B"H
🏡

Ikar

עמוד 1056

א.

די מצוות פון דער תורה טיילן זיך אין דריי סוגים: משפטים,

עדות און חקים 1 ,

דער חילוק זייערער בנוגע צו שכל והבנה: משפטים זיינען אזוינע מצוות,

וואס אויך דער מענטשלעכער שכל איז מחייב אז מ'זאל זיי טאן; עדות זיינען די מצוות,

וואס שכל אליין וואלט זיי טאקע ניט מחייב געווען,

אבער נאך דעם ווי תורה האט אונז אויף זיי אנגעזאגט,

האבן זיי אויף זיך א שכל'דיקע ערקלערונג; חקים זיינען אזעלכע מצוות וואס עס איז ניטא אויף זיי קיין שום ערקלערונג אין שכל,

און נאך מער: זיי זיינען גאר פארקערט ווי שכל פארשטייט,

און דער קיום פון די חקים־מצוות איז בלויז מיט קבלת עול.

דאס הייסט,

אז די מצוות פון די סוגים משפטים און עדות זיינען ווי דער רצון העליון האט זיך מצמצם געווען און אנגעטאן אין שכל,

אז אויך דער פארשטאנד פון א מענטשן זאל זיי קענען באגרייפן.

אנדערש איז דער סוג פון חקים,

וואו דער רצון העליון האט זיך אויך דא למטה ניט מצמצם געווען און ניט אנגעטאן אין שכל,

און איז געבליבן בבחינת רצון שלמעלה מהשכל.

און ווייל די חקים זיינען אויך דא למטה בחינת עצם הרצון וואס איז פארבונדן מיט עצמות 2

– וואס דערפאר קען עס ניט אראפקומען אין שכל – דערפאר דארף אויך דער מענטש מקיים זיין די חקים,

מיט

(עצם הרצון,

מיט)

קבלת עול און א ביטול וואס איז פארבונדן מיט עצם הנשמה,

וואס איז העכער פון כחות פנימיים.

בדרך אפשר יש לומר אז דאס איז אויך דער ביאור אויף דעם אלטן רבי'נס טייטש 3

: חקים פון לשון חקיקה

(אויסגעקריצט).

דער יתרון פון חקיקה אויף כתיבה איז,

וואס ביי חקיקה זיינען די אותיות מיניה וביה,

זיי זיינען ניט קיין באזונדער מציאות פון דער זאך אויף וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט; ביי כתיבה זיינען די אותיות א צוגעגעבענע זאך צום פארמעט אויף וועלכן זיי זיינען אנגעשריבן.

און דאס איז אויך דער אויפטו פון חקים אויף עדות און משפטים: אין עדות און משפטים איז סיי מצד דעם רצון העליון וואס אין זיי און סיי מצד דעם אדם וואס איז זיי מקיים,

איז פאראן א צוגעקומענע זאך – די הרכבה פון שכל וטעם.

מה שאין כן אין חקים פארבינדט זיך עצם הנשמה מיט עצמות,

אן דער הרכבה פון שכל וטעם.

ב.

דער עיקר ענין פון חקים איז די מצוה פון פרה אדמה.

ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש 4 ,

אז אויך שלמה המלך,

וואס האט משיג געווען די העכסטע השגות,

אויך די טעמים פון די חקים – האט ער געזאגט: "על כל אלה עמדתי ופרשה של פרה אדמה חקרתי ושאלתי ופשפשתי אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני",

אז ער האט געפארשט און געזוכט דעם טעם אויף פרשת פרה אדמה און ער האט זי ניט געקענט באגרייפן.

נאר צו משה רבינו האט דער אויבערשטער געזאגט 5

: "לך אני מגלה טעם פרה"

(דיר בין איך מגלה איר טעם) 6 .

דאס איז אויך איינער פון די טעמים,

וואס פרה אדמה איז כללות ענין התורה 7

(וואס דעריבער שטייט,

ביי פרה אדמה,

דער לשון "זאת חקת התורה",

ניט "זאת חקת הטהרה" אדער "זאת חקת הפרה").

ווארום אלע מצוות התורה,

אויך עדות און משפטים,

איז זייער עיקר – דער רצון העליון שלמעלה מהשגה לגמרי

(ס'איז נאר וואס דער רצון האט זיך אנגעטאן אויך אין א טעם אבער בעיקר איז עס בחינת רצון) 8 .

און וויבאלד אז אין מצות פרה אדמה איז עס בגילוי

(ווארום ביי פרה אדמה איז דער רצון ניט נתלבש געווארן אין שכל),

דעריבער איז זי כללות התורה.

דער פלא פון פרה אדמה איז אין צוויי זאכן: א)

"מטמאה את הטהורים ומטהרת את הטמאים".

ב)

נעשית מחוץ למחנה 9 .

דערפון איז מובן: א)

דורך די זאכן ווערט נתגלה אן ענין וואס איז פארבונדן מיט עצם הנשמה,

בחינת חקיקה.

ב)

אין דעם באשטייט כללות ענין התורה.

ג)

דעם כח אויף דער עבודה פון עצם הנשמה,

נעמט מען פון משה רבינו,

וואס צו אים האט מען מגלה געווען דעם טעם פון פרה אדמה,

און ער גיט דעם כח אויף דער עבודה צו אלע אידן.

דערפאר שטייט "ויקחו אליך"

(די פרה אדמה זאל גענומען ווערן צו דיר,

משה'ן),

כאטש אז בפועל האט זיך מיט דער פרה מתעסק געווען אלעזר הכהן,

ווייל דער כח אויף דער עבודה פון פרה אדמה דעמאלט,

איז געקומען פון משה'ן,

און אזוי אויך אין די שפעטערדיקע דורות,

"לעולם היא נקראת על שמך" 10 ,

ביז אז אויך אין די אכט פרות וואס בזמן בית שני און אויך אין דער צענטער פרה אדמה וואס משיח וועט מאכן,

וועט מען נוצן

(צוליב מקדש זיין די כהנים העושים את הפרה)

דעם אפר הפרה שעשה משה במדבר 11 .

ג.

עס שטייט אין מדרש 12 ,

אז בשעת משה רבינו האט געהערט דעם ענין פון טומאת מת,

איז "נתכרכמו

(פארטונקלט געווארן)

פניו של משה" און ער האט געפרעגט "במה תהא טהרתו".

(אויף אנדערע טומאות האט זיך משה רבינו ניט אזוי געוואונדערט,

ווייל זיי זיינען נאר פרטים פון טומאה,

מה שאין כן טומאת מת,

איז אבי אבות הטומאה,

אין גאנצן דער היפך פון קדושה,

ווייל קדושה איז חיות,

און כל־זמן מען איז דבוק אין הוי' אלקים חיים קען קיין מיתה ניט זיין 13

; מיתה ווייזט אז מען איז אפגעריסן לגמרי חס ושלום,

האט זיך משה זייער געוואונדערט "במה תהא טהרתו").

בשעת דער אויבערשטער האט אים געזאגט די מצוה פון פרה אדמה,

איז אים פארענטפערט געווארן זיין שאלה,

ווייל פרה אדמה קען מטהר זיין אויך טומאת מת,

ווייל דורך איר ווערן נמשך די י"ג מדות הרחמים שלמעלה מהשתלשלות,

וואס זיי האבן ניט קיינע הגבלות,

און זיי זיינען "מנקים כל הפגמים" 14 .

און דאס איז אויך וואס אויף פרה אדמה שטייט דער לשון חקה,

ווייל על־פי שכל,

דאס הייסט מצד די גילויים פון השתלשלות

(באדם ובכלל)

האט קיין ארט ניט אז מ'זאל קענען פועל'ן טהרה אויך אין אזא נידעריקן ארט,

נאר "מי יתן טהור מטמא – לא אחד" 15 ,

ווער קען פועל'ן טהרה אויך אין טומאה חמורה ביותר – נאר "יחידו של עולם",

וואס ער איז ניט מוגבל אין קיינע הגבלות.

און דאס איז אויך דער טעם פון דעם וואס די פרה אדמה איז נעשית מחוץ למחנה,

אנדערש פון אלע קרבנות שנעשים בפנים,

אין מקדש דוקא,

ווי דער אלטער רבי איז מבאר 15* ,

ווייל אלע קרבנות זיינען מכפר נאר אויף שגגות 16 ,

וואס שוגג קומט "מהתגברות נפש הבהמית שמנוגה",

דערפאר זיינען זיי בפנים.

מה שאין כן פרה אדמה,

וואס זי איז מטהר טומאת מת,

אבי אבות כו' שלמטה מטה מנוגה,

איז נעשית מחוץ למחנה,

בכדי צו פועל'ן טהרה אויך אין בחינת חוץ – דורכן גילוי שלמעלה מהשתלשלות.

ד.

בכדי צו ממשיך זיין פון למעלה מהשתלשלות,

פון "יחידו של עולם",

דארף אויך די עבודה זיין פון יחידה שבנפש,

ביטול שלמעלה מהשכל.

עס דארף זיין מסירת נפש.

ער דארף זיך אוועקלייגן,

ארויסגיין מחוץ למחנה און נעמען א "פרה",

א בהמה,

און דערצו נאך אן "אדמה" 17

און זיך עוסק זיין מיט איר,

וויסנדיק אז ער אליין וועט דורך דעם טמא ווערן,

בכדי צו מטהר זיין א צווייטן אידן.

און דער אראפלאזן זיך צוליב טאן א טובה א אידן,

דארף קומען ניט דורך מאכן א חשבון,

אז דורך דעם וועט אים צוקומען – "יותר ממה שבעל הבית עושה עם העני העני עושה עם בעל הבית" 18

– ווארום אויב ער טוט עס צוליב א חשבון,

איז ער נאך ניט ארויס פון זיין מציאות והשתלשלות,

במילא קען ער דורך אזא עבודה ניט נעמען עצמות.

דוקא ווען ער טוט יענעם אזא טובה וואס דערביי וועט ער גאר טמא ווערן 19

(אודאי וועט אים דער אויבערשטער אפצאלן דערפאר כמה פעמים ככה,

אבער זיין חשבון דארף זיין אז ער טוט עס אפילו ווען ער ווערט נאר טמא)

– דורך אט־דעם ביטול און אוועקלייג,

קבלת עול שלמעלה מן השכל,

וואס דאס איז בחינת חקה ביי אים,

איז ער ממשיך די חקה שלמעלה; זיין עצם הנשמה איז ממשיך עצמות אין־סוף.

און דאס איז דער ביאור פון דעם פריער־געזאגטן,

אז די צוויי ענינים שבפרה אדמה – מטמאת את הטהורים ומטהרת את הטמאים,

און נעשית מחוץ למחנה – זיינען:

א)

דער ענין פון חקה,

אז דורך זיי איז מען מגלה עצם הנשמה בחינת חקיקה,

ווייל דורך דעם אוועקלייג און ביטול צו טאן א אידן א טובה בכדי מטהר זיין אים,

אויך ווען צוליב דעם דארף מען ארויסגיין מחוץ למחנה און טמא ווערן,

דורך דעם איז מען מגלה עצם הנשמה;

ב)

דער כללות ענין פון תורה – ווייל יסוד כל התורה איז צו ארויסגיין פון אלע ציורים,

בויגן דעם אייגענעם "איך",

ניט נאר דעם "איך" פון גוף נאר אויך – פון דער נשמה,

וואס דאס דריקט זיך אויס במיוחד אין אהבת ישראל,

כללות כל התורה 20

;

ג)

דעם כח אויף דעם באקומט מען פון משה רבינו,

וואס ער איז געווען אין דער מדריגה פון "ונחנו מה",

און ער איז מגלה דעם ביטול שמצד עצם הנשמה ביי יעדער אידן.

ה.

מ'האט גערעדט כמה פעמים 21

אז דער אויפטו פון תורה איז – התכללות פון ביידע קוין: מען דארף טאקע זיך אוועקלייגן צוליב טאן א טובה א צווייטן אידן,

"כי תראה ערום

(בקיום המצות)

וכסיתו" 22 ,

אז מען זעט אז איינער איז נאקעט פון מצוות רחמנא לצלן,

דארף מען אויף אים פועל'ן אז ער זאל מקיים זיין מצוות,

לייגן תפילין און אנטאן ציצית און אזוי ווייטער.

אין דער זעלבער צייט אבער טאר מען אויף זיך אויך ניט פארגעסן – כסיום הכתוב "ומבשרך לא תתעלם",

מען דארף געדענקען אז מען האט אליין אויך "בשר",

און גראבע בשר,

חומריות'דיקן,

וועלכן מען דארף ווייקן זאלצן און אראפשווענקען 32 .

און אין פרה אדמה,

כללות כל התורה,

איז מרומז אויך דער ענין: דעם אפר פון דער פרה וואס משה האט געמאכט,

האט מען פאנאנדערגעטיילט אויף דריי חלקים: איין חלק איז געווען בכדי צו מטהר זיין טמאים.

א צווייטער חלק איז געווען צוליב מקדש זיין די כהנים וואס האבן געמאכט די שפעטערדיקע פרות.

און א דריטן חלק האט מען אוועקגעלייגט "למשמרת" 24 .

ולכאורה,

וואס האט מען פון דעם חלק וואס מען האט אוועקגעלייגט למשמרת?

והענין בעבודה: צוליב גרויס טרדה אין עסקנות ציבורית און אין דער ארבעט פון משפיע זיין אויף א זולת,

קען מען פארגעסן אויף זיך אליין.

צוליב דעם דארף מען האבן אפר "למשמרת" – מען זאל געדענקען,

אז אויך ביי זיך אליין קען זיין אן ענין פון טומאת מת חס ושלום,

וואס צוליב דעם דארף מען אנקומען צום אפר הפרה 25 .

ו.

דער סיכום ההוראה פון פרשת פרה אדמה:

א)

בשעת מען זעט א אידן וואס בגילוי איז אויף אים ניט קענטיק קיין דביקות בהוי' אלקים חיים,

ער זעט אויס ווי א ניט־לעבעדיקער רחמנא לצלן,

קען מען דאך טראכטן: וויבאלד אז יענער איז געפאלן אזוי נידעריק,

איז ער שוין פארפאלן רחמנא לצלן,

אויף דעם זאגט מען,

אז משה רבינו האט געגעבן דעם כח צו מטהר זיין יעדער אידן,

אפילו אזא וואס איז טמא געווארן בטומאת מת רחמנא לצלן 26 .

ב)

קען דאך אבער זיין יצר הרע טענה'ן פאר אים: זאל טאקע זיין אז איך האב דעם כח אויף דעם,

אבער וואס בין איך מחויב צו אראפלאזן זיך אזוי נידעריק ביז אז איך זאל קענען טמא ווערן חס ושלום צוליב דעם,

ס'איז דאך א כלל,

"אין אומרים לאדם חטא כדי שיזכה חברך" 27

– אויף דעם זאגט מען,

אז דוקא אין דעם באשטייט חקת התורה – כללות ענין התורה.

און כל־זמן ער פועל'ט ניט ביי זיך אז ער זאל זיך אוועקלייגן בשביל הזולת,

פעלט אים ניט נאר אין א פרט נאר אין כלל פון דער גאנצער תורה.

ג)

קען ער אבער א טעות האבן און מיינען,

אז די הצלחה אין זיין השפעה אויפן זולת קומט פון זיין אייגענעם כח – "כחי ועצם ידי עשה לי את החיל הזה" – האט מען דערפאר געדארפט מקדש זיין דעם עושה את הפרה מיט אפר פון דער פרה וואס איז געווארן געמאכט דורך משה רבינו אליין,

בכדי ער זאל וויסן אז ער טוט עס בכחו של משה.

ד)

מען קען דאך אבער אריינלאזן זיך בלויז אין דעם קו פון טאן מיט א צווייטן און פארגעסן אויף זיך אליין – אויף דעם איז געווען דער אפר "למשמרת",

מען זאל וויסן אז מען דארף אויך טראכטן וועגן זיך,

כנ"ל.

(משיחות ש״פ חוקת תש״י וש״פ חו״ב תשי״ב)

Reader controls and commentary are loading.