו",

ער קען מאכן פון עניני עולם כלים צו אלקות 10 .

"במדבר נאסר להם בשר תאוה".

אין עבודה רוחנית מיינט עם,

אז פארן דאוונען טאר מען ניט עסן לרעבו ולצמאו

(תאוה) 27 ,

מער ניט ווי לצורך רפואה וכיוצא בזה 28 .

דוקא לאחר התפלה,

בכניסתם לארץ,

איז דאן מותר בשר תאוה,

צוליב עבודת הבירורים,

אבער בתנאי - "לבלתי אכול הדם".

אז דאם זאל זיין אן א קאך כר.

און דעריבער ברענגט רש״י דעת ר׳ ישמעאל,

ווייל אזוי איז דער סדר פון איצטערדיקער עבודה 29 ,

אז אין "מדבר",

קודם התפלה,

איז אסור בשר תאוה.

פונדעסטוועגן קען מען ארויסלערנען א הוראה פאר אונז אין כללות העבודה אויך פון דעת ר׳ עקיבא

(אז כי ירחיב,

רחבת ידים ועושר - תאכל בשר; עס דארף זיין מער און נייע בירורים לגבי ווי פאר דער הרחבה)

: א איד דארף זיין א מהלך,

יעדער טאג דארף ביי אים ווערן א הרחבה אין קדושה און א תוספת אין בירורים וכר.

דער־פאר,

דארף ביי אים יעדער טאג צוקומען דער ״ושחט - ומשך" אין אזעלכע ענינים וואס נעכטן האט ער אין זיי ניט געקענט אויפטאן,

איז היינט דארף ער זיי אריינציען פון רשות הרבים אין רשות היחיד,

יחידו של עולם.

אזוי דארף זיין יעדער טאג,

און מכל־ שכן יעדער וואך,

יעדן חודש און בפרט יעדן יאר,

אז יעדן יאר דארף זיך אנהויבן א העכערער אופן עבודה.

חודש אלול איז די הכנה צו ראש השנה,

דארף די עבודה אין דעם חודש זיין גאר אין אן אנדער אופן ווי אין די פריערדיקע חדשים,

וואס דורך דעם איז מען זוכה צו א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

(משיחת ש״פ ראה תשי״ט)

Reader controls and commentary are loading.