B"H
🏡

Ikar

עמוד 1098

א.

מען האט שוין גערעדט כמה פעמים 1 ,

אז די כוונה פון "נתאוה הקב״ה להיות לו יתברך דירה בתחתונים" האבן די אידן בעיקר אנגעהויבן ממלא זיין ערשט דאן ווען זיי זיינען אריין אין א״י,

"ארץ נושבת",

און די פערציק יאר וואס די אידן זיינען געווען אין מדבר,

איז געווען א הכנה,

א צוגרייטונג צו דער עבודה אין ארץ ישראל.

דעם אמת׳ן עילוי פון עבודת ה׳ זעט מען בשעת עם זיינען דא נסיונות און שטערונגען צו דער עבודה און מען ווערט פון זיי ניט נתפעל; דאן איז די עבודה פיל טיפער,

ווייל די נסיונות דערוועקן טיפע־ רע,

אינערלעכע כהות?

דעריבער זיינען אויך די ארבעים שנה במדבר,

דער זמן ההכנה צו אט־דער עבודה,

געווען א צייט פון נסיון פאר די אידן,

ווי עס שטייט: "לנסותך לדעת את אשר בלבבך התשמור מצותיו גו׳"

(דיך אויסצופרואוון,

וויסן

וואס עם איז אין דיין הארצן,

צי דו וועסט היטן זיינע מצוות גו׳).

נסיונות בכלל טיילן זיך אין צוויי סוגים: נסיון פון עניות און נסיון פון עשירות 3 .

אויך אין מדבר זיינען געווען אט־די צוויי סארטן נסיונות,

און ביידע זיינען געווען פארבונדן מיטן מן: דער מן האט,

פון איין זייט,

פארמאגט די גרעסטע עשירות,

ווארום נוסף אף דעם וואם ער איז געווען לחם מן השמים,

האט ניט געהאט קיין פסולת 4

און מ׳האט אין אים געפילט אלע טעמים פון אלערליי שפייזן 5

- ניט ווי לחם מן הארץ,

וואם איז באגרענעצט אין זיין טעם און האט פסולת - האט דער מן מיט זיך אויך מיטגעב־ ראכט אבנים טובות ומרגליות 5 ,

עשירות כפשוטה; פון דער צווייטער זייט,

איז אין מן אויך געווען דער נסיון פון עניות,

ווי עם שטייט "המאכילך מן גו׳ למען ענותך",

און ווי די גמרא איז עם מבאר 6 ,

אז דער עינוי איז באשטאבען אין דעם רואם דער מן האט מיט זיך ניט געבראכט קיין ריכטיקע זאטקייט,

לויט איין דעה: "אינו דומה מי שיש לו פת בסלו למי שאין לו פת בסלו"

(וויבאלד אז דער מן איז גע־ קומען מער ניט אויף דעם איין טאג,

האבנדיק גארניט אויף מארגן,

האט גע־ פעלט די זאטקייט וואט א מענטש האט ווען "יש לו פת בסלו"),

לויט א צווייטער דעה: "אינו דומה מי שרואה ואוכל למי שאינו רואה ואוכל"

(ס׳איז ניט גלייך די זאטקייט ביי דעם וואס זעט וואס ער עסט צו דעם וואס זעט ניט וואס ער עסט,

און ביים עסן דעם מן האט מען געזען בלויז דעם מן און ניט די זאכן וועמענס טעמים מ׳האט געפילט עסנדיק דעם מן).

ב.

דארף מען פארשטיין: ווי אזוי פאסט זיך אין איין און דער זעלבער זאך,

אין דעם מן,

צוויי הפכיים - עניות און עשירות?

דאס וואס דער מן האט אין זיך גע־ האט עשירות

(אלע טעמים און אויך אבנים טובות ומרגליות),

וואס אזא מציאות קען גאר ניט זיין ביי לחם מן הארץ,

איז עם צוליב דעם וואם ער איז געווען לחם מן השמים,

אן ענין אלקי,

וואם פאר אל־ קות זיינען ניט פאראן קיין הגבלות,

און דערפאר איז דער מן,

אפילו נאך זיין ירידה למטה,

פארבליבן אין זיין ג־טלעכן מהות 7

: ער האט ניט געהאט קיין פסולת,

ער איז ניט געווען באגרענעצט נאר צו באשטימטע טעמים,

ביז אז ער איז ניט געווען מוגבל בלויז צו די מעלות פון סוג האוכל

(בעיקר - לחם - צומח),

נאר ער האט געבראכט מיט זיך אויך די שלימות פון דומם - אבנים טובות ומרגליות.

מצד דער מעלה זיינער וואם דער מן איז לגמרי העכער פון וועלט,

און חורש וזורע פון וועלט נעמט עם ניט,

און עס ווערט נמשך פון העכער פון וועלט

(וזמן)

אין וועלט

(וזמן)

און זמן איז דאך געטיילט אין טעג - יומי מיפסקי מהדדי 8

- איז דאס געווען דבר יום ביומו - ובדוגמת א מתנה וואס וויפל מ׳גיט האט מען -משא״כ שכר היינגט אפ אן גודל העבודה 9 .

אויך האט מען ניט געקענט זען מיט דער מענטשלעכער אויג אלע זאכן ווע־ מענם טעמים זיינען געווען אין מן,

ווייל א מוגבל׳דיקע אויג קען ניט פארנעמען דעם בלי גבול פון אן ענין אלקי.

און דאם זיינען די צוויי ענינים,

עשירות און עניות,

וואס זיינען געווען אין מן: דער מן מצד עצמו איז תכלית העשירות,

ווארום וויבאלד אז זיין מהות איז רוחניות,

האט ער ניט קיינע הגבלות,

אבער מצד וועלט און דעם מענטשן איז אין דעם מן אויך געווען תכלית העניות,

ווארום דער מענטש האט אין אים ניט געהאט קיין זאך וואם ער זאל קענען מאנען אז דאס איז זיינע

("אין לו פת בסלו")

און די אויג האט ניט געקענט אויפנעמען די עשירות פון מן,

האט עם אויך ניט געזען אפילו א מאכל פשוט *10

("אינו רואה ואוכל").

יעדער ענין פון א מענטשן פאר־ מאגט,

לכה״פ עפעם,

וואם איז זיינם אייגנס,

משא״כ דער מן,

כאטש ער איז תכלית העשירות,

איז ער ביי דעם אדם די גרעסטע עניות - ער קען אויף גארניט אנווייזן און זאגן אז עם איז זיין אייגנס.

ג.

על פי הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם דיוק לשון הפסוק "וירעיבך ויאכילך את המן": ניט נאר וואם דער מן האט ניט זאט געמאכט,

ווי לחם מן הארץ

(צוליב די אויבנגעבראכטע צוויי טעמים),

נאר ״וירעיבך״ - ער האט גע׳פו־ על׳ט א רעבון 10 .

ולכאורה,

ווי אזוי האט עם דער מן ארויסגערופן אן אויסהונגע־ רונג?

יעדער זאך פון וועלט איז באשאפן געווארן מיט איר הגבלה: זי האט זיך איר ענין און צו קיין צווייטער זאך האט זי קיין שייכות ניט.

אזוי איז עם אויך אין לחם מן הארץ: ער איז מזון און ניט עפעם אנדערש,

און אין מזון גופא,

איז ער באגרענעצט צו זיין טעם,

וואס דאס ווערט אויפגענומען פון מענטשן,

און זעטיקט אים.

מה־שאין־כן ווען דער מו־ גבל׳דיקער מענטש עסט דעם לחם מן השמים,

וואס ער איז בלי גבול כנ״ל,

איז כאטש אז ער פילט אז אין דעם מן האט ער די עשירות פון בלי גבול,

איז אבער אדרבה,

דאס וואס ער קען עם ניט אויפ־ נעמען אינגאנצן,

און נאכמער - וויפל ער נעמט איז דאם אלץ גבול,

און דאס וואס עם בלייבט ניט אויפגענומענע -איז בלי גבול טעמים,

רופט עם ביי אים ארויס א הונגער,

עם ציט אים צו דעם בלי גבול וואם ער קען ניט תופס זיין -״אשר לא ידעת ולא ידעון אבותיך״ - אן ענין וועלכן מ׳קען ניט תופס זיין מיט ידיעה והשגה 11 .

די וועג צו נעמען אט־דעם בלי גבול איז דורך אויסטאן זיך פון דער אייגע־ נער מציאות ומדידות.

ד.

און דאם איז אויך וואס ירידת המן ארבעים שנה במדבר איז געווען א הכנה צום קיום התורה ומצוות "בארץ נושבת",

די עבודה צו בייקומען ביידע סארטן נסיונות: עשירות און עניות.

בייקומען דעם נסיון פון עשירות מיינט,

אז מען זאל ניט טראכטן אז "כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה",

נאר איינצוקארבן ביי זיך אז דער אויבער־ שטער "הוא הנותן לך כח לעשות חיל".

בייקומען דעם נסיון פון עניות מיינט,

אז מען זאל וויסן אז "אין רע יורד מלמעלה" 12 ,

נאר ער,

דער מענטש,

איז דער שולדיקער אין זיינע יסורים און דעריבער זאל ער ניט בועט זיין ביסורים ח״ו,

און מקבל זיין זיי בשמחה 13 .

און דאם איז די הוראה פון מן: די השפעה ווי זי קומט מלמעלה איז זי תכלית העשירות.

מצד דעם אדם שלמטה זיינען אלע זאכן בהגבלה כנ״ל,

און נאר מצד למעלה קען זיין אמת׳ע עשירות.

נאך מערער: אפילו אין דער השפעה שמלמעלה,

אויב נאר דער מענטש הויבט זיך אן אין זיי צו "אריינמישן",

איז ניט בלויז וואם ער קען דערביי גארניט צוגעבן -״לא העדיף המרבה״ 14

- נאר אדרבה,

מיט זיין אריינמישן זיך מאכט ער גאר קאליע,

ער מאכט אויף עניות אפילו אין אזוינע ענינים וואס מצד עצמם זיינען זיי תכלית העשירות.

די וועג אויף צו מקבל זיין עשירות איז דורך אויסטאן זיך פון דער אייגענער מציאות ורצונות - מדידות,

פון דעם הרגש פון "כחי ועוצם ידי",

און פארלאזן זיך כבטחון הגמור אויף דעם אויבערשטן; דאן ווערט מען א כלי צו מקבל זיין די השפעות מלמעלה,

אויך השפעות בגשמיות,

וועלכע א נברא מצד הגבלתו קען זיי גארניט פארנעמען 15 .

ה.

חכמה ושכל ווערן אנגערופן מזון: פונקט ווי שפייז ווערט אריינגענומען אין דעם מענטשן אין א פנימיות ביז עם ווערט מיט אים פאראיינציקט,

אזוי ווערן אויך עניני שכל אריינגענומען בפנימיות מוח האדם און פאראיינציקט מיט אים 16 .

איז אויך אין דעם מזון פאראן די אויבנ־ דערמאנטע צוויי סוגים - לחם מן הארץ און לחם מן השמים: שכל אנושי איז לחם מן הארץ און שכל אלקי - תורה,

חכמתו של הקב״ה - איז לחם מן השמים.

און בא די צוויי סוגים מזון זיינען פאראן די אלע אויבנדערמאנטע חילוקים.

אלע חכמות,

אויסער תורה,

זיינען באגרענעצטע,

זיי האבן אין זיף ניט מער ווי דאס וואס זיי זיינען.

ניט נאר פאר־ מאגן זיי ניט אין זיך זאכן אויסער שכל,

נאר אויך אין שכל גופא,

האט יעדער סברא ושכל וחכמה אירע גרענעצן

(ווי לחם מן הארץ וואס האט נאר דעם איי־ גענעם טעם און ניט מער).

נוסף לזה איז אין די חכמות פאראן פסולת.

אבער טראץ דער הגבלה פון שכל אנושי,

און אדרבה,

צוליב דעם,

באפרי־ דיקט עם און עם זעטיקט אן דעם מענטשן,

ווארום ער באגרייפט און האט דעם גאנצן שכל

("יש לו פת בסלו" און "רואה ואוכל").

און דעריבער ברענגען חכמות חיצוניות צו ישות וגאוה 17 .

אנדערש איז חכמת התורה: זי איז כולה אמת און אין איר איז ניטא קיין פסולת ח״ו; זי איז אויך בלי־גבול - זי פארמאגט אין זיך אלע טעמים; ביז אז זי ברענגט מיט זיך אויך עושר גשמי

(אבנים טובות ומרגליות),

וואס דאס אלעס איז - תכלית העשירות.

נאר צוליב דעם גופא,

קען עס דער מענטש ניט אויפנע־ מען אינגאנצן און תופס זיין און ער פילט שטענדיק ווי ער איז ווייט פון צו נעמען דעם אמת און בלי גבול פון תורה,

דעריבער ברענגט עס ניט צו ישות,

נאר פארקערט,

עם פועל׳ט א ביטול,

אן אראפגעפאלנקייט.

"ויוסיף דעת יוסיף מכאוב״ 18

- וואס מער ער לערנט און ווייסט די תורה,

אלץ גרעסער ווערט זיין צמאון און הונגער צו תורה

("וירעיבך").

על דרך זה - איז אין תורה אליין אויך פאראן די אויבנדערמאנטע חילוקים - צווישן גליא דתורה און פנימיות התורה 19 .

גליא דתורה הגם זי איז חכמתו ורצונו של הקב״ה,

לחם מן השמים,

וויבאלד אבער זי איז אנגעטאן געווארן אין שכל אנושי און אין דברים גשמיים,

דערפאר איז אין איר שייך א געוויסע הגבלה און זי גיט אויך אן ארט פאר לא זכה נעשה לו - בא דעם מענטשן - סם כו׳ 20

פסולת,

משא״כ אין פנימיות התורה כו׳ איז ניטא קיין הגבלות און זי גיט ניט קיין ארט פאר פסולת.

ו.

דער יצר הרע איז אן "אומן במלאכתו".

בשעת ער וויל אפרייסן א אידן פון לימוד התורה בכלל און פון לימוד פנימיות התורה בפרט,

און ער זעט אז אראפווארפן די חשיבות פון תורה קען ער ניט,

ווייל ביי אידן איז די תורה זייער טייער,

ביז אפילו אזא וואם איז נכשל געווארן ובמזיד אין ע״ז אין דאס בא עם מחמד עיניך 21 ,

כאפט ער זיך אויף א סברא,

ער טענה׳ט פארקערט: וויבאלד אז תורה איז בלי גבול און וויפל דו וועסט ניט לערנען וועסטו קיין מאל ניט צוקומען לתכליתה; אדרבה,

וואס מער דו וועסט לערנען,

אלץ מער וועסטו זען דיין ווייטקייט פון איר סוף ותכלית,

איז דאך די ״גלײכסטע״ זאך,

אז דו זאלסט זיך פארנעמען מיט זאכן אין דיין ערך׳ אריינטאן זיך אין גשמיות׳דיקע זאכן; זיי וועלן דיך באפרידיקן,

ווארום גשמיות קענסטו תופס זיין.

אודאי דארף מען לערנען אויך תורה,

מען דארף וויסן א דין ווי צו פירן זיך; און ס׳איז דאך דא א חיוב אויף יעדער אידן צו לערנען תורה,

פרק אחד שחרית ופרק אחד ערבית על כל פנים - אבער ס׳וועט פאר דיר זיין גענוג א סעיף שולחן ערוך,

ביסט דו א מהדר - פרק אחד שחרית כר; מהדרין מן המהדרין - א שיעור קבוע יעדן טאג,

אבער ניט זיך אריינלאזן און פארטיפן זיך אין תורה - א זאך וועלכע דו וועסט סיי ווי ניט דערגרייכן מער ניט דו וועסט מצער זיין א אידן

(זיך)

- יוסיף מכאוב.

אויך טענה׳ט ער,

גענוג לימוד פון גליא דתורה אליין,

און ניט לערנען פנימיות התורה וועלכע איז זיך עוסק אין זאכן וואס זיינען ניט שייך צו אנטאפן זיי מיטן האנט,

און מאנכע פון זיי - איז מהותם בכלל העכער אינגאנצן פון שכל אנושי 22 .

דארף מען וויסן,

אז דאם וואס דער יצר הרע פרואווט אים איינרעדן,

ער זאל ניט זיין פארקאכט אין לחם מן השמים נאר פארנעמען זיך מיט ענינים ארציים,

איז דאס די התחלה - עס בריינגט צו אראפפירן ח״ו דעם אידן אינגאנצן פון דרך התורה.

דאם נאכגעבן אים אין איין פרט,

איז א שריט אויף אריינצופאלן במצודתו ר״ל אלץ טיפער,

ווי חז״ל זאגן 23 ,

אז דער יצר הרע איז פריער א "הולך"

(א פארבייגייער),

דערנאך אן "אורח" און שפעטער ווערט ער שוין א בעל הבית.

און אויך אין דעם,

האבן מיר די הוראה פון סיפור התורה בנוגע צום מן: פון דער טענה "ונפשנו קצה בלחם הקלוקל" - זיי האבן ניט געוואלט האבן דעם מן,

א לחם וואס איז העכער פון חומריות -נאר דוקא מזון שיש בו פסולת - זיינען זיי אראפגעפאלן ביז "בוכה למשפחותיו" - "על עסקי משפחותיו"

(עניני עריות) 5 .

און דאם וואם דער יצר הרע טענה׳ט,

אז רוחניות וועט אים ניט צופרידנ־ שטעלן,

און דוקא ווען ער וועט זיך אפגעבן אין גשמיות׳דיקע זאכן,

און ער וועט זיי מער אדער ווייניקער דער־ גרייכן,

וועלן זיי אים באפרידיקן - איז דער אמת פארקערט:

דער אמת׳ער מהות פון א אידן איז רוחניות.

און אויב ער זאל זיך ח״ו אפ־ רייסן פון רוחניות און זיך נעמען צו גשמיות,

איז וויפל גשמיות ער וועט האבן,

קען עם אים ניט משביע זיין,

ווארום ניט דאס איז זיין מהות 24 .

דוקא רוחניות,

וואס דאם איז אמיתית מהותו -אויב נאר ער וועט זיין א ״כלי ריקן״ -אויסטאן זיך פון דער אייגענער מציאות ומדידות - וועט ער "מחזיק" זיין,

פאר־ מאגן און אויפהאלטן ניט נאר די ענינים רוחניים,

נאר אויך די ענינים הגשמיים; עם וועט אים נשפע ווערן מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה,

מערער וויפל א נברא קען פארנעמען 15 ,

ווארום גשמיות מיט רוחניות וועלן ביי אים ווערן איין זאך,

און ביידע וועלן זיין אין אן אופן פון בלי גבול.

(משיחת ש״פ עקב תשכ״א)

Reader controls and commentary are loading.