א.
אין אנהויב פון פרשת פנחס דערציילט די תורה אז דער אויבערשטער האט געזאגט,
אז "פנחס בן אלעזר וגו׳ השיב את חמתי גו׳ בקנאו את קנאתי וגו׳",
און דערפאר: "הנני נותן לו את בריתי שלום",
און דער אויבערשטער האט געגעבן "כהונת עולם" אים און זיי־ נע קינדער נאך אים.
הגם אז כהונה איז שוין פון פריער געגעבן געווארן לזרעו של אהרן,
איז עס נאר געגעבן געווארן צו אהרן און זיינע קינדער וואס זיינען נמשח געווארן מיט אים און אזוי אויך זייערע קינדער וואס זיי האבן געהאט נאך דער משיחה; פנחס איז אבער געבוירן גע־ ווארן פריער און איז אויך ניט געזאלבט געווארן,
דערפאר איז ער ניט געקומען צו כהונה ביז ער האט גע׳הרג׳עט זמרי׳ן 1 .
דארף מען פארשטיין: פאר עבודה גיט מען שכר,
און וואם די עבודה איז גרע־ סער און העכער,
איז אלץ גרעסער איר שכר; אבער כהונה איז דאך ניט קיין ענין פון שכר,
נאר זי איז א זאך וואס געהערט צו "טבע",
טבע אהרן ובניו.
בשעת דער אויבערשטער האט געהייסן מושח זיין את אהרן ובניו,
האט ער זיי דאן אפגע־ טיילט פון אלע אידן און זיי געהייליקט,
ווי עם שטייט: "ויבדל אהרן להקדישו קודש קדשים הוא ובניו עד עולם" 2 ,
אז זיי און אלע יוצאי חלציהם זאלן זיין כהנים,
אבער די וואס שטאמען אפ ניט פון אהרן ובניו שנמשחו,
דארף קיין עבודה ניט העלפן צו ווערן כהנים.
ד.
ה.
אז כהונה איז א זאך וואס דער אויבערשטער האט זי אריינגעגעבן ווי א טבע אין דער בריאה,
אז אהרן ובניו זיינען - בטבעם קדוש.
- ווי רש״י זאגט 3
בנוגע צו כהונה,
אז פונקט ווי מען קען ניט מהפך זיין בוקר צו ערב,
אז דורך קיינע פעולות קען מען ניט פארוואנדלען טאג אין נאכט,
ווייל אזוי זיינען די "גבולות" פון וועלט,
טבע הבריאה,
אזוי קען מען ניט מבטל זיין כהונת אהרן "שנאמר ויהי ערב ויהי בוקר ויבדל כך ויבדל אהרן להקדישו וגו״׳ -
איז דאך ניט מובן,
וויבאלד אז מצד עצמו איז פנחס ניט געווען קיין כהן,
איז ווי האט ער געקראגן כהונה דורך זיין עבודה פון "בקנאו את קנאתי וגו"׳,
"תחת אשר קנא לאלקיו וגו"׳?
ב.
נאך דעם ווי די תורה פארענ־ דיקט דעם סיפור וועגן פנחס׳ן און די ענינים וואס זיינען דערמיט געווען פארבונדן און דערפון ארויסגעקומען
(דער אנזאג אויף מלחמת מדין און דאס ציילן די אידן,
וואס איז געקומען בסיבת המגיפה),
דערציילט װײטער די סדרה וועגן דעם סדר פון חלוקת ארץ ישראל,
וועגן דער התמנות פון יהושע פאר דעם רועה ישראל וואס זאל די אידן אריינברענגען אין ארץ ישראל,
און דערנאך,
ביזן סוף פון דער סדרה,
קומט די פרשת הקרבנות,
וואס א טייל פון קר־ בנות
(ווי שתי הלחם,
כמה מקרבנות ציבור,
נסכים) 4
האט מען געקענט מקריב זיין נאר אין ארץ ישראל 5 .
וויבאלד אז וועגן די אלע עניניס ווערט דערציילט אין דער סדרה וואס ווערט אנגערופן על שם פון פנחס,
איז מובן,
אז די כניסה לארץ ישראל,
מיט די אלע זאכן וואם זיינען פארבונדן מיט איר,
האבן א שייכות מיט פנחס׳ן,
אז דורך דער עבודה פון פנחס קומט מען אריין אין ארץ ישראל.
רז״ל זאגן 6 ,
אז אלמלא חטאו,
וואלט שוין דאן,
ביי דער ערשטער כניסה לארץ,
געווען די גאולה שלימה,
און הגם אז בפועל איז דאן נאך ניט געווען קיין גאולה שלימה,
איז אבער מובן,
אז אין פרטים איז דאס אריינגיין אין ארץ ישראל געווען ענלעך צו דער גאולה העתידה 7 .
און מיט דעם,
וואס די כניסה לארץ ישראל איז געווען בדומה צו דער גאולה העתידה,
וועט מען פארשטיין דעם פארבונד פון כניסה לארץ ישראל מיט פנחס,
ווייל "פנחס הוא אלי׳" 8 ,
און אלי׳ איז דער וואס וועט מבשר זיין די גאולה שלימה בקרוב.
ג.
דער אויפטו פון דער גאולה העתידה וועט זיין,
אז דעמאלט וועט זיין "ולא יכנף עוד מוריך",
אז דער אור־ אין־סוף וועט ניט זיין פארדעקט מיט קיין לבושים און ער וועט מאיר זיין בגילוי 9 .
איצטער איז דער אור מאיר ווי ער איז אנגעטאן אין לבושים און ווי ער איז זיך מצמצם לפי ערך העולמות,
אבער לעתיד וועט לייכטן דער אור אליין אן דעם פארשטעל פון לבושים,
בחינת האור שלמעלה מהשתלשלות.
דער אדם שלמטה איז דאך בדמות אדם העליון.
און אזוי ווי אין אדם העליון זיינען פאראן די צוויי מדריגות,
דער אור ווי ער קומט אין השתלשלות און דער אור שלמעלה מהשתלשלות,
אזוי איז אויך אין דעם אדם למטה,
אין דער נשמה,
זיינען פאראן די צוויי מדריגות: די נשמה ווי זי איז אנגעטאן אין כוחות כו׳ - וואס ווערט געטיילט אין פיר מדריגות: נפש,
רוח,
נשמה און חי/ פונקט ווי דער אור שבהשתלשלות איז איינגעטיילט אין די פיר עולמות: עשי׳,
יצירה,
בריאה און אצילות - און די נשמה ווי זי איז העכער פון כוחות,
בחינת "יחידה",
וואס איז פארבונדן מיט "יחיד".
און בכדי צו ממשיך זיין מלמעלה בחינת יחיד,
דער אור שלמעלה מהשתלשלות,
דארף זיין למטה די עבודה מיט יחידה שבנפש,
שלמעלה מכוחות הגלויים 10 .
דאס איז דער פירוש פון דעם מאמר רז״ל 11
: אם ישראל עושין תשובה נגאלין ואם לאו אין נגאלין.
דער לשון "ואם לאו אין נגאלין" לערנט אונז,
אז דאס וואס די גאולה וועט קומען דורך תשובה דוקא,
איז עם ניט בלויז מצד ענין החטא,
ווייל תשובה וועט אפווישן די חטאים,
וואס פארשטעלן און לאזן ניט צו גאולה,
נאר אז צוליב דעם ענין פון גאולה אליין פאדערט זיך די עבודת התשובה.
דער טעם אויף דעם: דער עיקר פון תשובה איז מצד בחינת יחידה שבנפש
(וואס דעריבער קען תשובה אראפווישן אלע פגמים 12 ,
וואם ווערן דורך חטאים,
ווייל די פגמים זיינען אין די כוחות הגלויים,
און בעת מען טוט תשובה און מ׳איז ממשיך פון העכער,
פון יחידה שבנפש,
ווערן במילא נתמלא אלע פגמים),
און דעריבער דארף מען צו דער גאולה העתידה האבן די הקדמה פון תשובה,
בחינת יחידה,
בכדי צו ממשיך זיין די גאולה שלימה,
בחינת יחיד.
ד.
די בחינה פון יחידה,
וואס איז העכער פון כוחות הגלויים,
דריקט זיך אויס אין דער עבודה פון מסירת נפש,
ווארום אויך מסירת נפש איז העכער פון כוחות הגלויים,
פון טעם ודעת,
ווייל אין שכל איז ניט פאראן קיין טעם אויף מסירת נפש
(האמתית — ניט צרליב שכר),
און דער כח אויף מסירת נפש קומט פון יחידה.
וואם דעריבער איז דוקא בא די דורות פון עקבתא דמשיחא די עבודה פון מסירת נפש,
בכדי צו מגלה זיין בחינת יחידה,
און דורך דעם ממשיך זיין בחינת יחיד,
וואס עס וועט נתגלה ווערן בביאת המשיח.
און הגם אז מסירת נפש האט געמוזט זיין אלע מאל
(ווי ס׳איז מבואר אין תניא 13
אז דער קיום פון גאנץ תורה ומצוות הענגט אפ אין דעם,
אז מ׳זאל שטענדיק געדענקען דעם ענין פון מסירת נפש,
וואס דערפאר איז אויך דער דור וואס איז אריין אין ארץ ישראל אנגעזאגט געווארן צו לייענען קריאת שמע
(מסירת נפש)
פעמים בכל יום,
כאטש מ׳האט זיי מבטיח געווען "פחדכם ומוראכם גו"׳),
איז עס אבער ניט אן עבודה פון מסירת נפש בפועל; די עבודה בפועל איז דער קיום פון תורה ומצוות,
און די מסירת נפש איז נאר בכח אין דער עבודה פון תורה ומצוות.
ובמילא איז עס בחינת יחידה
(מסירת נפש),
ווי זי איז אנגעטאן אין נרנ״ח
(די עבודה פון תורה ומצוות).
מה־שאין־כן בעקבתא דמשיחא,
ווען עס פאדערט זיך מסירת נפש ווי א הקדמה צו די גילויים דלעתיד,
גילוי עצם האור,
"ולא יכנף",
מוז זיין די עבודה פון מסירת נפש בגילוי,
בפועל,
וואס קומט פון דעם גילוי פון יחידה אן קיין לבוש.
ה.
אויך אין מסירת נפש בפועל גופא זיינען פאראן דרגות: ס׳איז פאראן א מציאות,
ווען ער איז זיך טאקע מוסר נפש,
אבער די מסירת נפש גופא איז ביי אים מיט א מדידה והגבלה - יעדעם מאל,
ווען אים קומט צום האנט אן ענין פון תורה ומצוות וואס איז פארבונדן מיט מסירת נפש,
קוקט ער אריין אין שולחן ערוך,
און אויב על־פי שו״ע איז מען מחוייב זיך צו מוסר נפש זיין אויף אזא זאך,
איז ער זיך דאן מוסר נפש.
דער אמת׳ער ענין פון מסירת נפש איז אבער,
צו זיין איבערגעגעבן צו דעם אוי־ בערשטן אן קיין שום הגבלות,
וואס דאן איז זיין מסירת נפש אינגאנצן העכער פאר טעם ודעת,
אן קיין שום חשבונות.
און אין דעם איז באשטאנען דער אויפטו פון מסירת נפש דפנחס: נוסף אף דעם וואם ביי אים איז געווען דער ענין פון מסירת נפש בכלל,
האט ער זיך דער־ צו מוסר נפש געווען אויף אזא זאך וואס על־פי־דין איז עם ניט קיין חיוב צו טאן
(און אדרבה,
אויב ער וואלט געפרעגט ביי בית דין וואם צו טאן,
איז דאך אין מורין לו 14 ,
מען זאגט עם ניט די הוראה) *14
און נאר ״קנאין פוגעין בו״ 15
- איז עם דאך אן ענין פון אמיתית המסירת נפש.
און דאם איז די שייכות פון פנחס׳ן מיט דער גאולה העתידה: די גאולה העתידה וועט קומען דוקא דורך אזא עבודה פון מסירת נפש,
וואס איז ניט באגרענעצט דורך חשבונות,
גילוי בחי׳ יחידה,
וואס וועט מגלה זיין בחינת יחיד.
ו.
בנוגע די גילויים פון דער גאולה העתידה,
זאגט די גמרא 16
אויפן פסוק "ושמתי כדכד שמשתיך": "חד אמר שוהם וחד אמר ישפה אמר להו הקב״ה להוי כדין וכדין".
שוהם איז אן אבן טוב וואס ער לייכט און באלייכט מיט א רואיקע ליכ־ טיקייט,
ישפה איז אן אבן טוב וואס שפריצט און פארבלענדט מיט זיין ליכ־ טיקייט 17 .
און אין דעם באשטייט די פלוגתא,
צי דער גילוי אור פון דער גאולה העתידה וועט קומען בדרך המשכה מלמעלה למטה - "שוהם",
אדער דורך זיכוך און העלאה מלמטה למעלה - "ישפה".
און דער אויבער־ שטער זאגט: "להוי כדין וכדין",
אז עס וועלן זיין ביידע מעלות: די מעלה פון המשכה און די מעלה פון העלאה 18 .
דער חילוק צווישן המשכה און העלאה איז: אין המשכה מלמעלה למטה,
איז דער אור אן באגרענעצונ־ גען,
מה־שאין־כן אין העלאה מלמטה למעלה,
ווערט נמשך אזא אור וואס איז לפי־ערך און לויט דעם אופן פון דער עבודה שלמטה.
עס איז אבער אויך פאראן א מעלה אין העלאה מלמטה למעלה.
בשעת דער אור ווערט נמשך מלמעלה למטה,
ניט דורך עבודת התחתון,
קען דער תחתון ניט אלעמאל נעמען דעם אור אין א פנימיות,
ווייל ער איז ניט קיין כלי צו אים,
און דער אור איז מאיר אויף דעם תחתון נאר בדרך מקיף; מה־שאין־כן בשעת דער אור ווערט נמשך דורך העלאה,
וויבאלד אז דער תחתון איז זיך מזכך דורך עבודה,
ווערט ער א כלי צו נעמען דעם אור אין א פנימיות.
און דאס וועט זיין דער אויפטו אין דער גאולה העתידה,
אז עס וועלן זיין ביידע מעלות: עס וועט מאיר זיין דער אור,
ווי ער איז אן הגבלות,
אויך דער אור וואס ער איז העכער פון צו קענען נמשך ווערן דורך אתערותא דלתתא,
און פונדעסטוועגן וועט אויך דער אור מאיר זיין אין א פנימיות.
און אזא אופן המשכת אור,
וואט וועט האבן אין זיך ביידע מעלות,
איז נאך ניט געווען און וועט זיין נאר לעתיד לבוא.
דאם וואם דער אלטער רבי זאגט 9
"וגם כבר הי׳ לעולמים מעין זה בשעת מתן תורה"
(אז א מעין פון דעם גילוי דלעתיד איז שוין געווען בעת מתן תורה),
איז עס בנוגע דער מעלה,
אז בשעת מתן תורה איז נמשך געווארן אן אור בלתי מוגבל,
מעין דעם גילוי דלעתיד; אבער דער מטה איז נאך דאן ניט אויסגעאיידלט געווארן אז ער זאל ווערן א כלי צו אט דעם אור,
וואס דעריבער איז "במשוך היובל",
באלד נאך מתן תורה,
איז צוריק געווארן ווי פאר מתן תורה,
ביז עם האט געקענט קומען דער חטא העגל 19 .
אבער לעתיד וועט זיין "כדין וכדין",
אז די וועלט וועט נזדכך ווערן און נעמען דעם אור הבלתי מוגבל אין א פנימיות.
און אויך דער ענין איז מרומז אין פנחס,
וואם "פנחס הוא אלי"׳,
מבשר הגאולה: כהונה איז,
ווי געזאגט פריער,
ניט א זאך וואס מען קען באקומען דורך עבודה,
נאר מ׳באקומט עם מלמעלה און עם ווערט א "טבע".
מוז מען דעריבער זאגן,
אז פנחס איז מצד עצמו געווען ראוי צו כהונה,
נאך איידער וואס הרג לזמרי,
נאר פונדעסטוועגן האט מען אים ניט געגעבן כהונה בפועל ביז ער האט מקנא געווען קנאת ה׳ און גע׳הרג׳עט זמרי׳ן,
בכדי אז די המשכת הכהונה שמלמעלה זאל צו אים קומען דורך זיין עבודה; וואס דאס איז מרומז אויך אין דעם פסוק "הנני נותן לו את בריתי שלום"
(שלום איז - פאראייניקונג פון קעגנ־ זאצן),
אז ביי פנחס׳ן זאל זיין דער חיבור פון ביידע קוין,
גילוי שלמעלה מיט עבודה שלמטה.
און אזא שלום וחיבור איז א מעין פון דער גאולה העתידה -"פנחס הוא אלי"׳,
וואם ער וועט זי מבשר זיין בקרוב ממש.
ז.
דער חיבור פון די ביידע קוין -המשכה והעלאה - אין עבודת האדם:
עם דארף זיין דער חיבור פון בחינת יחידה מיט די כוחות פנימיים,
אז אויך אין זיי זאל זיך הערן יחידה אין א פנימיות 20 .
ניט נאר ווי דער קיום פון תורה ומצוות וואס קומט נאך דער הקדמה פון קריאת שמע,
מסירת נפש בכח,
ווען די עבודה בפועל איז נאר מיט די כוחות פנימיים,
און דער מסירת נפש פון יחידה איז אנגעטאן און באהאלטן אין די כוחות פנימיים,
אבער ניט בחינת יחידה ווי זי איז בעצם; נאר עס מאנט זיך,
אז שטענדיק,
א גאנצן טאג,
זאל די עבודה זיין אין דער תנועה פון מסירת נפש בפועל,
אז בחינת יחידה ווי זי איז ניט בהתלבשות,
זאל ביי אים מאיר זיין בגילוי אין א פנימיות,
אין די כוחות פנימיים.
וואס דאן זיינען דא ביידע מעלות: יחידה און פנימיות וכלי.
און דורך דעם טוט מען אויף דעם גילוי דלעתיד -"כדין וכדין".
ח.
אין די יארן ווען די פרשיות מטות ומסעי זיינען מחוברות,
איז פרשת פנחס דער ערשטער שבת פון "בין המצרים".
אלע ענינים זיינען דאך בהשגחה פרטית,
איז במילא מובן,
אז פרשת פנחס האט א שייכות מיט "בין המצרים" 21 .
והביאור: גלייך נאכן חורבן 22
איז "נולד מושיען של ישראל",
דאס מיינט,
אז פון דעם מיצר
(החורבן)
גופא הייבט מען אן גיין צום מרחב העצמי וואס וועט נתגלה ווערן לעתיד 23 .
און דער גילוי דלעתיד קומט דורך דער עבודה פון ״פנחס״ -חיבור יחידה מיט די כוחות פנימיים.
דאס איז אויך מרומז אין דעם סיום ההפטרה פון דעם ערשטן שבת שבבין המצרים: "קדש ישראל להוי׳ ראשית תבואתה כל אוכליו יאשמו גו׳".
אין פשטות רעדט דער פסוק וועגן די אומות העולם,
וועלכע זיינען "אוכליו"
(עסער,
פארפאלגער)
פון ישראל,
און דעריבער איז "יאשמו",
זיי וועלן ווערן פארשול־ דיקט און "רעה תבוא אליהם".
וויבאלד אבער אז די תורה איז געגעבן געווארן צו די אידן,
דארף מען זאגן,
אז אין דעם פסוק איז אויך פאראן א הוראה צו אידן 24
: בשעת אז ביי אידן זיינען פאראן חטאים וועלכע עסן אויף,
זיי זיינען "או־ כליו" און זיינען מאבד די בחינת "ישראל",
איז די עצה צו דעם,
"יאשמו" - קרבן אשם - גילוי פון יחידה שבנפש 25 .
ביי קרבן אשם שטייט "וחמי־ שיתו יוסף עליו": ס׳איז ניט גענוג די עבודה פון די פיר בחינות נרנ״ח,
נאר עס דארף אויך צוקומען דער גילוי פון דער פינפטער בחינה - וחמישיתו - יחידה שבנפש.
און דער דיוק הלשון "וחמישיתו יוסף עליו",
צוגעבן אפ׳ן קרן,
מיינט אז בחינת היחידה זאל מאיר זיין בבת אחת מיט די פיר בחינות 26
- דער חיבור פון יחידה מיט נרנ״ח - "כדין וכדין".
וואס דאם איז אויך וואס דער אלטער רבי ברענגט 25
דעם פסוק "ומספר את רובע ישראל" אלם אן אפטייטש אויפן פסוק "יאשמו": "ומספר",
איז אויך פון לשון "ספיר",
ליכטיקייט,
אז בחינת יחידה זאל לייכטן אין "רובע ישראל",
אין די פיר בחינות
("רובע")
נרנ״ח
(פון "ישראל")
אין זייער פנימיות - "כדין וכדין".
(משיחת ש״פ פנחס תשח״י)