א.
אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"ל. 1
אח"כ ניגנו הניגון "ווי וואנט משיח נאו".
ב.
דער היינטיקער צוזאמענקלייבן-זיך איז פארבונדן מיט חנוכה.
און ווי דערמאנט כמ"פ ובמיוחד בא די כינוסים פארבונדן מיט "צבאות השם" 2 ,
אז יעדער צייט האט זיין "ארדער אוו דהי דעי",
ספעציעלע אנווייזונגען ווי זיך אריינלייגן און פארטיפן אין דער פקודה וואס איז פארבונדן מיט דעם ספעציעלן טאג,
און עס דארף האבן א ווירקונג אויף די אנדערע טעג,
און אויף אלע טעג פון א גאנץ יאר.
אזוי איז אויך בנוגע צו די טעג פון חנוכה אז דעמולט איז דא א ספעציעלער "ארדער אוו דהי דעי".
ג.
וואס דאס אלעס איז אין צוגאב אויף די כללות'דיקע אנווייזונג וואס איז דא יעדער מאל וואס מען קלייבט זיך אלע צוזאמען – אז יעדער מאל וואס מ'קלייבט זיך צוזאמען,
דארף מען זיך נאכאמאל פארשטארקן אין קבלת עול,
אויף אננעמען אויף זיך צו אויספילן במעשה בפועל די אלע אנווייזונגען פון דעם "קאמענדער-אין-טשיף" פון "צבאות השם",
דער אויבערשטער ווי ער האט אנגעוויזן אין זיין תורה דורך זיינע מצות.
וואס אויך דאס
(די כללות'דיקע אנווייזונג)
איז פארבונדן ספעציעל מיט חנוכה:
די גזירה וואס איז דעמולט געווען,
איז געווען אן אלגעמיינע – א גזירה אויף דער גאנצער תורה און אלע אירע מצוות,
מ'האט געוואלט ו"ל "להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך" 3 ,
ניט צולאזן אידן – אנהויבנדיק פון קינדער,
ביז ערוואקסענע און אלטע – לערנען תורה און מקיים זיין די מצוות וואס שטייען אין דער תורה.
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז בשעת ס'איז געווען די "תשועות",
"נסים" ו"נפלאות" 4
וואס האבן מבטל געווען די גזירה,
און ס'איז געווארן "להודות ולהלל לשמך הגדול" 5 ,
לויבן און מודה זיין און דאנקען דעם אויבערשטן וואס ער האט באפרייט אידן פון די גזירות און צוריקגעגעבן די מעגלעכקייט וואס יעדער איד דארף האבן.
ווארום יעדער איד געהערט צו דעם אויבערשטנס פאלק,
און צום אויבערשטנס ארמיי,
אנהויבנדיק ספעציעל פון "צבאות השם",
פון קינדווייז אויף –
דארף די אפלערנונג זיין פארבונדן מיט גאנץ תורה און מיט אלע מצוות
(ניט קוקנדיק אויף דעם וואס דאס איז פארבונדן מיט ספעציעלע טעג,
די ימי חנוכה וואס איז מערניט ווי איינמאל א יאר).
ד.
דער ספעציעלער "ארדער אוו דהי דעי" פארבונדן מיט חנוכה:
ווי אלע זאכן פון תורה וואס איז געגעבן געווארן פון דעם אויבערשטן,
האט אויך חנוכה גאר א סך וואס צו לערנען,
און וואס מ'קען זיך דערפון אפלערנען,
ס'איז אבער דא די הויפט זאך וואס ווערט ארויס-געבראכט דורך דעם ספעציעלן נאמען וואס די טעג האבן
(ע"ד די טעג וואס ווערן אנגערופן "פסח" "סוכות" און "שבועות").
דער נאמען פון די טעג איז "חנוכה".
וואס "חנוכה" איז דער מיין – מחנך זיין פון-דאס-ניי.
וואס בחנוכה בפעם הראשונה איז דאס געווען,
אז ניט קוקנדיק אויף דעם וואס מצד די גזירה איז געווען א הפסק אין עבודת המקדש,
האט מען דעמולט געמאכט דעם ביהמ"ק צוריק ריין און הייליק,
און פון-דאס-ניי דארטן געפייערט די עבודה אין ביהמ"ק. 6
און וויבאלד אז חנוכת ביהמ"ק איז דעמולט געווען ווי א נייע זאך און א ספעציעלע זאך,
וואס איז געקומען לאחרי הגזירה,
און אידן האבן באוויזן אז זיי שרעקן זיך ניט פאר די גזירה און פירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל,
זיי לערנען תורה און זיינען מקיים מצוות – איז פארשטאנדיק,
ווי בא יעדער נייע און ספעציעלע זאך,
אז מ'האט דעמולט געפייערט חנוכת ביהמ"ק מיט א ספעציעלע פייערליכקייט און שמחה.
ועל שם זה האט מען אנגערופן די טעג בשם "חנוכה" – דעמולט האט מען מיט פייערליכקייט נאכאמאל געטאן די אלע ענינים אין ביהמ"ק.
ה.
די אפלערנונג דערפון אין די ימי חנוכה בכל שנה:
כשם ווי דאס איז געווען דעמולט,
ווערט אזוי אויך ערווארט במיוחד בשעת ס'קומט די חנוכה טעג – אז יעדער איד,
אנהויבנדיק פון קליינע קינדער,
איז מחנך,
מיט א באנייטע שמחה און מיט א באנייטע לעבעדיקייט,
זיין הארץ און זיין קאפ,
(ווי איר האט ערשט געזאגט 7 )
"
(כי קרוב אליך הדבר מאד)
בפיך ובלבבך לעשותו" 8 ,
זיין רעדן און זיין טאן און זיין טראכטן – אז דאס אלץ זאל זיין דורכגענומען מיט קדושה,
מיט הייליקייט,
ווי דער בית המקדש,
ווארום ער פארבינדט עס מיטן "קאמענדער-אין-טשיף",
דער אויבערשטער,
וואס האט געגעבן תורה ומצוות.
וואס דאס ברענגט אים,
אז ער זאל פארשטארקן זיין חינוך
(כפשוטו),
זיין ערציאונג – אז ווען ער
(אדער זי)
גרייט זיך צו ווערן א בר
(אדער בת)
מצוה
(ווען ס'וועט קומען די צייט),
זאל עס זיין אין א פאסענדן אופן,
דורכדעם וואס ער איז מקיים אלע התחייבות'ן,
אלע שליחות'ן,
אלע "דיוטיס" וואס ליגט אויף יעדערן און יעדערע וואס געהערט צו "צבאות השם",
וואס דורך דעם וועט דערנאך זיין א "חנוכה",
א פייערונג,
מיט שמחה וטוב לבב.
און אלץ צוגרייטונג דערצו – אויך בשעת זיין חינוך,
"טריינינג"
(אין די יארן פאר בר
(אדער בת)
מצוה),
טוט ער אין דעם רוח
(גייסט)
פון "חנוכה",
אין דער גייסט פון פייערליכקייט און שמחה וטוב לבב.
ו.
און דערצו איז אויך דא אן אפלערנונג פון די נרות חנוכה:
יעדער טאג פון חנוכה איז מען מוסיף נאך א ליכטל און נאך א ליכטלי. 9
ד.
ה.
אפילו ווען ער האט שוין געטאן אלץ וואס ער האט געקענט טאן אין דעם ערשטן טאג,
איז בשעת עס קומט א נייע טאג,
טוט ער און פירט אויס,
און איז מצליח נאכמער און נאכמער.
אזוי אויך דארף ער טאן אין דאס אויבנגעזאגטע – דער אופן ווי ער פירט זיך אין זיינע חינוך יארן – אז ער דארף שטענדיק צוגעבן אין דעם טאן בזה נאכמערער און נאכמערער.
און אין דעם איז אויך איינגעשלאסן דעם ענין פון "ואהבת לרעך כמוך..
זה כלל גדול בתורה" 10
(ווי איר האט ערשט געזאגט)
– איינווירקן אויף די פריינט,
אינגעלעך אויף אינגעלעך און מיידעלעך אויף מיידעלעך,
אז זיי אויך זאלן אנהויבן,
אדער ממשיך זיין,
אדער פארגרעסערן,
זייער לערנען דעם אויבערשטנס תורה און מקיים זיין זיינע מצוות,
"תורתך וחוקי רצונך",
און יעדער טאג אלץ מערער און מערער.
און אז יעדער טאג זאל זיין אין דעם גייסט פון חנוכה – מיטנעמען די פייערליכקייט און די פריילעכקייט און לעבעדיקייט פון די חנוכה טעג,
אויף אלע טעג פון א גאנץ יאר,
אז עס זאל ווירקן "בפיך ובלבבך לעשותו",
אין אייער רעדן און אייער טראכטן און אין אייער טאן.
דאס הייסט: אין אלע אייערע ענינים זאלט איר זיין "נרות להאיר",
ווי א חנוכה ליכט וואס מאכט ליכטיק ארום זיך,
און אויך אין גאס.
און בשעת איינער גייט אדורך אין גאס זעט ער דורכן פענסטער אז דא געפינט זיך א איד וואס לייכט מיט אידישקייט,
לייכט מיט "תורתך" און "חוקי רצונך" – ווירקט דאס אז ער זאל אנצינדן זיין "נר ה' נשמת אדם" 11 ,
זיין אידישע נשמה.
אויב ביז דעמולט האט יענער אפילו ניט געוואוסט וועגן אידישקייט,
אדער ווייניק געוואוסט,
נעמט ער אויף זיך די שליחות אויף אים דאס דערציילן.
און מאכן אויך פון אים א "נר מצוה ותורה אור" 12 ,
א ליכט וואס וועט באלייכטן אים אליין און דער גאנצער הויז,
אנהויבנדיק פון זיינע עלטערן און ברידער און שוועסטער,
און דאס אלץ אין אן אופן
(ווי געזאגט פריער,
אז חנוכה לערנט)
אז יעדער טאג איז מען מוסיף נאך א ליכטל און נאך א ליכטל,
נאך מער און נאך מער אין תומ"צ.
ביז אז דאס אלץ ברענגט די גאר גרויסע ליכטיקייט,
וואס דאס איז די ליכטיקייט פון דער גאולה,
אז דאס וואס איר האט געבעטן און מיר בעטן,
און בעטן ווייטער,
אז מ'וויל משיח "נאו" – וועט ער גאר אינגיכן קומען,
און באלייכטן,
די לעצטע טעג פון גלות מיט די ליכטיקייט פון די גאולה האמיתית והשלימה,
און מיר וועלן אלע גיין צוזאמען מיט משיח'ן אין ארצנו הקדושה,
במהרה בימינו ממש.
ז.
"צבאות השם" האבן דאך צו טאן מיטן יצר,
וואס ער איז זייער "טריקי",
זייער ערום 13 ,
און וויסנדיק אז ער האט צו טאן מיט אידישע קינדער וואס לערנען תורה און זיינען מקיים מצוות,
דארף ער האבן א ספעציעלע עצה און א ספעציעלע "טריק" מיט וועלכע ער וועט בא זיי קענען עפעס אויספירן ח"ו,
און דערנאך אז ער וועט אויספירן א ביסל וועט ער פרואוון אויספירן נאך מערער.
וואס דערפאר דארפן "צבאות השם" האבן ספעציעלע אנווייזונגען און ספעציעלע עצות אויף ניט נאר ניט נתפעל ווערן פאר די נייע טענות און נייע ליגן'ס וואס דער יצר וויל ברענגען
(אדער ברענגט),
נאר נאכמער – מ'זאל גלייך האבן דעם נצחון,
און א פולשטענדיקן נצחון,
איבער דעם יצר.
און דורך מנצח זיין דעם יצר אין דער פולסטער מאס – וועט דאס נאכמער צו איילן – ווי מ'האט אויך דערמאנט און געזאגט אין די טעג פאר חנוכה
(די טעג פארבונדן מיט די גאולה פון י"ט כסלו)
– די גאולה,
"פדה בשלום נפשי" 14 ,
די אויסלייזונג אין אן אופן פון "פדה בשלום נפשי",
אז ס'איז א גאולה ופדי' וואס זי קומט אין אן אופן פון שלום 15 ,
וואס שלום האט אויך דער אפטייטש שלימות – א פולשטענדיקער גאולה ופדי' נאך זייענדיק אין גלות.
און דאס איילט נאכמער צו דעם קומען פון משיח צדקנו,
אז דאס זאל זיין "נאו" ממש,
במהרה בימינו ממש.
ח.
מיט וועלכע גאר נייע טענה וסברא קומט דער יצר צוגיין צו דעם אידיש קינד – וואס די טענה וסברא איז דאך א ליגן,
אבער דער יצר האפט אז ער וועט אפשר קענען אפנארן דערמיט א אידיש קינד?
דער יצר קומט צו אים און זאגט אים:
ס'איז אלץ זייער ריכטיק – דו געהערסט צו "צבאות השם",
דארפסטו ערפילן
(מקיים זיין)
די אלע אנווייזונגען פון דיין "קאמענדער-אין-טשיף",
דער אויבערשטער,
ד.
ה.
און כולל און אנהויבנדיק פון מקיים זיין "תורתך" און "חוקי רצונך",
לערנען תורה און מקיים זיין מצוות – אבער איצטער איז ניט די צייט אויף דעם:
אזוי ווי דו געפינסט זיך אין גלות און דער גאנצער אידישער פאלק געפינט זיך אין גלות,
דיין מלמד און מדריך,
טיטשער און מדריכה געפינען זיך אין גלות,
ווי ס'איז למשל געווען בזמן חנוכה צום ערשטן מאל,
אז ס'איז געווען א צייט וואס "עמדה מלכות יון הרשעה" – אידן געפינען זיך אין גלות ניט מיט אן אייגענעם מלך,
מלך המשיח,
– דערפאר – טענה'ט דער יצר – זיי איצטער ניט מקיים די אלע זאכן פון תורה ומצוות,
נאר דערוויילע ווארט צו,
אז משיח וועט קומען און וועט ארויסנעמען דיר,
דיין "טיטשער",
דיין מדריך און דיינע עלטערן פון גלות,
און וועט ברענגען די גאולה – אט דעמולט וועט זיין די פאסענדע צייט אז דו זאלסט אנהויבן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות,
ווארום דעמולט וועט קיינער דיר ניט קענען שטערן,
און דו וועסט זען דעם בית המקדש,
צוזאמען מיט משיח'ן און משה ואהרן,
מיט אלע אידן וואס האבן געלערנט תורה און מקיים געווען מצוות.
ס'וועט דעמולט ניט זיין קיינע זאכן פארבונדן מיט גלות!
און דער יצר חזר'ט דאס איבער נאכאמאל און נאכאמאל,
און זאגט דעם אידיש קינד: דו ביסט דאך א קלוגער קינד,
און דו ווייסט דאך אז דער אויבערשטער האט דיר געשיקט אין גלות – איז קען זיין אז דאס איז גאר א סימן אז דער אויבערשטער ווייזט דיר אן
(מיט דעם וואס ער האט דיר געשיקט אין גלות),
אז ס'איז טאקע געווען א צייט ווען דער ביהמ"ק איז געווען אויפגעבויט און ער איז געווען א ריינער,
א גאנצער און א הייליקער,
איז אט דעמולט האט מען געדארפט אנצינדן די מנורה און טאן די אלע ענינים וועלכע מ'דארף טאן אין ביהמ"ק;
בשעת אבער דער אויבערשטער האט דיר,
און אלע אידן,
געשיקט אין גלות,
נאך דעם וואס חרב ביהמ"ק,
און אויך די אידן אין ארץ ישראל זיינען אין גלות – איז דאס גופא א ראי' אז דער אויבערשטער ווייזט דיר דערמיט אן,
וויסנדיק אז דו ביסט א קלוגער קינד און וועסטו פארשטיין אז דאס וואס דער אויבערשטער האט דיר געשיקט אין גלות איז בכדי דיר אנווייזן,
אז דו דארפסט ח"ו צו-ווארטן מיט דאוונען,
ווארטן מיט לערנען תורה,
ווארטן מיט מקיים זיין מצוות,
ביז וואנעט אז משיח וועט קומען און ער וועט אויפבויען דעם ביהמ"ק,
וואס דאס וועט זיין א סימן אז דער אויבערשטער וויל אז דו זאלסט איצטער קומען אין ביהמ"ק און לערנען תורה און מקיים זיין מצוות!
ט.
קומט צו גיין דער "ארדער אוו דהי דעי",
און גיט אן ענטפער אויף די אלע טענות און ליגן'ס פון דעם יצר.
דער "ארדער אוו דהי דעי" איז דער ספעציעלער ענין מיט וועלכן דער טאג ווען מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן
(היינטיקן יאר)
איז ספעציעל אויסגעטיילט – וואס דאס איז א טאג ווען מ'לייענט און מ'לערנט אין תורה פרשת מקץ.
און אין דעם טאג
(יום השלישי בשבוע)
לערנט מען אין די פרשה גופא דעם חלק פון שלישי ביז רביעי.
און אין די פרשה
(מקץ),
ובמיוחד – אין דעם חלק פון שלישי ביז רביעי,
גיט ארויס תורה אן ענטפער אויף די אויבנדערמאנטע טענות פון דעם יצר,
ווי ערקלערט ווייטער.
י.
די ערקלערונג אין דעם:
דער כללות'דיקער ענטפער אויף די אויבנדערמאנטע טענות פון דעם יצר האט דער אויבערשטער ארויסגעגעבן אין תורה –
וואס תורה ברענגט אריין שמחה בא אידן,
און זי
(דורך דעם וואס אידן נוצן איר)
מאכט פאר דעם אויבערשטן א דירה לו ית' בתחתונים,
ווי איר האט ערשט געזאגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל 16 .
און
(ווי איר האט אויך ערשט געזאגט 17 )
מ'מאכט די דירה לו ית' בתחתונים מיט א שמחה און דאס ברענגט אויך א שמחה בא דעם אויבערשטן
("ישמח ישראל בעושיו,
פי' שכל מי שהוא מזרע ישראל יש לו לשמוח בשמחת ה' אשר שש ושמח בדירתו בתחתונים"),
און
(ווי איר האט אויך געזאגט 18 )
"והנה ה' נצב עליו ומלא כל הארץ כבודו ומביט עליו ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי",
דער אויבערשטער שטייט און קוקט זיך צו ווי יעדערער פון "צבאות השם",
סיי אן אינגעלע סיי א מיידעלע,
פירט זיך אויף. 19
האט דער אויבערשטער געגעבן אידן די תורה,
וואס זי הויבט זיך אן מיט דערציילן: "בראשית ברא אלקים 20
את השמים ואת הארץ",
אז דער אויבערשטער האט באשאפן די הימלען און די ערד,
און מיט זיין כח האלטן זיי זיך אלעמאל 20 ,
סיי אין דער צייט ווען דער בית המקדש איז געשטאנען,
סיי אין דער צייט פון גלות.
אלעמאל איז דער אויבערשטער דער וואס באשאפט שמים וארץ,
אין די צייטן פון גלות פונקט ווי אין די צייטן פון בית המקדש.
וואס דאס אונטערשטרייכט אז אלעמאל,
אין צייט פון גלות פונקט ווי אין צייט פון ביהמ"ק,
דארף מען זיך אויפפירן גענוי ווי דער אויבערשטער האט אנגעוויזן אין זיין תורה.
און ספעציעל – אין פארבינדונג מיטן היינטיקן טאג – ווי ער האט אנגעוויזן אין דער פרשה בתורה וואס ווערט אנגערופן בשם "מקץ"
(וואס אין דעם גיט זיך ארויס נאכמער דער ענטפער אויף די טענות פון דעם יצר).
יא.
"מקץ" איז דער טייטש – די ענדע.
פון וואס איז דאס געווען אן ענדע?
דערציילט ער אין תורה: יוסף,
וואס ער איז געווען יעקב אבינו'ס א קינד
(א זון),
און דערפאר האט ער געהערט צו "קהלת יעקב" 21 ,
איז געווען אין ניט קיין גוטן מצב,
אין ארץ מצרים,
און דארטן גופא איז ער געזעצן אין "דזשעיל"
(אין בית הסוהר)
– איז כאטש אפילו אז ער איז דארטן געזעצן,
איז געווארן "מקץ",
ס'האט זיך געענדיקט די צייט וואס ער איז דארטן געזעצן.
יב.
וואס דאס ווערט אן אלגעמיינער אנווייזונג פאר יעדן אידן:
בשעת ס'קומט צוגיין דער יצר און זאגט אז מ'געפינט זיך אין גלות
(און דערפאר זאל מען צו-ווארטן מיט לערנען תורה און מקיים זיין מצוות)
– ענטפערט מען אים: אז ער
(דער יצר)
ווייסט אפילו ניט דעם ערשטן פסוק פון תורה,
וואס דארט ווערט דערציילט אז דער אויבערשטער איז דער באשאפער פון די הימלען און די ערד אלעמאל,
אויך אין די צייטן פון גלות,
במילא מאכט דאס ניט קיין אונטערשייד אין פאלגן וואס דער אויבערשטער זאגט צי מ'געפינט זיך אין צייט פון גלות אדער ניט!
און ספעציעל נאך אז דער אויבערשטער זאגט אז ס'איז "מקץ": פונקט ווי ס'איז געווען אן ענדע צו יוסף'ס זייענדיק אין "דזשעיל",
אזוי איז א זיכערע זאך אז ס'וועט זיין אן ענדע צו דעם איצטיקן גלות.
און דערפאר איז פונקט פארקערט ווי דער יצר זאגט: דורך דעם וואס זייענדיק אין גלות וועט מען לערנען נאך מער תורה און מקיים זיין נאך מערער מצוות – וועט דער "מקץ"
(פון דעם גלות)
קומען נאך פריער.
יג.
דערנאך קומט צו נאך שטארקייט אין דעם ענטפער צו דעם יצר פון דעם טייל אין דער פרשה פון שלישי ביז רביעי
(דער חלק בתורה וואס איז ספעציעל שייך צו היינטיקן טאג)
:
דארט ווערט דערציילט,
אז נאך זייענדיק אין מצרים איז יוסף ניט נאר ניט געזעצן אין "דזשעיל",
נאר מ'האט אים פון דארט ארויסגענומען און מ'האט אים געמאכט דעם משנה למלך פון ארץ מצרים.
נאך זייענדיק אין גלות האט מען אים געמאכט דעם גרעסטן מענטש,
חוץ דער מלך
(פרעה מלך מצרים)
! אבער דער מלך
(פרעה)
האט אים איבערגעגעבן די גאנצע בעה"ב'ישקייט ווי די לאנד זאל זיך אנפירן,
"ובלעדיך לא ירים איש את ידו ואת רגלו בכל ארץ מצרים" 22 ,
און זאל האבן אויך א ווירקונג אויף די לענדער ארום זיך.
וואס דאס לערנט א אידיש קינד:
נאך זייענדיק אין גלות,
וויל ניט דער אויבערשטער,
ח"ו,
אז א איד זאל פאלגן גוי'אישקייט,
פירן זיך ווי ניט אידן פירן זיך – דער אויבערשטער וויל
(ווי דערציילט אין דעם חלק פון דער פרשה)
אז א איד זאל זיך פירן ווי ס'דארף זיך פירן א "משנה למלך",
אט דער וואס ער איז בעה"ב אויף די געזעצן פון דעם לאנד,
"ובלעדיך לא ירים איש את ידו ואת רגלו בכל ארץ גו'",
און די מענטשן ארום אים דארפן זיך פון אים לערנען און אים פאלגן,
ניט ח"ו ער פאלגט זיי.
און דעריבער,
בשעת דער אידיש קינד גייט ארויס אין גאס און טרעפט דארטן ניט אידישע קינדער און זיי זאגן אים: לאמיר גיין צוזאמען קויפן "קענדיס",
אדער עסן "ברעקפעסט" אדער "לאנטש" – זאגט ער אזוי: זייענדיק נאך אין גלות האט אים דער אויבערשטער געגעבן דעם כח
(ווי ס'איז בפועל געווען בא יוסף'ן)
צו ווערן,
און ער ווערט,
א "משנה למלך",
אינגאנצן א בעה"ב אויף זיך,
און די מענטשן ארום אים דארפן זיך פון אים אפלערנען און אים פאלגן.
יד.
ביז נאכמער – ווי דער סיום פון היינטיקן שיעור חומש בקשר מיט לידת אפרים
(בן יוסף) 23
– "הפרני אלקים בארץ עניי":
נאך זייענדיק בגלות,
"בארץ עניי" – באנוגנט ער זיך ניט מיט וויפל ער האט אויפגעטאן ביז איצטער אין תורה ומצוות און גוטע זאכן,
נאר ער שטייט אין אן אופן פון "הפרני",
אז ער טוט אלץ מערער און וואקסט אלץ מערער און מאכט אלץ מערער פירות אין אלע זאכן פון אידישקייט.
אזוי אויך בענטשט מען יעדער אידיש קינד
(און יעדער איד)
אז ער זאל זיין "כאפרים
(וכמנשה)
"
(כמ"ש ויברכם
(אפרים ומנשה)
ביום ההוא לאמר בך יברך ישראל לאמר ישימך אלקים כאפרים וכמנשה")
– אז ביי אים איז "הפרני אלקים בארץ עניי": זייענדיק אין גלות
("בארץ עניי")
טוט ער אלץ מערער און וואקסט אלץ מערער און גיט ארויס אלץ מערער פירות אין אלע ענינים פון אידישקייט.
און אט דעמולט,
נאך זייענדיק אין גלות לעבט ער א פולן לעבן און א פרייען לעבן און א אידישן לעבן,
ע"פ "תורתך" און "חוקי רצונך".
טו.
דאס אויבנגעזאגטע – אז נאך זייענדיק אין גלות דארף מען זיך פירן באופן פון "הפרני אלקים בארץ עניי",
צוגעבן אלץ מערער פירות אין ענינים פון אידישקייט ותומ"צ – איז נאכמער אונטערגעשטראכן שטייענדיק אין די טעג פון חנוכה:
יעדער טאג פון חנוכה צינדט מען נאך א ליכטל מערער ווי מ'האט אנגעצונדן דעם פריערדיקן טאג.
וואס דער אפלערנונג דערפון איז,
אז בא יעדער אידיש קינד דארף יעדער טאג צוקומען נאך מער און נאך מער אין "נר מצוה ותורה אור",
נאך מער מקיים זיין מצוות און נאך מער לערנען תורה
(און זיך ניט באגנוגענען מיט וויפל ער האט געטאן אין א פריערדיקער טאג).
וואס דאס שטרייכט אונטער נאכמער דעם "הפרני אלקים בארץ עניי",
אז נאך זייענדיק אין גלות דארף מען שטענדיק צוגעבן און וואקסן און ארויסגעבן נאך א פרי,
נאך א "נר מצוה ותורה אור".
טז.
נאך מער אונטערשטרייכונג קומט צו אין דאס אויבנגעזאגטע ווען ס'קומט דער פינפטער ליכטל פון חנוכה,
ווי מ'האט ערשט פריער אנגעצונדן פינף ליכטלעך:
דער אויפטו פון דעם פינפטן ליכטל דחנוכה:
מ'צינדט דאך אן נרות חנוכה אכט טעג נאכאנאנד,
יעדער טאג גיט מען צו נאך איין ליכטל לגבי דער טאג שלפניו – דער ערשטער טאג דחנוכה צינדט מען אן איין ליכט,
דער צווייטער טאג – צוויי ליכטלעך,
א.
א.
וו.,
ביז דעם אכטן טאג – אכט ליכטלעך.
דערפון איז פארשטאנדיק אז אין די טעג ביז דעם פינפטן טאג חנוכה האט מען נאך ניט אנגעצונדן רוב פון די ליכטלעך,
מ'האלט נאך דעמולט אין דער ערשטער האלב; דער נייעס וואס ווערט אויפגעטאן בשעת מ'צינדט אן דער פינפטער ליכטל איז,
אז דעמולט באווייזט מען אז מ'האט שוין אנגעצונדן דעם רוב,
דער "מאדזשאריטי" פון די אכט ליכטלעך.
וואס אין עבודה רוחנית מיינט דאס: בשעת א איד צינדט אן דער פינפטער ליכטל באווייזט ער דערמיט אז ער האט שוין אנגעצונדן דעם רוב פון "נר מצוה ותורה אור",
דעם רוב פון די גוטע זאכן וואס ער דארף טאן אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות
(ווי ער האט עס באוויזן אין דעם אנצינדן פון חנוכה ליכטלעך כפשוטם,
אז ער האט אנגעצונדן רוב פון די אכט ליכטלעך).
און בשעת דער אויבערשטער גיט א קוק אויף א אידן און ער זעט אז ער האט שוין אויפגעטאן דעם רוב,
דער "מאדזשאריטי",
איז דעמולט א זיכערע זאך אז דער רוב איז מכריע,
דער "מאדזשאריטי דיסיידעד",
ס'ווערט אפגע'פסק'נט אז ס'דארף ווערן ליכטיק,
און נאך זייענדיק אין גלות וועט מען טאקע נאך מוסיף זיין אין דעם נאכמער און נאכמער
(ביז מ'וועט האבן ניט נאר דער רוב,
נאר אויך דער שלימות)
– אבער וויבאלד אז מ'האט שוין דעם רוב,
און וויסנדיק אז זייענדיק אין גלות האט מען דעם "מקץ": דאס איז מערניט ווי א באגרענעצטע צייט אין גלות,
און נאך באם אנהויבס פון גלות איז שוין אנגעוויזן און אנגעזאגט אין תורה אז דאס איז א זאך וואס האט א קץ,
"קץ שם לחושך" 24 ,
און נאך זייענדיק אין גלות,
איידער משיח קומט,
איז א איד שוין דעמולט א "משנה למלך",
ער דארף זיך ניט רעכענען מיט קיינע באגרענעצונגען אויף אלע זאכן וואס געהערן צום "קאמענדיר-אין-טשיף"
(דער אויבערשטער)
צו לערנען תורה און מקיים זיין מצוות,
און נאכמער ס'דארף זיין "הפוני אלקים בארץ עניי",
נאך זייענדיק אין גלות וואקסט ער אלץ מערער און מערער און מאכט אלץ מערער און מערער פירות אין ענינים פון אידישקייט,
און אין דעם גופא האט ער שוין דעם רוב,
דער "מאדזשאריטי",
איז וויבאלד אז רוב איז מכריע
(די "מאדזשאריטי דיסיידעד")
–
ברענגט דער רוב און "מאדזשאריטי" צו דער שלימות – אין דעם אז ער לערנט אין תורה די גאנצע זאכן און אלע זאכן וואס ער דארף לערנען,
און אזוי אויך בנוגע צו מצוות.
און ער ווירקט איין אויף אידישע קינדער,
אז אלע אידישע קינדער זאלן אריין אין "צבאות השם",
דורך לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.
ד.
ה.
אז פונקט ווי שטייענדיק אין דער פינפטער טאג חנוכה ווען מ'צינדט אן פינף ליכטלעך,
גרייט מען זיך שוין דעמולט אז אין נאך דריי טעג
(דער אכטער טאג חנוכה)
וועט מען מקיים זיין
(און שוין איצטער נעמט מען אויף זיך אן צו מקיים זיין)
מצות הדלקת נרות חנוכה אין שלימות דערפון,
אין דער פולסטער מאס,
מ'וועט אנצינדן אלע אכט ליכטלעך – אזוי אויך אין די עבודה הנ"ל,
ווען מ'האט שוין רוב פון "נר מצוה ותורה אור"
(אין דער פינפטער טאג חנוכה)
גרייט מען זיך
(און מ'נעמט דעמולט אן)
צו דאס האבן בשלימות,
אין דער פולסטער מאס.
יז.
נאכמער:
בנוגע צו אנצינדן אלע אכט ליכט זאגט תורה אז אין דער פינפטער טאג חנוכה דארף מען נאך ווארטן דריי טעג ביז ס'וועט קומען צו דעם אכטן טאג
(און אין דער פינפטער טאג האט מען נאר דער רוב)
; בשעת ס'רעדט זיך אבער וועגן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות
(אנצינדן "נר מצוה ותורה אור")
בשלימות,
און אריינציען אלע אידישע קינדער אין "צבאות השם" – הענגט דאס אפ אן אויף א איד,
און במילא קען ער גלייך אין דעם פינפטן טאג שוין האבן דער שלימות דערפון.
ד.
ה.
בשעת דער איד וועט מקיים זיין "ואהבת לרעך כמוך" ווי ס'דארף-צו-זיין,
און וועט דאס מקיים זיין מיט יעדער אידיש קינד צו וועלכער ער קען דערגרייכן,
אנהויבנדיק פון זיך אליין,
אז ער וועט מקיים זיין דעם לערנען "תורתך" און מקיים זיין "חוקי רצונך" בשלימות באופן פון "מצוות רצונך" 25 ,
באופן פון "הפרני אלקים בארץ עניי",
אלץ מערער און מערער,
ווי איר האט באוויזן אין ימי חנוכה,
אז יעדער טאג האט מען אנגעצונדן נאך א ליכטל און נאך א ליכטל,
און מ'האט שוין בפועל דעם גאנצן רוב פון אלע אכט ליכטלעך –
וועט עס נאכמער צואיילן,
אז שוין אין דעם פינפטן טאג חנוכה האט מען שלימות העם,
אז יעדער אידיש קינד און יעדער איד שטייט אין א געזונטן און אין א גאנצן אופן אין לערנען "תורתך" און מקיים זיין "חוקי רצונך",
איינגעשלאסן אויך דער ענין פון "נר מצוה",
און אויך דער ענין פון אריינציען אלע אידן אין אלע גוטע זאכן פון אידישקייט.
וואס דאס ברענגט אז ס'זאל גלייך איצטער זיין דער שלימות פון תורה ומצוותי'.
און דאס ברענגט אויך,
אז ניט ווארטנדיק אויף דעם אכטן טאג פון חנוכה איז דער אויבערשטער מקיים אייער בקשה און תפלה
(ווי איר האט פריער געזונגען)
אז משיח זאל קומען "נאו",
און יבנה ביהמ"ק 26
אויך במהרה בימינו ממש.
וועט זיין די גאולה האמיתית והשלימה,
און מ'וועט קומען בשלימות אין ארץ ישראל,
און מ'וועט איר געפינען א גאנצע,
ברוחניות ובגשמיות.
און דארט וועט מען געפינען דער ביהמ"ק השלישי גאנצערהייט,
און מ'וועט אהינצו קומען צוזאמען מיט משיח צדקנו,
און דארטן האבן דעם "הדליקו נרות בחצרות קדשך",
מקיים זיין די מצוה פון אנצינדן די מנורה דורך אהרן כהן גדול אין דעם ביהמ"ק השלישי.
יח.
וואס דאס אלץ הענגט אפ אויף דעם אז א איד געדענקט יעדער רגע וואס ער געפינט זיך אין גלות,
אז דאס איז "מקץ",
אט אט ענדיקט זיך דאס,
און געדענקט אז "הפרני אלקים בארץ עניי",
אז נאך זייענדיק אין גלות דארף ער זיך ניט באנוגענען מיט וויפל ער האט אויפגעטאן ביז איצטער,
נאר ווי איר האט ערשט באוויזן מיט אנצינדן די ליכטלעך פון חנוכה,
אז אע"פ וואס נעכטן האט מען אנגעצונדן פיר ליכטלעך,
צינדט מען היינט אן מערער,
מ'איז מוסיף נאך א נר,
נאך א פרי "הפרני אלקים",
ביז מ'צינדט אן רוב פון די ליכטלעך,
ביז אלע ליכטלעך.
וואס דאס איילט נאכמער צו די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,
צוזאמען מיט דער חנוכה פון דעם ביהמ"ק השלישי,
און דארטן געפינען זיך צוזאמען אלע אידישע קינדער מיט אייערע עלטערן,
מיט אייערע מורים ומדריכים,
און מיטן גאנצן אידישן פאלק,
און אלע צוזאמען וועט מען דארט מקיים זיין דעם "להודות ולהלל לשמך הגדול",
און דאס וועט אלץ זיין במהרה בימינו ממש,
"נאו".
יט.
בא די צוזאמען-קומען זיך פירט מען זיך אלעמאל אז אין צוגאב דערצו וואס מ'האט געהאט דער ענין התפלה,
געדאוונט מנחה צוזאמען,
און נאך אזא דאוונען ווי תפלת מנחה,
וואס די גמרא 27
זאגט אז "לעולם יהא אדם זהיר בתפלת המנחה שהרי אליהו לא נענה אלא בתפלת המנחה שנאמר 28
ויהי בעלות המנחה ויגש אליהו הנביא ויאמר וגו' ענני ה' ענני",
אז בשעת אליהו הנביא האט געבעטן בא דעם אויבערשטן בא תפלת מנחה,
האט ער גלייך אויסגעפירט,
וואס אליהו הנביא דערמאנט מען במיוחד מיטן נאמען "נביא",
ווייל ער איז דער "מבשר טוב" 29 ,
דער וואס בעט און פירט אויס און קומט אנזאגן יעדער איד און אלע אידן,
"קול מבשר מבשר ואומר" 30 ,
אז אט קומט משיח צדקנו,
און וועגן אים
(אליהו הנביא)
דערציילט מען אז המנחה איז ביי אים ספעציעל געווען טייער,
און ער האט דעמולט מתפלל געווען אויף ענינים מיוחדים און האט זיי אויסגעפירט,
אזוי אויך בא דעם צוזאמענקלייבן זיך,
האט מען אלע צוזאמען געדאוונט תפלת מנחה,
און דערנאך איז געווען דער ענין פון תורה,
און אמירת י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל,
איז מען דערנאך אויך מסיים מיט דעם ענין פון צדקה – אז יעדערער פון אייך באקומט מטבעות אויף אפגעבן לצדקה,
און מאכט אויך גלייך די החלטה טובה אויף צו טאן אזוי
(געבן לצדקה)
בפועל,
און איז נאך מוסיף צוצוגעבן נאך מער אין דעם פון די אייגענע געלט.
ובמיוחד – אז דער ענין פון געבן מטבעות צו אייך האט א ספעציעלע שייכות און פארבונדנקייט מיט חנוכה,
ווייל דעמולט איז דאך א מנהג 31
אז אידישע קינדער באקומען חנוכה געלט.
און וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן אידישע קינדער,
און ספעציעל וועגן קינדער וואס געפינען זיך אין "צבאות השם",
סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך,
און זיי פירן זיך אויף ווי מיטגלידער פון "צבאות השם" דארפן זיך אויפפירן – איז א זיכערע זאך אז זיי נוצן זייערע געלט
(וואס זיי באקומען)
ווי דער "קאמענדער-אין-טשיף" וויל אז זיי זאלן דאס נוצן – אויף גוטע זאכן,
און ריינע זאכן,
בדוגמא ווי די שמן טהור וואס מ'האט געפונען אין ביהמ"ק בחנוכה
(בפעם הראשונה),
און נאכמער –
(נוצן די געלט)
אויף הייליקע זאכן,
וואס דאס איז
(ווען מ'נוצט די געלט אויף)
די מצוה פון צדקה,
אזוי וועט איר אויך נוצן אייערע געלט אויף נאר כשר'ע און ריינע זאכן,
דערמיט קויפן כשר'ע עסן און כשר'ע געטרונקען,
און אויך אויף הייליקע זאכן – דורך אפגעבן א טייל פון די געלט
(וואס מ'וועט אייך געבן,
און אויך פון די אייגענע געלט)
לצדקה.
כ.
פאר דעם וואס מ'וועט געבן די מטבעות וועט מען אויך פארענדיקן
(דעם צוזאמענקלייבן זיך)
מיט אן ענין פון "להודות ולהלל לשמך הגדול",
צו לויבן און דאנקען דעם אויבערשטן –
צום אלעם ערשטן וועט מען
(נאכאמאל 32 )
דערמאנען אז "עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל" 33 ,
אז זיכער וועט דער אויבערשטער העלפן יעדערן פון אונז און אלעמען צוזאמען אז די אלע עצות פון דעם יצר און די אלע ניט גוטע עצות בכלל,
וועלן זיין "ותופר" און "לא יקום",
אז מיר וועלן צושטערן אלע עצות אז זיי זאלן ניט האבן קיין ווירקונג.
און אזוי אויך בנוגע צו די אויבנדערמאנטע נארישע עצה פון דעם יצר,
אז מ'געפינט זיך אין גלות במילא דארף מען דערוויילע ניט מקיים זיין תורה ומצוות ח"ו – ווערט די גאנצע עצה גלייך בטל,
ווארום "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ",
און דער אויבערשטער האט געגעבן כח יעדער איד און אלע אידן אז ס'זאל זיין "ישמח ישראל בעושיו",
אז מ'זאל אלעמאל זיין צופרידן און טאן מיט שמחה אלע זאכן וואס דער אויבערשטער האט געהייסן טאן.
און טאן דאס אין אן אופן
(כנ"ל)
פון "הפרני אלקים בארץ עניי": ניט קוקנדיק אז היות מ'געפינט זיך אין גלות דארף מען אויספאלגן די געזעצן וואס "פרעה",
דער מלך המדינה,
האט געגעבן און פירן זיך לויט די געזעצן פון די מדינה – איז דאס אבער אלץ בשעת ס'רירט ניט אן אידישקייט,
לערנען תורה און מקיים זיין מצות.
און ווי די געזעצן פון דער מדינה זיינען – אז דאס וואס מ'דארף אויספאלגן די געזעצן פון דער מדינה,
רירט אינגאנצן ניט אן אידישקייט,
לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.
און דעריבער,
אויב ס'קומט צוגיין דער יצר און זאגט,
אז וויבאלד שבת פארט דער "סאבוויי"
(מעטרא),
און אין "גראוסערי"
(קלייט)
פארקויפט מען ניט כשר'ע "קענדיס" וכיו"ב,
און דער מלך פון דער מדינה ערלויבט דאס,
איז א סימן אז מ'מעג דאס טאן און קויפן –
זאגט מען דעם יצר,
אז ער ווייסט ניט וואס טוט זיך מיט דער וועלט און אין דער וועלט,
ווארום דאס וואס ס'פארט דער "סאבוויי" אום שבת און דאס וואס מ'פארקויפט ניט כשר'ע "קענדיס" געהערט צו די וואס זיינען ניט אין "צבאות השם"
(די אידישע פאלק)
און וואס זיינען ניט שייך צום "קאמענדער-אין-טשיף",
און בנוגע צו די וואס געהערן יא אין "צבאות השם" און זיינען שייך צום "קאמענדער-אין-טשיף" איז פונקט פארקערט: דער אויבערשטער באווייזט זיי אז ס'איז דא א ניט כשר'ע "קענדי" און אז ס'איז דא דער "סאבוויי" וואס פארט אום שבת – וויבאלד אבער אז ער געהערט צו "צבאות השם",
צום אידישן פאלק,
"מורשה קהלת יעקב",
איז דעמולט זאגט אן
(אויך)
דער מלך פון דער מדינה אז קיינער טאר ניט שטערן אדער איינרעדן א אידיש קינד צו פירן זיך אנדערש ווי דער אויבערשטער האט אים אנגעזאגט,
און אדרבה – ער העלפט אים נאך ארויס אין דעם,
און באשיצט אים און גיט אים די אלע מעגלעכקייטן אז מ'זאל אים דערפאר אפגעבן כבוד און אים ארויסהעלפן,
זעענדיק אז א איד פירט זיך ווי א איד דארף זיך פירן,
אז א אידיש קינד פירט זיך ווי א אידיש קינד דארף זיך פירן.
און דוקא דורך דעם איז דער איד א גוטער "סיטיזען" און א גוטער מענטש בכלל,
און א זיכערע זאך אז ער איז א גוטער מיטגליד פון "צבאות השם".
און אזוי אויך אין אנדערע מדינות.
ווארום יעדער איד ווייסט און איז מכריז,
אז אין אלע זאכן פארבונדן מיט אידישקייט איז א איד א פולער בעה"ב אויף זיך,
און נאכמער – "הפרני אלקים בארץ עניי": פון טאג צו טאג גיט ער צו נאכמערער אין אלע זאכן פארבונדן מיט אידישקייט,
ניט קוקנדיק אויף דעם וואס מ'געפינט זיך אין גלות
("ארץ עניי"),
ווארום דאס איז א גלות וואס אט אט ענדיקט זי זיך,
"מקץ",
און נאך זייענדיק אין גלות איז פארקערט – מ'גיט א איד א מעגלעכקייט אז ער זאל לערנען נאכמער תורה און מקיים זיין מצוות מיט נאעמער שמחה,
"ישמח ישראל בעושיו",
וויבאלד אז דאס איז דער אנזאג פון דעם אויבערשטן.
כא.
אין צוגאב צו אויסדריקן די שמחה וואס מ'האט דורך זינגען א ניגון אויף
(די ווערטער פון פסוק)
"עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל" – די אלע עצות וואס מ'רעדט צו אידן וואס זיינען ניט גוט פאר אידישקייט ווערן גלייך בטל,
"כי עמנו א-ל",
ווייל דער אויבערשטער געפינט זיך מיט יעדערן פון אונז אלעמאל און אומעטום,
וואס דאס ווערט דער צוגרייטונג אז אינגיכן וועט מקויים ווערן דער "יבנה ביהמ"ק" און "במהרה בימינו" –
וועט מען אויך זינגען דעם ניגון אויף די ווערטער פון דער תפלה
("יהי רצון..
שיבנה בית המקדש במהרה בימינו"),
בכדי באווייזן אז מ'גרייט זיך דערצו,
און מ'איז פריילעך און מ'שטייט בשמחה דערצו,
ווארום מ'ווייסט אז דער אויבערשטער וועט מקיים זיין די תפלה.
און נאך דער "יבנה ביהמ"ק" וועט זיין "אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך" 34 ,
מ'וועט זיצן בשמחה און רואיקערהייט אין ירושלים עיר הקודש,
אין בית המקדש,
און אין גאנץ ארץ ישראל,
ווארום מ'קומט אהינצו געזונטערהייט,
מיט א געזונטע נשמה,
וואס דאס מאכט אויך געזונט דער גוף,
און דעמולט וועט דערנאך זיין "וישבו שם וירשוה" 35 ,
ווי דער סיום פון דעם ניגון
(פון "אך צדיקים"),
אז מ'באזעצט זיך אין ארץ ישראל,
און מ'איז אנערקענט,
און מ'באווייזט אז דאס איז א ירושה פון אברהם אבינו דורך יעקב אבינו און דורך אלע אידן וואס האבן געלערנט תורה און מקיים געווען מצוות,
ביז אין אונזער צייט.
כב.
און דערנאך
(נאך די ניגונים)
וועט מען טיילן די געלט – מ'וועט טיילן פיר מטבעות:
איין מטבע אויף אפגעבן לצדקה,
א צווייטע מטבע אויף טאן דערמיט ווי ס'קומט ביי אייך אויס,
ווי א אידיש קינד דארף אויסנוצן זיינע געלט לויט ווי דער "קאמענדער-אין-טשיף" וויל,
ד.
ה.
אויף ריינע זאכן,
אויף גוטע זאכן און אויף הייליקע זאכן,
און די דריטע מטבע – אלס חנוכה-געלט.
ומה טוב אז איר אויך זאלט גלייך קענען מקיים זיין דעם געבן חנוכה-געלט צו א צווייטן קינד – דערפאר וועט מען אייך געבן א פערטע מטבע איר זאלט דערמיט געבן חנוכה-געלט צו איינע פון די וואס געפינען זיך ארום אייך,
אן אינגעלע צו אן אינגעלע און א מיידעלע צו א מיידעלע.
וואס דאס וועט נאכמער מוסיף זיין אין די אלע גוטע הבטחות וברכות פון דעם אויבערשטן,
און אז זיי זאלן מקויים ווערן במהרה בימינו ממש.
און מ'וועט דעמולט זען – ווי דער ניגון הידוע "ניעט ניעט ניקאווא" – אז ס'איז ניטא קיין זאך אין דער וועלט מער ניט ווי דער אויבערשטער אליין,
און בשמחה ובטוב לבב,
נאך זייענדיק אין גלות,
וועט מען גיין מיט דעם ניגון במהרה בימינו,
"נאו",
צוזאמען מיט משיח צדקנו,
און צוזאמען מיט א פריילעכן ניגון,
לארצנו הקדושה,
ובמהרה בימינו ממש.
ניגנו "עוצו עצה גו' עמנו א-ל".
"יהי רצון כו' שיבנה ביהמ"ק במהרה בימינו כו'".
"אך צדיקים" "ישבו שם וירשוה גו'".
"ניעט ניעט ניקאווא".
[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן להמדריכים והמדריכות שיחיו מטבעות של עשר סענט,
לתת לכל אחד ואחת מהילדים והילדות שיחיו ד' מטבעות: אחת – לתת לצדקה,
הב' – לעשות בה כטוב בעיניהם,
הג' – בתור "מעות חנוכה",
והד' – לתת עמה "מעות חנוכה".
התפללו תפילת ערבית.
ואח"כ אמר:]
איך וועל איצטער געבן
(דורך די "טאנקיסטן")
צו יעדערן צוויי מטבעות – איינע אלס מעות חנוכה,
און די צווייטע אויף געבן לצדקה.
[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן לה"טאנקיסטן" מטבעות של עשר סענט,
לתת לכל אחד ואחת מהנוכחים
(הגדולים)
שיחיו].