א.
דעם איינציקן מאל וואס איך האב לע״ע געפונען עם זאל דערמאנט ווערן אין ש״ם דער טאג עשרים באב* איז אין מסכת תענית 1 .
די משנה דערציילט דארטן,
אז כ׳ אב איז געווען א יום טוב ביי א געװיםער משפחה,
צוליב דעם וואם אין דעם טאג האט מען גענוצט זייער האלץ אויפן מזבח אין בית המקדש.
ס׳איז געווען א צייט ווען אין דער לשכה איז ניט געווען קיין האלץ,
האבן דאן געוויסע משפחות זיך מתנדב געווען צו ברענגען האלץ פארן מזבח.
ווען עס האט זיך אויסגעלאזט דאס האלץ וואם עם האט געבראכט איין משפחה,
האט עס דאן מנדב געווען א צווייטע,
א.
ז.
וו.
האט מען מתקן געווען,
אז אין דעם טאג וואס א משפחה האט דאן געבראכט האלץ,
זאל מען אין דעם טאג נוצן פון איר האלץ אויך אין דער צייט ווען ס׳איז פאראן האלץ אין דער לשכה,
און דער טאג איז געווען דער יום טוב פון דער משפחה 2 .
וועגן דער משפחה וואס האט מנדב געווען האלץ בעשרים באב,
איז פאראן אין גמרא צוויי דיעות 3
: ר׳ מאיר זאגט "הן הן בני דוד בן יהודא" און ר׳ יוסי זאגט "הן הן בני יואב בן צרוי׳".
ולכאורה,
ווי איז שייכות א פלוגתא אין א מציאות?
נאך מער: ס׳איז דאך "אלו ואלו דברי אלקים חיים" 4 ,
איז ווי קען עס זיין בעני־ נינו?
ויש לומר,
אז די אויבנדערמאנטע פלוגתא צווישן ר״מ און ר״י,
איז ניט אין מציאות: צי ס׳איז געווען די משפחה אדער אן אנדערע - נאר ביידע רעדן וועגן איין און דער זעלבער משפחה וואס האט געשטאמט פון ביידן,
פון דוד׳ן און פון יואב׳ן
(דורך זייער מתחתן זיין צווישן זיך) 5 ,
און די מחלוקת פון ר׳ מאיר און ר׳ יוסי איז: דורך וועלכער מעלה און חשיבות פון דער משפחה,
איז געקומען זייער מנדב זיין עצים למזבח בעשרים באב.
ר׳ מאיר האלט,
אז דער זכות פון דוד המלך האט עס ביי זיי ארויסגערופן,
און ר׳ יוסי האלט אז דער זכות פון יואב בן צרוי׳ האט עס ביי זיי ארויסגערופן* 5 .
ב.
אין וואם איז באשטאנען דער גודל המעלה פון נדבת עצים בעשרים באב,
וואס צוליב דעם זוכט מען ביי דער משפחה א ספעציעלע נתינת כח און זכות אבות?
די גמרא זאגט 6
: "מחמשה עשר באב ואילך תשש כחה של חמה ולא היו כור־ תין עצים למערכה לפי שאינן יבשין"
(פון חמשה עשר באב און ווייטער ווערט שוואכער די קראפט פון דער זון און פון דאן אן האט מען שוין ניט געשניטן קיין ביימער פאר דער מערכה
(פון מזבח),
ווייל זיי זיינען ניט טרוקן).
דער דין איז 7
אז ווערימדיק האלץ איז פסול צום מזבח,
און דעריבער,
בשעת "תשש כחה של חמה",
האט מען חושש געווען אז די עצים זיינען ווערימדיק.
די ערשטע נדבת עצים נאך חמשה עשר באב איז געווען בעשרים באב.
דאס האלץ האט מען געמוזט שניידן פריער כנ״ל,
און די בני המשפחה האבן עס געבראכט פארן מזבח בעשרים באב,
אין א צייט ווען קיין אנדערע גוטע האלץ האט מען שוין ניט געקענט שניידן.
ועוד: זיי האבן געהאט אינזינען כמה זמן איידער מ׳האט געדארפט די האלץ,
חוקר זיין וועגן דעם וכו׳ און צוגרייטן אויף שפעטער 8 .
און דעריבער האט די נדבת עצים פון דעם טאג,
עשרים באב
(און אויך די נדבה פון דער משפחה וואם האט מנדב געווען נאך זיי - בעשרים באלול)
א חשיבות וואס איז ניטא בא די נדבות פון יענע משפחות וואס האבן מנדב געווען פריער,
ווארום זיי האבן געגעבן האלץ אין א צייט ווען מען האט עם געקענט שניידן פון דאס ניי.
און ווייל די נדבות פון נאך חמשה עשר באב,
זיינען געווען ספעציעל חשוב,
דעריבער קלערט די גמרא,
פון וואנען עם האט זיך גענומען אזא פעולה חשובה ביי די משפחות 9 .
ג.
נאך מער: די עצים אליין זיינען קיין קרבן ניט געווען.
מ׳האט זיי גע־ דארפט האבן למערכה אויף וועלכע מ׳האט מקריב געווען קרבנות.
דער קרבן אליין - וועלכן מ׳האט פארברענט אויף די עצים - איז ניט געווען דוקא זייע־ רער,
אדער מקרבן צבור
(וואס זיי זיינען א טייל פון צבור)
- עם זיינען געווען קרבנות פון אלע אידן.
ועוד יותר: צווישן די קרבנות זיינען געווען אויך חטאות,
אשמות וכדומה,
וואס עם האבן געבראכט בעלי עבירות אלס כפרה אויף זינד.
פונ־ דעסטוועגן האבן די משפחות חוקר גע־ ווען מיט א צייט פריער וכו׳ - כנ״ל -ניט צוליב זיך אליין,
נאר בכדי צו ארויס־ העלפן א אידן וואס איז דורכגעפאלן אין אן עבירה,
אז ער זאל קענען מקריב זיין א קרבן וואם זאל אויף אים מכפר זיין.
און נאך א גרעסערער ענין: אט־דער אפגעבן א זאך וועלכע מען קען ניט קריגן,
אויף צו ארויסהעלפן א זינדיקן אידן,
איז געווען מיט שמחה,
ביז אז מען האט דעם טאג,
יום קרבן עצים,
געמאכט פאר א יום טוב פון דער משפחה 10 .
און אין דעם איז די פלוגתא פון ר״מ מיט ר״י,
צי דער כח פאר אזא הנהגה האט זיך גענומען פון דוד המלך אדער פון יואב בן צרוי׳.
ד.
די גמרא זאגט 11
: "אילמלא דוד לא עשה יואב מלחמה ואילמלא יואב לא עסק דוד בתורה״ - דאס וואם יואב האט מצליח געווען אין זיינע מלחמות,
איז עס דורך דעם זכות פון דוד׳ן וואס האט זיך עוסק געווען אין תורה און דאס וואס דוד האט געקענט לערנען תורה אן טרדות 12 ,
איז עם דורך דעם וואס יואב איז געגאנגען צוליב אים במלחמה.
(פון דעם וואס די צוויי ענינים דרש׳נט מען פון זעלבן פסוק,
איז א ראי׳ אז ביידע ענינים האבן א שייכות 13 .
און דערפאר יש לומר,
אז דאם וואס יואב האט מצליח געווען מצד דעם עסק התורה פון דוד׳ן,
איז עס ניט בלויז מצד דוד׳ס זכות,
נאר מצד דעם וואס יואב האט געהאט א חלק אין דוד׳ס תורה,
ווארום "אילמלא יואב לא עסק דוד בתורה",
און דערפאר האט תורתו של דוד אים גע־ האלפן).
דער חילוק צווישן די עבודה האמורה פון דוד׳ן מיט יואב׳ן איז: ביי ביידן איז געווען ביטול און מסירת נפש.
נאר דער ביטול פון דוד׳ן האט זיך אין דער עבודה אויסגעדריקט בפועל אין לימוד התורה
(וואם דאם איז דאך די מעלה פון תורתו של דוד,
אז זיין לימוד איז געווען מיט ביטול,
וואם דערפאר איז "והוי׳ עמו,
שהלכה כמותו") 14 ,
און דער ביטול און מסירת נפש פון יואב׳ן האט זיך אויסגע־ דריקט אין דער עבודה פון האבן צו טאן מיט וועלט,
ביז - מיט אומות העולם וואס האבן מנגד געווען,
צו לוחם זיין מיט זיי,
און אויפמאכן דארט א דירה לו יתברך.
מצד ענין ההתכללות וואס איז דא אין קדושה,
האט יעדער איינער פון זיי ארויסגעהאלפן דעם צװײטן 15
: ױאב׳ס מלחמה האט געהאלפן דוד׳ן צו לערנען,
און דוד׳ם לימוד התורה האט געהאלפן יואב׳ן צו מצליח זיין אין מלחמה.
אבער דאך איז געווען אן אונטערשייד צווישן זיי: דער עיקר ענין פון דוד׳ן דאמאלס איז געווען - תורה און ער איז געווען אפגעזונדערט פון וועלט,
און דער עיקר ענין פון יואב׳ן איז געווען - מלחמה און טאן אין וועלט.
און אין דעם באשטייט די פלוגתא פון ר׳ מאיר מיט ר׳ יוסי,
ווער איז געווען העכער: ר׳ מאיר איז פון לשון אור 16 ,
העכער פון
(העלם ה)
עולם 17 ,
דעריבער האט ער זיך געקאכט אין דעם ענין פון ביטול שבתורה אור - דוד,
און ר׳ יוסי איז בגימטריא אלקים 18 ,
בגימטריא הטבע 19 ,
דעריבער האט ער זיך געקאכט אין דער מעלה פון מלחמה און עבודת הבירורים - יואב 20 .
ה.
נאך א הסברה אין דעם: מיר געפי־ נען בכמה מקומות 21
א פלוגתא פון בבלי מיט ירושלמי צי מען איז מחוייב צו טאן א הכבדה קלה בכדי אז לאחר זמן זאל ארויס־ קומען דערפון א תועלת גדולה.
שיטת הירושלמי איז אז וויבאלד די הכבדה איז שלא בערך אנטקעגן די תועלת,
איז כאטש אז די תועלת וועט ערשט ארויסקומען לאחר זמן,
איז מען מחוייב צו טאן עם.
און שיטת הבבלי איז אז מען דארף זיר רעכענען מיטן מצב ההוה: וויבאלד אז די הכבדה איז שוין איצט און די תועלת וועט ערשט זיין לאחר זמן,
איז הגם אז די תועלת איז א גרעסערע,
וועגט זי ניט איבער די הכבדה שבהוה.
די תועלת וואס דוד האט געקענט לערנען תורה בלב פנוי,
איז טאקע פיל גרעסער פון די שוועריקייט וואם יואב האט געהאט ביי זיין גיין אין מלחמה,
אבער זי איז געקומען לאחר הליכת יואב במלחמה.
במילא,
איז לויט שיטת הירושלמי,
האט יואב געדארפט גיין במלחמה,
און לשיטת הבבלי,
האט יואב געטאן א זאך אין וועלכע ער איז ניט געווען מחוייב.
און דעריבער,
איז ר׳ מאיר - אור
(ישר,
ירושלמי)
- האלט,
אז דער עיקר גרויסקייט איז געקומען פון דוד׳ן,
ווארום יואב איז דאך געווען מחוייב צו מלחמה האלטן,
און ר׳ יוסי -
(בירור הטבע - במחשכים,
בבלי)
-האלט,
אז דער עיקר גרויסקייט איז געקומען פון יואב׳ן,
ווארום ער האט געטאן א זאך אין וועלכע ער איז ניט געווען מחוייב.
ו.
דער לימוד פון הנ״ל איז:
בשעת איינער האט א זאך וואם אן אנדערע אזא - קען מען ניט קריגן אויף דער גאנצער וועלט,
דארף ער גרייט זיין דאם צו אוועקגעבן צוליב העלפן א צווייטן אידן,
אפילו אזא וואס איז נכשל געווארן אין א חטא,
און אפילו אז ס׳וועט גאר ניט אנגערופן ווערן אויף זיין נאמען.
און נאך מערער: ער דארף עם האלטן פאר א זכות וואס א צווייטער איד איז געהאלפן געווארן דורך אים,
ביז אז ער איז בשמחה אמיתית און ער מאכט דערפון א יום טוב משפחה.
ובכדי צו פועל׳ן דעם חוש ביי בנים
("הן הן בני דוד כו׳ הן הן בני יואב כו"׳)
- כפשוטו אדער ביי "בניך אלו התלמי־ דים" 22 ,
דארף זיין די אייגענע הנהגה דורכגענומען מיט דער תנועה פון מסירת נפש.
און - סיי דער וואם איז א יושב אוהל און עיקר ענינו איז תורה,
סיי דער וואס איז א בעל עסק און עיקר ענינו איז מלחמת ועבודת הבירורים,
דארף זיין עבודה זיין מיט ביטול ומסירת נפש.
און דאן האדעוועט מען אויף א דור וואס איז גרייט צו אוועקגעבן,
און אוועקגעבן בשמחה,
וואס זיי האבן,
צו־ ליב א צווייטן אידן.
וגדולה מעלת אהבת ישראל,
אהבת חנם 23 ,
(היפך פון שנאת חנם וועלכע האט געבראכט דעם חורבן 24 ),
אז זי וועט ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה,
בקרוב ממש.
(משיחת כ׳ מנ״א תשי״א)