א.
אין פרשת נשא ווערט ארומגערעדט דער דין פון סוטה: בשעת א מאן איז "מקנא" צו זיין פרוי,
און ער זאגט איר אן "אל תסתרי
(זאלסט זיך ניט באהאלטן)
עם איש פלוני",
און זי האט אים ניט געפאלגט,
איז כאטש עם קען זיין אז זי האט מיט דעם איש פלוני,
ניט געזינדיקט,
איז צוליב דעם אליין,
וואס זי האט זיך מיט אים באהאלטן נאך דעם וואס איר מאן האט איר געווארנט,
ווערט זי אנגערופן סוטה 1
און עם זיינען דא כמה דינים וואם עם דארף געטאן ווערן בענין סוטה,
ווי עם ווערט אויספירליך ערקלערט אין דער סדרה.
איש ואשה דא למטה מיט אלע זייערע פרטים זיינען א דוגמא אויף זייער שורש פון וואנעט זיי נעמען זיך ביז לשרשם הראשון צו כביכול - הקדושברוך־הוא און כנסת ישראל וואס ווערן אנגערופן איש ואשה 2
איז דערפון פאר שטאנדיק,
אז די אלע פרטי דינים פון סוטה,
זיינען אויך פאראן בנוגע כנסת ישראל מיט הקדוש־ברוך־הוא 3 .
דער ״קינוי״ פון הקב״ה צו כנסת ישראל,
איז דעם אויבערשטנס ציווי צו יעדער אידן "לא יהי׳ לך
(ל׳ יחיד)
אלקים אחרים על פני",
וואם בדוגמא צו דעם איז "אל תסתרי עם איש פלוני".
ס׳איז אבער ניט מובן: ווי איז שייך פאר דעם אויבערשטן אן ענין פון ״סתירה״,
באהאלטן זיך פון אים?
וויבאלד אז דער אויבערשטער איז דאך דא אומעטום,
"לית אתר פנוי מיני" 4 ,
און וואו א מענטש זאל זיך ניט פארבאהאלטן איז ער אלע מאל פאר דעם אויבערשטנס אויגן,
ווי עם שטייט 5
: "אם יסתר איש במסתרים ואני לא אראנו נאום ה׳"
(צי אז א מענטש וועט זיך פארבארגן אין באהאלטענישן,
וועל איך אים דען ניט זען! זאגט דער אויבערשטער).
היינט וואס מיינט "סתירה" פון כנסת ישראל פון הקב״ה?
דער ענטפער אויף דעם: דער אויבערשטער זאגט אויף א בעל גאוה "אין אני והוא יכולין לדור" 6 ,
איך
(זאגט דער אויבערשטער)
און ער
(א בעל גאוה)
קענען זיך ניט געפינען אין דעם זעלבן ארט,
קומט אוים,
אז גאוה איז אן ענין פון "סתירה" פון דעם אויבערשטן כביכול 7
; אין דעם בעל גאוה געפינט ער זיך ניט,
און ער זעט ניט כביכול דעם בעל גאוה.
וכפירוש הבעש״ט אויף דעם זעלבן פסוק - בניחותא: "אם יסתר איש במסתרים ואני - לא אראנו",
אז בשעת א מענטש איז "ואני",
ער איז ביי זיך א "איך",
איז "לא אראנו",
דער אויבערשטער כביכול זעט אים ניט.
ב.
עס שטייט אין גמרא 8 ,
אז "בעל שמחל על קינויו קינויו מחול",
אפילו נאך דעם וואס דער מאן האט מקנא געווען צו זיין פרוי און געזאגט אל תסתרי עם איש פלוני,
קען ער אראפנעמען זיין קינוי,
און ס׳איז גלייך ווי ער וואלט קיינמאל ניט מקנא געווען.
און די גמרא פסק׳נט אפ,
אז דאס וואס דער בעל קען מוחל זיין,
איז עס דוקא "קודם סתירה"
(איידער זיין פרוי האט זיך פארבאהאלטן מיט דעם מענטשן אויף וועלכן דער מאן האט איר אנגעזאגט ״אל תסתרי"),
אבער "לאחר סתירה",
העלפט ניט זיין מחילה.
און דער טעם דערפון איז:
כל־זמן שלא נסתרה,
איז נאך ניטא קיין זאך אויסער זיין קינוי,
און אויף זיין קינוי איז ער א בעל־הבית,
און דערפאר קען ער דאס מבטל זיין.
אבער לאחר הסתירה,
איז דאך דא נאך א זאך וואס איז ניט אפהענגיק אין אים.
דעריבער העלפט ניט זיין מחילה.
אין ירושלמי 9
אבער שטייט,
אז דער בעל קען מוחל זיין אויף זיין קינוי אפילו נאך דעם ווי נסתרה,
"כל זמן שלא נמחקה המגילה"
(כל־זמן די מגילה וואס מען שרייבט פאר דער סוטה איז ניט אפגעמעקט געווארן).
איז מבאר אין דעם דער ראגאטשאווער 10 ,
אז ס׳איז ניט קיין פלוגתא צווישן בבלי און ירושלמי: דער ירושלמי רעדט וועגן אזא סארט סתירה,
וואם איר גאנצע מציאות איז בלויז מצד דעם קינוי 11 ,
ווי צ.
ב.
בעת ער זאגט איר "אל תסתרי עם אביך" אדער "עם מאה בני אדם",
וואס אן זיין מקנא זיין איז עס גאר קיין סתירה ניט *11 ,
איז בשעת דער בעל איז מוחל און נעמט צו זיין קינוי,
ווערט ממילא בטל אויך די סתירה,
די גאנצע זאך.
דערפון איז פארשטאנדיק בנוגע הקב״ה און כנסת ישראל,
אז וויבאלד דער אמת איז אז אלעמאל איז "לית אתר פנוי מיני"׳ - איז דאך באמת קיינמאל ניט שייך מציאות הסתירה; די סתירה איז נאר ורייל דער אויבערשטער וויל ניט קיין גאוה,
"תועבת ה׳ כל גבה לב״ 12
און ״אין אני והוא יכולין לדור״ -און וויבאלד אז די גאנצע מציאות פון דער סתירה ווערט נאר צוליב זיין רצון,
קען דער אויבערשטער אלעמאל מוחל זיין,
אפילו לאחר שנסתרה.
ג.
ווען העלפט אבער די מחילה
(אפילו אין אזא פאל ווען די גאנצע מציאות הסתירה איז תלוי אין דעם קינוי),
"כל זמן שלא נמחקה המגילה".
מחיקת המגילה כפשוטה באשטייט אין דעם,
אז מען טיילט אפ די אותיות פון דעם פארמעט.
וואס דאם ווייזט און ברענגט ארויס בגלוי,
אז אויך פאר דער מחיקה זיינען זיי ניט געווען איין זאך; אויב זיי וואלטן געווען איין זאך,
איז דאך ניט שייך קיין פאנאנדערטיילונג.
און דערפאר איז ביי אותיות החקיקה,
ווייל זיי זיינען איינס מיט דער זאך אין וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט,
איז ניט שייך צו אפמעקן די אותיות אליין,
סיידן מ׳נעמט אויך אראפ א חלק פון דער זאך אין וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט.
איז בשעת אז "לא נמחקה המגילה",
ווען א איד לערנט תורה אין אן אופן פון חקיקה,
אז ס׳איז ניט שייך אפמעקן ח״ו די אותיות התורה פון אים,
ווייל ער מיט דער תורה זיינען איינם *12 ,
איז כאטש אז ביי אים איז געווען "סתירה",
עס האט זיך אין אים אריינגעכאפט גאוה - איז עם נאר בחיצוניות,
און מחילה מלמעלה איז אלץ מבטל און דער אויבערשטער איז דאך - רב לסלוח 13 .
אויב אבער "נמחקה המגילה",
(וואס דאס ווייזט אז אויך פריער זיינען ער מיט דער תורה געווען צוויי זאכן),
איז דעמאלט מעגלעך אז די ישות וגאוה האבן אים דורכגענומען דורך און דורך,
דאן האט ער דעם דין פון א סוטה: ער מוז ברענגען א מנחה פון שעורים,
מאכל בהמה 14 ,
און די מנחה דארף זיין עשירית האיפה - וואם באווייזט אויף דלי דלות 15
(די מנחה פון די גאר ארעמסטע)
ד.
ה.
אז ער דארף ביי זיך פועל׳ן די ידיעה און הרגש אז ער איז אן "עני בדעת" 16 ,
ביז אזוי ווי א בהמה 17 ,
וואם האט אינגאנצן קיין דעת ניט.
און בשעת ער פועל׳ט ביי זיך אט דעם ביטול,
איז ניט נאר וואס ער ווערט טהור להקב״ה,
נאר ער קומט צו צו א דרגא וואס איז נאך העכער פון זיין דרגא ווי ער איז געווען פריער,
ווי ער איז מסיים 18
: "ונקתה ונזרעה זרע" און די גמרא 19
איז מפרש: "היתה יולדת
(תולדותיהן של צדיקים - ועמך כולם צדיקים - מצות ומע״ט 20 )
בצער יולדת ברויח" ביז אז ער קומט צו צו מרחב העצמי,
"במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים אין יכולים לעמוד שם" 21 .
(משיחת י״ב תמוז תשי״ז)