Hosafos Shavuos 20
[עמוד 258] אין 20"טן יארהונדערט ,האבנדיק דערגרייכט אזא ציוויליזאציע ,מיט פארשידענע
"הויכע" פילאזאפישע סיסטעמען ,מיט א פארשפרייטע הויכע בילדונג ,מיט אזא
שול־וועזן און אזויפיל אוניווערזיטעטן ,מיט אזא הויכע עטיק און שייגע מאניערן,
קען ניט פאסירן דאס וואס עם האט פאסירט אין די "פינסטערע צייטן פון
מיטלאלטער" .די דאזיקע שטימונג האט זיך אויסגעדריקט אין דער ליטעראטור ,אין
דער פרעסע ,און אויך אין מינדלעכע געשפרעכן פון פירנדע פערזענלעכקייטן און
דענקער .דערמיט האט מען געוועלט אפשלאגן דעם "פארעלטערטן" צמאנג פון
תנ"ך ,אז "חםד לאומים חטאת" ,און רשב"י"ס באהויפטונג אז "הלכה ידוע שעשו שונא
ליעקב" .פלוצלונג איז געקומען דער גרויסער קראך ,און די גאנצע קולטור און
ציוויליזאציע פון דעם 20"טן יארהונדערט איז צוזאמעמעבראכן .עם האט זיר
ארויםגעוויזן ,אז עם איז גאר קיין פתירה ניט וואם פון אייו זייט איז ער א פילאזאף,
אדער א פאעט ,מיט שיינע מאניערן ,און נעמט אויס אין א הויכער געזעלשאפט אין
א סאלאן אין בערלין ,און דער זעלבער מענטש קומט דאן אין טרעבלינקא אד"ג און
טוט אפ די אלע זאכן וועלכע זיינען דארט אפגעטאן געווארן .און דא האנדלט זיר
ניט וועגן אויפנאמספאלן ,"מאנסטערס" און פארזעענישן בצורת אדם ,נאר וועגן א
100מיליאן מענטשן ,א גאנץ פאלק .און דערביי -ציטירנדיק די קעפלער פון
אייערע ארטיקלען -"די וועלט האט געשוויגן" .דערצו קען מען נאך צוגעבן או
אונטערקעפל ,אז א גאר השובע טייל פון דער וועלט איז געווען צופרידן וואס "די
זאך" ווערט אפגעטאן)און)אדער( חאטש ס"ווערט אפגעטאן דורך אנדערע(.
אויב די היטלער געשיכטע האט ערגעץ געדארפט אנרירן דעם גלויבן ,האט זי
געדארפט און ניט נאר אנרירן נאר אויך קלאר באווייזן ,אז מען קען זיר ניט
פארלאזן אויף דעם מענטשלעכן געפיל פון צדק און יושר ,ווען אפילו דער מענטש
האט הויכע בילדונג און אן אוניווערזיטעט דיפלאמא ,און איז אויך דער זון פון א
דיפלאמירטן אקאדעמיקער.
צום באדויערן ,און צו שאנדע ,האט מען מורא ארויסצוקומען מיט אט דעם
באשיינפערלעכן אויטפיר ,שוין אפגערעדט פון די לאגישע קאנםעקווענצן צו
וועלכע דער אויםפיר דארף פירן בנוגע דעם טאג־טעגלעכן לעבן .די דאזיקע
אומפארציילעכע צוריקגעהאלטנקייט געפינט מען ליידער אויר בא פרומע
ווארטזאגער ,און אפילו בא אזעלכע וואס האבן מיט די אייגענע אויגן געזען וואס
מענטשן קענען אפטאן אויב מ"לאזט זיי איבער אין זייער אייגענעם רשות .און דאם
איז ,ווי געזאגט אין אנהויב בריוו ,ווייל מ"זוכט זיך לייכטער און באקוועמער צו
מאכן דאס לעבן ,און עם זאל זיך שלאפן בעפער .ווארום ם"איז לייכטער מיטצוגיין
מיט דער וועלט ,כאטש ם"איז די זעלבע וועלט וואם האט געשוויגן ,און אין א
גרויםען טייל געווען אויך צופרידן אין הארצן.
[עמוד 258] In the 20th century, having reached such a civilization, with various 'high' philosophical systems, with widespread higher education, with such a school system and so many universities, with such high ethics and fine manners — what happened in the 'dark Middle Ages' cannot happen. This mood expressed itself in the...