B"H
🏡

Ikar

שבועות א

א.

עס שטייט אין מדרש 1 ,

אז די אידן זיינען געשלאפן די גאנצע נאכט וואס פאר מתן תורה,

"לפי ששינה של עצרת עריבה והלילה קצרה"

(ווייל דער שלאף פון עצרת

(שבועות)

איז אנגענעם און די נאכט איז קורץ),

אפילו א ״פורטענא״

(א בייסיקע פליג)

האט זיי ניט געביסן.

און ווען דער אויבערשטער איז פארטאג געקומען געבן זיי די תורה און האט זיי געפונען שלאפנדיק האט ער זיי געדארפט אויפוועקן.

און דאס איז וואס דער אויבערשטער פרעגט: "מדוע באתי ואין איש קראתי ואין עונה וגו׳" 2 .

און דאס איז דער טעם המנהג וואס בליל חג השבועות איז מען וואך די גאנצע נאכט און מען לערנט תורה,

בכדי צו מתקן זיין דעם שלאפן פון די אידן אין דער נאכט פון מתן תורה 3 .

אלע סיפורים פון תורה זיינען א הוראה בעבודתינו; בפרט אזא סיפור וואס דערציילט וועגן דער ניטגוטער הנהגה פון אידן - ווארום תורה מיידט דאך אויס צו ריידן אפילו "בגנות בהמה טמאה״ 4

- איז דאך אודאי פאראן אין דעם סיפור א זייער וויכטיקע הוראה,

וואם צוליב איר איז כדאי געווען צו דערציילן אפילו דעם סיפור.

כאטש אז אין דעם סיפור איז פאראן גאר א פשוט׳ע הוראה - אז מען זאל דאם מתקן זיין

(דורך זיין וואך אין דער נאכט פון שבועות ועל דרך זה א גאנץ יאר)

- וואלט אבער צוליב דעם געווען גענוג דער כללות הסיפור,

אז אידן זיינען דאן געשלאפן.

פון דעם וואס די תורה דערציילט די פרטי הדברים,

אז "שינה של עצרת עריבה והלילה קצרה",

און אז די פרעושים האבן זיי ניט געביסן,

איז א ראי' אז אין די פרטים איז פאראן א הוראה פאר אונז - אויסער דעם ניט שלאפן שבועות ביינאכט.

ב.

ס׳איז ידוע 5

אז בשעת אידן האבן געהערט אז אין פופציק טעג ארום נאך זייער ארויסגיין פון מצרים וועלן זיי מקבל זיין די תורה,

איז ביי זיי געווארן א גרויסע תשוקה צו מקבל זיין די תורה,

און זיי האבן גענומען ציילן די טעג וואם זיינען פארבליבן ביז מתן תורה.

און פון דעם נעמט זיך דער ענין פון ספירת העומר.

היינט וויבאלד אז אפילו מיט זיבן וואכן פריער האבן זיי זיך ניט גע־ קענט דערווארטן אויף קבלת התורה,

איז דאך פארשטאנדיק,

ווי גרויס ס׳איז געווען זייער תשוקה בשעת זיי האבן שוין געהאלטן גאר נאענט צו קבלת התורה - איז ווי קומט עס,

אז זיי האבן זיך גאר געלייגט שלאפן די נאכט פאר מתן תורה?

נאך מערער: זייער ציילן די ניין און פערציק טעג איז דאך געווען א הכנה צו קבלת התורה,

ד.

ה.

אז במשך די ניין און פערציק טעג זיינען די אידן אלץ מער נזדכך געווארן ביז זיי זיינען געווארן ראוי צו מקבל זיין די תורה.

יעדן טאג האבן זיי ממשיך געווען נאך איין שער פון די מ״ט שערי בינה,

און ווען זיי האבן פארענדיקט צו ממשיך זיין אלע מ״ט שערים

(אלץ וואם מען קען ממשיך זיין דורך עבודה),

האט דער אויבערשטער זיי ביי מתן תורה געגעבן דעם שער החמישים.

היינט אז אויב באלד ארויםגײענדיק פון מצרים,

ארויסקומענדיק ערשט פון די מ״ט שערי טומאה,

האבן זיי שוין דאן געהאט א תשוקה צו קבלת התורה,

איז דאך פארשטאנדיק,

ווי גרויס עם איז געווען זייער תשוקה צו תורה,

נאך דעם ווי זיי האבן ממשיך געווען די מ״ט שערים און זיינען נתעלה געווארן במשך די ניין און פערציק טעג 6 ,

און געווארן ראוי צו קבלת התורה.

און דאך,

האבנדיק אזא גרויסע תשוקה,

זיינען זיי גאר געגאנגען שלאפן.

פון דעם איז פארשטאנדיק,

אז זייער לייגן זיך שלאפן איז ניט געווען ח״ו ווייל זיי האבן מסיח־דעת געווען פון מתן תורה,

נאר אדרבה,

דאס איז געווען איינע פון זייערע הכנות צו מ״ת.

א ראי׳ נוספת דערצו איז,

פון דעם וואס די פרעושים האבן זיי דאן ניט געביסן: אויב זייער לייגן זיך שלאפן וואלט געווען ח״ו א היסח־הדעת פון תורה,

וואלט דאך דער אויבערשטער ניט געמאכט קיין נס אז די פרעושים זאלן זיי ניט שטערן צו קענען שלאפן רואיק.

דערפון זעט מען,

אז אדרבה,

דאס איז געווען איינע פון די הכנות צו קבלת התורה.

ג.

דער ביאור אין דעם: דער אלטער רבי זאגט 7 ,

אז ווי הויך עם זאל ניט זיין די השגה און דביקות אין אלקות פון א נשמה זייענדיק אין גוף,

קומט עם ניט צו דער דביקות פון דער נשמה למעלה,

איידער זי קומט אראפ למטה אין גוף.

ווייל דער גוף קען ניט פארנעמען אזא הויכע דביקות.

בשעת השינה טוט זיך ארים די נשמה פון גוף און איז עולה למעלה 8

(עס בלייבט איבער פון דער נשמה אין גוף בלויז א "קיסטא דחיותא") 9 .

דעריבער קען די נשמה האבן בעת השינה א סך העכערע השגות ווי זייענדיק

(אינגאנצן)

אנגעטאן אין גוף,

בעת ער איז וואך.

ווי ס׳איז ידוע 10 ,

אז די וואם זיינען זיך עוסק אין תורה מיט א מסירה ונתינה איז מען זיי בעת השינה מגלה ענינים אין תורה,

ביז אז לפעמים,

איז די ענינים אויף וועלכע זיי האבן געהארעוועט בייטאג און זיינען בא זיי געבליבן אין א קשיא,

ווערן די ענינים ביי זיי פארענטפערט אויפשטייענדיק פון שלאף,

דורך דער השגה פון דער נשמה למעלה בעת׳ן שלאפן.

און דערפאר האבן זיך די אידן געלייגט שלאפן פאר מתן תורה,

ווייל זיי האבן געוואלט אז די נשמה זאל זיך אויסטאן פון גוף,

עולה זיין למעלה און משיג זיין גאר הויכע השגות,

רעכענענ־ דיק אז דאס וואם זיי וועלן משיג זיין בעת השינה,

וועט זיין די ריכטיקע הכנה צו די גילויים וואם מען וועט זיי מגלה זיין מלמעלה ביי מ״ת.

און דאס זאגט דער מדרש "שינה של עצרת עריבה והלילה קצרה": וואם מער א מענטש הארעוועט און איידלט זיך אוים וואכעדיקערהייט,

בעת די נשמה איז אין גוף,

אלץ העכער איז די נשמה עולה און אלץ העכערע השגות איז זי משיג בעת השינה.

נאך דעם סיום העבודה פון ציילן ספירה ניין און פערציק טעג,

געפינט מען זיך שוין אין "עצרת",

און "הלילה

(דער חושך והעלם פון וועלט,

איז)

קצרה״ - ס׳איז שוין געבליבן בלויז זייער א קליינער העלם,

ווארום מען האט דאך שוין אפגעטאן די גאנצע עבודה און אט־אט קומט שוין דער גילוי פון מתן תורה - אין אזא זמן איז דאך די שינה אן "עריבה",

מען קען דורך איר צוקומען גאר הויך.

און דער גודל העילוי פון די אידן דאן בעת זייער שלאפן,

האט גע׳פועל׳ט אויך אויף דער וועלט וואס ארום זיי,

ביז אז אפילו בעלי־חיים * 10

האבן זיי ניט געשטערט צו זייער שלאף.

ד.

פונדעסטוועגן איז דער אויבערשטער ניט געווען צופרידן פון זייער שלאפן פאר קבלת התורה,

ווייל די הכנה צו קבלת התורה דארף זיין אויף אן אנדער אופן:

ווי גערעדט כמה פעמים 11 ,

איז דער אויפטו פון מתן תורה - אויף דעם קיום המצוות פון פאר מתן תורה: אז די מצוות וואס א איד טוט נאך מתן תורה פועל׳ן א זיכוך אין די דברים גשמיים

(אין וועמען מען טוט די מצוות),

אז זיי אליין ווערן קדוש.

און אדרבה,

דער תכלית כל העילויים איז - די עבודה מיטן גוף דוקא 12

: דורך דעם דוקא נעמט מען עצמות,

וואס די נשמה אן א גוף קען עם ניט נעמען.

און אזוי גרוים איז די מעלה פון דער עבודה מיטן גוף,

ביז אז דער אויבערשטער כביכול און בית־דין של מעלה פרעגן זיך נאך אויף דעם פסק דין פון בית־דין של מטה,

און ער זאגט 13

: "נצחוני בני נצחוני",

ווייל "תורה לא בשמים היא".

וויבאלד אז דער אויפטו פון מתן תורה איז די מעלה פון דער עבודה פון א נשמה אין גוף,

איז אויך די הכנה צו מתן תורה האט געדארפט זיין בדומה צו דעם: ניט דער לייגן זיך שלאפן,

אויסטאן זיך פון גוף,

נאר טאן מיטן גוף,

(הגם אז דאס איז געווען פאר מתן תורה און ס׳איז נאך דעמאלט געווען די גזירה אז גשמיות זאל ניט נתחבר ווערן מיט רוחניות) 14 .

ה.

די הוראה דערפון איז:

פאראן אזוינע וואס טענה׳ן מה לי ולחושך העולם,

צוליב וואם דארף איך האבן צו טאן מיט ענינים גשמיים?

איך וועל בעסער זיך אפשליסן פון וועלט,

און טאן אין תורה ועבודה פאר זיך; ווארום וויבאלד אז איך האב דאך א סך געהא־ רעוועט אין תורה ומצוות,

איך שטיי שוין אין א דרגא פון "עצרת",

און

("הלילה קצרה")

דער חושך ביי מיר איז שוין קליין,

וועל איך דורכן אפשליסן זיך פון וועלט צוקומען גאר הויך

("שינה של עצרת עריבה"),

און איך וועל קענען פועל׳ן אז קיינער זאל מיר ניט שטערן

("פורטענא לא עקץ כו׳").

זאגט מען אויף דעם,

אז אפילו פאר מתן תורה

(אדער ביום מתן תורה)

איז אזא הנהגה געווען שלא כפי הכוונה,

און מען דארף דאס איצט מתקן זיין,

ומכל־שכן אז נאך מ״ת דארף דאך א ודאי זיין די עבודה פון "ירדו לתחתונים",

אפגעבן זיך מיט א צווייטן אידן וואס איז נידעריקער פון אים,

און דוקא דורך דעם וועט אויך אים צוקומען אן עילוי,

ע״ד -"ומתלמידי יותר מכולם" 15 .

און דאס איז דער טעם המנהג צו ניט שלאפן שבועות ביינאכט פאר מקבל זיין די תורה: די הכנה צו קבלת התורה איז,

ניט דער שלאפן און די נשמה זאל עולה זיין פון גוף און זיין פארנומען פאר זיך מיט משיג זיין הויכע השגות,

נאר צו אפגעבן זיך מיטן גוף,

נפש הבהמית און חלקו בעולם,

און דאם דוקא איז די הכנה צו מקבל זיין די תורה בשמחה ובפנימיות אויפן גאנצן יאר.

(משיחת חגה״ש תשכ״ב)

ו.

כ״ק מו״ח אדמו״ר האט דערציילט 16 ,

אז דער בעש״ט האט זייער מחבב געווען דעם צווייטן טאג שבועות,

און יעדן יאר פלעגט ער דעם צווייטן טאג שבועות פראווען א ספעציעלע סעודה און א סך פארבריינגען *16

.

דער מעזריטשער מגיד - דער תלמיד און ממלא־מקום פון בעש״ט - האט מבאר געווען דעם טעם פון דער חביבות,

ווייל דער צווייטער טאג שבועות איז דאך די ערשטע פיר און צוואנציק שעה ווי אידן האבן מקבל געווען די תורה.

און דער מגיד האט מוסיף געווען: ובפרט לדעת ר׳ יוסי,

אז מתן תורה איז געווען בשביעי בסיון,

איז דאך דאס א מעלה נפלאה 17 .

לכאורה זיינען די צוויי טעמים פון מגיד אויף דער חביבות פון צווייטן טאג שבועות בסתירה איינער צום צווייטן: אויב די חביבות איז ווייל דאם איז דער ערשטער טאג וואם נאך מתן תורה

(ווי דער ערשטער טעם),

האט דאך לדעת ר׳ יוסי

(אז מתן תורה איז געווען בשביעי בסיון)

געדארפט זיין די חביבות אין שמיני בסיון,

אסרו חג?

און אויב די חביבות איז ווייל אין דעם טאג איז געגעבן געווארן די תורה

(ווי דער צווייטער טעם),

האט דאך לדעת רבנן

(אז מתן תורה איז געווען בששי בסיון און אזוי פסק׳נט דער אלטער רבי בשולחנו 18 ),

געדארפט זיין אט די חביבות דעם ערשטן טאג שבועות?

ז.

דער ביאור החביבות פון די ערש־ טע פיר און צוואנציק שעה נאך מתן תורה:

דער אויפטו פון מתן תורה איז כנ״ל,

אז מען האט דאן געגעבן דעם כח צו יעדער אידן,

ער זאל קענען דורך עבודה מזכך זיין די וועלט פון חומריות ביז צו רוחניות און קדושה,

זי מעלה זיין מלמטה למעלה *18 ,

און בפועל האט זיך דאס אנגעהויבן - ערשט נאך מתן תורה.

ווארום מתן תורה איז דאך געווען מלמעלה למטה,

וירד ה׳,

ניט עבודת האדם; עבודת האדם,

דער תכלית פון מתן תורה,

האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך מתן תורה.

און דאס איז די מעלה און חביבות פון צווייטן טאג שבועות - דער טאג וואס נאך מתן תורה - ווייל דאן האט זיך אנגעהויבן די עבודה מלמטה למעלה.

דאס איז אויך וואס די עלי׳ פון משה רבינו,

מלמטה למעלה,

"ויעל משה אל ההר"

(צו מקבל זיין די לוחות און די תורה,

נאכדעם ווי עס זיינען שוין גע־ געבן געווארן די עשרת הדברות בשעת מתן תורה)

- איז געווען בז׳ בסיון

(183,

229,

255)

;"> 19

.

ח.

לויט דעם וועט מען פארשטיין,

אז אויך לדעת ר׳ יוסי

(אז מתן תורה איז געווען בשביעי בסיון),

איז פאראן די חביבות אין צווייטן טאג שבועות,

ווייל אין דעם טאג איז געווען אויך די עלי׳ מלמטה למעלה:

די גמרא זאגט

(183,

229,

255)

;"> 20

(לדעת ר׳ יוסי),

אז משה רבינו "הוסיף יום אחד מדעתו והסכים הקב״ה על ידו": דער אויבערשטער האט געהייסן זיך פורש זיין מן האשה פאר מתן תורה בלויז צװײ טעג - דעם פערטן און פינפטן אין סיון,

און לויט דעם האט מתן תורה געזאלט זיין דעם זעקסטן טאג אין סיון - נאר משה רבינו האט צוגעגעבן נאך א טאג און געהייסן די אידן זיי זאלן זיך פורש זיין דריי טעג - אויך דעם זעקסטן טאג - און דער אויבערשטער האט מסכים געווען מיט אים,

און האט געגעבן די תורה ערשט דעם זיבעטן טאג סיון,

נאך פרישה פון דריי טעג.

קומט דאך אויס לויט ר׳ יוסי׳ן,

אז דער טאג פון מתן תורה איז געווען אפהענגיק אין דער עבודה פון אידן מצד עצמם - וואס זיי האבן מוסיף געווען מדעתם - עלי׳ מלמטה למעלה.

און דעריבער איז לויט ר׳ יוסי׳ן פאראן די חביבות אין דעם טאג פון מתן תורה גופא

(ניט ווי לויט די רבנן,

אז די חביבות איז אין דעם טאג וואס נאך מתן תורה),

און דעריבער איז אויך לויט ר׳ יוסי׳ן דא א חביבות אין דעם צווייטן טאג שבועות 21 .

ואדרבה,

לויט ר׳ יוסי׳ן איז די חביבות נאך א גרעסערע,

כלשון המגיד,

אז דאם איז א "מעלה נפלאה": ווארום לויט די רבנן איז די מעלה פון צווייטן טאג שבועות נאר צוליב דער עלי׳ מלמטה למעלה וואס איז געווען אין דעם טאג,

אבער לויט ר׳ יוסי זיינען דאך אין דעם צווייטן טאג שבועות פאראן ביידע מעלות,

סיי המשכה מלמעלה למטה - מתן תורה,

און סיי העלאה מלמטה למעלה -צוליב דעם "הוסיף יום אחד מדעתו"; און ווען עם קומען זיך צוזאמען די ביידע מעלות - ״להוי כדין וכדין״ 22

- איז עס דאן א מעלה נפלאה.

ט.

על־פי הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם דיוק לשון כ״ק מו״ח אדמו״ר בסיפורו הנ״ל,

אז דער בעש״ט האט מחבב געווען דעם צווייטן טאג שבועות.

לכאורה איז דאך די חביבות פון דעם טאג ניט צוליב דעם וואם ער איז דער צווייטער אין שבועות נאר,

אדרבה,

צוליב דעם וואם ער איז שביעי בסיון וואס האט די מעלה,

וואס ער איז: דער ערשטער -נאך מתן תורה

(לדעת רבנן),

אדער דער ערשטער טאג פון מתן תורה

(לדעת ר׳ יוסי).

נאר דער ביאור אין דעם: דער אויפ־ טו פון דעם צווייטן טאג פון יום־טוב אויף דעם ערשטן איז: יום טוב ראשון איז מדאורייתא - דער טאג איז בעצם הייליק,

און יום טוב שני איז מדרבנן -דער טאג מצד עצמו איז א וואכעדיקער טאג,

נאר אידן האבן דעם טאג הייליק געמאכט 23 .

ענין יום־טוב שני האט אין זיך די מעלה הנ״ל

(ווי ערקלערט בנוגע שביעי בסיון,

העלאה מלמטה למעלה) 24 .

י.

די שייכות פון יום טוב שני מיט שביעי בסיון,

שפיגלט זיך אפ

(אזוי ווי אלע ענינים פון פנימיות התורה)

אויך אין נגלה,

ביז אין א הלכה:

יום טוב שני פון שבועות איז הארבער ווי יום טוב שני פון אלע מועדים.

ביי אלע מועדים איז יום טוב שני בלויז אן ענין פון ספק - "ספיקא דיומא".

אזוי ווי אין די ווייטע ערטער פון ירושלים האט מען ניט געוואוסט וועלכן טאג האבן בית־דין געמאכט ראש חודש

(וואם אין אים איז תלוי די קביעות פון יו״ט),

האט מען דעריבער מספק געהאלטן יום טוב צוויי טעג.

שבועות אבער איז קיינמאל קיין ספק ניט געווען,

ווייל זיין קביעות איז דאך: דער "יום החמישים לעומר",

איז ער דאך ניט אפהענגיק אין דער קביעות פון ר״ח סיון נאר אין דער קביעות פון ר״ח ניסן און ביז שבועות האט מען שוין אומעטום געוואוסט וועלכן טאג האבן בית־דין קובע געווען ר״ח ניסן.

און דאם וואם עם איז דא יום־טוב שני ביי שבועות איז נאר "כדי שלא לחלוק במועדות" 25 ,

ניט מאכן קיין חילוק פון שבועות ביז אנדערע מועדים.

איז וויבאלד אז דער יום־טוב שני פון שבועות איז ניט איבער א ספק נאר אי־ בער א תקנת חכמים "שלא לחלוק במועדות",

האט ער אין זיך א כח פון ודאי 26 .

איז דער טעם פנימי פון דעם: יום־טוב שני דשבועות און שביעי בסיון זיינען איין ענין - העלאה מלמטה למעלה - און דעריבער איז,

אזוי ווי דער ענין פון ז׳ בסיון איז א ודאי

(סיי לרבנן סיי לר׳ יוסי,

כנ״ל די ביידע טעמים דהמגיד)

איז דאס ממשיך א תוקף פון ודאי,

אויך אין דעם ענין פון יום טוב שני וואם איז אין אים

(ווען די קביעות איז על־פי החשבון.

ואפילו ווען זי איז ע״פ הראי׳ - איז דאך ברוב השנים די קביעות די זעלבע 27 ,

ובפרט ע״פ הידוע 28 ,

אז בא דער חקירה פון די עדי ראי׳ פלעגט מען פארגלייכן ווי דאם דארף זיין ע״פ החשבון).

יא.

דאס וואס דער בעש״ט האט מחבב געווען דעם צווייטן טאג שבועות,

האט זיך אויך אויסגעדריקט ביי ענין הסתלקותו - אין יאר תק״כ: ער איז נסתלק גע־ ווארן דעם ערשטן טאג שבועות 29 ,

וואס ע״פ דין *29

- איז דאן זמן הקבורה דעם צווייטן טאג שבועות 30

- און דער ענין איז דאך געווען ביים בעש״ט חביב,

ווי ס׳איז ידוע 31

אז דער בעש״ט האט געזאגט,

אז ער האט בכח עולה זיין בסערה השמימה כמו אלי׳,

נאר ער וויל דורכגיין דעם "כי עפר אתה ואל עפר תשוב".

די מעלה פון "ואל עפר תשוב" אויף עלי׳ בסערה איז אויך בדוגמת המעלה פון צווייטן טאג שבועות; הסתלקות -איז דאך עלי׳.

ואל עפר תשוב - שוב.

יב.

מען האט שוין גערעדט אמאל 32 ,

אז אין דער תורה פון בעש״ט,

האט זיף ארויסגעגעבן זיין עצמיות:

דער ענין פון בעש״ט איז געווען צו מגלה זיין תורת החסידות,

וואס ענינה איז העלאה מלמטה למעלה,

זיכוך הגשמי - ״עזב תעזוב עמו״ 33

- דעריבער האט דער בעש״ט מחבב געווען ביחוד דעם צווייטן טאג שבועות,

וואס מעלתו איז זיכוך הגשמיות,

כנ״ל.

(משיחת יום ב׳ דחגה״ש תש״כ)

Reader controls and commentary are loading.