B"H
🏡

Ikar

שלח א

א.

אין פרשת שלח דערציילט די תורה ווי די מרגלים האבן געזאגט,

– און מיט זייערע רייד אנגעשראקן די אידן – אז מען וועט ניט קענען אייננעמען ארץישראל "כי עז העם היושב בארץ וגו'"

(אז שטארק איז דער פאלק וואס זיצט אין לאנד),

און דעריבער,

האבן זיי גע'טענה'ט,

וועלן מיר ניט קענען ארויפגיין צו מלחמה האלטן מיטן פאלק,

"כי חזק הוא ממנו",

און די חז"ל דערציילען 1

אז די מרגלים האבן געזאגט,

אז די יושבי הארץ זיינען שטארקער חס ושלום

("ממנו" – פון אים)

פון דעם אויבערשטן און "כביכול אפילו בעל הבית אינו יכול להוציא כליו משם"

(אז דער "בעל הבית" קען ניט ארויסציען זיינע כלים פון דארט).

אלע סיפורים פון תורה זיינען דאך א הוראה פאר אונז אין אונזער עבודה בכל דור ודור,

דארף מען פארשטיין: וואס איז די הוראה פון דעם סיפור המרגלים.

אמת טאקע,

אז מען דארף אונז דערציילן דעם סיפור וועגן די מרגלים בכדי מיר זאלן מתקן זיין די "בכיה לדורות" 1

וואס איז ארויסגעקומען פון זייערע טענות,

צוליב דעם איז דאך אבער ניט נוגע צו וויסן די אלע פרטים פון זייערע טענות און די פרטים פון דעם ענטפער וואס מען האט זיי געגעבן.

אויך דארף מען פארשטיין,

ווי אזוי האבן עס די מרגלים מיט אזוינע טענות געקענט אנשרעקן די אידן און זיי איינריידן אז "לא נוכל לעלות".

אידן האבן דאך שוין דאן געזען אז דער אויבערשטער פירט זיי מיט נסים גלויים למעלה מן הטבע:

זייענדיק אין א מדבר "נחש שרף ועקרב" – און דער מדרש דערציילט 2

ווי מורא'דיק די נחשים שרפים ועקרבים זיינען געווען – האבן די אידן כסדר געזען דעם נס למעלה מן הטבע ווי דער ארון 3

מיט די ענני כבוד 4

הרג'ענען אויס די נחשים כו'.

אזוי איז עס געווען ביים אויסהיטן די אידן פון רע,

און אזוי איז עס אויך געווען בנוגע דער השפעה פון טוב: טאג טעגליך האבן זיי געהאט דעם מן,

לחם מן השמים,

צום עסן און מים פון בארה של מרים צום טרינקען,

וואס אין דעם אלעמען זיינען דאך געווען גאר א סך אפענע נסים שלמעלה מהטבע ווי ס'איז מבואר אין מדרשים.

דאס איז בנוגע דער נסים'דיקער הנהגה מיט די אידן זייענדיק אין מדבר.

אויך האבן זיי געזען די איבערנאטירלעכע נצחונות אין דער צייט פון מלחמה מיט אן אנדער פאלק: ווען די מצריים זיינען אנגעפאלן אויף זיי,

האט דאן דער אויבערשטער אליין מלחמה געהאלטן פאר זיי און געשפאלטן פאר זיי דעם ים,

וואס קריעת ים סוף איז דאך איינער פון די גרעסטע נסים,

ביז אז חז"ל באנוצן אויף דעם דעם לשון 5

"קשה".

און ביי די אלע זאכן האבן די אידן ניט געדארפט אנקומען צו אמונה נאר זיי האבן דאס אליין געזען מיט זייערע אויגן.

האבן זיי דאך געדארפט פארשטיין,

אז פונקט ווי דער אויבערשטער האט געטאן מיט זיי נסים ביי דער מלחמה מיט מצרים,

וועט ער אזוי אויך מיט זיי טאן נסים ביי דער מלחמה מיט כנען.

ב.

מען קען עס ניט פארענטפערן דערמיט,

אז דער נצחון איבער פרעה איז ניט קיין באווייז אז דאס זעלבע וועט זיין ביי די איין און דרייסיק מלכים פון כנען,

ווייל זיי זיינען געווען חזקים וגבורים 6

– ווארום אין שירת הים האבן דאך אלע אידן געזונגען "נמגו כל יושבי כנען" 7 ,

אז דער נצחון פון די אידן אין מלחמת מצרים האט אנגעווארפן א גוואלדיקע שרעק אויך אויף אלע יושבי כנען.

און די שרעק איז דאך געווען אזוי גרויס,

אז פערציק יאר שפעטער,

ווען די מרגלים וואס יהושע האט געשיקט זיינען געקומען קיין יריחו,

האבן זיי געהערט ווי דאס וואס "הוביש ה' את מי ים סוף" 8 ,

די נסים פון קריעת ים סוף,

מאכן צעגיין פון שרעק די הערצער פון די יושבי כנען.

איז דאך אודאי,

אז בעת משה רבינו האט געשיקט די מרגלים,

וואס דאס איז דאך געווען נאענט צו יציאת מצרים און קריעת ים סוף,

האבן די אידן געוויס געדארפט זיין זיכער ביי זיך אז זיי וועלן מנצח זיין די ל"א מלכים. 9

נאך מערער: עס שטייט אין גמרא,

אז די אומה צו וועלכער די אידן זיינען משועבד,

מאכט איר דער אויבערשטער פאר דער שטארקסטער פון אלע אומות,

און אין דער צייט ווען די אידן זיינען געווען אין גלות מצרים האט דעמאלט מצרים געהערשט איבער דער גאנצע וועלט 10 .

קומט דאך אויס אז די ל"א מלכים זיינען גאר דאן געווען אונטערטעניק,

אזוי ווי אלע פעלקער,

צו מצרים – איז דאך ממילא מובן,

אז נאכן נצחון איבער מצרים האבן די אידן ניט געהאט וואס צו שרעקן זיך פאר די מלכי כנען.

ג.

עס שטייט אין חסידות 11 ,

אז דער טעם פארוואס די מרגלים האבן ניט געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל און געוואלט פארבלייבן אין מדבר,

איז ווייל זיי האבן זיך ניט געוואלט אראפלאזן און דארפן זיך פארנעמען מיט גשמיות.

זייענדיק אין מדבר,

זיינען די אידן געווען אינגאנצן אפגעשלאסן פון וועלט.

אויך זייער גשמיות'דיקע אכילה ושתיה איז געווען העכער פון ארציות

(ערדישקייט)

: דער מן איז געווען לחם מן השמים,

מים – מבארה של מרים,

און אפילו זייערע בגדים – וואס לבושים זיינען דאך אפגעטיילט,

זאכן אויסערלעכע פון דעם מענטשן,

זיי ווערן ניט פאראיינציקט מיט עם צו ווערן דם ובשר כבשרו,

ווי אכילה ושתיה – זיינען אויך מיטגעוואקסן מיט די אידישע גופים,

כמאמר רז"ל על פסוק 12

"שמלתך לא בלתה מעליך".

אבער קומענדיק קיין ארץ ישראל,

האט זיך אפגעשטעלט דער מן,

און זיי האבן געדארפט עסן לחם מן הארץ,

וואס בכדי צו באקומען דעם לחם מן הארץ דארף מען זיך פארנעמען מיט וועלט,

מיט די מלאכות פון חרישה וזריעה וכו'; אויך האבן זיי דאן ניט געהאט קיין מים מבארה של מרים און אזוי ווייטער.

דעריבער האבן די מרגלים ניט געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל,

טענה'נדיק,

אז זי איז "אוכלת יושביה",

זי עסט אויף די וואס באזעצען זיך אין איר,

זיי ווערן אויך "ארץ" 13 ,

נאר גשמיות,

ניטא די רוחניות'דיקע ענינים וועלכע מען קען האבן בעת מען איז אפגעשלאסן פון וועלט און מען איז פארנומען נאר מיט רוחניות,

ביז אפילו דער גוף הגשמי שפייזט זיך און לעבט מיט לחם מן השמים,

וואס איז מזכך דעם מענטשן ער זאל ווערן א כלי צו תורה,

וואס דערפאר איז "לא נתנה תורה לדרוש אלא לאוכלי המן" 14

(די תורה איז געגעבן געווארן נאר צו די וואס האבן געגעסן דעם מן).

דער אמת איז אבער אז די מרגלים האבן אין דעם געהאט א טעות; די גאנצע כונה איז צו מאכן פאר דעם אויבערשטן כביכול א "דירה בתחתונים" 15

– האבן צו טאן מיט וועלט און מאכן פון איר א כלי צו אלקות.

און דער זיין פון די אידן אין מדבר איז געווען בלויז א הכנה צו דער "דירה בתחתונים",

וואס מען האט געמאכט קומענדיק אין ארץ ישראל 16 .

ד.

לויט דעם ווערט פארענטפערט וואס ניט קוקנדיק אויף די אלע נסים גלויים ביי יציאת מצרים און קריעת ים סוף,

און אויך די נסים גלויים וואס זיינען געווען אין מדבר,

האבן די מרגלים גע'טענה'ט "כי חזק הוא ממנו":

זיי האבן געזאגט,

אז פון די נסים און דעם נצחון שלמעלה מן הטבע וואס די אידן האבן געהאט אין מדבר,

זייענדיק אויסגעטאן פון ענינים ארציים,

איז ניט קיין ראיה אויף דער צייט און דעם סדר והנהגה וועלכע זיינען פארבונדן מיט ארץ ישראל,

ווען עס פאדערט זיך די עבודה פון "ארץ נושבת",

פון זיין אנגעטאן בהתישבות אין וועלט.

אין מדבר,

אז מען האט צו טאן מיט הימל־זאכן,

האבן דארט אן ארט נסים שלמעלה מהטבע; בשעת אבער עס הויבט זיך אן א סדר עבודה פון "ארץ נושבת",

איז דאן די הנהגה פון אלע עניני העולם על־פי טבע

(ווי ס'איז טאקע – אין כמה ענינים – גלייך געווארן בפועל: ס'האט אויפגעהערט דער מן,

דער בארה של מרים,

די ענני הכבוד און אזוי ווייטער)

– און לויט דער הנהגה,

קען מען ניט מנצח זיין די "ילידי הענק",

וואס זיינען בטבע שטארקער פון די אידן.

און דאס איז געווען זייער טענה: "כביכול אפילו בעל הבית אינו יכול להוציא כליו".

אודאי האבן זיי געוואוסט און נאכמער – געזעען אז דער אויבערשטער איז דער "בעל הבית" אויף דער גאנצער וועלט און קען מיט איר טאן וואס ער וויל,

ס'איז "כליו" – זיינע כלים; זיי האבן אבער געמיינט,

אז בכדי "להוציא את כליו" – ארויסנעמען די ניצוצות וועלכע געפינען זיך אין גשמיות פון ארץ כנען און מעלה זיין זיי צו קדושה – קען עס זיין נאר אויב מען איז ניט אין וועלט און די הנהגה איז העכער פון וועלט

(מדבר און א מדבר־הנהגה).

אבער אז די וועלט זאל בלייבן וועלט,

מיט אלע אירע טבע־געזעצן,

און דאך זאל זי ווערן א כלי צו אלקות,

אויף דעם – האבן זיי געהאלטן – האט זיך דער אויבערשטער געמאכט פאר אויס בעל הבית חס ושלום: אויב די וועלט פירט זיך לויט דעם בעל־הבית

(אויבערשטנס)

רצון אין א הנהגה פון טבע,

ווי קענען דארט האבן אן ארט נסים – היפך פון טבע?

און אויף דעם האבן געענטפערט כלב און יהושע: "אם חפץ 17

בנו ה'" וויבאלד אז דער אויבערשטער איז פנימיות רצונו אז מיר זאלן דארט אויספירן זיין כונה פון דירה בתחתונים – איז "לחמנו הם וגו' וה' אתנו אל תיראום",

מיר האבן ניט וואס צו נתפעל ווערן און מורא האבן פון וועלט,

ווייל כאטש אז וועלט בלייבט טאקע אין גדר הטבע,

איז אבער דער אויבערשטער אלע מאל מיט אידן און ער גיט זיי אין טבע גופא א הצלחה למעלה מן הטבע צו מאכן פון וועלט לחמנו 17

– "דם ובשר כבשרו" ווי מיר זיינען יעצט במדבר,

ושכנתי בתוכם,

א כלי צו אלקות.

ה.

באמת זיינען די נסים וואס זיינען אנגעטאן אין דרכי הטבע נאך העכער ווי די נסים גלויים שלמעלה מהטבע 18 .

די נסים וואס זיינען העכער ווי טבע,

ווייזן ווי אלקות איז ניט באגרענעצט חס ושלום אין הגבלות הטבע,

ער קען ברעכן די טבע; אבער די נסים וועלכע זיינען אנגעטאן אין טבע ווייזן ניט בלויז אז אלקות איז ניט מוגבל אין טבע,

נאר אויך אז ער איז ניט מוגבל אין דער הגבלה פון למעלה מהטבע.

ער איז העכער סיי פון טבע און סיי פון למעלה מהטבע,

און דעריבער קען ער זיי ביידן מחבר זיין,

אז טבע און למעלה מהטבע זאלן זיין צוזאמען.

אט דער גילוי איז בעיקר געווען אין קדשי קדשים.

דארט איז געווען דער חיבור פון מקום מיט למעלה מן המקום: דער "מקום הארון" וואס איז געווען מדוד מיט דער מאס על־פי תורה פון ארון – "אמתים וחצי ארכו ואמה וחצי רחבו" – איז אט דער מקום מוגבל אליין געווען "אינו מן המדה" 19 ,

ער האט ניט פארנומען קיין ארט אין קדשי קדשים; ס'איז געווען דער חיבור פון מקום ובלי מקום כאחד 20 .

און בכדי אז אידן זאלן אט דאס אויפטאן אין וועלט האבן זיי געדארפט אריינגיין אין ארץ ישראל.

אין מדבר איז געווען למעלה מן הטבע,

אבער אין ארץ ישראל האט זיך דורכגעפירט דער חיבור פון טבע מיט למעלה מהטבע צוזאמען.

דאס איז אויך דער טעם,

וואס די בקיעה פון ירדן – די התחלה פון דעם אריינגיין אין ארץ ישראל – איז געווען דורך דעם ארון 21 ,

ווייל דאס זיין אין ארץ ישראל און ענין הארון איז די זעלבע זאך 22

– חיבור פון טבע און העכער פאר טבע 23 .

ו.

לויט דעם וועט מען אויך פארשטיין דעם לשון פון כלב'ס ענטפער: "עלה נעלה וירשנו אותה".

דער לשון "עלה נעלה" ווייזט אויף צוויי פארשיידענע סוגים פון עליות.

ניט צוויי עליות וואס ביידע זיינען אין זעלבן סוג,

ווארום אויב אויך די צווייטע עליה איז אין זעלבן סוג און איז בערך צו דער ערשטער,

איז עס נאך אלץ אין דעם כלל פון דער ערשטער עליה 24

און מ'קען עס ניט רופן א צווייטע עליה.

"עלה נעלה" מיינט צוויי סוגים עליות.

און דערמיט האט כלב מרמז געווען,

אז קומענדיק אין ארץ ישראל וועט מען צוקומען צו א נייעם סוג עליה.

ניט בלויז די עליה צו העכער פון טבע

(ווי אין מדבר),

נאר אויך צו העכער פון למעלה מן הטבע 25 .

און דאס איז אויך וואס ער איז מסיים "וירשנו אותה": ירושה באדייט אז דער יורש שטעלט זיך אוועק אין דעם ארט פון דעם מוריש ממש.

ביי מכירה און מתנה גייט טאקע איבער דער חפץ פון דעם מוכר און דעם נותן צו דעם לוקח ומקבל,

אבער זיי שטעלן זיך ניט במקום המוכר והנותן,

דאס הייסט אז זיי נעמען ניט די עצמיות פון מוכר און נותן.

אנדערש איז ביי ירושה: דער יורש איז עומד במקום המוריש ממש 26 ,

ער נעמט די עצמיות פון דעם מוריש.

און דאס מיינט "וירשנו אותה": דורך דער כניסה אין ארץ ישראל,

"ארץ נושבת",

און פארנעמען זיך מיט ענינים גשמיים בכדי צו מאכן פון זיי כלים צו אלקות,

ווערט דער "נעמען וועלט" אין אן אופן פון ירושה.

מען נעמט עצמות אלקות.

ז.

די הוראה פון פרשת המרגלים אין עבודה:

ביי יעדער אידן זיינען פאראן אין זיין לעבן די צוויי תקופות – מדבר און ארץ ישראל.

און אזוי אויך – יעדער טאג.

אין אנהויב פון טאג איז א איד פארנומען מיט דאוונען,

לערנען א שיעור בתורה נאכן דאוונען,

וכדומה,

און ער האט ניט צו טאן מיט גשמיות.

כאטש אז די מצות פון ציצית און תפילין וואס ער טראגט זיינען דאך אנגעטאן אין דברים גשמיים,

האט ער דא אבער ניט צו טאן מיטן מיצר והגבלה פון וועלט,

כמובן; אבער נאכן דאוונען און לערנען דארף ער זיך פארנעמען מיט וועלט־זאכן,

אין די עסקים פון עניני הרשות,

און טאן די עבודה פון "בכל דרכיך דעהו".

קען ער דאך טענה'ן: מילא בשעת לימוד התורה,

בעת ער לערנט חכמתו ורצונו של הקדוש ברוך הוא,

איז פארשטאנדיק אז דא איז פאראן נאר דער אויבערשטער און ער; על אחת כמה וכמה בשעת התפלה,

ווען ער שטייט בתכלית הביטול צו אלקות,

איז דאן אפילו זיין ער,

זיין מציאות,

אויך ניטא,

דא איז פאראן נאר דער אויבערשטער אליין.

בשעת אבער ער איז פארנומען בעניני הרשות,

אין ענינים פון עולם לשון העלם והסתר 27 ,

און תורה אליין פאדערט ביי אים "תעשה",

ער זאל זיך פירן לויטן סדר העולם – איז ווי קען ער פועל'ן ביי זיך אז זייענדיק אין סדר העולם,

זאלן די ענינים הגשמיים ביי אים ניט פארנעמען קיין ארט,

ער זאל ניט האבן אין זיי קיין געשמאק און נוצן זיי בלויז צו עבודת ה'?

אדרבה – טענה'ט ער – בעת ער איז פארנומען רוב היום מיט עניני העולם,

איז ניט נאר וועט ער ניט קענען פועל'ן ביי זיך צו זיין א גאנצן טאג ווי ס'דארף צו זיין,

נאר נאך מער: "ארץ

(איז)

אוכלת יושביה"; דאס וועט אים מבלבל זיין און שטערן אויך אין דער צייט פון זיין תורה ותפלה,

אז אויך דעמאלט וועלן אים אריינפאלן מחשבות זרות פון זיין פארטראגנקייט אין עניני העולם א גאנצן טאג.

אויף דעם זאגט מען אן,

אז דאס איז געווען די טענה פון די מרגלים: זיי האבן געהאלטן,

אז אויב מען האט צו טאן מיט וועלט און מ'געפינט זיך אין א סדר פון וועלט,

איז "כביכול אפילו בעל הבית אינו יכול להוציא כליו".

דער אמת איז אבער,

אז קיום התורה ומצוות דארף זיך דורכפירן אין א סדר פון טבע 28 ,

און ניט קוקנדיק אויף די הגבלות הטבע – אויב נאר "חפץ 29

בנו ה'",

מען גייט אין וועלט בשליחותו ובחפצו של הקדוש ברוך הוא 30

– האט מען דעם כח,

דורך דעם ארון וואס ער איז גאנץ אויך איצטער – ס'איז מער ניט וואס "נגנז" 31

אבער ער איז אויך איצטער בשלימותו – צו מיחד זיין טבע מיט למעלה מן הטבע און מאכן בתחתונים א דירה לו יתברך.

ח.

עס שטייט אין קבלה און עס ווערט געבראכט אין לקוטי תורה 32 ,

אז די מרגלים האבן געוואלט זיין אין עולם המחשבה און ניט געוואלט אראפקומען אין דיבור.

נאך א דיעה איז 33 ,

אז אויך אויף עולם הדיבור האבן זיי מסכים געווען,

אבער זיי האבן ניט געוואלט אראפקומען אין מעשה.

דער חילוק צווישן מחשבה און דיבור איז: מחשבה איז פאר זיך אליין און דיבור איז אז מען וויל אויפטאן אין א צווייטן.

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז דער אויפטו פון דער עבודה אין ארץ ישראל אויף דער עבודה אין מדבר באשטייט ניט נאר אין דעם אז עס מוז זיין די עבודה אין קיום המצוות ווי זיי זיינען אנגעטאן אין דברים גשמיים

(ניט בלויז אין תורה אליין),

און אויך די עבודה פון בכל דרכיך דעהו

(ווי פריער גערעדט)

– דאס אלעס קען זיין אין א אופן אז ער טוט נאר מיט זיך; און כל־זמן א איד טוט נאר מיט זיך אליין,

כאטש ער פארנעמט זיך טאקע אויך מיט דברים גשמיים,

איז עס נאך אלץ מדבר,

עולם המחשבה – דער אויפטו פון ארץ ישראל איז: עבודה מיטן זולת,

אפגעבן זיך מיט א צווייטן אידן און מאכן אים פאר א תורה־ומצות־איד.

קען דאך דער יצר הרע טענה'ן: אויב איך וועל זיך אפגעבן מיט א צווייטן און פועל'ן אויף אים,

וועל איך זיך זיכער פילען העכער פון עם

(ובפרט אז יענער וועט מיר פאר דעם אפדאנקען,

אפגעבן כבוד און משבח זיין),

ווער איך דורך דעם א מציאות ויש,

וועל חס ושלום אריינפאלן אין גאוה,

מקור כל המיני רע 34

; איז דאך גלייכער אז איך זאל זיין אפגעשלאסן פאר זיך.

איז דער ענטפער אויף דעם: דאס איז געווען טענת המרגלים,

וואס האבן געזאגט "ארץ אוכלת יושביה היא".

דער אמת איז אבער,

אז "אם חפץ בנו ה'",

אויב מען טוט עס בכדי צו דורכפירן דעם אויבערשטנס חפץ,

איז ניט נאר וואס עס קומט ניט ארויס דערפון קיין ירידה,

נאר אדרבה – "עלה נעלה".

קען דאך אבער דער יצר הרע טענה'ן: אמת טאקע אז מען דארף טאן אויך מיט א צווייטן,

ס'איז אבער גענוג אז איך זאל משפיע זיין אויף אזא וואס איז בערכי,

אין מיין ערך,

און איך דארף ניט אראפלאזן זיך צו מציל זיין אזא וואס איז לגמרי נידעריקער פון מיין סוג,

ווארום דורך האבן צו טאן מיט גאר נידעריקע מענטשן קען איך גאר חס ושלום אליין באווירקט ווערן פון זייער נידעריקייט.

איז דא נאך א הוראה פון פרשת המרגלים,

אז אויך דיבור איז ווייניק און עס מוז זיין דוקא מעשה.

דער חילוק צווישן דיבור און מעשה איז: דיבור איז טאקע צו א זולת,

אבער צו א זולת שבערכו,

מ'קען ריידן נאר צו א מדבר,

צו א מענטשן און צו אזא וואס הערט,

פארשטייט די שפראך און אזוי ווייטער.

מה שאין כן מעשה פועל'ט אפילו אין א דומם.

אט־די הוראה,

אז ס'מוז זיין מעשה,

לערנט אונז אז מען דארף זיך אפגעבן צו מקרב זיין אפילו אזא אידן וואס איז לגבי אים אין א בחינת דומם,

און דוקא דורך דעם קומט מען צו צו דער אמיתית העליה – "עלה נעלה וירשנו אותה".

(משיחת ש"פ שלח תשכ"ב)

Reader controls and commentary are loading.