B"H
🏡

Ikar

י"ב-י"ג תמוז

א.

צווישן די סיפורים וואס דער רבי,

בעל השמחה והגאולה,

האט דערציילט 1

וועגן זיין מאסר און גאולה,

זיינען פאראן אזעלכע וואם דערציילן וועגן דער צייט ווען דער ארעסט איז נאך געווען בתקפו.

איינער פון די סיפורים איז:

באלד ווי מען האט דעם רבי׳ן ארײנ־ געפירט אין תפיסה,

האט ער ביי זיך געמאכט א פעסטן באשלום,

אז ער זאל זיך ח״ו ניט פארלירן,

און ער זאל פאר זיי

(די לייט פון גע־פע־או)

כלל ניט נתפעל ווערן.

ניט נאר זאל ער זיך ניט רעכענען מיט זיי אין זאכן וואם זיינען נוגע צו יראת שמים,

נאר ער זאל זיי בכלל ניט האלטן פאר קיין מציאות.

ביז ער האט אויף זיי געקוקט ווי זיי וואלטן זיין - בלשון הרב - "כאין ואפס ממש".

אט דער מצב הנפש האט זיך ביי אים ניט געענדערט אויך נאף דעם ווי ער איז שוין באשטראפט געווארן פאר ניט וועלן ענטפערן אויף זייערע א שאלה.

די שט־ ראף איז געווען,

אז מען האט אים פאר־ שפארט אין א קעלער וואס איז געווען אנגעפילט ביז א געוויסער הויך מיט בלאטע.

אויף וואס צו אנשפארן זיך איז ניט געווען.

דערצו זיינען אין דער בלאטע און אויף די ווענט ארומגעק־ ראכן עכברים ורמשים.

און אין אט־דעם קעלער האט מען אים אפגעהאלטן א קארגן מעת־לעת.

אבער אויך נאכדעם,

איז ביי אים אלץ געבליבן די שטארקע החלטה,

אז ער זאל זיך ניט רעכענען מיט זיי - זיי זיינען כאין ואפס ממש.

(אין דער תפיסה־קאמער וואו דער רבי איז געזעסן,

האט מען ניט געקענט אונ־ טערשיידן צווישן טאג און נאכט,

ווייל אין דער קאמער איז געווען ניט מער ווי איין קליינע פענסטער אונטער דער סטעלע

(סילינג),

און אויך די פענסטער איז געווען פארשטעלט מיט א קעגנאיבערדיקער וואנט,

וואס האט צום חדר ניט צוגעלאזן די ליכט פון טאג.

נאר לויט די איינגעש־ טעלטע סדרי בית הסוהר,

און די באשטימ־ טע שטונדן אויף צו ברענגען ווארעם ווא־ סער א.

א.

וו.,

האט דער רבי געוואוסט צו מבחין זיין די שעות פון טאג) 2 .

דאנערשטיק,

ר״ח תמוז,

עלף אזייגער פארמיטאג

(אין דעם סיפור האט דער רבי צוגעגעבן,

אז בכלל פלעגט ער אין טורמע דאוונען באריכות)

זיינען ארײנ־ געקומען שוטרים אין זיין צימער און אים באפוילן זיף אויפצושטעלן.

- די שוטרים האבן גערעדט רוסיש,

אבער דעם רבי׳נס סדר איז געווען,

אז ער פלעגט זיי ענטפערן אויף אידיש - האט ער זיי געענטפערט,

אז ער וועט זיך ניט אויפשטעלן.

- אין דער טורמע איז געורען אײנ־ געפירט,

אז בשעת מ׳גיט איבער דעם ארעסטירטן עפעם א ידיעה,

דארף ער זי אריפנעמען שטייענדיקערהייט,

דאס האט געדארפט ורייזן אז דער ארעסטירטער איז אונטערווארפן זייער הערשאפט,

און דערפאר האט דאס דער רבי ניט גע־ וואלט אויפשטיין.

-

ווייזט אויס,

אז איינער פון די שוטרים איז געווען א איד,

וואס האט פאר־ שטאנען דעם ענטפער אויף אידיש.

אויף דעם רבי׳נס ענטפער האבן זיי צו אים ווידער געזאגט אויף רוסיש: "אויב דו וועסט ניט פאלגן,

וועלן מיר דיר שלאגן!" האט דער רבי געענטפערט: "נו".

די שוטרים האבן טאקע געטאן אזוי ווי זיי האבן געזאגט,

און זיינען ארוים פון חדר.

שפעטער איז אריינגעקומען א צוויי־ טע גרופע שוטרים,

צווישן וועלכע ס׳איז געווען אויך לולאוו

(איינער פון די וואס האבן זיך באטייליקט אין ארעסטירן דעם רבי׳ן,

אין ברענגען אים אין תפיסה און אויך אין זיין אויספארשונג).

לולאוו האט געשטאמט פון חסידים,

און ער האט זיינע רייד צום רבי׳ן אנגעהויבן מיטן ווארט "רבי",

זאגנדיק: "רבי! וואם פאר־ פירט איר זיך מיט זיי?

וואס מאכט איר מיט זיי מחזקות?

זיי קומען דאך אייך אנזאגן א פארלייכטערונג - איז אז מ׳הייסט אייך שטעלן זיך,

דארפט איר זיך אויפשטעלן!" דער רבי האט אויף דעם גארניט געענטפערט.

האט לולאוו ווידער געזאגט: ״וועלן זײ דאך אייך שלאגן?

" אבער אויך אויף דעם האט דער רבי ניט געענטפערט.

האבן זיי אים נאכאמאל געשלאגן

(איינער פון זיי האט אים געגעבן א קלאפ תחת הסנטר,

אונ־ טער דעם קין,

וואס דעם ווייטיק דערפון האט דער רבי געפילט א לאנגע צייט שפעטער),

און זיינען אוועק.

אויך דערנאך ווען ס׳איז געקומען א גרופע שוטרים צום דריטן מאל

(אויך צווישן זיי איז געווען א איד מיטן נאמען קאוואלאוו),

און אים געהייסן זיך אויפ־ שטעלן,

האט דער רבי געענטפערט אז ער וועט זיך ניט אויפשטעלן.

מען האט אים ווידער געשלאגן

(דער וואס האט געשלאגן איז געווען קאוואלאוו),

אבער עם האט גארניט געהאלפן,

קאוואלאוו איז אריין אין רציחה און מיט כעס גע־ זאגט: ״מי טיעביא נאאוטשים״

(מיר וועלן דיר אנלערנען),

האט דער רבי געענטפערט

(באידיש)

: "עס ווענדט זיך ווער וועמען".

א געוויסע צייט שפעטער זיינען אריינגעקומען שוטרים און האבן אים געזאגט,

אז ער זאל אריינגיין אין קאנ־ צעלאריע

(אפיס).

דארט האט מען אים אנגעזאגט די ידיעה - די פארלייכטע־ רונג וואס לולאוו האט דערמאנט - אז מ׳לאזט אים ארויס פון בית האסורים,

און מ׳פארשיקט אים אויף דריי יאר גלות אין דער שטאט קאסטראמא.

בשעת דער רבי איז צוגעגאנגען צום טיש,

האט ער געזען אז עס ליגט אויפן טיש די פאפירן פון זיין ״דיעלע״

(קעיס).

אויף די פאפירן האט ער באמערקט אן אנגעשריבענע שורה וואם איז געווארן אויסגעשטראכן,

(אין דער שורה איז געשטאנען אז מ׳האט אים פאר׳משפט למות ר״ל.

וויבאלד אז דער רבי האט עם דערציילט בחיים חיותו בעלמא דין,

האט ער דאם ניט געוואלט ארויסזאגן בדיבור,

נאר האט דערציילט אז א שורה איז געווען אנגעשריבן און אויסגעמעקט).

ווייטער איז געווען א געשריבענע שורה מיט א פסק דין,

אז דער רבי זאל פארשיקט ווערן אויף צען יאר קאטארגע אויף סאלאווקי.

דערביי איז געשטאנען דאס ווארט "ניעט!"

(ניין!),

צום סוף איז געווען צוגעשריבן דער אורטייל: ״דריי יאר קאסטראמא".

בשעת מ׳האט מודיע געווען דעם רבי׳ן אז מ׳פארשיקט אים אויף דריי יאר קיין קאסטראמא,

האט מען אים גע־ פרעגט,

מיט וועלכער באן וויל ער פארן אהין,

האט ער געענטפערט: מיט "מעזש־ דונאראדנע״

(״מעזשדונאראדנע״ האט מען גערופן די וואגאנען אין וועלכע עם פלעגן פארן רעגירונגס־באאמטע אדער גבירים).

האט מען אים געפרעגט,

צי ער האט מיט וואס צו באצאלן פאר דעם - עם קאסט דאך טייער?

האט ער געענטפערט,

אז אויב דאם געלט וואס ער האט ליגן אין דער ביורא,

וואס מ׳האט ביי אים צוגענו־ מען בשעת מ׳האט אים ארעסטירט,

איז ניט גענוג,

וועט ער הייסן אז מ׳זאל פאר דער נסיעה באצאלן פון דער היים.

די באאמטע האבן אויף דעם מסכים געווען און זיי האבן אים געלאזט וויסן,

אז צוויי אזייגער בייטאג וועט מען אים באפרייען פון תפיסה.

זיי האבן אים דער־ לויבט צו פארברענגען זעקם שעה מיט זיינע בני בית,

און אים אנגעזאגט אז ביינאכט וועט ער מוזן פארלאזן די שטאט און פארן קיין קאסטראמא.

אזוי ווי דאם איז געווען דאנערשטיק,

האט דער רבי געפרעגט: ווען וועט ער אנקומען אין קאסטראמא?

האבן זיי גע־ ענטפערט אז ער וועט אהין אנקומען שבת.

דער רבי האט אויף דעם געזאגט,

אז שבת וועט ער בשום אופן ניט פארן.

דערציילנדיק דעם סיפור האט דער רבי מסיים געווען: ב״ה,

איך בין שבת ניט געפארן! איך בין געבליבן זיצן אין טור־ מע ביז זונטאג - וויבאלד אז דאנער־ שטיק האט ער דאך ניט געוואלט פארן,

און צו פארבלייבן א לענגערע צייט אין דער היים האט מען אים ניט געוואלט דערלויבן,

האט מען אים פארהאלטן אין תפיסה ביז זונטאג.

זונטאג בייטאג איז ער געקומען אהיים און ביינאכט איז ער ארויסגעפארן קיין קאסטראמא.

צו דעם סיפור האט דער רבי מוסיף געווען אז החסיד ר׳ מיכאל דווארקין איז אין קאסטראמא אנגעקומען פריער

(ווי דער רבי)

און אין דער צייט

(ביז דעם רבי׳נס קומען),

האט ר׳ מיכאל צוזאמענגע־ קליבן אינגלעך,

און מיט זיי געגרינדעט א חדר,

און ער האט אויך געזען אז מען זאל פארריכטן די מקוה וואס איז דארט געווען.

דאם הייסט: אט־די זעלבע פעולות,

פאר וועלכע מ׳האט דעם רבי׳ן ארעס־ טירט און פאר׳משפט למות ר״ל - און דורך השתדלות ובאופן ניסי האט מען דעם אורטייל פארביטן אויף דריי יאר גלות - די זעלביקע ארבעט האט ער געטאן באלד ביים ארויסגיין פון תפיסה: נאך איידער ער אליין איז געקומען אין קאסטראמא - "שלח להורות לפניו גושנה",

ער האט אהין געשיקט א שליח,

ער זאל דארטן גרינדן א חדר און פאר־ ריכטן א מקוה לרבים.

ב.

סיפורים וועגן מאורעות וואם האבן פאסירט ביי א נשיא,

ובפרט אז ער האט עם נאך איבער־דערציילט,

זיינען -הוראות בעבודתינו.

איינע פון די הוראות פון דעם סיפור איז: נאכדעם ווי דער רבי נשיא הדור פתח 3

- האט געעפענט דעם וועג - איז אז א איד באשליסט ביי זיך מיט א תוקף גדול,

אז אלע פארשטעלונגען אויפן נפש האלקית און אלע שטערונגען און מניעות אויף הפצת היהדות זיינען כאין ואפס ממש; אזא שטארקע החלטה,

וואם אפילו ווען מ׳קומט צוגיין און מ׳שלאגט אים דריי מאל — רואם דריי מאל איז א חזקה עפ״י שו״ע און ס׳איז דערפון לכאורה א באווייז אז ס׳איז א מציאות - רירט עם פונדעסטוועגן ניט אן זיין החלטה,

פועל׳ט עס,

אז אויך אזא איד,

וואס געפינט זיך בעת מעשה אין לעומת זה,

דערפילט אויך ער אז עס איז דא אידיש־ קייט,

חסידות,

א רבי און ז.

וו.

און ביז אז דאס איז זיין לעבן,

ביז אז ער רופט מיט א פשיטות: "רבי".

און סוף־כל־סוף פירט דער איד דורך מיט הצלחה און אויב נייטיג - באופן ניסי - ניט נאר די ענינים עיקריים נאר אויך די ענינים וועלכע זיינען טפלים בערך העיקר,

און ווי דער לשון 4

פון רבי׳ן

(מהורש״ב)

נ״ע,

אז "מ׳איז גאנץ ניט נאר מיטן עצם נאר אויך מיט דער התפשטות",

און מיט די אלע ענינים גייט מען ארויס לחירות,

און - "ביד רמה" ו״בריש גלי" 5 .

על אחת כמה וכמה ווען א איד גע־ פינט זיך אין א מעמד ומצב וואס ער האט די מעגלעכקייט צו מפיץ זיין אי־ דישקייט אן קיין העלמות והסתרים,

און אדרבה,

ער ווערט נאך אין דעם ארוים־ געהאלפן,

ביז אז מ׳גיט אים זיין שכר ניט נאר בעולם הבא נאר אויך בעולם הזה -איז אויב מ׳האט נאר ביי זיך דעם החלט הגמור,

אז מ׳מוז דורכפירן דעם אוי־ בערשטנם שליחות און מ׳ווערט ניט נתפעל פון די שוועריקייטן וועלכע מ׳טרעפט אן,

קען מען זיין זיכער,

אז חפץ ה׳ בידם יצליח אויף צו פארשפרייטן תורת הנגלה והחסידות און קיום המצוות בהידור,

ביז אז עס וועט זיין "ומלאה הארץ דיעה את הוי׳ כמים לים מכסים",

בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

ג.

אויפן פסוק

(אין היינטיקער פרשה) 6

"כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו" שטייט אין מדרש 7

: "כי מראש צורים אראנו אלו האבות וכו׳ משל למלך שהי׳ מבקש לבנות מדינה כו׳ בא ליתן היסוד והיו המים עולים כו׳ עד כו׳ ומצא שם צור גדול כו׳ כך מתחילה כו׳ כיון שבאו האבות וזכו אמר הקב״ה על אלו אני מכונן העולם כו"׳

(גלייך פון אנהויב האט דער אויבער־ שטער געזוכט אויף וואס צו באגרינדן די וועלט און ער האט ניט געפונען ביז עס זיינען אויפגעשטאנען די אבות.

א משל צו א מלך וואס האט געזוכט צו בויען א מדינה כו׳.

ער איז געקומען לייגן דעם יסוד האבן די וואסערן ניט געלאזן...

ביז ער האט געפונען א גרויסן פעלז,

האט ער געזאגט,

אויף די פעלזן שטעל איך אויף די מדינה.

אזוי...

האט דער אויבערשטער געוואלט אויפשטעלן די וועלטן...

וויבאלד עס זיינען געקומען די אבות און האבן זוכה געווען,

האט דער אויבערשטער געזאגט,

אויף די וועל איך אויפשטעלן די וועלט וכו׳).

דער תכלית הכוונה פון בריאת העולם וועט זיך אויספירן בביאת המשיח 8 .

און פונקט ווי דער אנהויב פון דער בריאה איז געווען אין זכות פון די אבות 9 ,

אזוי וועט אויך דער תכלית הבריאה - ביאת המשיח - קומען בזכות האבות.

ווי דער נביא זאגט 10 ,

״כל הנקרא בשמי ולכבודי גו׳" און דער תרגום טייטשט: "כל דא בדיל אבהתכון צדי־ קיא...

עבדית להון ניסין"

(דאס אלץ איז צוליב אייערע אבות די צדיקים וראם מיין נאמען ווערט גערופן אויף זיי און צוליב מיין כבוד האב איך זיי באשאפן; איך האב צוגעגרייט זייערע גלות׳ן.

כ׳האב

(אבער)

אויך געטאן צו זיי ניסים).

דער פסוק "כל הנקרא בשמי" קומט אין המשך צו פריערדיקע פסוקים וועל־ כע ריידן וועגן דעם אופן פון דער גאולה העתידה: "ממזרח אביא זרעך וממערב אקבצך אמר לצפון תני ולתימן אל תכלאי".

אין דער גאולה העתידה וועלן אויס־ געלייזט ווערן אלע אידן וואו נאר זיי געפינען זיך,

בד׳ רוחות העולם,

און דער פסוק איז מבאר ווי אזוי עס וועט זיין די גאולה פון אלע ארבע רוחות: ביי מזרח ומערב זאגט ער דעם לשון "אביא זרעך...

אקבצך",

איך וועל ברענגען דיינע קינדער און איך וועל דיר צוזא־ מענקלייבן.

דער אויבערשטער רעדט דא צו די אידן,

און - ניט צו מזרח ומערב אליין.

ביי דער גאולה פון תימן

(דרום)

זאגט ער "אל תכלאי"

(דו זאלסט ניט פארשליסן,

ניט פארמיידן),

רעדט ער צו תימן אליין,

אז זי זאל ניט שטערן צו דער גאולה; און ביי צפון - וואס איז דער מקור הרע,

״מצפון תפתח גו׳״ 11

- זאגט ער "תני"

(גיב,

ברענג),

אז ניט נאר זאל זי ניט פארמיידן,

נאר זי זאל אויך אליין ארויסהעלפן צו דער גאולה.

דאס איז דער אויפטו פון דער גאולה העתידה,

אז אפילו צפון וועט אויך מסייע זיין צו דער גאולה.

און אויף דעם אויפטו פון דער גאולה העתידה,

אז ניט נאר רואם קיינער וועט ניט שטערן,

נאר אויר אז אפילו צפון וועט מסייע זיין,

זאגט דער נביא "כל הנקרא גו"׳,

אז דאס אלץ איז אין זכות פון "אבהתכון צדיקיא",

וואס אויך ביי די אבות זיינען געווען ניסים,

ענלעך צו די ניסים ביי דער גאולה העתידה,

ביז - אומר לצפון תני.

ד.

צווישן די נסים וועלכע זיינען גע־ טאן געווארן צו "אבהתכון צדיקיא",

איז פארשטאנדיק,

אז די נסים וועלכע זיינען געווען ביי די צדיקים שבדור האחרון פאר משיח׳ן,

וואס זיי זיינען א הקדמה און הכנה צו די נסים פון דער גאולה העתידה,

זיינען זיי נאך מערער בדומה צו די ניסים וועלכע עס וועלן זיין בגאולה העתידה.

דאס מיינט,

אז די נסים פון דער גאולת י״ב וי״ג תמוז זיינען געווען אין דעם סדר פון "אומר לצפון תני".

און ווי דערציילט פריער,

אז בשעת מ׳האט דעם רבי׳ן פאראורטיילט צו ווערן פארשיקט אויף דריי יאר גלות אין קאסטראמא,

און ער האט געשטעלט א תנאי אז ער וועט אהין ניט פארן אויב די נסיעה וועט אנרירן שמירת שבת,

האט מען דאס אים נאכגעגעבן און דערלויבט צו פארבלייבן אין טורמע ביז זונטאג.

וואס דאם איז דאך פארקערט ווי מען פירט זיך אין בית האסורים: ווייל פונקט ווי אין דער צייט וואס זיי ווילן עמעצן האלטן אין בית האסורים,

קען ער פון דארט ניט ארויסגיין,

אזוי איז אויך בשעת זיי ווילן אים דארטן ניט האלטן,

קען ער דארט ניט אויספירן דעם "חוץ מצא" און פארבלייבן אין תפיסה,

אבער דער רבי האט אויך אין דעם אויסגעפירט ווי ער האט געוואלט.

דאס זעלבע איז אויך געווען ביי דעם רבי׳נס פארלאזן די גאנצע מדינה: זיין ארויספארן פון דארט איז ניט נאר גע־ ווען אין אן אופן פון "אל תכלאי",

וואס מען האט אים ניט געשטערט אין דעם,

נאר ביז אין אן אופן פון ״תני״ - זיי האבן זיך באמיט אז דער רבי זאל ארוים־ פארן.

וכידוע,

אז דער רבי האט געזאגט אז ער וועט ניט אוועקפארן סיידן מ׳וועט אים לאזן מיטנעמען אלע זיינע ספרים און כתבים.

בשעת עם זיינען געקומען די מבקרים דורכקוקן די ספרים און כתבים און זיי האבן געוואלט אפהאלטן געווי־ סע ספרים און כתבים יקרי המציאות,

האט דער רבי געזאגט,

אז אויב מ׳וועט אזוי טאן וועט ער ניט פארן.

האבן זיי טעלעפאנירט פון ליענינגראד,

וואו דער רבי האט זיך געפונען,

צו די העכערע באאמטע אין דער עיר הבירה מאסקווע,

און געזאגט אז דער ראבין שניאורסאהן - געמיינט דעם רבי׳ן - סטראשעט אז אויב מ׳וועט אים ניט מיטגעבן אלע זיינע ספרים וכתבים,

וועט ער אליין אויך ניט פארן.

האט מען פון מאסקווע געענט־ פערט,

אז מ׳זאל אים אלץ נאכגעבן און מ׳האט דעם צענזאר באפוילן צו ארויפ־ לייגן אויף יעדער ספרים־קאסטן א שטעמפל,

וואס זאל עס דערלויבן ארי־ בערפירן דעם גרעניץ.

וואס דאם איז דער ענין פון "אומר לצפון תני": ס׳איז ניט סתם א נם למעלה מהטבע,

נאר א נס וואס דער אויבער־ שטער מאכט,

אז צפון אליין,

וואם "מצפון תפתח",

זאל מסייע זיין אויר צו ארויסגיין פון מדידה והגבלה אין אן ארט פון שחרור וחירות.

ה.

די נסים לצדיקים ובפרט אין דעם דור האחרון זיינען א הקדמה והכנה

(ווי דערמאנט אויבן)

און א הוראה ופסק דין ווי עם וועט זיין דער אופן הגאולה העתידה דורך משיח׳ן:

ניט נאר וואם "אל תכלאי",

מ׳וועט די גאולה ניט שטעלן צו אן אפשטימונג און דארפן דערביי אנקומען צו עמעצענס רשיון,

און ווי ער זאגט אין היינטיקער הפטרה

(פרשת בלק)

"לא יקוה לאיש ולא ייחל לבני אדם"

(אידן וועלן ניט לייגן זייער האפענונג אויף מענטשן),

- דאם וואס דער אויבערשטער וועט זאגן "לצפון תני ולתימן אל תכלאי",

דאס איז א ״שמועס״ צװישן דעם אוי־ בערשטן מיט זיי,

אבער שארית יעקב וועט מיט זיי גארניט האבן צו טאן,

"לא יקוה לאיש ולא ייחל לבני אדם״ - און דאם זעלבע אז דער אויבערשטער "אומר לצפון תני",

אז צפון אליין זאל מסייע זיין צו דער גאולה.

און כאטש אז עם וועט אויך דאן ניט ווערן אוים וועלט,

עם וועט בלייבן א וועלט מיט א סך אומות,

ווי ער זאגט אין דער הפטרה: "בקרב עמים רבים",

און עם ורעלן זיין "בהמות יער",

זיי וועלן די גאולה פון אידן ניט וועלן ליידן,

איז פונדעסטוועגן,

ניט נאר "לא יקוה לאיש ולא ייחל לבני אדם",

נאר "צפון תני",

אז צפון אליין וועט מוזן

מסייע זיין צו דער גאולה,

און עם וועט זיין דער ״ובני ישראל יוצאים ביד רמה -בריש גלי",

בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

(משיחת י״ג תמוז תשכ״ב)

Reader controls and commentary are loading.