א.
פרשת במדבר לייענט מען אלע מאל פאר שבועות 1 .
דער טעם אויף דעם איז,
בכדי צו מפסיק זיין צווישן דער תוכחה פון פרשת בחוקותי און מתן תורה.
וויבאלד אבער אז אלע ענינים פון תורה - בתוכם,
דער ענין פון סמוכין - זיינען בדיוק,
מוז מען דאך זאגן,
אז דאס וואס מען לייענט דוקא פרשת במדבר פאר שבועות איז עס ניט נאר צוליב מפסיק זיין צווישן דער תוכחה און מתן תורה 2 ,
נאר אויך ווייל די ענינים וועלכע עם ריידן זיך אין אט דער פרשה זיינען א הכנה צו קבלת התורה 3 .
אין פרשת במדבר רעדט זיך בעיקר וועגן ציילן די אידן,
- וואס צוליב דעם תוכן פון דער פרשה
(און דעם מנין פון פרשת פנחס) 4
ווערט דער גאנצער ספר אנגערופן מיטן נאמען חומש "הפקודים" 5
- און ווי מיר געפינען בא נאך אן ענין פון ציילן אז עם איז א הכנה צו מתן תורה; ספירת העומר 6 .
דארף מען פארשטיין וואם איז די מעלה פון ציילן און ביז אויף אזוי פיל אז דאס איז א הכנה צו מתן תורה?
ב.
דער טעם פארוואס דער אויבערשטער האט געהייסן ציילן די אידן,
שטייט אין מדרש 7 ,
אז דאס איז ווייל אידן זיינען זייער חשוב ביי דעם אויבערשטן: "נמשלו ישראל כערימה של חטים,
מה החטים הללו נכנסות לאוצר במנין כך אמר הקב״ה שיהיו ישראל נמנים בכל שעה"
(אידן זיינען געגליכן צו א קופע פון ווייץ - פונקט ווי ווייץ ווערן אריינגעבראכט אין זייער "אוצר" מיט א צאל,
אזוי האט געזאגט דער אויבערשטער,
אז אידן זאלן ווערן גע־ ציילט יעדע וויילע).
ס׳איז אבער ניט מובן: דאס וואס א מענטש ציילט חטים צוליב זייער חשיבות און טייערקייט איז עס דאך בכדי ער זאל וויסן זייער צאל; דער אויבערשטער אבער ווייסט דאך דעם מספר פון אידן אויך אן דעם ציילן,
איז צוליב וואס האט ער זיי געהייסן ציילן?
אין של״ה שטייט,
און דאס ווערט געבראכט און נתבאר אין חסידות 8 ,
אז דורך דעם וואס מען האט גע־ ציילט די אידן,
זיינען זיי געווארן א "דבר שבמנין",
און "דבר שבמנין לא בטל" 9
: אידן צווישן די אומות העולם זיינען דאך א "כבשה בין שבעים זאבים" 10
(ווי א שעפסעלע צווישן זיבעציק וועלף),
קענען זיי דאך ח״ו נתבטל ווערן צווישן די אומות העולם,
האט דער אויבערשטער געהייסן ציילן די אידן,
בכדי זיי זאלן ווערן א "דבר שבמנין",
און א זאך וואס ווערט געציילט ווערט ניט בטל.
דאס איז אבער נאך ניט מובן: דער טעם פון דעם דין וואם "דבר שבמנין לא בטל" איז,
ווייל דאס ציילן פון א זאך ווייזט אויף איר חשיבות,
און א דבר חשוב ווערט ניט בטל.
קומט דאך אויס,
אז ניט דער ציילן טוט אויף אז די זאך זאל ניט בטל ווערן,
דער ציילן איז נאר א סימן צו ווייזן די חשיבות פון דער זאך.
היינט וויבאלד אז אידן זיינען א דבר חשוב,
זיי זיינען ווערט געציילט צו ווערן צוליב זייער חשיבות,
זיינען זיי דאך א ״דבר שבמנין״ אויך ווען זײ װערן בפועל ניט געציילט - איז צוליב וואם האט מען זיי געדארפט ציילן בפועל?
ג.
ווי געזאגט פריער,
איז פרשת במדבר א הכנה צו מתן תורה.
דער אויפטו פון מתן תורה איז - דער פארבונד פון עליונים און תחתונים - רוחניות מיט גשמיות: די מצוות פון פאר מתן תורה האבן ניט געהאט קיין ווירקונג אויף די דברים גשמיים מיט וועלכע מען האט זיי מקיים געווען,
אז זיי זאלן ווערן הייליק 11
; מתן תורה האט געגעבן דעם כח,
אז אידן דורך קיום המצוות זאלן אויסאײדלען די גשמיות׳דיקע װעלט און מאכן פון איר קדושה.
וויבאלד אז די עבודה פון אידן נאך מתן תורה איז צו מאכן פון דער וועלט קדושה,
אז זי אליין זאל ווערן א דירה לו יתברך,
דארף די חשיבות און כח פון אידן זיין אין אזא אופן אז די וועלט זאל עם דערהערן: אויב די חשיבות פון אידן וואלט פארבליבן אין רוחניות און ניט ווערן אויסגעדריקט אויך אין גשמיות,
איז כאטש אז אויך דאן וואלטן זיי ניט נתבטל געווארן אין דער וועלט וואם ארום זיי; די וועלט וואלט אויף זיי ניט געהאט קיין שליטה ח״ו צו מונע זיין זיי ח״ו פון דער עבודה בנוגע זיך אליין,
וואלט אבער זייער כח און חשיבות ניט געקענט בארוירקן און באאיינפלוסן די גשמיות׳דיקע וועלט.
דעריבער האט מען זיי געדארפט ציילן בפועל,
בכדי צו אויס־ דריקן זייער חשיבות אין א פעולה וואם די גשמיות׳דיקע וועלט זעהט,
וואס דוקא דאן קען זייער חשיבות און כח פועל׳ן אויך אויף דער גשמיות׳דיקע וועלט.
לויט דעם איז אויך מובן די שייכות פון פרשת במדבר מיט מתן תורה: דורך דעם וואס מען האט געציילט די אידן בפועל און זייער חשיבות האט זיך אויס־ געדריקט אין א פעולה אין וועלט -קענען זיי מאכן פון דער וועלט א מקדש לו יתברך,
וואס דאם איז דער תכלית פון מתן תורה.
ד.
לויט דעם וועט אויך ווערן פארשטאנדיק,
פארוואס האט מען געציילט נאר די אידן רואם זיינען "מבן עשרים שנה ומעלה": לכאורה האט מען דאך געדארפט ציילן אלע אידן,
בכדי זיי אלע זאלן ווערן א "דבר שבמנין" און דורך דעם ניט בטל ווערן ח״ו צווישן די אומות העולם - פארוואס האט מען געציילט נאר "מבן עשרים שנה ומעלה"?
דער חילוק צווישן דער עבודה וואס א איד דארף טאן פאר צוואנציק יאר און דער עבודה וואם ער דארף טאן מבן עשרים שנה ומעלה: ביז צוואנציק יאר דארף זיין דער עיקר העבודה אין לימוד התורה
(א בן חמש,
דארף לערנען פינף יאר מקרא; שפעטער - פינף יאר משנה און דערנאך - פינף יאר תלמוד) 12 ,
וואס דער לימוד התורה איז דאך עיקרו ניט בכדי צו אויפטאן דורך דעם לימוד גופא אין וועלט,
נאר בכדי צו אריפטאן מיט זיך 13 .
ובכלל איז דאך צו הבנת שכל א מעלה התבודדות פון וועלט.
בן עשרים אבער,
איז - לרדוף; צו צוואנציק יאר דארף מען ווערן א "יוצא צבא",
מען דארף ארויסגיין במלחמה צו אייננעמען די וועלט - "פרו ורבו ומלאו 14
את הארץ וכבשוה״ - און מאכן פון איר א דירה לו יתברך,
דורך קיום המצוות 15
.
און דעריבער האט מען ניט געדארפט ציילן די וועלכע זיינען געווען פאר צוואנציק יאר,
ווארום זייער עבודה איז דאך בעיקרה ניט צו אויפטאן אין וועלט,
נאר צו טאן מיט זיך,
און אויף דער עבודה איז גענוג די חשיבות וואס אידן האבן בעצם,
ווי געזאגט פריער,
מה־שאין־כן די װעלכע זיינען נאך צװאנציק,
די ״יוצאי צבא" צו אויפטאן און אײננעמען די װעלט,
דארף זײער חשיבות ארויסקומען בגילוי אין אן אופן אז אויך װעלט זאל עס דערהערן.
ה.
ווי דערמאנט פריער,
װערט ספר במדבר אנגערופן "חומש הפקודים".
א נאמען - ובפרט בלשון הקודש - װײזט דאך אויפן אינהאלט פון דער אנגערופענער זאך 16 .
װיבאלד אז ספר במדבר װערט גערופן ״פקודים״ - בעיקר על שם פון דער ערשטער סדרה,
איז א ראי׳ אז דער תוכן פון פרשת במדבר איז די עצם זאך פון ציילן.
און אין דעם ציילן אליין
(ניט בלויז אלם סימן אויף חשיבות)
איז דא א גרויסע מעלה,
וואם מצד דער דאזיקער מעלה איז פרשת במדבר א הכנה צו מתן תורה - און ווי דער־ מאנט פריער אז על־דרך־זה איז אויך ספירת העומר א הכנה צו מתן תורה,
כאטש אז ביי ספירת העומר איז ניט שייך דער אויבנדערמאנטער ענין פון חשיבות.
די אייגנשאפט פון מנין איז: אלע גלייך: א גרויסער איז ניט מער ווי איינם און א קליינער איז ניט ווייניקער ווי איינס.
און אין דעם גלייכט זיך אויס דער מנין בני ישראל מיט ספירת העומר: אין מנין בני ישראל איז ניט קוקנדיק אויף דער פארשידנקייט צווישן די מדריגות פון די געציילטע - האט מען געציילט יעדער אידן מיט דער זעלבער צאל -איינם; און אזוי ווערן אויך געציילט די ניין און פערציק טעג פון עומר,
ניט קוקנדיק אויף די חילוקים צווישן די געציילטע טעג,
צי זיי זיינען וואכן־טעג,
ר״ח,
חול המועד,
יום־טוב און שבתים,
ווערט יעדער טאג געציילט מיט א גליי־ כער צאל.
דאס וואס מען האט געציילט אלע אידן גלייך,
ווייזט אויף דעם עצם הנשמה פון אידן.
מצד זייערע כוחות הגלויים,
שכל און מדות,
זיינען פאראן חילוקים צווישן איינעם מיט א צווייטן,
אבער מצד עצם הנשמה זיינען אלע אידן גלייך 17 .
דער חילוק צווישן דער עבודה מצד כוחות הגלויים און דער עבודה מצד עצם הנשמה: בעת די עבודה איז נאר מצד כוחות הגלויים,
פארשטאנד אדער געפיל,
איז זיין מציאות,
זיין אייגענער "איך",
א באזונדער זאך פון אלקות,
און זיין קיום התורה און מצוות איז ווי א צוגעגעבענע זאך צו אים - ער איז מקיים תורה ומצוות ווייל אזוי פאדערן זיינע כוחות - זיין פארשטאנד און גע־ פיל.
מה־שאין־כן ווען ער איז מעורר און מגלה זיין עצם הנשמה,
וואס זי איז "יחידה לייחדך",
ווערט דאך זיין גאנצע עצמיות איין זאך מיט אלקות - "ישראל אורייתא וקודשא בריך הוא כולא חד" 18 .
אט די עבודה פון עצם הנשמה,
וואס מצד איר ווערן אלע אידן געציילט גלייך,
דריקט זיך אויך אויס אין דעם ענין פון ספירת העומר,
וראם אלע טעג ווערן געציילט גלייך: בשעת די עבודה איז נאר מיט שכל און מדות,
איז פאראן א חילוק צווישן א וואכעדיקן טאג און ר״ח יום־טוב ושבת: די עבודה פון ר״ח יו״ט און שבת טוט ער מיט א חיות,
אבער ווען עם קומט די עבודה מיט וואכעדיקע ענינים - ״בכל דרכיך דעהו״ - אין דעם האט ער שוין קיין חיות ניט.
בעת אבער ער איז מעורר די עצם הנשמה,
און זיין גאנצע עצמיות ווערט איין זאך מיט אלקות און דאס פועל׳ט אויף זיינע מוחין ומדות,
איז ביי אים דאן ניטא קיין חילוק צווישן חול און שבת - אלע זיינע צייטן,
און אלץ וואם ער טוט,
איז דורכגעדרונגען מיט ג־טלעכקייט 19 .
און דעריבער איז מנין בני ישראל און ספירת העומר א הכנה צו מתן תורה,
"אנכי הוי׳ אלקיך",
אז ג־טלעכקייט איז
(ניט קיין צוגעגעבענע זאך צום אידן,
נאר)
״אלקיך״ - "כחך וחיותך",
דאם איז זיין לעבן,
און דערפאר דינט ער דעם אויבערשטן ניט נאר מיטן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות,
נאר "בכל דרכיך דעהו".
ו.
פון דעם וואס פאר מתן תורה דארף מען האבן ביידע ציילונגען,
סיי ספירת העומר סיי דעם מנין בני ישראל פון פרשת במדבר,
איז מובן,
אז אין יעדער איינער פון זיי איז פאראן א מעלה מיוחדת וואס איז ניטא אין דער צווייטער זאך,
און דוקא דורך ביידע ציילונגען צוזאמען ווערט מען א כלי צו מקבל זיין די תורה.
מנין בני ישראל איז ניט פארבונדן מיט קיין שום אנדער זאך אויסער דעם ציילן אליין; אבער ספירת העומר איז דאך כשמה - ספירת העומר: מען ציילט וויפל טעג עס זיינען אדורך פון הקרבת העומר; איז עס א ציילונג וואס איז פארבונדן מיט עבודה.
פון דעם איז מובן,
אז מנין בני ישראל איז פארבונדן מיטן עצם הנשמה,
וואם איז אלע מאל גאנץ.
אין עצם הנשמה אליין פאדערט זיף ניט קיין עבודה,
ניט מער וואס זי קען זיין בהעלם,
און דורבן ציילן
(אלעמען גלייך)
איז מען זי מעורר און מגלה.
מה־שאין־כן ספירת העומר איז די עבודה מיט כוחות פנימיים
(פון נפש האלקית און פון נפש הבהמית) 20 ,
וועלכע מען דארף מזכך זיין און מעלה זיין דורך עבודה,
פריער אין אן אופן כללי דורך דער עבודה פון הקרבת העומר,
און דאן אין אן אופן פרטי: יעדן טאג פון די מ״ט ימי הספירה דארף מען מברר זיין איין פרטית׳דיקע מדה
(ווי ס׳איז ידוע דער חשבון פון "שבע שבתות תמימות",
אז ביי יעדן איינעם זיינען פאראן זיבן מדות,
און יעדער מדה איז כלול פון אלע זיבן מדות - דארף מען יעדן טאג מברר זיין איין פרטית׳דיקע מדה).
דאס איז אויך דער טעם פנימי אויף דעם וואס ספירת העומר דארף זיין "לכל אחד ואחד" 21
; די ספירה איז ניט פארבונדן מיטן כלל ישראל נאר מיט יעדן אידן באזונדער,
ביז עס קען זיין א מציאות אז א איד
(זאל האלטן ביי אן אנדער ספירה ווי א צווייטער,
אדער)
זאל לגמרי ניט ציילן - ניט ווי ביי מנין בני ישראל פון פרשת במדבר,
וואס משה האט געציילט,
אלע אידן און אלע זיינען גלייך,
ווייל עס האט צו טאן מיט עצם הנשמה.
וויבאלד אז ספירת העומר איז צו מזכך זיין די כוחות פנימיים,
איז אין דעם אונטערשיידט זיך איין איד פון א צווייטן.
ז.
ס׳איז ניט קיין סתירה צו דעס וואס איז גערעדט געווארן פריער,
אז פון דעם וואס ביי ספירת העומר ווערן גע־ ציילט אלע טעג גלייך,
סיי חול,
סיי ראש חודש יום־טוב און שבת - אז אין דער עבודה פון וואכעדיקע ענינים האט ער דעם זעלבן חיות ווי אין דער עבודה פון שבת ויום־טוב - איז א ראי׳ אז ספירת העומר איז פארבונדן מיט עצם הגשמה,
ווייל אט די עבודה פון ספירת העומר מיט כוחות פנימיים איז ממחרת השבת 22
- צו אויפהויבן די כוחות און אריינברענגען אין זיי די ליכטיקייט - ״וספרתם לכם״,
מלשון אבן ספיר 23
- פון עצם הנשמה.
מנין בני ישראל איז צו מעורר זיין דעם עצם
(מלמעלה למטה)
ביז אז דאם זאל פועל׳ן זייער חשיבות אין וועלט; ספירת העומר איז - צו מברר זיין די כוחות פנימיים און מעלה זיין זיי
(נרוצה מלמטה למעלה),
אז זייער הנהגה זאל זיין אזוי ווי עס פאדערט זיך מצד עצם הנשמה.
ח.
לויט דעם וועט מען פארשטיין וואס פאר מתן תורה דארף מען האבן ביידע ציילונגען:
דער אויפטו פון מתן תורה,
אז "העליונים ירדו לתחתונים והתחתונים יעלו לעליונים",
איז אויך בנוגע נפש האדם 24 ,
אז עצם הנשמה - "עליונים",
זאל זיין פארבונדן מיט די כוחות פנימיים,
שכל און מדות - "תחתונים".
ד.
ה.
אז אויך אין שכל שבמוח און אין מדות שבלב זאל זיך אפלייגן אלקות
(ניט ווי א צוגעגעבענע זאך און ניט אין א באגרענעצטן אופן,
נאר)
ווי אין עצם הנשמה,
וואס זי איז "חבוקה ודבוקה בך,
יחידה לייחדך".
וואם דער אויפטו איז געווען באלד ביי דעם ערשטן דיבור פון מתן תורה -״אנכי הוי׳ אלקיך - כחך וחיותך",
אז "אנכי מי שאנכי" 25 ,
וואס איז העכער פון השגה לגמרי,
און איז פארבונדן מיטן עצם הנשמה,
איז געווארן - "כחך וחיותך",
דער כח און חיות פנימי פון אידן.
און דעריבער פאדערט זיך פאר מתן תורה די הכנה סײ מצד עצם הנשמה,
אז זי זאל שטיין בהמשכה והתגלות - וואם דאס ווערט דורך מנין בני ישראל,
סיי מצד כוחות פנימיים,
אז זיי זאלן ווערן מזוכך און זיין כלים צום עצם - דורך ספירת העומר 26 .
(משיחת ש״פ במדבר תשכ״ב)