א.
עס שטייט אין סדר עולם 1 ,
אז די מחלוקת פון קרח ועדתו אויף משה ואהרן איז פארגעקומען נאך דער מעשה המרגלים
(און ברענגט אויף דעם א ראיה פון דער טענה פון דתן ואבירם: "אף לא אל ארץ זבת חלב ודבש הביאותנו וגו'",
אז משה רבינו האט זיי ארויסגענומען פון מצרים צו אומברענגען זיי אין מדבר כו',
וואס די טענה באווייזט,
אז דעמאלט איז שוין געווען נאך דער גזירה "במדבר הזה יתמו") 2 .
דארף מען פארשטיין,
פארוואס האט קרח אפגעווארט מיט זיין מחלוקת ביז דאן?
דער ציווי פון דעם אויבערשטן,
אז מען זאל צונעמען די עבודה פון די בכורים און זי איבערגעבן צו אהרן ובניו,
איז געווען בשעת מתן תורה אדער משהוקם המשכן 3 ,
לכל הדעות איז כהונה גדולה דאהרן – וואס האט ארויסגערופן די מחלוקת קרח – געווען בפועל בשמיני למילואים 4 ,
(דאס הייסט ששי בסיון מיט א יאר פריער,
כ"ג אדר,
אדער ראש חדש ניסן),
אבער מעשה המרגלים איז געווען א סך שפעטער,
און איז פארענדיקט געווארן ערשט אין תשעה באב – איז פארוואס האט קרח ניט געקריגט אויף משה ואהרן ביז נאך דער מעשה המרגלים?
אפילו אויב מ'זאל זאגן,
אז דער עיקר המחלוקת פון קרח'ן איז געווען איבער דעם וואס אליצפן בן עזיאל איז נתמנה געווארן פאר א נשיא אויף די בני קהת 5 ,
איז דאך אויך די התמנות פון אליצפן געווען א סך פריער – בעת מען האט געציילט די לויים
(וואס מנין בני ישראל איז געווען אנהויב חודש אייר)
– אבער קרח האט זיין מחלוקת אנגעהויבן ערשט נאך תשעה באב.
מוז מען זאגן,
אז מחלוקת קרח האט געהאט א פארבונד מיט מעשה המרגלים.
ב.
די טענה פון די מרגלים – ווי שוין גערעדט 6
– איז געווען,
אז מען דארף זיין אפגעזונדערט פון וועלט; און דעריבער האבן זיי געוואלט אידן זאלן בלייבן אין מדבר,
בכדי אז וועלט זאל זיי ניט שטערן צו זייער דביקות מיט דעם אויבערשטן דורך לימוד התורה.
אבער משה רבינו האט זיי געענטפערט,
אז המעשה הוא העיקר און דער תכלית העילוי איז דוקא דורך מעשה המצוות בגשמיות.
דער חילוק צווישן תורה און מצוות איז: אין תורה,
וואס איר ענין איז דאך הבנה והשגה,
זיינען פאראן פארשידענע מדריגות: איינער האט א קלענערע השגה און איינער האט א גרעסערע השגה; מה־שאין־כן אין מעשה המצוות,
זיינען אלע אידן גלייך: די מעשה הנחת תפילין וואס משה רבינו האט מקיים געווען איז געווען די זעלבע מעשה וואס עס טוט א איש פשוט.
חילוקים זיינען דא אין כונת המצוות,
אבער אין מעשה המצוות זיינען אלע אידן גלייך.
און דעריבער איז מחלוקת קרח געקומען ערשט נאך דעם ענין המרגלים: קרח האט געוואוסט אז אין לימוד התורה שטייען משה רבינו און אהרן הכהן א סך העכער ווי אנדערע אידן.
משה רבינו איז דאך געווען דער מקבל ראשון פון הקדוש ברוך הוא,
דערנאך האט ער די תורה געלערנט מיט אהרן,
דערנאך מיט די בני אהרן,
דאן מיט די זקנים,
און ערשט שפעטער מיט אלע אידן 7 ,
וואס דאס מיינט אויך,
אז דער לימוד התורה פון משה ואהרן איז געווען ניט בלויז פריער אין זמן נאר אויך העכער אין מעלה – בערך דעם לימוד התורה פון אלע אנדערע אידן.
קרח'ס טענה "מדוע תתנשאו" איז געווען בנוגע דעם מעשה
(שהוא העיקר)
פון מצוות מעשיות,
וואס אין דעם זיינען אלע אידן גלייך.
און דעריבער האט ער זיין מחלוקת אנגעהויבן ערשט נאך ענין המרגלים: נאך דעם ווי די מרגלים האבן געוואלט אפגעבן זיך נאר מיט תורה ועבודה רוחנית,
פארבלייבן אין מדבר און זיין אפגעשלאסן פון וועלט,
און אויף דעם האט משה רבינו געענטפערט אין נאמען פון דעם אויבערשטן,
אז מ'מוז דוקא אריינגיין אין ארץ ישראל צו מקיים זיין מצוות בגשמיות און צוליב דעם איז כדאי צו פארלאזן דעם מדבר,
די אפגעשלאסנקייט פון ענינים גשמיים וואו מען קען האבן גרויסע השגות,
ווייל המעשה הוא העיקר – דאן איז קרח ארויסגעקומען מיט זיין טענה: למה תתנשאו – וואס איז אזוי די גרויסקייט פון משה ואהרן,
זייער מעלה לגבי אלע אנדערע אידן איז דאך נאר אין רוחניות'דיקע ענינים און אין לימוד התורה,
אבער אין דעם עיקר,
אין מעשה המצוות בגשמיות,
זיינען דאך אלע גלייך 8 .
ג.
דערמיט וועט ווערן פארענטפערט נאך א קשיא: ווי אזוי האבן קרח מיט די "חמשים ומאתים נשיאי העדה" געקענט מאנען ביי משה ואהרן "ומדוע תתנשאו" וויבאלד אז "כל העדה כלם קדושים ובתוכם ה'" – זיי אליין זיינען דאך אויך געווען "נשיאי עדה",
און אזוי אויך איז דער גאנצער שבט לוי געווען העכער פון אלע שבטים
(און מיט זייערע טענות האבן זיי דאך ניט געמיינט צו אויפגעבן זייער אייגענע העכערקייט,
אדרבה,
זיי האבן פאר זיך געוואלט אויך כהונה,
ווי ס'איז מובן פון דעם ענטפער פון משה רבינו "ובקשתם גם כהנה")
– איז ווי אזוי זיינען זיי געקומען מיט אזא טענה וואס איז שולל זייער אייגענע מעלה?
מוז מען זאגן,
אז מיט "ומדוע תתנשאו" האבן זיי ניט געמיינט צו מבטל זיין התנשאות בכלל,
זיי האבן נאר געוואלט שולל זיין די סארט התנשאות פון משה רבינו,
דאס וואס ער איז געווען בהתנשאות פון א מלך 9 .
זיי האבן גע'טענה'ט: אמת טאקע אז עס זיינען פאראן חילוקי מדריגות צווישן אידן,
און אז די גרעסטע בעלי מדריגה קענען און דארפן צוליב זייער העכערקייט זיין נשיאים אויף די קלענערע בעלי מדריגה,
וויבאלד אבער אז "כל העדה כלם קדושים",
האבן דאך אלע מדריגות פון אידן אן ערך איינע צו די אנדערע – ווייל די העכערקייט פון איינעם אויף א צווייטן באשטייט דאך נאר אין השגות רוחניות,
וואס איז א טפל
(לגבי "המעשה הוא העיקר"),
און אין דעם עיקר זיינען אלע גלייך כנ"ל – במילא,
האט קיין ארט ניט אז משה רבינו זאל זיין א מלך,
וואס דאס איז א דערהויבנקייט שבאין ערוך 10
; וויבאלד אז אין דעם עיקר זיינען אלע אידן גלייך,
קענען דאך צווישן זיי ניט זיין אזעלכע חילוקים,
אז איינער זאל זיין באין ערוך העכער פון די אנדערע 11 .
ד.
נאך האבן זיי געמיינט מיט זייער טענה וועגן דער מלוכה פון משה רבינו: דער פארבונד פון די אנשי המדינה מיט זייער מלך איז ניט גלייך צו אן אנדער פארבונד.
לדוגמא – פון א תלמיד צו זיין רב.
דער פארבונד פון א תלמיד מיט זיין רב איז נאר אין די ענינים
(פון תורה)
וועלכע ער דארף פון אים מקבל זיין; אבער דער פארבונד פון די אנשי המדינה צום מלך איז אין זייער גאנצע מציאות: ניט נאר באקומען זיי פון אים ענינים וואס האבן צו טאן מיט מלוכה,
נאר זייער גאנצע מציאות איז אונטערווארפן דעם מלך 12 .
על־דרך ווי די גמרא דערציילט 13
וועגן איינעם וואס "מחוה במחוג קמי מלכא"
(ער האט אין דער אנוועזנהייט פון מלך אנגעוויזן אויף עפעס מיט א רמז),
האט מען אים דן געווען למיתה,
ווייל דערמיט האט ער ארויסגעוויזן זיין אייגענע מציאות אין געגנווארט פון מלך,
וואס דאס איז א מרידה במלכות.
כאטש אז דורך "מחוה במחוג" האט ער נאר ארויסגעוויזן זיין מציאות,
אן ענין וואס האט ניט געהאט צו טאן און ניט אנגערירט די עניני המלוכה
(ניט ווי דאס וואס ביי א תלמיד טאר ניט זיין "מורה הלכה בפני רבו" – ווייל דאס האט צו טאן מיט די ענינים וואס ער איז מקבל פון דעם רב)
– פונדעסטוועגן איז עס שוין א מרידה במלכות.
ווייל מלוכה דארף דורכנעמען די גאנצע מציאות פון יעדערן פון די בני המדינה,
אויך אין זייערע פשוט'ע זאכן,
מחוויי
(באוועגונגען פון הענט)
וכו'.
און אזוי איז עס אויך געווען ביי משה רבינו,
אז דורך זיין התנשאות האבן אידן באקומען דורך אים ניט בלויז השגות נעלות וכדומה,
נאר אויך אלע זייערע ענינים,
ביז צו ענינים פשוטים ביותר 14
(און דאס זעלבע איז אויך ביי אתפשטותא דמשה שבכל דרא ודרא 15 ,
ביי די נשיאים,
ראשי בני ישראל 16
אז אלע אנשי דורם 17
דארפן מקבל זיין זייער חיות דורך די נשיאים) 18 .
און דאס איז געווען טענת קרח; "כי כל העדה כלם קדושים" – אין די זאכן וואס אלע אידן זיינען גלייך קדושים,
אין קיום המצוות "מדוע תתנשאו" 19
– פארוואס איז בנוגע די ענינים וואס אלע זיינען גלייך,
די ענינים פשוטים – דארפן אויך אידן מקבל זיין זיי דורך משה רבינו?
ה.
אויף דעם האט זיי משה רבינו געענטפערט: "בקר וידע ה' את אשר לו ואת הקדוש והקריב אליו",
אינדערפרי וועט דער אויבערשטער לאזן וויסן "את אשר לו – לעבודת לויה,
ואת הקדוש – לכהנה" 20 .
רש"י זאגט 21
דעם טעם פארוואס משה רבינו האט געהייסן ווארטן ביז בקר: א)
זיי זאלן דערוויילע קענען תשובה טאן; ב)
צו ווייזן,
אז פונקט ווי די גרענעצן מיט וועלכע דער אויבערשטער האט פאנאנדערגעטיילט צווישן ערב און בוקר קען קיינער ניט צעשטערן,
אזוי קען קיינען ניט מבטל מאכן דאס וואס "ויבדל אהרן להקדישו קדש קדשים" 22 .
די ביידע טעמים פאדערן א ביאור: לויטן ערשטן טעם איז דאך אודאי ניט מובן,
פארוואס מען האט געדארפט ווארטן א גאנצע נאכט ביז בוקר,
מען קען דאך תשובה טאן אין איין וויילע,
"בשעתא חדא וברגעא חדא"; און אויב אנדערע ווערן ניט באלד נתעורר בתשובה – איז דאך אין דעם קיין שיעור ניטא: איינער טוט תשובה גלייך אויפן ארט,
ביי א צווייטן קען עס געדויערן ביז בוקר,
און ביי א דריטן נאך לענגער.
אויך לויטן צווייטן טעם איז ניט מובן וואס האט מען געדארפט ווארטן ביז אויף צו מארגן אינדערפרי,
ס'וואלט דאך געווען גענוג צו ווארטן ביז ביינאכט 23 ,
וואס דאן זיינען פאראן די גבולות וואס טיילן פאנאנדער צווישן בוקר און ערב?
אויך דארף מען פארשטיין,
וואס איז טאקע געווען דער ענטפער אויף דעם וואס קרח האט גע'טענה'ט "מדוע תתנשאו",
וויבאלד אז "כלם קדושים" און "המעשה הוא העיקר".
דורך "קחו לכם מחתות" האט משה רבינו לכאורה נאר געוואלט באווייזן
(און באוויזן)
אז קרח איז ניט גערעכט און אז אלץ האט משה געטאן בציווי הקדוש ברוך הוא,
דאס האט אבער ניט מבאר געווען פארוואס קרח איז ניט גערעכט.
(אויך איז די מעשה הקטורת לכאורה געווען נוגע נאר צו דער טענה אויף כהונת אהרן,
אבער ניט בנוגע דער טענה אויף דער מלוכה־התנשאות פון משה רבינו).
דארף מען זאגן,
אז אין דעם הייסן ווארטן ביז בוקר,
איז פאראן אויך א ביאור פארוואס קרח איז אומגערעכט.
ו.
דער אלטער רבי איז מדייק 24
דעם לשון "תשובה ומעשים טובים" וואס ווערט אפט געבראכט אין דברי רז"ל
(און ניט – תשובה ומצות)
און איז מבאר: מעשה המצוות קענען זיין אין אזא אופן אז זיי זיינען ניט "טובים"
(מאירים),
זיי לייכטן ניט,
– כאטש אז אויך דאן זיינען זיי מצוות – זיינען חז"ל מדייק צו זאגן "תשובה ומעשים טובים",
דורך ריכטיקע תשובה זיינען די מעשים טובים ומאירים.
א משל אויף דעם איז פון אבנים טובות וואס האבן אויף זיך בלאטע,
וואס דאן איז ניט נאר וואס די אבנים טובות לייכטן ניט,
נאר אויך אז דורך דער בלאטע וואס אויף זיי פארשטעלן זיי אויף ליכטיקייט און זיינען היפך האור,
כאטש אז אויך ווען זיי זיינען אין בלאטע האבן זיי אין זיך בהעלם אלע תכונות פון אבנים טובות.
על־דרך־זה איז אויך אין מצוות: ענינם איז להוסיף אור בעולם.
פאראן אבער אמאל וואס לפי שעה ובגילוי זיינען זיי היפך ענינם.
דער לימוד התורה און קיום המצוות פון א רשע,
איז ניט נאר וואס זיי מאכן ניט ליכטיק,
נאר אדרבה,
זיי מאכן נאך גרעסער דעם חושך און העלם אין וועלט,
זיי זיינען מוסיף חיות אין קליפות 25 .
און ניט נאר די תורה און מצוות פון א רשע,
נאר אזוי איז עס אויך אין תורה און מצוות שלא לשמה,
צוליב פניות 26 .
וכנראה גם במוחש,
אז בשעת עס פעלט די ריכטיקע כונה אין תורה ומצוות,
קען דעם מענטשן דערפון צוקומען ישות און גאוה 27 ,
פילנדיק ביי זיך די אייגענע מעלה וואס ער איז בייגעשטאנען שוועריקייטן און האט מקיים געווען די מצוה,
ובפרט נאך אויב ער איז מקיים א מצוה בהידור.
וואס דאס איז גאר דער היפך פון ענין המצוה: מצוה איז פון לשון צותא וחיבור 28 ,
דורך א מצוה ווערט מען באהעפט מיטן אויבערשטן,
אבער דורך ישות און גאוה ווערט מען,
רחמנא לצלן,
אפגעריסן פון דעם אויבערשטן,
דער אויבערשטער זאגט 29
אויף א בעל גאוה "אין אני והוא יכולים לדור".
בהעלם ובפנימיות איז עס אויך דעמאלט תורה ומצוות,
וואס דערפאר ווערט אפגע'פסק'נט אין שולחן ערוך 30 ,
אז אפילו א רשע גמור דארף לערנען תורה און געוויס דארף ער מקיים זיין מצוות,
און כאטש אז דערוויילע איז ער דורך זיין תורה ומצוות מוסיף חיות אין קליפה,
איז אבער שפעטער,
ווען ער וועט תשובה טאן – און ער וועט געוויס תשובה טאן,
ווארום "לא ידח ממנו נדח" – וועלן די ניצוצות הקדושה פון זיין תורה ומצוות ארויסגענומען ווערן פון קליפה און אנהויבן לייכטן.
אבער כל־זמן ער האט ניט געטאן קיין תשובה איז זיין תורה ומצוות – ווי אן אבן טוב וואס איז אין בלאטע,
און זיי מאכן נאך גרעסער דעם חושך בעולם.
קען ער דאך ביי זיך טראכטן: וואס איז אים נוגע צי זיינע מצוות זיינען ליכטיקע צי זיי זיינען פינסטערע – די ליכטיקייט אדער דער היפך,
איז דאך בלויז אן ענין וואס האט צו טאן מיט "גילויים" – המשכת העצמות איז דורך מעשה בפועל,
המעשה הוא העיקר,
און דורך דעם מאכט מען א דירה לעצמותו; און דער רצון העליון איז דאך
(ווי עס ווערט אפגע'פסק'נט אין שולחן ערוך)
אז ער זאל לערנען תורה און מקיים זיין מצוות – וועט ער אזוי טאן.
דאס וואס ער איז מוסיף חיות אין קליפות – איז עס ניט זיין געשעפט,
זיין ענין איז – "לשמש את קוני" 31 ,
צו טאן דעם רצון העליון,
און דער רצון העליון איז,
אז אויך ער זאל מקיים זיין תורה ומצוות.
איז דער ענטפער אויף דעם,
אז דער רצון העליון איז ניט נאר אויפן קיום המצוות,
נאר אויך אויף כונת המצוות.
ווארום אין "דירה לו בתחתונים" זיינען דא צוויי ענינים 32
: מען דארף מאכן א דירה לעצמותו,
און אז דער עצם זאל דארט שטיין בגילוי,
עס זאל זיין א ליכטיקע דירה,
ובכדי אז די דירה זאל זיין א ליכטיקע דארפן זיין ליכטיקע מצוות,
מצוות וועלכע באלייכטן און איידלען אויס דעם מענטשן מיט דער וועלט וואס ארום אים.
ז.
און דאס איז געווען דער ענטפער פון משה רבינו אויף טענת קרח ועדתו: אמת טאקע אז המעשה הוא העיקר,
אבער דער קיום פון מצוות דארף זיין אין אן אופן פון "בוקר",
עס זאלן זיין ליכטיקע מצוות,
וועלכע זאלן ברענגען צו "ויודע הוי'",
צו ידיעת וגילוי 33
אלקות.
מען קען טאקע מקיים זיין מצוות אויך אן דער ריכטיקער כונה,
אבער דאס זיינען ניט קיין ליכטיקע מצוות
("בקר")
און זיי ברענגען ניט צו ידיעת
(גילוי)
אלקות
("ויודע הוי'").
און דאס איז אויך רש"י מרמז אין די צוויי טעמים פארוואס משה רבינו האט זיי געהייסן ווארטן ביז "בקר":
א)
"שמא יחזרו בהם",
בכדי זיי זאלן האבן שהות צו תשובה טאן.
און כאטש אז תשובה קען מען טאן בשעתא חדא וברגעא חדא,
האט זיי אבער משה רבינו מרמז געווען,
אז עס פאדערט זיך א "בקר"'דיקע תשובה,
א ליכטיקע תשובה,
וואס דאן פועל'ט די תשובה אז די "מעשים"
(מצוות)
זאלן זיין "טובים".
אויך ווען זיין תשובה קומט פון יראת העונש,
איז מען אים מוחל אויף זיינע עבירות,
דאס איז אבער נאך ניט מזכך דעם מענטשן; ער פארבלייבט אין זיין ישות.
עס דארף זיין א ליכטיקע תשובה,
ביז – תשובה מאהבה רבה,
וואס דאן דוקא איז "זדונות נעשים לו כזכיות",
עס ווירקט אויף די זדונות ממש און אודאי אויף די מצוות וועלכע זיינען געווען אין גלות
(ווי "זדונות")
בתוך הקליפות,
אז זיי זאלן נתהפך ווערן לזכיות,
אנהויבן מאיר זיין.
ב)
"בקר,
אמר לו משה גבולות חלק הקדוש ברוך הוא בעולמו כו'".
משה רבינו האט זיי מרמז געווען די מעלה פון ליכטיקע מצוות אויף די מצוות וועלכע זיינען בגלות בתוך הקליפות,
כאטש אויך זיי זיינען מצות ה',
מיט דעם משל פון ערב ובוקר: ערב און בוקר זיינען ביידע דעם אויבערשטנס באשעפענישן,
און דוקא פון דעם ערב מיטן בוקר צוזאמען ווערט "יום אחד",
און רז"ל זאגן 34
אז דאס איז יום הכפורים,
און פונדעסטוועגן איז ערב – פינסטער,
און בוקר – ליכטיק.
און אין דעם איז אויך דער ענטפער אויף דער טענה "ומדוע תתנשאו": אמת טאקע אז "כל העדה כלם קדושים ובתוכם הוי'",
אז יעדער איד איז הייליק און ניט בלויז מצד זיין נשמה נאר אויך מצד זיין גוף,
און דורך זיין קדושה האט ער בכח
(דורך זיינע מצוות)
צו ממשיך זיין עצמות – "ובתוכם הוי'",
שם העצם – דאך וויבאלד אז מצוות איז ענינם,
זיי זאלן לייכטן,
זיי זאלן זיין מעשים טובים ומאירים,
איז א)
דא אן עילוי אויך אין מעשה המצוות פון משה רבינו אויף די מצוות פון אלע אנדערע אידן,
און דער עילוי איז אן עילוי שבאין ערוך.
ב)
מען דארף מקבל זיין אלע השפעות פון משה רבינו,
ואתפשטותיה דיליה שבכל דרא ודרא,
ניט בלויז בנוגע עבודת המוח והלב,
נאר אויך בנוגע מעשה המצוות 35 ,
ובפרט – אז זיי זאלן זיין מעשים טובים ומאירים.
ח.
די הוראה פאר אונז פון די צוויי סדרות,
שלח און קרח,
איז:
פאראן אזוינע וואס טענה'ן,
אז מעשה המצוות בפועל איז ניט נוגע אויף אזוי פיל,
דער עיקר איז – עס זאל זיין א אידישע הארץ,
"רחמנא לבא בעי" 36
; פאראן אזוינע וואס טענה'ן,
אז מען דארף האבן בלויז מעשה המצוות,
אבער לימוד החסידות און עבודה שבלב איז ניט אזוי וויכטיק,
ווייל המעשה הוא העיקר.
לערנט אונז דא תורה,
אז דער סדר העבודה דארף זיין ניט ווי שיטת המרגלים,
אז מען קען יוצא זיין מיט רוחניות אליין,
און ניט ווי שיטת קרח ועדתו,
אז מען קען יוצא זיין מיט מעשה אליין,
נאר ביידע זאכן מוזן זיין צוזאמען.
און ווי מען האט געזען די הנהגה פון כבוד קדושת מורי וחמי אדמו"ר,
דער בעל השמחה פון י"ב תמוז,
אז ער האט זיך מוסר נפש געווען אויף ביידע זאכן: ער האט געלייגט די גרעסטע כוחות,
ביז צו מסירת נפש בפועל,
אויף ענינים פון מעשה,
אז א אידיש קינד זאל לערנען אל"ף בי"ת; אז א איד זאל מקיים זיין אפילו נאך איין מצוה
(כאטש יענער איז נאך לגמרי ניט געווען שייך צו כונת המצוות און צו דער פנימיות'דיקער אויסאיידלונג וואס ווערט דורך איר,
און אפילו פון מצוות בפועל איז ער נאך אויך געווען ווייט,
דאך האט זיך דער רבי מוסר נפש געווען,
אז דער איד זאל מקיים זיין לכל הפחות איין מצוה)
; און גלייכצייטיק האט דער רבי געלייגט די גרעסטע כוחות און זיך מוסר נפש געווען צו פארשפרייטן תורה,
פנימיות התורה ביז צו עבודת התפלה כדבעי.
און דאס איז דער וועג וואס דער רבי האט אנגעוויזן פאר אלע וואס זיינען שייך צו אים און הולכים בעקבותיו,
אז מען זאל טאן אין ביידע קוים: פונקט ווי מען דארף טאן אין "המעשה הוא העיקר",
דארף מען אויך זען,
אז די מעשה זאל זיין א ריינע און אן איידעלע,
וואס דאס טוט זיך אויף דורך לימוד פנימיות התורה און עבודת התפלה.
און דורך דער עבודה אין ביידע קוים צוזאמען מאכט מען א דירה לו יתברך בתחתונים,
א דירה אין ביידע זאכן: עס זאל זיין א דירה לעצמותו און אז דער עצם זאל זיין בגילוי.
(משיחת ש״פ קרח תשכ"ב)