B"H
🏡

Ikar

עמוד 1035

א.

די גמרא אין יומא 1

פרעגט: "כתיב 2

וברדת הטל על המחנה לילה ירד המן עליו

(און ווען דער טל נידערט אראפ אויף דער מחנה ביינאכט טוט דער מן אראפנידערן אויף אים – איז משמע אז דער מן איז אראפגעקומען אין דער מחנה)

; וכתיב 3

ויצא העם ולקטו

(און דער פאלק איז ארויסגעגאנגען און געקליבן – וואס יציאה איז משמע,

אז זיי האבן געדארפט ארויסגיין מחוץ למחנה צו קלייבן דעם מן)

; וכתיב 4

שטו העם ולקטו

(וואס "שטו" מיינט אז זיי האבן געדארפט גיין צו א ווייטן ארט בכדי צו קלייבן דעם מן)

הא כיצד"

(ווי שטימען עס אלע דריי זאכן)?

און די גמרא ענטפערט,

אז די דריי לשונות ריידן וועגן דריי באזונדערע סוגים פון אידן: "צדיקים ירד על פתח בתיהם,

בינונים יצאו ולקטו,

רשעים שטו ולקטו"

(פאר צדיקים איז דער מן געפאלן ביי דער טיר פון זייערע הייזער,

בינונים זיינען ארויס אויסער דער מחנה צוליב דעם מן און רשעים האבן געדארפט גיין נאך ווייטער).

און אזוי איז אויך די גמרא דארט 1

מבאר די דריי לשונות "לחם",

"עוגות",

און "וטחנו": פאר צדיקים איז דער מן שוין געווען ווי געבאקטער ברויט

("לחם")

; בינונים האבן דעם מן געדארפט באקן

("עוגות")

; און רשעים האבן געדארפט אנהייבן פון מאלן

("וטחנו ברחים").

ב.

דער מן ווערט אין דער תורה באצייכנט מיטן נאמען "לחם מן השמים" 3

אדער "דגן שמים" 5 .

דערפאר זיינען פאראן דעות אין ראשונים 6

אז די ברכה וואס די אידן פלעגן מאכן אויפן מן,

איז געווען "המוציא לחם מן השמים".

דער חילוק צווישן לחם מן השמים און לחם מן הארץ איז: לחם מן הארץ פאדערט פיל ארבעט און פארשידענע מלאכות ביז ער ווערט ראוי צו עסן,

ווי די גמרא 6

זאגט: "תנא סדורא דפת נקט",

מען דארף אקערן,

זייען און אזוי ווייטער און נאך דעם אלעמען איז עס ערשט א לחם וואס האט אין זיך פסולת; אנדערש איז אבער דער לחם מן השמים; ביי אים האט מען ניט געדארפט האבן די אלע מלאכות 8 ,

אויך איז אין אים גאר קיין פסולת ניט געווען 9 .

און אט דער לחם מן השמים איז געווען א שפייז ניט נאר פאר צדיקים,

נאר אויך פאר בינונים – ניט דוקא אזא מדריגה וואס ווערט אין תניא 10

אנגערופן בינוני,

נאר אויך א בינוני כפשוטו,

מחצה זכיות ומחצה עוונות – און אפילו פאר די וועלכע זיינען נאך אין א נידעריקערע מדריגה ווי א בינוני כפשוטו – פאר רשעים.

און דער אופן ווי דער מן איז געווען א מזון אויך פאר רשעים,

איז אז "לא היה בו פסולת": ניט אז דורך זייער עסן איז דער מן פארענדערט געווארן און אנגעווארן זיין מעלה,

נאר אויך ווערנדיק א טייל פון זייער דם ובשר איז דער מן פארבליבן אין זיין מעלה.

נאך מערער: ניט נאר איז דער מן דורך דעם עסן פון די רשעים

(אפילו אזא וואס האט מיט זיך געטראגן דעם פסל מיכה) 11

ניט נשתנה געווארן,

און איז פארבליבן במהותו ובמעלתו,

נאר מצד דעם וואס פארבלייבנדיק במעלתו איז דער מן אריין צו זיי אין א פנימיות,

האט ער גע'פועל'ט אין זיי א זיכוך.

וכמאמר רז"ל 12

: "לא נתנה תורה לדרוש אלא לאוכלי המן",

אז דורך זייער עסן דעם מן זיינען די אידן געווארן ראוי צו קבלת ודרשת התורה; די פעולה פון מן איז געווען אין די אלע סוגים פון ששים רבוא אידן,

ווארום יעדערער פון זיי האט דאך מקבל געווען די תורה,

און יעדערער פון זיי האט א חלק אין פשט,

רמז,

דרוש און סוד פון תורה 13 .

הגם אז אויך נאכן עסן דעם מן זיינען די רשעים פארבליבן ווי געווען,

און ס'האט זיי ניט באווירקט צו טאן תשובה באלד אויפן ארט – וואס דערפאר איז אויך שפעטער ביי א טייל אידן געווען דער סדר פון טחנו דכו ובשלו 14 ,

זיי האבן געדארפט האבן טרחה ביים צוגרייטן דעם מן צום עסן,

און אויך דער "וינסו אותי זה עשר פעמים" 15

איז טיילווייז געווען נאך דער אכילה פון מן 16

– מיינט עס אז דער מן האט נאך דאן אין זיי ניט גע'פועל'ט דעם זיכוך בשלימות,

אבער געוויס האט ער זייענדיק אן ענין שכלו טוב עפעס אן "עגבער געטאן",

און סוף־כל־סוף,

כשנתקים היעוד און דער זיכוך איז נשלם געווארן,

האט אויך די אכילה געהאט א חלק אין דעם.

ג.

לויט דעם וועט מען אויך פארשטיין וואס עס שטייט אין ספר העתים 17

בשם הרס"ג,

אז בשעת מען געפינט זיך שבת אין א דרך רחוקה און מען ווייסט ניט וועלכע פרשה צו לייענען דעם שבת,

זאל מען לייענען פרשת המן,

וואס יש אומרים דעם טעם ווייל פרשת המן נאמרה בשבת 17* .

ולכאורה,

זיינען דאך פאראן כמה פרשיות פון תורה וועלכע זיינען געזאגט געווארן אום שבת,

"ודכולי עלמא בשבת ניתנה תורה" 18 ,

– קען מען דאך לייענען די עשרת הדברות.

וואס איז דער טעם וואס מען דארף לייענען דוקא פרשת המן 18* ?

אבער לויט ווי פריער גערעדט,

אז דער מן האט ניט אנגעווארן זיין מעלה אפילו ווען ער איז אראפגעקומען זייער נידעריק,

איז פארשטאנדיק די ספעציעלע שייכות פון פרשת המן צו שבת: אויך שבת האט אין זיך די זעלבע תכונה – ס'איז אן ענין נעלה ביותר,

וואס אויך קומענדיק למטה מטה פארבלייבט ער אין זיין עצמיות'דיקן מהות און מעלה 19 .

עס שטייט: "ויכלו השמים והארץ וכל צבאם",

אז בשבת שטייען "השמים והארץ וכל צבאם",

די גאנצע בריאה,

אין א כליון צו דעם אויבערשטן

("ויכלו" מלשון כליון,

אויסגיין) 20 .

מיינט עס אבער ניט אז עס ווערט אויס וועלט,

נאר אז די וועלט ווי זי איז,

ווערט נתעלה,

דערהויבן אין דעם כליון.

דערפאר איז דער דין 21

: שבת מצוה לענגו באכילה ושתיה,

אז דער תענוג וואס א איד האט פון דער אכילה ושתיה גשמיים אום שבת,

ניט נאר די אכילה ושתיה נאר דער תענוג גופא,

ווערט א מצוה.

אין די וואכן־טעג דארף מען עסן און טרינקען נאר אויף אזויפיל וויפל ס'איז נויטיק פארן קיום הגוף,

און אויך דאן דארף מען ניט אויסן זיין דעם תענוג דערפון,

נאר טאן דאס מצד ההכרח,

ווייל דער תענוג איז מגשם; מה־שאין־כן בשבת,

איז ניט נאר וואס דער תענוג איז ניט מגשם

("פרש חגיכם קאמר ולא פרש שבתכם") 22 ,

נאר אדרבה,

דער תענוג אליין איז א מצוה 23 .

ווארום דער אור פון שבת דרינגט דורך די גאנצע בריאה,

ביז אז אפילו א רשע גמור אינו משקר בשבת 24 ,

איז דאך ניט דער טייטש,

אז שבת טוט ער תשובה און ער ווערט אויס רשע.

דא רעדט זיך אויך וועגן אזא וואס בלייבט דער זעלבער ווי נעכטן,

און פונדעסטוועגן זאגט ער שבת ניט קיין שקר,

ווייל דער אור פון שבת נעמט דורך אויך דעם תחתון ביותר.

און דעריבער,

בשעת מען ווייסט ניט וועלכע פרשה מען דארף לייענען דעם שבת,

לייענט מען פרשת המן דוקא: אלע המשכות אין וועלט ווערן דאך נמשך דורך תורה; וואס דערפאר,

בכדי צו אויפטאן אין וועלט דעם ענין פון שבת,

אז דער מטה זאל ווערן דורכגעדרונגען מיטן אור פון שבת,

איז אויב מען ווייס ניט דעם ענין בתורה וואס איז מיוחד פאר דעם צו דעם שבת דארף מען לייענען די כללית'דיקע פרשה בתורה וואס אויף דעם 25

– די פרשה פון מן,

ווייל אויך דער מן במעלתו העצמית האט דערגרייכט ביז די נידעריקסטע מדריגות.

אבער אין די עשרת הדברות,

אדער אן אנדער פרשה פון דער תורה,

כאטש זיי זיינען זייער הויך,

ווייזן זיי ניט אויף אזויפיל אויף זייער אראפקומען במעלתן כמו שהן למטה מטה.

ד.

אלע זאכן פון וועלט נעמען זיך פון תורה.

די צוויי סוגים פון לחם,

לחם מן הארץ און לחם מן השמים

(מן)

זיינען פאראן אויך אין תורה,

וואס תורה ווערט אנגערופן לחם 26 ,

און פון די צוויי סוגי לחם פון תורה,

נעמען זיך די צוויי סוגי לחם בגשמיות.

די צוויי סוגי לחם אין תורה זיינען: גליא דתורה און פנימיות התורה.

גליא דתורה הייסט לחם מן הארץ און פנימיות התורה – לחם מן השמים 27 .

גליא דתורה הייסט לחם מן הארץ,

צוליב די קושיות ומחלוקות וואס זיינען אין דעם פאראן – ס'איז פארבונדן מיט טרחה און יגיעה; פנימיות התורה הייסט לחם מן השמים – "דלית תמן לא קשיא כו' ולא מחלוקת כו'" 28

(אין דעם איז ניטא קיין קושיות און מחלוקת).

מען דארף אבער ניט מיינען: וויבאלד אז פנימיות התורה ווערט אנגערופן לחם מן השמים איז דאס שייך נאר צו יחידי סגולה; אויך פנימיות התורה,

פונקט ווי דער מן,

איז שייך צו אלע אידן,

אויך צו רשעים,

אפילו צו רשעים אין פשוט'ן טייטש – ווייל ניט נאר וואס עס וועט ניט ברענגען קיין שאדן חס ושלום,

פונקט ווי דער מן וואס אין בו פסולת,

וואס האט ניט געבראכט קיין שאדן,

נאר אדרבה,

צוליב דעם וואס "תלמוד גדול שהתלמוד מביא לידי מעשה" 29 ,

וועט דער לימוד החסידות געוויס פועל'ן אז סוף־כל־סוף וועלן זיי תשובה טאן און ווערן לומדי תורה ומקימי מצוות,

וכהבטחת רז"ל 30 ,

אז המאור שבה – דער מאור פון תורה,

וואס דאס מיינט פנימיות התורה 31

– מחזירו למוטב.

דערפאר טאר מען קיין אידן ניט אפרייסן חס ושלום פון לימוד פנימיות התורה,

אדרבה.

מען דארף זיך משתדל זיין און ברענגען יעדן אידן צום לחם מן השמים,

צו לערנען פנימיות התורה,

ווייל דורך דעם וועט ער שנעלער קומען צום אמת האמתי,

ער וועט זיין "אינו משקר",

עס וועט ביי אים אראפגענומען ווערן דער שקר פון עולם וואס פארדעקט און לייקנט דעם אמת הוי',

ביז אז ביי אים וועט ניט זיין קיין מחלוקת צווישן נפש האלקית און נפש הבהמית; ביי אים וועלן ניט זיין קיין קושיות וספקות כו',

און ער וועט גיין בדרך המלך,

מלכו של עולם.

ה.

עס זיינען דא אזעלכע וואס טענה'ן,

אז יענע אידן וואס זיינען נאך דערווייל ניט בבחינת צדיקים טאר מען זיי ניט צולאזן צו פנימיות התורה.

דארף מען וויסן,

אז דערמיט וואס מען באווירקט א אידן צו לערנען פנימיות התורה – מחזירו למוטב,

ברענגט מען אים סוף־סוף צו תשובה; און אויב מען פירט זיך פארקערט,

איז ניט נאר וואס מ'העלפט ניט יענעם צו ווערן העכער,

נאר אדרבה,

מען איז אים רחמנא לצלן מדחה,

ער זאל חס ושלום ווערן נאך נידעריקער ווי ער איז.

און אז מען וועט מאנען ביים נדחה פארוואס ער איז אזוי נידעריק,

וועט ער ענטפערן: "כי גרשוני היום מהסתפח בנחלת הוי'" 32 ,

מען האט מיר פארטריבן פון זיין באהעפט צו דעם אויבערשטנס נחלה; און מען וועט פאדערן,

אז מען זאל גוט בודק זיין דעם וואס האט אים מדחה געווען,

צי ער איז פיינער און בעסער פון אים.

נאך מער: מען וועט מאנען,

אז מען זאל דעם מדחה ניט מעסטן אין פארגלייך צו די כוחות פון נדחה,

נאר לויט די כוחות פון מדחה.

(ווי אין חסידות ווערט ערקלערט דער פסוק 33

"והאיש משה ענו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה": משה רבינו האט ביי זיך געטראכט,

אז אויב אן אנדער איד וואלט געהאט אזא הויכע נשמה און אזא סיעתא דשמיא ווי ער,

משה רבינו,

האט – וואלט יענער געווען גרעסער פון אים).

מען דארף מאכן קלאר,

אז בשעת מען איז מונע א אידן פון לימוד התורה – תורת חיים,

ובפרט ווען מען לאזט אים ניט צו צו פנימיות התורה – אילנא דחיי כח ,

איז מען רחמנא לצלן א הורג נפש בדקות,

מען רייסט אים אפ פון דביקות באלקים חיים 34 .

ו.

כלל זעען מיר,

אז וואס נענטער עס ווערט צו ביאת המשיח,

אלץ ווייניקער ווערן די מחלוקות און די טענות אויף עניני החסידות.

אמאל זיינען געווען טענותאויף חסידות גופא.

היינט,

ווען עס איז שוין נאענט צו עלות השחר – שחרו של משיח,

זיינען שוין ניטא קיין טענות אויף חסידות גופא.

האט זיך אבער דער יצר הרע געכאפט אויף א נייער המצאה,

נייע טענות: צו חסידות דארף מען האבן הכנות,

חסידות איז שייך נאר צו יחידי סגולה וכו'.

יעדער העלם והסתר האט דאך אין זיך א כונה – און די כונה איז,

אז מען זאל אויסנוצן דעם העלם: ניט נאר דארף מען פון אים ניט נתפעל ווערן,

נאר אדרבה,

דער העלם זאל פועל'ן,

אז מען זאל זיך שטארקן,

בתוספות אומץ,

אין לימוד והפצת החסידות 35 .

און בשעת דער יצר הרע וועט זען אז דער העלם וואס ער האט געמאכט,

האט נאך געבראכט א פארשטארקונג אין דעם לימוד און אין דער הפצה פון חסידות,

וועט ער זיך איבערצייגן אז עס האט זיך פאר אים ניט געלוינט,

און גם אויביו ישלים עמו – ער אליין וועט דעם העלם אראפנעמען.

דער אויבערשטער זאל העלפן,

מען זאל ניט נתפעל ווערן פון קיינע נסיונות און פון קיינע העלמות והסתרים,

און אדרבה,

זיי זאלן נאך צוגעבן א תוספות כח ואומץ אין הפצת המעינות,

און וואס מער מען וועט טאן אין הפצת המעינות,

אלץ מער וועט מען מקרב זיין די גאולה שלמה ואמתית למטה מעשרה טפחים,

דורך משיח צדקנו,

במהרה בימינו.

(מלוקט משיחות יו״ד שבט תשי״ז וש״פ בשלח תשכ״ג)

Reader controls and commentary are loading.