B"H
🏡

Ikar

עמוד 1076

א.

דער ענין פון נדרים איז ווי די משנה זאגט 1

: "נדרים סיג לפרישות",

אז נדרים באווארענט פרישות – דורך דעם וואס דער מענטש אסר'ט אויף זיך אזוינע זאכן וואס זיינען מותרים מצד עצמם פירט ער אויס פרישות,

וואס בכלל איז דאס די עבודה פון "קדש עצמך במתר לך"

(צו הייליקן זיך אויך פון זאכן וואס זיינען מותר על־פי תורה).

און הגם אז וועגן נדרים שטייט אין ירושלמי 2 ,

"דיך מה שאסרה לך התורה"

(ס'איז דיר גענוג וואס תורה האט דיר גע'אסר'ט)

– איז דאס נאר א הוראה פאר אזא וואס פירט זיך ווי "עשה האלקים את האדם ישר" 3 ,

ווען ער איז אן אדם ווי אן אדם דארף זיין,

וואס דעמאלט דארף ער ניט זיך אפשיידן פון דברים המותרים; אדרבה – ער טאר ניט 4

; עס ליגט אויף אים א חוב זיך צו פארנעמען מיט זאכן וואס זיינען נידעריקער פון אים

(דומם צומח חי שלמטה ממדבר)

כדי זיי מעלה זיין.

ווען אבער מ'פירט זיך אין אן אופן פון "והמה בקשו חשבונות רבים" 4 ,

ער זוכט זיך אלערליי חשבונות ווי צו ליגן אין וועלט,

ער איז ניט קיין מרכבה צו אלקות,

נאר ער האט א געשמאק אין דברים הגשמיים,

דאן וועט ער ניט נאר ניט מעלה זיין דעם דבר הגשמי דורך נוצן אים,

נאר אדרבה,

די תאוה און דער געשמאק וואס ער האט אין דעם דבר מאכל וכדומה וועט אים מוריד זיין

(און דאס וועט אויך פועל'ן א ירידה אין דעם מאכל),

בא אים מוז דעריבער זיין דער סדר פון נדרים ופרישות 5 .

על דרך זה איז אויך דער טעם אויף די פארשיידענע גדרים און סיגים וואס חז"ל האבן מתקן געווען,

בעיקר,

אין דער צייט פון בית שני.

אין דעם זמן פון בית ראשון האט דאך מאיר געווען אלקות בגילוי; אויך אין די זיבעציק יאר וואס נאך דעם ערשטן חורבן,

איז נאך אלץ פארבליבן,

אין אייגינע פרטים,

דער גילוי אלקות,

ווי ער איז געווען אין בית ראשון 6 .

אבער בזמן בית שני ווען עס האט געפעלט אין דעם גילוי פון דעם אור הקדושה 7

און מצד דעם איז דער חושך פון לעומת זה פארשטארקט געווארן 8 ,

האט מען דאן מתקן געווען די גדרים וסיגים 9 ,

בכדי צו קענען בייקומען דעם גרויסן חושך פון לעומת זה.

און דעריבער,

איז פון דור צו דור,

ווען דער חושך איז וואס ווייטער געווארן אלץ גרעסער,

האט מען אויך אלץ מער און מער צוגעגעבן חומרות,

גדרים און סיגים.

אזוי ווי עס זיינען פאראן חילוקים צווישן די דורות אין אלגעמיין,

אזוי זיינען דא פארשידענע צייטן ביי יעדן איינעם: פאראן א צייט ווען ביי אים לייכט אלקות,

האט ער דאן ניט וואס צו מורא האבן פאר עניני עולם הזה,

ווייל,

ניט נאר פארשטעלט ניט פאר אים די וועלט אויף אלקות,

נאר זי איז גאר מגלה און באווייזט אלקות – "ראו מי ברא אלה" 10

; פאראן אבער א צייט ווען ביי אים איז פינסטער,

ער זעט ניט קיין ג־טלעכקייט,

דעמאלט דארף ער מאכן גדרים און סיגים,

אפשיידן זיך און אפהאלטן זיך פון א סך גשמיות'דיקע זאכן,

אפילו דברים המותרים,

ווייל זיי קענען אים אראפפירן און מוריד זיין.

ב.

אט דער אויפטו פון די גדרים וסיגים – בכדי צו קענען בייקומען די מלחמה מיטן לעומת זה אויך אין דער צייט ווען דער חושך ווערט פארשטארקט – איז אין צוויי זאכן: א)

דורך דער פרישות און די חומרות דערווייטערט מען זיך פון האבן צופיל צו טאן מיטן חושך העולם,

מען מיידט אויס דעם שונא און מען גיט אים ניט די מעגלעכקייט ער זאל קענען מלחמה האלטן מיט קדושה.

ב)

דורך פרישות און חומרות איז מען ממשיך א העכערן אור אלקי 11 ,

וואס דורך דעם ווערט א התגברות אין צד הקדושה.

אזוי איז עס אויך בענין הנדרים: אויסער דער מעלה פון פרישות,

וואס דערמיט באווארנט מען

(אין א געוויסער מאס)

ניט צו ווערן פארפירט און אראפגענידערט דורך די ענינים הגשמיים,

איז פאראן נאך א מעלה,

וואס דורכן נדר ווערט אויך נמשך א קדושה 12 ,

און דאס גופא גיט דעם מענטשן מער כח צו מלחמה האלטן מיטן לעומת זה.

ג.

דאס וואס די פרישות פון נדרים דארף מען האבן אין א צייט וואס דער מענטש געפינט זיך אין א מצב פון נידעריקייט און פינסטערניש – "והמה בקשו חשבונות רבים" – איז דערפון מובן,

אז דער וואס איז מפיר און מתיר די נדרים,

שטייט אין א גאר געהויבענעם מצב,

אז ניט נאר דארף ער אליין ניט אנקומען צו פרישות פון נדרים,

נאר ער האט אויך דעם כח צו ווירקן אויף דעם וואס צוליב זיין מצב האט ער געדארפט אנקומען צו א נדר,

אז אויך ער זאל קענען זיין און טאן אין וועלט,

און פונדעסטוועגן זאל ער ניט נכשל ווערן.

וואס דערפאר זעט מען דאך אויך למעשה,

אז די מפירים ומתירים את הנדר שטייען אין א סך א העכערער דרגא פון די וואס נעמען אויף זיך דעם נדר: דער פאטער וואס איז מפיר דעם נדר פון זיין טאכטער

(נערה),

איז דאך "כל שבח נעוריה לאביה" 13

; דער מאן וואס איז מפיר דעם נדר פון זיין פרוי,

איז דאך "אשה רשות בעלה עליה" 14

; און מכל־שכן אז דער חכם וואס איז מתיר דעם נדר 15 ,

– ובפרט לויט די ראשונים 16 ,

אז ער דארף זיין א חכם המוסמך איש מפי איש ביז משה רבינו – שטייט ער דאך אינגאנצן אין א העכערער דרגא.

און ג' הדיוטות איז דאך – הוו בית דין 16* .

ד.

אלע ענינים פון תורה זיינען פאראן בדרך כלל און בדרך פרט.

אזוי איז אויך דער ענין פון נדרים און הפרת והתרת הנדר: בדרך כלל זיינען זיי איינגעטיילט צו באזונדערע מענטשן,

דער וואס מאכט דעם נדר און דער וואס איז מפיר און מתיר דעם נדר,

בדרך פרט אבער זיינען ביי יעדן אידן גופא פאראן די צוויי סארטן עבודה.

פאראן א דרגא אין נשמה,

וואס מצד איר דארף זיין נדר און פאראן א העכערע דרגא,

וואס מצד איר דארף זיין הפרת והתרת הנדרים.

עס שטייט אין קבלה און ווערט געבראכט און נתבאר אין חסידות 17

אז אט־די צוויי דרגות אין נשמה זיינען בינה און חכמה.

מצד בינה דארף זיין נדרים און מצד חכמה – עקירת הנדר.

דער חילוק צווישן בינה און חכמה איז: בינה איז שכל און חכמה איז ביטול.

שכל איז געמאסטן און באגרענעצט,

ס'איז דא א באשטימטער גבול ביז וואנען שכל קען דערגרייכן.

ווייטער פון דעם גבול קען דער פארשטאנד פון שכל ניט דערלאנגען,

ער לאזט זיך אויס.

און ווען עס קומט צו די ענינים וואס זיינען העכער פון זיין שכל,

איז "אין לך רשות להרהר אחריה",

שכל טאר דארטן ניט אריינטראכטן,

ווארום וויבאלד אז די ענינים זיינען העכער פון שכל,

קען געמאלט זיין אז זיין שכל זאל א טעות האבן און זיי נעמען אנדערש ווי דער אמת איז

(על דרך מה שכתוב 18

חכמים המה להרע).

דעריבער מוז דארטן זיין פרישות

(השכל)

– נדרים.

מה שאין כן מצד חכמה איז ניטא קיין חשש אז ער זאל נכשל ווערן,

ווארום דורך דעם ביטול פון חכמה,

איז ער ניט קיין מציאות פאר זיך; אזוי ווי דער ביטול פון שמונה עשרה 19 ,

ווען א איד שטייט פאר דעם אויבערשטן "כעבדא קמי מאריה" 20 ,

ווי א קנעכט פאר זיין האר,

וואס פילט כלל ניט זיין אייגענע מציאות,

זיין גאנצע מציאות איז די מציאות פון זיין אדון – "מה שקנה עבד קנה רבו" 21 .

נאך מער: דער ביטול פון חכמה גיט אים אויך א כח אין זיין השגה,

אז אויך זיין פארשטאנד זאל זיין כדבעי 22 .

ווי גערעדט פריער,

אז דער חכם האט בכח צו מתיר נדר זיין אויך דעם,

וואס מצד עצמו האט ער יא געדארפט אנקומען צו נדר: מצד דעם ביטול פון חכמה

(אב ובעל),

גיט ער כח אויך אין בינה

(נערה ואשה) 23 .

ה.

די פרישות פון נדרים איז ניט בלויז צוליב דעם וואס דער זיין פארזונקען אין דברים המותרים ברענגט אויך צום דורכפאלן אין דברים האסורים – נאר אויך אליין דער זיין אריינגעטאן אין היתר – טויג ניט,

ווארום דורכן אריינלאזן זיך אין וועלט־זאכן,

ווערט ביי אים וועלט א מציאות וואס פארנעמט אן ארט,

פארקערט פון דעם הרגש אז "אין עוד מלבדו".

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז אויך די מעלה פון חכמה,

וואס דורך איר ווערט אראפגענומען דער נדר,

איז ניט בלויז אין דעם,

וואס דער ביטול פון חכמה וועט פועל'ן אז בא אים זאל זיין אפגעפרעגט א דבר איסור,

נאר אויך,

אז אין דעם דבר גשמי גופא מיט וועלכן ער וועט זיך פארנעמען,

וועט ער דערהערן דעם אלקות וואס אין דעם 24 .

והביאור בזה: מ'האט שוין גערעדט 25

אין דעם חילוק צווישן חכמה און בינה,

אז זיי זיינען בדוגמת אב ואם.

בינה איז אם המדות,

זי איז א נאענטער מקור צו מדות,

שורש הנבראים,

און דערפאר איז וועלט תופס מקום לגבי דער דרגא פון בינה.

חכמה איז דער אב פון מדות,

דאס הייסט אז חכמה שטייט בריחוק פון די מדות,

ומכל־שכן פון די עולמות וועלכע ווערן געשאפן פון זיי,

און לגבי חכמה האט עולם קיין תפיסת מקום ניט; מצד חכמה איז דער הרגש אז "הוא לבדו הוא ואין זולתו" 26 .

און דעריבער איז מצד בינה,

וויבאלד אז וועלט איז תופס מקום אין דער דרגא,

דארף ער זיך פורש זיין פון עניני עולם,

ווארום דורך אריינלאזן זיך אין וועלט־זאכן,

קענען זיי אים מאכן פאר א נפרד חס ושלום פון אלקות.

מה שאין כן מצד חכמה,

וואו וועלט פארנעמט קיין ארט ניט,

קען ער טאן אין ענינים פון וועלט,

און דאך וועלן זיי אים ניט מאכן פאר א נפרד,

וויבאלד אז וועלט האט ניט ביי אים קיין תפיסת מקום 27 .

ו.

בכמה שנים איז,

ווי היינטיקן יאר – מברכים חודש מנחם אב – דעם שבת ווען מען לייענט פרשת נדרים 28 .

על פי הנ"ל בענין נדרים וועט מען אויך פארשטיין א פלא'דיקן ענין בנוגע דעם קומענדיקן חודש – מנחם אב.

דער חודש ווערט אנגערופן נאך פון תרגום אן מיט'ן נאמען "אב" 29 ,

אבער מנהג ישראל תורה היא 30 ,

אז בשעת מען בענטשט דעם חודש זאגט מען "מנחם אב".

און דאס איז ניט נאר אן ענין פון מנהג אליין,

נאר ס'איז אויך נוגע להלכה ביים שרייבן שטרות און גיטין,

אז אויך ווען מען שרייבט "מנחם אב",

און נאך מערער,

אפילו אויב מען שרייבט "מנחם" אליין,

איז "כיון דהדבר מפרסם וידוע דחודש אב קרי ליה חודש מנחם"

(וויבאלד אז ס'איז מפורסם און באוואוסט אז חודש אב ווערט גערופן מנחם),

איז דער גט כשר 31 .

אין פשטות איז: דער נאמען "אב" איז דאך גלייך – משנכנס אב כו' 32

לגריעותא

(ער ווייזט אויף די ניט־גוטע זאכן וואס האבן פאסירט אין דעם חודש),

און דערפאר רופט מען אן דעם חודש מיטן נאמען מנחם אב

(אדער אפילו מיטן נאמען מנחם אליין)

– מען בעט דעם אויבערשטן,

ער זאל "מנחם"

(זיין די ענינים פון)

"אב".

מען געפינט אבער,

אז דער נאמען "אב" איז אויך למעליותא,

ואדרבה,

ער איז מרמז אויף נאך א העכערע דרגא ווי דער נאמען "מנחם" סתם.

ווי רז"ל זאגן 32

אויפן פסוק "אנכי אנכי הוא מנחמכם": "דרכו של אב לרחם כרחם אב על בנים,

ודרכה של אם לנחם כאיש אשר אמו תנחמנו,

אמר הקדוש ברוך הוא אנא עביד דאב ודאם"

(דער שטייגער פון א פאטער איז צו רחמנות האבן,

דער שטייגער פון א מוטער איז צו טרייסטן,

זאגט דער אויבערשטער: איך וועל טאן סיי ווי א פאטער און סיי ווי א מוטער).

זעט מען דאך דערפון,

אז דער נאמען "מנחם" ווייזט אויף דער דרגא פון בינה

(אם)

פון וועלכע חכמה

(אב)

איז העכער.

קומט אויס,

אז אין דעם נאמען פון חודש זיינען פאראן דריי ענינים: א)

"אב",

לגריעותא,

ב)

מנחם – בינה,

ג)

אב

(דרכו של אב)

– חכמה.

ז.

דער חילוק צווישן נחמה און רחמים איז:

נחמה איז פארבונדן מיט דעם חסרון אויף וועלכן מען איז מנחם 34 ,

דאס הייסט אז אויך נאך דער נחמה הערט זיך אן דער ניט־גוט פון דעם חסרון.

נחמה מיינט נאר,

אז מען געפינט אין שכל פארשידענע טעמים מיט וועלכע מ'קען יענעם טרייסטן,

ביז אפילו מ'געפינט א טעם,

אז ער זאל עס אויפנעמען בשמחה,

דאך בלייבט אבער אויך דאן דער פארלוסט,

א זאך וואס איז היפך הטוב 35 ,

מער ניט וואס אויך דעם היפך הטוב נעמט מען אויף מיט שמחה.

דערפאר איז דער דין ביי ניחום אבלים רחמנא לצלן,

אז נאך דעם ווי עס גייט דורך די צייט פון נחמה,

טאר מען ניט מנחם אבל זיין 36 ,

ווארום וויבאלד אז יענער שטייט שוין ניט אין קיין מצב פון צער,

טאר מען אים ניט מנחם זיין און דורכדעם מעורר זיין דעם צער

(ווארום ווי געזאגט,

איז נחמה פארבונדן מיט צער).

און דערפאר דארף לכאורה נאך תחית המתים ניט האבן קיין ארט דער ענין פון נחמה,

ווייל דאן,

נאך דער תחיה,

וועט דאך זיין ומחה הוי' דמעה גו' 37 .

אנדערש איז אבער דער ענין פון רחמים: רחמים טוט אויף אז עס ווערט אויסגעפילט דער גאנצער חסרון,

און במילא ווערט אינגאנצן בטל דער צער.

וואס דערפאר קען מען זאגן בדרך אפשר,

אז דאס איז דער ביאור וואס תחית המתים וועט קומען פון בחינת רחמים,

כמאמר 38

"מחיה מתים ברחמים רבים",

ווארום מצד רחמים רבים איז ניטא דער גאנצער ענין המיתה והירידה כו'.

און דאס איז אויך די ערקלערונג וואס נחמה קומט פון בינה

(אם)

און רחמים – פון חכמה

(אב)

: מצד בינה,

בשעת וועלט איז תופס מקום,

איז אפילו ווען מען פועל'ט ביי זיך צו מקבל זיין די יסורים בשמחה,

הערן זיך אבער אלץ אן די יסורים,

נאר מען איז זיי מקבל בשמחה; מה שאין כן מצד דעם ביטול פון חכמה,

ווען וועלט איז לגמרי ניט תופס מקום,

ממילא זיינען זיי מלכתחלה קיין יסורים ניט 39 .

ועל דרך ווי מען דערציילט אויף ר' זוסיא אניפאלער,

אז דער מגיד האט אמאל געשיקט איינעם פון זיינע תלמידים צו ר' זוסיא'ן – וועלכער איז געווען אן ארעמאן און א מדוכא ביסורים – צו לערנען זיך פון אים ווי אזוי צו מקבל זיין יסורים בשמחה.

בשעת דער תלמיד איז געקומען צו ר' זוסיא'ן און אים דערציילט צוליב וואס ער איז צו אים געקומען,

האט צו אים ר' זוסיא געזאגט,

אז ער פארשטייט ניט ווי אזוי ער קען דאס פון אים לערנען,

אין דער צייט וואס ער – ר' זוסיא – האט קיין יסורים ניט און אים פעלט ניט.

ווייל ביי דעם ביטול פון ר' זוסיא'ן,

האט ער ניט געזען קיין שלעכטס אפילו אין זאכן וואס זיינען על־פי תורה יסורים

(ווארום דער מגיד האט דאך געשיקט צוליב אפלערנען זיך בנוגע צו יסורים.

ועוד וגם זה עיקר: דער מגיד האט דאך געשיקט אפלערנען זיך פון ר' זוסיא ווי עס זאל זיין לקבולי בשמחה וויסענדיק די דרגא און ביטול פון ר' זוסיא – איז דערפון פארשטאנדיק אז אויך דער דרך איז נכלל אין לקבולי יסורים בשמחה).

און דאס זאגט דער אויבערשטער "אנא עביד דאב ודאם",

אז לעתיד וועט זיין ניט נאר דער גילוי פון נחמה שמצד הבינה,

נאר אויך דער גילוי פון רחמים שמצד החכמה.

ח.

מ'דארף אבער פארשטיין: וויבאלד אז לעתיד וועט זיין דער גילוי פון רחמים,

אז עס וועט ווערן אויס חסרון לגמרי,

איז צוליב וואס וועט מען דעמאלט דארפן אויך דעם ענין פון נחמה,

וואס איז נאך אלץ פארבונדן מיט חסרון וצער?

און אויף וואס איז דאמאלס די נחמה?

איז דער ביאור אין דעם: תכלית כונת הבריאה,

איז "דירה בתחתונים",

אז תחתונים זאלן זיין במציאותם,

און זייענדיק במציאותם זאלן זיי זיין א דירה לו יתברך.

רחמים איז דאך פון אזא מדריגה וואו וועלט האט קיין ארט ניט,

און במילא קען עס דאך פועל'ן אין דער בריאה א ביטול און שבירת המציאות,

אבער די כונה עליונה איז דאך אז עס זאל יא זיין די מציאות התחתונים,

מוז מען דעריבער אויך האבן דעם ענין פון נחמה,

אז אויך אין וועלט,

ווי זי איז אין איר מציאות,

זאל זיין נחמה 40 .

און דאס זאגט דער אויבערשטער "אנא עביד דאב ודאם",

אז עס וועלן זיין ביידע מעלות: "דאב" – גילוי פון חכמה,

העכער פון השתלשלות,

און "דאם" – אז דער אור וועט ניט ברעכן וועלט,

נאר אדרבה,

ער וועט אראפקומען אין וועלט אין א פנימיות.

ט.

און דאס איז אויך דער פירוש פון שם החודש "מנחם אב",

פריער "מנחם" און דערנאך "אב": סדר עבודת האדם איז מלמטה למעלה.

איז ראשית העבודה – מנחם,

בינה.

דער חודש מצד עצמו,

איידער דער עבודה פון אידן,

ווערט אנגערופן "אב",

משנכנס אב כו' לגריעותא כנ"ל,

א איד מיט זיין עבודה פועל'ט אז דער חודש זאל זיין מנחם

(על דרך ווי א איד האט בכח ממשיך זיין קדושה דורך נדרים דבחינת בינה)

; דערנאך טוט מען אויף א העכערן ענין וואס קומט נאך דעם "מנחם" – אב,

חכמה

(חכם עוקר את הנדר),

ס'איז אבער ניט קיין אופן פון גילוי החכמה וואס ברעכט וועלט.

נאר "מנחם אב",

אז דער אב פועל'ט אויך אויפן מנחם,

יחוד החכמה בבינה,

אז אין וועלט בפנימיות ווערט נמשך דער אור שלמעלה מהשתלשלות.

(משיחת ש״פ מטו״מ תשכ״ב)

Reader controls and commentary are loading.