א.
אויפן פסוק "קול גדול ולא יסף"
(אז דער קול פון די עשרת הדברות איז ניט נפסק געווארן),
ברענגט דער מדרש 1
דריי פירושים: א)
"קול אחד נחלק לז' קולות והם נחלקים לע' לשון"
(דער קול איז ניט פארבליבן ביי לשון קודש אליין,
נאר ער איז אראפגעקומען אין זיבן קולות און זיי האבן זיך צעטיילט אין אלע שבעים לשון).
ב)
"שממנו נתנבאו כל הנביאים שעמדו"
(דער קול האט זיך ניט אויסגעלאזט בעת מעשה,
נאר ער ציט זיך שטענדיק,
דאס הייסט אז פון דעם קול פון מתן תורה נעמען זיך אלע ענינים וואס זיינען דערנאך נתגלה געווארן דורך די נביאים
(און די חכמים 2
שבכל דור ודור).
ג)
"שלא היה לו בת קול"
(ער האט ניט געהאט קיין ווידער־קול
(עכא),
ווי עס איז ביי אלע קולות,
וואס קלינגען אפ צוריק).
דארף מען פארשטיין: מיט וואס דריקט אויס דער דריטער פירוש
(אז "לא היה לו בת קול")
– די גרויסקייט און בלי גבול פון דעם קול ביי עשרת הדברות?
לויט די ערשטע צוויי פירושים איז פארשטאנדיק: דער קול איז ניט געווען באגרענעצט צו לשון קודש אליין אדער צום זמן פון מתן תורה אליין,
נאר ער איז אראפגעטראגן געווארן און זיך צעשפרייט אין אלע לשונות און ער ציט זיך אין אלע דורות.
אבער דאס וואס "לא היה לו בת קול" ווייזט ניט לכאורה אויף דער שטארקייט פון קול.
אדרבה – וואס דער קול איז שטארקער האט ער אלץ א שטארקערן אפקלאנג.
וויבאלד אז דער קול האט ניט געהאט קיין אפקלאנג,
ווייזט דאך עס,
לכאורה,
גאר אויף זיין שוואכקייט.
אויך דארף מען פארשטיין: דער אויבערשטער מאכט דאך ניט קיין נס אומזיסט 3 ,
אן א נייטיקייט,
און וויבאלד אז יעדער קול האט בטבע א בת קול,
און א קול גדול האט א שטארקן ווידער־קול,
איז צוליב וואס האט דא געדארפט זיין שינוי הטבע,
אז דער קול גדול פון מתן תורה זאל ניט האבן קיין ווידערקול?
דא מפרשים וואס זיינען מבאר,
אז די נויטיקייט פון דעם נס איז געווען,
בכדי ניט צו געבן קיין ארט צו האבן א טעות,
און מיינען אז דער אפקלאנג איז אן אנדער קול.
דער פירוש איז אבער ניט מובן,
ווארום אין א בת קול איז דאך קענטיק אז ער איז א אפקלאנג פון דעם קול אליין; אין אים הערט מען דאך די זעלבע שטימע און די זעלבע ווערטער.
ומה־דאך אז ס'איז ניט געווען קיין טעות ווען דער קול פון מתן תורה איז געקומען פון ד' רוחות העולם ומשמים וארץ 4
פון אלע זייטן אין דער זעלבער צייט – איז דאך געוויס ניט שייך צו חושש זיין פאר א טעות ביי א בת קול וואס קומט א קליינע וויילע נאך דעם קול,
און ס'איז קענטיק אין אים
(דורך דעם וואס אין אים הערט זיך די זעלבע שטימע און ווערטער)
אז ער איז בלויז אן אפקלאנג פון דעם קול וואס איז געווען מיט א וויילע פריער.
אויך דארף מען פארשטיין; תורה דערציילט דאך ניט סתם קיין סיפורים,
נאר בכדי צו אפלערנען פון זיי א הוראה בעבודתינו – וואס פאר א הוראה אין עבודה האבן מיר פון דעם סיפור אז ביי מתן תורה איז געווען א קול גדול ולא יסף?
ב.
די התחלה,
וואס האט אין זיך כולל געווען אלע עשרת הדברות,
איז דער ווארט "אנכי" 5 .
זאגט אויף דעם די גמרא 6
אז אנכי איז ראשי תיבות "אנא נפשי כתבית יהבית".
דאס הייסט אז ביי מתן תורה האט זיך עצמות אליין כביכול אריינגעשריבן און אריינגעגעבן אין די עשרת הדברות וועלכע ער האט דאן געזאגט,
און געזאגט האט ער זיי צו יעדער אידן באזונדער – "אנכי הוי' אלקיך" לשון יחיד,
און ניט בלויז צו די אידן פון יענעם דור,
נאר,
ווי די רז"ל זאגן 7 ,
אז אלע נשמות,
סיי די וועלכע זיינען געווען פאר מתן תורה 8
און סיי די אלע שפעטערדיקע דורות,
זיינען געווען ביים מעמד הר סיני,
און צו יעדערן פון זיי האט דער אויבערשטער געזאגט "אנכי הוי' אלקיך" און "אנא נפשי כתבית יהבית" – צו יעדער אידן באזונדער האט ער זיך כביכול אפגעגעבן מיט זיין גאנצע עצמיות.
קען מען דאך מיינען,
אז דער "אנא נפשי כתבית יהבית" איז געווען נאר ביי די עשרת הדברות,
אבער די ענינים פון תורה וועלכע זיינען נתגלה געווארן נאכדעם ובפרט – דורך די נביאים און חכמים שבכל דור ודור – איז כאטש אויך זיי האבן די נביאים און חכמים ניט געזאגט חס ושלום פון זיך אליין,
נאר "רוח הוי' דבר בם ומלתו על לשונם" 9
(דעם אויבערשטנס גייסט האט גערעדט אין זיי און זיין ווארט – אויף זייער צונג)
– האבן זיי ניט דעם כח פון מתן תורה; אין זיי שטייט ניט דער "אנכי",
עצמותו ומהותו,
נאר זיי זיינען בדוגמת די ציווים וואס זיינען געווען צו די אבות פאר מתן תורה 10 ,
און – אז זיי זיינען צום גאנצן כלל און ניט קיין הוראות צו יעדערן באזונדער,
(יעדער איד איז זיי טאקע מחויב צו טאן,
אבער נאר ווייל ער איז א חלק פון דעם כלל,
און ניט עס איז א ציווי מיוחד צו יעדער יחיד)
– אויף דעם זאגט מען: "קול גדול ולא יסף" – אלע ענינים פון תורה,
וואס ווערן נתגלה בכל דור ודור,
איז אלץ דער זעלבער "קול גדול" פון מתן תורה,
דער קול פון "אנכי הוי' אלקיך"
(לשון יחיד),
וואס עצמות רעדט צו יעדער אידן־יחיד באזונדער; און דאס וואס ס'איז ניט נתגלה געווארן ביז דער נביא און חכם האט עס געזאגט,
איז עס ווייל "עד אותה שעה לא נתנה לו רשות להתנבאות" 1 ,
ווארום "ועת לכל חפץ" 11 ,
יעדער ענין אין תורה האט זיך זיין זמן ווען ער דארף נתגלה ווערן פון דעם קול פון מתן תורה.
דאס זעלבע איז אויך בנוגע דעם פירוש אין "קול גדול גו'",
אז דער קול פון מתן תורה איז צעטיילט געווארן אין שבעים לשון: בני נח זיינען מחויב אין די שבע מצוות 12* ,
און א איד דארף צווינגען
(ובזמן שאין יד ישראל תקיפה – משתדל זיין זיך)
אז בני נח זאלן מקיים זיין זייערע שבע מצוות 12 .
איז בכדי מען זאל ניט מיינען,
אז זייערע שבע מצוות זיינען א זייטיקע זאך,
וואס האט ניט צו טאן מיט מתן תורה,
זאגט די תורה: "קול גדול ולא יסף",
דער קול פון מתן תורה איז "נחלק לע' לשון",
אז אויך די מצוות פאר די שבעים לשון,
די אומות העולם,
קומען פון דעם קול גדול פון מתן תורה,
וואס דעריבער איז אויך דער קיום פון זייערע מצוות דארף ביי זיי זיין מצד דעם ציווי ביי מתן תורה; ניט נאר דארפן זיי מקיים זיין די מצוות מצד ציווי הוי' – און ניט ווייל דער שכל איז זיי מחייב – נאר נאך מערער,
זיי דארפן דאס מקיים זיין ווייל אזוי האט דער אויבערשטער אנגעזאגט אין תורה און מודיע געווען דורך משה רבינו,
אז בני נח דארפן מקיים זיין די שבע מצוות 13 .
און די ידיעה איז נוגע אויך צו אידן: א איד דארף צווינגען
(און משתדל זיך זיין)
די אומות העולם,
אז זיי זאלן מקיים זיין זייערע זיבן מצוות איבער דעם וואס דער אויבערשטער האט אנגעזאגט אויף זיי דורך משה רבינו עליו השלום.
ג.
נאך א הוראה עיקרית אין דעם "קול גדול גו'",
וואס "נחלק לע' לשון": ס'איז ידוע דער פירוש אויף דעם מאמר רז"ל 14
"לא הגלה הקדוש ברוך הוא את ישראל לבין האמות אלא כדי שיתוספו עליהם גרים"
(די אידן זיינען פארטריבן געווארן אין גלות נאר בכדי עס זאלן צוקומען צו זיי גרים),
אז "גרים" ווערן דא געמיינט די ניצוצות הקדושה וועלכע געפינען זיך אין גלות ביי די אומות העולם,
און דורך דעם וואס אידן זיינען אין גלות און טוען דארט זייער עבודת הבירורים,
ווערן ניתוסף "גרים" – די ניצוצות וועלכע זיי זיינען מברר און מעלה אין קדושה.
אויך ווערט מיט "גרים" געמיינט די ניצוצות הקדושה וועלכע געפינען זיך אין די שבעים לשון; דורך דעם וואס אידן באנוצן זיך מיט ווערטער פון די שבעים לשון אין זייערע געשעפטן על־פי תורה לשם שמים,
און ווער רעדט,
ווען מ'באנוצט זיך מיט אט־די ווערטער אין לימוד התורה אליין
(ווי מיר געפינען אז תנאים ואמוראים האבן זיך באנוצט אין משנה און גמרא מיט ווערטער פון לשון ארמי וכדומה),
איז מען מעלה אט־די ניצוצות הקדושה פון די שבעים לשון,
עס ווערט ניתוסף "עליהם גרים" 15 .
קען מען דאך מיינען,
אז די תורה וועלכע מען לערנט אין די שבעים לשון האט ניט אין זיך די קדושה פון תורה ווי זי איז בא מתן תורה – זאגט מען,
אז אט־דער קול גדול פון מתן תורה איז נחלק לע' לשון.
ער איז אראפגעקומען און זיך אנגעטאן אין נידעריקערע לבושים,
אבער דער פנימיות פון דעם קול איז דער זעלבער ווי דער קול גדול פון "אנכי הוי' אלקיך"
(ואדרבה,
עס האט נאך א טיפערן שורש 16 ,
"דכל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה יותר") 17 .
דאס איז אלץ א ביאור אויף די ערשטע צוויי פירושים.
וואס איז אבער דער ביאור אויף דעם דריטן פירוש פון "קול גדול ולא יסף",
"שלא היה לו בת קול"?
ד.
בת קול איז בדוגמא פון "אור חוזר": ווען אן אור ווערט נמשך און קומט צו אן ארט וואו עס איז דא א זאך וואס פארשטעלט און לאזט ניט דעם אור גיין ווייטער,
איז דער אור "חוזר",
ער קלאפט זיך אפ און גייט אויף צוריק.
אזוי איז עס אויך ביי א בת קול: בשעת דער קול טרעפט אן אויף א וואנט אדער אויף עפעס אנדערש וואס פארהאלט אים,
קלינגט אפ דער קול אויף צוריק,
און דאס ווערט גערופן
(דא אין מדרש) 18
בת קול.
ועל דרך ווי א כדור
(א באל)
וואס שפרינגט אפ פון א וואנט.
א תנאי בא דעם אלעם איז אבער,
אז די וואנט אדער די זאך "זאפט" ניט אריין אין זיך דעם כדור אדער דעם קול ואור.
ווען דער אויבערשטער האט געזאגט "אנכי הוי' אלקיך" איז דאס געווען בקול גדול – קיין זאך האט ניט געקענט אפשטעלן דעם קול,
ער האט דורכגענומען די גאנצע וועלט,
אויך דעם דומם; יעדער זאך האט אין זיך איינגעזאפט און דורכגענומען געווארן מיט דעם קול פון "אנכי"
(ווייל ביי מתן תורה איז געווען ווי דער גילוי דלעתיד 19 ,
ווען עס וועט זיין "ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר",
אז דער גילוי פון כבוד הוי' וועט דורכנעמען און נקלט ווערן אפילו אין דעם בשר הגשמי),
און דעריבער האט על פי טבע ניט געקענט זיין קיין בת קול.
"לא היה לו בת קול" – ניט צוליב חלישות פון דעם קול,
נאר אדרבה: ווייל ער איז געווען א "קול גדול" איז דערפאר "ולא יסף" – "לא היה לו בת קול".
דאס איז ניט געווען קיין נס,
נאר אן ענין טבעי: ווען ס'איז ניטא קיין אפהאלט און פארשטעל אויף א קול,
אדער ווען א קול ווערט נקלט
(איינגעזאפט)
האט ער ניט קיין בת קול 20 .
ה.
באמת איז איצט אויך אזוי: ווען א איד לערנט תורה,
נעמט דורך דער קול התורה ניט נאר עם נאר אפילו די ווענט פון דער הויז אין וועלכער ער לערנט,
ווי חז"ל זאגן 21 ,
אז לעתיד "קורות ביתו של אדם מעידים בו"
(די באלקנס פון זיין הויז וועלן עדות זאגן וועגן דעם מענטשן),
ווייל איצטער זאפן זיי אין זיך אריין זיינע רייד און מעשים,
נאר איצטער איז עס בהעלם
(און דער העלם האט אויך אן ארט על פי תורה,
תורת אמת,
וואס דערפאר זיינען פאראן חילוקים אין הלכה – לדוגמא בהנוגע לצניעות 22
– צי מען טוט א זאך בחדרי חדרים אדער בגלוי)
און לעתיד וועלן די ווענט און באלקנס ארויסשרייען דאס וואס זיי האבן איינגעזאפט אין זיך איצטער – "אבן מקיר תזעק וכפיס מעץ יעננה" 23 .
און פון דעם גילוי דלעתיד איז פאראן א מעין אויך איצטער בא צדיקים.
ווי עס ווערט דערציילט אין ירושלמי 24
אויף איינעם פון די זקני גליל: "מקלו של רבי מאיר היתה בידו והיא היתה מלמדתו דעת"
(רבי מאיר'ס שטעקן איז געווען ביי אים,
און דער שטעקן האט אים געלערנט דעת).
ולכאורה,
ווי קען א מקל לערנען דעת?
און נאך אזא דעת וואס מאנכע תנאים דאמאלס,
זיינען דערצו ניט צוגעקומען 25
?
נאר ווייל די תורה פון רבי מאיר'ן האט דורכגענומען אויך די גשמיות'דיקע זאכן,
וועלכע זיינען געווען ארום אים בשעת זיין לערנען,
ווי גערעדט פריער,
איז זיין תורה איינגעזאפט געווארן אויך אין דעם מקל.
און בשעת דער זקן האט באקומען דעם מקל,
איז אים צוגעקומען דעת אין תורה,
ווייל פאר אים האט זיך אנטפלעקט דאס וואס עס איז געווען בהעלם אין דעם מקל 26 .
(דאס איז אויך דער טעם אויף דעם וואס כמה האבן אנגעזאגט 27 ,
אז דעם ארון פאר זיי זאל מען מאכן פון דעם טיש אדער שטענדער אויף וועלכע זיי האבן געלערנט
(אדער געגעבן עסן ארעמעלייט)
– ווייל די האלץ פון טיש אדער שטענדער וועט עדות זאגן אויף זייער לערנען תורה ווייל זי איז אין זיי איינגעזאפט געווארן דורך זייער לערנען).
ו.
די הוראה דערפון בעבודתינו:
אלע גילויים דלעתיד הענגען אפ אין אונזער איצטערדיקער עבודה 28 .
מען דארף זיך משתדל זיין אז די תורה וואס מ'לערנט זאל עם דורכנעמען אינגאנצן – ביז צו דעם חלק הדומם שבאדם.
אזוי ווי די כללות הבריאה ווערט געטיילט אין פיר סוגים,
דומם צומח חי מדבר,
אזוי איז אויך ביי דעם אדם,
עולם קטן 29 ,
זיינען פאראן די פיר סוגים: מדבר – ראש
(שכל)
שבאדם כו',
דומם – עקב
(מעשה)
שבו.
דארף די תורה דורכנעמען אויך דעם עקב,
ווי עס שטייט אויף אברהם אבינו: "עקב אשר שמע אברהם בקולי" – אז אויך זיין פיאטע האט דערהערט אלקות 30 .
און על־דרך ווי ביי מתן תורה האט דער קול פון עשרת הדברות דורכגענומען אויך דעם גשמי,
דערפאר ווייל ער איז געווען א "קול גדול ולא יסף",
א קול אן הגבלות – ווארום רוחניות און גשמיות זיינען הפכיים; גשמיות קען ניט איינזאפן רוחניות און רוחניות קען ניט דורכנעמען גשמיות; נאר דוקא דער קול גדול,
וואס איז העכער פון הגבלות והשתלשלות,
פאר וועמען גשמיות און רוחניות זיינען גלייך,
ער דוקא קען קומען אויך בגשמיות 31
– על דרך זה איז עס אויך אין עבודת האדם: אט־דער כח,
אז די תורה וואס א איד לערנט זאל דורכנעמען אויך דעם עקב,
איז עס ניט מצד דעם שכל פון תורה,
ווארום שכל מיט דומם האבן צווישן זיך קיין שייכות ניט,
נאר דאס איז מצד דעם אלקות שבתורה,
וואס פאר אלקות זיינען ניטא קיין הגבלות 32 .
און בשעת דער לימוד התורה נעמט דורך דעם גאנצן מענטשן ביז צו זיין עקב,
"ערוכה בכל רמ"ח אברים",
איז זי "משתמרת" 33 ,
זי ווערט געהיט,
ווארום דאס דערלאנגט אין בחינה פון "לפני כסא כבודך" 34 ,
וואס דארט איז "אין שכחה",
עס איז ניטא קיין הגבלה
(וואס דערפון קומט – הפסק ושכחה)
– "ולא יסף".
בשעת דער לימוד התורה איז אין אזא אופן וואס נעמט דורך אויך דעם דומם שבאדם,
איז עס "ולא יסף" אויך אין זמן
(כנ"ל – שאין שוכח – און אויך)
אז די תורה דערנעמט אים ניט נאר בשעת'ן לערנען,
נאר אויך שפעטער 35 ,
ווען ער איז פארנומען
(בהיתר התורה)
אין דברי הרשות,
איז אין אלע זיינע הנהגות קענטיק אז ער איז א איד וואס לערנט תורה 36 ,
און די תורה הערט זיך אן אין אלע זיינע ענינים,
אויך אין די גשמיות'דיקע,
ביז אז "בכל דרכיך – דעהו" 37 ,
און ער מאכט פון חלקו בעולם א דירה לו יתברך.
(משיחת חגה״ש תשכ״ג)