א.
אויפן פסוק "כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו" זאגן רז״ל 1
"מראש אלו אבות ומגבעות אלו אמהות".
דער חילוק צווישן א פאטער און א מוטער אין שייכות מיט זייער קינד:
דעם פאטער׳ס שייכות גלוי׳ *1
- איז די כללות׳דיקע מציאות פון קינד אן התחלקות אברים; דער ציור הגוף פון ולד מיט אלע זיינע פרטי אברים - ווערט דורך זיין געפינען זיך ניין חדשים אין בטן האם 2
; און דערפאר איז אויך נאך דעם ווי דאם קינד ווערט געבארן,
שטייט די מוטער צו אים מיט מער קירוב ווי דער פאטער,
ווייל זי האט געשאפן זיינע פרטים.
דעריבער זעט מען אויך במוחש,
אז די ליבשאפט פון א קינד איז מער צו דער מוטער ווי צום פאטער און זיין מורא איז מער פאר דעם פאטער 3 ,
ווייל אהבה איז א תנועה פון קירוב און יראה - א תנועה פון ריחוק.
דער זעלבער חילוק איז אויך צווישן די אבות און אמהות פון כלל ישראל.
און דאס איז אויך דער טעם אויף דעם וואס ביי "מראש צורים אלו האבות" זאגט דער פסוק דעם לשון "אראנו",
וואם ווייזט אויף א זען מרחוק; און ביי "ומגבעות אלו אמהות" איז דער לשון "אשורנו",
וואם מיינט אז דער זען איז בקירוב
(דאס איז אויך וואס דער תרגום טייטשט דעם ווארט "אשורנו": "סכיתה",
דער זעלבער אפטייטש ווי פון דעם ווארט "ותבט" 4 ,
און הבטה מיינט דאך קוקן מיט א כוונה און צוגעטראגנקייט) 5 .
ב.
לידת הולד פון אב ואם,
ווי יעדער ענין אין גשמיות,
נעמט זיך פון זיין שורש אין רוחניות.
מדות ווערן אנגע־ רופן "תולדות",
ווייל זיי ווערן געבארן פון שכל: דער פארשטאנד און התבוננות אין גדולת הוי׳,
איז מוליד אהבה צו דעם אויבערשטן און יראה פאר אים.
און דער שכל המוליד גופא ווערט פאנאנדערגע־ טיילט בכלל אין צוויי טיילן: חכמה און בינה.
חכמה איז די נקודה פון דעם פארשטאנד,
און דעריבער ווערט חכמה אנגערופן "אב",
און בינה איז ווי דער פארשטאנד קומט אין פרטים,
און דעריבער ווערט בינה אנגערופן "אם" 6 .
די כוחות פון דער נשמה נעמען זיך פון די עשר ספירות שלמעלה 7 ,
איז דאך פארשטאנדיק אז אויך אין די עשר ספירות איז דער זעלבער סדר ווי אין די כוחות הנפש
(וויבאלד אז זיי נעמען זיך פון די עשר ספירות שלמעלה).
פונקט ווי די כוחות הנפש ווערן גע־ טיילט אין צוויי סוגים: שכל און מדות,
און די מדות ווערן געבארן פון דעם שכל,
אזוי איז אויך למעלה 8 ,
אז די מדות - וואם מיט זיי זיינען באשאפן געווארן די עולמות 9
- ווערן געבארן פון חכמה און בינה.
חכמה איז דער ״פאטער״ פון די מדות; חכמה שטייט בריחוק פון די מדות און אודאי פון די עולמות וועלכע ווערן געשאפן פון זיי; און בינה איז די ״מוטער״,
וואס שטײט בקירוב צו די מדות און אויך צו די עולמות וועלכע ווערן געשאפן פון זיי.
דאס מיינט,
אז בינה,
ווייל זי איז א נאענטער מקור צו מדות,
שורש הנבראים,
פארנעמט וועלט אין איר אן ארט,
און דאס וואס בינה טוט אויף אז אין וועלט זאל זיך הערן ג־טלעכקייט,
ברענגט נאר צו ביטול היש,
מה־שאין־כן חכמה,
וואס זי איז לגמרי העכער פון מדות,
פארנעמט דארט וועלט קיין ארט ניט; מצד חכמה הערט זיך אן אז "הוא לבדו הוא ואין זולתו" 10 ,
וואס דאס איז אויך מרומז אין דעם ווארט חכמה - כח מ״ה 11 ,
ביטול במציאות.
ג.
די אבות און אמהות זיינען דאך אבות און אמהות פון יעדער אידן,
ד.
ה.
אז די אבות און אמהות האבן מוריש געווען ענינים צו יעדער אידן 12 ,
און יעדער איד פארמאגט די צוויי ענינים: פון די אבות האט ער בחינת החכמה,
דעם כח אויר ביטול במציאות ארן יחודא עילאה,
און פון די אמהות - בחינת הבינה,
דעם כח אויף ביטול היש און יחודא תתאה.
און ווייל דער תכלית הכוונה איז דאך דירה בתחתונים און ניט דוקא צו זיין אפגעטראגן פון וועלט,
נאר מאכן פון וועלט גופא א כלי צו אלקות,
דעריבער
(הגם בינה איז מקבל פון חכמה)
איז דא א מעלה אין די אמהות אויף די אבות,
וואס דערפאר שטייט: "כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה" 13 .
און די עבודה אין די ביידע אופנים,
יחודא עילאה און יחודא תתאה,
וואס קומט פון "ראש צורים" און פון "גבעות",
גיט דעם כח 14
עם זאל זיין "הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב"
(דער אויספיר פון דעם פסוק "כי מראש גו"׳),
אז אויך זייענדיק אין גלות ווערן די אידן ניט פארלארן ח״ו צווישן די אומות העולם; ואדרבה,
דורכן גלות וועלן די אידן צו־ קומען צו נאך א העכערן עילוי ווי פריער,
ווי דער תרגום זאגט אויף דעם פסוק: "עתידין דיחסנון עלמא",
אין דער גאולה העתידה על ידי משיח צדקנו,
בקרוב ממש.
ד.
יעדער אידישע הויז איז א וועלט פאר זיך,
און אין יעדער אידישער הויז איז פאראן דער גאנצער ציור פון די עשר ספירות 15 .
און פונקט ווי אין די ספירות שלמעלה און אין כוחות הנפש,
איז פאראן א מעלה אין בינה אויף חכמה - הגם בינה איז מקבל פון חכמה - אז דוקא דורך איר איז די הנהגת המדות -זי איז משפיע צו די מדות וואם זי איז מקבל פון חכמה,
- אזוי איז אויך אין אב ואם שבכל בית ישראלי:
די פרוי דארף טאקע הערן פון איר מאן און אויספאלגן זיינע הוראות,
ווי די חז״ל זאגן 16 ,
"איזוהי אשה כשרה כל שעושה רצון בעלה״,
אבער - אן איר הענגט עס אפ,
אז די הוראות - בנוגע חינוך הבנים והבנות על יסודי התורה והמצוה; הכנסת אורחים; נתינת צדקה בריבוי,
א.
ז.
וו.
זאלן דורכגעפירט ווערן בפועל.
דער מאן איז דאך דעם גרעסטן טייל פון טאג ניט אין הויז,
צי ער איז פארנו־ מען אין תורה ותפלה,
אדער ער איז פארנומען אין עניני פרנסה - דארף די אשה כשרה זיין "עושה
(אראפטראגן אין עשי׳)
רצון בעלה",
אז דער רצון זאל אראפקומען אין א פועל ממש.
אויך איז לפעמים די פליכט פון דער "אשה כשרה" צו מאכן 17
"רצון בעלה": ווען איר מאן איז פאריאגט אין זיינע טרדות און ביי אים פעלט דער רצון צו דעם וואם מען דארף,
מוז די אשה כשרה,
בדרכי נועם ובדרכי שלום,
מאכן - און מגלה זיין - זיין אינערליכן רצון,
וואס יעדער איד וויל דאך לעשות רצון קונו 18 .
און אז איש ואשה "זכו
(איז)
שכינה ביניהן" 19 ,
אז דאס הויז פירט זיך אויף אזא אופן אז זי איז א מקדש
(מעט),
אויף וועמען דער אויבערשטער זאגט "ושכנתי בתוכם"; און וויבאלד אז שכינה שרוי׳ איז דאך "לא יגורך רע",
אז עם ווערט נמשך נאר טוב,
בטוב הנראה והנגלה,
בבני חיי ומזוני וכולם -רויחי.
(ממאמר ושיחת י״ג תמוז תשכ״ב)